געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

צפת והגלילות

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 7:07 pm

דערגרייכן מיר די קבר פונעם הייליגן גענעראל 'בניהו בן יהוידע'. די זוהר הקדוש און די אר''י הקדוש שרייבן אויף אים גאר גרויסע זאכן.
ווי באקאנט, איז דער בן איש חי דא געווען ביי זיין באזוך אין ארץ ישראל, און דא האט ער משיג געווען אז ער איז איינס מיט בניהו בן יהוידע, דעריבער האט ער גערופן אלע זיינע ספרים אויף די טיטלען וואס די פסוק רופט בניהו בן יהוידע: בן איש חי, מקבציאל, רב פעלים און נאך. און פארשטייט זיך בניהו און בן יהוידע, ווי עס ווערן גערופן זיינע וואונדערליכע ספרים אויף ש''ס.

דאס איז מן הסתם איינס פון די פריעדיגסטע קברים וואס מיר האבן דא אין צפון, נאך אין די צייטן פון די ערשטע בית המקדש. פריער האבן מיר געהאט יהוידע הכהן נעבן צפת, אבער עס איז נישט קלאר פון וועלכע מען רעדט, צו די טאטע פון בניהו, וואס לכאורה איז עס מסתבר, ווייל ווי עס קוקט אויס האבן זיי דא געוואוינט אין די געגענט, און זענען טאקע געווארן באערדיגט נישט ווייט איינס פון צווייטן.
אבער עס איז מעגליך אז מען רעדט דא פון א שפעטערע כהן גדול וואס האט אויך געהייסן יהוידע. ער איז געווען אין די צייטן פון יאשיהו המלך כידוע. איז עס נישט קלאר.
גראדע איז דא נאך פריעדיגע. אינטער די חרמון איז פארהאן אן אראבישע קבר וואס עס איז דא א מסורה דערויף אז דארט ליגט שבואל בן גרשום בן משה רבינו, וואס איז דערמאנט אין נ''ך לגנאי, אבער די גמרא זאגט אז ער האט שפעטער תשובה געטון. ווי אויך האבן מיר שוין אוודאי געהאט די מקום פון ברית בין הבתרים...

שוין, בעטן מיר זיך אויס אויפן ציון פון בניהו, וואס געפינט זיך אין אן אנגענעמען בנין פיל מיט ספרי קודש, מיטן ציון אין צענטער.
דערנאך פארן מיר ווייטער אין ריכטונג פון מזרח. נאך אביסל פארן זעהען מיר די ראוד וואס פירט צו די קברים פון אביי ורבא וואו מיר האבן שוין באזוכט. דעריבער פארן מיר אביסל ווייטער, ביז מיר זעהען אז מען קען מאכן א לינקס אויף א זאמדיגן וועג.
מיר דרייען זיך דארט אריין, און מיר פארן בערך פינף מינוט ביז מיר דערגרייכן א קבר טיף אינמיטן וואלד.
אנגעשריבן דערויף איז, אז דארט ליגט די הייליגע תנא אבא שאול. אבער דער אר''י הקדוש (זיין יארצייט איז מארגן. מיר האבן שוין זוכה געווען דארט צו זיין נעכטן אין די דריי טעג פונעם יארצייט...) האט מגלה געווען אז דא ליגט א צווייטע צדיק, נישט אבא שאול, און ער האט נישט געזאגט די נאמען פונעם צדיק. נו, א צדיק וואס דער אר''י הקדוש רעדט איז זיכער ראוי צו גיין צו אים.

אבער א אינטערעסאנטע זאך זעט מען דערפון, אז די אלע מסורות וואס אידן האבן געהאט אלע יארן איבער קברי צדיקים, זענען ע''פ רוב זייער מוסמך און אמת. און אפילו אויב צומאל האט מען פארטוישט א נאמען, איז עס אבער נישט מער פון דעם, און די מקום פונעם ציון איז אמת ויציב.
נאך א ארט ווי אזאנס איז געשען, איז ביי ר' נחמיה העמסוני, ווי די וועלט האט געזאגט אז דארט ליגט נחום איש גמזו, אבער די אר''י הקדוש האט געזאגט אז מען האט זיך פארטוישט, און עס ליגט דארט די תנא נחמיה העמסוני.
קוקט אויס אז ערגעץ דורכאויס די יארן איז עס געווארן פון נחמיה צו נחום, און נחום איז דאך מן הסתם נחום איש גמזו, איז עס געבליבן ביי דעם אז נחום איש גמזו ליגט דארט, עד שבא די אר''י הקדוש און האט עס צוריקגעשטעלט אויפן ריכטיגן פלאץ אז דארט ליגט נחמיה העמסוני, און נחום איש גמזו ליגט ערגעץ אין די היינטיגע צפת, והכל על מקומו בא בשלום.
דאס זעלביגע מיט ר' יהושע בן חנניה, וואס אלע יארן האט מען אנגעוויזן אין צפת ביים בית החיים אז דארט ליגט די נביא הושע בן בארי, ביז דער אר''י הקדוש איז געקומען און געזאגט אז ניין, עס ליגט דארט די תנא ר' יהושע בן חנניה און נישט הושע בן בארי. נו, הושע, יהושע, נישט צו ווייט פארפארן.
אויך זעט מען אז אין מערערע ערטער האט מען אפילו ריכטיג געוויסט אלע יארן סיי די פלאץ און סיי די נאמען, ווי למשל ביי ר' יהודה בר אילעא ווי מיר האבן נעכטן באזוכט. דארט האט מען אלע יארן געוואוסט אז דארט איז עס, און די אר''י הקדוש האט נאר מסכים געווען דערצו און עס באשטעטיגט אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן.
די זעלבע מיט די תנא וואס מיר האבן שוין באזוכט - ר' יוסי דמן יוקרת, וואס אזא פארפלאנטערטע נאמען איז געבליבן במסורה איש מפי איש פאר איבער טויזענט יאר מיט א פונקטליכקייט! דאס ווייזט אויף די שטארקייט פון מסורה.
און אזוי ווייטער מיט ר' שמעון בר יוחאי אין מירון, ר' מאיר בעל הנס אין טבריא, ר' ינאי אין עכברה (דארט האט מען אלע יארן צוגעלייגט נאך עטליכע תנאים, וואס די אר''י הקדוש האט אראפגענומען און געזאגט אז נאר ר' ינאי ליגט דארט), וואס די אלע האט מען שוין געוואוסט אלע יארן און די אר''י הקדוש האט עס נאר באשטעטיגט.

עכ''פ, בעטן מיר זיך אויס אלעס גוטס ביים אנאנימען צדיק וואס געפינט זיך דא, און מיר דרייען זיך אויס און פארן צוריק צום הויפט ראוד.
אויפן וועג צוריק קען מען זען אויף די לינקע זייט א קליינעם געביידע, מיט א גארטן ארום, פארמויערט מיט א הויכן צוים פיל מיט שטעכל דראט. ווי עס איז מקובל ביי די בחורים במסורה... פלאנצט דא די רעגירונג אומלעגאלע – לעגאלע געווירצן, מה שנקרא דראגס בלע''ז, סמים, און ווי די בחורים פלעגן זיך צופייערן 'קח לך סמים'...
מען פלאנצט עס דא לצורך רפואה, און עס איז שטארק באוואכט פון אלע זייטן, וויבאלד מערערע האלטן אן אויג אויף אזוינע גראזעלעך און לאקערן דערויף פאר יעדן פרייז אין די וועלט...
ווען די בחורים פארן אריבער דעם ארט, עפענט מען געווענטליך די פענסטערס פונעם קאר, און מען פרובירט אריינצואטעמען טיף אין די לינגען פון די ארטיגע דערהויבענע אטמאספערע, אויפצוהייבן אביסל די געמיטער... אבער יאגטס אייך נישט אהין, ווייל ארבעטן, ארבעט עס נישט.

