אשכול תמונות מרן רביה"ק מ'סאטמאר זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

בן ישי
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 08, 2016 2:20 pm

תגובהדורך בן ישי » מאנטאג יולי 01, 2019 12:24 am

הבעש''ט האט געשריבן:דער ברך משה זי"ע מיט אזא סארט בעקיטשע אין וואכן טעג.

46.JPG

j36.jpg

ביידע בילדער זענען אין לעקוואד ביי א הנחות אבן הפינה סוף מ' יארן דער צווייטער בילד איז ווען דער רבי גייט באזוכן הרב מלכיאל קאלטער שליט"א ווערט געזען רעכטס

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » מאנטאג יולי 01, 2019 1:06 am

פריילעך אידל האט געשריבן:די שאלה איז זייער לאכעדיג...

האסט שוין אמאל געהערט א חסידות זאל האבן א טראדיציע איבער א געוויסע דיזיין פון א בעקיטשע? למשל דוקא גאלדענע בלומען וכדו'? און אויב יא איז סאטמאר סיגוט די לעצטע פלאץ ווי מען זאל מקפיד זיין אויף אזאלכע נארישקייטן...

די בילדער פון רביה"ק מהר"י ט"ב זי"ע איז אין די שווייץ תיכף נאכ'ן באפרייאונג, און ווי אידן האבן פארציילט איז דאס געווען וואס מען האט געשאנקן פארן רבי'ן וואס מען האט פארמאגט, (עס זענען נישט געווען ציפיל חסידישע אידן אין די שווייץ וואס זענען געגאנגען מיט שטריימל בעקיטשע פארשטייט זיך, אויב בכלל) און די בילדער פון דעם ברך משה זי"ע איז פשוט וואס די שניידערס האבן ערצייגט אין יענער צייט...

קודם האב איך הנאה אז כ'האב לאכעדיג געמאכט א 'פריילעך אידל'...

און צו כהאב שוין אמאל געהערט, שוין איינמאל געהערט און נישט נאר געהערט נאר אויך געזעהן, ס'איז עפעס א ספק די פארשינדארטיגע מנהגים בנוגע מלבושים וואס צדיקים און חסידים האבן אריין געלייגט אין דעם קאפ, און יא מקפיד געווען אויף אזעלכע [נישט] נארישקייטן, דער אויפן וויאזוי זיי זענען געגאנגן אנגעטון פון קאפ ביז פוס איז געווען אלעס מיט א כוונה תחילה, שמות וענינים וכדומה, אנגהויבן ביי די סטראקעס, ירושלימער קאפטן, וכו' וכו',
דער דאזיגער בעקטישע איז א בחינה פון א סטראקעס וואס מען האט גענוצט אינדערוואכן, דאס איז נישט סתם א בעקיטשע וואס די שניידערס האבן ערצייגט ווייל מען זעהט נישט אז דער עולם פלעגט עס גיין צוליב די סיבה פון שניידערס.
תן לחכם ויחכם עוד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 01, 2019 7:49 am

ס'איז געוועזן קיין קפידא אויף דעם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג יולי 01, 2019 11:10 am

הבעש''ט האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:די שאלה איז זייער לאכעדיג...

האסט שוין אמאל געהערט א חסידות זאל האבן א טראדיציע איבער א געוויסע דיזיין פון א בעקיטשע? למשל דוקא גאלדענע בלומען וכדו'? און אויב יא איז סאטמאר סיגוט די לעצטע פלאץ ווי מען זאל מקפיד זיין אויף אזאלכע נארישקייטן...

די בילדער פון רביה"ק מהר"י ט"ב זי"ע איז אין די שווייץ תיכף נאכ'ן באפרייאונג, און ווי אידן האבן פארציילט איז דאס געווען וואס מען האט געשאנקן פארן רבי'ן וואס מען האט פארמאגט, (עס זענען נישט געווען ציפיל חסידישע אידן אין די שווייץ וואס זענען געגאנגען מיט שטריימל בעקיטשע פארשטייט זיך, אויב בכלל) און די בילדער פון דעם ברך משה זי"ע איז פשוט וואס די שניידערס האבן ערצייגט אין יענער צייט...

קודם האב איך הנאה אז כ'האב לאכעדיג געמאכט א 'פריילעך אידל'...

