לכאורה האט געשריבן:הרב דפה האט געשריבן:על ה' ועל משיחו (אל תגעו במשיחו אלו תינוקות של בית רבן) מעג מען שרייבן אויף אייוועלט, און עס ווערט נישט געמעקט, נאר ווען עס קומט צו ילדישע פאליטיק דארט זענען די מנהלים גלייך דא....
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p1983892אוי לאותה בושה אז אזא משכיל'שע תגובה שטייט שוין אויף אייוועלט זינט הייינט אינדערפיה
מה נשתנה אייוועלט מק....?
רח"ל
עס לוינט זיך אמאל צו לאזן אזא תגובה, כדי דער עולם זאל וויסן וואספארא סארט איד דער ניק איז, און וויאזוי מען דארף זיך באציען צו זיינע אנדערע תגובות.
מענטשען פרובירן אמאל צו זיין ברייט, און למעשה שטעלט זיך ארויס דאס פארקערטע!
דהיינו:
אז מען קוקט אין די
גיידליינס זעהט מען אז רוב פון זייערער פארלאנגען איז הבלי הבלים וואס ברענגט נישט גארנישט פארן קינד צו קענען מאכן געלט!
והשנית אז רוב פון די אלע אום גערלערנטע יונגעלייט זיצן אויף א סך א שענערע סעלערי ווי די
עוורעדזש ניו יארקער!
נעם אין אכט!
- Screenshot_20190820-172228_Chrome.jpg (99.36 KiB) געזען 1840 מאל
דאס ווייזט אז זיין עדיוקעיטעט איז בכלל נישט קיין פארזיכערונג אויף א גוט באצאלטער דזשאב!
די מציות איז אז רוב, אויב נישט אלע יונגעלייט ווילן אנדערשער ארבייטען ביי א יוד,( צוליב א סך זעלבסטפארשטענדלעכע סיבות) וואס צו אנהייבען ארבייטען ביי א יוד ברויך מען נישט קענען מער ווי בעיסיק קאמפיוטער, עקסעל, און קוויק בוקס, וואס דאס זיך אויסלערנען דארף נישט נעמען מער ווי 2-4 וואכן!
און יעצט פינאנציעל גערעדט:
די ווילסט דאך דיין קינד זאל זיין ברייט, איא? יעצט, אריינצוברענגען די אלע קוריקולים (לימודים) מיט טיטשערס גייט דאך קאסטן ריזיגער געלטער, שטימט? איז אזוי! א פאבליק סקול ווילסט נישט, ווייל די ווילסט א יודישער חינוך פאר דיינע קינדער! (כ'האף אזוי) יעצט ביסטו גרייט צו צאלען שכר לימוד וויפל אזא זאך דארף צו
קאסטן?(גראדע מיינעך אז די ביסט די זעלבע וואס שעלט געפערלעך אז מען רייסט שכר לימוד אין די וועלט אריין)
אבער די עכטע סיבה פארוואס מיר שלאגן זיך מיט די ביטערע גזירה איז ווייל אונזערע רביס די תלמידי החתם סופר מיט די אונגערישער רבנים, און אזוי אויך די אלע שפעטערע צדיקים האבן אונז אויסגעטרויטן די וועג זיך צו שלאגן מיט די אריינברענגען די למודי חול ( אויף מער וויפיל עס פעלט זיך אויס) און זיכער ווען ס'רעט זיך פון למודי נארישקייט ל'ע..
זאל די אייבערשטער העלפן, אז ומלאה הארץ דעה את השם בב'א.