איז היטלער ימ״ש געווען א אייניקל פון א איד?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 2:10 pm

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:צוויי מאל אין גלות איז דער צענטער פון אידנטום פלוצלינג חרוב געווארן באף ובחימה: אין שפאניע בימי טורקווימאדא ימ"ש, און אייראפע בכלל בימי היטלער ימ"ש. ביידע מאל איז עס געקומען דורך פרי באושים מכם ובכם. אויך טורקווימאדא האט געשטאמט פון א משפחה פון שפאנישע מומרים.

עפעס מוסיף צו זיין. ר' אברהם זכותא שרייבט אין ספר יוחסין פחדימ'דיגע ווערטער וועגן די פרי באושים:
ובשנת קנ"א היה שמד גדול... בכל קטאלוניה וקשטיליה ואראגון, וקמו על היהודים והרגום והמירו דתם יותר ממאתים אלף יהודים, ונתנו סימן השנה אל קנ"א. ואנחנו קבלנו כי היו לוקחים היהודים באותו זמן גויות בבתיהם והיו מתעברות מיהודים וילדו בנים, המה הגוים אשר הרגו לאבותיהם והשמידום. צדיק הוא י"י כי מי שנתחתן לעבודה זרה – השם יתברך מקנא קנאתו.


נישט צו פארדרייען די נושא, שטייען אונז אין די טעג נאכאמאל אין די זעלבע סארט סיטואציע, זאל הי"ת האלטן זיין רעכטע האנט על שארית עמו ישראל.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » זונטאג אוגוסט 11, 2019 6:29 pm

געוואלדיג האט געשריבן:
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:צוויי מאל אין גלות איז דער צענטער פון אידנטום פלוצלינג חרוב געווארן באף ובחימה: אין שפאניע בימי טורקווימאדא ימ"ש, און אייראפע בכלל בימי היטלער ימ"ש. ביידע מאל איז עס געקומען דורך פרי באושים מכם ובכם. אויך טורקווימאדא האט געשטאמט פון א משפחה פון שפאנישע מומרים.

עפעס מוסיף צו זיין. ר' אברהם זכותא שרייבט אין ספר יוחסין פחדימ'דיגע ווערטער וועגן די פרי באושים:
ובשנת קנ"א היה שמד גדול... בכל קטאלוניה וקשטיליה ואראגון, וקמו על היהודים והרגום והמירו דתם יותר ממאתים אלף יהודים, ונתנו סימן השנה אל קנ"א. ואנחנו קבלנו כי היו לוקחים היהודים באותו זמן גויות בבתיהם והיו מתעברות מיהודים וילדו בנים, המה הגוים אשר הרגו לאבותיהם והשמידום. צדיק הוא י"י כי מי שנתחתן לעבודה זרה – השם יתברך מקנא קנאתו.


נישט צו פארדרייען די נושא, שטייען אונז אין די טעג נאכאמאל אין די זעלבע סארט סיטואציע, זאל הי"ת האלטן זיין רעכטע האנט על שארית עמו ישראל.


רחמנא ליצלן אזוי צו זאגן אויף שלומי אמוני ישראל.

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 2:54 am

איגערקע האט געשריבן:רעדענדיג פון דעם ראש הנאציס, אין ימי החורבן וואס מיר שטייען אצינד.

מיר קלאגן און וויינען, אין דעם טרויערדיגן טאג, אויף חורבן בית מקדשינו, און אויך אויף די אלע רציחות, און פייניגונגען וואס מיר אידן זענען דורך, במשך דעם לאנגן גלות. זיכער אז די לעצטע חורבן, האט געבראכן היסטאריע. ווי א אפנארמאלע מספר אידן זענען, געהארגט, פארגאזט, אדער געשאסן געווארן רח"ל, השם ינקום דמם. ארץ ארץ אל תכסה דמם.