און צו כהאב שוין אמאל געהערט, שוין איינמאל געהערט און נישט נאר געהערט נאר אויך געזעהן, ס'איז עפעס א ספק די פארשינדארטיגע מנהגים בנוגע מלבושים וואס צדיקים און חסידים האבן אריין געלייגט אין דעם קאפ, און יא מקפיד געווען אויף אזעלכע [נישט] נארישקייטן, דער אויפן וויאזוי זיי זענען געגאנגן אנגעטון פון קאפ ביז פוס איז געווען אלעס מיט א כוונה תחילה, שמות וענינים וכדומה, אנגהויבן ביי די סטראקעס, ירושלימער קאפטן, וכו' וכו',
דער דאזיגער בעקטישע איז א בחינה פון א סטראקעס וואס מען האט גענוצט אינדערוואכן, דאס איז נישט סתם א בעקיטשע וואס די שניידערס האבן ערצייגט ווייל מען זעהט נישט אז דער עולם פלעגט עס גיין צוליב די סיבה פון שניידערס.
תן לחכם ויחכם עוד


כ'וועל אגריען מיט @פריילעך אז אין סאטמאר - סיגוט איז זיכער נישט געווען קיין קפידא וועלכע בעקיטשע צו זיין, דאס איז א פשוט'ע זאך וואס יעדער ווייסט אליין (חוץ די סטראקעס בעקיטשע ביים דאווענען). אבער מיט דעם וואס ער שרייבט אז עס איז 'נארישקייטן' וועל איך דיסאגריען 100% זיכער איז דא אזעלכע חסידות'ער וואו עס איז דא קפידות מיט וועלכע בעקיטשע צו גיין, לדוגמא: דאכט זיך אז אלע וויזניצער רבי'ס גייען אינדערוואכן מיט דעם שווארץ/גאלדענעם בעקיטשע.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1561
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מאנטאג יולי 01, 2019 11:32 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:לדוגמא: דאכט זיך אז אלע וויזניצער רבי'ס גייען אינדערוואכן מיט דעם שווארץ/גאלדענעם בעקיטשע.

און וועלכע קאליר איז די קפידא, גאלד אדער זילבער?
צוגעלייגטע
9P9A086.jpg
9P9A086.jpg (123.13 KiB) געזעהן 3205 מאל
image117.jpg
image117.jpg (49.91 KiB) געזעהן 3205 מאל
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג יולי 01, 2019 11:36 am

פריילעך אידל האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:לדוגמא: דאכט זיך אז אלע וויזניצער רבי'ס גייען אינדערוואכן מיט דעם שווארץ/גאלדענעם בעקיטשע.

און וועלכע קאליר איז די קפידא, גאלד אדער זילבער?


האסט מיר נישט גוט פארשטאנען (בעסער, כאמעך נישט גוט ארויסגעברענגט)
דארטן איז די מנהג צו גיין מיט א טונקעלע בעקיטשע אינדערוואכן, נישט קיין חילוק צו די דיזיין דערויף איז גאלד אדער זילבער, איז אבער די בעקיטשע סחורה טונקל.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג יולי 01, 2019 12:05 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:לדוגמא: דאכט זיך אז אלע וויזניצער רבי'ס גייען אינדערוואכן מיט דעם שווארץ/גאלדענעם בעקיטשע.

און וועלכע קאליר איז די קפידא, גאלד אדער זילבער?

נישט די איינציגסטע חילוק צווישן מאנסי און ב״ב...
דביה תחדי נפשא

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

מעשה שהי' - מיט א בעקיטשע

תגובהדורך בענאק » מאנטאג יולי 01, 2019 12:45 pm

מעשה שהי' - בשנת תשע"ג

מרן הברך משה זצ"ל איז ביי די נסיעה קיין ארץ ישראל געגאנגען מיט א זעלטענע קאלירטע טיש בעקיטשע, אזאנס וואס מען פלעגט נישט זען דאהי אין אמעריקע.
בשנת תשע"ג ווען מהרי"י איז געפארן אויף ארץ ישראל, איז געווען א יונגערמאן וואס שוין געהאלטן עטליכע יאר נאך זיין חתונה, אבער האט נאך ל"ע נישט געהאט קיין קינדער.
דער יונגערמאן איז נאכגעגאנגען און געטראפן און נאכגעמאכט ממש די זעלבע סארט בעקיטשע פאר מהרי"י. און געבעטן אז ביי די מקומות הקדושים אין צפת זאל דער רבי גיין דערמיט און אים אינזין האבן.