פארן מיר ווייטער אויפן ראוד וואס פירט אונז אראפ אין תהום אריין. דער תהום ווערט גערופן 'עמוקה'. כשמו כן הוא, א טיפע טאל ארומגענומען פון דריי זייטן מיט מעכטיגע גיגאנטישע בערג. די פערטע זייט איז האלב אפן צום נאך טיפערן טאל די 'עמק החולה'.
מיר פארן יעצט בארג אראפ, אראפ אראפ אויף שיפע געדרייטע וועגן. שרעקליך שמאלע ראוד'ס, וואס איז א ט''ו ווע''י נאך אויך, און נישט נאר פאר קארס, נאר אויך פאר גרויסע קאוטש באסעס... אלעס נאר צו דערגרייכן די קבר פונעם גרויסן תנא ר' יונתן בן עוזיאל!
אינטען איז שוין יא מער מסודר. א פיינעם פארקינג לאט, א גרויסן בנין אויפן ציון, און צומאל איז דארט אויך פארהאן אן 'אייז קרים טראק', וואס כשמו כן הוא, ער פארקויפט אייז קרים מיט קאלטע געטראנקען זיך צו דערכאפן דאס הארץ פונעם שווערן וועג אראפ.
די פאנאראמע דארט אינטן איז גאר שיין, און א לענגערע צייט קען מען שטיין און באטראכטן דעם ארום זיך נישט קענען גענוג אנזעטיגן די אויג פון די שיינע בריאה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן.

אויך געפינט זיך דארט נישט ווייט פון ציון, א גרויסע טרעילער, ווי אינעוויינדיג איז פארהאן א כולל, 'כולל עמוקה'.
צענדליגע היימישע אינגעלייט פון צפת לערנען דארט דורך אויס די טאג מיט גרויס התמדה. א טייל זענען גרויסע תלמידי חכמים, אויסגעטון אינגאנצן פון דער וועלט, ואין להם בעולמם אלא ד' אמות של עמוקה בלבד. מען קען אריינגיין כאפן א בליק און זען אז מען רעדט דא פון ערנסטע זאכן.
אויך אביסל קאווע שטויב און מילך איז פארהאן דארט להחיות נפש כל חי, אבער דאכצעך מען דארף אראפלייגן דערפאר א שקל כמנהג המקום...

אלעס ארום דעם ציון, און ארום די סגולה פון שידוכים, קען מען נאכקוקן אין די כתבים פון ר' שמואל מאיר חשין וואס איינער האט דא ארויפגעלייגט נישט לאנג צוריק. דף 52.
דא קען מען אויך זען וואס מיר האבן שוין גערעדט אז 'הכל תלוי במזל'. אזויפיל קברים פון אנדערע תנאים זענען פארהאן דא אין די געגענט, אבער דוקא אהער שטראמט די עולם אין די מאסן, אז עס איז שוין געווארן ממש א חלק פונעם קברים רוטין: מירון צפת טבריא עמוקה... אונז האבן נישט קיין אהנונג אין די דרכי ה' פארוואס דא איז אזוי און דא אזוי. גאט איז גרויס, מ'ווייסט גארנישט! עס איז זיכער דא אינטער דעם גרויסע סודות.
א אינטערעסאנטע זאך האט מען אנטדעקט בשעת'ן איבערמאכן דעם קבר צו בויען דעם בנין דערויף. מען האט אפירגעגראבן די ארון אליין ווי די תנא ליגט! עס קוקט טאקע אויס ווי די סארט ארונות פון יענע צייטן. די היינטיגע שטיין אין צענטער פונעם בנין, געפינט זיך פונקט העכער דעם.

נאכן אויספועל'ן אלעס גוטס, קען מען אביסל ארומשפאצירן אינעם ברייטן ליידיגן טאל און האבן אביסל ישוב הדעת, זייענדיג ווייט אוועק פונעם הו הא וואס טוט זיך איבער די וועלט.
אבער דא איז נאכנישט די ווייטסטע ווי מען קען גיין, מיר וועלן אייך נעמען יעצט ביי נאך א ווייטערע ארט, נאך ווייטער פון סיי וועלכע ציוויליזאציע און מענטשהייט, אז איר וועט זיך שוין בענקן נאך אביסל גערודער און טומל. דאס איז ביי די קבר פון ר' אלעזר המודעי אין נבוריא.
ווארטס מיט שפאנונג...

זעקסער
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 07, 2017 1:15 am

תגובהדורך זעקסער » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 12:36 am

יוש בוסטו מיר מחי'!
איך בין שוין געווען ביים רוב פלעצער מער ווי איינמאל, דו פירסט מיר ממש אהין מיט נאסטאלגיע

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:40 am

היינט איז די יארצייט פון די אר"י הק'.
אונז זענען נאך אין די געגנט פון צפת, מ'קען זיך געבן א כאפ אריבער צום ציון.

זאל מען האבן געפועל'ט אלעס גוטס
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2198
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:41 am

חיים של עושר האט געשריבן:כביש 886 חלק ג

ברוכים הבאים

און זאגט אלע יישר כח פאר חברינו וואס ארבעט און לייגט אריין כח צו אהער שטעלן די pdf׳ס
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2198
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:55 am

אריינגעלייגט
פארנדיג צו עמוקה קען מען נישט פארפאסן די פארקישעפטע ראוד ״הכביש המכושף״

די ראוד האט באקומען זיין נאמען ווייל ער פארמאגט א וואונדערליכע זאך, אויב סטאפט מען דעם קאר און מלאזט אפ די ברעיקס, זעהט מען א איטערסאנטע זאך: די קאר פארט ארויף דם ראוד קעגן דיעם כח המשיכה וואס שלעפט געווענליך ארפ. די זעלבע ווען מגיסט וואסער אויפן ראוד זעהט דאס אויס ווי זיי גייען ארויף אנשטאדט מו אראפ גיין.

למעשה איז דאס נישט מער ווי א א פארבלענדעניש פון די ביימער און די בערג ארום וואס דו ווועג ווי אזוי סאיז אויסגעשטעלט זעהט אויס ווי כאילו די בארג פארט ארויף, אבער באמת פארט דאס אראפ.


טוב בין איך גערעכט מיט די אינפא?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:02 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:רוב ווייס איך, אבער, איבער קברי צדיקים וויל איך נישט אזויפיל מאריך זיין, פארדעם געהערט אן אשכול פאר זיך.


מיר לייגן עטליכע הערות אין דעם אשכול, לקיים את דברי פי חכם חן, ה"ה טוב ה' לכל.

