שטאט'ס משוגעים

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

שטאט'ס משוגעים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

אמאל אין יעדער שטאט איז געווען א רב א שוחט און א גביר, ווי אויך א שטאט'ס משוגענ'ער. דער שטאט'ס משוגענ'ער האט געידנט א געוויסע ציל אין שטאט, נאר עס איז שווער \צו שילדערן גענוי וואס דאס איז געווען. איך וויל דא לייגן אפאר מעשיות וואס מיר ווייסען פון די היסטאריא פון שטאט'ס משוגעים, ויבא חכם ויוסיף משוגעת'ן.

דא האט איהר איין מעשה וואס איך האב ערגעץ געליינט.

1.
בימיו של הרבי המהר"ש, רבי שמואל שניאורסאהן, התגורר בעיירה ליובאוויטש יהודי שלא עלינו ולא עליכם חלה במחלת נפש. הוא ניסה להיכנס מספר פעמים ל'יחידות' אל הרבי, אך שמשיו של הרבי לא הסכימו להכניסו בשום פנים ואופן.

בשל מצבו הבריאותי, היה רבי שמואל יוצא מדי יום לטיול במרכבה כדי לשאוף אויר צח. כשראה המשוגע שאין לו כל אפשרות להיכנס אל הרבי, טיכס לעצמו עצה: הוא המתין בצד הדרך, וכשהמרכבה עברה מיהר לקפוץ על העגלה והחל לשוחח עם הרבי.

החסידים שראו זאת ביקשו לעצור בעדו אך הם איחרו את המועד. המשוגע כבר הגיע אל הרבי והיה בעיצומה של שיחה עמו. כשסיים, קפץ מהעגלה כשלעומת שבא.

החסידים הזועמים מיהרו לצעוק עליו. "משוגע שכמותך!" הם קראו, "כיצד העזת להטריד את הרבי?"

"הייתה לי שאלה רציני מאוד בגללה רציתי להתייעץ עם הרבי" השיב להם המשוגע.

"יש לי חבר, משוגע כמוני, המתגורר בעיר ויטבסק. הוא פנה אליי והציע לי להצטרף אליו בויטבסק. 'העיר גדולה ויש די 'פרנסה' עבור שנינו' הוא אמר, 'ואילו בליובאוויטש לא צריכים אחד כמוך'!

"רציתי לעשות כדבריו, אך ידעתי כי לא עושים מאום מבלי להתייעץ עם הרבי! לא הרשו לי לפגוש את הרבי, אז נאלצתי לעשות זאת בדרך אחרת..."

"ומה השיב הרבי?" הסתקרנו החסידים.

"הרבי השיב שאשאר בליובאוויטש. שכן גם ליובאוויטש צריכה משוגע כמוני!"

לא הרפו ממנו החסידים:

"אך מהיכן משוגע שכמותך חשב על רעיון מבריק שכזה להיפגש עם הרבי?"

השיב להם המשוגע:

"אכן משוגע אנוכי, אך קצת שכל – צריך..."

2.

אין דער שטעטל זהעטל (די דערפל האט געבוירען צוויי גדולי ישראל, דער גר"א און דער חפץ חיים) איז געווען א שטאט'ס משוגע'נער. מ'האט אים אמאל געזען גייענדיג אויפ'ן וועג קיין פינסק אויף דער יריד. האט מען אים געפרעגט, "האסט עפעס סחורה צו קויפען אדער פארקויפען?" האט ער גע'ענטפערט, "ניין, אבער איך האב געהערט אז עס איז דא גוטע טאבאק דארט, און איך וויל דערפון שמעקן.

דער ח"ח פלעגט עס נוצען אויף א משל פאר דער וואס קומט פון תחת כסא הכבוד, נאר אויף אביסל תאוות עוה"ז.

3.