דאס איז געווען בחודש שבט כידוע, און חודש אלול האט דער יונגערמאן געגעבן קידוש!

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » מאנטאג יולי 01, 2019 1:43 pm

ביטע נישט פארדרייען די מציאות, ס'איז קלאר געווען א סדר ביים רבי'ן ז"ל ווען ער איז געגאנגן וואס, נישט אנגעטון סתם מכל הבא לידו, לעומת טאהש און אנדערע מקומות ווי מען האט געקענט גיין אפילו ווייס אינדערוואכן אדער צומאל סטראקעס, אן קיין סדר!
אז מען קוקט אריין אין סיי וועלכע שמועס פונעם רבינ'ס משמשים, באי ביתו, בעלי אכסניא, וועט איר זיך עפעס אנשטויסן אין ענינים וואס דער רבי האט געהאט מיט זיינע מלבושים, (פונקט ווי ער האט געהאט זיינע ענינים על 'כל צעד ושעל' פונעם סדר היום והלילה, ימי החול ושוי"ט, מאי שנא מלבושים?) נאר קען זיין אז אין סיגוט האט מען נישט מקפיד געווען, קומט דער סדר פון צאנז, [ס'איז אפשר פון די זאכן וואס דער קדושת יו"ט האט אהיים געברענגט פון צאנז]
אדרבה נעמט אפיר ספרים אדער קונטרסים ווי ס'איז געדריקט שמועסן ווי די 3 בענדער 'באילנא דחיי' וכד' וועט איר זיך איבערצייגן (דאכציך אפילו אין מסעות ישעי' איז דא א מעשה מיט א סחורה פאר א בעקיטשע וואס דער רבי האט געוועלט אין איטאליע אויפן וועג קיין ארה"ק)

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג יולי 01, 2019 2:26 pm

הבעש''ט האט געשריבן:ביטע נישט פארדרייען די מציאות, ס'איז קלאר געווען א סדר ביים רבי'ן ז"ל ווען ער איז געגאנגן וואס, נישט אנגעטון סתם מכל הבא לידו, לעומת טאהש און אנדערע מקומות ווי מען האט געקענט גיין אפילו ווייס אינדערוואכן אדער צומאל סטראקעס, אן קיין סדר!
אז מען קוקט אריין אין סיי וועלכע שמועס פונעם רבינ'ס משמשים, באי ביתו, בעלי אכסניא, וועט איר זיך עפעס אנשטויסן אין ענינים וואס דער רבי האט געהאט מיט זיינע מלבושים, (פונקט ווי ער האט געהאט זיינע ענינים על 'כל צעד ושעל' פונעם סדר היום והלילה, ימי החול ושוי"ט, מאי שנא מלבושים?) נאר קען זיין אז אין סיגוט האט מען נישט מקפיד געווען, קומט דער סדר פון צאנז, [ס'איז אפשר פון די זאכן וואס דער קדושת יו"ט האט אהיים געברענגט פון צאנז]
אדרבה נעמט אפיר ספרים אדער קונטרסים ווי ס'איז געדריקט שמועסן ווי די 3 בענדער 'באילנא דחיי' וכד' וועט איר זיך איבערצייגן (דאכציך אפילו אין מסעות ישעי' איז דא א מעשה מיט א סחורה פאר א בעקיטשע וואס דער רבי האט געוועלט אין איטאליע אויפן וועג קיין ארה"ק)


זעהה איך אז איר האט נישט פארשטאנען וואס מען שרייבט דא. אוודאי האט דער רבי געהאט זיינע ענינים אין זיינע מלבושים פונקט ווי ער האט דאס געהאט אין יעדע אנדערע זאך, אבער ס'איז נישט געווען אזא מין זאך ווי א 'קפידא' אין 'סיגוט' אז מען דארף גיין דווקא מיט די מין בעקיטשע, חוץ די סטראקעס ביים דאווענען ווי אויבן דערמאנט. אנדערש ווי ביי אנדערע צדיקים וואס ביי א חלק פון זיי איז יא געווען בדיוק פונקטליך אז אין די גזע גייט מען מיט דעם בעקיטשע דעמאלט און מיט דעם בעקיטשע דעמאלט.
והבן ודוק.
אגב, טאהש האט נישט סתם אזוי אנגעטוהן מכל הבא לידו, ווען ער האט געטוישט אויף ווייס איז עס געווען בכונה תחילה, און ער איז נישט געגאנגען אבי אינמיטן די וואך מיט א ווייסע בעקיטשע.