מקומות הקדושים
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

צפת והגלילות

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 4:25 pm

למעשה האבן מיר זיך גאר שטארק פארליבט אין עמוקה, און מיר זענען דא פארבליבן פאר נאך א טאג נישט קענענדיג זיך אפגעזעגענען פון דעם מקום קדוש מיט די גאנצע ארום... יעצט וועלן ענדיגן מיר דא אין עמוקה, און מיר וועלן גיין קיין נבוריא.
נבוריא איז אביסל ארויס פון אונזער וועג, און איך האף אז עס וועט נישט זיין קיין טירחא פאר אונזערע ליינער אהין צו פארן, אבער איך מיין עס איז ווערד, נאכדערצו ווילאנג עס איז נאר אויף פאפיר.
מיר קומען אן קיין נבוריא. מיר זעהען נאר ריזיגע בערג ארום פון אלע זייטן, און מיר געפינען זיף טיף אראפ צווישן די בערג. אויף איין ווייטע שפיץ בארג קען מען טיילווייז זען הייזער פון די דארף דלתון ווי מיר זענען שוין געווען, די איינציגסטע צייכן פון ציוויליזאציע דא אין דעם ווייטן פארווארפענעם מקום.
עכ''פ היינטיגע צייטן, אבער פון פופצן הונדערט יאר צוריק האבן מיר דא אסאך סימנים פון ציוויליזאציע. מיר פארמאגן דא א חלק פון א אלטן הערליכן בית המדרש וואס די ארטיגע אידן האבן אויפגעשטעלט צום דאווענען.

פונעם בית המדרש איז נאר געבליבן עטליכע זוילן און בעיקר די סימנים וואו דאס ביהמ''ד איז געווען. אבער עס איז גאר אינטערעסאנט צו זען וויאזוי די אידן האבן זיך באזעצט דא אין דעם ווייטן טאל, און זיך שיין באקוועם געמאכט מיט א רייכן געבויטן בית המדרש. ארויסצוגיין פון דא אין יענע צייטן, האט מען געדארפט ארויף קלעטערן מיט אן אייזל אדער פערד ביז מען האט זיך ארויסדערזען פון דא, גארנישט אזוי גרינג, אפילו מיטן פארגעשריטענעם קאר איז עס אן אפקומעניש.
ארום קען מען זאך נאך מערערע איבערבלייבענישן פון די דעמאלטס'דיגע שטאט. ווי אויך א בית הבד צו קוועטשן זיתים קען מען זען.
גאר אן אינטערעסאנטע זאך וואס איז געבליבן פון דער שול, און עס ליגט היינט אין א מוזיאום אין ירושלים, איז א שוועל וואס עס איז אויפגעקריצט דערויף אזוי "למספר ארבע מאות ותשעים וארבע שנים לחורבן הבית נבנה בשרר חנינא בן ליזר ולוליאנא בר יודן''. דאס הייסט, וועלכע יאר מען האט געבויט דער בית המדרש, און ווער עס האט עס מנדב געווען. קוקט אויס אז עס איז שוין א אלטע מחלה צו ווילן האבן גרויס אויפגעשריבן דעם נאמען, למען ישמעו ויראו ויוסיפו עוד...

און פארשטייט זיך אז מיר האבן דא קברי צדיקים. אז עס וואוינען דא מענטשן, דארף מען זיי דאך אויך באערדיגן דא, ניין?
געפינט זיך טאקע דא, הארט אינטערן בארג פונעם בית המדרש, א שיינע טיפע ברייטע מערה, ווי עס געפינט זיך די קבר פון ר' יעקב איש כפר נבוריא, וואס ווערט דערמאנט אין חז''ל. נו, איש כפר נבוריא, טאקע פון דער שטאט. ווער ווייסט, אפשר האט ער גאר געדאווענט אין דער בית המדרש ווי מיר האבן יעצט באזוכט?!
די מערה איז פיין באקוועם, און די עיקר, אז עס האט אן אריינגעבויעטע אטאמאטישע עיר קאנדישאן סיסטעם וואס האלט שטענדיג קיל דעם מקום. אין אנדערע ווערטער, איז עס א שטיינערנע מערה, וואס דער אייבערשטער האט אויסגעשטעלט אז אין אזא פלאץ איז אלץ דא קילע לופט. אפילו אויב אינדרויסן איז הונדערט דעגרי, איז דארט אינעוויינדיג ממש קיל און אנגענעם, נאר אביסל פארשטיקטע ליפט פון א פארמאכטע פלאץ דערמאנט אז מען איז אן אויסגעהאקטע מערה אינטער די ערד.
דאס אז אין א מערה איז אלץ קיל, איז ממש א חסד ה', ווייל פאר נישט לאנג צוריק איז נאכנישט געווען אזא זאך ווי עיר קאנדישאן אויף די וועלט, און אז עס איז געווען הייס איז פשוט נישט געווען וואס צו טון. אז עס איז קאלט, צינדט מען אן די פייער און עס ווארעמט אן אלע פארפרוירענע גלידער, אבער אז עס איז הייס, איז הייס און שוין, מען קען גארנישט טון חוץ פון ווארטן אז עס זאל אריבערגיין.
די איינציגסטע עצה דערפאר איז נאר געווען צו גיין אין א מערה אינטערן ערד אויסגעהאקט פון שטיין, וואס דארט איז שטענדיג קיל און מען קען זיך אביסל כאפן דעם אטעם. אויך פלעגט מען אלע יארן גיין אין וואסער פאר ווער עס האט געהאט א וואסער נעבן זיך, וויבאלד וואסער האלט זיך אלץ אביסל קילער ווי אינדרויסן.
אויך האט מען געבויט די ארטיגע הייזער נאר מיט שטיין, וואס אזוי איז כאטש אביסל קילער ווי אויף די גאס, דאס איז חוץ פון דעם וואס שטיין איז זייער א ביליגע מאטריאל אין ארץ ישראל, וויבאלד די גאנצע לאנד איז א שטיק שטיין, ווי מען קען זען ווי מען גייט און שטייט. דאס איז פארקערט פון דא אין אמעריקע, וואס האלץ איז גאר ביליג, וויבאלד מיר האבן דא ריזיגע אומנוצבארע וועלדער, פון ווי מען קען ארויסנעמען אסאך האלץ צו בויען, און דעריבער איז עס גאר ביליג.
ווען מיר פלעגן ארומפארן אויף קברי צדיקים אין צפון, און געזוכט צו קענען זיצן אביסל אינדרויסן פונעם קאר אינמיטן טאג, אן ווערן פארברענט און צושמאלצן פון די ארטיגע שטענדיג ברענעדיגע זון, פלעגן מיר אהער קומען און זיצן דארט בנועם ה' פארברענגענדיג אינאיינעם באהבה אחוה שלום וריעות, שמועס'נדיג אין עבודת ה' בשבת אחים גם יחד, ווי איש אל רעהו יאמר חזק, חזקו ויאמץ לבבכם כל המיחלים לה'!, אלעס בצילא דמהימנותא תחת צל כנפיהם פון די צדיקים וקדושים אשר מפיהם אנו חיים ואלו ואלו דברי אלקים חיים ובאורם נלך לעולם ועד (נאך לשונות אדער גענוג?...).
עס איז דא דארט ווי צו זיצן ארום און ארום פאר בערך פינף צען מענטשן.

ווי אויך ליגט דארט די תנא הקדוש ר' אלעזר המודעי. וואס ע''פ חשבון איז ערגעץ יעצט זיין יארצייט, מעגליך אפילו היינט!
ווייל חז''ל דערציילן אונז אז תיכף נאך וואס מען האט געהארגעט ר' אלעזר המודעי אין ביתר ביי די גרויסע מרידה, איז ביתר געווארן איינגענומען, ווייל זיין זכות האט שוין נישט מגין געווען. און מיר ווייסן אז ביתר איז געווארן איינגענומען אין תשעה באב. קומט אויס אז אדער תשעה באב אליינס אדער אין די עטליכע טעג בעפאר, איז די יארצייט פון ר' אלעזר המודעי.

