ר' יחזקאל פריעדמאן ז"ל פון קרית יואל איז מחזק און מחייב - נלב"ע כ”ה סיון תשפ”ג
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר העשר
- תגובות: 16
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 4:53 pm
ר' יחזקאל פריעדמאן ז"ל פון קרית יואל איז מחזק און מחייב - נלב"ע כ”ה סיון תשפ”ג
אין קרית יואל איז דא א חשוב'ער איד ר' יחזקאל פריעדמאן וואס ליידט שוין יארן לאנג פון די ALS מחלה, דער איד זיצט אין א ווילטשעיר בשעת אלע זיינע אברים זענען געלעמט, ער קען אפי' נישט אראפשלונגען די שפייעכץ (מ'דארף יעדע פאר מינוט דאס ארויסציען מיט א מאשין), אין די זעלבע צייט איז ער א קוואל פון שמחה, אמונה און ביטחון, ווי עס זאגן עדות אלע וואס קומען אין בארירונג מיט אים, ער שיקט ארויס שארפע בארואיגונגס שטראלן וואס ווער עס באזוכט אים שפירט עס.
פאר א יאר צוריק האט ר' נפתלי שטיין געמאכט א קליינער אינטערוויו מיט אים, קורץ אבער שארף, אט האב איך געשאפט דעם אודיאו דערפון און איך לייג עס דא ארויף לזיכו הרבים.
https://drive.google.com/file/d/0Bz-34u ... sp=sharing
אז איר שפירט מחוזק דערפון קענט איר טון א גרויסע מצוה און אריינשיקן אן אימעיל צו ר' יחזקאל אים דערציילן וויאזוי דער רעקארדינג האט אייך מחזק געווען.
אט איז די אימעיל:
[align=right][email protected][/align]

- שר האלף
- תגובות: 1294
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm
איז טאקע אין פלאץ, אים צו שיקן א מעסידזש? א ש'כוח?
אויב יא וויל איך אזוי טון
ווייל איך בין מורא'דיג נתפעל פון אים.
אויב יא וויל איך אזוי טון
ווייל איך בין מורא'דיג נתפעל פון אים.
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי

- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
שמו האט געשריבן:איז טאקע אין פלאץ, אים צו שיקן א מעסידזש? א ש'כוח?
אויב יא וויל איך אזוי טון
ווייל איך בין מורא'דיג נתפעל פון אים.
ער האט דאך געלייגט אן אימעיל
[email protected]
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
-
- שר העשר
- תגובות: 16
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 4:53 pm
-
- שר העשר
- תגובות: 16
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 4:53 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 747
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm
ברוך דיין האמת
ברוך דיין האמת די אויסגעלייטערטע נשמה פון
הגה"ח ר' (שמחה) יחזקאל שרגא (בן בילא) בן הרה"ח ר' יהושע פריעדמאן ז"ל
די לויה וועט ארויס גיין היינט 11 פארמיטאג פון זיין שטוב/ביהמ"ד אויף 25 סאטמאר דרייוו אין קרית יואל

Re: ר' יחזקאל פריעדמאן פון קרית יואל איז מחזק און מחייב
ער איז געווען פון די 31 טובי הקהלה,
אין די נ' יארן איז ער געווערן שטארק אקטיוו און די אנפירער פון "ועד החינוך" שע"י מוסדות הק' אין די שטאט קרית יואל,
ער האט געמאכט א גרויס חלק פון די תקנות, סיי פאר די אינגלעך אין חדר און סיי ביי די מיידלעך אין סקול, הן בעניני לבוש, והן ביי אנדערע זאכן, ואס די תקנות האלטן נאך אהן ב"ה עד היום
אין די נ' יארן איז ער געווערן שטארק אקטיוו און די אנפירער פון "ועד החינוך" שע"י מוסדות הק' אין די שטאט קרית יואל,
ער האט געמאכט א גרויס חלק פון די תקנות, סיי פאר די אינגלעך אין חדר און סיי ביי די מיידלעך אין סקול, הן בעניני לבוש, והן ביי אנדערע זאכן, ואס די תקנות האלטן נאך אהן ב"ה עד היום
Re: ר' יחזקאל פריעדמאן פון קרית יואל איז מחזק און מחייב
איבערגעלאזט 14 קינדער, בנין וחתנין רבנן
- זילבענע לייכטער
- שר האלפיים
- תגובות: 2634
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2022 2:48 pm
- לאקאציע: אין זילבער סטאר
- פארבינד זיך:
Re: ברוך דיין האמת
בד"ה... פלעג איך אסאך דאווענען ביי אים, זאל ער זיין א גיטע בעיטער
לכבוד מיין 2000 תגובה
די נושא וואס קומט יעצט פאר אין ארץ ישראל איז זייער האקל אין מיט 1 דיבור קען מען פארלירען ביידע וועלטן (כמבאור בספה"ק)
דעריבער דארף מען זייער אכט געבן וואס מען שרייבט, ליינט, טראכט רעדן, וכו'!!!
דעריבער דארף מען זייער אכט געבן וואס מען שרייבט, ליינט, טראכט רעדן, וכו'!!!
Re: ר' יחזקאל פריעדמאן פון קרית יואל איז מחזק און מחייב
אוי!!!!!!!!!!!!!!!!!! בד"ה
Re: ר' יחזקאל פריעדמאן פון קרית יואל איז מחזק און מחייב
ר' יחזקאל הצדיק האט זיכער מגין געווען אויף די שטאט, אוי נא לנו כי נשברנו.
ר' יחזקאל בתקפו איז געווען דער בריח התיכון למען קדושת המקום, לא ינוח ולא ישקוט מיט אסיפות און געלט אלץ וואס נאך מ'קען טון להתרוממות קרן התורה, און אלעס כדרך החסידים בהצנע לכת אן קרעדיט, מיט איידלקייט און געפיל.
א קליינע עפיזאד, איך געדענק פאר בערך 20 יאר צוריק ווען ר' יחזקאל איז געווארן געלעמט ל"ע, האט מען אים געזאגט אז איינער וואס האט אויך די שרעקליכע מחלה איז אינגאנצן מיואש און פארלוירן דעם לוסט פון לעבן, ר' יחזקאל ברוב חכמתו האט קאמוניקירט דורכן קאמפיוטער פראגראם צו יענע אינגערמאן, געבעטן חיזוק פון אים, און אים געזאגט אז ער שטוינט פון התפעלות ווי שטארק דער אינגערמאן האלט זיך אין אזעלכע שווערע צייטן, כמובן דער אינגערמאן הערנדיג אזעלכע ווערטער איז נשתנה געווארן לאיש אחר לגמרי, דאס האט אריינגעבלאזן א חיות און מוט צו קעמפפען אין לעבן, די משפחה האט געזאגט אז קיינער האט אים נישט געקענט ארויסברענגען פונעם דכאון, עד שבא ר' יחזקאל.

- דזשי רי בי
- שר חמש מאות
- תגובות: 714
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
- לאקאציע: גרינד
Re: ר' יחזקאל פריעדמאן פון קרית יואל איז מחזק און מחייב
געדענק מיר הרה"ח ר' יחזקאל ז''ל אין די געזינטע יארן אין ביהמ"ד בית מרדכי, עס ליגט מיר נאך אין די ביינער זיין דאווענען וואס איז געווען כל כולו רחמים ותחנונים לפני המקום, א סימבאל פון א ערליכע סאטמארע בעה''ב, און ווי איינער האט שוין ערווענט האט ער איבערגעלאזט א גאר חשובע דור תלמידי חכמים יראים ושלמים , בנין וחתנין רבנן
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
-
- שר האלף
- תגובות: 1489
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
- לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון
Re: ר' יחזקאל פריעדמאן פון קרית יואל איז מחזק און מחייב
זיך אפגעגעבן מיט חתן שיעורים חיי הנישואין
אויפגעטון א געוואלד לטהרתן של ישראל, געווען א מתמיד עצום נאך אין די געזונטע יארן, טראץ וואס ער איז געווען א בעה"ב
אבד חסיד מן הארץ!!!
(נישט אז כ'האב אים געקענט, כזאג נאר נאך פון איינעם פון די פני העיר וועם כ'האב געהאט די זכיה צו טראגן צום לויה)

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35409
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: ר' יחזקאל פריעדמאן פון קרית יואל איז מחזק און מחייב
געדענק מיר ר' יחזקאל אין די גוטע צייטן.
אן איידעלער בעה"ב, נשא ונתן באמונה, געלערנט און געדאווענט ווי א געהויבענער איד.
משכמו ולמעלה גבוה.
ערגעץ מ"ו מ"ז האט ער געהאט אן ערנסטע עקסידענט ביים סטאפ סיין [!] ביים עקסיט פון טראוועי צום 32, תושבי קר"י האבן דאן שטארק מתפלל געווען פאר אים.

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Re: ר' יחזקאל פריעדמאן פון קרית יואל איז מחזק און מחייב
וויאזוי זיינע חשוב'ע קינדער האבן מקיים געווען כיבוד אב, איז ווערד א באשרייבונג פאר זיך! ממש מען קען זיך אפלערנען. די איבערגעגעבנקייט איז דאך עד אין לשער.
Re: ר' יחזקאל פריעדמאן פון קרית יואל איז מחזק און מחייב
ברוך דיין האמת!!
אוי איז דער יוד געווען א לעבעדיגער מוסר ספר!
אגב, ס'איז געווען צום שטוינען די כיבוד אב פון זיינע קינדער מיט אזא איבעגעגעבנקייט און רעספעקט.

- קליגער מענטש
- שר חמש מאות
- תגובות: 733
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 5:01 pm
Re: ר' יחזקאל פריעדמאן פון קרית יואל איז מחזק און מחייב
וויי וויי דאס הארץ ציפט
אזא מיטגעמאכטער נעבעך
אזא מיטגעמאכטער נעבעך
קליג קען יעדער זיין "קליגער" קען נישט יעדער
- עמאציע
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 424
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 2:20 pm
- לאקאציע: ערגעצוואו אויבן...
Re: ר' יחזקאל פריעדמאן פון קרית יואל איז מחזק און מחייב
אוטש! ברוך דיין האמת.
די יסורי הנפש וואס דער מענטש איז דורך די אלע צענדליגע יארן, און דאך זיין מבהיל'דיגער וועג וויאזוי ער האט זיך געהאלטן, איז למעלה מן ההשגה.
יהא זכרו ברוך

וויאזוי שפירסטו?
-
- שר מאה
- תגובות: 136
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 2:46 pm
Re: ר' יחזקאל פריעדמאן פון קרית יואל איז מחזק און מחייב
איך האב אים נישט געקענט נאר איך קען זיין זוהן די דיין,
אויב האט ער די זכיה צו האבן אזא זוהן וואס דארף אזוי גארנישט פאר זיך און האר אזוי ביזי מיט יענעם ווי מען קען אלץ העלפן א איד, ווייס איך אז די טאטע איז געווען א כלי

- קרעמניצער חסיד
- שר האלפיים
- תגובות: 2132
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 10, 2023 10:29 pm
- לאקאציע: שכונת זרע קודש
Re: ר' יחזקאל פריעדמאן פון קרית יואל איז מחזק און מחייב
ווער איז זיין זוהן א דיין?פיין מסכים האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 14, 2023 2:40 pmאיך האב אים נישט געקענט נאר איך קען זיין זוהן די דיין,
אויב האט ער די זכיה צו האבן אזא זוהן וואס דארף אזוי גארנישט פאר זיך און האר אזוי ביזי מיט יענעם ווי מען קען אלץ העלפן א איד, ווייס איך אז די טאטע איז געווען א כלי
אנהייב יאר קען מען זיך בעסער אוועקשטעלן! (שפת אמת)
טיף ווארט: עס קומט א צייט אין לעבן וואס מען אנערקענט, אז ”ענוה” איז נישט קיין מידה, נאר א מציאות!(לעצט פארראכטן (דורך מיר) ה’ תשרי תשפ”ד)