נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4697
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך יולי 10, 2019 1:50 pm

ס'איז בעצם אמעריקאנער נייעס, אבער אמעריקע איז אויך א לאנד אויף דער וועלט...

די עף בי איי האט ארעסטירט עטליכע הויכראנקיגע רעגירונגס איינגעשטעלטע אין פארטא ריקא, אין רעזולטאט פון אויפגעדעקטע קארופציע.

צוווישן זיי די געוועזענע געזונטהייט פראגראמען דירעקטאר און עדוקאציע סעקרעטאר וועלכע איז ארעסטירט געווארן אין וואשינגטאן.
אויב ווילט איר נישט טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4697
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יולי 14, 2019 6:40 pm

א מאכטפולן ערדציטערניש האט באטראפן אינדוניזיע פון 7.3 אויפן ריכטער וואג.

איין טויטפאל איז באריכטעט געווארן, קיין געפאר פון צונאמי.
אויב ווילט איר נישט טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3021
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג יולי 23, 2019 1:15 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:י
זשאנסאן און האנט גייען צו א 'פאסטאל וואט' צווישן די 160,000 'טארי' פארטיי מעמבער'ס, די פארטיי וויל שוין האבן די רעזולטאטן אריין ביי יולי 22 און ערוועלן דעם נייעם פארטיי פירער, און פרעימער.

'האנט' האט מודה געווען אז ער איז א underdog, און אז זשאנסאן האט סאך בעסערע שאנסן, אבער האט צוגעזאגט פאר זשאנסאן די "פייט פון זיין לעבן".

די אפאזיציע 'לעיבאר' פארטיי פארלאנגט א זשענעראל עלעקשאן, זאגנדיג, "אפאר אומרעפרעזענטעטיוו קאנסערוואטיווע מעמבער'ס זאלן נישט פיקן אונזער נעקסטע פרעימער, עס זאל זיין די פיפעל דורך א זשענעראל עלעקשאן".

מארגן 11 פארמיטאג לאנדאנע זייגער (6 צופריה אין ניו יארק) גייט די פארטיי מעלדן ווער ס'איז דער געווינער, לויט די עקספעקטעישענס האט דזשאנסאן געווינען.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך יולי 24, 2019 12:28 pm

א זעלטענע מיליטערישע קאנפראנטאציע איז נעכטן פארגעקומען צווישן די מיליטערן פון דרום קארעא און רוסלאנד, ווען דאס דרום קארעא מיליטער האט ארויסגעשאסן עטליכע הונדערט מאשין-גאן רונדעס אין ריכטונג פון א רוסישן פליגער, וועלכע האט פארלעצט קארעא טעריטאריע און געפארן העכער'ן דאקדאו אינזל.

דאס דרום קארעא מיליטער האט אויך ארויסגעשיקט עטליכע פליגערס צו באגלייטן און פארטרייבן דעם רוסישן פליגער אוועק פונעם ארט, און דער אינצידענט האט געברענגט שארפע רעאקציעס פון רוסלאנד, כינע און יאפאן.

איד דעילי
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום מיטוואך יולי 24, 2019 12:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך יולי 24, 2019 12:29 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:י
זשאנסאן און האנט גייען צו א 'פאסטאל וואט' צווישן די 160,000 'טארי' פארטיי מעמבער'ס, די פארטיי וויל שוין האבן די רעזולטאטן אריין ביי יולי 22 און ערוועלן דעם נייעם פארטיי פירער, און פרעימער.

'האנט' האט מודה געווען אז ער איז א underdog, און אז זשאנסאן האט סאך בעסערע שאנסן, אבער האט צוגעזאגט פאר זשאנסאן די "פייט פון זיין לעבן".

די אפאזיציע 'לעיבאר' פארטיי פארלאנגט א זשענעראל עלעקשאן, זאגנדיג, "אפאר אומרעפרעזענטעטיוו קאנסערוואטיווע מעמבער'ס זאלן נישט פיקן אונזער נעקסטע פרעימער, עס זאל זיין די פיפעל דורך א זשענעראל עלעקשאן".

מארגן 11 פארמיטאג לאנדאנע זייגער (6 צופריה אין ניו יארק) גייט די פארטיי מעלדן ווער ס'איז דער געווינער, לויט די עקספעקטעישענס האט דזשאנסאן געווינען.

