נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

פומפדותא האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:Brick church

Brick church איז אין די וויליזש פון New Hempstead

Blauvelt
פוילישער קארגער
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 03, 2019 6:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער קארגער »

געריבענער סוחר האט געשריבן:צום ציפרידענהייט פון די טויזענטער אידן וואס קומען זיך משתתח זיין ביי די ציוני ריבניץ, סקולען, און וויזניץ, פעיווט מען יעצט צום ערשטן מאל די ריזיגע פארקינג לאט.

קראנטע מקורות געבן איבער אז די בית החיים וועט זיין פארמאכט פאר קארס ביז מארגן אינדערפרי 9 אזייגער.
מוועט עס טשעקען דעמאלטס צי מקען שוין עפענן
אוועטאר
א.ב.ג
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א.ב.ג »

בעריש'ל האט געשריבן:וואס גייט פאר דארט?

נאר פארק לעין אדאר אין סאנרייז שטייט.. נישט גאנץ מאנסי
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

פוילישער קארגער האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:צום ציפרידענהייט פון די טויזענטער אידן וואס קומען זיך משתתח זיין ביי די ציוני ריבניץ, סקולען, און וויזניץ, פעיווט מען יעצט צום ערשטן מאל די ריזיגע פארקינג לאט.

קראנטע מקורות געבן איבער אז די בית החיים וועט זיין פארמאכט פאר קארס ביז מארגן אינדערפרי 9 אזייגער.
מוועט עס טשעקען דעמאלטס צי מקען שוין עפענן

מען קען פארקען אין די היימישע בית החיים אויף ציגל קירכע ראוד. עס איז דא אן עפענונג אין די גדר כמעט ביים ציון. און אויב איז מען שוין דארט, קען מען צינדען א ליכט ביי משה ניו יארקער, צדיק נסתר, וואס מאנכע זאגן אז מען זעהט מופתים.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

דאס אז ער איז א צדיק נסתר איז פשוט וברור. בלויז ביי די מופתים איז עס 'מאנכע זאגן'...
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

Think and Thank האט געשריבן:דאס אז ער איז א צדיק נסתר איז פשוט וברור. בלויז ביי די מופתים איז עס 'מאנכע זאגן'...

צו זאגן אז ער איז געווען א צדיק נגלה איז איבערגעטריבן, קיין רש_ איז ער זיכער נישט געווען. נו וואס איז געבליבן? א צדיק נסתר...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

@אסדר, איר האט אים נאך געקענט??
פוילישער קארגער
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 03, 2019 6:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער קארגער »

Kosher Travel האט געשריבן:
פוילישער קארגער האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:צום ציפרידענהייט פון די טויזענטער אידן וואס קומען זיך משתתח זיין ביי די ציוני ריבניץ, סקולען, און וויזניץ, פעיווט מען יעצט צום ערשטן מאל די ריזיגע פארקינג לאט.

קראנטע מקורות געבן איבער אז די בית החיים וועט זיין פארמאכט פאר קארס ביז מארגן אינדערפרי 9 אזייגער.
מוועט עס טשעקען דעמאלטס צי מקען שוין עפענן

מען קען פארקען אין די היימישע בית החיים אויף ציגל קירכע ראוד. עס איז דא אן עפענונג אין די גדר כמעט ביים ציון. און אויב איז מען שוין דארט, קען מען צינדען א ליכט ביי משה ניו יארקער, צדיק נסתר, וואס מאנכע זאגן אז מען זעהט מופתים.

בית החיים איז אפען
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:דאס אז ער איז א צדיק נסתר איז פשוט וברור. בלויז ביי די מופתים איז עס 'מאנכע זאגן'...

צו זאגן אז ער איז געווען א צדיק נגלה איז איבערגעטריבן, קיין רש_ איז ער זיכער נישט געווען. נו וואס איז געבליבן? א צדיק נסתר...

א צדיק נסתר ווייס איך נישט, א נפטר זיכער יא

עכ"פ אבער אין יענעם בית החיים, ליגט אויך (אויבן ביים קארנער) דער קליוולאנד סטראזניצער רבי, רבי אשר מרדכי, וואס איז געווען א צדיק נגלה, און מ'קען דארט אויך פויעלן אלעס גוט'ס.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:@אסדר, איר האט אים נאך געקענט??

אסדר ווייס איך נישט. איך האב אים געקענט...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

צו געזונט האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:@אסדר, איר האט אים נאך געקענט??

אסדר ווייס איך נישט. איך האב אים געקענט...

ר' משה פלעגט אסאך איינשטיין ביי ר' אהרן פריעדמאן פון ניקלשבורג (די טאטע פון קאמאדא רב), ער האט מיר פארציילט אסאך ענינים פלאים אויף איהם, ער איז זיכער געווען א גאר ערליכע איד בהתגלות, און פון זיין אויפפירונג האט משמע געווען אז ער באהאלט עפעס טיפערס.

ס'אינטרעסאנט צו אנמערקן אז די נאמען 'משה ניו יארקער' איז געקומען פון א מעשה שהיה, איין טאג האט ר' משה אריינשפאצירט אין גרויסן סאטמארער ביהמ''ד בחייו פונעם הייליגן רבין ז"ל, און ער האט זיך געשטעלט ביי א ווינקל ביים אנדערן עק שול מיטצודאווענען מיטן רבין'ס מנין, ווי נאר ער האט זיך אוועקגעשטעלט ביי זיין פלאץ האט די רבי אוועקגעגאנגען פון זיין פלאץ און צוגעגאנגען ביזן אנדערן עק שול און געגעבן שלום פאר דעם פרעמדן איד, די רבי פרעגט איהם אוואו הייסט א איד? ענטפערט ער: משה. פון וואו? פון ניו יארק. עד כאן סתם ולא פירש. ס'געווען היפש אינטערעסאנט פארן ציבור די גאנצע זאך ווי די רבי האט אומשטייגערליך צוגעגאנגען ספעציעל ביזן אנדערן עק שול געבן שלום פארן דאווענען פאר עפעס פרעמדע איד... און עקסטער די מאדנע קורצע תירוצים, און מהיום ולהלן האט מען איהם אנגעהויבן רופן 'משה ניו יארקער'.

איך מיין מ'קען שוין עפענען א נייע אשכול לכבוד.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2687
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

א טרעילאר איז היינט שטעקן געבליבן אין די Pascack Lawrence טונעל.
Pascack lawrence tunnel.jpeg
Pascack lawrence tunnel.jpeg (644.12 KiB) געזען 1406 מאל
Pascack Lawrence tunnel 1.jpeg
Pascack Lawrence tunnel 1.jpeg (609.8 KiB) געזען 1406 מאל


קרעדיט: קלארקסטאון פאליס
בילד
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

און וויזוי האט מען זיך אנייצע געגעבן?
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2681
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

ווי איך פארשטיי האט ער געהאט פלאץ אין הייעך, נאר ער האט פשוט נישט געקענט מאכן דעם טוירן צוליב זיין לענג.
מען האט אים לכאורה ארויסגעבעקט.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
חינוך הטהור בארהב
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 24, 2019 6:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חינוך הטהור בארהב »

Kosher Travel האט געשריבן:
פוילישער קארגער האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:צום ציפרידענהייט פון די טויזענטער אידן וואס קומען זיך משתתח זיין ביי די ציוני ריבניץ, סקולען, און וויזניץ, פעיווט מען יעצט צום ערשטן מאל די ריזיגע פארקינג לאט.

קראנטע מקורות געבן איבער אז די בית החיים וועט זיין פארמאכט פאר קארס ביז מארגן אינדערפרי 9 אזייגער.
מוועט עס טשעקען דעמאלטס צי מקען שוין עפענן

מען קען פארקען אין די היימישע בית החיים אויף ציגל קירכע ראוד. עס איז דא אן עפענונג אין די גדר כמעט ביים ציון. און אויב איז מען שוין דארט, קען מען צינדען א ליכט ביי משה ניו יארקער, צדיק נסתר, וואס מאנכע זאגן אז מען זעהט מופתים.

ביי זיין לעבן האט מען געזעהן פלאות'דיגע העכערע מושגים ביי דעם איש קדוש.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

נישט זיכער.

ער איז געווען א צעבראכענער איינזאמער איד וואס כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג מאנסי שליט"א פלעגט אים שטארק מקרב זיין.

פלאות'דיגע זאכן? איש קדוש?

מממ...
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ווער עס פארט צו ר' ישעי'לעס ברודער א שעה וועג, מעג שוין אויך גיין צו משה ניו יארקער...
אוועטאר
קאלערדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 04, 2019 4:30 pm

3 קאר עקסידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלערדיג »

נעכטן נאכט:
אונז זיצן און פארנט פונעם רויט לייט,
נאנט צום פייער סטעישן, און באם.. קחח... און א סעקונדע דערנאך אודך קחחכךךךך... מיין דרייווער פרעגט מיך ביזט אוקעי?
יא, און דו?
מיט שאק, בייג איך אריין מיין הענט צו די בעק פונעם קאר זיכענדיג מיין אראפגעפאלענעם קאפל און הוט, בלית ברירה האב איך זיך באגענוגט מיטן הוט אנעם קאפל, כ'זאג פאר מיין דרייוער: ארויס! קום ארויס!
איך פראביר צו אויפמאכן מיין טיר, אבער כ'קען נישט! ס'קומט סמאוק פונעם קאר, מיט אלע כוחות האב איך באוויזן צו עפענען מיין טיר, גענוג אז כ'זאל מיך קענען ארויסקוועטשן,
אונז גייען ארויס, אונז קוקן זיך אן, שטייען 3 צוקראכטע קארן, אונזער די מיטעלסטע פונעם סענדוויטש, די שטערקסטע צודריקט, און מ'הייבט אן טראכטן וואס איז דא פארגעקומען:
ווי דערמאנט זענען אונז געשטאנען און פארנט פון א רויט לייט, און פליצלונג האט א קאר פון די בעק געקומען צו פארן, גאנץ שנעל און אריינגעהאקט אין אונז, ער האט געגעבן א שטארקע פאש אונזער קאר, וואס דאס האט אריינגעפאשט אונזער קאר אין די פאדערשטע קאר, און אונז זענען געבליבן קראך מכאן וקראך מכאן‎

כהאב געבענשט גומל בשם ומלכות היינט‎
די קאר איז צוזאכרבערט, גארבידז, אבער מיר זענען אן א קראץ‎

הודי לה' כי טוב
אטעטשמענטס
ttttttt.png
ttttttt.png (247.31 KiB) געזען 2591 מאל
tttt.png
tttt.png (41.28 KiB) געזען 2591 מאל
יכט.png
יכט.png (242.19 KiB) געזען 2591 מאל
יין שרף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין שרף »

אויף Rt. 45?
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3650
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

קאלערדיג האט געשריבן:נעכטן נאכט:
אונז זיצן און פארנט פונעם רויט לייט,
נאנט צום פייער סטעישן, און באם.. קחח... און א סעקונדע דערנאך אודך קחחכךךךך... מיין דרייווער פרעגט מיך ביזט אוקעי?
יא, און דו?
מיט שאק, בייג איך אריין מיין הענט צו די בעק פונעם קאר זיכענדיג מיין אראפגעפאלענעם קאפל און הוט, בלית ברירה האב איך זיך באגענוגט מיטן הוט אנעם קאפל, כ'זאג פאר מיין דרייוער: ארויס! קום ארויס!
איך פראביר צו אויפמאכן מיין טיר, אבער כ'קען נישט! ס'קומט סמאוק פונעם קאר, מיט אלע כוחות האב איך באוויזן צו עפענען מיין טיר, גענוג אז כ'זאל מיך קענען ארויסקוועטשן,
אונז גייען ארויס, אונז קוקן זיך אן, שטייען 3 צוקראכטע קארן, אונזער די מיטעלסטע פונעם סענדוויטש, די שטערקסטע צודריקט, און מ'הייבט אן טראכטן וואס איז דא פארגעקומען:
ווי דערמאנט זענען אונז געשטאנען און פארנט פון א רויט לייט, און פליצלונג האט א קאר פון די בעק געקומען צו פארן, גאנץ שנעל און אריינגעהאקט אין אונז, ער האט געגעבן א שטארקע פאש אונזער קאר, וואס דאס האט אריינגעפאשט אונזער קאר אין די פאדערשטע קאר, און אונז זענען געבליבן קראך מכאן וקראך מכאן‎

כהאב געבענשט גומל בשם ומלכות היינט‎
די קאר איז צוזאכרבערט, גארבידז, אבער מיר זענען אן א קראץ‎

הודי לה' כי טוב

wow ניסים
אוועטאר
קאלערדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 04, 2019 4:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלערדיג »

יין שרף האט געשריבן:אויף Rt. 45?

יא דא ביים לייט
יין שרף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין שרף »

קאלערדיג האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:אויף Rt. 45?

יא דא ביים לייט

גוגל מעפס איז נאכנישט אפדעטעד אז עס איז דא דארט א נייע לייט
לעצט פארראכטן דורך יין שרף אום דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 2:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

הלכטכל"ח!
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2681
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

יין שרף האט געשריבן:
קאלערדיג האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:אויף Rt. 45?

יא דא ביים לייט

גוגל מעפס איז נאכנישט אפדעטעד אז עס איז דא דארט א נייע לייט

עס איז אלעמאל גרין חוץ טאמער עס קומט ארויס א קאר פון זי זייטיגע געסל דארט, וואס מאכט זיך זייער זעלטן. אדער ווען די פייערלעשער פארן ארויס.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

פתיחת שערי בית המדרש בית הילל אין מאנסי
בנשיאות הגה"צ רבי יעקב משה לעבאוויטש שליט"א
רב וראש ישיבת בית הילל מאנסי
אטעטשמענטס
Screenshot_20190823-153624_Gmail.jpg
Screenshot_20190823-153624_Gmail.jpg (194.08 KiB) געזען 1983 מאל
Screenshot_20190823-153947_Gmail.jpg
Screenshot_20190823-153947_Gmail.jpg (187.73 KiB) געזען 1983 מאל
סוף מעשה במחשבה תחילה.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”