אמת ויציב
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 5:07 pm

תגובהדורך אמת ויציב » מאנטאג יולי 01, 2019 2:47 pm

הבעש''ט האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:די שאלה איז זייער לאכעדיג...

האסט שוין אמאל געהערט א חסידות זאל האבן א טראדיציע איבער א געוויסע דיזיין פון א בעקיטשע? למשל דוקא גאלדענע בלומען וכדו'? און אויב יא איז סאטמאר סיגוט די לעצטע פלאץ ווי מען זאל מקפיד זיין אויף אזאלכע נארישקייטן...

די בילדער פון רביה"ק מהר"י ט"ב זי"ע איז אין די שווייץ תיכף נאכ'ן באפרייאונג, און ווי אידן האבן פארציילט איז דאס געווען וואס מען האט געשאנקן פארן רבי'ן וואס מען האט פארמאגט, (עס זענען נישט געווען ציפיל חסידישע אידן אין די שווייץ וואס זענען געגאנגען מיט שטריימל בעקיטשע פארשטייט זיך, אויב בכלל) און די בילדער פון דעם ברך משה זי"ע איז פשוט וואס די שניידערס האבן ערצייגט אין יענער צייט...

קודם האב איך הנאה אז כ'האב לאכעדיג געמאכט א 'פריילעך אידל'...

און צו כהאב שוין אמאל געהערט, שוין איינמאל געהערט און נישט נאר געהערט נאר אויך געזעהן, ס'איז עפעס א ספק די פארשינדארטיגע מנהגים בנוגע מלבושים וואס צדיקים און חסידים האבן אריין געלייגט אין דעם קאפ, און יא מקפיד געווען אויף אזעלכע [נישט] נארישקייטן, דער אויפן וויאזוי זיי זענען געגאנגן אנגעטון פון קאפ ביז פוס איז געווען אלעס מיט א כוונה תחילה, שמות וענינים וכדומה, אנגהויבן ביי די סטראקעס, ירושלימער קאפטן, וכו' וכו',
דער דאזיגער בעקטישע איז א בחינה פון א סטראקעס וואס מען האט גענוצט אינדערוואכן, דאס איז נישט סתם א בעקיטשע וואס די שניידערס האבן ערצייגט ווייל מען זעהט נישט אז דער עולם פלעגט עס גיין צוליב די סיבה פון שניידערס.
תן לחכם ויחכם עוד


עס איז דא א ספר וואס ברענגט עובדות פון ישמח משה און פונעם ייטב לב (איך קען מיך ניש דערמאנען דעם נאמען, דאכציך מיר א קלויזענבורגער חסיד שרייבט עס) דארט ברענגט ער אז דער ייטב לב איז געגאנגען דוקא מיט געשטרייפטע דיזיין אויפן בעקיטשע, אין ער האט געזאגט אז וויבאלד די אראבער גייען געשטרייפטע קליידער, איז מסתבר אז אזוי איז אויך געגאנגען אברהם אבינו

התבונני
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » מאנטאג יולי 01, 2019 3:23 pm

ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז געווען אין ארץ ישראל איז ער ספעציעל געגאנגען מיט א בעקיטשע וואס האט געהאט א דעזיין אזוי ווי די ירושלים'ער קאפטענעס

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » מאנטאג יולי 01, 2019 8:37 pm

אין סיגוט וסאטמאר איז כפי די פריערדיגע תגובות נישטא קיין 'קפידה' ביי די מלבושים אבער דער סדר איז אזוי:
שחרית ימות החול - הדלקת נר חנוכה - כינוסים ושמחות אין דער פרעמד: גלאטע בעקיטשע
במשך'ן טאג - מנחה מעריב - היימישע מסיבות: געבלימטע בעקיטשע (רבי ז"ל: צומאל קאלירט -נישט רעש'יג לייכט זילבער אדער בלוי-, צומאל שווארץ.
ברך משה ובניו: בדרך כלל שווארץ! קאלירט נאר ביי ספעציעלע מאורעות צב"ש ל"ג בעומר סעודה, קעמפ באזוכן, נסיעות קיין אויסלאנד)
תפילות שבויו"ט - קבל"פ וחופה ביי יו"ח: סטראקעס - ברייטע צאנז'ע גארטל
טישן שבויו"ט - חתונות ביי יו"ח: ווייסע בעקיטשע
מנחה של"ש: ברייטע צאנז'ע גארטל געמאכט פון די זעלבע סחורה ווי די בעקיטשע וואס מען טראגט דעמאלטס
מוצש"ק - חוה"מ - שושן פורים - ברית סעודה ושבע ברכות ביי יו"ח: קאלירט -בפירוש נישט ווייס- צומאל ליכטיגער און צומאל טינקעלער לפי המקום והזמן