וכך הוה, באריס דזשאנסאן איז אפיציעל אויסגעוועלט געווארן אלס נייער פרעמיער מיניסטער אין ענגלאנד. ער האט געוואונען די וואלן מיט 92 טויזנט שטימען פון די קאנסערוואטיווע פארטיי מיטגלידער קעגן 46 טויזנט פאר זיין קעגנער דזשערעמי האנט. ער וועט היינט איבערנעמען די לייצעס פון טעריסא מעי.

מען דערווארט באלדיגע דראמא ארום דעם ברעקזיט, וואס ער האט פארשפראכן זיך צו האלטן צום אקטאבער 31 דעדליין.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יולי 30, 2019 4:03 pm

דער פוילישער רעגירונג איז אויפגעקומען מיט א געניאלע פלאן צו פארמיידן יונגע טאלאנטפולע פאלאקן פון פארלאזן דאס לאנד, נעמליך צו גענצליך פטר׳ן יוגנטליכע - אונטער די עלטער פון 26 יאר - פון צאלן איינקונפט שטייערן אויף זייערע פארדינסטן,

די רעגירונג זאגט אז דאס וועט מוטיגן יונגע פאלאקן צו פארבלייבן אין פוילן און אויפבליען איר עקאנאמיע.

דער דורכשניטליכע איינקונפט שטייער אין פוילן איז 18% פאר פארדינסטן העכער 15 טויזנט דאלער יערליך און יוגנטליכע וועלן אינגאנצן נישט דארפן צאלן קיין שטייער פאר פארדינסטן ביז 23 טויזנט דאלער, און העכער דעם סכום וועלן זיי אויך צאלן א נידריגע ראטע, דאס קומט נאכדעם וואס נאנט צו צוויי מיליאן יונגע פאלאקן זענען אריבער צו אנדערע אייראפעאישע לענדער וואו מען פארדינט בעסער, און דער רעגירונג האפט אז זיי זאלן צוריקקומען אהיים צו ביישטייערן פאר די ארטיגע עקאנאמיע.

JP

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג אוגוסט 04, 2019 1:52 pm

אין א ספעציעלן פארמעסט פאר א ענגלישע פארלאמענט זיץ, האט די ליבעראלע פארטיי באוויזן צו פארכאפן דעם זיץ אוועק פון דזשאנסאן'ס קאנסערוואטיווע פארטיי.

דאס מיינט אז אצינד האט דזשאנסאן בלויז אן איין-זיץ מאיאריטעט אינעם פארלאמענט, וואס באדייט אז ער וועט מוזן צופרידנשטעלן 'אלע' פארלאמענט מיטגלידער פון זיין פארטיי.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 4:58 pm

די לאנג-יעריגע געפעכט צווישן אינדיע און פאקיסטאן איבער דעם קאשמיר פראווינץ איז צופלאקערט געווארן נאכדעם וואס אינדיע האט געטוישט דעם סטאטוס-קווא איבער קאשמיר און אפגעשאפן א ספעציעלן סטאטוס וואס האט געגעבן פאר דעם ראיאן א געוויסע אויטאנאמיע, און עס וועט זיין גענצליך אונטער אינדיער הערשאפט.

אונטער די ביז יעצטיגע סטאטוס האבן אינדיער פון אנדערע חלקים פון אינדיע נישט געקענט זיך אריבערציען אהין אדער קויפן שטחים כדי צו האלטן אפן די מעגליכקייט פאר א פשרה מיט פאקיסטאן.

די שריט רופט ארויס גרויס צארן אין פאקיסטאן און פון די פרא-פאקיסטאנער אינעם קאשמיר פראווינץ און פאקיסטאן ווארנט אז דאס קען ברענגען א בלוטיגע ציווילע קריג און אפעלירט צו אמעריקע צו אינטערווענירן און אפשטעלן די שריט פון אינדיע.

JP

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:01 am

די אינדיער פארלאמענט האט נעכטן געשטימט אוועקצונעמען די זעלבסטשטענדיגקייט סטאטוס פונעם קאשמיר ראיאן, און דערמיט צוריק גענצליך פארכאפט קאנטראל אויף איר טייל פונעם ראיאן וואס איר שכן פאקיסטאן טענה'ט אז עס באלאנגט פאר איר.

דאס אינדיער מיליטער האט אויך נעכטן געשטעלט קאשמיר אונטער לאקדאון, וועלנדיג פארמיידן פראטעסטן און ראיאטן קעגן דעם סטאטוס-טויש.

פאקיסטאן האט פארדאמט די אלע שריט, זאגנדיג אז דאס קען פירן צו א פולקאמע מלחמה.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 10:47 pm

די שטורמישע פרא-דעמאקראטיע פראטעסטן וועלכע קומען פאר אין האנג קאנג האט געברענגט דעם גאנצן שטאט צו א טאטאלע שטילשטאנד, און די לופטפעלד איז גענצליך אפגעשפארט און פילע שאסייען און איינריכטונגען זענען פאראליזירט געווארן, נאכדעם וואס היינט זענען צענדליגע טויזטער געקומען זיך אנשליסן נאך וואס עס זענען באריכטעט געווארן עטליכע אינצידענטן פון שווערע פאליציי ברוטאליטעט, וואס האט פריש אויפגעברויזט די מאסן.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 10:54 pm

פעיק נוז האט געשריבן:די שטורמישע פרא-דעמאקראטיע פראטעסטן וועלכע קומען פאר אין האנג קאנג האט געברענגט דעם גאנצן שטאט צו א טאטאלע שטילשטאנד, און די לופטפעלד איז גענצליך אפגעשפארט און פילע שאסייען און איינריכטונגען זענען פאראליזירט געווארן, נאכדעם וואס היינט זענען צענדליגע טויזטער געקומען זיך אנשליסן נאך וואס עס זענען באריכטעט געווארן עטליכע אינצידענטן פון שווערע פאליציי ברוטאליטעט, וואס האט פריש אויפגעברויזט די מאסן.


איז דא א מעגליכקייט אז כינע גייט פארלירן אנטקעגן די בירגער? די כינעזער האלטן זיך דאך נישט אפ פון גארנישט צו דערשטיקן די פראטעסטן.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 11:00 pm

דערווייל זענען זיי נאכנישט אריין געמישט, אבער איך גלויב אז זיי קענען דערשטיקן די פראטעסטן חוץ אויב אנדערע לענדער וועלן זיך אריינמישן, וואס דאס איז אנלייקלי.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג אוגוסט 18, 2019 1:02 pm

די רעגירונג אין אינדיע האט פארשפראכן, אז זיי וועלן אראפנעמען די שווערע זיכערהייט מאסנאמען און מיליטערישע וואך וואס זי האט אוועקגעשטעלט אויפ'ן קאשמיר ראיאן מיט צוויי וואכן צוריק.

אינדיע האט געשטעלט די מיליטערישע מאסנאמען און בלאקאדעס אין קאשמיר, נאכדעם וואס זי האט אוועקגענומען זעלבסטשטענדיגקייט רעכטן פון דער לאקאלער רעגירונג, און זי האט געוואלט זיכער מאכן אז סיי וועלכע ראיאטן אדער געוואלדטאטן קעגן דעם שריט ווערט אונטערדרוקט.

אינדיע קומט דערפאר אונטער קריטיק פון דער גלאבאלער געמיינדע, און זאגט יעצט אז ס'וועט מער נישט לאנג אנהאלטן.

איד דעילי

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4697
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 4:59 pm

מאסיווע וואלד פייערן ברענען אינען ריזן 'אמאזאן' וואלד אין בראזיל, און פארשפרייטן זיך גאר שנעל.

אמאזאן איז די גרעסטע רעגן-וואלד אויף דער וועלט.
אויב ווילט איר נישט טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 5:04 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מאסיווע וואלד פייערן ברענען אינען ריזן 'אמאזאן' וואלד אין בראזיל, און פארשפרייטן זיך גאר שנעל.

אמאזאן איז די גרעסטע רעגן-וואלד אויף דער וועלט.

עס ברענען דארט וואלד פייערן יעדעס יאר די צייט, עס איז נאר יעצט ארויסגעקומען די אפיציעלע ציפערן וואס ווייזן אז היי יאר איז שוין פארגעקומען דארט כמעט דאפלט פייערן ווי א נארמאלע יאר.

דאס איז אין צוגאב צו די הונדערטער סקווער מייל וואס ווערט יעדעס יאר אויסגעהאקט דורך מענטשן.
א שאד אויף די גרעסטע וויילדלייף נאטורליכע ארט אויף די וועלט (און פון די איינציגסטע פלעצער אין די וועלט וואס מענשליכע פוס האבן נאכנישט באטראטן) וואס גייט אזוי איין מער און מער.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4697
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 5:20 pm

יישר כח פארן אויסקלארן.
אויב ווילט איר נישט טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 6:18 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:עס ברענען דארט וואלד פייערן יעדעס יאר די צייט, עס איז נאר יעצט ארויסגעקומען די אפיציעלע ציפערן וואס ווייזן אז היי יאר איז שוין פארגעקומען דארט כמעט דאפלט פייערן ווי א נארמאלע יאר.

דאס איז אין צוגאב צו די הונדערטער סקווער מייל וואס ווערט יעדעס יאר אויסגעהאקט דורך מענטשן.
א שאד אויף די גרעסטע וויילדלייף נאטורליכע ארט אויף די וועלט (און פון די איינציגסטע פלעצער אין די וועלט וואס מענשליכע פוס האבן נאכנישט באטראטן) וואס גייט אזוי איין מער און מער.

יעצט זעה איך א באריכט פון USA TODAY אז די צוויי פאקטארן גייען גאר צוזאמען, דהיינו אז די פייערן הייבן זיך געווענליך אן ווען מענטשן האקן אויס שטחים וועלדער פאר ביזנעס צוועקן, און אנשטאט באצאלן אוועקצופירן די הויפענעס ביימער, לאזן זיי עס אויסטרוקענען און מען צינד עס אן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג אוגוסט 25, 2019 12:38 pm

די רוסישע רעגירונג האט אפיציעל געלאזט אויפ'ן וועג איר שווימענדיגער נוקלעארער רעאקטאר, טראץ די זארגן פון גלאבאלע נוקלעארע עקספערטן.

דער שווימענדיגער נוקלעארע רעאקטאר איז די איינציגסטע אין דער וועלט, און עקספערטן זענען באזארגט אז אויב עס מאכט זיך א נוקלעארע ארויסרינונג, ווען עס זיין אן אינטערנאציאנאלע קאטאסטראפע.

רוסלאנד האט איגנארירט די זארגן, און די שיף האט זיך היינט ארויסגעלאזט פון סט. פעטערסבורג, אויפ'ן וועג צום ארקטיק ים, וואו עס וועט אריבערפארן נאענט צו פילע לענדער.

איד דעילי

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 11:18 am

די בריטישע קעניגין האט באשטעטיגט א פארלאנג פון פ.מ. באריס דזשאנסאן צו סוספענדירן די פארלימענט פון סעפטעמבער 9 ביז אקטאבער 14, איינצוימענדיג די מעגליכקייט אז זיי זאלן אים לייגן שטיינער אין וועג ביים דורכפירן ברעקזיט.

די ליבעראלע שוימען אויפן קווין
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 11:44 am

וואס איז פשט פון אזא פארלאנג?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3021
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:04 pm

אין א סורפרייז און דראמאטישע טאקטיק האט דער נייער ענגלישע פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן געבעטן פונעם קעניגן צו סוספענדירן די בריטישע פארלימענט אנגעהויבן פון סעפטעמבער 9 אויף פינף וואכן ביזן אנהייבן די נייע פארלימענט סעשאן און אקטאבער 14.

די פארלימענט איז יעצט אויף ריסעס און וועט זיך צוריק אנהייבן סעפ. 3, און ס'איז געווען געסקעדזשולד צו אנהייבן ריסעס ערגעצוואו ארום סעפטעמבער 23-24 פאר דריי וואכן ביזן אנהייב פון די נייע זמן אום אקטאבער 14, אבער דזשאנסאן האט עס צוריקגעריקט מיט צוויי וואכן, מאכנדיג שווערער די אויסזיכטן פאר די אנטי ברעקזיט אקטיוויסטן אינעם פארלימענט צו דעבאטירן און אדורכפירן א ביל אנטקעגן א "נישט דיעל ברעקזיט".

אויב פאלט די אפאזיציע אדורך מיט א ביל וואס פארבאט א "נישט דיעל ברעקזיט" קענען זיי פארלאנגן א "נאו קאנפידענץ" וואוט אינעם פארלימענט, און אויב פאלט דזשאנסאן אדורך דאן קומט פאר פרישע וואלן.
אבער כדי ס'זאל פארקומען פרישע וואלן פאר אקטאבער 29 - וואס דאס איז די טאג וואס ענגלאנד גייט אויטאמאטיש ארויס פון די אי-יו - דארף די נאו קאנפידענץ וואוט פארקומען אין די 7 טעג צווישן סעפ. 3 און סעפ. 9, און אפילו אויב יא קוקט אויס יעצט לויט די פאולס אז די קאנסערוועטיווע פארטיי האט נאכאלץ א גאר שטארקע אויבערהאנט איבער די אפאזיציע (אנטיסעמיטישע) פארטיי פון דזשערמי קארבין.

לגבי די קעניגן זי מישט זיך געווענליך נישט אין פאליטיקס ממילא האט זי געדארפט געבן די פארמאלע אפראוועל צו סוספענדירן די פארלימענט, פארקערט אויב זי וואלט עס אפגעזאגט וואלט עס געווען א אנפרעצעדנטעד שריט פון איהר זייט.
צוגעלייגטע
64a3829b-1a57-4f5f-ac0f-172b4fed94f3.jpg
64a3829b-1a57-4f5f-ac0f-172b4fed94f3.jpg (325.3 KiB) געזעהן 1349 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3021
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:10 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:די בריטישע קעניגין האט באשטעטיגט א פארלאנג פון פ.מ. באריס דזשאנסאן צו סוספענדירן די פארלימענט פון סעפטעמבער 9 ביז אקטאבער 14, איינצוימענדיג די מעגליכקייט אז זיי זאלן אים לייגן שטיינער אין וועג ביים דורכפירן ברעקזיט.

די ליבעראלע שוימען אויפן קווין

די ליבעראלן שוימען אויף דזשאנסאן און נישט אויפן קעניגן וואס האט בלויז געטוהן איהר פליכט פון אויספאלגן די פארלאנג פון דעמאקראטישע ערוועלטער פרעמיער.

און ווי געזאגט אויב וואלט זי עס צוריקגעוויזן וואלט עס געווען אן אנפרעצעדנטעד שריט.
ווי אומדעמאקראטיש דאס סוספענדירן די פארלימענט קען אויסקוקן, וואלט די שריט פונעם קעניגן געווען אסאאאך ערגער!

און בעצם איז דאס סוספענדירן דאס פארלימענט פריער וואו די צייט גאר א נארמאלע זאך עיין ערך מעקאנעל וכדו', נאר אין די יעצטיגע אומשטענדן מיט די ברעקזיט און מיט דזשאנסאן'ס כוונה דערצו, האט עס געמאכט פאר א באמבע...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:10 pm

פעיק נוז האט געשריבן:וואס איז פשט פון אזא פארלאנג?

די לינקע שרייען דארט אז עס איז א constitutional outrage ענליך ווי ביי אונז א קאנסטיטושענל קרייסיס.

זיי זאגן אז

Shutting down Parliament would be an offense against the democratic process and the rights of Parliamentarians as the people's elected representatives

ער טענה'ט אז ער מוז עס טון כדי אויס צופירן וואס דער פאלק וויל אן קיין שטער.

זעט אויס אז עס איז קאנסטיטושנל אויסגעהאלטן און דער קווין גיט עס אייביג נאך משום לא פלוג, און זיכער דארט ווי ס'וואלט געשטערט דער רצון פונעם באפעלקערונג. עס איז נאר פאר א פאר טעג.

(האב עס געזאגט אלס א השערה, אבער צוגעטראפן צו פאראינטערסירט)
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:14 pm

למעשה אויף וויפיל איך זעהאויף סאשעל מידיע ברויזן די ליבעראלע פיגורן יא אויפן קעניגן
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:15 pm

ברויזן איז א חלק פונעם שפיל. מען מאכט זיך ברויזן אפילו מען ווייסט דער אמת אז זי האט עס געמוזט טון.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”