חיים שפירא ע"ה פון באלטימור האט א בוך וועגען די שטעטליך פון ליטא ווי ער אויז אויפגעוואקסען. ער דערציילט דארט אפאר מעשיות פון דער שטאט'ס משוגענ'ער דארט. ווען די קאמיוניסטען זענען געקומען אין שטאט, האט דער משוגענ'ער אויסגערופען אומעטום, "שמאלץ איז ביליג, אלע גבירים האבען זיך אויסגעלאזט!".

ער דערציילט אויך אז די קאמיוניסטען האבען געהאלטען ריזיגע דרשות וועגען די גליק פון קאמיוניזם. איך געדענק נישט פונקט די אויסדרוק, אבער דער משוגענ'ער האט אריינגעהאקט אין די דרשה פון דער קאמיססאר וואס האט אויסגערעכנט די שלעכטס פון די גבירים וואס פארשלאפען די ארבעטארערס, און יעצט קענען זיי שוין נישט, ווייל קאמיוניזם לאזט דאס נישט צו. האט דער משוגענ'ער אויסגערופען, "יא, יעצט קענען מיר זיי פארשקלאפען". מער האט מען נישט געהערט ]ון א
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

שטאט משוגע געמאלט דורך ר' זלמן קליינמן ז"ל
אטעטשמענטס
Screenshot_20190823-162010~2.png
Screenshot_20190823-162010~2.png (473.4 KiB) געזען 5045 מאל
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

פשיאאאא! איך גיי דאס לייגען אלס מיין בעקגראונג אויפ'ן קאמפיוטער. איך דארף א נייעם.

ייש"כ. טאמער האט איר מעשיות צו פארציילען, וואלט איך געווען צופרידן צו ליינן
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

דער ערשטע מעשה וואס איהר האט געברענגט האט דערציילט מיין פעטער המשפיע ר' מענדל פוטערפאס
און דער ענפער פון דער משוגענער איז געווען "משוגע משוגע אבער שכל דארף מען האבן"

מען דערציילט א ענדלעכער מעשה אז אמאל איז געפארן א מענטש דורך א משוגעים הויז,
פונקט דאן האט ער געוואלט פאריכטן איינער פון די רעדער און ווען ער האט ארויסגענומען אלע screws האט ער זיי פארלארען,

ווייס ער ניט וואס צו טאהן, ווי וועט ער צוריקלייגען דעם ראד אהן screws

קוקט ארויס איינער פון די משוגעים פון פענסטער און זאגט עם, חכם איינער נעם ארויס איין screw
פון יעדער ראד וועסטו קאנען צוריק לייגען דעם ראד און מען קאן פארן מיט רעדער וואס פעלט נאר איין screw

זאג ער יענעם ניט שלעכט ווי קומט צו דיר אזא חכמה, ביסט דאך אין א משוגעים הויז.

ענפערט דער משוגענער "משוגע משוגע אבער שכל דארף מען האבן"...
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

איך האב עס טאקע געזוכט ערגעץ אויף אידיש, אבער נאר געטראפען אויף לשוה"ק. אויף אידיש איז עס פיהל בעסער.

screws אויף אידיש איז שרויפען
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

פיינע אשכול..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אן איינפאל פון אן אשכול!

אויף היברו בוקס איז דא אינטערעסאנטע ביכלעך, מ'קען מעתיק זיין פון דארט.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

איישישאק האט געשריבן:screws אויף אידיש איז שרויפען

אהה זיכער . איך האב דאס געדארפט געדענקען.
עד איז דאך דא דער באוואוסטער פתגם " עס פעלט עם אפאר שרויפלאך" . און דאס איז דאך דער נושא האשכול.
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

ער איז נישט געווען שטאט'ס משוגענ'ער, נאר א גרויסע תלמיד חכם. אבער ער האט געהאט א שארפן פיסק און ער האט גערעדט מער ווי אנדערע.

הגאון ר' אהרן חיים צימערמאן איז געווען א ראש ישיבה אין סקאקי ישיבה, אין טשיקאגא. דער באורד דארט האט אלס געמאכט פראבלעמן פאר די ראשי ישיבה דארט, און זיי האבען אים מחליט געווען ארויס צו טראסקען. פארשטייט זיך האט מען געמאכט א גאנצע באנקעט און מ'האט זיך געזעגענט פון אים ווי ער האט מחליט געווען אליינס אוועק צו פארען פון זיי. דא איז זיין דרשה:

דער ברכה אשר יצר, עלינו לשבח און דער ממזר זענען געקומען מיט טענות צום באשעפער, וואס זענען זיי שולדיג אז זיי זענען אין זייער מצב, אשר יצר איז פאר נאך הכנות, עלינו מורמל'ט מען אויפ'ן וועג ארויס, און דער ממזר איז פסול לבא בקהל על לא עוול בכפו.
דער אויבישטער האט זיי אלעמן געטרייסט, אשר יצר זאגט מען ביי א חופה, עלינו זאגט מען ר"ה יוכ"פ ביים דאווענען מיט גרויס התעוררות, און דער ממזר ווערט א באורד מעמבער.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

טאקע דארט פון דער בוך פון חיים שפירא דערמאן איך זיך פון נאך א מעשה.

דער פאנאוויעזער רב האט געשטאמט פון א שטאט ווילקאמיר (אזוי ליגט מיר אין קאפ, אפשר מאך איך א טעות). זיין פאטער איז געווען שמש\גבאי אין ביהמ"ד, און איינער פון זיין פליכטען איז געווען צו פארטיילען די ארימעלייט די ארחי פרחי וואס האבען געדאווענט אין שול פרייטאג צונאכט צווישען די בעליבתים אין שטאט. למעשה האט ער געכאפט אלס פאר זיך, און נאר ווען ער האט שוין נישט געהאט קיין פלאץ אין שטוב, האט ער געלאזט א צווייטע זוכה זיין. דער עולם האט געהאט טענות, אבער אזוי האט ער געטון.

איין שבת ביים דאווענען האט דער עולם געשמועסט צופיל, און דער שמש\גבאי האט זיך שטארק גערעגט. ביז ער האט זיך ארויפגעשטעלט אויפ'ן בלעממער און אויסגערופען אז ער זאגט זיך אפ פון די גבאות\שמשות, ווייל דער עולם שמועסט צופיל. דער שטאט'ס משוגענער האט גלייך אויסגערופען, "אה! יעצט וועט זיין געסט פאר אלעמען!"
דער שמש\גבאי איז געווארען בלאס און ער האט גלייך אויסגערופען אז ער ציט זיך צוריק פון זיין רעזיגנירען, און ער גייט שוין צוריק צו זיין גבאות.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

zugurnish האט געשריבן: מיין פעטער המשפיע ר' מענדל פוטערפאס


WOW , עס איז מיר א חידוש אז רבי מענדל נ''ע האט א נעפיו דא אויף אייוועלט.

אגב, די אוועיטער וואס ווערט די מערסטע באנוצט אויף אייוועלט איז לכאורה די צורה פון רבי מענדל!
זקן מלא רחמים.
עם הארץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
לאקאציע: נישט ביי זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הארץ »

איישישאק האט געשריבן:ער איז נישט געווען שטאט'ס משוגענ'ער, נאר א גרויסע תלמיד חכם. אבער ער האט געהאט א שארפן פיסק און ער האט גערעדט מער ווי אנדערע.

הגאון ר' אהרן חיים צימערמאן איז געווען א ראש ישיבה אין סקאקי ישיבה, אין טשיקאגא. דער באורד דארט האט אלס געמאכט פראבלעמן פאר די ראשי ישיבה דארט, און זיי האבען אים מחליט געווען ארויס צו טראסקען. פארשטייט זיך האט מען געמאכט א גאנצע באנקעט און מ'האט זיך געזעגענט פון אים ווי ער האט מחליט געווען אליינס אוועק צו פארען פון זיי. דא איז זיין דרשה:

דער ברכה אשר יצר, עלינו לשבח און דער ממזר זענען געקומען מיט טענות צום באשעפער, וואס זענען זיי שולדיג אז זיי זענען אין זייער מצב, אשר יצר איז פאר נאך הכנות, עלינו מורמל'ט מען אויפ'ן וועג ארויס, און דער ממזר איז פסול לבא בקהל על לא עוול בכפו.
דער אויבישטער האט זיי אלעמן געטרייסט, אשר יצר זאגט מען ביי א חופה, עלינו זאגט מען ר"ה יוכ"פ ביים דאווענען מיט גרויס התעוררות, און דער ממזר ווערט א באורד מעמבער.


די ממזר האט געהאט טענות פארוואס ער איז ״אסור לבוא בקהל״ האט מען אים געטרייסט אז אפילו ער וועט נישט קומען בתוך הקהל וועט ער אבער זיין ראש הקהל… כצ״ל
היט-אפ מויל & קיפעד
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היט-אפ מויל & קיפעד »

דער ווארט משוגענער האט היינט צוטאגס א אנדערע באדייט ווי אמאל, אזוי קלער איך. היינט איז עס א כמו מיסע ווארט, און א שפעט נאמען.

זאכן טוישן זיך, גיי צוריק 100 יאר, און זאג פאר דיין חבר אז דיין שכן איז א פערד.. ער וועט מיינען אז דו קומסט איצטערט פון די לבנה.
אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקל אלטמאן »

zugurnish האט געשריבן:ענפערט דער משוגענער "משוגע משוגע אבער שכל דארף מען האבן"...


אויף ענגליש זאגט מען;
.I might be crazy, but I'm not stupid
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

עם הארץ האט געשריבן:
איישישאק האט געשריבן:ער איז נישט געווען שטאט'ס משוגענ'ער, נאר א גרויסע תלמיד חכם. אבער ער האט געהאט א שארפן פיסק און ער האט גערעדט מער ווי אנדערע.

הגאון ר' אהרן חיים צימערמאן איז געווען א ראש ישיבה אין סקאקי ישיבה, אין טשיקאגא. דער באורד דארט האט אלס געמאכט פראבלעמן פאר די ראשי ישיבה דארט, און זיי האבען אים מחליט געווען ארויס צו טראסקען. פארשטייט זיך האט מען געמאכט א גאנצע באנקעט און מ'האט זיך געזעגענט פון אים ווי ער האט מחליט געווען אליינס אוועק צו פארען פון זיי. דא איז זיין דרשה:

דער ברכה אשר יצר, עלינו לשבח און דער ממזר זענען געקומען מיט טענות צום באשעפער, וואס זענען זיי שולדיג אז זיי זענען אין זייער מצב, אשר יצר איז פאר נאך הכנות, עלינו מורמל'ט מען אויפ'ן וועג ארויס, און דער ממזר איז פסול לבא בקהל על לא עוול בכפו.
דער אויבישטער האט זיי אלעמן געטרייסט, אשר יצר זאגט מען ביי א חופה, עלינו זאגט מען ר"ה יוכ"פ ביים דאווענען מיט גרויס התעוררות, און דער ממזר ווערט א באורד מעמבער.


די ממזר האט געהאט טענות פארוואס ער איז ״אסור לבוא בקהל״ האט מען אים געטרייסט אז אפילו ער וועט נישט קומען בתוך הקהל וועט ער אבער זיין ראש הקהל… כצ״ל


מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אין דעם ביכל פו צאנז איז דא דארט א קאפיטל און ווי אויך א בילד פונעם שטאטס משוגענער דענק איך.
ער שרייבט דארט אז ווען די נאציס ימש״ו זענען אריינגעקומען אין שטאט האט עם איינער געזאגט ער זעל זיך פארשטעלן פאר א גוי האט ער זיך געטוישט די קנעפלעך אויפן העמד פון לינקס אויף רעכטס
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7429
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

ר' יענקל מילר מספר על בן גוריון שבאו לספר לו כי יש בית משוגעים בדרום המדינה אשר נמצא בה איש אחד שבומה לו מאוד ואף שערו זהה לו וכי הוא טוען שהוא הוא בן גוריון האמיתי, בן גוריון התסקרן מאוד מהאיש וכאשר היה פעם בנגב ביקש לבקר בבית משוגעים זה ולראות את האיש, הוא נכנס לשערי המחלקה ופגש באיש הדומה לו כמו ראי ושאלו מה שמך וענה 'בן גוריון' אזי אמר לו הלוא אני הוא בן גוריון, מהו שמל המקורי, אבל הלה בשלו אני הוא בן גוריון אתה רק מתחזה, וכך החלו להישמע רעמי הוויכוחים בכל רחבי בית המשוגעים עד אשר הגיע הזמן להיפרד משם ונכנסו אנשיו של בן גוריון והוציאו את אחד מהשנים.
ומסיים ר' יענק'ל: עד היום אין אנו יודעים אלו משניהם הוציאו משם....
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:ר' יענקל מילר מספר על בן גוריון שבאו לספר לו כי יש בית משוגעים בדרום המדינה אשר נמצא בה איש אחד שבומה לו מאוד ואף שערו זהה לו וכי הוא טוען שהוא הוא בן גוריון האמיתי, בן גוריון התסקרן מאוד מהאיש וכאשר היה פעם בנגב ביקש לבקר בבית משוגעים זה ולראות את האיש, הוא נכנס לשערי המחלקה ופגש באיש הדומה לו כמו ראי ושאלו מה שמך וענה 'בן גוריון' אזי אמר לו הלוא אני הוא בן גוריון, מהו שמל המקורי, אבל הלה בשלו אני הוא בן גוריון אתה רק מתחזה, וכך החלו להישמע רעמי הוויכוחים בכל רחבי בית המשוגעים עד אשר הגיע הזמן להיפרד משם ונכנסו אנשיו של בן גוריון והוציאו את אחד מהשנים.
ומסיים ר' יענק'ל: עד היום אין אנו יודעים אלו משניהם הוציאו משם....

ראוי ונכון לעשות צחוק, ליצונותא דעבודה זרה, מאותו האיש הטמא, אבי אבות הטומאה בן גוריון שם רשעים ירקב.
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1289
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:ר' יענקל מילר מספר על בן גוריון שבאו לספר לו כי יש בית משוגעים בדרום המדינה אשר נמצא בה איש אחד שבומה לו מאוד ואף שערו זהה לו וכי הוא טוען שהוא הוא בן גוריון האמיתי, בן גוריון התסקרן מאוד מהאיש וכאשר היה פעם בנגב ביקש לבקר בבית משוגעים זה ולראות את האיש, הוא נכנס לשערי המחלקה ופגש באיש הדומה לו כמו ראי ושאלו מה שמך וענה 'בן גוריון' אזי אמר לו הלוא אני הוא בן גוריון, מהו שמל המקורי, אבל הלה בשלו אני הוא בן גוריון אתה רק מתחזה, וכך החלו להישמע רעמי הוויכוחים בכל רחבי בית המשוגעים עד אשר הגיע הזמן להיפרד משם ונכנסו אנשיו של בן גוריון והוציאו את אחד מהשנים.
ומסיים ר' יענק'ל: עד היום אין אנו יודעים אלו משניהם הוציאו משם....



:lol: :lol: :lol: :lol:

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
חובב_ספרים
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm

Re: שטאט'ס משוגעים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חובב_ספרים »

הרב יוסף ליס זצ"ל האט דערציילט, אז אין זיין שטאט לאדז', איז געווען א משוגענער וואס דער קינדער פלעגט נאכלויפ'ן און אן שרייען 'משוגענער משוגענער' דער גאנצ'ר צייט. ער העט דאס נישט געקענט ליידען, און ער האט געגאנגען צו ווארשה. אבער נישט לאנג האט דער קינדער פון וורשה אנגעהייב'ן אים אן שרייען 'משוגענער משוגענער'. האט ער געזאקט, 'דער קינדער פון לאדז' זענען אזעלכענער רשעים, האב'ן זיי שוין געשיקט א טעלעגראם צום קינדער פון וורשה וועגען מיר'.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”