ווי אזוי קענען מיר צוקוקען, ווי די וועלט רעדט פונעם האלאקאוסט, ווי בלויז א שטיקל פון די היסטאריע ביכער. אין אמעריקע און אין ארץ הקודש, טוט די פרייע וועלט דאס פאראייביגען מיט מוזיאמס אד"ג, אויך אין די שטעט ווי מיליאנען אידן זענען פארברענט געווארן, איז פארוואנדלט געווארן אין א אויספלוג ארט. ווי מענטשן פון די גאנצע וועלט קומען אלס טוריסטען צו זעהן די טרויערדיגע חלק פונעם אידישען היסטאריע.

מיין קליינע שכל, קען נישט פארשטיין ווי אזוי א פרומער איד, וואס האט פארלוירן זיידע באבע דארט אין אוישוויץ. קען צוריק גיין אהין "באזיכן" דאס הארץ ציפט פון ווייטאג. טרערן קומען ארויף בעת מ'רעדט נאר דערפון. דאס איז נישט א ערציילונג פון די מעשה ביכער, דאס איז א נעגאטיווע און טרויערדיגע חלק פונעם אידישען פאלק. כ'דענק ווען איך בין געווען מיט מיין מוטער - א קינד וואס מלחמה איבערלעבער - אין די וואקס מוזיאם און לאנדאן, איז דארט געווען א סטאטוע פון היטלער ימ"ש, מיין מאמע האט זיך אנגערופן מיט א וויינעדיגע שטימע, ווי קען מען קוקען אויף א פרצוף וואס האט אויסגעשחטן אזויפיל אידן.

ווי מער יארן עס גייט פאריבער, אלס שוואכער איז די געפיל, וויפל אידן לעבן נאך היינט וואס האט דאס צוגעזעהן מיט די אייניגע אויגן. די מלחמה איז געקומען צו אן ענדע איבער זיבעציג יאר צוריק. אבער טייערע ברודער. דאס איז געווען א חורבן נורא ואיום, וואס איז קיינמאל נישט געווען בעפאר מיום היות ישראל לגוי.

מיר קלאגן און וויינען, אין דעם טרויערדיגסטע טאג, פון יאר. אויף די זעקס (זיבן אדער אכט איז לויט טייל די ריכטיגע נומער) מיליאן, אידישע קינדער, אינגע קינדער, אלטע לייט, און אלע אינדערמיט. דער צורר היהודים (וואס איז אונז א נפקה מינה צו ער האט געהאט עפעס א אידישע זיידע אדער נישט?) האט גוזר געווען צו אויסמעקן ח"ו דאס אידיש פאלק. ער האט געהייסן צוזאם נעמען אלע תשמישי קדושה, און אידישע חפצים. און זיך געגרייט אויפצושטעלן א מוזיאם און די שטאט פראג, צו קענען ווייזן פאר די קומענדיגע דור די אלטמאדישע פאלק וואס איז "אמאל" געווען.

זיין פארשטאלטענע עס עס מיליטער, מיט די הילף פון פאלאקן, אונגערישע און כמעט אלע אייראפישע פעלקער, האט פאר א צירקע פון 5-6 יאר, דערנידערט, מצער געווען דעם איד, אויף וואספארא אופן ס'איז נאר שייך. "דאס אידישע ראסע" איז געווען אראפגעקוקט, קיין איין מדינה אויף דער וועלט האט איר נישט פארדייטיגט און זיך אנגענומען פאר אירע רעכטן, די דעמאקראטישע אמעריקע האט געוואוסט גענוי וואס דארט גייט פאר, זיי זענען אבער געזיצן מיט פארלייגטע הענט. און גארנישט געטוהן.

דער דייטש שר"י האט גענומען א צווילעזירטע פאלק, דעם עם יישראל חי וואס האט געלעבט שיין אין אלע לענער לענגאויס אייראפע. זיי האבן געטוהן געשעפטן. געהאט הונדערטער קהילת, רבבנים, ראשי ישיבות, און פירער, פאך מענער פון יעדע סארט, און "אלעס" חרוב געמאכט. זיי האבן אוועקגענומען פון נארמאלע מענטשן די עהרע, און זיי פארוואנדעלט ווי חיות אין וואלד, דער שפיץ בריאה פונעם גרויסער גאט, און געווארן ווי א באשעפעניש וואס זיכט עסן אין די מיסט.

א פשוטער איד איז געווען מיט א רביש אייניקעל אין א געוויסע געטא, ווי די מיליטער האט זיך נוהג געווען. אז יעדן טאג ווען דער עולם איז אהיים געקומען פון ארבעט. זיי פירן אין א רייע. זיי האבן אויסגעשריגן, ווער איז די שענסטע און העכסטע ראסע אויף דער וועלט? יעדער האט געדארפט ענטפערן "די דייטשן" ווער איז די נידריגסטע און שמוציגסטע ראסע אויף דער וועלט? וענו כל העם "די זשידן". איין נאכט פרעגט דער איד דעם בנש"ק. דו קענסט דאס דערהייבן? אין האב ביי מיר צוויי טאבלעטן וואס מאכט א ענדע צו א מענטש'ס לעבן. מארגן ווען די אויבנדערמאנע פראגראם וועט פאר קומען. וועלן מיר אויסשרייען פארקערט ווי יעדען טאג, און דערנאך דאס איינעמען.

דער רביש אייניקעל זאגט אים, מיינע זיידעס זענען געווען רביס, ערליכע אידן וואס האבן געפירט א עדה אידן. איך וויל נישט זיין קיין זעלבסמערדער. צומארגס נאך די ארבעט, דער איד גייט דורך די שורה. די דייטשן פרעגן ווער איז די שענסטע און העכסטע ראסע אויף דער וועלט? דער איד שרייט אויס "די אידן" ווער איז די נידריגסטע און שמוציגסטע ראסע? "די דייטשן" נאך פאר זיי האבן עספייט צו גיבן א שיס, האט ער אראפ געשלינגן די פיל. און געפאלן א טויטער.

ומחה השם דמעה ונאמר אמן



איך פארשטיי דיינע געפילן און איך האב אויך געהערט פון מיינע זיידעס און באבעס אסאך וועגן די מלחמה, אבער וואס פונקטליך ווילסטו? ווי אזוי ווילסטו מען זאל קומען זען וואס די נאציס האבן געטוען, איבערהויפט גוים פון איבער די וועלט, וואס האבן נישט געהערט פון לעבעדיגע איבערלעבער?. די ווילסט אז ער זאל נעמען א פליגער פון מידוועסט אמעריקע דירעקט קיין קראקע/ווארשע און גיין נאר קיין אוישוויץ צינדען א ליכט? דאס איז א גוטע חלום אבער עס וועט קיינמאל געשען.

די דארפסט זיך פרייען אז א גוי וואס פארט אלץ א טוריסט האבן א גוד טיים איבער אייראפע, נעמט אראפ א טאג פון זיין טריפ צו גיין לערנען איבער די האלאקאוסט.

ליידער היינט דארף מען שוין טראגן די אייגענע קינדער צו די לאגערן, אז מען זאל קענען פארשטיין וואס די האלאקאוסט מיינט, נאכאלעם איז שוין כמעט נישט דא קיין לעבעדיגע איבערלעבער ליידער.

איך אליינס האב שוין באזוכט אוישוויץ, און איך מוז זאגן אז אפילו איינער וואס האט געהערט פון איבערלעבער מאכט עס אויך א חילוק.
איך פארשטיי אז איינער וואס האט געהאט איינע פון די עלטערן אן איבערלעבער קען זיין דארף נישט צוקומען צו קיין וויזיט צו אוישוויץ עס צו באגרייפן. אבער א זיידע און באבע קען שוין זיין אביסל צו ווייט עס צו פארשטיין נאר פון הערן.
איך זאג נאר מיין געפיל דא, קענסט מחולק זיין.

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 3:19 am

עפל קאמפאוט האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:צוויי מאל אין גלות איז דער צענטער פון אידנטום פלוצלינג חרוב געווארן באף ובחימה: אין שפאניע בימי טורקווימאדא ימ"ש, און אייראפע בכלל בימי היטלער ימ"ש. ביידע מאל איז עס געקומען דורך פרי באושים מכם ובכם. אויך טורקווימאדא האט געשטאמט פון א משפחה פון שפאנישע מומרים.

עפעס מוסיף צו זיין. ר' אברהם זכותא שרייבט אין ספר יוחסין פחדימ'דיגע ווערטער וועגן די פרי באושים:
ובשנת קנ"א היה שמד גדול... בכל קטאלוניה וקשטיליה ואראגון, וקמו על היהודים והרגום והמירו דתם יותר ממאתים אלף יהודים, ונתנו סימן השנה אל קנ"א. ואנחנו קבלנו כי היו לוקחים היהודים באותו זמן גויות בבתיהם והיו מתעברות מיהודים וילדו בנים, המה הגוים אשר הרגו לאבותיהם והשמידום. צדיק הוא י"י כי מי שנתחתן לעבודה זרה – השם יתברך מקנא קנאתו.


נישט צו פארדרייען די נושא, שטייען אונז אין די טעג נאכאמאל אין די זעלבע סארט סיטואציע, זאל הי"ת האלטן זיין רעכטע האנט על שארית עמו ישראל.


רחמנא ליצלן אזוי צו זאגן אויף שלומי אמוני ישראל.


נישט פארדרייטערהייט, וועמען פונקטליך מיינט ער דא? וואקסינען אדער סי בי די חברה?

אוועטאר
מים חיים
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 7:22 pm

איגערקע האט געשריבן:דער דייטש שר"י האט גענומען א צווילעזירטע פאלק, דעם עם יישראל חי וואס האט געלעבט שיין אין אלע לענער לענגאויס אייראפע. זיי האבן געטוהן געשעפטן. געהאט הונדערטער קהילת, רבבנים, ראשי ישיבות, און פירער, פאך מענער פון יעדע סארט, און "אלעס" חרוב געמאכט. זיי האבן אוועקגענומען פון נארמאלע מענטשן די עהרע, און זיי פארוואנדעלט ווי חיות אין וואלד, דער שפיץ בריאה פונעם גרויסער גאט, און געווארן ווי א באשעפעניש וואס זיכט עסן אין די מיסט.

א פשוטער איד איז געווען מיט א רביש אייניקעל אין א געוויסע געטא, ווי די מיליטער האט זיך נוהג געווען. אז יעדן טאג ווען דער עולם איז אהיים געקומען פון ארבעט. זיי פירן אין א רייע. זיי האבן אויסגעשריגן, ווער איז די שענסטע און העכסטע ראסע אויף דער וועלט? יעדער האט געדארפט ענטפערן "די דייטשן" ווער איז די נידריגסטע און שמוציגסטע ראסע אויף דער וועלט? וענו כל העם "די זשידן". איין נאכט פרעגט דער איד דעם בנש"ק. דו קענסט דאס דערהייבן? אין האב ביי מיר צוויי טאבלעטן וואס מאכט א ענדע צו א מענטש'ס לעבן. מארגן ווען די אויבנדערמאנע פראגראם וועט פאר קומען. וועלן מיר אויסשרייען פארקערט ווי יעדען טאג, און דערנאך דאס איינעמען.

דער רביש אייניקעל זאגט אים, מיינע זיידעס זענען געווען רביס, ערליכע אידן וואס האבן געפירט א עדה אידן. איך וויל נישט זיין קיין זעלבסמערדער. צומארגס נאך די ארבעט, דער איד גייט דורך די שורה. די דייטשן פרעגן ווער איז די שענסטע און העכסטע ראסע אויף דער וועלט? דער איד שרייט אויס "די אידן" ווער איז די נידריגסטע און שמוציגסטע ראסע? "די דייטשן" נאך פאר זיי האבן עספייט צו גיבן א שיס, האט ער אראפ געשלינגן די פיל. און געפאלן א טויטער.

ומחה השם דמעה ונאמר אמן

כמדומה לי איז עס געווען האדמו"ר רבי ישראל שפירא מבלאז'וב זצ"ל
אין זיי האבען אים (מיט נאכאיינעם) געוואלט הענגען אלט'ס נקמה ווייל ער האט געוואוסט דערפון
איך האב נישט קיין כח צו טייפן די גענצע מעשה מיט די on screen keyboard

אוועטאר
מים חיים
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 7:23 pm

פארווייטאגט האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:צוויי מאל אין גלות איז דער צענטער פון אידנטום פלוצלינג חרוב געווארן באף ובחימה: אין שפאניע בימי טורקווימאדא ימ"ש, און אייראפע בכלל בימי היטלער ימ"ש. ביידע מאל איז עס געקומען דורך פרי באושים מכם ובכם. אויך טורקווימאדא האט געשטאמט פון א משפחה פון שפאנישע מומרים.

עפעס מוסיף צו זיין. ר' אברהם זכותא שרייבט אין ספר יוחסין פחדימ'דיגע ווערטער וועגן די פרי באושים:
ובשנת קנ"א היה שמד גדול... בכל קטאלוניה וקשטיליה ואראגון, וקמו על היהודים והרגום והמירו דתם יותר ממאתים אלף יהודים, ונתנו סימן השנה אל קנ"א. ואנחנו קבלנו כי היו לוקחים היהודים באותו זמן גויות בבתיהם והיו מתעברות מיהודים וילדו בנים, המה הגוים אשר הרגו לאבותיהם והשמידום. צדיק הוא י"י כי מי שנתחתן לעבודה זרה – השם יתברך מקנא קנאתו.


נישט צו פארדרייען די נושא, שטייען אונז אין די טעג נאכאמאל אין די זעלבע סארט סיטואציע, זאל הי"ת האלטן זיין רעכטע האנט על שארית עמו ישראל.


רחמנא ליצלן אזוי צו זאגן אויף שלומי אמוני ישראל.


נישט פארדרייטערהייט, וועמען פונקטליך מיינט ער דא? וואקסינען אדער סי בי די חברה?

yaffed ?

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 1:38 am

מים חיים האט געשריבן:yaffed ?


יא!

אבער איך האב דאס נישט פארשטאנען ביז ער מיר האט אזוי געשריבן, ווייל זיי זענען "גדול המחטיאו", אבער אונזער צוקונפטיגע (נאך פיר יאהר ארום? ) פרעזידענט יאנג האט געשריבן בנוגע "יותר מן ההורגו"

געוואלטיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

תגובהדורך געוואלטיג » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 2:52 am

אזוי ווי עמעצער האט זיך א נאמען געגעבן ענליך צו מיין ניק וויל איך קלארשטעלן אז כפארשטיי אויך נישט וואס רב "געוואלדיג" וויל דא

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 8:31 am

בעהט ביי די מנהלים מען זאל צוריק שטעלן מיין ארגינאלע תגובה קעגן דעם עוכר ישראל, וועט אלעס צוריק קלאר ווערן.

אוועטאר
מים חיים
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 1:09 pm

נעם אין אכט האט געשריבן:@אוגערקע, זייער שיין געשריבן.

די מעשה צום סוף געדענק איך נישט נאמען פונעם רב וואס האט עס באשריבן אין זיינע זכרונות פון דער מלחמה, און ער שרייבט דארט 3 מעשיות וואס ער אליינס האט צוגעזען די שטארקייט פון יודען, וואס איז אים קלאר אז דער אייבישטער האט די מעשיות אין די תפילין ארויס צוברענגן דעם מי כעמך ישראל, און איינע פון די מעשיות איז דאס.
ער שרייבט אז דער יוד איז געווען א מעדערענע יוד, אבער דאס פייער האט אין אים געברענגט. (ער שרייבט נישט פון דעם פיל, ער שרייבט אז מ׳האט אים געשאסן)

https://drive.google.com/file/d/1pg6GpADSqiU4V45i-2gLo6ySPic0URHF/view?usp=sharing


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט