האבגרויסהצלחה האט געשריבן:סאיז דא אסאך צו רעדן פון די קעמפ..... די באָנקס..די וואלד...די פָאל...די יונגליך לאנטש ראם...די בחורים בית המדרש... אוי איז דעס געווען
און וועליכע וואלד האט מען אים געטראפן נעבן שארי חמלה'ס הויז אדער און די גרויסע וואלד דארט ווי די חדרים (מיט די וואסער) זענען ??

1. מען געבט איסער אז מהאט געטראפען די בחור'ל א וועג צו גיין בערך 75 מינוט! אדער 15-20 מינוט צו פארען מיט א קאר
2. אנפאנג פון די סוירטש האט מען געפינען די בחור'ס היטעל האט עס אביסעל געהאלפען באראויגען די מצב ווייל סהאט אוועק גענומען אזעלעכע זארגען ווי קידנעפינג 4. ווען מהאט אנגעפאנגען צו זוכען ביינאכטהאט א שכן געזאגט אז סאיז נישט גוט צו אריינגיין אינן די וואלד ביינאכט ווייל סדרייט זיך דארטען וועלף!!! ער האט פארגעשלאגען צו מיטגיין מיט זיין ביקס, אבער למעשה האט מען באשלאסען אז מען וועט צוווארטען ביז צופרי
3. ווען מהאט געטראפן די בחור האט די ערשטע זאך געפרעגט צו מען האט אפשר געזען זיין הוט.. בקיצור למעשה איז עס ממש ניסי ניסים אז ער איז ארויס מיטן לעבן אומבאשעדיגט פון די גאנצע מעשה
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון
וואו נעמט מען די יונגע יארן, זיי זענען אוועק געגאנגען.....
יארן האמיר דא פארבראכט, ווער האט דען דענסמאל גע'חלומ'ט אז דאס וועט נאך זיין א חלק פון אונזער נאסטאלגישע זכרונות..., סדר השעה, פארברענען שלענג טעגליך, לערנען אין די וועלדער אן כיתות, איי זענען די שרצים געקראכן אין די מאסן, יעדן טאג האמיר געהאט די זכי' ארויס צו ציען די פוס פונעם לאנג-שטרעקיגן ספיידער לקיים מה שנאמר....
טעללער האט געלערנט צו שרייבן בריוו אין לשה"ק, איך האב נאך א טייל פון זיי, איך בענק מיר נאך די זאכן אויף וואס כ'האב מיר דעמאלטס אפגערעדט...
האמיר געקענט שטיין יעדן טאג עקסטער מיט א פרישקייט, מערערע מאל אין טאג, און גאפן אויף די הערליכע פאנאראמע פון קעגן איבער.
ר' אברהם ישכר כייעם איז געווען דער לייוו גארד וואס האט קעיר גענומען פון די באריס און די בענדס ווער ס'האט געמעגט שווימען אין די 6 פיסיגע וואסער.
ר' אורי דער מנהל המחנה..., ועוד רבות זכרונות פון יענע יארן.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות). אין א שיינעם העלן טאג...
יארן האמיר דא פארבראכט, ווער האט דען דענסמאל גע'חלומ'ט אז דאס וועט נאך זיין א חלק פון אונזער נאסטאלגישע זכרונות..., סדר השעה, פארברענען שלענג טעגליך, לערנען אין די וועלדער אן כיתות, איי זענען די שרצים געקראכן אין די מאסן, יעדן טאג האמיר געהאט די זכי' ארויס צו ציען די פוס פונעם לאנג-שטרעקיגן ספיידער לקיים מה שנאמר....
טעללער האט געלערנט צו שרייבן בריוו אין לשה"ק, איך האב נאך א טייל פון זיי, איך בענק מיר נאך די זאכן אויף וואס כ'האב מיר דעמאלטס אפגערעדט...
האמיר געקענט שטיין יעדן טאג עקסטער מיט א פרישקייט, מערערע מאל אין טאג, און גאפן אויף די הערליכע פאנאראמע פון קעגן איבער.
ר' אברהם ישכר כייעם איז געווען דער לייוו גארד וואס האט קעיר גענומען פון די באריס און די בענדס ווער ס'האט געמעגט שווימען אין די 6 פיסיגע וואסער.
ר' אורי דער מנהל המחנה..., ועוד רבות זכרונות פון יענע יארן.
א הערליכע געשמאקע קעמפ געווען, אין די מעין דארמיטארי בילדינג זענען געשלאפן נאר אכט אינגלעך / בחורים אין א רום מיט א פריוואטע טוילעט און עיר קאנדישן.
ווער רעדט פון די הערליכע View, די בערג, די ראוידס ווי מ׳פלעגט גיין שפאצירן (געדענק מיר די געשמאקע שבת נאכמיטאג שפאצירן מיט הר״ר פינחס דוד שווארץ ז״ל, ס׳פלעגט זיך גיסן פערל ווערטער פון אים).
ס׳ליגט אין זכרון די געשמאקע שיעורים פון די מנהל הר״ר שלמה זלמן וויינבערגער שליט״א אויף די סדר העולם (זין, לבנה, מזלות) וואס פלעגט פארקומען אין קעמפ.