עפל קאמפאוט האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:שטארקע חסיד האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:טרעף מיך האט געשריבן:איז עס ליידיג אדער פול? און פארוואס האלטן זיך און איין צולייגן נאך בילדינגס און פארברעגעראציעס (גאלף קארס, וואסער פארק וכו')?
איך האב געהערט פון אן ארבעטער דארט אז די פלאץ איז פול מיט אחב"י. ער זאגט מיר מ'טאר נישט נעמען קיין בילדער אינעווייניג אבער ער האט מיר געוויזן אויף מיין ציצית אז יונגעלייט קומען אהין מיט די טלית קטן'ס אויפ'ן העמד
זיי ווילן קענען זאגן פאר זייערע קינדער וואס גייען דארט זיין און קעמפ אפאר יאר ארום אז זיי געדענקען נאך די פלאץ ווי עס האט אויסגעקוקט אמאל פאר סאטמאר האט עס אפגעקויפט
ס'איז בלויז א פראגע פון צייט ביז אידן וועלן דאס אפקויפן אבער פאר די קרייזן וואס באניצן זיך נישט מיט א שבת עלעוועיטאר איז די פלאץ נישט צופיל ווערד צוליב די הויכע שטאקן וואס דאס פארמאגט.
די מיינסט אוודאי צו זאגן די "קרייז" פון שומרי תורה ומצוות.
אסאך היימישע רבנים זענען מתיר א שבת עלעוועיטאר. מיין רב האט מיר געזאגט איך זאל עס ניצן אין שפיטאל צו גיין צו א מנין.