איך האב געהערט פון אן ארבעטער דארט אז די פלאץ איז פול מיט אחב"י. ער זאגט מיר מ'טאר נישט נעמען קיין בילדער אינעווייניג אבער ער האט מיר געוויזן אויף מיין ציצית אז יונגעלייט קומען אהין מיט די טלית קטן'ס אויפ'ן העמד
ס'איז בלויז א פראגע פון צייט ביז אידן וועלן דאס אפקויפן אבער פאר די קרייזן וואס באניצן זיך נישט מיט א שבת עלעוועיטאר איז די פלאץ נישט צופיל ווערד צוליב די הויכע שטאקן וואס דאס פארמאגט.
די מיינסט אוודאי צו זאגן די "קרייז" פון שומרי תורה ומצוות.
אסאך היימישע רבנים זענען מתיר א שבת עלעוועיטאר. מיין רב האט מיר געזאגט איך זאל עס ניצן אין שפיטאל צו גיין צו א מנין.
רובא דרובא רבנים אסר'ן עס, און בעיקר כמעט אלע גרויסע מורה הוראות, און עטליכע וואס האבן דאס מתיר געווען האבן ברבים צוריקגעצויגן און געשריבן אז עס איז חילול שבת מדאורייתא אפילו פאר א חולה (חוץ במקום פיקוח נפש)

סעגעפעלט מער וויאזוי דא פליען פסקים. אפשר קענסטו מיר ווייזען ווער ספאסקענט אז א שבת עלעוועיטער איז א דאורייתא. ר משה האט עס מתיר געווען לכתחילה פאר עלטערע מענטשן. סאיז דא היימישע יודן אין וומ״ס וואס ניצען עס יעדען שבת.
עס קומט עכט אין הלכות שבת, אבער איך דמיון נישט, און איך האב קלאר געזעהן א ליסט פון גרויסע פוסקים וואס אסר'ן עס, איך האב געזעהן זייערע בריוו'ן אויך. וואס איך געדענק יעצט איז רב אלישיב זיכער וואס האלט אז עס איז אסור, און איך געדענק פון נאך, נאר איך וויל נישט שרייבן נאר וואס איך געדענק אויף זיכער, און דאס איז אויך זיכער אז עטליכע וואס האבן דאס בעבר מתיר געווען האבן קלאר חוזר געווען נאכ'ן מער דורכטוהן די מציאות פון די עליוועיטער ובכללי האוסרים איז [כמעט זיכער] רבי יחזקאל ראטה שליט"א און נאך גרויסע. אויב איך וועל האבן צייט וועל איך מלקט זיין זייערע ווערטער און דאס אהערברענגען.
מים חיים האט געשריבן:אויב זיין דיין/רב האלט אז ס'איז מותר איז ער א שומר תורה ומצוות, זענט איר מסכים הרב עפל קאמפאוט ?
איך בין מסכים צו וואס די זאגסט. אבער פרעג דיין רב צו ער האט דאס אליין דורכגעטוהן (אזוי ווי געציילטע רבנים) אדער ער זאגט נאך פון אנדערע אז עס איז מותר (אזוי ווי געוויסע מוצי"ם)

אם כן בלייבען מיר מיט די קרייזן וואס באניצן זיך נישט מיט א שבת עלעוועיטאר נישט די "קרייז" פון שומרי תורה ומצוות
עפל קאמפאוט האט געשריבן:עס קומט עכט אין הלכות שבת, אבער איך דמיון נישט, און איך האב קלאר געזעהן א ליסט פון גרויסע פוסקים וואס אסר'ן עס, איך האב געזעהן זייערע בריוו'ן אויך. וואס איך געדענק יעצט איז רב אלישיב זיכער וואס האלט אז עס איז אסור, און איך געדענק פון נאך, נאר איך וויל נישט שרייבן נאר וואס איך געדענק אויף זיכער, און דאס איז אויך זיכער אז עטליכע וואס האבן דאס בעבר מתיר געווען האבן קלאר חוזר געווען נאכ'ן מער דורכטוהן די מציאות פון די עליוועיטער ובכללי האוסרים איז [כמעט זיכער] רבי יחזקאל ראטה שליט"א און נאך גרויסע. אויב איך וועל האבן צייט וועל איך מלקט זיין זייערע ווערטער און דאס אהערברענגען.
אויב מאכט זיך אז דו האסט פונקט נישט קיין צייט צו מעתיק זייין דברי האוסרים - ביטע טוה כאטש א קלייניקייט און פארמעק אויף דערווייל דיינע תגובות לאיסור...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

באמת איז דא נאך וואס צו ברענגען, און די איבריגע וועל איך מכבד זיין פאר אנדערע וואס האבן מער צייט. דאס א פארצווייגטע נושא וואס רבי שלמה זלמן האט מתיר געווען ווייל די מענטש לייגט גאר נישט צו מער געוויכט צו די עליוועיטער, למעשה האט הרב שמואל האלפערן מברר געווען אין א סעריע פון ספרים אין נאמען פון אלע טעכניקער אז די מציאות איז נישט אזוי, ממילא שרייבן טאקע די רבנים אז לויט דעם איז נישט דא קיין שום היתר. און אסאך האבן טאקע לכבוד דעם צוריקגעצויגן.
[און אפילו די היתר פון רבי שלמה זלמן האבן זיך רוב רבנים געקריגט מיט דעם ובכללם המנחת יצחק (ח"ג סימן ס') וואס אסר'ט עס זייער שטארק. וכן בשו"ת חלקת יעקב (ח"ג סימן קל"ז) וואס אסר'ט דאס בתוקף. דער שבט הלוי (ח"ו סי' ל"ט) איז מסופק לגבי א חולה און ער פירט אויס להחמיר, אבער למעשה נאכדעם וואס עס איז נתברר געווארן אז די מענטש לייגט צו געוויכט דערצו האט דער שבט הלוי געשריבן אין די בריוו וואס איך האב געברענגט לאיסור גמור. וכן בשו"ת באר משה (ח"ז קונטרס עלעקטריק סי' ק"ז) ותן לחכם ויחכם עוד כי אין הפנאי אתי להאריך בזה]
עס איז דא 3 האטעלן אין די קאסינא קאמפלעקס די ערשטע בילדונג ווי די קאסינא זעלבסט איז הייבט זיך אן די האטעל פון די צענטע שטאק הויעך און ווייטער וואס האט 350 רומס
עפל קאמפאוט האט געשריבן:באמת איז דא נאך וואס צו ברענגען, און די איבריגע וועל איך מכבד זיין פאר אנדערע וואס האבן מער צייט. דאס א פארצווייגטע נושא וואס רבי שלמה זלמן האט מתיר געווען ווייל די מענטש לייגט גאר נישט צו מער געוויכט צו די עליוועיטער, למעשה האט הרב שמואל האלפערן מברר געווען אין א סעריע פון ספרים אין נאמען פון אלע טעכניקער אז די מציאות איז נישט אזוי, ממילא שרייבן טאקע די רבנים אז לויט דעם איז נישט דא קיין שום היתר. און אסאך האבן טאקע לכבוד דעם צוריקגעצויגן.
[און אפילו די היתר פון רבי שלמה זלמן האבן זיך רוב רבנים געקריגט מיט דעם ובכללם המנחת יצחק (ח"ג סימן ס') וואס אסר'ט עס זייער שטארק. וכן בשו"ת חלקת יעקב (ח"ג סימן קל"ז) וואס אסר'ט דאס בתוקף. דער שבט הלוי (ח"ו סי' ל"ט) איז מסופק לגבי א חולה און ער פירט אויס להחמיר, אבער למעשה נאכדעם וואס עס איז נתברר געווארן אז די מענטש לייגט צו געוויכט דערצו האט דער שבט הלוי געשריבן אין די בריוו וואס איך האב געברענגט לאיסור גמור. וכן בשו"ת באר משה (ח"ז קונטרס עלעקטריק סי' ק"ז) ותן לחכם ויחכם עוד כי אין הפנאי אתי להאריך בזה]
לפי עניות דעתי אין די צייטן פון ר' משה זענען רוב עליוועטערס געארבעט דורך hiderolic system היינט ווען רוב ארבעטן דורך לעקטער איז עס היבש א חילוק פון דעמאלס. כ'בין נישט קיין דיין אבער די היינטיגע קאפיוטער רייזד עליוועטערס איז לכאורה א גרמא לגרמה. כ'בין נישט קיין דיין סאו פליז שרייטס מיר נישט אן צו הויך. כ'האב שוין געהערט גענוג קולות היינט אין די ארבעט.........