אגב, איז גאר אינטערעסאנט, אז כאטש מען האט אים געהארגעט אין די אנדערע עק לאנד, ווי ביתר געפינט זיך, ווייט אוועק אינטער ירושלים (די היינטיגע אידישע ביתר איז עטליכע מייל ווייט דערפון), מיט דעם אלעם האט מען אים ארויף געברענגט בי אהער אין די הו הא פון די מלחמה און מהומה. אדער קען זיין אז מען האט עס געטון שפעטער ווען עס האט זיך אביסל בארוהיגט די מצב.
איך וויל צוצייכענען אן אינטערעסאנטע חידוש פונעם פון הרה''ק ר' מענדלע רימנוב'ער געברענגט אין זיין ספר מנחם ציון וואס רעדט ממש אויף דער נושא.
ער פרעגט דארט טאקע ממש דער קשיא, אז מען זעט למשל אז הלל הזקן ליגט אין מירון, און אין חז''ל זעט מען אז ער האט געוואוינט אין ירושלים און נאך אסאך צדיקים ליגן ווייט אוועק פון די פלאץ ווי זיי האבן געוואוינט. איז ער מסביר, אז יעדע צדיק האט זיך זיין מקום ווי ער וויל ליגן לויט זיין תיקון און שורש, דעריבער ליגן טאקע גאר אסאך תנאים בכלל נישט אויף די ארט ווי זיי האבן געוואוינט.
איך האב יעצט נישט דער ספר פאר מיר, זאג איך עס נאר איבער בערך. אפשר וועל איך עס זען בקרוב, וועל איך עס נאכברענגן מער פונקטליך אי''ה.

האבן מיר גענדיגט מיט נבוריא. דאס מאל וועלן מיר נישט בלייבן דא פארגאפט און צוגענאגלט פאר נאך א טאג... נאר מיר וועלן זיך תיכף אנגארטלען מיט אלע כוחות און ארויספארן פון דא שוין יעצט.
ווי גייט מען יעצט? אויב מיר פארן דא ווייטער, קומט מען אן צוריק צום 886, אביסל נאך דלתון, ווי מיר האבן שוין באזוכט. צוריק, גייען מיר דאך קיין עמוקה און צפת פון ווי מיר קומען יעצט.
מיר וועלן טאקע יא צוריקגיין אביסל, אבער נאך עמוקה וועלן מיר אנשטאט ארויף פארן צוריק קיין צפת, וועלן מיר נעמען א צווייטע פארריקטע וועג, וואס וועט אונז פירן צו א דריטע פלאץ ווי מיר זענען שוין געווען (שוין געווען האלב לאנד...), דאס איז נעבן די שטאט חצור.
מיר פארן אויף דעם שמאלן האלב פארטיגן וועג, וואס פירט אונז דורך די בערג, אראפ ביז אין חצור אריין פון די אנדערע זייט. ווער עס וויל קען נאכאמאל צופארן צו חוני המעגל אדער צו די מקוה דערנעבן זיך אויפצופרישן. דערנאך פארן מיר ארויס צום ניינציגער, ווי מיר מאכן א לינקס אין דרום ריכטונג.
זענען מיר נאכאמאל אויפן פלאך פונעם טאל וואס מיר האבן שוין לעצטנס געזען אזויפיל מאל פון אויבן. מיר האבן זיך צוריק פארבענקט זעהענדיג די שיינקייט דערפון, זענען מיר צוריק דא. אבער יעצט ניצן מיר עס נאר אלץ דורכגאנג צו דערגרייכן די פינף און אכציגער, אויף וואס מיר וועלן יעצט וויילן א לענגערע צייט.

די עדי פייף שניידט דורך די לאנד אין די ברייט פון די ים הגדול אויף מערב, ביז כמעט צום ים כנרת צו מזרח, וואס איז אמאל געווען די גרעניץ אויף דער זייט. עס לויפט בערך די זעלבע ווי די 89 ווי מיר זענען לעצטנס געווען, נאר מער גראד און מסודר, זיך געפינענדיג אין א טאל אינטער די בערג פונעם גליל העליון, אנדערש ווי די 89 וואס געפינט זיך אויף די מעכטיגע בערג פונעם גליל העליון.
דאס הייסט אזוי: די גליל איז צוטיילט בעיקר אין צוויי חלקים. גליל התחתון, דאס איז אלעס פון נאך נצרת און העכער. דארט הייבן זיך אן מער נידריגע בערג, פון בערך אכט הונדערט פיס ביז בערך זעכצן הונדערט פיס. דאס זענען מער רוהיגע געלאסענע בערג, עס הערשט דארט מער א היץ סיי אין די ווינטער און זיכער אין די זומער.
דארט געפינען זיך די שטעט: טבריא, נצרת, כרמיאל און אסאך גרויסע אראבישע שטעט ווי: סכנין, עראבה, כאבול, שפרעם און נאך.
דאס ציט זיך ביז דער פינף און אכציגער וואס ליגט ממש אויפן גרעניץ צווישן די צוויי. די גאנצע צייט וואס מען פארט דערויף זעט מען אויף די רעכטע זייט בערג ארויף, און אויף די לינקע זייט מער בערג אראפ.
פון דא און ווייטער הייבן זיך אן מעכטיגע בערג, מיט שמאלע טאלן אינדערמיט, ארויף ביז די גאר הויכע שפיץ פון הר מירון, וואס מיר האבן שוין דא אנאליזירט. דא געפינט זיך נאר איין גרויסע שטאט: צפת, וואס איז טאקע די צענטער פאר אלע ארומיגע שטעטלעך.
מען קען אויך רעכענען באזינדער מערב גליל מיט איר הויפט שטאט 'מעלות', און אצבע הגליל מיט איר הויפט שטאט 'קרית שמונה'. ביידע האבן מיר שוין באזיכט.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 4:30 pm

יישר כח פאר שאהן העניטי, זעקסער, פארן זיך באדאנקען!
זעקסער, בעיקר שרייב איך עס טאקע פאר אזעלכע אידן ווי דיר וואס זענען שוין דארט געווען, אנדערש פארשטייט מען כמעט נישט וואס מען רעדט... מיט די בילדער קען מען יא אביסל פארשטיין.
צו איינס, יא זיכער. עס איז אויף א זייטיגע ראוד נעבן די וועג קיין עמוקה. עס איז דארט אויפגעשריבן מיט ספרעי אז דא איז עס.

חיים של עושר
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 9:30 am

תגובהדורך חיים של עושר » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 11:32 am

איזה עשיר השמח בחלקו

Trying
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 3:23 pm

תגובהדורך Trying » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 2:31 pm

;l;p- טוב ה' לכל. מוראדיג אינטרעסאנט

אוועטאר
עסקן הדגול
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 15, 2019 12:38 am

תגובהדורך עסקן הדגול » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 3:33 pm

זייער א פיינעם ארבעט איז דא נאך א חלק

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11246
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:33 am

אומגלויבליך, ממש משוגע צו ווערן, סיי פון דיינע ידיעות און סיי פון דיין שפראך!
יעצט אדורכגעליינט אפאר בלאט, ממש ווי צוגעשמידט צום בענקל
און.. איך בין נאך קיינמאל געווען אין א"י, דאך איז עס מיר מורא'דיג אינטערעסאנט
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

כביש 85

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:53 pm

פארן מיר אינעם טאל אויפן ניינציגער גראד אראפ, ביז עס פארט אריין גלייך אינעם פינף און אכציגער. זיך צו האלטן ווייטער אויפן ניינציגער אראפ צום כנרת און טבריא, דארף מען זיך ספעציעל אראפדרייען דערפאר, אויב האלט מען זיך גראד אן זיך דרייען, דאן טרעפט מען זיך אטאמאטיש אינעם פינף און אכציג ווי מיר גייען יעצט. אזוי גייט עס דארט אין לאנד, פאר וועם עס געפעלט נישט, קען גיין פון ווי ער קומט.
די ראוד דרייט זיך פון זיך, און מיר טרעפן זיך יעצט מיטן פנים צו מזרח, אנשטאט אויף די ניינציג וואו מיר זענען געווען געריכטעט מיטן פנים צו דרום. מיר פארן יעצט אויפן רעלאטיוו נייעם ראוד.
בכלל ארבעט מען יעצט אסאך אויף די ארומיגע ראוד'ס עס אויסצוברייטערן, און מאכן אז יעדע זייט זאל האבן צוויי ליניעס. בפרט אויף די 65 וואס מיר פארן דא אדורך, וואו מען ארבעט שוין גאר לאנג עס צו פארבעסערן, אז עס זאל נישט ווערן א טרעפיק פון אפאר מייל יעדעס מאל א טראק פארלאנגזאמט אביסל זיין שנעלקייט זיך ארויפציענדיג א בארג, אזוי ווי עס איז געווען ביז יעצט.

צום ערשט פארן מיר אדורך דעם וועג אריין צום אידישן ישוב כחל, וואס האט א שיינע ארויסקוק צום כנרת און די ארום.
דערנאך פארן מיר אריבער דעם גרויסן נייעם 'נחל עמוד' אינטערסעקציע (א נייע יעצט פאברעצירטע אידישע ווארט פאר אינטערסעקשאן...).
ביי דער אינטערסעקציע געפינט זיך א רעלאטיוו נייע אידישע ישוב 'קדרים', אויף אידיש זאגט מען עס 'טעפ'. שפעטער וועלן מיר זען פארוואס ער הייסט אזוי.
מיר פארן יעצט גלייך ביז אביסל בעפאר די קומענדיגע אינטערסעקציע וואס ווערט גערופן אויפן נאמען פון איינע פון די באערדיגטע דארט: 'צומת חלפתא'.

דארט ביי דער אינטערסעקציע (מאכט שוין נערוועז דער לאנגער קאמפליצירטער ווארט?, אמטשולדיגס, איך בין צו פריילעך מיט מיין חידוש... עס איז נישט מער קאמפליצירט ווי קאמפליציר''ט...), געפינען זיך די קברים פון פינף אנדערע צדיקים.
די ערשטע הייבן מיר אן אויף די רעכטע זייט, עטליכע הונדערט פיס בעפאר די אינטערסעקציע, ווי מיר פארקירן די קאר אזוי האלבוועגס צווישן די פארנומענע ראוד און די בארג דערנעבן, נישט האבנדיג קיין נארמאלע צוגעשטעלטע פלאץ וואו צו לאזן ריען די קאר ביז מיר קומען צוריק.

דא האבן מיר צום ערשט די קבר פון די הייליגע תנא ר' אליעזר בן יעקב, וואס די גמרא זאגט רופט זיין תורה: 'קב ונקי'!
דאס איז אן אינטערעסאנטע ציון. אויבן איז דא א קליינעם שיינעם עלטערע בנין. מען גייט אריין אין דעם בנין און דארט קען מען אראפגיין מערערע טרעפ ווי מען קומט אן צו א מערה, און פון יענע מערה קען מען אריינקוקן אין א קליינעם טיפע טינקעלע מערה, מיט זעכצן כוכין ארום, וואס לכאורה געפינט זיך דארט די קבר פונעם תנא, און פון נאך.
פון דארט גייען מיר אביסל העכער ארויף, איז דארט די קבר פונעם תנא ר' יעקב, לכאורה די טאטע פון ר' אליעזר, אנגעצייכנט מיט א הויפן שטיינער און א בלויע פארב כמנהג המקום.

נאך אביסל ארויף, איז די קבר פון די באקאנטע תנא ר' חנניא בן עקשיא. כאטש באמת איז כמעט נישט דא קיין מימרות פון אים, איז עס ווייטער הכל תלוי במזל, אז ער האט זוכה געווען צו ווערן גאר באקאנט ביי כלל ישראל, וויבאלד זיין משנה ווערט איבערגעזאגט הונדערטע מאל א יאר, און יעדע איד קען עס אויסעווייניג. 'ר' חנניא בן עקשיא אומר...!' הערט מען אויסשרייען פון אנדערן עק בית המדרש, און דערנאך קומט א הויכע הילכיגע 'יתגדל ויתקדש... על ישראל ועל רבנן...'.
בעצם ליגט אין די ווערטער פונעם תנא א גאר גרויסע התחזקות און שמחה פאר כלל ישראל, די תנא זאגט אונז דא אז אלע מצות פונעם אייבערשטן און אלעס וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, איז נישט חלילה אונז צו פייניגן און אונז מאכן שווער די לעבן... נאר אדרבה, רצה הקב''ה לזכות את ישראל! אלעס ווייל ער האט אונז ליב! ער זוכט נאר אונזער טובה! לפיכך, דעריבער, ווייל ער וויל אונזער זכות און אונזער גוטס, הרבה להן תורה מצוות ומעשים טובים! אן אנדערע בליק אויף די גאנצע תורה ומצוות, עס ליגט באהאלטן דערינטער א גוטס און א אהבה. אוודאי דארפן מיר עס טוען בכל אופן, אויך אויב מיר שפירן יעצט נישט די גוטס, כי אם ליראה, אבער אעפ''כ איז באהאלטן אינטער אלעם א חסד און רחמנות און ליבשאפט צו אונז! אשריך ישראל, עם נושע בה'! כל מה דעביד רחמנא, אויך די אלע מצוות און אלעס, לטב עביד! די גאנצע בריאה האט דער אייבערשטער באשאפן להיטיב, יעדע רגע איז דער אייבערשטער חושב מחשבות להיטיב לבריותיו! מיר האבן א גוטע באשעפער, גאט איז ''תמיד'' גוט! יא! אויך אין דעם! גאט איז מיט דיר ביי דיר און לעבן דיר, שרעק דיר ניט!
שוין, אמטשולדיגס פארן היבש פארפארן, אביסל זיך אויסגעגעבן די געפילן פון שמחה אויף די גליק אז מיר זענען אידישע קינדערלעך, און מיר האבן אזא גוטע באשעפער! שוין, עמיר ממשיך זיין מיט מקום מנוחתו פונעם בעל המימרא.
דארט איז דא א שיינעם קליינעם בנין, און אין דעם א גרעסערע מערה וואו מען קען נארמאל אריינגיין, מיט עטליכע שיין אויסגעהאקטע כוכים ארום. אין איינע דערפון ליגט די תנא ר' חנניא בן עקשיא.

דערנאך האבן מיר דא די קבר פונעם אומבאקאנטן תנא הקדוש מזמן הבית, ר' זכריה בן הקצב.
יעצט, אנצוקומען צו די קבר פון זכריה בן הקצב, דארף מען ארויפקלעטערן די גאנצע בארג, א צען מינוט וועג בערך, אבער א שווערע, און אויבן איז דא א בנין פארן ציון פון זכריה בן הקצב.
וויאזוי מען האט דא ארויפגעברענגט די געצייג און שטיינער צו בויען דא אויפן שפיץ בארג, ווייס איך נישט. אבער סתם אזוי איז עס א רחמנות אויף די איבריגע טירחא און שווערע ארבעט וואס דא איז אריינגעגאנגען, ווייל בפשטות ליגט ער ניטאמאל דא, לויט גבאי, געפינט זיך זיין קבר ממש נעבן די אנדערע צוויי קברים אינטן די בארג און נישט דא אויפן שפיץ ווייט אוועק, און ער קוקט אויס צו זיין גערעכט אין דעם.
דעריבער אויב עס איז איינעם זייער שווער ארויפצוקריכן די בארג, קען ער זיך בדיעבד באגעניגן מיט דעם.

א אינטערעסאנטע זאך האבן מיר דא דערנעבן, איך ווייס נישט ווי פונקטליך דא דערנעבן, אבער ערגעץ דא ארום איז דא אן אינטערעסאנטע ארכיאלאגישער געפינס.
אין חז''ל ווערט דערמאנט עטליכע מאל איבער כלים וואס ווערן געמאכט אין כפר חנניה. חז''ל זאגן דערויף בשבחו 'כלי כפר חנניה שאין דרכן להישבר'. דא אין די געגענט איז אלע יארן מקובל צו זיין די כפר חנניה פון ימי חז''ל. עס שטימט אויך גאר גוט מיט דעם וואס חז''ל געבן אן אז כפר חנניה איז די סימן אויפן גרעניץ צווישן גליל העליון און גליל התחתון בנוגע צו עטליכע הלכות, און ווי מיר ווייסן שוין, איז דא טאקע דער ארט פונעם גרעניץ.
פאר פערציג יאר צוריק בערך, גראבנדיג דא צו בויען דעם פינף און אכציגער, האט מען געפינען דעם גאנצן פאבריק ווי מען האט פאבריצירט די כלים! מען האט געטראפן די אויווענעס ווי מען האט עס געקאלעכט, ווי עס ווערט דערמאנט אין חז''ל מערערע מאל, ווי אויך אן א שיעור שברי כלים, פון כלים וואס מען האט געהאלטן אינמיטן מאכן, אדער וואס זענען נישט געלונגען און מען האט עס געמוזט דא איבערלאזן אינעם פאבריק, און נאך פילע זאכן.
פאר בערך פינף הונדערט יאר האט דער פאבריק עקזעסטירט דא! למעשה האט מען טאקע שוין געטראפן מערערע פון די סארט כלים וואס מען האט דא געפינען, פארשפרייט אין אלע שטעט אין צפון ארץ ישראל, וואס דאס ווייזט אויף די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון דעם פאבריק פאר די דעמאלטס'דיגע אידישע איינוואוינער פונעם גליל, אריינגערעכנט די הייליגע תנאים ואמוראים.
דאס איז גאר אינטערעסאנט צו האבן אזא זאך וואס ווערט דערמאנט אין חז''ל אזוי קלאר, און גאר אינטערעסאנט דאס צו זען מיט די אייגענע אויגן. למעשה איז אבער שווער צו וויסן ווי פונקטליך דאס געפינט זיך, וויבאלד זיי האבן דאס נישט געהעריג פרעזערווירט און אהערגעשטעלט פאר באזוכער. ערגעץ ווי נעבן דעם ראוד אויף די זייט געפינט זיך עס.
קיין מאנאפאל איבער די כלים אין לאנד האבן די בעלי בתים פון דעם פאבריק נישט פארמאגט, ווי חז''ל דערציילן אונז אז עס איז אויך געווען דאן א קאמפעטישן אין די דארף 'שיחין', ווי מען האט אויך פאבריצירט כלים אין די זעלבע צייט.
נו, וואס מיינט עטס? דארט האט מען שוין אויך געפינען די ארטיגע פאבריק! ערגעץ וואו נישט ווייט פון ציפורי אביסל מער דרום פון דא האט מען עס אנטדעקט נישט לאנג צוריק.

בכלל ווערט כפר חנניה דערמאנט אסאך אין חז''ל אלץ די וואוין ארט פון מערערע תנאים, וואס ווערן אפילו גערופן אויפן נאמען פונעם דארף 'איש כפר חנניה'.
יעצט ווייסן מיר שוין פארוואס די דארף דערנעבן רופט זיך 'קדרים', על שם די פילע טעפ וואס מען האט דא ארויסגעגעבן פאר כלל ישראל פאר אזויפיל יאר. אויך איז דא דא דערנעבן א צווייטע אידישע ישוב מיטן נאמען 'כפר חנניה', ע''ש די פריעדיגע ישוב וואס האט זיך דא געפינען.

אויף די אנדערע זייט ראוד, ביי די אינטערסעקציע (איר געדענקט נאך וואס דאס מיינט?...), געפינט זיך די קברים פון ר' חלפתא און זיין זון ר' יוסי, די באקאנטע תנא ר' יוסי.
העכער זייערע קברים געפינט זיך נאך ביז היינט א גרויסע פינף הונדערט יעריגע בוים, וואס ווערט שוין יארן דערמאנט אלץ די סימן וואו עס געפינט זיך די קברים פון ר' יוסי און זיין טאטע. עס גיבט א גוטע שאטן פאר די ארטיגע מתפללים.

האבן מיר גענדיגט אין כפר חנניה. מיר האבן זיך דא מחיה געווען מיט א ריזן אויסוואל פון קברי צדיקים, און מיט טעפ פאבריקן, גרעניצן, אלטע ביימער, אינטערסעקציעס און אויך אביסעלע דיבורי התחזקות והתעוררות אין די זייט אלץ צידה לדרך. יעצט וועלן מיר אראפפארן אביסל, מער ווי אביסל, פונעם אונזער געטרייע וועג ווייזער די פינף און אכציגער, און זיך ארויפדרייען טאקע צוריק צו די הויכע בערג פונעם גליל העליון.
מיר וועלן נישט לאזן די עולם נייגעריג און אנגעצויגן, זייער נישט גוט פארן געזונט, מיר וועלן שוין אויסזאגן אונזער גאנצע יעצטיגע פלאן. מיר וועלן יעצט ארויפארן דעם 866, ווי מיר וועלן ענדליך דורכפארן און אריינפארן צו די שוין לאנג אויסגעווארטעטע 'מירון' הקדוש!! דערנאך וועלן מיר אביסעל איבערפארן ווי מיר זענען שוין געווען אויפן 89, דארט וועלן ביז מיר וועלן צוריק אראפקומען צום 85 דורך די 864, ווי עס געפינט זיך אויך די באקאנטע דארף פקיעין. און אויפן וועג וועלן מיר דעקן מערערע אינטערעסאנטע ערטער, כדרכינו בקודש.
דאס הייסט אז מיר וועלן סך הכל פארפעלן א גאר קליינעם טייל פונעם 85, וואס סייווי איז דארט נישט דא וואס צו זען און טון. פאר ווער עס האט דוקא א קפידא צו האבן אדורכגעפארן די 'גאנצע' 85, קען עס טון אליינס, דורך פארן ווייטער ביז די 864 און דארט זיך צוריק אויסדרייען און צוריק קומען צו אונז, מיר וועלן ווארטן אויף אים דא אין ישוב פרוד צו ווי מיר פארן יעצט.

שארפע ווארענונג פאר אונזערע געטרייע משתתפים בנסיעה! היות יעצט איז געווארן בין הזמנים אין ארץ ישראל, ווערן יעצט פאר די קומענדיגע דריי וואכן, אלע וועגן און שטעגן, באזוך ערטער און קברי צדיקים, העפטיג פארנומען און טעטיג מיט טויזענטער און צענדליגע טויזענטער בחורים, טאטעס און זיידעס, היימישע און פרייע, מענער און נשים צדקניות.
דעריבער, מיר דארפן זען זיך צוהאלטן צוזאמען, און האלטן אן אויג אויף אונזער גרופע ווען מיר פארלאזן און ווען מיר גייען ווייטער. עס טוט זיך א שרעקליכע געטומל און צומישעניש איבעראל אין יעדע ווינקל פונעם פיצקל לענדל אין די יעצטיגע טעג, לאמיר האבן אן אחריות און האלטן אן אויג אויף אונזער גרופע, אז מיר זאלן קיינעם נישט איבערלאזן און דארפן צוריק קומען פאר אים. ראו, הוזהרתם!

א פרייליכע בין הזמנים!! עמיר זיך זען מארגן אי''ה! (צוריק צו די רעאליטעט, גיי ארבעט... כע כע... נישט דא ווער זאל לאכן... כל מה דעביד רחמנא לטב עביד...!!).

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:54 pm

יישר כח פאר עסקן הדגול, טרייונג, לכאורה, פארן זיך אזוי שיין באדאנקן!! ברוך השם פאר דעם!!

אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 2:08 pm

מורא'דיג אינטערעסאנט! איך טשעק אריין יעדן טאג דא די ערשטע זאך. יישר כח!! קיעפ אן!

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

מירון!! והסביבה

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:02 pm

מיר הייבן יעצט אן ארויפצוקלעטערן דעם גאר הויכן בארג. מיר שלענגלן זיך ארויף העכער און העכער איבער די געדרייטע שטעגן פונעם 866. נאך א קורצע צייט דערגרייכן מיר די ישוב פרוד.
מיר דרייען זיך אריין צום ראוד וואס פירט אריין צום ישוב, און תיכף דרייען מיר זיך אריין אין די זייט צו א זאמדיגע וועג וואס פירט אונז שנעל צו די קברים.
בעפאר די קברים איז דא יעצט אין די זומער אן אויסגעטריקענטע טייכל. אין די ווינטער ווען עס רעגענט אסאך, פארמירט זיך דא א גרויסע שטראם פון וואסער, און דא ממש אינטער די קברים שאפט זיך א שיינער וואסער פאל, גערופן 'מפל פרוד'. אין אמעריקע וואלט מען ניטאמאל אנגעקוקט אזא קליינעם פאל פון קוים אפאר פיס פון וואס מיר האבן בשפע, אבער דא אין לאנד טראגט עס אפילו א נאמען... מסתפקים במועט, בלית ברירה...
האבן מיר דא צוויי קברים, איינס פון ר' נחמיה העמסוני, און די צווייטע פון ר' ישמעאל בעל הברייתות. איינס אינטערן צווייטן. ר' נחמיה האט נאר א מציבה, און ר' ישמעאל פארמאגט א שיינעם מערה.
אויב גייט מען ווייטער צו דרום, דארט צווישן די ביימערלעך און קיען, קען מען זען מערערע אלטע חרבנות און מערות פון זמן התנאים ואמוראים, צווישן זיי עטליכע שובכי יונים, וואס ווערן מערערע מאל דערמאנט אין חז''ל, און איז געווען ברייט באנוצט איבערן גאנצן לאנד.

צוריק צום 866, פארן מיר ארויף ווייטער, ילכו מחיל אל חיל, העכער און העכער על במתי הגליל העליון. אויפן וועג פארן מיר אדורך נאך עטליכע ישובים.
אויף איין זייט האבן מיר די ישוב שפר – א ישוב ווי מען לעבט גרין און ארגאניש, נאטורליך. מען לאזט דארט נישט רייכערן אינעם ישוב, מען פארקויפט דארט נישט קיין פיש און פלייש, און מען פלאנצט דארט נאר ארגאנישע פרוכט און גרינצייג.
און אויף די צווייטע זייט ראוד האבן מיר דעם ישוב אמירים, אינאיינעם – 'אמרי שפר', מיט וואס נפתלי איז געבענטשט געווארן. דא איז דאך זיין חלקה, נו, איז עס נישט מער ווי פאסיג.
דערנאך האבן מיר דעם ישוב 'כפר שמאי'. א ישוב וואו עס וואוינען ספרדים, תימנים, אשכנזים און נאך. יעדע פון זיי האט א בית המדרש פאר זיך, וואו צו דאווענען אויפן אייגענעם נוסח. הייסן הייסט עס נאכן תנא 'שמאי הזקן' וואס ליגט נישט ווייט פון דא, ווי מיר וועלן זען בקרוב אי''ה.

ארויפפארנדיג דעם בארג שפרייט זיך אויס פאר אונז אויף דער רעכטע זייט, אן אויסקוק פון גאנץ גליל התחתון ביז טבריא און דעם כנרת. עס איז אפילו דא א ספעציעל דעזיגנירטן ארט וואו צו פארקירן דעם אויטא צו קענען ארויסקומען רוהיג צו באטראכטן דעם הערליכן אויסקוק, און אפילו כאפן א בילד צוויי דערפון, מיט זיך אינדערמיט פארשטייט זיך, סעלפי בלע''ז.
נאך אביסל, פארן מיר אריין צווישן די בערג פון מירון, וואו די ווייטע אויסקוק ווערט פארשוואונדן, מיר ווערן פארשלינגען צווישן די הרי מירון פון וואו מען קען נאר זען די שטאט צפת פונדערווייטנס, און סתם שיינע באוואקסענע בערג.
און נאך אביסל, אט אט זענען מיר שוין אין מירון! אה!

מיר פארן אריין אינעם דארף מירון. יעצט אין בין הזמנים טוט זיך דא אזא געפילדער און רידעריי, כמעט וואו ל''ג בעומר. פונקט ב''ה איז יעצט היבש ליידיג, ספעציעל פאר אונז, און מיר קענען רוהיג צופארן כמעט ביז צום מערה און פארקירן דעם אויטא אינעם דערנעבנדיגן פארקינג לאט.
מיר גייען צו צום הייליגן מערה. מיר גיסן זיך אויס דאס הארץ דא מיט א רוהיגקייט. נאך א לענגערע צייט זאגן תהלים, לערנען זוהר הקדוש דאווענען מנחה און בעטן וואס מען דארף, שפירן מיר אז מיר האבן שוין עפעס אויפגעטון. יעצט גייען מיר ארויס אינדרויסן אין קאווע שטיבל עפעס טועם זיין.
פונקט, איז ווי געווענטליך נישט דא קיין מילך, קאווע שטויב פון עלית איז אויך נאר דא די שווארצע טערקישע קאווע, 'קפה טורקי', נישט פונקט פאר אונזער אפעטיט, פלאסטיק גלעזלעך איז דא נאר האלב אויסגעוואשענע, אויך נישט פאר אונז אמעריקאנע מפונקים.... ראגעלעך איז דא נאר בורקס פון אנג'ל, און נאר האלבע צעשטיקעלטע, ווער עס האט געגעסן די אנדערע האלב און זיך שוין ארומגעשפילט מיט דעם אזוי אויך קליינעם בורקס, קען מען קיינמאל נישט וויסן, שטעלן מיר נישט איין, און בלייבן דערווייל הונגעריג און דארשטיג פאר אונזער באקוועמליכקייט.
גייען מיר אראפ אינטען צום הכנסת אורחים. מען איז אביסל טועם און מען כאפט זיך דאס הארץ בלית ברירה מיט צוברעקלטע קוסקוס, פיטא און חומוס, א זופ ווי מען דארף ארויספישן אביסל גרינצייג, טאמעטעס וואס מען האט חרוב געמאכט מיט כל מיני געווירצן ובראשם קומון. האבן מיר כאטש עפעס צו עסן. כאטש א ריינע ארט ווי זיך אראפצוזעצן איז היבש שווער צו געפינען אינעם קליינעם שטיבל, זענען מיר זיך מסדר און מען טרעפט אן ארט צווישן א בייזע אשכנזי פון איין זייט און א פרענק מיט לאנגע ברייטע צושפרודעלטע האר אויפן קאפ און צולעכערטע קראקס אויף די פיס. מען עסט אפ און מען גייט ווייטער אן איבריג ארומזיצן, צוליב היגייענישע סיבות...

נאכן שעפן פרישע כוחות און זיך זעטיגן אויפן מירונ'עם נוסח, לאזן מיר זיך ארויס אויף די יאכטע צו באזוכן די ארומיגע מקומות הקדושים, ניצנדיג אונזערע פרישע כוחות פאר גוטע זאכן...
דא ארום האבן מיר די קבר פון ר' יוסי בן קיסמא. די קבר פון ר' אדא סבא. די קבר פון ר' יצחק. די קבר פון ר' יוחנן הסנדלר, און דערנעבן א גרויסע גרוב וואס מען זאגט אז דארט האט ער אויסגעארבעט די שיך אלץ שוסטער – סנדלר.
אויך האבן מיר דא די קבר פון הלל הזקן פון וואס מיר האבן שוין גערעדט. עס איז א גרויסע לאנגע מערה, פון די גרעסטע וואס איך האב נאר אמאל געזען צווישן די קברי צדיקים, מיט אויסגעהאקטע כוכים פון אלע זייטן. לכאורה ליגט דא הלל מיט זייע תלמידים.
עס איז שוין היינט פארשפארט מיט שווערע אייזערנע גראטעס. לכאורה צוליב אומגעווינטשענע געסט וואס האבן זיך דארט באזעצט און געטראפן דארט זייער וואוינארט... לכאורה דער פרענק מיט וועם מיר זענען פריער געזיצן אינעם הכנסת אורחים... איך ווייס אבער נישט וועם פונקטליך ווער האט גענומען די רעכט און עס פארשפארט און זיי פארשיקט פון דא, הלל האט זיכער יעדער מקרב געווען בסבר פנים יפות כידוע.

קעגן איבער האבן מיר אויפן בארג די קבר פון שמאי הזקן אין א מערה. און העכער דעם אויפן שפיץ בארג א מאדנעם גרויסן שטיינערנעם געבוי, מיט צוויי ערטער וואו צו ליגן דערין. ביידע אויסגעליידיגט.
דערנעבן איז פארהאן א אלטן שטאט, וואס מען זעט דארט פילע אלטע חורבנות פון א ישוב מזמן התנאים. און אין צענטער דעם אלטן בית המדרש מיט די שוועל וואס שטייט דארט נאך ביז היינט. די חוקרים זענען שטארק מסופק וועלכע שטאט דארט איז אמאל געווען, אבער זיכער א גרויסע וויכטיגע ישוב.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!!

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:03 pm

יישר כח פאר עולם ומלואו פארן באדאנקן!! יישר!

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:15 pm

א פאנטאסטישע ארבעט - אומגלויבליך
מיר האבן זעער הנאה - תודה רבה ויישר כחך וחילך

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:40 pm

'טוב' איך געב נישט קיין יש''כ אזוי שנעל ווייל איך בין א שטיקל אומפארגינער אבער פאר אזא ארבעט קומט דיך פונעם גאנצן הארץ א ייש''כ
נאך א סיבה ווייל מען באקומט עס צוריק במילא איז קיין פראבלעהם צו געבן א ייש''כ.
כה לחי זיי ממשיך מיט'ן הערליכע באשרייבונגען דער עולם האט זייער הנאה.
נאכאמאל א יישר כח (אומזינסט)
לעצט פאראכטן דורך בטיש בטישין אום מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2198
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:42 pm

זעהט אויס אז מירון קומט שווער

שוין דריי מאל! געארבעט און ביים סוף נעלם געווארן (די פעידזש רילאד זיך) אבער סקומט א גוטס לוינט זיך צו ווארטן

האט איינער א עצה ווי אזוי דאס צו פארמיידן , אן דארפן מאכן א דרפעט יעדע פאר מינוט
(קאפיען העלפט נישט ווייל איך דארף כבדר קאפיען לינקס)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2198
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:45 pm

טוב אפאר הערות אויף מירון קערעקט מיר אויב איך בין ראנג

בית הכנסת העתיק מיט די שוועל איז נעבן רבי יוסי הקסמא
די צווייטע שול נעבן שמאי האט נישט די שוועל אויף זיך

רב אדא סבא וי״א רב ייבי

בענין שמאי הזקן
גבאי האט א צוייטע קבר? (און די זעלבע מיט רבי יוסי בן קיסמא)
די קבר איז נישט די גרויסע שטיין?
וואס איז די וויגעלעך וואס איז די קבר און וואס איז די מערה?

(ד״א פארוואס ביסטו נישט ארויף ביזן זה כסא?)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 4:35 pm

WOW WOW זיך באלעקט מיט יעדע שורה.

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 6:16 pm

סאכדעס האט געשריבן:WOW WOW זיך באלעקט מיט יעדע שורה.

גא"מ

מ'דארף אין די זעלבע צייט אויך באדאנקן the one and only הרב 'איינס' וואס לייגט אריין געוואלדיגע כוחות אין די בילדער און פיילס.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

צו הרב איינס

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:44 am

לגבי די שוועל. אין מירון איז דא א גרויסע, ממש א גאנצע וואנט, מיר וועלן אי''ה בקרוב דארט זיין, אבער ביי שמאי איז אויך דא א שטיקל, נאר א שוועל. אבער זייער שיין אויסגעפארעמט.

עס שטייט אויפן טאוועל רב ייבא סבא, אבער די אר''י הק' האט מגלה געווען אז ער ליגט ערגעץ אין יער הבעש''ט, דעריבער שפעקילירט מען אז דא ליגט א צווייטע סבא, ווי רב אדא סבא. רב המנונא סבא איז אין טבריא.

שמאי הזקן, איז אזוי. מען האט אלץ געוויסט אז ער איז אויבן אויפן בארג קעגן מירון, אבער אין די לעצטע יארן האט מען געזאגט, לכאורה פאר א סימן, אז ער ליגט ביי דעם שטיין. למעשה דער שטיין איז זיכער נישט זיין קבר. י''א אז זיין שנור ליגט דארט, מיט א מעשה מיט א קינד ואכמ''ל.
האט גבאי געטראפן דעם מערה ממש אינטער דער שטיין, דאס הייסט אויפן בארג אביסל אראפ, וואס קומט למעשה אויס בערך אינטער דער שטיין, און לכאורה איז ער גערעכט אז דארט ליגט שמאי מיט זיינע תלמידים, און אזוי קוקט אויס פון די כתבים. אויך קדמונינו קריגט זיך נישט דערמיט, און שמ''ח האלט אויך אזוי.

לגבי די כסא, האלט איך גלייך בעפאר, איך האב מיך געדארפט אפשטעלן אינדערמיט.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:48 am

יישר כח פאר ידיעות שונות, סאכדעם, וללמוד אני צריך פארן מיר באדאנקן און איבערגעבן אז מען האלט מיט און מען האט הנאה!
און א ספעציעלע שקויעך פאר די ספעציעלע אנשטרענגונג פון הרב בטיש בטישין פארן ארויסגיין פון זיינע גדרים און מיר אזוי שיין באדאנקן...
ווי אויך א ווארעמע יישר כח פאר הרב איינס פארן אזוי שיין בארייכערן און אזויפיל צוגעבן צו אונזער געשמאקע נסיעה מיט הערליכע געקליבענע בילדער פון די אלע מקומות, שקויעך!!


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט