א מתנה פאר א ישיבה קטנה בחור?!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3496
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:27 pm

געבן נישט קיין טריפ מיט א פליגער פאר א מסכת, אויב יא. וואס העסטו אים געבן ביים סיום הש"ס?
איי איי,-וועלט

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:29 pm

סימע'ר גוט
מען קען שוין באלד מאכן 'תקנות' פאר סיום מסכתות.....

אויב העט'ער ענדיגן ש"ס, העליך אים מסתמא שוין מוזן קויפן א הויז .... ווייל דאס גייט דאך זיין די 'סטענדערט'.....
#פארוקט

גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:30 pm

המלאך הגואל האט געשריבן:
גראף פאטאצקי האט געשריבן:שיינע לעדערנע פרשת הקטורת מיט זיין נאמען אריינגעקריצט

געפעלט מיר זייער די געדאנק, ישר כח פאר אלע מגיבים, דער עולם איז באמת קריעטיוו... זייטס ממשיך!!!!

איך האב דאס באקומען בערך 17 יאר צירוק פאר א מתנה פון איינעם
דאס גייט מיט מיר מיט יעדען טאג אין דורכגעגאנגען א שיינע פאר תפילין בייטלעך
אין איך קען זאגן דאס איז די איינציגסטע מתנה וואס איך האב באקומען אזויפיהל יאר צירוק אין דאס ווערט נאך געניצט יעדען טאג אין איך ווייס ווער האט מיר דאס געגעבן

אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך ברוך מ'לאנדאן » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 6:44 pm

א שיינע עליה אין בהמ'ד וועט עם אויפלאכטען..
איך געדענק נאך גוט ווען מיין טאטע האט מיר געקויפט..

אוועטאר
קונדיטון
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

תגובהדורך קונדיטון » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:15 pm

א קטורת איז א גוטע געדאנק, אבער איך וואלט דאס נישט געקויפט. איך וויל נישט ארויסהייבן פאר מיין בחור די איבריגע חשיבות פון סגולות. והבן.

גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 10:59 pm

קונדיטון האט געשריבן:א קטורת איז א גוטע געדאנק, אבער איך וואלט דאס נישט געקויפט. איך וויל נישט ארויסהייבן פאר מיין בחור די איבריגע חשיבות פון סגולות. והבן.

על תפילה זו מרחיב הזוהר הקדוש (ויקהל דף רי"ח עמ' ע"ב), ומפליג בשבחה בזו הלשון: "אמר רבי שמעון, אי בני הוו ידעין כמה עלאה עובדא דקטורת קמי קודשא בריך הוא, הוו נטלי כל מילה ומליה והוו סלקין לה עטרה על רישיהו ככתרא דדהבא

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 6:15 am

דער עיקר איז די בריוו וואס קומט מיטן מתנה נישט די מתנה אליינס

איך פערזענליך וואלט עם געקויפט א ספר אבער פראבירט עס זאל זיין איינס וואס ער גייט ניצן צום ביישפיל אוצר הלכות א.ד.ג שפעטער קענט איר מאכן א דיעל מיט עם אויב ער פארהערט זיך הל׳ מוקצה צום ביישפיל פין אוצר הלכות וועט איר עם געבן ..... (נאכאמאל קומען פרעגן אויף איי וועלט :grin: )

אוצר הלכות איז אן עדיקשאן פאר בחורים איינמאל זיי הייבן אן מיט דעם וועלן זיי לויפן נאכקוקען יעדער שאלה דארט

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 1:32 pm

לאנדאנער האט געשריבן:דער עיקר איז די בריוו וואס קומט מיטן מתנה נישט די מתנה אליינס

איך פערזענליך וואלט עם געקויפט א ספר אבער פראבירט עס זאל זיין איינס וואס ער גייט ניצן צום ביישפיל אוצר הלכות א.ד.ג שפעטער קענט איר מאכן א דיעל מיט עם אויב ער פארהערט זיך הל׳ מוקצה צום ביישפיל פין אוצר הלכות וועט איר עם געבן ..... (נאכאמאל קומען פרעגן אויף איי וועלט :grin: )

אוצר הלכות איז אן עדיקשאן פאר בחורים איינמאל זיי הייבן אן מיט דעם וועלן זיי לויפן נאכקוקען יעדער שאלה דארט

ש'כח פארן זאגן. ס'האט אסאך מעלות די אוצר הלכות פאר א בחור. און אויך פאר מיר...
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אדם הראשון
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

תגובהדורך אדם הראשון » זונטאג אוגוסט 18, 2019 3:57 pm

א שיינע לעדענע בערזעל מיט זיין נאמען אריינגעקריצט וואלט ער היבש געשמעקט (פארשטייט שיך ס'זאל נישט זיין ליידיג)

הארמאניע
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » זונטאג אוגוסט 18, 2019 4:54 pm

נשמה האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:ארינלייגן א בחור'ל און מוזיק הרג'סטע אים אוועק בידיים

די היינטיגע "גויאישע" ניגונים האבן א שטארקע השפעה. מיר דארפן קוקן אויף די השפעה וואס אזאך האט אויף א בחור'ל. אפילו אזא קליינע זאך ווי מוזיק, האט למעשה א שטארקע השפעה. ווען ווע(ר)לט וואלט געווען ווע(ר)לט, וואלט ער זיך אריינגעלייגט אין הארציגע ניגונים פון אמאל - אויב זיין קאפ ליגט נישט עפעס אזוי ביים לערנען, און מ'האט מורא ער זאל נישט אריינפאלן אין יצר'ס הענט. איז עס שוין ווי מ'זאגט א בדיעבד. אבי ער זאל געראטעוועט ווערן פון יצר. אבער היינט, מיט די היינטיגע ניגונים. מלא "תוכן", וכו'. עס האט אן השפעה. ס'איז משפיע אויף אים. וויאזוי קען מען זיך הייבן מיט א תורה לערנען, ווען די קאפ ווערט נשפע פון היינטיגע מוזיק. לאמיר עס אנקוקען מיט סייענס, פיזיקס. די היינטיגע ניגונים שלעפן אראפ, ס'איז א פאקט. די אמאליגע ניגונים הייבן. וויאזוי איז מעגליך אז דער בחור'ל זאל ציען צו העכערקייט, ווען די זאך פון וואס ער ווערט נשפע שלעפט אים אראפ דייקא. פשוט קאמאן סענס.

והשם הטוב יעזור.

אזאנע ווערטער זענען די מערסטע שעדליך פארן נעקסטן דור...אין דא ליגט די עיקר פראבלעם פארוואס די היינטיגע מוזיק קוקט ליידער אויס ווי סקוקט אויס...ס'דא אסאך בחורים וואס ערליכע מוזיק קען ווען זיי אסאך דערהייבן און זייער נפש דארף דאס און זיי האבן א נאטורליכן געפיל דערפאר...נאר ווייל די וואס האבן היינט א ווארט אויפן בחור האבן נישט די נאטורליכע געפיל צו די זאכן מאכן זיי אוועק די גאנצע נושא אלץ סכנה'דיג...ווען א בחור וואס דארף דאס (במחילת כבודכם...איינער וואס רעדט אזוי קענעסנישט פארשטיין) הערט אזעלכע דיבורים מאכטעס נישט אז ער זאלעס נישט דארפן נאר אז ער זאלעס אליין זוכן און אנדערע פלעצער...דאס איז נישט קיין טעאריע נאר אזאך וואס כ'האב מערערע מאל מיטגעהאלטן

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » זונטאג אוגוסט 18, 2019 5:10 pm

איך האב שוין עטליכע מאל געקויפט פאר בר מצוה בחורים - וואס איך האב געזוכט צו געבן עפעס 'דיפרענט' - א "שופר".

זיי האבן זיך מחיה געווען דערמיט. עס איז א געשאנק וואס זיי וועלן אייביג געדענקן און געווענליך וועט דאס שוין פארבלייבן זייער שופר ביז די 120 אי"ה.

מען קען עס אריינלייגן אין א שיינע באקס אדער בייטל, וואס מאכט עס נאך שענער.
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"


אוועטאר
צעגראדזשעט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:02 am
לאקאציע: אין מיין שוך

תגובהדורך צעגראדזשעט » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 5:44 pm

איך האב מיר געבראכן קאפ לעצטנס און עס איז מיר בייגעפאלן א גוטע געדאנק וואס איך האב געקויפט און דער בחור איז געווען זייער זייער העפי: א טייערע פעדער!
איך האב אים געקויפט א הערליכע גוטע פען פון א טייערע קאמפעני [בערך 50 דאלער], און איך האב אים קלאר געזאגט אז דאס האט געקאסט כך וכך... דאס איז א זאך וואס ער נוצט כסדר, ווער ניצט נישט קיין פען?!.. און ער פילט זיך זייער גוט מיט אזא טייערע פעדער! ער קען עס נאך ווייזן פאר זיינע חברים אז ער האט באקומען במתנה א טייערע פען... וואס דארף ער מער פון דעם?
עס וועלן זיין וואס גייען שרייען: ביזט משוגע! געלט אין גארבידזש!... איך ווייס איך ווייס! אבער א ספר וואס ער גייט נישט עפענען ווילאנג ער זאל נאר לעבן... איז די זעלבע געלט אין גארביזש! משא"כ א פען.. כאטש האט ער הנאה! און ער עפרישיעיט עס און ער פילט אז מען האט זיך געלאזט קאסטן "אים צו מהנה זיין"!
און עניוועי, איך הייס קיינעם עס נישט נאכטון איך געב נאר נאך אן איידיע!

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 6:25 pm

אפשר האט עס שוין איינער געזאגט, א טייערע לעדערנע ספר מיט ליידיגע פאפירן צו שרייבן זיינע חידושים. אויך א טייערע פען צו דעם.

אויב מען איז נישט זיכער צו איין געדאנק וועט ארבעטן קען מען געבן צוויי אדער אפילו דריי.

(דער פען געדאנק זע איך גיט שוין דער פריערדיגע תגובה)
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

programmer
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 11:34 am

תגובהדורך programmer » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 10:53 am

א בחור וועט זיך נישט ווילן ארומדרייען מיט א טייערע פען מורא הבענדיג אז ס'וועט זיך פארלירן


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פאלקאוויטש123 און 14 געסט