ביידעלע
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 11:38 am

תגובהדורך ביידעלע » דינסטאג יולי 02, 2019 12:23 pm

אמת ויציב האט געשריבן:
הבעש''ט האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:די שאלה איז זייער לאכעדיג...

האסט שוין אמאל געהערט א חסידות זאל האבן א טראדיציע איבער א געוויסע דיזיין פון א בעקיטשע? למשל דוקא גאלדענע בלומען וכדו'? און אויב יא איז סאטמאר סיגוט די לעצטע פלאץ ווי מען זאל מקפיד זיין אויף אזאלכע נארישקייטן...

די בילדער פון רביה"ק מהר"י ט"ב זי"ע איז אין די שווייץ תיכף נאכ'ן באפרייאונג, און ווי אידן האבן פארציילט איז דאס געווען וואס מען האט געשאנקן פארן רבי'ן וואס מען האט פארמאגט, (עס זענען נישט געווען ציפיל חסידישע אידן אין די שווייץ וואס זענען געגאנגען מיט שטריימל בעקיטשע פארשטייט זיך, אויב בכלל) און די בילדער פון דעם ברך משה זי"ע איז פשוט וואס די שניידערס האבן ערצייגט אין יענער צייט...

קודם האב איך הנאה אז כ'האב לאכעדיג געמאכט א 'פריילעך אידל'...

און צו כהאב שוין אמאל געהערט, שוין איינמאל געהערט און נישט נאר געהערט נאר אויך געזעהן, ס'איז עפעס א ספק די פארשינדארטיגע מנהגים בנוגע מלבושים וואס צדיקים און חסידים האבן אריין געלייגט אין דעם קאפ, און יא מקפיד געווען אויף אזעלכע [נישט] נארישקייטן, דער אויפן וויאזוי זיי זענען געגאנגן אנגעטון פון קאפ ביז פוס איז געווען אלעס מיט א כוונה תחילה, שמות וענינים וכדומה, אנגהויבן ביי די סטראקעס, ירושלימער קאפטן, וכו' וכו',
דער דאזיגער בעקטישע איז א בחינה פון א סטראקעס וואס מען האט גענוצט אינדערוואכן, דאס איז נישט סתם א בעקיטשע וואס די שניידערס האבן ערצייגט ווייל מען זעהט נישט אז דער עולם פלעגט עס גיין צוליב די סיבה פון שניידערס.
תן לחכם ויחכם עוד


עס איז דא א ספר וואס ברענגט עובדות פון ישמח משה און פונעם ייטב לב (איך קען מיך ניש דערמאנען דעם נאמען, דאכציך מיר א קלויזענבורגער חסיד שרייבט עס) דארט ברענגט ער אז דער ייטב לב איז געגאנגען דוקא מיט געשטרייפטע דיזיין אויפן בעקיטשע, אין ער האט געזאגט אז וויבאלד די אראבער גייען געשטרייפטע קליידער, איז מסתבר אז אזוי איז אויך געגאנגען אברהם אבינו

עס איז אנגענימען אז ער האט געהאט א בעקישע פון ארץ ישראל וואס ער האט זייער מחשיב געווען און אויף דעם בעקישע האט ער זיך אויסגדריקט אז אברהם אבינו איז אזוי געגאנגען, כידוע אז די בעקישע איז יסודתו פון הרה"ק רבי אלעזר מענדל מ'לעלוב זצ"ל וואס איז געווען די ערשטע חסידישע רבי און ירושלים.

ביידעלע
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 11:38 am

תגובהדורך ביידעלע » דינסטאג יולי 02, 2019 12:39 pm

הבעש''ט האט געשריבן:אין סיגוט וסאטמאר איז כפי די פריערדיגע תגובות נישטא קיין 'קפידה' ביי די מלבושים אבער דער סדר איז אזוי:
שחרית ימות החול - הדלקת נר חנוכה - כינוסים ושמחות אין דער פרעמד: גלאטע בעקיטשע
במשך'ן טאג - מנחה מעריב - היימישע מסיבות: געבלימטע בעקיטשע (רבי ז"ל: צומאל קאלירט -נישט רעש'יג לייכט זילבער אדער בלוי-, צומאל שווארץ.
ברך משה ובניו: בדרך כלל שווארץ! קאלירט נאר ביי ספעציעלע מאורעות צב"ש ל"ג בעומר סעודה, קעמפ באזוכן, נסיעות קיין אויסלאנד)
תפילות שבויו"ט - קבל"פ וחופה ביי יו"ח: סטראקעס - ברייטע צאנז'ע גארטל
טישן שבויו"ט - חתונות ביי יו"ח: ווייסע בעקיטשע
מנחה של"ש: ברייטע צאנז'ע גארטל געמאכט פון די זעלבע סחורה ווי די בעקיטשע וואס מען טראגט דעמאלטס
מוצש"ק - חוה"מ - שושן פורים - ברית סעודה ושבע ברכות ביי יו"ח: קאלירט -בפירוש נישט ווייס- צומאל ליכטיגער און צומאל טינקעלער לפי המקום והזמן

עס איז געווען די סדר ביים רבין מהרי"ט אז ווען מען איז אהיים גקומען פון שחרית איידער מען האט טועם געווען האט ער זיך געטוישט צו א גבלימטע קאלארדיגע בעקישע און מיט דעם גבליבען דעם גאנצען טאג אפילו צו מנחה ומעריב.
ווען ער האט נאך געוואוינט אין סאטמאר און עס איז געווען א טאג וואס ער האט געפאסט איז ער געבליבן מיט די שווארצע בעקישע אגאנצן טאג און דאס איז געווען א סימן פאר די בחורים אז דער רבי פאסט היינט. ווען דער רבי איז געוואר געווארן אז מען ווייסט פון דעם סימן האט ער אנגהויבן צי טוישען די בעקישע אפילו ווען ער האט געפאסט (געהערט פון ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש ע"ה).

שב"ק ווען דער רבי האט אנגעהאט סטראקעס פלעגט דער רבי אנטאן א ברייטע גארטל פון סאמעט וואס איז געווען די זעלבע סחורה ווי די סטראקעס.
שב"ק ביים טיש פלעגט קודם דער רבי אנטאן דעם שווארצען גארטל אויף די טיש בעקעישע גארטל ביז נאך קידוש, שפעטער האט די רעביצן גלאזט מאכען א ברייטע גארטל פון די זעלבע סחורה ווי די טיש בעקישע וואס דאס האט מען אנגטאן ביז נאך קידוש ווי אויך ביי שלש סעודות.
דער ברך משה פלעגט אבער יא צוריק אנטאן די גלאטע שווארצע ווען ער פלעגט ארויסגיין צו א חתונה אדער מסיבות. ער האט אמאל פארציילט אז זיין טאטען איז אלעמאל געגאנגען מיט א קאלירטע בעקישע, ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס ער פירט זיך אנדערש ווי זיין טאטע האט ער געענטפערט מיט א שמייכעל אז ער האט נאך אסאך אנדערע זאכען וואס ער דארף נאך נאכמאכען זיין טאטע (מפי אחד המשמשים).

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » דינסטאג יולי 02, 2019 6:40 pm

דא האט איר בילדער פונעם ברך משה זי"ע ביי א ל"ג בעומר טיש און אין קעמפ מיט א קאלירטע בעקיטשע אינדערוואכן

P1010046.JPG
P1010046.JPG (137.92 KiB) געזעהן 2570 מאל

P1010054.JPG
P1010054.JPG (276.46 KiB) געזעהן 2570 מאל

ברך משה במחנה רב טוב בחתימות תעודות.JPG
ברך משה במחנה רב טוב בחתימות תעודות.JPG (748.13 KiB) געזעהן 2570 מאל

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג יולי 02, 2019 7:06 pm

פאר רש״ל וויינבערגער איז רבי משה יאזעפאוויטש?
דביה תחדי נפשא

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג יולי 02, 2019 7:08 pm

חמרא טבא האט געשריבן:פאר רש״ל וויינבערגער איז רבי משה יאזעפאוויטש?

ריכטיג

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג יולי 02, 2019 7:24 pm

שענברוין מיט א ספירה בארד...
דביה תחדי נפשא

להבא
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 2:47 pm

תגובהדורך להבא » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 6:24 pm


אוועטאר
וועלוועל קליינער
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm

תגובהדורך וועלוועל קליינער » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 7:55 pm

הבעש''ט האט געשריבן:אין סיגוט וסאטמאר איז כפי די פריערדיגע תגובות נישטא קיין 'קפידה' ביי די מלבושים אבער דער סדר איז אזוי:
שחרית ימות החול - הדלקת נר חנוכה - כינוסים ושמחות אין דער פרעמד: גלאטע בעקיטשע
במשך'ן טאג - מנחה מעריב - היימישע מסיבות: געבלימטע בעקיטשע (רבי ז"ל: צומאל קאלירט -נישט רעש'יג לייכט זילבער אדער בלוי-, צומאל שווארץ.
ברך משה ובניו: בדרך כלל שווארץ! קאלירט נאר ביי ספעציעלע מאורעות צב"ש ל"ג בעומר סעודה, קעמפ באזוכן, נסיעות קיין אויסלאנד)
תפילות שבויו"ט - קבל"פ וחופה ביי יו"ח: סטראקעס - ברייטע צאנז'ע גארטל
טישן שבויו"ט - חתונות ביי יו"ח: ווייסע בעקיטשע
מנחה של"ש: ברייטע צאנז'ע גארטל געמאכט פון די זעלבע סחורה ווי די בעקיטשע וואס מען טראגט דעמאלטס
מוצש"ק - חוה"מ - שושן פורים - ברית סעודה ושבע ברכות ביי יו"ח: קאלירט -בפירוש נישט ווייס- צומאל ליכטיגער און צומאל טינקעלער לפי המקום והזמן

עס איז נישט אינגאנצן אזוי.
איך געדענק נאך אין די אלע מ' יארן, אזוי אויך אנפאנג נ' יארן פלעגט דער בר"מ נישט גיין אין קיין 'ווייסע' בעקעטשע יעדע וואך ביי של"ש.
יענע יארן פלעגט ער גיין אין ליכטיג בלוי בעקעטשע, אדער גרינע וכו'.
אזוי אויך חוה"מ.

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 8:15 pm

להבא האט געשריבן:
בילד פון מרן הגה''ק מסאטמאר זי''ע ביי א חופה.pdf



דארט שטייט אז די רבי האט אראפ די הוט צוליב נשים, מיר שיינט אז עס איז וועגן בילדער ווי איידער נשים

ביללער
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 9:11 pm

פ' לך לך האט געשריבן:
להבא האט געשריבן:
בילד פון מרן הגה''ק מסאטמאר זי''ע ביי א חופה.pdf



דארט שטייט אז די רבי האט אראפ די הוט צוליב נשים, מיר שיינט אז עס איז וועגן בילדער ווי איידער נשים

וודאי וועגן נשים. א באקאנטע זאך און שמועס. און אויף ביי אנדערע רבנים

שאראש-פאטאק
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

תגובהדורך שאראש-פאטאק » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 9:35 am

יום זה מכובד האט געשריבן:קארל השני ירש את המלוכה מאביו – קארל הראשון – בשנת תר"צ (1930), ייחסו ליהודים בתחילת ימי מלכותו היה 'פושר'. בשנת תרצ"ו (1936) גרם לקידוש השם גדול במדינה. הוא הגיע בליווי מצעד גדול לעיר סאטמר. העירייה הכינה במה ענקית עליה עמדו כל ראשי העיר הן בתחום הדתי והן בתחום העירוני. ראשי כל הדתות התייצבו על בימת-הכבוד, יהודים לצד שאר הדתות. מעמד זה גרם לקידוש השם כפול.
האדמו"ר רבי יואל טייטלבוים רב העיר הגיע בליווי חתנו הרב מסעמהאלי וראש-הקהל – ר' שמואל רוזנברג. כן התייצבו הרבנים לקהילות הסטטוס-קוו והניאולוגית. ולצדם התייצבו שאר ראשי הדתות והעירייה. המלך הגיע בליווי של צעדה שכללה אלפי חיילים ואנשי מלכות, ברוב פאר והדר. בהתקרבו למיקום הבמה סרק המלך את כל הניצבים, ומכולם בחר לגשת לכיוון רבי יואל. בינתיים החלו לצעוד כלפי המלך שני גלחים הדרגות צעדו לקראת המלך, אולם התעלם מהם, וניגש תיכף להרב, שעמד בסילודין כשבידו האחת מחזיק את מקלו הרבני ובשנייה את כובעו. הרב הרגיש תיכף בנעשה: הקד קידה ובירך את ברכת 'שנתן מכבודו לבשר ודם' והמלך הושיט את ידו לקראת הרב. שנייה תועדה ע"י צלם יהודי, שפורסמה תיכף בעיתונות הרומנית. כעבור ימים אחדים נשאל המלך למה ניגש לראשונה לרב אורטודוקסי, הגיב: תיכף עם בואי לכיוון הבמה, סרקתי את כל הניצבים עם דרגתם הגבוהה, על רב זה וכלשונו 'אידישן גייסטליכן ראבינער' לבי נמשך אליו הודות לצורתו שהקרינה רוחנית. תשובת המלך התפרסמה בעיתונות היהודית במדינה.
פון דא
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_001.jpg

די רבי איז זייער איינגעבויגען ער זעט אויס אסאך עלטיר ווי די אנדערע פיקטשערס פין יענע יארען בפשטות דיר רבי האט נישט געוואלט קיקען אויף א גוי האט ער זיך איינגעבויגען

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 4:41 am

שאראש-פאטאק האט געשריבן:
יום זה מכובד האט געשריבן:קארל השני ירש את המלוכה מאביו – קארל הראשון – בשנת תר"צ (1930), ייחסו ליהודים בתחילת ימי מלכותו היה 'פושר'. בשנת תרצ"ו (1936) גרם לקידוש השם גדול במדינה. הוא הגיע בליווי מצעד גדול לעיר סאטמר. העירייה הכינה במה ענקית עליה עמדו כל ראשי העיר הן בתחום הדתי והן בתחום העירוני. ראשי כל הדתות התייצבו על בימת-הכבוד, יהודים לצד שאר הדתות. מעמד זה גרם לקידוש השם כפול.
האדמו"ר רבי יואל טייטלבוים רב העיר הגיע בליווי חתנו הרב מסעמהאלי וראש-הקהל – ר' שמואל רוזנברג. כן התייצבו הרבנים לקהילות הסטטוס-קוו והניאולוגית. ולצדם התייצבו שאר ראשי הדתות והעירייה. המלך הגיע בליווי של צעדה שכללה אלפי חיילים ואנשי מלכות, ברוב פאר והדר. בהתקרבו למיקום הבמה סרק המלך את כל הניצבים, ומכולם בחר לגשת לכיוון רבי יואל. בינתיים החלו לצעוד כלפי המלך שני גלחים הדרגות צעדו לקראת המלך, אולם התעלם מהם, וניגש תיכף להרב, שעמד בסילודין כשבידו האחת מחזיק את מקלו הרבני ובשנייה את כובעו. הרב הרגיש תיכף בנעשה: הקד קידה ובירך את ברכת 'שנתן מכבודו לבשר ודם' והמלך הושיט את ידו לקראת הרב. שנייה תועדה ע"י צלם יהודי, שפורסמה תיכף בעיתונות הרומנית. כעבור ימים אחדים נשאל המלך למה ניגש לראשונה לרב אורטודוקסי, הגיב: תיכף עם בואי לכיוון הבמה, סרקתי את כל הניצבים עם דרגתם הגבוהה, על רב זה וכלשונו 'אידישן גייסטליכן ראבינער' לבי נמשך אליו הודות לצורתו שהקרינה רוחנית. תשובת המלך התפרסמה בעיתונות היהודית במדינה.
פון דא
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_001.jpg

די רבי איז זייער איינגעבויגען ער זעט אויס אסאך עלטיר ווי די אנדערע פיקטשערס פין יענע יארען בפשטות דיר רבי האט נישט געוואלט קיקען אויף א גוי האט ער זיך איינגעבויגען

זייט ווען איז דער רבי נישט געוואלט קוקען אויף א גוי?
אין די עלטערע יאהרן, זענען אפאר מאל אריין הויכע פאליטקאנטן ביים רבי'ן זי"ע, דער רבי האט זיך קיינמאל נישט מונע געוועהן קוקן אויף זיי מיט א שיינע שמייכל
בפשטות דער רבי האט זיך געבויגען לכבוד המלכות


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט