ויתורו את הארץ לאורכה ולרוחבה (אן תגובות)

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

ויתורו את הארץ לאורכה ולרוחבה (אן תגובות)

תגובהדורך איינס » זונטאג יולי 28, 2019 6:29 pm

איך עפן דעם אשכול נאך א דיסקאסיע מיט @טוב ה' לכל

דער אשכול וועט זיין א אשכול אן תגובות פאר די אשכול געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל

טוב ה' לכל וועט ארויף לייגן זיינע רייכע ארטיקלען אינעם ערשטן אשכול, דא וועל איך נאר איבערלייגן זיינע ארטיקלען צוגעלייגט די בילדער ס'זאל זיין א רייכע און געשמאקע רייזע.

פאר דעם בעט מען מזאל נישט מגיב זיין אין דעם אשכול, אלע הערות זאל מען שיקן אינעם ערשטן אשכול, אזוי אז דא זאל מען קענען פארן אן זיך אנשטויסן אין טרעפיק!

א גוטע רייזע!
און געדענקטס: קרעדיט פאר טוב ה' לכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג יולי 28, 2019 6:30 pm

עמער דא עפענען אן אשכול איבער ידיעות אויף די געאגראפיע און באזוך ערטער און נאך פון ארץ ישראל.

היות יעצט איז די זומער און מערערע אידישע קינדער פארן אהין צוליב כל מיני סיבות, און מען פארט דארט ארום דעם לאנד לארכה ולרחבה, וועלן מיר אביסעלע דא מיטטיילן ידיעות וואס איך האב פון דעם לאנד.

דעם לאנד קען איך גאנץ גוט אויף אן אופן פון אינו דומה שמיעה לראיה... איך האב שוין אויסגעזען דעם לאנד פון אינטען ביז אויבן און אלעס אינדערמיט, דעריבער איז אלץ אל תמנע טוב מבעליו וועל איך עס פארלייגן פארן ציבור און זאל די עולם הנאה האבן דערפון.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג יולי 28, 2019 6:32 pm

קבר אביי ורבא

היינט וועלן מיר אנהייבן מיט א קבר ווי רוב מענטשן וואס זענען שוין אביסעלע ארומגעפארן אויף מקומות הקדושים, זענען שוין דארט געווען, דאס איז די קבר פון 'אביי ורבא'.



ווער עס איז נאר אמאל דארט געווען קען דאס זיכער נישט פארגעסן, קודם צוליב די פראכטפולע אטעם פארכאפענדע פאנאראמע וואס מען זעט דארט (ווי אין ארץ ישראל זעט מען נישט קיין פאנאראמע?...).



דו שטייסט דארט ביים עק פונעם בארג, און די זעסט פאר דיך אויסגעלייגט א ריזיגע טאל מיט הערליך באוואקסענע מסודר'דיגע פעלדער, דאס איז דער עמק החולה. קעגן דיר זעסטו הויכע הערליכע בערג וואס פארן גראד ארויף, דאס איז די באקאנטע גולן בערג. און לינקס ארויף זעסטו א מעכטיגע שטאלצע בארג וואס ציט זיך ארויף אין די נעפל אריין, דאס איז די חרמון בארג וואס דערגרייכט אן הייעך פון זיבן טויזענט פיס, און איז די העכסטע בארג אין דער געגענט.

ווי אויך געדענקט מען עס צוליב דער פארמאכטע מיליטערישע באזע וואס מען דארף ארומפארן אנצוקומען צום קבר. אן אמעריקאנער איד וואס זעט קיינמאל נישט פאר זיך קיין סאלדאטן בכלל, און זיכער נישט קיין פארשלאסענער מיליטערישע באזע מיט אנטענעס און טעלערלעך, געדענקט דאס פאר שטענדיג, כאטש באמת איז דא אין ארץ ישראל א גרויס שפע דערפון, און עס איז נישט דאס איינציגסטע פלאץ ווי מען קען דאס זען.

דער באזע איז געבויעט געווארן ווען די גולן בערג קעגן איבער האט נאך באלאנגט פאר דעם סירישן פיינט, דעריבער איז דאס געווען גאר א סטראטעגישע ארט פון וואו צו האלטן אן אויג אויפן שונא.

ארום דעם באזע געפינען זיך פילע שטעכל דראטן, און ווארענונג שילדען וואס שרייען שטרענג נישט צו כאפן קיין בילדער פון דעם באזע... און אז מען פאלגט נישט, קען צוקומען א סאלדאט און עס שטרענג אינפארסירן (שוין געהאט אזאנס)...


בקיצור, עס איז דא דארט אסאך אינטערעסאנטע זאכן. אבער אלעס אויסער איין זאך: די קבר פון אביי ורבא...

דאס הייסט אזוי: די קבר פון אביי ורבא געפינט זיך באמת אין די מיליטערישער באזע אין א מערה צו וואו מען קען נישט צוקומען, דאס איז גראדע נישט ווייט פון ווי מען שטייט היינט ביים אנגעגעבענעם קבר.
אבער אין דער גרויסער מערה ווי מען גייט היינט, דארט איז ניטאמאל א מערת קבורה, נאר א פשוטער מערה, ווי מעגליך מען האט זיך דארט אמאל באהאלטן אדער עפעס אנדערש, אבער נישט די קבר פון אביי ורבא.

נאר פארוואס דען זאגט מען אז דארט געפינט זיך עס?
דאס איז צוליב א גרויסע מערכה וואס האט זיך געטון פאר פופציג יאר צוריק, ווען מען האט געבויעט דער באזע. זיי האבן דאן אנגעהויבן צו אויסגראבן מערות קבורה, האט מען דאן געוואלט ארויסשלעפן דעם עולם צו פראטעסטירן, האט מען געזאגט אז זיי ווילן אויסגראבן די קבר פון אביי ורבא, און די עולם איז טאקע געקומען, ווער דען וואלט נישט געקומען צו ראטעווען די קבר פון אביי ורבא. זיי האבן זיך טאקע אינטערגעגעבן, און אין דעם זכות קען מען ביז היינט דא קומען באזוכען, כאטש עס איז נעבן א מיליטערישער באזע וואס געווענליך לאזן זיי נישט צוקומען אזוי נאנט דערצו.



למעשה האט מען באערדיגט אין דער מערה די ביינער פון די אנדערע מערות וואס זיי האבן שוין געהאט אויפגעגראבן, און דאס זענען די מצבות וואס מען זעט דארט אינעוויינדיג.

אבער, אפילו אויב עס איז נישט דארט די קבר פון אביי ורבא, געפינט זיך אבער העכער דעם די קבר פון ר' יהודה נשיאה, אן אייניקל פון רבינו הקדוש, וואס פאר דעם איז אויך כדאי אהין צוקומען. און ווער רעדט שוין פון די פאנאראמע און נאך...




----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג יולי 28, 2019 7:07 pm

הייוועי ניינציג (כביש תשעים)


יעצט וועלן מיר רעדן איבער די לענגסטע הייוועי אין ארץ ישראל, דאס איז דער ניינציגער.


דער ניינציגער לויפט דורך די גאנצע לאנד פון אינטען ביז אויבן, פון אילת ביז מטולה.



די גאנצע לאנד דורכצופארן נעמט בערך א פינף – זעקס שעה... ממילא, ווער עס איז דארט און וויל דורכפארן די לאנד פון אינטען ביז אויבן, קען כאפן דעם ראוד, און פשוט פארן דערויף פון אויבן ביי מטולה ביז אינטען אין אילת, וועט ער האבן דורכגעפארן ארץ ישראל פון אויבן ביז אינטען.

אגב, די אמת'ע ארץ ישראל וואס ווערט דערמאנט אין תנ''ך אלץ 'מדן ועד באר שבע', נעמט קוים צוויי – דריי שעה דורכצופארן... נאר דא רעדט מען פון דאס וואס מען רופט היינט מדינת ישראל.

דער ראוד פארט הייבט זיך אן אין מטולה, ביי די גרעניץ פון לבנון.



עס פארט דורך צום ערשט די עמק החולה (פריער דערמאנט),



דארט פארט עס אדורך די שטאט קרית שמונה.



דערנאך פארט עס אריין אין די טאל פון די כנרת, ווי עס שפרייט זיך אויס פאר די אויגן די גאנצע הערליכע בלויע כנרת מיט די שיינע בערג ארום.

דארט פארט עס אויך אריין אין טבריא, ווי עס פארט דורך נעבן די בית החיים פון די תלמידי הבעש''ט, פון וואס מען וועט נאך רעדן, און אויך נעבן די קבר פונעם תנא ר' מאיר בעל הנס.



דערנאך פארט עס אריין אינעם עמק הירדן, א שיינע געגענט, ווי עס פארט נעבן די ירדן טייך, פון דא פארט עס שוין די גאנצע צייט פאראלעל מיט די ירדן ביז עס פאלט אריין אין די ים המלח.

אין די עמק הירדן פארט עס אריבער אין די שטאט בית שאן, וואס חז''ל זאגן אז אויב די גן עדן איז אויף דער וועלט, איז עס אין בית שאן! ווען מען פארט דארט, פארשטייט מען פארוואס.



מען פארט דא צופיסנס פון די מעכטיגע 'הרי גלבוע', וואס ווערן דערמאנט אין שמואל אלץ די ארט ווי עס איז פארגעקומען די מלחמה מיט די פלשתים, ווי שאול המלך איז געהרג'ט געווארן. הערליכע בערג!



דאן פארט עס אריין אין די איינגענומענע שטחים, די אזוי גערופענע מערב ברעג, אבער א נישט מסוכנ'דיגע געגענט בכלל, עכ''פ לגבי די אראבער'ס.



למעשה איז עס אבער מסוכן צוליב דעם וואס די גאנצע ראוד, וואס איז א 'מעין ראוד', פארמאגט סך הכל איין לעי''ן אויף יעדע זייט... וואס דאס ברענגט אז מען דארף כסדר אויסקרויזן קארס און טראקס וואס פארן פאר דיר, און דאס איז שטענדיג מסוכן, בפרט דארט וואס די ראוד'ס גייען זייער געדרייט, צוליב די בערג און טאלן.



אבער פון די אנדערע זייט איז עס א הערליכע ראוד, ווייל דא פארט מען אריין אין די מדבר! און פון דא אין ווייטער פארט מען שוין נאר אין מדבר.



דא פארט מען יעצט נעבן די גרעניץ מיט ירדן, אויף געוויסע ערטער פארט די ראוד ממש זייט ביי זייט מיט די שטעכל דראט צוים וואס האלט צוריק פון אריבערקומען פון די אנדערע זייט. אבער מען דארף נישט מורא האבן, ווייל די רוהיגקייט איז דארט פונקט ווי צווישן אמעריקע און קאנאדא, און עס פאסירט דארט קיינמאל גארנישט.



עס בלייבט נאר איבער צו זיין אינטערעסאנט צו פארן ביי די גרעניץ מיט אן עכט אראבישע לאנד, וואס האט א טיילווייזע שלום מיט מדינת ישראל, וואס האט שוין עטליכע מאל געהאלטן ביים צופאלן.

אינמיטן פארט מען דורך נעבן עטליכע אידישע מערב ברעג זידלונגען. בכלל קען מען זען אויף די וועג, הערליכע פעלדער איינגעפלאנצט מיט מייעסטעטישע הויכע טייטלביימער, פון וואס מען מאכט לולבים, און מען ברענגט פון דארט די געשמאקע זאפטיגע טייטלען וואס ווערן פארקויפט אויך דא אין אמעריקע.



ביי די סוף פארט מען דורך נעבן די אלטע היסטארישע שטאט 'יריחו', וואס איז היינט א גרויסע אראבישע שטאט. דארט דרייט מען זיך לינקס און מען הייבט אן אראפצופארן צום ים המלח.



חוץ אויב מען דרייט זיך רעכטס, וואס דאן קומט מען אן אין צוואנציג מינוט קיין ירושלים.



פון דא פארט מען א לענגערע וויילע נעבן דעם ים המלח. ביים סוף פארט מען דורך נעבן די באקאנטע מצדה.



די גאנצע צייט האט מען פאר זיך א פרעכטיגע פאנאראמע, פון די בערג אויף די זייט, און דערנעבן די ים המלח, און קעגן איבער די בערג אין ירדן.



נאך וואס מען ענדיגט דאס, נעמט זיך דער ראוד פארן היבש גראדער און גרינגער, און פון דא טוישט זיך שוין נישט צופיל די אויסקוק, נאר עס בלייבט שוין אזוי מער ווייניגער ביז אילת, ווען די גאנצע צייט פארט מען אין פיסטע מדבריות, ווען פון צייט צו צייט ערשיינט אויפן האריזאנט נאך א אידישע שטעטל, אבער אלע דערפון זענען פרייע קיבוצים.



דא דערגרייכט מען די שטאט אילת, וואס איך וועל יעצט נישט רעדן איבער די אויסגעהאלטנקייט פון דארט זיין אלס אידישקייט. פון אילת קען מען זען די סיני ראיאן פון מצרים גרינגערהייט, און מעגליך אפילו סאודי אראביע! פונדערווייטנס אין א גאר קלארע טאג.



קומט אויס אז מיר האבן געזען אויפן וועג לבנון, ירדן, מצרים (בעצם אויך סיריע, וויבאלד די שפיץ פונעם חרמון באלאנגט פאר סיריע, וואס דאס קען מען זען פון די גאנצע עמק החולה).
מיר זענען אריבערגעפארן מטולה, קרית שמונה, טבריא, און בית שאן. מיר האבן געזען דעם כנרת, די ים המלח (בעצם, די איינציגסטע צוויי געהעריגע נאטורליכע לעיק'ס וואס א''י פארמאגט) און די הערליכע מדבר, און נאך אסאך שיינע פאנאראמעס וואס ארץ ישראל איז געבענטשט דערמיט.
און אויב מיר האבן געוואלט, האבן מיר זיך געקענט אפשטעלן גלייך אויפן ראוד צו די קברים פון די תלמידי בעש''ט, און ר' מאיר בעל הנס און נאך.


נאך בילדער מאנשי שלומינו
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 8#p1964758

----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל.
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מאנטאג יולי 29, 2019 9:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג יולי 28, 2019 9:20 pm

הייוועי 89


היינט וועלן מיר ארויפפארן דעם 89 הייוועי,



די הייוועי געפינט זיך אויבן פונעם לאנד, און עס פארט אדורך כמעט די גאנצע ברייט פון די לאנד.



דער הייוועי הייבט זיך אן ביים מיטעלענדישע ים, אין צענטער פון די שטאט 'נהריה'.
נהריה איז א רעלאטיוו נייער שטאט, יאר תרצ''ה, מיט שיינע ווייסע בנינים כנוסח המדינה. עס וואוינען דארט בערך 55,000 מענטשן. רוב איינוואוינער זענען ספרדים (מה שנקרא 'פרענקן' בלע''ז). עס געפינט זיך נישט ווייט פונעם גרעניץ מיט לבנון.



נהריה איז א היבש אומבאקאנטער שטאט, און באמת איז טאקע נישט דא דארט וואס צו טון. די איינציגסטע אינטערעסאנטע זאך, חוץ פונעם ים וואס דאס איז דא אינעם גאנצן מערב טייל פונעם לאנד בשפע, איז אז עס וואוינט דארט איינע פון די גאר גרויסע און רעספעקטירטע ספרדישע רבנים, הצדיק ר' דוד אבוחצירא, א זון פון בבא מאיר בן הבבא סאלי, וואס מערערע אמעריקאנע אידן קומען צו אים פאר א ברכה און זיך צו שואל עצה זיין.



נישט ווייט פון נהריה, צפון ארויף צום גרעניץ, געפינט זיך די באקאנטע 'ראש הנקרה', וואס מערערע אמעריקאנע אידן האבן די זכיה צו פארוויילן דארט בשעת'ן זיך געפינען אין א''י. א טייל זאגן אז עס איז גאר שיין און עס לוינט זיך אהין צו גיין, און א טייל האלטן אז עס איז סתם פארשווענדטע צייט און עס איז נישט דא דארט וואס צו זען.



נהריה און די ארום איז פלאך, אבער ווי נאר מען פארט ארויס פון שטאט זעט מען שוין פונדערווייטנס די הויכע גליל בערג. ווי מער מען פארט, אלץ העכער ווערט מען, און אלץ שענער ווערט די פאנאראמע, ווי מען ווערט ארומגענומען מיט די הערליכע באוואקסענע גליל המערבי בערג.
דער חלק פונעם לאנד איז בכלל היבש שוואך באוואוינט און באקאנט, אבער עס איז גאר שיין און פראכטפול, און בעצם פון די איינציגסטע ביימער - באוואקסענע שטחים אינעם לאנד.

כי האי כללא נקוט בידך: אין ארץ ישראל איז א בוים - א מציאה...
פאר ווער עס איז נאכנישט דארט געווען איז דאס שווער צו פארשטיין, וויבאלד אונזער ניו יארק איז נאטירלעך געדעכט באוואקסן מיט שיינע ברייטע פולע ביימער, און מען פרייט זיך שוין צו זען אביסעלע א פרייע פעלד, ווי מען האט עס גערופן אין קעמפ...
אבער אין ארץ ישראל איז פונקט פארקערט, רוב ארץ ישראל באשטייט פון פרייע און שוואך באוואקסענע שטחים, מיט העכערע גראזלעך און אסאך דערנער, ווי די נביא האט עדות געזאגט אז ווען די בית המקדש וועט חרוב ווערן וועט ארץ ישראל ווערן באוואקסן מיט קוצים ודרדרים. זאל שוין זיין די גאולה.

אין לויף פון די לעצטע הונדערט פופציג יאר האבן די בריטישע און די ציוניסטישע ארגענעזאציע קק''ל איינגעפלאנצט אריבער 240 מיליאן ביימער איבער די לאנד!!

דעריבער, כמעט יעדע וואלד וואס מען זעט אויפן וועג, זאל מען וויסן אז עס איז איינגעפלאנצט געווארן דורך מענטשן, און עס איז נישט געוואקסן נאטירלעך. א טייל פון די וועלדער איז טאקע די אלעמען באקאנטע וואלד אין מירון, און אויף די בערג ארום.



בקיצור, דער חלק פון גליל איז זייער שיין באוואקסן. פארט מען ווייטער, ארויף אויף די בערג.

די בערג זענען רעלאטיוו נידריגע בערג, בערך אין די געגענט פון 1300 פיס הויעך.
הגם פאר אונז דא אין ניו יארק הייסט דאס הויעך – למשל, די בערג ארום מאנסי דערגרייכן אפשר זעקס הונדערט פיס, און ארום קרית יואל, מערסטנס טויזענט פיס, און אין די קעטסקילס, בערך 1300 פיס. אבער דארט פארן די בערג זייער שנעל ארויף, און די נארמאלע הויכן פון די גליל העליון בערג, ווי למשל מירון און צפת, איז צוויי א האלב טויזענט (דאס איז אויך די הייעך פון ירושלים והרים סביב לה), דעריבער איז דאס נאך היבש נידריגער, אבער דאך הויעך.

פארן מיר ווייטער אויפן ניין און אכציגער אין מזרח ריכטונג.
אויפן וועג פארן מיר אריבער א שיינע שטאט מיטן נאמען 'מעלות'. מעלות געפינט זיך אויף א בארג, און די הייזער זענען אזוי ווי טרעפ אראפ פונעם בארג,



פונקט ווי פילע שטעט אין א''י, אריינגערעכנט צפת.



דאס איז אויך א רעלאטיוו אינגע שטאט, געבויט אין יאר תשי''ז, און צוביסלעך האט זיך עס אויפגעבויט צו א גרויסע הערליכע שטאט. בעיקר באשטייט עס פון ראמענישע, רוסישע און מאראקאנע אידן. נאר אין ארץ ישראל קען זיך פארן אזא שידוך...

בעצם הייסט די שטאט 'מעלות – תרשיחא', וואס די צווייטע נאמען הערט זיך אוודאי אראביש. איך מיין, לשון הקודש זיכער נישט... און עס איז טאקע א אראבישע שטאט, אבער בעיקר וואוינען דארט אראבישע קריסטן.



וועסטו פרעגן: אראבער'ס אדער קריסטן? מעיק אפ יור מיינד.
אבער דא דארף מען טאקע וויסן איין מאל פאר אלעמאל, אז אן אראבער מיינט נישט א מוסלעמענער. פינטל.
אן אראבער איז אזוי ווי מען זאגט 'אן אמעריקאנער', וואס דאס מיינט אוודאי נישט אז ער איז א קריסט, נאר דאס מיינט אז ער קומט פון אמעריקע. די זעלבע אהער, אן אראבער באדייט אז ער קומט פון מיטל מזרח (ערב - אראב), אבער אין די מיטל מזרח זענען פארהאן פילע רעליגיעס, ווי למשל איסלאם, וואס פון דעם באשטייען טאקע רוב אראבער, אבער אויך זענען פארהאן מיליאנע אראבער וואס גלייבן אין קריסטנטום און אין נאך רעליגיעס. עס טוען זיך טאקע פילע אמפערייען צווישן די צוויי סעקטעס, און איך ווינטש זיי ביידע אסאך הצלחה... מיט ביידע פון זיי וואלט איך נישט געוואלט זיך טרעפן אין א טינקעלע געסל ביינאכט...
עס וואוינען טאקע אין א''י אסאך אראבער וואס זענען קריסטן, און צומאל האבן זיי גאנצע דערפער וואס געהערט פאר זיי. און אפיציעל האבן זיי נישט קיין פראבלעם מיט די מדינה. למעשה, ווייס איך נישט צו עס איז טאקע אזוי, פרוביר עס נישט אויס...

בקיצור, צוריק צו אונזער תרשיחא. למעשה איז דער שטאט אויף די אנדערע זייט פונעם מעין ראוד, און עס האט נישט צופיל שייכות די צוויי חלקים. נאר עס איז פארהאן איין ראש העיר (מעיער) פאר ביידע, און די זעלבע שטאטראט פירט ביידע שטעט. אבער אין די שטאט מעלות דארף מען נישט מורא האבן זיך צו דרייען, וויבאלד די אראבישע טייל איז בכלל נישט דארט.

אבער למעשה איז נישט דא צופיל פארוואס זיך צו דרייען דארט, חוץ אויב זענט איר שטארק הונגעריג פאר א גלידה פון נעסטלי, אדער א ביסלי, באמבא און טאפוטשיפס.... וואס א חלק פון די ארומפארן דארט איז דאס זיך אפשטעלן אין א געז סטעישן און אריינגיין זוכן וואס זיי האבן צו פארקויפן, כאילו מען ווייסט נישט אז איבעראל איז דא זעלבע פינף זאכן צום עסן... ווער ס'פארשטייט פארשטייט...
על כל פנים, איז נישט דא וואס צו טון נישט אין מעלות און זיכער נישט אין תרשיחא, חוץ אויב ווילט איר גיין זען צום ערשטן מאל וויאזוי עס זעט אויס אן אראבישע קריסט...

איין קלייניגקייט איז יא דא דארט. פאר ווער עס וויל גיין שיפלען אויף א וואסער וואס איז ניטאמאל דריי פיס טיף ביי די טיפסטע ארט! יא, אזוי ווי איר הערט!

און דאס איז נאך א וויכטיגע הקדמה וואס מען דארף זייער וויכטיג וויסן, און מיר האבן דאס שוין פריער אביסל דערמאנט: אין א''י איז נישט דא 'סתם' א וואסער! געהעריגע נאטירליכע לעיקס איז נישט דא, נאר צוויי, די ים המלח – א זאלציגע, און די כנרת – א זיסע. חוץ פון דעם, יעדע לעיק וואס מען זעט אויפן וועג איז א אייגן געמאכטע.
דאס זעלבע מיט טייכן וואס לויפן, א סטרי''ם, א נחל, איז אויך כמעט נישט דא, נאר געציילטע.

בעצם איז פארהאן אסאך, יעדע טאל צווישן צוויי בערג האט ביים גרונד א ארט ווי א טייך קען לויפן. אבער דאס ווערט גערופן א 'נחל אכזב', דאס באדייט, אז עס לויפט נאר ווען עס רעגנט אדער קורצליך דערנאך. בקיצור, אזוי ווי עס לויפט ביי אונז שטורעמישע טייכן צווישן די גאדער און די סיידוואלק ווען עס רעגנט...

און פארשטייט זיך אז דאס איז נאר אין די ווינטער ווען עס רעגנט בכלל, אבער אין די זומער, איז דאס אויך נישט דא, און דאן לויפט נאר די ירדן און נאך געציילטע טייכלעך, צו וואו די גאנצע לאנד שטראמט טאקע אהין אין די זומער צו קענען גיין אביסל שיפלען און רעפטינג, בפרט אין די גרויסע 'חופש' טעג, וואס דאן קען מען קוים ארויסזען די וואסער פון צווישן די שיפלעך... איי, גוטע זכרונות... שבשפלינ''ו זכ''ר לנו, איי.... מי יתן לנו ימי''ם מקדם...

עכ''פ, האט מען דארט געגראבן אינעם טאל אינטער דער שטאט אזא לעיק נישט מיר נישט דיר גערופן, און מען קען דארט גיין שיפלען אויפן וואסער. געדענקטס נאר צו גוט אנטון די לייף וועסט און עס שטארק באפעסטיגן, עס קען ראטעווען לעבנס...

דאס איז די מעשה מיט די אידן פון מעלות און די אראבער פון תרשיחא און די וואסער דערנעבן. יעצט לאמיר ווייטער פארן און אנטדעקן נאך אינטערעסאנטע ערטער וואס געפינען זיך אין דעם פיצקעלע לאנד, ד' על ד'. כל ההולך ד' אמות בארץ ישראל, וואס בעצם ביסטו שוין געגאנגען מיט דעם די גאנצע לאנד...

פארן מיר ווייטער אין ריכטונג פון מזרח.
גלייך נאכן דורכפארן אונזער שוין גוט באקאנטע שטאט 'מעלות – תרשיחא', פארן מיר אריבער א זייטיגע ראוד מיטן נומבער: 864. דער ראוד דערגרייכט ביי די ענדע די 85, וואס דאס איז די הויפט הייוועי פונעם גליל געגענט, און מיר וועלן דאס נאך אריבערפארן מיט די צייט אי''ה. און אינמיטן פון דער ראוד געפינט זיך די באקאנטע 'פקיעין', מיט די באקאנטע מערה פון ר' שמעון, וואס ווער וויל דען נישט אהין גיין דאס באזוכן?

אבער מיר וועלן דאס איבערלאזן פאר א צווייטע מאל, און יעצט וועלן מיר גענצליך איגנארירן דעם ראוד און זיך האלטן ווייטער מיט א שטארקייט אויף די ניין און אכציגער און פארן ווייטער אין ריכטונג פון דעם דרוזישן שטאט 'חורפיש'.

אויפן וועג וועלן מיר אריבערפארן א אידישע ישוב מיטן נאמען 'צוריאל',



דערנאך וועלן מיר אריינפארן צווישן הערליך געדרייטע אויגפארכאפנדע בערג און טאלן, דערנאך וועלן מיר אריבערפארן נאך א זייטיגע ראוד וואס טראגט צו א אידישע ישוב מיטן נאמען 'אלקוש',



באקאנט פון די הייליגע נביא 'נחום האלקושי' [געווען אין די נייעס ווען די אייסעס טערעריסטן האבן געואלט וואנדעליזירן זיין ציון]



און נישט לאנג דערנאך וועלן מיר ענדליך דערגרייכן די שטאט חורפיש...



דא וועלן מיר זיך אביסל אפשטעלן אויף א קורצע שמועס. מיט מיין קאר וואלט איך מיך אפשר נישט אפגעשטעלט דא, אבער ווען איך שרייב נאר, האב איך נישט אזוי מורא...
ווי מען הערט גלייך אויף די נאמען, איז דאס נישט קיין אידישע שטאט. דאס איז א שטאט ווי עס וואוינען בעיקר דרוזן.

שוין, חוץ פון מוסלעמענע אראבער'ס, און קריסטישע אראבער'ס, האבן מיר שוין דא אויך צוטון מיט א דריטע סארט אראבער, וואס רופן זיך דרוזן. וואס עס טוט זיך נישט אלץ דא אפ אין דעם פיצל לענדל...

ווער זענען טאקע די דרוזן? וואס איז זייער היסטאריע, און וואס איז זייער יעצטיגע סטאטוס?
איז צום ערשט וועלן מיר אייך מוזן מודיע זיין און ברעכן פאר אייך די פרייליכע נייעס, אז אפילו אויב איר ווילט נישט, קענט איר מער נישט ווערן קיין דרוז!!...
די אמת איז, אז דאס האט נישט ספעציעל מיט דיר, און ס'איז נישט אז מען דעסקרימינירט אקעגן דיר אלץ איד, נאר דאס איז שוין אזוי פאר די לעצטע טויזענט יאר!
און נאך מער, עס איז אינגאנצן געווען פיר און צוואנציג יאר וואס מען האט געקענט האבן די זכיה צו ווערן אנגענומען אלץ א מיטגליג אין די די געוואלדיגע דרוזישע רעליגיע... נאך דעם, קענסטו דיך בעטן ווי א גזלן ביים רויבער מיט קראקאדיל טרערן און פערסישע שיך, מען וועט דיך קיינמאל נישט אנעמען, האסט עס שוין פארפאסט...

באמת איז די דרוזישע רעליגיע א טייל פון די מוסלעמענער רעליגיע. זיי גלייבן אין מחמד און נאך און נאך, און זיי זענען מוסלעמענער, אבער זיי האבן עס אויפגענומען אויף זייער וועג, וואס עס אינטערעסירט אונז נישט פונקטליך די חילוקים און דעטאלן.
אבער אויף אזויפיל יא, אז זייערע געזעצן און שטותים איז זייער באהאלטן און עס איז גאר א גרויסע איסור עס ארויסצוגעבן פאר א פרעמדן.
דעריבער, נישט נאר וואס די קענסט נישט ווערן א טייל פון זיי, נאר מיט דעם געזעץ וועסטו אפילו נישט קענען וויסן וואס דו פארפאסט דערמיט... יעצט וועסטו מוזן בלייבן נייגעריג, און עסן דיין טעגליכע קיכלעך און הערינג, וואוסנדיג בשעת מעשה אז עס פארהאן עפעס וואס ער ווייסט יא און דו ווייסט נישט...

וואס עס האט מער א שייכות מיט אונז אידן להבדיל, איז דאס אז זיי פאררופן זיך אלץ אייניקלעך און נאכפאלגער פון... געס ווער... וועסט נישט חלומ'ן... פון יתרו! יא, פון אונזער אלעמען באקאנטן יתרו חותן משה...
איך האב נישט קיין אהנונג וואס עס האט זיי געמאכט ווילן אזוי זאגן, און אין וועלכע חלק פון יתרו זיי האבן זיך אזוי פארליבט, אבער דאס איז די פאקט, ביי זיי איז יתרו איינע פון זייערע הויפט נביאים און אלע שטאמען פון אים.
און נאך מער, זייער הייליגסטע ארט אויף דער וועלט, איז די קבר פון יתרו, וואס געפינט זיך נישט ווייט פון טבריא, צו ווי מיר וועלן נאך אנקומען אי''ה.



דארט קומען זיי אהין איין מאל א יאר, און פראווען דארט פאר דריי טעג גרויסע סעודות און פייערונגען. איך בין זיכער אז יתרו (זייער יתרו) האט א גרויסע עליה דורך דעם...
אגב, די פארשער טענה'ן אז זיי זענען נישט אינגאנצן משוגע (מיט דעם חלק עכ''פ), און מען קען זיי נישט אפפרעגן אויף דעם, עס זענען פארהאן האלבע באווייזן אז עס איז טאקע מעגליך אז זענען אייניקלעך פון יתרו, און עס קען גאר זיין אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן.
אין די תורה ווערט עטליכע מאל דערמאנט יתרו מיט זיינע אייניקלעך, בני הקיני, אפילו אזוי שפעט ווי ביים חורבן בית ראשון. וואס מען זעט פון דעם אז זיי האבן זיך אלע יארן געהאלטן צוזאמען. אבער פון דאן ביז פאר טויזענט יאר צוריק ווען זיי האבן זיך ערקלערט אלץ אייניקלעך פון יתרו, וואס דאס איז א צירקע פון 1500 יאר, איז נישט קלאר וואס עס האט זיך דאן געטון מיט זיי, און צו עס איז טאקע ווי זיי זאגן.

זיי פארמאגן א מיליאן – א – האלב אנהענגער איבער די וועלט, פארשטייט זיך 'געבוירענע'... רוב פון זיי וואוינען אין סיריע, און די איבריגע אין לבנון. און ווי מען זעט שוין: אין ארץ ישראל, וואו עס געפונען זיך היינט צו טאגס הונדערט פופציג טויזענט שטיק פון זיי.
אויך קען מען טרעפן פון זיי צושפרייט איבער די וועלט, בעיקר אין ווענעזועלע, אמעריקע און קאנאדע.

אנדערש ווי אלע מוסלעמענע אראבער, האבן זיי כמעט נישט געהאט צוטון מיט די ציוניסטישע מדינה, און פון די ערשטע מינוט האבן זיי זיך צוגעשטעלט צו די פרישע מדינה. און דאס, צוליב א געזעץ זייערע וואס לויטעט אז מען דארף זיין געטריי צו די לאנד אין וואס די געפינסט דיך, נישט קיין חילוק ווער עס איז (אה, כאטש איינס פון זייערע רעליגיע געזעצן ווייס איך שוין....).
היינט גייען זיי געהעריג אין די מיליטער, און זיי געבן ארויס גאר געלונגענע זעלנער. עטליכע יאר צוריק, תשע''ה, האט מען געהערט פון זיי, ווען א פאליציאנט וואס איז דערשאסן געואורן צום טויט אין די בני תורה שול אין הר נוף, איז געווען פון זייער פאלק.

קומט אויס, אז בעצם זענען זיי געטרייע בירגער פון מדינת ישראל, און זיי שטעלן זיך צו מיט אלעמען. אבער נאך אלץ, אזוי ווי איך האב אנגעהויבן, וואלט איך זיך נישט אפגעשטעלט מיט מיין קאר אין זייער'ס א דארף... פארוואס? משום מעשה שהיה...
נישט קיין גרויסע מעשיות, אבער איך האב שוין צוויי מאל געהאט א שטיקל צוטון מיט זיי, איינמאל טאקע ביים אדורכפארן דעם 'חורפיש' דארף, און א צווייטע מאל אין די דארף 'סאזשור' צו ווי מיר וועלן נאך אנקומען אי''ה.
אבער נאך אלץ, זענען זיי געווענטליך וואויל און פארפירן נישט, און מען הערט קיינמאל נישט קיין מעשיות אז מען האט עפעס געהאט ערנסט מיט זיי, דעריבער דארף מען געווענטליך נישט מורא האבן פון זיי. כאטש קיין גרויסע אידן ליבהאבער און אידיש פאלק פארעהרער זענען זיי אויך נישט...

דעריבער, פארן מיר א דורך דעם חורפיש דארף, וואס די 89 שניידט אדורך אין צענטער פונעם דארף. פארן מיר נישט שנעל, אבער אויך נישט איבריג שטאט...



נאך א פופצן מינוט פארן, דערגרייכן מיר א קליינע אידישע ישוב מיטן נאמען 'סאסא'.



דער ישוב איז פון די רייכסטע ישובים אין ארץ ישראל.
מיר וועלן אריינפארן אין דעם דארף וויבאלד דאס מאל האבן מיר דא יא וואס צו זוכן. עס ליגט דארט די הייליגע אמורא ר' לוי, לוי בר סיס''י.

צוויי מינוט פונעם טויער און מיר געפונען זיך שוין ביים קבר. א שיינע אויסגעהאקטע מערה, ווי מען קען רוהיג זאגן תהלים און דאווענען צום אייבערשטן.



פארן מיר צוריק ארויס, און מיר פארן ווייטער. פארט מען אדורך א ראוד 899, וואס מיט דעם קען מען אנקומען צו פילע הייליגע קברי צדיקים, און מיר וועלן נאך דארט זיין אי''ה.

פארט מען ווייטער, פארט מען אדורך נאך א פרייע אידישע ישוב 'צבעון'.
און נאך א צוויי מינוט דערגרייכט מען דעם קומענדיגן דעסטינאציע: גוש חלב. אדער ווי עס הייסט היינט ביי די אראבער: זשיש.



דא אין דעם אראבישן דארף איז פארהאן פיר קברים פון פריעדיגע צדיקים,

אנגעהויבן פון יואל הנביא בזמן בית ראשון,



דערנאך די תנאים שמעיה ואבטליון ביים צווייטן בית המקדש,



דערנאך יוחאי, די טאטע פון ר' שמעון, נאכן חורבן בית שני,



ביז ר' מאיר, איינע פון די ראשונים. , איינע פון די ראשונים.



מיר וועלן דורך טון איטליכע באזונדער. און זען ווי קראנט און אמת יעדע דערפון איז:

יואל הנביא:
היינט צו טאגס געפונט זיך די קבר פון יואל הנביא, אינטער די גאנצע דארף, אין א מערה אויפן פעלד, וואס מען האט עס שוין היינט שיין פארבויט מיט א בנין דערויף.
למעשה, האט דער אר''י הקדוש מגלה געווען דעם קבר, און ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז עס איז אין א מערה, נאר אין דעם פעלד ערגעץ וואו. דער מערה קוקט אויס צו זיין פון יארן שפעטער, מעגליך אפילו נישט פון קיין אידן...
עכ''פ, ערגעץ וואו דא אין די געגענט געפונט זיך עס, און מען איז נישט צו ווייט פארפארן, אבער דאך נישט אויף דעם ארט.

שמעיה ואבטליון:
דאס איז א קראנטע קבר, און איז געווען מקובל אלע יארן. עס איז אביסל שווער אנצוקומען אהין, וויבאלד די וועג איז נישט קלאר, אבער אויפן נעץ קען מען טרעפן מער פונקליך, ווי אויך איז דא דארט א שילד דערפאר.

יוחאי:
דאס איז זייער שווער צו גלייבן, וויבאלד די מסורה אויף דעם איז גאר א שפעטערע, נאר פון צוויי הונדערט יאר צוריק. אנדערש ווי געווענטליך וואס מען זעט עס שוין געשריבן פאר טויזענט יאר צוריק, אדער פונעם אר''י הקדוש.

ר' מאיר:
ר' מאיר: היינט זאגט מען אז דארט ליגט ר' מאיר בעל ה'אקדמות', און אלע פרעגן אוודאי, אז לכאורה איז ער דאך געבליבן אינטער די סמבטיון איז ווי קומט אן זיין קבר דא אין גוש חלב?...
און באמת פרעגט מען גוט, ווייל ער ליגט טאקע נישט דא.
איז ווער יא? דא ליגט א ראשון וואס האט געהייסן ר' מאיר קצון, און מיט די יארן האט זיך עס פארטוישט. וויאזוי, פארשטיי איך נישט, אפשר האט עס א טור גייד געטון צו מאכן אינטערעסאנט די זאך...

געפינען מיר זיך יעצט אינעם דארף 'גוש חלב', מיר האבן שוין דורכגעטון די קברי צדיקים דארט, און יעצט וועלן מיר זען איבער די דארף אליין.

די דארף גוש חלב ווערט שוין דערמאנט אין די גמרא אלץ א שטאט וואס איז מוקף חומה מזמן יהושע, דאס מיינט אז דער שטאט שטייט שוין אזוי פאר אריבער דריי טויזענט יאר!
רוב יארן איז גוש חלב געווען באוואוינט בלויז מיט אידן, אבער אין די לעצטע הונדערט פופציג יאר האבן עס די אראבער'ס איבערגענומען.
מערסטנס אראבער'ס וואס וואוינען דארט היינט צוטאגס, זענען קריסטן. אבער נאך אלץ וואוינען דארט גאר אסאך מוסלעמענע אראבער.

די שטאט בארימט זיך מיט דעם וואס זיי קומען זיך גוט אויס מיט אלע רעליגיעס, און כאטש עס וואוינען דארט פון צוויי סארטן קריסטישע גלויבנס, און מוסלעמענע, און זיי וואוינען ארום מיט אידן, דאך פארשטייען זיי זיך מיט יעדעם, און מען קריגט זיך נישט מיט קיינעם.
און למעשה הערט מען טאקע נישט אז מען זאל האבן פראבלעמען מיט זיי, כאטש אידן פארן דארט גאר אפט אריין צו די קברי צדיקים וואס געפינען זיך ממש אין צענטער פון דארף.
איך וויל נאר צולייגן א זאך וואס איך געדענק, אז אויף קול מבשר אין איינע די לענגערע אינטערוויאוס, מיט א גוטע פאר יאר צוריק, דערציילט דארט א איד עפעס א לענגערע געשיכטע וואס איז פארגעקומען מיט אים דא נעבן דעם דארף, ווי עטליכע אראבער האבן געוואלט אים פארכאפן וכו' וכו' און ער איז געראטעוועט געווארן, פארשטייצעך. איך וויל נישט דא יעצט וועגן דער מעשה, בארעדן א גאנצע ערליכע דארף מיט דריי טויזענט אומשולדיגע איינוואוינער, אבער גוט צו וויסן...

יעצט וועלן מיר אריבערפארן דעם דארף, און פארן ווייטער אויפן 89.
תיכף נאך דעם דארף געפינען זיך דריי אידישע ישובים:

ספסופא, וואס איז פריי.



אין ספסופא געפינט זיך א מקוה-קוואל וואס מרופט שמעיה ואבטליון'ס מקוה, קאלט פאפרוירן צו ווערן, אזא אר"י'ס מקוב סטייל - אויך דא דארט א ווארעמע מקוה



אור הגנוז, וואס איז פרום און עס וואוינען דארט אזעלכע קאבאליסטישע אידן, ווי די נאמען זאגט שוין...



און בר יוחאי, וואס הייסט אזוי וויבאלד עס געפינט זיך נעבן מירון, דארט וואוינען אזעלכע נאציאנאל ערליכע אידן, 'דתי לאומי' ווי עס רופט זיך דארט אין לאנד. פונקטליך וואס דאס באדייט וועלן מיר נישט אריינגיין משום כמה סיבות.



יעצט פארן מיר ווייטער ביז דעם אינטערסעקשן, וואס דא, אויב פארט מען גראד, פארט מען גלייך ביז קיין מירון, און בעצם קען מען שוין זען פון דא די פילע אידישע הייזער פונעם שטאט מירון, אבער מיר וועלן זיך יעצט אוועקדרייען און מאכן א לינקס, זיך שטרענג צו האלטן אויפן ניין און אכציגער.

ווי נאר מען פארט דא, זעט מען שוין אויף די זייטן שיין באוואקסענע וויין גערטנער, און ווי עס שטייט אויפן שילד, באלאנגט דאס פאר יקב דלתון מיט וועם מיר וועלן זיך נאך שפעטער באגעגענען, אבער קודם איז גוט צו וויסן אז נאר זייער פאבריק געפינט זיך אין דלתון, אבער זייערע טרויבן נעמען זיי פון דא, נו נו...

נאך אביסל מיר פארן, קומען מיר אן צו אן ארט פון ווי מען קען דא צופארן צו מערערע קברי צדיקים, אלעס אין די זעלבע געגענט, איינס נישט ווייט פונעם צווייטן:

ר' יוסי דמן יוקרת,



ר' טרפון,



ר' כרוספדאי האמורא,



מקום האידרא רבא,



אלקנה אבי שמואל און ר' בנאה האמורא,



ר' יוסי דמן פקיעין



ר' שמעון בן מנסיא,



אלעס באשטעטיגט דורכן אר''י הקדוש

(חוץ ר' טרפון וואס מאנכע האלטן טאקע אז עס איז א טעות און ער ליגט נישט דארט).



אזוי אויך אלקנה אבי שמואל און ר בנאה



למעשה נישט נאר אויף די קברים נאר זייער זייער .. זייער אסאך קברים האלט אהלי צדיקים אז סאיז נישט די אנגענומענע (קרי: קדמונינו) ציון, אלטס וועט איר טרעפן איין ציון און אביסל ארויפצו אדער אראפ צו און אמאל גאר אין אצוויטן שטאט א מערה אנגפעינט בלוי מיט א טוועל פון אהלי צדיקים אז דא איז די ציון פון ר פלוני (און נישט דארט)


נישט ווייט נאך די קבר פון אלקנה, געפינט זיך א נייעם אידישן ישוב מיטן נאמען 'כדיתא' אדער 'קאדיטא' אויף אידיש געזאגט.



דאס איז א דארף ווי עס זענען געקומען וואוינען מערערע פארלוירענע צופלויגענע נשמות, וואס האבן געזוכט די מערסט פארשטופט ארט אין גאנץ ארץ ישראל ווי צו אנטלויפן פונעם נארמאלן לעבן און אלעס וואס עס שטעלט פאר מיט זיך... און האבן זיך דארט באזעצט איש על מקומו יחנו. מען קען זיך שוין פארשטעלן וואס דאס מיינט צו זיין די אויסדערוועלטע ארויסשטייענדע משוגעים, אין א לאנד ווי בכלל צו טרעפן א נארמאלע מענטש איז א יקר המציאות, און זיי זענען נאך די משוגעים פון צווישן משוגעים, זכה להם...

א טייל זענען מענטשן וואס ווילן לעבן א עקסטרעם גרינע לעבן, דאס הייסט אן קיין עלעקטריק, אליין פלאנצן דאס עסן, אליין מעלקן די קיען פאר מילך, און נאך און נאך. א טייל קענען סתם אזוי נישט דערליידן דעם נארמאלן לעבן... בקיצור, יעדער מיט זיין פרשה און זיינע משוגעת'ן האבן זיך געטראפן א מקום מנוחה דארט אין כדיתא, ווי יעדער האט זיך זיין שטח און לעבט א לעבן פאר זיך.

עפעס האבן זיי צוטון מיט די רעגירונג וואס קוקט מיט א קרום אויג אויף דער גאנצער ישוב (איך אויך...), וויבאלד זיי האבן זיך דארט באזעצט אומלעגאל, און יעצט שלאגט מען זיך מיט די רעגירונג אז מען זאל באשטעטיגן דעם ישוב איינמאל פאר אלעמאל אז עס זאל יא זיין לעגאל און מען זאל מער נישט האבן קיין פראבלעמען מיט זיי. איין זאך פארשטיי איך נאר נישט, איך מיין, די רגע די ישוב איז שוין לעגאל, איז עס דאך שוין אינגאנצן נישט אינטערעסאנט פאר די אומלעגאלע צעיושעטע פארשוינען, נישט אזוי?.....

ווילנדיג האבן אביסל מער מציאות'דיגע אינפארמאציע איבער דעם ארט צו קענען איבערגעבן פאר די חשובע ליינער, האב איך היינט גערעדט מיט א חבר מיינער וואס האט מיר אמאל געזאגט אז ער איז שוין דארט געווען.

דערציילט ער מיר אז ער איז דארט געווען איין ליל שישי ווען עס קומט פאר א וועכנטליכע שיעור אינעם ארטיגן בית המדרש. זאגט ער, אז עס איז געקומען אזא קאבאליסט פון צפת, און אינאיינעם האט מען געלערנט כל מיני ספרים שונים, ווען אויפן טיש ליגט א טעלער פיל מיט געווירצן, און די עולם קארגט נישט דרויף און זענען ערליך מקיים דעם 'קח לך סמים' מיט א שפע און ברייטקייט, אזוי לערנט מען מיט א געוואלדיגע 'דערהויבנקייט', שוועבנדיג אין די הויכע ספערן מיט די כח פון הצמחים והסמים....
דאס איז וואס ער האט געזען יענעם ליל שישי. די איבריגע צייטן קען איך מיך נאר פארשטעלן...
ווער עס וויל קען דארט אריינפארן און אביסעל באטראכטן דעם מאדנעם לעבנס שטייגער, איך מיין אז עס איז אפילו אינטערעסאנטער פון עמיש טיין, דא רעדט מען פון אידן, א חלק פון זיי שומרי תו''מ אפילו.

אויב איך געדענק גוט איז עס נישט לאנג צוריק געווארן באשריבן אין 'דער שטערן' (און אין זמן) דורך פנחס גלויבער, דער באקאנטער ארץ ישראל ליב האבער ואכמ''ל.


פארן מיר ווייטער, ווערן מיר נענטער און נענטער צום עיר הקודש צפת.

בעפאר צפת פארן מיר אריבער א ראוד מיטן נומבער 886, וואס דארט גייען מיר בקרוב צוריק קומען אי''ה. יעצט פארן מיר ווייטער ווי די ראוד דרייט זיך אויף אראפ, ווען די גאנצע צייט זעט מען פונדערווייטנס די הערליכע מירונע בערג, וואס שטייען ארויס מיט א שטאלץ, ווי ער זאגט ווען 'יא יא, איך בין דער באקאנטער בארג וואס אנטהאלט אין זיך דעם הייליגן גוף פון ר' שמעון, צו ווי אלע שטרעבן אנצוקומען!!'.

אויפן שפיץ פונעם הויכן הר מירון (ג'רמק), וואס איז די צווייט העכסטע בארג אין ארץ ישראל, זעט מען ארויסשטייענדע אנטענעס און טעלערלעך, און כאטש עס איז זיצעדיגע, און נישט קיין פליעדיגע... אבער אויך ארום דעם הערשט א מיסטעריע.



ביי די 'לאקאלע' בחורים ווייסט מען קלאר פאר א פאקט, מקובל איש מפי פיש, אז דארט איז פארהאן די מערסט געהיימע מיליטערישע באזע פון די ציוניסטישע מיליטער. און עס איז דארט גאר פארהאן א אינטערערדישע עירפארט אין דעם בארג, פון ווי מיליטערישע פליגערס קענען זיך הייבן בשעת מלחמה, דורכדעם וואס די אויבערשטע חלק פונעם בארג עפענט זיך און מאכט פלאץ פאר די פליגערס ארויסצוגיין. איך קען עס נישט באשטעטיגן אויף הונדערט פראצענט, אבער אזוי זאגן זיי, און געווענטליך ווייסן זיי וואס זיי רעדן...

פארן מיר ווייטער אויפן ראוד אין שאטן פון די מיסטעריעזע הר מירון. יעצט פארן מיר אויף אן הייעך פון בערך צוויי טויזענט פיס העכערן ים פלאך. מיר האבן אנגעהויבן די וועג ביים ים פלאך אין נהריה, אבער פון גוש חלב און ווייטער, האלטן מיר שוין די גאנצע צייט בערך אין דער הייעך פון צוויי טויזענט פיס. נאך אביסל גייען מיר שוין אנהייבן נאכצולאזן און מער גיין בארג אראפ, פאר וועם עס איז געווען צו קאלט דא אויבן, קען שוין טיילווייז אפאטעמען.

יעצט פארן מיר אונטער צפת, ווען אויף די לינקע זייט זעהען מיר העכער אונז די שטאט צפת, בפרט די אלט שטאט און די גרויסע באקאנטע בית החיים, ווי עס ליגן די אלע קדושים וצדיקים.

אויף די רעכטע זייט זעהען מיר א שיין וועלדל, וואס לויפט אראפ אראפ ביז א טיפע טאל אינטען דעם בארג, ווי עס לויפט דער נחל עמוד. נחל עמוד איז א שיינער טייכל וואס לויפט א גאנץ יאר אפילו אין די זומער, פון די איינציגסטע אין א''י, ביז אינטער די מירונער בארג און דערנאך ביז די ים כנרת ווי עס פאלט אריין. מערערע גייען הייקן אין דעם טייך פון צפת קיין מירון, א וועג וואס נעמט בערך דריי שעה.



אויך ליגן דארט אויף דעם בארג עטליכע צדיקים, וואס די אר''י הקדוש האט מגלה געווען מקום מנוחתם עטליכע זענען גאר שווער אנצוקומען דערצו, און עטליכע זענען גרינגער.

חוצפית המתורגמן,



און דאס איז פון אהלי צדיקים (סאיז נישט די זעלבע)



יהוידע הכהן,



עדינו העצני,



בריה דרב ספרא,



ר' אבא מהזוהר,



רבי נחוניא בן הקנה,



ר' יצחק מהזוהר

ר' חייא מהזוהר.




קורצליך נאכן דורכפארן די שטאט צפת, דערגרייכן מיר דעם העכסטן בריק אין גאנץ ארץ ישראל, דאס איז די 'גשר עכברה'!



זארגט אייך נישט, דער בריק האט נישט צופיל קאמפעטישאן מיט וועמען ער דארף זיך פארמעסטן צו באקומען דעם גרויסן טיטל... אזוי ווי מיר ווייסן שוין, געפינען זיך כמעט נישט קיין וואסערן אין ארץ ישראל, איז אויב אזוי, דארף מען אויך נישט האבן צופיל בריקן אינעם לאנד, דעריבער, איז צווישן די עטליכע בריקן וואס ארץ ישראל פארמאגט יא, געווענטליך פון איין בארג צום צווייטן, איז דאס די העכסטע.

למעשה האט ער שוין נעבעך פארלוירן דעם אויסגעגארטן טיטל, ווען איינער האט עס ממש לעצטנס צוגענומען פון אים. דאס איז דעם נייעם שנעלן באן וואס לויפט צווישן ירושלים אין תל אביב. לכבודו פון דעם נייעם באן מיט וואס די מדינה שטאלצירט אזוי, האט מען געבויט א מעכטיג גרויסן בריק נעבן ירושלים, אינעם באקאנטן טאל ווי מען קומט אריין קיין ירושלים פונעם איינזער, וואס ווער עס איז דארט געווען לעצטנס, האט עס זיכער נישט געקענט פארפאסן.



אבער, א שטיקל טרייסט האט דער שטאלצער בריק, אז דעם טיטל פון די העכסטע בריק פאר קארן, דאס האלט ער נאך אן, און לכאורה גייט דאס קיינער נישט צונעמען פון אים, וויבאלד עס איז נישט דא ווי צו בויען אזאנס.

בקיצור, דער בריק איז געבויט געווארן אין יאר תשס''ב.



עס ציט זיך אויף א שטרעקע פון 1,377 פיס, און איז הויעך ביים העכסטן פונקט 420 פיס. די פאנאראמע וואס מען זעט דערויף איז ממש אויג פארכאפנד, מיט הערליכע בערג און טאלן און מעכטיגע פעלזן שטיינער, מען קען זאגן פון די שענסטע אינעם גליל.

צוליב זיין הויעך, וואס איז געווארן אזוי ברייט באקאנט אין די גאנצע לאנד, איז עס געווארן א צוציאונגס קראפט פאר פיינע מענטשן וואס האבן באשלאסן צוצויאגן די ענדע פון זייער שוין גענוג לאנגע לעבן, דורך אויספרובירן וויאזוי עס שפירט זיך צו טאנצן פרייערהייט פון אזוי הויכע בריק... פאר ווייניג מענטשן געלונגט צו ענדיגן זייער לעבן אויף די העכסטע בריק אין ארץ ישראל, צום אויסקוק פון אזא הערליכע זעלטן שיינע פאנאראמע, זכה להם...

די איבריגע וואס האבן נישט אנגעיאגט ביז יעצט צו פאסן דעם איינמאליגן שווערן באשלוס צו ענדיגן דעם לעבן, און דוקא אויף דעם בריק, האבן עס שוין ממילא פארפאסט, וויבאלד נאך מערערע טויט פעלער פון מענטשן וואס זענען בטעות אראפגעפאלן פונעם בריק בשעת'ן געמיטליך און פרידליך שפאצירן דערויף, האט די רעגירונג איינגעזען אז עס איז א מקום סכנה, און איינגעשטעלט ריזיגע נעצן וואס לאזן נישט גרייכן ביז אינטען, נעבעך פאר דער וואס ווערט בלייבט דארט שטעקן... וועלן זיי דארפן זוכן א נייעם ארט, וואס לכאורה איז נישט דא קיין מאנגל דערפון...

בעפאר מיר פארן אריבער אויף דעם הויכן בריק, וועלן מיר אבער צום ערשט זיך פארקירעווען אריין אין א קליינעם באחנ'טן אראבישן דארף וואס געפינט זיך הארט בעפארן בריק, און הייסט טאקע 'עכברה' על שם דעם בריק דערנעבן... אדער פארקערט גאר. וויאזוי איר ווילט.



עכברה איז גאר א אלטע שטאט ווי אידן האבן געוואוינט אינעם זמן הבית המקדש אין בזמן התנאים. ר' אלעזר בן ר' שמעון בן יוחאי האט דארט געוואוינט, ווי עס שטייט אין חז''ל.

צוויי זאכן ווילן מיר זען דא אין דעם דארף: צום ערשט, עטליכע קברי צדיקים, און דערנאך, די ארט ווי עס איז מקובל אז דארט זענען געווארן באהאלטן א טייל פון די כלי המקדש נאכן ערשטן חורבן הבית.

צום ערשט מיט די קברי צדיקים. ווען מיר קומען אריין אין דארף, און אפילו פאר דעם, זעהען מיר שוין פונדערווייטנס די ריזיגע פראכטפולע קעניגליכע פעלזן שטיינער, און פונדערווייטנס קען מען שוין אויך זען עטליכע מערות אין צענטער פון די פעלזן, דארט, האט דער אר'י הקדוש מגלה געווען, ליגן

רב זריקא, און רב סמא



רב אושעיה זעירא דמן חבריא



נענטער צום דארף, אויפן בארג קעגן איבער, ליגט די הייליגע תנא ר' ינאי. (אויך דא צוויי)



און העכער ארויף אויפן בארג ליגט די תנאים עקביא בן מהללאל און אדמון.






די לעצטע צוויי קברים איז דא חילוקי דעות ווי פונקטליך עס געפינט זיך, אבער זיכער נישט צו ווייט איינס פון צווייטן און ערגעץ אין דער געגענט.



אנצוקומען צו די קברים פון רב זריקא און די אנדערע, איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך, און אפילו היבש מסוכן, צוליב די גראדע פעלזן שטיינער וואס מען דארף דורכגיין, וואס אויב מען גלישט זיך אויס דערויף, קען פאסירן די זעלבע וואס עס פלעגט אמאל פאסירן אויפן בריק דערנעבן...

צו עקביא איז א לאנגע וועג, און צו ר' ינאי איז די גרינגסטע צוקומען, אבער אויך נישט זייער גרינג. בקיצור, אויב האט איר נאכנישט גענדיגט מיט די אנדערע קברים אין גליל, זאלט איר קודם אהין גיין און די קברים אין עכברה זאלט איר לייגען פון די לעצטע אויפן ליסטע...

גראדע, די דארף אליינס, לגבי די אראבער, איז מן הסתם נישט שרעקעדיג. איך בין שוין צוויי מאל דארט געווען, און גארנישט געהאט מיט זיי. רוב פון זיי ארבעטן ביי אידן אין די דערנעבנדיגע צפת, דעריבער זענען זיי נישט קיין צו גרויסע שונאי ישראלים.

און יעצט לגבי די כלי המקדש, איז שוין דא אן אלטע מסורה ביי די ארטיגע אידן, אז דארט אין דעם בארג איז באגראבן געווארן די כלי המקדש.



און עס איז אפילו דא א מקובל'דיגע מעשה פון א גוי וואס האט געטראפן דארט אינעם דארף ביי זיך אין פעלד א כלי מיט די אפר הפרה דערינען, און ער האט געהאט אויסצושטיין ציפקע צרות דערפון, ביז ער האט עס צוריקגעלייגט און דאן האט זיך עס אפגעשטעלט.

ווי אויך איז דא א באקאנטע מעשה מיט די שינאווער רב, ווען ער איז געווען אין ארץ ישראל, איז אויפן וועג קיין צפת האט ער זיך אפגעשטעלט דארט ביי דעם בארג און געבליבן שטיין דארט רוב טאג און נאר נאכדעם ווייטער געגאנגען.
זיין באגלייטער האט נישט געוואוסט וואס עס איז פשט דערפון, ביז ווען זיי האבן דערגרייכט די שטאט צפת, האט ער עס דאן דערציילט פאר די ארטיגע איינוואוינער, האבן זיי אים מסביר געווען אז דאס איז מן הסתם צוליב דעם וואס דארט ליגט באערדיגט די כלי המקדש.

עכ''פ, עפעס טוט זיך דארט אין דעם מעכטיגן בארג. עס איז דא וואס האבן געוואלט זאגן אז נאפאליאן האט גאר אויסגעגראבן האלב בארג צו טרעפן די כלים. אבער דאס איז זיכער נישט אמת וויבאלד נאפאליאן איז ניטאמאל אנגעקומען ביז אהין און איז קיינמאל נישט דארט געווען.

מן הסתם קומט דאס, צוליב די מאדנע אויסזען פונעם בארג, וואס קוקט אויס ווי ער פארמאגט אן אפגעגאלטער קאפ...




האבן מיר גענדיגט מיט עכברה, יעצט וועלן מיר ענדליך ענדיגן די ניין און אכציגער.

מיר פארן יעצט אראפ א שווערע בארג, מיר גייען נידריגער און נידריגער, פון א בארג וואס איז הויעך בערך 1800 פיס, ביז א טאל וואס איז סך הכל א 300 פיס העכערן ים פלאך, פונדערווייטנס קען מען זען די בלויע ים כנרת, און גרויסע חלקים פונעם טאל צו וואו מיר ריכטן יעצט אונזערע טריט, מיט אירע הערליכע פעלדער און שטעטלעך וואס מיר וועלן אט אט באגעגענען פון די נאנט.


----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל.
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:32 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג יולי 29, 2019 9:24 pm

הייוועי 90 - אצבע הגליל -1


נאכן ענדיגן דעם 89, גרייכן מיר די ניינציג.
יעצט וועלן מיר מאכן א לינקס אויפן ניינציגער, און מיר וועלן ארויפפארן צפון זייט.

באמת זענען מיר שוין דא געפארן גאנץ אין דער אנהייב, אבער יעצט וועלן מיר פארן אביסל שטאטער און רוהיגער, און מער זיך ארומקוקן ארום אונז צו באטראכטן די ארומיגע פאנאראמע, און מער פרובירן צו פארשטיין וואס מיר זעהען ארום און ארום.

מיר פארן יעצט אין א הערליכע טאל, גערופן 'עמק החולה'.



דער טאל איז ארומגענומען פון פיר זייטן מיט בערג, א טאל וואס מיר קענען פון די ביכער און די דמיונות...







פון רעכטס זעהען מיר פונדערווייטנס די הויכע גולן בערג, וואס איז לעצטנס געווען אין די נייעס צוליב טראמפ'ס אנערקענונג דערויף, וואס האט דאן אויסגערופן א גרויסע שטורעם אין די וועלט.



זייט דעמאלטס האבן מיר שוין געהאט נאך צען שטורעמעס, איז עס שוין לאנג פארגעסן געווארן...יעצט איז עס נאר אריין אין די ביכער אלץ נאך א פונקט אין די היסטאריע פון די גולן...

לינקס איז די הרי הגליל העליון ווי עס געפינט זיך צפת און מירון און נאך, וואס א טייל האבן מיר שוין באזוכט, ממש לעצטנס...

פון פארנט זעהען מיר די בארג חרמון און די ארומיגע בערג, וואס די חרמון איז די העכסטע בארג אין די גאנצע געגענט, און שטארט ארויס מיט איר שטאלצע שפיץ אריין אין די הימלען. וואס דאס מאכט זייער גרינג צו עס צו דערקענען אפילו פון גאר ווייט.



און אויף צוריק איז די נידרעגערע בערג פון גליל התחתון, ווי עס ליגט טבריא און נאך.

אין די צענטער פונעם טאל לויפט אדורך די באקאנטע טייך 'ירדן', וואס ווערט מערערע מאל דערמאנט אין די תורה.



דא איז דער אויבערשטער טייל דערפון, גאר ווייט פונעם ארט ווי די ירדן האט זיך געשפאלטן ווען די אידן זענען אריין אין א''י. יענער טייל זענען מיר שוין שנעל דורכגעפארן ווען מיר זענען אראפגעפארן דעם ניינציגער. עס געפינט זיך אקעגן איבער די שטאט יריחו.

אין דעם טאל טאקע הייבט זיך אן די ירדן דורך עטליכע קלענערע טייכן וואס ווערן שפעטער איינס, און לויפט לאנגע מיילן, ביזן אריינפאלן אינעם זאלציגן ים המלח.



מיר פארן יעצט אויף א פלאכע ארט, א זאך וואס מיר האבן שוין נישט געהאט פאר א לענגערע צייט, נאכן רייזן א לענגערע וויילע אויף די בערג פון גליל העליון.

די ערשטע שטאט זעהען מיר אויף די לינקע זייט, דאס איז 'ראש הפינה', וואס איז פון די ערשטע אידישע שטעט אין ארץ ישראל, נאך פון יאר תרמ''ב.



גלייך דערנאך זעהען מיר צו לינקס די שטאט 'חצור'.



חצור איז א קלענערע שטאט, גאנץ פרום, בפרט געפינט זיך דארט א געגענט 'קריה החסידית' ווי עס וואוינען מערערע גור'ע חסידים.
ווי באקאנט זענען די גור'ע גרויסע נחשונים אין דער ענין פון אריינשפרינגען אין פרישע פראיעקטן אן קיין פחד פון 'מה יאמרו הבריות' און נאך. בפרט אין דער ענין פון גיין וואוינען אויף נייע ערטער.

דאכצעך מיר, זענען זיי די וואס האבן אריינגעברענגט דאס גיין וואוינען אין אשדוד, ווי עס וואוינען היינט טויזענטער היימישע משפחות פון מערערע קרייזן.

ווי אויך אין ערד האבן זיי בערך זעקס הונדערט משפחות. ערד איז א פרייע שטאט אין מדבר, ממש אין א פארריקטע געגענט, א שעה א האלב פון ירושלים, ווייט פון יעדע ציוויליזאציע, דעריבער איז דירות גאר ביליג דארט, וואוינען זיי דארט אין א אייגענע געגענט.

לעצטנס האבן זיי שטארק צוטון געהאט מיט די ארטיגע פרייע, וואס קוקן מן הסתם מיט א שלעכט אויג אויף די פרומע אינוואדירונג, אזוי ווי אין גאנץ ארץ ישראל, דעריבער טיילן זיי לעצטנס אויס רדיפות פאר די ארטיגע פרומע. פונקטליכע דעטאלן ווייס איך נישט.

חצור איז די ווייטסטע ארט ווי זיי האבן געשיקט, דאס קומט אויס בערך דריי שעה פון ירושלים, און עס איז דא גאר ווייניג אפטע טראנספארטאציע פון דארט קיין ירושלים און פארקערט, דעריבער איז דאס גאר א געוואגטע זאך דארט אריינצואווארפן די חסידים אין דעם מקום שמם, און מען דארף האבן אסאך קוראזש פאר דעם, אדער: מען דארף זיין גור דאס צו קענען טון....

איך ווייס נישט צו מען קומט נאך אלץ אהין היינט צוטאגס, און צו עס איז נאך בכלל אזוי ביליג אז עס זאל זיך לוינען אהין צוקומען.

בכלל איז הערשט היינט א שרעקליכע מאנגל אין דירות, אין ירושלים און אין בני ברק. סיי ווייל עס איז נישט דא, און סיי וועגן די הויכע פרייזן אין די געדעכט באוואוינטע ערטער ווי מען וואוינט שוין אלע יארן. דעריבער טוט זיך לעצטנס אויף דעם, סיי ביי פרייוואטע קהילות, און סיי ביי די עסקנים און רעגירונג איינגעשטעלטע צו לעזן דעם קריזיס.

די רעגירונג האט שוין עטליכע מאל פרובירט צוצושטעלן געגענטער פאר די פרומע, אבער יעדע מאל ארבעט זיך עס נישט אויס, ווי למשל אחיסמך נעבן לוד, חריש נעבן די כביש שש און נאך. לעצטנס דאכצעך ארבעט מען אויף א שטאט 'כסיף', ממש א נייע שטאט פון סקרעטש, אויך אין די ווייטע מדבריות, גאר נאנט טאקע צו ערד, אבער די חרדים זענען נישט צופרידן וויבאלד עס איז אין אזא מקום נידח, גאר ווייט פון זייערע צענטערן.

די קהילות פאר זיך פרובירן צו טון וואס זיי קענען צו העלפן זייערע חסידים, ווי וויזניץ וואס שיקט קיין עפולה, די ליטווישע גייען קיין נצרת עילית אין הר יונה און אויך קיין כרמיאל, תולדות אהרן און סטאלין שיקן קיין טבריא צו די נייע אויבערשטע געגענטער, בעלזא דאכצעך קיין קרית גת און נאך אסאך.

ווי אויך האט מען שוין מערערע מאל געפענט גאנצע נייע געגענטער נאר פאר די פרומע, ווי ביתר עילית, מודיעין עילית, אלעד, וואס די אלע זענען טאקע נאר באוואוינט מיט פרומע חרדישע אידן, אבער זיי זענען שוין איבערגעפילט עד אפס מקום.

זענען מיר דא פארפארן איבער די גאנצע לאנד, לאמיר זיך צוריק מצמצם זיין דא ביי אונז אין חצור.

דא אין שטאט געפינט זיך די קבר פון חוני המעגל



און זיין אייניקל אבא חלקיה.



עס געפינט זיך ביי די אנדערע עק פון שטאט פון וואו מען קומט אריין, עס נעמט סך הכל פינף מינוט דורכצופארן די גאנצע שטאט מיט די אלע כיכרים... ראונדעבאונד בלע''ז.



אינדרויסן פונעם קבר, פארנט אויף די ערד, איז געווארן אויסגעקריצט א גרויסע רינג מיט סימנים פון צוויי פיס, על שמו ולזכרו פון די מעשה וואס איז פארגעקומען מיט חוני המעגל, וואס איז באקאנט פאר אינג און אלט.



א נענטערן בליק, מקען זעהן די צוויי פיס אונטערן טיש



די קבר איז אין א מערה אריינגעגראבן אינעם בארג. עס פארמאגט א שיינעם בית המדרש דערנעבן ע''ש חוני המעגל, מיט א פיינעם מקוה אפילו. בקיצור, עס איז גאנץ פיין צוגערישט דארט.



די קבר וואס איז היינט אנגעצייכנט פאר אבא חלקיה, איז בפשטות א טעות, און עס געפינט זיך מער אויבן דעם בארג ווי איך בין נאכנישט געווען, דעריבער וועל איך נישט רעדן איבער דעם, לקיים מה שנאמר: וואס מ'ווייסט נישט רעדט מען נישט...



נאכן זיך אויסבעטן אלעס גוטס, און כאפן אן אויפרישנדן טבילה אינעם ווארעמען מקוה דערנעבן, פארן מיר צוריק ארויס פונעם שטאט, און ביים אריינגאנג דרייען מיר זיך לינקס אויפן ניינציגער מיטן פנים צו צפון און מיר זעצן ווייטער פאר מיט אונזער געשמאקע רייזע. הלואי.... מי יתן.


----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג יולי 29, 2019 9:49 pm

הייוועי 90 - אצבע הגליל -2


פארן מיר ווייטער אויפן ניינציגער צו צפון.

נאך א קורצע צייט פארן, קען מען מאכן א רעכטס אויפן איין און ניינציג, וואס פירט דורך דעם גאנצן טאל ביז די גולן בערג און ארויף ביז די גרעניץ מיט סיריע. מיר אבער האלטן זיך צו די גראדע ליניע, און פארן ווייטער ארויף, ביז מיר זעהען אז מען קען זיך דרייען רעכטס צו די פרייע ישוב 'אילת השחר'.



דא פארן מיר אריין, פאר ווער ס'האט אן אינטערעסע אין ארכיאלאגיע. ווער נישט, קען ווארטן אינדרויסן אויפן ניינציגער, אדער ביזדערווייל אריינפארן אינעם דערנעבנדיגן ישוב און זיך איינהאנדלען עפעס איבערבייס אינעם גראסערי, אדער דארט שפילן פענטבול שיסערייען, וואס געפינט זיך אינעם ישוב. און אז מען וויל קען מען טון אלעס, אויפן פאפיר האבן מיר צייט פאר אלעמען...

נעבן דעם ישוב געפינט זיך איינע פון די גאר היסטארישע ארכיאלאגישע ערטער אינעם לאנד, גערופן 'חצור'.



חצור ווערט אסאך דערמאנט אין יהושע און שופטים און אין נאך ערטער, סיי ביים איינעמען די לאנד, ווען מען האט פארברענט די גאנצע שטאט. און בעיקר ביי די גרויסע מלחמה צווישן ברק און דבורה הנביאה, אקעגן יבין מלך חצור און זיין גענעראל סיסרא.

די שטאט חצור איז געווען פון די גרעסטע שטעט אין יענע צייטן, פאר די דעמאלטס'דיגע מושגים, און ווי די פסוק רופט עס 'ראש לכל הממלכות האלה'. היינט איז עס די גרעסטע שטאט וואס מען האט נאר אויפגעגראבן אין ארץ ישראל, פון די צייטן בעפאר דעם צווייטן בית המקדש.



די גרויסע מלחמה צווישן חצור און כלל ישראל איז למעשה פארגעקומען אין עמק יזרעאל, לויט די חוקרים, זייער ווייט פון דא. די סיבה דערצו איז א פשוטע, אבער דאס צו פארשטיין, דארף מען צום ערשט דורכליינען די אינטערעסאנטע באשרייבונג אינעם בוך 'ארכיאלוגיה המקראית' חלק ב'.

דארט געט ער א גרויסע דעקונג פאר די שטאט חצור און איר היסטאריע, טאקע על פי וואס מען האט געפונען אין די ארטיגע גראבונגען, וואס מען קען נאך היינט זען אויפן פלאץ. און לויט ווי ער שרייבט, שטימט זייער שיין די פסוקים מיט די געפינסן אויפן ארט, אנדערש ווי די חוקרים זאגן. עיין שם ותבין.



די מערערע כלים און נאך וואס מען האט געפינען ביי די ארכיאלאגישע גראבונגען, געפינען זיך היינט צוטאגס אין די ארטיגע מוזעאום וואס שטייט ביים אריינגאנג צום ישוב.







בקיצור, פאר וועם עס איז אינטערעסאנט, קען דארט באזוכן און באטראכטן די פיר טויזענט יעריגע שטאט וואס מען האט ארויסגעגראבן פון אינטער די ערד, ווי מערערע היסטאריע אין כלל ישראל האט זיך אפגעטון דארט און ארום.



נאכן וויילן אביסל אין די אלטע חצור, אדער אין די ישוב פאר וויכטיגע איינקויפונגען, וועלן מיר ווייטער פארזעצן צו שטעלן אונזערע טריט אויפן ניינציגער אין ריכטונג פונעם שטאט קרית שמונה.

אויפן וועג פארן מיר פארביי נאך עטליכע קלענערע אידישע ישובים וואס זענען פלאצירט אויפן גרונד פונעם פרעכטיגן טאל, ארומגענומען מיט א נאטורליכע מויער פון אלע פיר זייטן, ווען אין די שפיץ שטייט די חרמון בארג און קוקט אראפ מיט א שטרענגע מינע פאר ווער עס וועט זיך וואגן צו טון עפעס שלעכטס פאר די ארטיגע איינוואוינער, קענען מיר פארן רוהיג און זיך שפירן פארזיכערט.

אז מען רעדט טאקע פון פארזיכערט, איז כדי צו צולייגן אז אין דעם טאל וואוינען כמעט נישט קיין אראבער, וואס דאס איז נישט קיין אפטע זאך אינעם לאנד, אז אין אזא גרויסן שטח זאל זיך נישט געפינען כמעט קיין שום אראבישע ישובים. אזא זאך געט אלץ צו פאר די רוהיגקייט פון די געוויסן...

די איינציגסטע אראבישע ישוב איז די בעדואינער דארף 'טובא זנגריה', אין די דרום טייל פונעם טאל, ווי מען קען זען אויף די מאפע.



גראדע זענען די איינוואוינער פון יענעם דארף גארנישט אזעלכע גרויסע צדיקים, און מערערע מאל האט מען צוטון מיט זיי אין מערערע הינזיכטן, און זענען אסאך אין די נייעס צוליב זייערע צדקות און מעשים טובים... מיר וועלן טאקע נישט אהין גיין, נאר ווייטער אנגיין מיט אונזער רייזע פארזיכערט און אומגעשטערט.

אינמיטן וועג פארט מען אדורך נעבן די וואסער זאמלונג 'אגמון החולה' און נאטורליכע רעזערוו 'שמורת החולה'.



אמאל איז דער לעיק געווען עטליכע מאל אזוי גרויס ווי עס איז היינט, און האט באדעקט א גרויס טייל פונעם טאל ווי היינט איז שיין באוואקסן. אבער וויבאלד זיי האבן געוואלט נוצן די ערד אויף וואס עס האט זיך געפונען די טייך, צו פלאנצן, דעריבער האבן זיי עס כמעט גענצליך אויסגעטריקענט אין די תש''כ יארן.

שפעטער, פאר צוואנציג יאר צוריק בערך, זענדיג אז מען קען דארט סייווי נישט פלאנצן, האבן זיי צוריק פארפלייצט נאך א טייל פון די אויסגעטריקענטע שטחים, אזוי האט מען יעצט א גרויס שטיקל טייכל.

דער טייך איז זייער באקאנט און א שטארק ציענדע ארט פאר באזוכער, בפרט אין די אנהייב זומער און אנהייב ווינטער סעזאנען, ווען טויזנטער פייגלעך באווייזן זיך דארט פאר קורצע וויילעס, און דערנאך ווערן זיי פארשוואונדן.







ווי באקאנט, טוען מערערע סארטן פייגלעך און קאטשקעס אימיגרירן, מופן בלע''ז, צוויי מאל א יאר. אין די זומער גייען זיי צו די אייראפישע לענדער ווי עס ווערט דאן ווארעם. און אין די ווינטער, ווען עס ווערט קאלט אין אייראפע כמנהג המקום, דאן גייען זיי קיין אפריקע ווי עס בלייבט דאן אויך ווארעם. פארוואס זיי בלייבן נישט זומער אין אפריקע און וואס שטופט זיי צו גיין קיין אייראפע, ווייס איך נישט, דאס באלאנגט שוין מער פאר די וויילדלייף אפטיילונג דא אויפן וועלטל.

דעריבער, בשעת'ן אימיגרירן, דארפן זיי דאך האבן יבשה אינמיטן וועג זיך צו קענען אפריען און כאפן דאס אטעם, איז ווער עס קוקט אויפן מאפע זעט גלייך אז אויב מען גייט פון אפריקע קיין אייראפע דורכ'ן יבשה, אדער פארקערט, דארף דאס גיין דורך ארץ ישראל.

נאך איין וויכטיגע הקדמה דארף מען וויסן בעפאר מיר קומען צוריק צו אונזער לעיק, דאס איז אז קאטשקעס האבן ליב וואסער...

דעריבער, איז דער אגמון החולה גאר געאייגענט פאר די קאטשקעס און פייגלען, ווען אויפן וועג פון אייראפע קיין אפריקע אדער פארקערט, פליענדיג דורך א''י, האבן זיי א וואסער'ל ווי זיך אפצוריען און שעפן פרישע כוחות צו גיין ווייטער.

אויך פארמאגט די וואסער אסאך פיש, וואס פאר קאטשקעס וואס קענען נישט אריינגיין אינעם גראסערי פון אילת השחר זיך איינצוקויפן שפייז, איז דאס זייער איינציגסטע וועג וויאזוי צו שטילן זייער אומגעהוירע הונגער, דורך כאפן עטליכע פעטע פישלעך פונעם טייך, און צו קומען צו די כוחות פארצוזעצן זייער לאנגע רייזע.

אבער גיי פארשטיי, זייער דעסטינאציע איז אייראפע און זיי נוצן ארץ ישראל נאר פאר א סטאפ אינמיטן וועג, אזא בזיון און טיפשות... פונקט פארקערט ווי איך טוה, מיין דעסטינאציע איז ארץ ישראל און איך מאך נאר א סטאפ אין אייראפע צו שפארן אפאר דאללער, קוקט אויס אז קאטשקעס פארשטייען נישט צו קדושת ארץ ישראל...

עס זענען גראדע פארהאן מערערע קאטשקעס וואס האבן יא די קאפ אויפן פלאץ, און פארבלייבן יא דארט א גאנץ ווינטער, אבער נישט אלץ קדושת ארץ ישראל, נאר פשוט ווייל דארט איז אויך היבש ווארעם דורכאויס די ווינטער. אויך עפעס...

פארן מיר ווייטער, זעהען מיר א ראוד אויף די לינקע זייט 899, וואס דאס פארט ארויף צום אויבערשטן טייל פונעם גליל העליון, צו ווי מיר וועלן שפעטער אנקומען אי''ה דורך א צווייטע ראוד. ביז דערווייל וועלן מיר עס איגנארירן און ווייטער פארבלייבן אינעם טאל.

אויף די לינקע זייט קען מען אריינפארן צו עטליכע פרייע ישובים. ווער עס וויל גיין אביסל שיפלען אויפן ירדן, קען גיין צום דארף 'כפר בלום', וואס ליגט ממש אויפן ירדן. מען קען דארט דינגען א שיפל און גיין רעפטינג אראפ דעם ירדן.

פונדערווייטנס זעהען מיר שוין די שטאט 'קרית שמונה', די גרעסטע שטאט אינעם געגנט, וואס די ניינציגער שניידט עס אדורך אינמיטן.



אבער בעפאר מיר פארן אריין אינעם שטאט כדי ארויסצוקומען אויף די אנדערע זייט שטאט, וועלן מיר זיך אפשטעלן ביי א אטראקציע ארט, גערופן 'צוק מנרה'.



א 'צוק' באדייט א גלייכע הויכע פעלזן שטיין, קליף בלע''ז. דא געפינט זיך גאר א הויכע צוק, גלייך ארויף העכערן טאל, ביז אויבן פונעם בארג ווי עס געפינט זיך א ישוב מיטן נאמען 'מנרה', דעריבער הייסט דאס 'צוק מנרה'.



האבנדיג אזא שיינע מעכטיג גרויסע פעלז אינטער זיך, מיט די גאנצע הערליכע פאנאראמע ארום, האבן די איינואוינער פונעם ישוב 'מנרה' באשלאסן אז עס איז נישט דא קיין מער פאסיגע ארט צו בויען א טשעיר – ליפט ווי דא, וכך הוה... און אין יאר תש''ס האט זיך עס געפענט פארן ברייטן ציבור, פאר ווער עס איז אין די גיסטע און וויל אביסל זיך הייבן אין די ליפטן אויף א בענקל.



די טשעיר ליפט פארט אויף א שטרעקע פון 6,300 פיס, און הייבט זיך א הייעך פון 2,460 פיס. פון די טיפענישן פונעם טאל, ביז הויעך אין די גליל בערג. דאס איז די לענגסטע טשעיר ליפט אינעם לאנד, קאנקורירענדיג מיט דריי אנדערע.... איינס ביי ראש הנקרה, און דאס אנדערע אויפן חרמון.

עס זענען פארהאן נאך עטליכע זאכן צו טון דארט, ווי סנעפלינג, זיפליין, א גרויסע גליטשער פאר טאטעס... און נאך אסאך זאכן.

ווער עס איז אינטערעסירט אין אטראקציעס און פא''ן, זאל דא גיין. נישט ווייל עס איז עפעס געוואלדיג, נאר פשוט ווייל עס איז נישט דא צופיל אנדערע פלעצער ווי צו גיין...

בעצם איז ארץ ישראל בכלל נישט דאס ארט ווי צו קומען פאר אטראקציע ערטער. אזוי ווי עס איז נישט דא דארט צופיל: וואסער, געלט, דירות, ביימער, בריקן, טשעיר ליפטס, פארזיכערטע ערטער, נארמאלע מענטשן... אזוי איז אויך מיט אטראקציע ערטער.

פאר ווער עס וואוינט אין ניו יארק און פארט אהין פאר אזעלכע זאכן, איז עס אזוי ווי אן עסקימא פון אלאסקע וואס גייט קיין פלארידע צו קויפן אייז... ניו יארק און די ארום, פארמאגט הונדערטער אטראקציע ערטער צו וואו מען קומט פון די גאנצע וועלט. אבער באמת, וועל איך נישט זיך מאכן אזוי טאמעוואטע, און איך וועל מיך מודה זיין אז איך פארשטיי גוט פארוואס דוקא אין ארץ ישראל וועט מען גיין אויף אזעלכע ערטער, און נישט אין ניו יארק...

פאר מען גייט אהין איז כדאי זיך נאכצופרעגן צו עס איז בכלל אפן, און וויפיל איז אפן, ווייל מערערע מאל זענען זיי פארשפארט אינגאנצן, אדער טיילווייז צוליב איבערבויען און פארעכטן. אז עס איז שוין יא דא עפעס, איז עס אבער אויפן ארטיגן נוסח, היינט זעמיר פארמאכט, 'סגור', טו מיר עפעס...


----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג יולי 29, 2019 10:06 pm

הייוועי 90 - אצבע הגליל - 3


האבן מיר שוין באזוכט דא אינעם טאל ביי אן ארכיאלאגישע ארט (חצור), א נאטור רעזערוו און זעאלאגיע ארט (ים החולה), און אן אטראקציע ארט (צוק מנרה), און דאס פארן גוף.
אויך די נשמה האבן מיר שוין געשפייזט מיט קברי צדיקים (חוני המעגל). יעצט וועלן מיר שוין אט אט ארויסגיין פון דעם טאל און זיך צוריק הייבן אויף די בערג

אבער בעפאר, דארפן מיר נאך אדורכפארן די שטאט 'קרית שמונה'. וויבאלד די ניינציגער לויפט עס דורך אינדערמיט. גוט, וועלן מיר עס דורכפארן.



שוין, שוין דורכגעפארן, יוצא געווען...

יעצט קענען מיר מאכן דא א רעכטס אויפן 99. די ניין און ניינציג קען אונז פירן צו א גאר אינטערעסאנטע ארט:
דאס איז, צום גרויסן חרמון בארג וואס מיר האבן שוין דערמאנט ביז אהער מערערע מאל.



חוץ פון די שיינע פאנאראמעס וואס קענען געזען ווערן פון די הויכן פונעם בארג, ווי מען שטעלט זיך שוין פאר, געפינט זיך דארט אויך א גרויסע אטראקציע ארט, ווי עס געפינען זיך פינף אנדערע טשעיר ליפטס, און נאך מערערע אקטיוויטעטן.



אנדערש ווי אנדערע באזוך ערטער וואס זענען בעיקר פארנומען אין די זומער, איז דער חרמון אנדערש, און דער אקטיווסטער סעזאן איז דוקא אין די ווינטער.
אין די זומער באזוכן דארט א סך הכל פון פערציג טויזענט מענטשן, און אין די ווינטער ריקט זיך ארויף די ציפער צו דריי הונדערט טויזענט מענטשן!
דאס איז צוליב דעם וואס די חרמון האט שניי...

חרמון אין זוממער


אה, נאך א זאך פון וואס עס הערשט א מאנגל דערפון אינעם לאנד, און די גאנצע לאנד ווערט משוגע דערפאר, דאס איז: שניי...

יא, דאס וואס פאר אונז, נאך די ערשטע שניי אינעם יאר ווילן מיר שוין נישט הערן דערפון און עס זען פאר די אויגן, איז עס אבער די גרעסטע עקסטאז פונעם יאר דארט אינעם לאנד, און אלע ווארטן דערויף מיט גרויס שפאנונג און האפענונג אז עס וועט אנקומען.

און אפילו אויב עס קומט שוין יא אן, דארף מען נאך האבן גרויס רחמי שמים אז עס זאל זיך האלטן פאר מער ווי אפאר מינוט און נישט ווערן צונישט דורך די פרי מארגן זון... עס איז דא דארט יעדן טאג אין די ווינטער פיל מער אויסזיכטן און טשאנסען אז מען וועט זוכה זיין צו הערן א מלחמה אלארם וואס ווארענט איבער א פליענדע ראקעט פון עזה, ווי אז עס זאל אנקומען א פאר אויסגעגארטע ברעקעלעך שניי...

אמאל פלעגט היבש אסאך שנייען אין די ווינטער, עכ''פ אין ירושלים און אין צפת, דאס הייסט, אין אלע הויכע געגענטער. אבער די לעצטע צענדליגע יארן ווערט עס ווייניגער און זעלטענער, צוליב די גלאבאלע אנווארעמונג פונעם פלאנעט.

די לעצטע ווינטער האט דאכצעך גארנישט געשנייט. נעבעך, פאר די אלע ירושלימ'ע קינדער וואס ווארטן דערויף בכליון עינים. בעצם, נישט נאר די קינדער, נאר די גאנצע לאנד פון קליין ביז גרויס לעבט אויף ווען די ערד ווערט באדעקט מיט א ווייסע שיכט פון שניי. אלע גאסן ווערן פאראלעזירט, די געשעפטן פארמאכן זיך, די אפיציעלע טראנספארטאציע שטעלט זיך אפ, און די גאנצע שטאט גייט כאדאראם.

בקיצור, אלעס וואס פאסירט ביי אונז ווען עס קומט א ערנסטע שניי זאווערוכע פון צוויי פיס און העכער, פאסירט ביי זיי ווען עס פאלן עטליכע ברעקלעך און עס ווערט באדעקט די ערד מיט א דינע שיכט פון שניי, וואס צוגייט געווענטליך נאך עטליכע מינוט.

אני הקטן געדענק א וואונדערליכע ספעקטאל וואס איך האב מיטגעהאלטן מיט די אייגענע אויגן, ווען איך האב אמאל געהאלטן אינמיטן דאווענען שחרית אין די אלטע סאטמאר יואל שול אין ירושלים, ווען אינמיטן סאמע ברען פונעם דאווענען האט זיך פלוצלינג געהערט א אומבאנומענע הילכיגע געשריי: ס'שנייט!!! און ביז א בליץ סעקונדע איז די גאנצע שול געווארן אויסגעליידיגט פון די מתפללים, ווען אלע, פון קליין ביז גרויס, פון קינדער ביז 'שניי' ווייסע בערד, זענען ארויסגעלאפן אנגעטון מיט די טלית ותפילין, נישט צו פארפאסן צו זען די וואונדער פונעם יאר הונדערט: שניי...

און איך בין געשטאנען אין די זייט און זיך געהאלטן אויף די זייטן, צוקוקנדיג צו גענצליך א צווייטע וואונדער...



נחזור לחרמונינו, די איינציגסטע ארט אינעם לאנד ווי עס שנייט יא א יעדעס יאר, עכ''פ ביזדערווייל, און די שניי האלט זיך פאר די גאנצע ווינטער, איז נאר אויפן חרמון בארג, צוליב איר הייעך וואס האלט אן גאר א קאלטע וועטער די גאנצע ווינטער.

אפילו דארט איז אין יאר תשנ''ט גארנישט געפאלן קיין שניי, און די סקיונג ארט איז געווען גענצליך געשלאסן. און ווי זיי זאגן, פלעגט אמאל זיין דריי חדשים פונעם ווינטער געאייגענט פאר סקיונג, היינט האלט עס ביי נישט מער ווי איין חודש פונעם יאר.

עכ''פ, יעדער דארט וואס וויל נישט ווארטן ווי א נער אויף די שניי אז עס זאל קומען צו אים דארט ווי ער איז, און למעשה וועט ער זיך טרעפן פרילינג נאך אלץ ווארטן, הייבט זיך אויף און גייט צו די שניי וואס ווארט אויף אים אויפן שפיץ פונעם חרמון בארג. דארט קען מען ארויפגיין מיטן טשעיר ליפט און זיך ארומשפילן מיט די שניי, גיין סקיונג, און נאך שניי אקטיוויטעטן.

איך בין נאך נישט געווען אויף דעם טשעיר ליפט, וויבאלד שניי אויפן חרמון איז נישט מיין ערשטע און אויך נישט מיין צווייטע זאך אויף די ליסטע וואס איך דארף נאך אנקומען צו דעקן, און קענען מאכן א טשעק אז איך בין שוין געווען... אבער אויפן חרמון בין איך שוין יא געווען צוליב א צווייטע אינטערעסאנטע זאך וואס עס פארמאגט.

יעצט כאפט אייך שטארק אן אויפן בענקל ווייל עס קומט אן איבעראשונג... אפילו איך וואלט אייך געגעבן א יאר צייט צו טראכטן, וואלט איר נישט געקענט צוטרעפן וואס דארט געפינט זיך. דארט געפינט זיך: דאס ארט ווי עס איז פארגעקומען דער ברית בין הבתרים... אמטשולדיגס: דאס ארט וואס די אראבער זאגן אז דארט איז פארגעקומען די ברית בין הבתרים. נישט דא ווער זאל לאכן...



נו, קודם האט מען שוין נאך א פלאץ ווי צוגיין, צו עפעס טויגן יא די אראבער... כאטש עס איז זיכער נישט אמת, און ווי עס שטייט אין מדרש, און משמע פון די פסוקים, איז עס פארגעקומען אין חברון, דארט ווי אברהם אבינו האט דאן געוואוינט.

אבער דא קען מען נישט גיין אזוי גרינג, אויב בכלל. די מקום געפינט זיך אין א מיליטעריש דעזיגנירטע שטח, וויבאלד עס געפינט זיך ממש ביים גרעניץ מיט לבנון נעבן חיזבאללה צענטערן. מיר האבן געדארפט שאפן א ספעציעלע פערמיט פון די מיליטער צו קענען דארט אריינגיין, און אזוי האט מען אונז אריינגעלאזט, מיט א מיליטערישע באגלייטונג.



אנצוקומען צו דעם אויסטערלישן מקום, דארף מען קריכן אין א וועלדל פאר בערך פופצן מינוט ארויף דעם בארג, ביז מען דערגרייכט גאר א הויכע הייעך פון איבער פיר טויזענט פיס! פון פון ווי מען זעט א פאנאראמע פון האלב ארץ ישראל זיכער, דארט געפינט זיך דאס מקום.



אויפן ארט געפינט זיך סך הכל אן אראבישע סטיל געביידע, מיט דריי כיפות אויפן דאך, און אינעוויינדיג איז ליידיג. די קאפ פון די בהמות וואס מען האט געניצט ביים ברית בין הבתרים געפינען זיך שוין נישט דארט, ווי עס איז פארשוואונדן געווארן, ווייס איך נישט...



אונז האבן דארט געדאווענט שחרית מיט מנין, אה! אזא התעוררות געווען! שחרית אויפן ארט ווי עס איז נישט פארגעקומען די ברית מיט אברהם דער בעל השחרית! פרעג איך דיר, וואס קען זיין גרעסער פון דעם? אפשר, דאווענען שחרית אין א נארמאלע בית המדרש...

אזוי שרייבענדיג, פאלט מיר יעצט ביי א געניאלן וואזשנעם בייפאל, אז אפשר קען מען גאר מאכן א תהלים כולל אויפן פלאץ, און מאכן אפאר דאללער דערפון! איך מיין אז אזא זעלטן הייליגע ארט קען זייער אנווארעמען דעם עולם צו צאלן גרויס געלט, אז מען זאל זיי דערמאנען דארט אויף די הויכן פונעם חרמון. געצאלט דערפאר וואלט איך נישט, אבער גענומען די געלט וואלט איך זיכער...

שוין, האבן מיר גענדיגט מיטן חרמון. למעשה איז געבליבן אז יעצט אין די זוממער האבן מיר נישט וואס דארט צו זוכן. אבער נאך איין אינטערעסאנטע זאך געפינט זיך אויף די ניין און ניינציג, בעיקר פאר אונזערע ארכיאלאגיע אינטערעסירטע, דאס איז 'תל דן'.

תל דן איז די ארט ווי עס האט זיך געפינען די שטאט 'דן'. די שטאט ווי ירבעם בן נבט האט אויפגעשטעלט זיין עגל און עבודה זרה.

אין די גראבונגען האט מען דארט געטראפן א געבוי, וואס שטימט מיט די יארן פון די צייטן פון ירבעם, און מען קען זען אז דארט איז געווען א מזבח, געבויט ע''פ די הלכות וואס שטייט אין די תורה וויאזוי מען זאל בויען א מזבח.



און מען האט דארט אפילו געטראפן נאר ביינער פון כשר'ע בהמות וואס מען מעג מקריב זיין אויפן מזבח, וואס דאס אלעס ווייזט אז עס איז א אידישע מזבח, בלייבט נאר איבער עס אליין צאמצושטעלן מיט די מזבח פון ירבעם בן נבט.

ווי אויך האט מען דארט אפירגעזוכט די עלצטע סארט טויער אריינצוגיין אין א שטאט, וואס איז געבויט אין א פארעם פון א האלבע רינג, א קשת. וואס צו בויען דאס, פארלאנגט זיך אסאך קאפ און רעלאטיוו פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, און מען טרעפט עס געווענטליך ביי די רומישע טויערן און געביידעס, פון טויזנט יאר שפעטער.



דאס איז געווען א גרויסע חידוש פאר די ארכיאלאגן וואס האבן ביז דאן געמיינט אז אין יענע צייטן האט מען נאכנישט געבויט אזוי פארגעשריטן, אבער דא האבן זיי געזען אז זיי האבן זיך טועה געווען אין דעם, און עס איז שוין יא געווען. שוין, יעצט מיינען זיי נאר צוויי טויזענט, ווייניגער מיט איינס, נישט ריכטיגע זאכן...

ווי אויך האט מען דארט געפינען א גרויסע געפינס, דאס איז אן אויפשריפט פון די מלך פון ארם, ווי עס ווערט לכאורה די ערשטע מאל דערמאנט די נאמען פון דוד המלך אין א ארכיאלאגישע געפינס. דאס איז א נושא פאר זיך ואכמ''ל.

עס איז נישט דא דארט נאר ארכיאלאגישע אויפגראבונגען, נאר אויך איז דא דארט א שיינע פארק, מיט געדעכט באוואקסענע שטחים, ווי מען קען ארומשפאצירן אויף אויסגעפלאסטערטע וועגן און שטעגן צווישן די ביימער און געוויקסן, ווען אין די זייט לויפט א שיין וואסער'ל, א צווייגל פונעם שפעטערדיגע ירדן.



אזא מקום איז ביי אונז אין ניו יארק פארהאן בריווח, ווי נאר דו גייסט אביסל ארויס פון די סיטי. א שיין באוואקסענע וואלד מיט א וואסער – ברו''ק אינדערמיט איז נישט קיין זעלטענהייט פאר אונז און מיר האבן דערפון בשפע. אבער ווי מיר ווייסן שוין, איז אין א''י אנדערש די מצב, און פאר דארט הייסט דאס גאר א שיינע ארט.

דעריבער, אלץ ניו יארקער וואלט איך אייך נישט געראטן אהין צו גיין נאר פארדעם, פון דעם האבן מיר גענוג אין אונזער געבורט לאנד.

ווי אויך ווייס איך נישט צו עס איז דא עפעס גאר א גרויסער ענין צו גיין באזוכן די מזבח, וואס האט אזוי דערצערנט דעם אייבערשטן און אנגעברענגט אזעלכע חורבנות אויף כלל ישראל. די ציונים זענען טאקע שטארק פריילעך דערפון, גייענדיג אין יענע פיס טריט, איז עס פאר זיי טאקע גאר אינטערעסאנט, זכה להם, אבער מיך ציט עס נישט אזוי שטארק ב''ה.


----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג יולי 30, 2019 8:36 pm

כביש 886


פארן מיר ווייטער אויפן 90, קומען מיר אן צו ראוד 9977 וואס וועט אונז ארויפפירן אויף א שיינע געדרייטע שמאלע וועג, ארויפקלעטערענדיג צו די צפון שפיץ פונעם גליל העליון.



אנקומענדיג אויבן וועלן מיר מאכן רעכטס, צו כאפן א שטיקל בליק אויף אונזער אומהיימליכער שכן, די לאנד לבנון.

מיר פארן אריין אין די ישוב 'משגב עם' וואס זיצט כמעט ביים צפון שפיץ פונעם לאנד, און ממש ביים גרעניץ מיט לבנון.



דארט איז דא א ספעציעל באשטימטן ארט פון ווי מען קען שטיין און באטראכטן די שטעט פון לבנון וואס געפינען זיך נישט ווייט פון אונז.



עטליכע שטעט קען מען כמעט זען די ארטיגע איינוואוינער גיין אויפן גאס.





לבנון האט אלץ געשפילט א גרויסע ראלע אין די אידישע היסטאריע. בעצם, איז רוב היינטיגע לבנון, אדער די גאנצע אפילו, א טייל פון די גאנצע ארץ ישראל וואס דער אייבערשטער האט אונז צוגעזאגט אין די תורה. בהשגחה פרטית איז עס טאקע דערמאנט די וואך אין די תורה, פר' מסעי, ווי עס ווערט דערמאנט די צפון שפיץ ביי די שטאט חמת זו אנטוכיא, וואס דאכצעך אז דאס איז אין די היינטיגע טערקיי.



צור און צידון, וואס זענען היינט די דריטע און פערטע גרעסטע שטעט אין לבנון, ווערן אסאך דערמאנט אין די פסוקים, אלץ א טייל פון נחלת אשר און זבולון. יעקב אבינו ביי די ברכות זעט פאר וויכטיג צו אויסרומען זבולון מיט דעם אז פאר אים געהערט צידון: 'זבולון לחוף ימים ישכון וכו' וירכתו על צידן'. ביז היינט איז נאך מקובל ווי דארט אין שטאט עס געפינט זיך די קבר פון זבולון





צור ווערט אסאך דערמאנט אין די צייטן פון שלמה המלך ווען ער האט געהאנדעלט מיט חירם מלך צור, באקומענדיג פון אים ארבעטער'ס צו בויען די בית המקדש, און בעיקר די באקאנטע ארזי הלבנון, וואס ווערן אויך אסאך דערמאנט אין די פסוקים, און לבנון איז נאך ביז היינט באקאנט דערמיט. אויף זייערע פאן ערשיינט א הויכע לבנון טענענבוים.

און ווער עס זאגט שיר השירים טרעפט זיך מערערע מאל אן אינעם לבנון. ווי אויך ביי קבלת שבת דערמאנען מיר 'וישבר ה' את ארזי הלבנון... לבנון ושריון (סיריע?) כמו בן ראמים'. און 'כארז בלבנון ישגה'.

די ציוניסטישע מדינה האט אסאך אסאך געהאט צוטון מיט זיי אלע יארן. קלענערע און גרעסערע מלחמות און שיסערייען, האט זיך געטון דארט ביים גרעניץ אלע יארן זינט די מדינה האט זיך געגרינדעט.

די לעצטע גרויסע אויסטויש מיט זיי, איז פארגעקומען אין יאר תשס''ה, ווען די מדינה איז אריין צופיסנס אין לבנון אינטערצודריקן די ארטיגע טעראר גרופעס וואס הויערן ביים גרעניץ אויפן הינער אויג.

זינט דאן איז די מצב גאנץ רוהיג, כאטש עס איז זיכער אז חיזבאללה איז נישט געגאנגען אין די לעצטע פופצן יאר אויף דאטשע ביי די קאריביען אינזלען... זיי זיצן זיכער נישט מיט קיין פארלייגטע הענט און ארבעטן אויפצובויען זייער מיליטער און שאפן נאך קריגס געצייג און קריגס מיטלען, און ווי עס צייגט טאקע די פילע גאר פארגעשריטענע טונעלן וואס מען האט די לעצטע פאר חדשים אויפגעריסן ביים גרעניץ, וואס האבן שוין דערגרייכט טיף אין א''י.

ווי אויך איז אין די נייעס, שוין די לעצטע דריי – פיר יאר, איבער באמבעדירונגען אויף קאראוואנען, וואס געפינען זיך אויפן וועג פון איראן צו זייער באליבטע ברודער 'חיזבאללה' אין לבנון. מדינת ישראל פרובירט דאס צו פארמיידן פאר יעדן פרייז, וויסנדיג אז דארט געפינען זיך די מערסט פארגעשריטענע וואפן, וואס חיזבאללה דארף דאס נאר פאר איין ציל, צו אינטערברענגן די מדינה.

אבער, ביים גרעניץ איז למעשה שטיל און רוהיג. בכלל זענען אסאך דערפער ארום ביים גרעניץ, באוואוינט מיט קריסטן אראבער, וואס האבן גארנישט קעגן די מדינה, און פארקערט, זיי האסן שרעקליך די חיזבאללה טעראר גרופע און אלע מוסלעמענער, און זיי האבן טאקע אסאך ארויסגעהאלפן אלע יארן פאר די מדינה, צו באקעמפן די פילע מוסלעמענער טעראר גרופעס.

באטראכטן מיר אביסל די די לבנון שטעטלעך אויפן אנדערן זייט גרעניץ. נאכן זיך אנזעטיגן דעם אויג מיט זען א מקום וואס אותו תראה ושמה לא תבוא... מפני הסכנה. וועלן מיר זיך אויסדרייען און צוריק ארויספארן, צוריק גייענדיג צום 886 אין ריכטונג פון דרום.

מיר פארן יעצט גאר הויעך, די ישוב משגב עם געפינט זיך ביי א הייעך פון 2,600 פיס! און מיר וועלן בלייבן ביז צפת אויף דער הייעך בערך, צווישן 2000 און 2,500 פיס.

דא פארן מיר אדורך די ישוב 'מנרה', וואס פאר זיי באלאנגט די צוק מנרה אטראקציע.

נישט ווייט דערפון געפינט זיך א געוויסע קבר וואס יש אומרים אז דארט ליגט רב אשי,



אבער די אראבער טענה'ן אז דארט ליגט זייער'ס א 'שעך'. לכאורה ליגט דארט נישט רב אשי.
אבער למעשה האט דאס צוגעברענגט צו א אינטערעסאנטע זאך, אז ווען מען האט געבויט די גרעניץ מיט לבנון, האבן די אידן געטענה'ט אז דער קבר געהערט פאר זיי, און די אראבער פון לבנון האבן געטענה'ט אז דאס איז זייער'ס א שעך, שנים אוחזין בקבר...

איז געבליבן אז די גרעניץ וועט טאקע דורכלויפן פונקט אינדערמיט, דאס הייסט, אויף דער קבר! אזוי זאלן ביידע קענען צוקומען דערצו און זיך אויסבעטן אלעס גוטס. און אזוי זעט מען טאקע ביז היינט, ווי די צוים לויפט אריבער אויף די קבר ממש.





למעשה קען מען נישט צוקומען דערצו, וויבאלד עס געפינט זיך אין אן מיליטערישע באזע, זייענדיג סטאנציאנירט ביים גרעניץ במלוא מובן המילה... אבער מיט א פערמיט קען מען דארט יא אריינגיין. איך בין שוין דארט געווען דריי מאל, מיט גרופעס. איך ווייס נישט צו די עולם קומט פאר רב אשי, אדער פאר די מאדנע גרעניץ. איך מיין איך ווייס יא...



זעה דא נאך בילדער און דא

זייענדיג דארט זענען די יו. ען. איינגעשטעלטע וואס היטן די אנגעצויגענע הייסע גרעניץ, צוגעקומען פן די אנדערע זייט נאנט צום גרעניץ, און באוואכט אז מיר זאלן נישט שיסן קיין מיסילס אויף לבנון...

העכער אונז זענען געשטאנען סאלדאטן פון די מדינה, מיט אנגעשטעלטע געווער גרייט אונז צו פארטיידיגן אין פאל פון א נויט. בקיצור, ס'איז געווען לעבעדיג. עטליכע האבן אפילו געדענקט אז עס אויך דא א קבר דא אין די געגענט... און געזאגט אפאר קאפיטלעך תהלים.

וועלן מיר נישט קענען אריינפארן. פארן מיר ווייטער.

מיר פארן אריבער די ישובים 'מרגליות'



און 'יפתח'



וואס געפינען זיך גאר הויעך, אפן צו הערליכע פאנאראמע אויסקוקן פונעם טאל ווי מיר זענען פריער ארומגעפארן.



דא קומען מיר אן צו 'קדש', אבער מיר דארפן זיך דא אפשטעלן און מיר וועלן מארגן פארן ווייטער אי''ה.

----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 9:16 pm

כביש 886 - 2


ווען מיר ענדיגן דער טייל פונעם 886, קענען מיר מאכן א רעכטס אויפן 899.

דער ראוד פירט נעבן מערערע קלענערע ישובים וואס געפינען זיך ביים גרעניץ מיט לבנון,

אביבים,



מלכיה,



יראון - וואס דארט געפינט זיך גראדע א שיינע טייכל מיט א קליינע זו און נאך קלענערע אטראקציעס.







ברעם



דובב,



און צום סוף קומט עס צוריק ווי מיר זענען שוין געווען פריער, צווישן די ישובים סאסא און צבעון.

מיר וועלן יעצט נאר צופארן ממש נישט ווייט פונעם 886, וויבאלד מיר ווילן זיך יעצט האלטן אויפן 886. דארט, ממש גלייך נאכן דריי, געפינט זיך אן ארט גערופן 'תל קדש'.



'תל קדש' איז גאר אן אלטן ישוב, נאך פון די צייטן פון די רומיים און נאך פריער.



פאר דעם אליינס וואלטן מיר נישט אהערגעקומען, א''י איז רייך מיט אלטע חורבנות פון יענע צייט, אבער דא איז דא עטליכע קברים וואס אסאך עולי רגל דערמאנען אין די נאטיצן פון זייערע נסיעה.

לויט ווי עס איז מקובל שוין כאטש טויזענט יאר, ליגט דא אויף די רעכטע זייט פונעם ראוד די פריעדיגע צדיקים:

ברק בן אבינועם, די שופט פון כלל ישראל אין זיינע צייטן, וואס האט אנגעפירט די גרויסע מלחמה מיט יבין מלך חצור און זיין גענעראל סיסרא, וואס זייער היימשטאט האבן מיר שוין פריער באזוכט אינטן דעם בארג, נישט ווייט פון דא.
דערנאך ליגן דארט דבורה הנביאה, וואס האט ארויסגעהאלפן אין דער מלחמה און געשטאנען אינטער דעם. און נאך עטליכע וואס האבן געשפילט א ראלע אין יענע מלחמה.





אויף די אנדערע זייט פונעם ראוד געפינען זיך די קברים פון די שבטים אשר און נפתלי.



דאס איז שוין גאר אן אלטע מסורה. און געוויסע שרייבן אפילו אז דארט צווישן די צוויי ארונות פון אשר און נפתלי, איז די גבול צווישן די צוויי שבטים, דעריבער, כאטש זיי ליגן איינס נעבן די אנדערע, ליגט יעדער אין זיין נחלה.

איך בין שוין דארט געווען עטליכע מאל, און מיר איז זייער שווער צו גלייבן אז דארט זענען די קברים.

די קברים פון ברק און דבורה זענען אזעלכע סארט רוימישע ארונות, וואס ליגן אין א חרוב'ע רומישע בית עבודה זרה פון צוויי טויזענט יאר צוריק. איין וואנט, א הויכע וואנט פון בערך צוואנציג דרייסיג פיס, שטייט נאך אויף די זעלבע פלאץ ווי צוויי טויזענט יאר צוריק, און די אנדערע ווענט זענען שוין איינגעפאלן און ליגן דארט ארום צוטיילט.



קעגן איבער אויף די צווייטע זייט ראוד, געפינען זיך נאך צוויי אזעלכע ארונות, וואס קוקן אויס פאר מיר צו קומען אויך פון דעם בנין. איינס האט זיך צובראכן פאר בערך פינף יאר צוריק. עס זענען סתם צוויי ארונות וואס ליגן ארום פרייען פעלד.

עס איז מיר אבער זייער שווער צו גלייבן אז דאס זענען די ארונות פון אשר און נפתלי, און ברק און דבורה.

איינע פון די הויפט סיבות צו זאגן אז זיי ליגן דא, איז וויבאלד דא איז 'קדש', די ארט ווי עס איז פארגעקומען די אויבנדערמאנטע מלחמה. אבער למעשה נעמען היינט אן די חוקרים מיט א וודאות אז יענע קדש געפינט זיך אין עמק יזרעאל, ווי מיר וועלן נאך אנקומען אי''ה, זייער ווייט פון דא. און אזוי איז זייער מסתבר צוליב די אלע סימנים פון די ארומיגע שטעט.
ממילא איז דא טאקע א געוויסע רוימישע קדש, אבער נישט דער קדש פון טויזענט יאר בעפאר וואס געפינט זיך עטליכע מייל ווייט פון דא, אין א טאל וואס איז פאסיג פאר מלחמות (און אפילו אויב יא, מוז נאך אלץ נישט זיין אז דא איז זייער קבר).

בקיצור, ווער עס וויל קען אהין גיין, אבער איך מיין אז עס איז נאר אן רומישע בית הקברות און נישט מער.

איין יאר בין איך אהין געפארן פון ירושלים מיט עטליכע ארגענעזירטע באסעס, צו די יארצייט פון נפתלי אדער אשר... קודם פארט מען....

פארן מיר צוריק אויפן 899 ביז מיר דערגרייכן די דריי ארויף אויפן 886 צו דרום.

ביים דריי זעהען מיר אינטער אונז א אלטע אראבישע געביידע, וואס לויט א געוויסע היימישע חוקר ליגט דארט ר' יוסי ממילחייא וואס ווערט דערמאנט אין ירושלמי דאכצעך.



אויב פארט מען ווייטער גראד, קומט מען צוריק אראפ צום טאל פון ווי מיר קומען, *ככלב שב אל קיאו*, מיר וועלן דא זיך דרייען רעכטס און צוריק קומען צום 886 וואס פירט אין די ריכטונג פון צפת.

פארן מיר אראפ דעם 886. מיר פארן אריבער רמות נפתלי



און דישון,



ווי מערערע גייען דארט זשיפינג אויף די שיינע בערג ארום.



נאך אביסל פארן, זעהען מיר אויף די רעכטע זייט די ישוב עלמה.



גלייך נאך די אריינגאנג קענען מיר מאכן א רעכטס אויף א זייטיגע ראוד וואס פירט אונז אריין גלייך נעבן די קברים פון מערערע תנאים

רבי אלעזר בן עזריה



רבי אלעזר בן ערך



עזריה



רבי שמעון בן נתנאל





און נאך. האטס געפועל'ט אלעס גוטס.

אינטער עלמה, טיף אין די בערג, געפינט זיך נאך א קבר פון ריש לקיש און ר' יוחנן דקציון,



אבער אנקומען אהין דארף מען קלעטערן אויף שווערע בערג פאר איבער א שעה,





ווי אויך געפינט זיך דארט א מיליטערישע טערנירונג זאנע, וואס אני הקטן האט שוין מיטגעהאלטן דארט, אויפן וועג צו די קברים מיט א זשיפ, ווי זיי לערנען זיך שיסן צווישן די בערג.

דעריבער, נאר אויב איר שפירט א ספעציעלע קשר מיט איינע פון די אמוראים וואס ליגן דארט, אדער איר זענט שוין געווען ביי אלע קברים חוץ פון דא, דאן איז עס כדאי... אויב נישט האבן מיר פאר אייך אסאך אנדערע ווי זיך צו משתטח זיין.

פאר מיר וועלן זיך יעצט אראפדרייען אויפן קלענערן 8966, קען מען אויך צוגיין צו א קבר פוןרבה בר רב הונא און נאך עטליכע אמוראים וואס מען האט ארויפגעברענגט פון בבל צו באערדיגן אין ארץ ישראל, אבער עס איז שווער צו אנצייגן וויאזוי אנצוקומען דארט, כאטש עס געפינט זיך גלייך נעבן די ראוד, עי' באהלי צדיקים.




יעצט וועלן מיר מאכן דא א לינקס אויפן 8966.

גלליך אויף די רעכטע זייט זעהען מיר א דארף מיטן נאמען 'ריחאניה'. אידיש זיכער נישט, לשון הקודש אויך נישט, מן הסתם אראביש...



יעצט, דא האבן מיר צוטון מיט נאך א פרישע פאלק וואס האט זיך געטראפן דאס פלאץ אינעם פיצל לענדל. דער פאלק ווערט גערופן 'די טשערקאסים'.
האבנדיג די זכיה צו וואוינען אין א''י, וועלן זיי אויך האבן די זכיה צו ווערן דא באשריבן בקיצור אין אונזער היינטיגן ארטיקל, טוב לצדיק טוב לשכינו...

די טשערקאסים קומען פון די רוסישע ענלאזע קאוואקאזע געביטן. דארט זענען זיי אויסגעשטאנען אין די ת''ק יארן שרעקליכע רדיפות פון די רוסן. א מיליאן א האלב פון זייער געמיינדע זענען אויסגעהארגעט געווארן, און כמעט אלע איבריגע האבן געהויבן פיס און אנטלאפן פון דארט מיט די נשמה אין די הענט.

רוב זענען אנגעקומען קיין טערקיי און די אומגעגענט, אבער עטליכע פון זיי האבן געלאנדעט דא אין לאנד, און זיך פיין באקוועם געמאכט דאהי, און זיי וואוינען דא ביז היינט.

גלייך ביים אנקומען האבן זיי אנגעקניפט גוטע באציאונגען מיט די אידן וואס זענען דעמאלטס אויך אנגעקומען אין לאנד, און אויך געווען גרינע... און טאקע אלע יארן זענען זיי געשטאנען אויף די זייט פון די אידן און געלעבט בשלום אינאיינעם. זיי האבן אפילו אויך געהאלפן אידן זיך אריינצושמוגלען אין לאנד, אין די צייטן ווען די בריטישע האבן עס צוריק געהאלטן, ווי באקאנט.

היינט האלטן זיי זיך פאר א חלק פון די מדינה, און דינען אין די מיליטער אויף הויכע פאזיציעס.

זיי פארמאגן דא א באפעלקערונג פון פינף טויזענט, און זיי האבן צוויי אייגענע דערפער אינעם לאנד, אונזער 'ריחאניה' דא אין די הויכן פון גליל העליון, און אין גליל התחתון נישט ווייט פון טבריה, 'כפר כמא'.



אבער זארגטס ענק נישט, זיי האבן אויך די געוואלדיגע זכיה צו זיין א טייל פון די פרידליכע מוסלעמענער רעליגיע... אבער ווי שוין דערמאנט האט מען קיינמאל נישט צוטון מיט זיי, און פארקערט, די פרייע קומען צו זיי אסאך אין דארף פאר זייערע סארטן עסן, און סתם צו זען זייערע אייגנארטיגע סארט לעבנס שטייגער וואס זיי האלטן נאך אן מיט א שטארקייט, און נאך.

פארן מיר ווייטער, ביז מיר דערגרייכן די קבר פון ישעיה הנביא.



דער קבר איז לכאורה גאנץ א פרישער און ווערט נישט דערמאנט אין די ספרים וואס באשרייבן אלע קברי צדיקים, אבער לויט ווי איך האב געהערט, האט די אידן אין צפת א מסורה דערויף.

א שיינע פלאץ איז עס זיכער, א קליינעם באחנ'טן טאל ארומגענומען מיט פיר זייטן בערג, א זעלטענע רוהיגע אטמאספערע הערשט דארט, א אינזל פון מנוחה אינעם טומל'דיגן לאנד. נאך מיט א קבר אין די זייט נאך אויך, צו גאט און צו לייט...

א בנין איז נישט דא דערויף, נאר א שטיין מיט א שטיקל געבוי. מען קומט אהין זעלטן און עס איז גאנץ אינטערעסאנט אהין צו גיין. אבער עס איז היבש שווער צו טרעפן דעם מקום, אויב מען ווייסט נישט ווי צו קוקן, כאטש עס געפינט זיך א אינטש אוועק פונעם ראוד.

וועלן מיר איבערשלאפן ביי ישעיה הנביא, און מארגן וועלן מיר פארזעצן אי''ה מיט אונזער נסיעה.


----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:36 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:32 am

כביש 886 - 3


יעצט וועלן מיר זיך צוריקדרייען צו די 886 פון ווי מיר זענען געקומען. היינט וועלן מיר פארן בעיקר צו קברי צדיקים, וואס עס איז דא דערפון א שפע אין די געגענט.

די וועג צוריק, און בעצם אויך אהער, איז זייער שיין. מען פארט אין א קליינעם שמאלן געדרייטן טאל צווישן צוויי שיטער באוואקסענע בערג, און עס איז א שטילער ראוד ווי ע''פ רוב פארט מען אליינס.

מיר קומען צוריק אן צום מער ברייטן פארנומענעם ראוד, די 886. מיר מאכן א לינקס דערויף און פארן אין ריכטונג פון דורם. נאך אביסל פארן, קענען מיר מאכן א לינקס אריין אין די ישוב 'כרם בן זמרה'.



גלייך נאכן אריינפארן אינעם ישוב מאכן מיר א רעכטס און פארן ארויף דעם בארג ביז די ענדע, ווי מיר זעהען אויף די רעכטע זייט די קבר פונעם תנא ר' יוסי בן זמרא, ווי מען קען דאווענען און בעטן אויף וואס מען דארף.



אויך קען מען דא צופארן צו א וויינערי ווי מען מאכט וויין פאר די באקאנטע כרם בן זמרה וויין. אבער אין די נושא פון וויינען וועל איך נישט אריינרעדן, וויבאלד איך פארשטיי דערצו אזוי ווי איך פארשטיי צו סושי... דעריבער, וועל איך נישט רעדן וואס איך ווייס נישט, און איך וועל נישט זאגן צו עס איז אינטערעסאנט דארט צו גיין צו נישט.

די נאמען פונעם ישוב גראדע, דערציילט אונז די צוויי זאכן וואס עס איז דא צו טון דא. 'כרם' און 'בן זמרא'. אסאך בחורים קומען דא אויך פאר שבתים, ווי עס איז פארהאן אסאך שיינע דירות צו דינגען איבער שבת. און בכלל איז די גאנצע ארום זייער שיין און אנגענעם.



נישט נאר דא, נאר אין די אלע ארומיגע ישובים קומט מען אסאך. אין דלתון, ווי אנכי הקטן האט שוין געוויילט א שיינעם שבת בצל קדשו פון ר' יוסי הגלילי, און די רב הצעיר זיין זון ר' אליעזר ב''ר יוסי הגלילי... ווי מיר וועלן בקרוב באזוכן. און אין רמות נפתלי, עלמה און אלע דערפער ארום מירון ווי ספסופה, כפר שמאי און אזוי ווייטער.

פארן מיר יעצט טאקע קיין דלתון. בעפאר מיר דערגרייכן דעם ישוב, קען מען אריינפארן אין די אינדוסטריאלע זאנע פון דלתון, וואס דארט געפינט זיך די באקאנטע 'דלתון' וויינערי. ווי פריער דערמאנט, בין איך נישט אין דער ליניע, דעריבער בין איך נישט דארט געווען און איך ווייס נישט וואס מען זעט דארט און צו עס איז ווערט א באזוך אהין.



נאך אביסל, גרייכן מיר דעם ישוב. מען פארט דורך די לאנגע הערליכע אריינגאנג, באוואקסן מיט הערליכע טייטלביימער. נאכן אריינפארן אינעם ישוב, מאכט מען א לינקס אויף די וועג וואס נעמט ארום די ישוב, כביש עוקף, און מען פארט דערויף פאר דריי פיר מינוט.



אינמיטן וועג פארט מען אריבער לאנגע לולים של תרנגולים, וואס אז מען עפענט די פענסטער פונעם קאר, קען מען פארשטיין פארוואס עס איז פארבאטן צו דאווענען אין א לול של תרנגולים... הונדערטע קאפורעס שטייען אויסגע'שורה'ט איינס נעבן דעם צווייטן, און די גאנצע וואס מען פארלאנגט פון זיי איז: געב אהער אייער... די איבריגע צייט קענען זיי רוהיג פארברענגן אין די אנגענעמע אטמאספערע אין דעם גיגאנטישן פארפעסטעטן לול אן קיין שטער...



נאכן דערגרייכן דעם זייטיגן וועג ארויס פון אנדערן זייט דארף, פארן מיר ארויף צום קבר פון ר' יוסי הגלילי, וואס ווי זיין נאמען צייגט, האט ער טאקע געוואוינט אין גליל, מן הסתם דא אין די געגענט. מעגליך אפילו דא אין דלתון, ווי אידן האבן געוואוינט אין יענע צייטן, ווי די ארכיאלאגישע גרובינגען צייגן.



דער ציון איז א ארט ווי מען גייט שוין פאר טויזענט יאר זיכער און מער. ווען אין צפת פלעגט זיין אן עצירת גשמים, פלעגן זיי אהערקומען דעם לאנגן וועג, און אויספועל'ן גשמי ברכה.

די ציון געפינט זיך אויפן שפיץ בארג, וואס קוקט אראפ אויפן גאנצן ישוב דלתון פון אויבן, פון איין זייט, און פון די צווייטע זייט קען מען זען די גאנצע גולן בערג ביז סיריע אריין.

וויבאלד עס איז טאקע אפן צו סיריע, געפינען זיך דארט אויפן שפיץ בארג הארט נעבן דעם קבר, עטליכע מעכטיגע מאסיווע צעמענטענע שטיקער, הויעך אזא גוטע דרייסיג פיס. דאס האט מען אהער געלייגט פאר בערך פינף יאר צוריק ווען עס האט אויסגעזען ווי עס גייט אט אט אויסברעכן א מלחמה מיט סיריע, פאר ווער עס געדענקט. זינט דאן שטייט עס דא. א מין לאנד דאס...

אינטער אונז קען מען זען אויסגע'שורה'ט די שיינע וויין גערטנער פון דלתון, בנוסף צו די נעבן מירון וואס מיר האבן שוין פריער געזען. און גלייך נעבן אונז קענען מיר זען קיען... יא, קיען... קוקט אויס אז א געוויסע מענטש האלט דארט זיין סטאדע קיען. אפשר האלט ער גאר אז עס איז א סגולה זיי צו האלטן הארט נעבן ר' יוסי הגלילי'ס ציון, אז זיי זאלן דורכדעם זיין באשיצט פון אלעם בייזן. איינמאל האב איך אפילו געטראפן א קי ממש אינעם ציון, זיך אויסבעטנדיג אלעס גוטס פאר זיך און פאר זיינע קעלבלעך... זאל ער האבן געפועל'ט אלעס גוטס. אפשר קען ער אויך בעטן פאר מיך דארט?...

ממש לעצטנס האבן זיי ארומגעבויט דעם ציון א נייעם צוים וואס לאזט נישט אראפגיין דעם בארג ארום דעם ציון. פארוואס, ווייס איך נישט. אבער פאר געציילטע יאר צוריק בין איך יא אראפ אינטער דעם שפיץ בארג, דארט געפינט זיך א גרויסע אפענע הייל, מיט צען כוכין בערך, ווי מען האט באערדיגט נפטרים.



לויט מאנכע, איז דא גאר די מערה ווי ר' יוסי ליגט! וויבאלד עס איז ממש אינטער די ציון אויפן שפיץ בארג, און די ציון אויבן איז נאר געבויט אויף די שטיינער וואס האבן אלע יארן געצייגט פאר די גאנצע ארום ווי צו קומען צום ציון, זייענדיג אפן און מערקבאר פאר ווייט ארום. און אזוי איז טאקע ביי אנדערע קברים. און אזוי איז בכלל מסתבר, ווייל פארוואס זאל מען אים באערדיגן פונקט אויפן שפיץ פונעם בארג, ער גייט עפעס שנעלער ארויף אין הימל ווייל ער איז מיט א פאר פיס נענטער?.... מסתבר איז אז מען האט באערדיגט אין א מערה אזוי ווי אלע אנדערע תנאים ליגן, און אויבן האט מען אנגעצייכנט ווי עס איז.



אבער אפילו אויב מען קען נישט צוקומען צום מערה איז אויך נישט געפערליך, די ציון אויבן איז פונקט קעגן די מערה אונטן. עס איז נישט ערגער ווי מירון ביי ר' שמעון וואס מען איז אויך נאר העכער די מערה, און נישט אין דעם.

נישט ווייט, דורך א צווייטע וועג, געפינען זיך די קברים פון ר' אליעזר בנו של ר' יוסי הגלילי,



און דערנעבן, אביסל אריין אין וועלדל, די אמורא 'הלל האמורא', מסדר הלוח. ביידע קען מען זען פון ר' יוסי הגלילי.



ווי אויך קען מען זען פון דארט א קבר וואס עס איז אנגעצייכנט אז דארט איז די קבר פון ר' יהודה בן תימא.



צו גיין אהין איז א וועג פון פופצן מינוט גיין צופיס, בערך.

למעשה איז לכאורה דארט נישט די קבר, לויט אלע סימנים (עיין בהכתבים של ר' שמואל מאיר חשין).


אבער א הערליכע אויסקוק אויף מיילן ווייט, איז יא דא דארט, פאר ווער עס האט נאכנישט געהאט גענוג דערפון ביז אהער.







נאכן דעקן די אלע קברים, און אויך באגעגענען פרות און תרנגולים, וועלן מיר ארויספארן פונעם ישוב, און ארויסקומענדיג, זיך דרייען לינקס, קומענדיג נענטער און נענטער צום עיר הקודש צפת, די הויפט שטאט פון גליל העליון.

נאך אביסעלע פארן קען מען אראפ פארן צו א זייטיגן וועג פון ווי מען קען אנקומען קיין עמוקה און נבוריא. ווער עס וויל, קען גיין פון דא, אבער מיר וועלן גיין שפעטער דורך די נארמאלע (?) וועג פון צפת.

פארן מיר ווייטער. דערגרייכנדיג א כיכר, ווי מיר וועלן נעמען די דריטע ארויסגאנג, לינקס, וואס דארט איז די באקאנטע ראוד וואס פירט אריין אין די שטאט צפת פון אויבן, גלייך אריין אין אלט שטאט, גייענדיג דורך עין זיתים און ביריה.



מיר פארן אויפן שמאלן געדרייטן ראוד, ווען פונדערווייטנס זעהען מיר די הויכע בכבוד'דיגע מירונ'ע בערג, ווען אינמיטן קען מען זען מיט א געניטע אויג, די מערה פון ר' שמעון, פונדערווייטנס. אבער מיר גייען דא יעצט צו זיין חבר די תנא הקדוש ר' יהודה, ר' יהודה בר עילאי, וואס נאך אביסעלע פארן זעט מען עס אויף די רעכטע זייט.



דא איז דא פארנט פונעם ציון, א גרויסע פארקינג לאט, ווי מיר קענען אפילו נעכטיגן איבער נאכט און מעגליך אפילו איבער שבת אין שאטן פון די הייליגע תנא ר' יהודה (נישט קיין ווערטל, מיין חבר האט עס שוין געטון...), און אומר ועושה, אזוי וועלן מיר טאקע טון. אויף צום ווידערזען בקרוב אי''ה.

עיין במסכת שבת 'אמרו עליו על ר' יהודה בר עילאי בערב שבת היה מתעטף בטלית ויושב כמלאך וכו'.




----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג אוגוסט 04, 2019 8:37 pm

צפת והגלילות


האבן מיר ב''ה געהאט א פיינעם דערהויבענעם שבת דא, וויילנדיג אין עין זיתים ביים תנא הקדוש ר' יהודה, און עסנדיג פיטא און חומוס מיט אסאך סחוג לכבוד שבת קודש... יעצט וועלן מיר זיך צוריק אריינזעצן אינעם אויטא און פארזעצן צו גיין אויף נאך הייליגע קברים פון תנאים ואמוראים און פריעדיגע.

יעצט איז דאך די ניין טעג (אמטשולדיגס פארן עס דערמאנען און אויפברענגן אומאנגענעמע פאקטן...), האט דער אייבערשטער געפירט אז ע''פ רוב גייען מיר יעצט אויף קברי צדיקים און נישט אויף אטראקציעס און ווילדע אקטיוויטעטן, וואס זענען בכלל נישט אויסגעהאלטן אין די יעצטיגע טעג.

בעפאר מיר פארלאזן דעם קבר, וועלן מיר בקיצור איבערגיין וואס האבן מיר האבן דא געהאט דורכאויס דעם שבת.

א גרויסן בנין מיט א שטיקל בית המדרש. אין דעם, א שיינעם מערה ווי עס ליגן ר' יהודה און זיין משפחה, און מען קען דארט שיין אריינגיין.



און אויך האבן מיר דא א אינטערעסאנטע זאך, וואס אסאך גייען אהין און ווייסן ניטאמאל אז עס געפינט זיך דארט. דאס איז: באערדיגטע זייף...!



די מעשה מיט דעם איז אזוי. בשעת'ן קריג איז ארומגעגאנגען א שמועה אז די דייטשן לייגן אריין טיילן פון אידישע גופים, אין זייערע זייפן וואס זיי פאבריצירן...!

דעריבער, נאכן קריג האט מען טאקע גענומען די זייפן און עס געברענגט לקבורה. קוקט אויס אז איינער האט באשלאסן אז אידן וואס זענען נעבעך אומגעקומען על קידוש השם, קומט זיך זיי צו ליגן אינאיינעם מיטן תנא ר' יהודה, נאכדערצו אז זיי זענען אריבער אזעלכע בזיונות און יסורים צו ווערן פארוואנדעלט אין זייף און רייניגן די גופים פון פארשאלטענע דייטשן, טאטע אין הימל....

געפינט זיך טאקע א קעסטל אינעם מערה, אויפגעשריבן דערויף אז דאס איז די זייף ווי עס געפינען זיך חלקים פון הייליגע אידישע קינדער, הצריכים קבורה.

למעשה געדענק איך, אז עס איז נישט קלאר צו עס איז טאקע אמת דער שמועה, און שפעטער האט מען עס אפגעפרעגט. וואס פונקטליך, ווייס איך נישט, אפשר קען דא איינער מער קלאר מאכן וואס איז טאקע געבליבן.

אבער ביזדערווייל געפינט זיך זייף אינעם מערה פון ר' יהודה.


פארן מיר ווייטער. גלייך נאך די קבר פון ר' יהודה בר אילעא, האבן מיר צוויי קברים. אויף רעכטס האבן מיר די קבר פון א פריעדיגן אחרון 'ר' יוסי סארגוסי'.



די 'חרדים' שרייבט, אז רבי יסי האט דא אויף דעם ארט, זוכה געווען צו גילוי אליהו, דעריבער האט ער געוואלט דוקא דא ליגן נאך זיין פטירה, אזוי אינמיטן א בלויזע פעלד. היינט איז עס א שיינעם גרויסן זיתים פעלד.

מי אעמוד בסוד קדושים, אבער אני הקטן השפל והנבזה באמת וויל זאגן נאך א סיבה פארוואס ער האט געוואלט דא ליגן. ווען ער וואלט ווען געליגען אינעם צפת'ן בית החיים אינאיינעם מיט די הונדערטער אנדערע באקאנטע צדיקים, ווער וואלט אפילו צוגעגאנגען צו זיין קבר און געדאווענט דארט?! אבער יעצט אז ער ליגט דא כמעט אליינס, אינמיטן וועג, אין א שיינעם פעלד, און מען דארף באזינדער אפשטעלן די קאר פאר אים, אה, יעצט גייט מען אויף זיין קבר....

עס איז נישט קיין ווערטל, עס איז א מציאות. למשל, אין צפת אויפן בית החיים געפינט זיך די פון א באקאנטע תנא, ר' יהשע בן חנניה (איינע פון דיינע קברים....), וויפיל גייט מען שוין צו אים?! אבער ווען ער וואלט ווען געליגן ערגעץ אויף א שפיץ בארג, פארווארפן אין די וויסטענישן, ווייט פון נארמאלע ציוויליזאציע, ווי מען דארף קלעטערן און קריכן אויף די הענט און פיס פאר א שעה עס צו דערגרייכן, דאן וואלט מען זיך מוסר נפש געווען אנצוקומען צו אים...



דאס זעלביגע אין מירון. דארט איז דא די קבר פון די מערסט באקאנטע תנאים 'הלל הזקן', און נאך עטליכע תנאים ווי ר' יוסי בן קסמא, ר' יוחנן הסנדלר (וואס איז גראדע יא מער באקאנט) און נאך. און קוים וואס מען טוט א גאנצע טובה און מען גייט אהין זאגן א קאפיטל תהלים און יוצא געווען, אויב מען ווייסט בכלל אז ער ליגט דארט, ווייניגער ווי א מינוט גיין פון די מערה.
ווי זאגן אונז חז''ל: הכל תלוי במזל אפילו ספר תורה שבהיכל...

אויפן בארג קעגן איבער די קבר פון ר' יוסי סארגוסי, געפינט זיך אינמיטן דעם בארג, די קבר פון ר' כרוספדאי התנא וואס ווערט דערמאנט אין זוהר הק'.



מען דארף אביסל קלעטערן אויפן בארג אנצוקומען אהין. איך בין דארט אמאל ארויפגעקראכן בשעת א העפטיגע רעגן, און מיין גאנצע שיך איז דאן געגאנגען חרוב דארט לעילוי נשמת ר' כרוספדאי...



נאכן ארויפקריכן, דאווענען דארט און צוריק אראפקריכן, פארן מיר ווייטער אין ריכטונג פון צפת.

אויב מען וויל, איז פארהאן דערנעבן, נאך צוויי מינוט פארן מיט א קאר, אויך די קבר פון ר' יוחנן בן ברוקה.



די אר''י הקדוש האט עס מגלה געווען בימיו, און אין די לעצטע יארן האט גבאי – באהלי צדיקים, געטראפן בערך ווי עס איז. אבער דאווענען דארט קען מען סייווי נישט, וויבאלד די ארטיגע קיען וואס האדעווען זיך דארט ארום אין די מאסן, גיבן מחמת איזה סיבה ארויס א שווערע גערוך... וואס די הלכה ערלויבט נישט צו דאווענען אויף אזא ארט.

יעצט פארן מיר שוין גלייך אויף דעם ראוד ביז צפת, זיך שמוגלענדיג צווישן די בערג גייענדיג העכער און העכער, ווען פונדערווייטנס אויפן בארג קעגן איבער, זעט מען שוין די רעכטע טייל פון אלט שטאט צפת צו ווי מיר ריכטן יעצט אונזערע טריט.

מיר פארן אויף דעם ראוד פאר א גוטע פינף צען מינוט, ביז מיר ענדיגן עס נעבן דעם קליינעם ישוב 'ביריה'.



דא קענען מיר מאכן א רעכטס אריין אין די וועלטס באקאנטע הויפט שטאט 'צפת', אדער א לינקס קיין עמוקה און נאך.

נו, א אמעריקאנע איד אין ארץ ישראל, און נישט באזוכן צפת, דאס קען דאך נישט זיין... 'מירון צפת טבריא עמוקה', לויטעט דאך די אומאפיציעלע מאטא פון די ארטיגע טוריסט קאמפאניעס. גוט, מיר וועלן זיך האלטן צום פרינציפ און עס אויספאלגן ערליך, און טאקע אריינפארן אינעם שטאט, צו קענען זיין רוהיג אז דאס האט מען אויך געדעקט.

מיר וועלן אבער אייך נישט ארומפירן דא איבער די געסלעך און שטעגלעך. מיר וועלן דא לאזן יעדעם גיין ווי מען וויל און ווי דאס הארץ באגערט.

צו איז עס צום צאנזער בית המדרש,



צום אר''י הקדוש'ס בית המדרש,

די אשכנזישע



די סספרדישע


צום בת עין'ס בית המדרש, [באוואוסט די מעשה.. דא קענט איר ליינען]

ֿֿ


צום קאסובער בית המדרש,




צום קאלבאך שוהל,

צום טאלנער בית המדרש,

צום ברסלב'ן בית המדרש.

[מהר״י אבוה ׳ס שול



בית יוסף׳ס שול





צום אלטן בית החיים, וואס דארט אליין קען מען וויילן אפאר שעה,









אונטן ביים אריינגאנג רבי פנחס בן יאיר









און אפילו דער אבן עזרא (איינע פון דיינע קברים..) זעה מער דא



און יהושע בון נון זעה דא



רדב״ז




















און נאך הונדערטער מציבות וואס יעדע טראגט א מעשה אונטער זיך





זעה נאך דא

פארשטייט זיך אינאיינעם מיט אן אויפפרישנדן טבילה אינען קאלטן אר''י הקדוש מקוה קוואל.





קבר ר' דוסא בן הרכינס



קבר נחום איש גמזו און קבר בנימין הצדיק, וואס ביידע געפינען זיך טיף אינמיטן נייעם שטאט נישט ווייט איינע פונעם צווייטן.





און להבדיל, צו מענדי׳ס רעסטוראנט פאר א נאכטמאל, וואס איז אוודאי א טייל פונעם אמעריקאנעם טוריסט'ס סקעזשול, ווי די פרינציפ לויטעט...



און נאך און נאך.


איין פלאץ וועל איך אייך יא צופירן, דאס איז צו אן אומבאקאנטן קבר וואס איז אויך לעצטנס אנטדעקט געווארן דורך הנ''ל, אויך ע''פ די ווערטער פונעם אר''י הקדוש, און עס שטימט ממש להפליא מיט די סימנים וואס די אר''י הקדוש געט. דאס זענען די קברים פון די באקאנטן תנא 'אנטיגנוס איש סוכו',



און א צווייטע תנא 'נתן דצוציתא'.



פונקטליך דירעקציעס צום דעסטינאציע איז שווער צו געבן, אבער עס געפינט זיך ממש נעבן די אריינגאנג צום שטאט, אין די בעקיארד פון אן היימישן איד. דארט איז פארהאן אנגעצייכנט מיט די אנגענומענע בלויע ספרעי די צוויי קברים איינס נעבן די צווייטן.

עס איז כדאי אהין צוגיין מיין איך. עס איז א ארט ווי מען קומט כמעט נישט, וואס די אר''י הקדוש שרייבט דאך אז ביי אזא קבר קען מען מער פועל'ן וואס מען דארף, און בכלל איז עס גאר א רוהיגע אנגענעמע ארט, מיט א געוויסע הילע פון מיסטעריע און דערהויבנקייט. עכ''פ פאר מיך. אביסל דארף מען ארויפקריכן אהין, אבער דאס מאכט עס נאר מער אינטערעסאנט.

אפשר נאכן עס דא שרייבן אזוי ברבים, וועלן די טויזענטער ליינער אנהייבן שטראמען אהין און עס וועט שוין נישט האבן דער סגולה, דעריבער כאפט אריין וכל הקודם זכה.... נעבעך פאר דער איד אין וועמענ'ס בעקיארד עס געפינט זיך, ער וועט מיך נישט מוחל זיין פארן אהין שלעפן האלב אמעריקע, זכה לההיא וחב לאחריני...

אגב, זארגטס אייך נישט, איך זאג ענק נישט אלעס אויס, איך לאז נאך איבער עטליכע קברים פאר מיר וואס איך געב דא נישט ארויס אז עס זאל מיר בלייבן למשמרת....

נאכן וויילן אין צפת א לענגערע צייט, און באזוכן אלע אינטערעסאנטע ערטער אין שטאט, ווי אויך זיך נארמאל אראפזעצן צו א סעודה אין מענדי'ס און זיך פיין אנזעטיגן (וואס איז מיט פליישיגס אין די ניין טעג?... איך מיין אז מען קען דארט אויך באשטעלן פיש. מען דארף טאקע מברר זיין צו זיי זענען בכלל אפן אין די ניין טעג, אבער בכלל, ווער קען זונטאג עסן א גרויסע סעודה?... אפשר נאך די ביסל פיטא און חומוס ביי ר' יהודה בר אילעא איז עס גרינגער... שוין, עמיר נישט באמיען די ליינער מיט אזויפיל חקירות ודרישות נאר גיין ווייטער). פארן מיר ארויס פון צפת, און מיר ווענדן אונזערע פיס טריט צו די קבר פון בניהו בן יהוידע, וואס געפינט זיך א מינוט פון צפת.





----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:15 am

צפת והגלילות - 2


דערגרייכן מיר די קבר פונעם הייליגן גענעראל 'בניהו בן יהוידע'.



די זוהר הקדוש און די אר''י הקדוש שרייבן אויף אים גאר גרויסע זאכן.

ווי באקאנט, איז דער בן איש חי דא געווען ביי זיין באזוך אין ארץ ישראל, און דא האט ער משיג געווען אז ער איז איינס מיט בניהו בן יהוידע, דעריבער האט ער גערופן אלע זיינע ספרים אויף די טיטלען וואס די פסוק רופט בניהו בן יהוידע: בן איש חי, מקבציאל, רב פעלים און נאך. און פארשטייט זיך בניהו און בן יהוידע, ווי עס ווערן גערופן זיינע וואונדערליכע ספרים אויף ש''ס.



דאס איז מן הסתם איינס פון די פריעדיגסטע קברים וואס מיר האבן דא אין צפון, נאך אין די צייטן פון די ערשטע בית המקדש. פריער האבן מיר געהאט יהוידע הכהן נעבן צפת, אבער עס איז נישט קלאר פון וועלכע מען רעדט, צו די טאטע פון בניהו, וואס לכאורה איז עס מסתבר, ווייל ווי עס קוקט אויס האבן זיי דא געוואוינט אין די געגענט, און זענען טאקע געווארן באערדיגט נישט ווייט איינס פון צווייטן.

אבער עס איז מעגליך אז מען רעדט דא פון א שפעטערע כהן גדול וואס האט אויך געהייסן יהוידע. ער איז געווען אין די צייטן פון יאשיהו המלך כידוע. איז עס נישט קלאר.

גראדע איז דא נאך פריעדיגע. אינטער די חרמון איז פארהאן אן אראבישע קבר וואס עס איז דא א מסורה דערויף אז דארט ליגט שבואל בן גרשום בן משה רבינו, וואס איז דערמאנט אין נ''ך לגנאי, אבער די גמרא זאגט אז ער האט שפעטער תשובה געטון.



ווי אויך האבן מיר שוין אוודאי געהאט די מקום פון ברית בין הבתרים...

שוין, בעטן מיר זיך אויס אויפן ציון פון בניהו, וואס געפינט זיך אין אן אנגענעמען בנין פיל מיט ספרי קודש, מיטן ציון אין צענטער.

דערנאך פארן מיר ווייטער אין ריכטונג פון מזרח. נאך אביסל פארן זעהען מיר די ראוד וואס פירט צו די קברים פון אביי ורבא וואו מיר האבן שוין באזוכט. דעריבער פארן מיר אביסל ווייטער, ביז מיר זעהען אז מען קען מאכן א לינקס אויף א זאמדיגן וועג.

מיר דרייען זיך דארט אריין, און מיר פארן בערך פינף מינוט ביז מיר דערגרייכן א קבר טיף אינמיטן וואלד.

אנגעשריבן דערויף איז, אז דארט ליגט די הייליגע תנא אבא שאול.



אבער דער אר''י הקדוש (זיין יארצייט איז מארגן. מיר האבן שוין זוכה געווען דארט צו זיין נעכטן אין די דריי טעג פונעם יארצייט...) האט מגלה געווען אז דא ליגט א צווייטע צדיק, נישט אבא שאול, און ער האט נישט געזאגט די נאמען פונעם צדיק. נו, א צדיק וואס דער אר''י הקדוש רעדט איז זיכער ראוי צו גיין צו אים.

אבער א אינטערעסאנטע זאך זעט מען דערפון, אז די אלע מסורות וואס אידן האבן געהאט אלע יארן איבער קברי צדיקים, זענען ע''פ רוב זייער מוסמך און אמת. און אפילו אויב צומאל האט מען פארטוישט א נאמען, איז עס אבער נישט מער פון דעם, און די מקום פונעם ציון איז אמת ויציב.

נאך א ארט ווי אזאנס איז געשען, איז ביי ר' נחמיה העמסוני, ווי די וועלט האט געזאגט אז דארט ליגט נחום איש גמזו, אבער די אר''י הקדוש האט געזאגט אז מען האט זיך פארטוישט, און עס ליגט דארט די תנא נחמיה העמסוני.

קוקט אויס אז ערגעץ דורכאויס די יארן איז עס געווארן פון נחמיה צו נחום, און נחום איז דאך מן הסתם נחום איש גמזו, איז עס געבליבן ביי דעם אז נחום איש גמזו ליגט דארט, עד שבא די אר''י הקדוש און האט עס צוריקגעשטעלט אויפן ריכטיגן פלאץ אז דארט ליגט נחמיה העמסוני, און נחום איש גמזו ליגט ערגעץ אין די היינטיגע צפת, והכל על מקומו בא בשלום.

דאס זעלביגע מיט ר' יהושע בן חנניה, וואס אלע יארן האט מען אנגעוויזן אין צפת ביים בית החיים אז דארט ליגט די נביא הושע בן בארי, ביז דער אר''י הקדוש איז געקומען און געזאגט אז ניין, עס ליגט דארט די תנא ר' יהושע בן חנניה און נישט הושע בן בארי. נו, הושע, יהושע, נישט צו ווייט פארפארן.

אויך זעט מען אז אין מערערע ערטער האט מען אפילו ריכטיג געוויסט אלע יארן סיי די פלאץ און סיי די נאמען, ווי למשל ביי ר' יהודה בר אילעא ווי מיר האבן נעכטן באזוכט. דארט האט מען אלע יארן געוואוסט אז דארט איז עס, און די אר''י הקדוש האט נאר מסכים געווען דערצו און עס באשטעטיגט אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן.

די זעלבע מיט די תנא וואס מיר האבן שוין באזוכט - ר' יוסי דמן יוקרת, וואס אזא פארפלאנטערטע נאמען איז געבליבן במסורה איש מפי איש פאר איבער טויזענט יאר מיט א פונקטליכקייט! דאס ווייזט אויף די שטארקייט פון מסורה.

און אזוי ווייטער מיט ר' שמעון בר יוחאי אין מירון, ר' מאיר בעל הנס אין טבריא, ר' ינאי אין עכברה (דארט האט מען אלע יארן צוגעלייגט נאך עטליכע תנאים, וואס די אר''י הקדוש האט אראפגענומען און געזאגט אז נאר ר' ינאי ליגט דארט), וואס די אלע האט מען שוין געוואוסט אלע יארן און די אר''י הקדוש האט עס נאר באשטעטיגט.

עכ''פ, בעטן מיר זיך אויס אלעס גוטס ביים אנאנימען צדיק וואס געפינט זיך דא, און מיר דרייען זיך אויס און פארן צוריק צום הויפט ראוד.

אויפן וועג צוריק קען מען זען אויף די לינקע זייט א קליינעם געביידע, מיט א גארטן ארום, פארמויערט מיט א הויכן צוים פיל מיט שטעכל דראט. ווי עס איז מקובל ביי די בחורים במסורה... פלאנצט דא די רעגירונג אומלעגאלע – לעגאלע געווירצן, מה שנקרא דראגס בלע''ז, סמים, און ווי די בחורים פלעגן זיך צופייערן 'קח לך סמים'...

מען פלאנצט עס דא לצורך רפואה, און עס איז שטארק באוואכט פון אלע זייטן, וויבאלד מערערע האלטן אן אויג אויף אזוינע גראזעלעך און לאקערן דערויף פאר יעדן פרייז אין די וועלט...
ווען די בחורים פארן אריבער דעם ארט, עפענט מען געווענטליך די פענסטערס פונעם קאר, און מען פרובירט אריינצואטעמען טיף אין די לינגען פון די ארטיגע דערהויבענע אטמאספערע, אויפצוהייבן אביסל די געמיטער... אבער יאגטס אייך נישט אהין, ווייל ארבעטן, ארבעט עס נישט.

פארן מיר ווייטער אויפן ראוד וואס פירט אונז אראפ אין תהום אריין. דער תהום ווערט גערופן 'עמוקה'.



כשמו כן הוא, א טיפע טאל ארומגענומען פון דריי זייטן מיט מעכטיגע גיגאנטישע בערג. די פערטע זייט איז האלב אפן צום נאך טיפערן טאל די 'עמק החולה'.



מיר פארן יעצט בארג אראפ, אראפ אראפ אויף שיפע געדרייטע וועגן. שרעקליך שמאלע ראוד'ס, וואס איז א ט''ו ווע''י נאך אויך, און נישט נאר פאר קארס, נאר אויך פאר גרויסע קאוטש באסעס... אלעס נאר צו דערגרייכן די קבר פונעם גרויסן תנא ר' יונתן בן עוזיאל!


[די בילד איז זייע אלט היינט איז שוין דא לאנגע מחיצות און אונגאנצן איבערגעבויעט]





אינטען איז שוין יא מער מסודר. א פיינעם פארקינג לאט, א גרויסן בנין אויפן ציון, און צומאל איז דארט אויך פארהאן אן 'אייז קרים טראק', וואס כשמו כן הוא, ער פארקויפט אייז קרים מיט קאלטע געטראנקען זיך צו דערכאפן דאס הארץ פונעם שווערן וועג אראפ.

די פאנאראמע דארט אינטן איז גאר שיין, און א לענגערע צייט קען מען שטיין און באטראכטן דעם ארום זיך נישט קענען גענוג אנזעטיגן די אויג פון די שיינע בריאה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן.

אויך געפינט זיך דארט נישט ווייט פון ציון, א גרויסע טרעילער, ווי אינעוויינדיג איז פארהאן א כולל, 'כולל עמוקה'.

צענדליגע היימישע אינגעלייט פון צפת לערנען דארט דורך אויס די טאג מיט גרויס התמדה. א טייל זענען גרויסע תלמידי חכמים, אויסגעטון אינגאנצן פון דער וועלט, ואין להם בעולמם אלא ד' אמות של עמוקה בלבד. מען קען אריינגיין כאפן א בליק און זען אז מען רעדט דא פון ערנסטע זאכן.

אויך אביסל קאווע שטויב און מילך איז פארהאן דארט להחיות נפש כל חי, אבער דאכצעך מען דארף אראפלייגן דערפאר א שקל כמנהג המקום...

אלעס ארום דעם ציון, און ארום די סגולה פון שידוכים, קען מען נאכקוקן אין די כתבים פון ר' שמואל מאיר חשין וואס איינער האט דא ארויפגעלייגט נישט לאנג צוריק. דף 52.
דא קען מען אויך זען וואס מיר האבן שוין גערעדט אז 'הכל תלוי במזל'. אזויפיל קברים פון אנדערע תנאים זענען פארהאן דא אין די געגענט, אבער דוקא אהער שטראמט די עולם אין די מאסן, אז עס איז שוין געווארן ממש א חלק פונעם קברים רוטין: מירון צפת טבריא עמוקה... אונז האבן נישט קיין אהנונג אין די דרכי ה' פארוואס דא איז אזוי און דא אזוי. גאט איז גרויס, מ'ווייסט גארנישט! עס איז זיכער דא אינטער דעם גרויסע סודות.

א אינטערעסאנטע זאך האט מען אנטדעקט בשעת'ן איבערמאכן דעם קבר צו בויען דעם בנין דערויף. מען האט אפירגעגראבן די ארון אליין ווי די תנא ליגט! עס קוקט טאקע אויס ווי די סארט ארונות פון יענע צייטן. די היינטיגע שטיין אין צענטער פונעם בנין, געפינט זיך פונקט העכער דעם.

נאכן אויספועל'ן אלעס גוטס, קען מען אביסל ארומשפאצירן אינעם ברייטן ליידיגן טאל און האבן אביסל ישוב הדעת, זייענדיג ווייט אוועק פונעם הו הא וואס טוט זיך איבער די וועלט.

אבער דא איז נאכנישט די ווייטסטע ווי מען קען גיין, מיר וועלן אייך נעמען יעצט ביי נאך א ווייטערע ארט, נאך ווייטער פון סיי וועלכע ציוויליזאציע און מענטשהייט, אז איר וועט זיך שוין בענקן נאך אביסל גערודער און טומל. דאס איז ביי די קבר פון ר' אלעזר המודעי אין נבוריא.
ווארטס מיט שפאנונג...



----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:35 am

פארנדיג צו עמוקה קען מען נישט פארפאסן די פארקישעפטע ראוד ״הכביש המכושף״

די ראוד האט באקומען זיין נאמען ווייל ער פארמאגט א וואונדערליכע זאך, אויב סטאפט מען דעם קאר און מלאזט אפ די ברעיקס, זעהט מען א אינטערסאנטע זאך: די קאר פארט ארויף דעם ראוד קעגן די כח המשיכה וואס שלעפט געווענליך אראפ. די זעלבע ווען מ׳גיסט וואסער אויפן ראוד זעהט דאס אויס ווי זיי גייען ארויף אנשטאדט צו אראפ גיין.

למעשה איז דאס נישט מער ווי א א פארבלענדעניש פון די ביימער און די בערג ארום וואס דו ווועג ווי אזוי סאיז אויסגעשטעלט זעהט אויס ווי כאילו די בארג פארט ארויף, אבער באמת פארט דאס אראפ.


די רעכטע ראוד
הכביש המכושף.jpg
הכביש המכושף.jpg (122.35 KiB) געזעהן 2691 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 11:32 am

צפת והגלילות - 3


למעשה האבן מיר זיך גאר שטארק פארליבט אין עמוקה, און מיר זענען דא פארבליבן פאר נאך א טאג נישט קענענדיג זיך אפגעזעגענען פון דעם מקום קדוש מיט די גאנצע ארום... יעצט וועלן ענדיגן מיר דא אין עמוקה, און מיר וועלן גיין קיין נבוריא.

נבוריא איז אביסל ארויס פון אונזער וועג, און איך האף אז עס וועט נישט זיין קיין טירחא פאר אונזערע ליינער אהין צו פארן, אבער איך מיין עס איז ווערד, נאכדערצו ווילאנג עס איז נאר אויף פאפיר.

מיר קומען אן קיין נבוריא. מיר זעהען נאר ריזיגע בערג ארום פון אלע זייטן, און מיר געפינען זיף טיף אראפ צווישן די בערג. אויף איין ווייטע שפיץ בארג קען מען טיילווייז זען הייזער פון די דארף דלתון ווי מיר זענען שוין געווען, די איינציגסטע צייכן פון ציוויליזאציע דא אין דעם ווייטן פארווארפענעם מקום.



עכ''פ היינטיגע צייטן, אבער פון פופצן הונדערט יאר צוריק האבן מיר דא אסאך סימנים פון ציוויליזאציע. מיר פארמאגן דא א חלק פון א אלטן הערליכן בית המדרש וואס די ארטיגע אידן האבן אויפגעשטעלט צום דאווענען.



פונעם בית המדרש איז נאר געבליבן עטליכע זוילן און בעיקר די סימנים וואו דאס ביהמ''ד איז געווען.



אבער עס איז גאר אינטערעסאנט צו זען וויאזוי די אידן האבן זיך באזעצט דא אין דעם ווייטן טאל, און זיך שיין באקוועם געמאכט מיט א רייכן געבויטן בית המדרש. ארויסצוגיין פון דא אין יענע צייטן, האט מען געדארפט ארויף קלעטערן מיט אן אייזל אדער פערד ביז מען האט זיך ארויסדערזען פון דא, גארנישט אזוי גרינג, אפילו מיטן פארגעשריטענעם קאר איז עס אן אפקומעניש.

ארום קען מען זאך נאך מערערע איבערבלייבענישן פון די דעמאלטס'דיגע שטאט. ווי אויך א בית הבד צו קוועטשן זיתים קען מען זען.



גאר אן אינטערעסאנטע זאך וואס איז געבליבן פון דער שול, און עס ליגט היינט אין א מוזיאום אין ירושלים, איז א שוועל וואס עס איז אויפגעקריצט דערויף אזוי "למספר ארבע מאות ותשעים וארבע שנים לחורבן הבית נבנה בשרר חנינא בן ליזר ולוליאנא בר יודן''. דאס הייסט, וועלכע יאר מען האט געבויט דער בית המדרש, און ווער עס האט עס מנדב געווען. קוקט אויס אז עס איז שוין א אלטע מחלה צו ווילן האבן גרויס אויפגעשריבן דעם נאמען, למען ישמעו ויראו ויוסיפו עוד...



און פארשטייט זיך אז מיר האבן דא קברי צדיקים. אז עס וואוינען דא מענטשן, דארף מען זיי דאך אויך באערדיגן דא, ניין?

געפינט זיך טאקע דא, הארט אינטערן בארג פונעם בית המדרש, א שיינע טיפע ברייטע מערה, ווי עס געפינט זיך די קבר פון ר' יעקב איש כפר נבוריא, וואס ווערט דערמאנט אין חז''ל. נו, איש כפר נבוריא, טאקע פון דער שטאט. ווער ווייסט, אפשר האט ער גאר געדאווענט אין דער בית המדרש ווי מיר האבן יעצט באזוכט?!



די מערה איז פיין באקוועם, און די עיקר, אז עס האט אן אריינגעבויעטע אטאמאטישע עיר קאנדישאן סיסטעם וואס האלט שטענדיג קיל דעם מקום. אין אנדערע ווערטער, איז עס א שטיינערנע מערה, וואס דער אייבערשטער האט אויסגעשטעלט אז אין אזא פלאץ איז אלץ דא קילע לופט. אפילו אויב אינדרויסן איז הונדערט דעגרי, איז דארט אינעוויינדיג ממש קיל און אנגענעם, נאר אביסל פארשטיקטע ליפט פון א פארמאכטע פלאץ דערמאנט אז מען איז אן אויסגעהאקטע מערה אינטער די ערד.



דאס אז אין א מערה איז אלץ קיל, איז ממש א חסד ה', ווייל פאר נישט לאנג צוריק איז נאכנישט געווען אזא זאך ווי עיר קאנדישאן אויף די וועלט, און אז עס איז געווען הייס איז פשוט נישט געווען וואס צו טון. אז עס איז קאלט, צינדט מען אן די פייער און עס ווארעמט אן אלע פארפרוירענע גלידער, אבער אז עס איז הייס, איז הייס און שוין, מען קען גארנישט טון חוץ פון ווארטן אז עס זאל אריבערגיין.

די איינציגסטע עצה דערפאר איז נאר געווען צו גיין אין א מערה אינטערן ערד אויסגעהאקט פון שטיין, וואס דארט איז שטענדיג קיל און מען קען זיך אביסל כאפן דעם אטעם. אויך פלעגט מען אלע יארן גיין אין וואסער פאר ווער עס האט געהאט א וואסער נעבן זיך, וויבאלד וואסער האלט זיך אלץ אביסל קילער ווי אינדרויסן.

אויך האט מען געבויט די ארטיגע הייזער נאר מיט שטיין, וואס אזוי איז כאטש אביסל קילער ווי אויף די גאס, דאס איז חוץ פון דעם וואס שטיין איז זייער א ביליגע מאטריאל אין ארץ ישראל, וויבאלד די גאנצע לאנד איז א שטיק שטיין, ווי מען קען זען ווי מען גייט און שטייט. דאס איז פארקערט פון דא אין אמעריקע, וואס האלץ איז גאר ביליג, וויבאלד מיר האבן דא ריזיגע אומנוצבארע וועלדער, פון ווי מען קען ארויסנעמען אסאך האלץ צו בויען, און דעריבער איז עס גאר ביליג.

ווען מיר פלעגן ארומפארן אויף קברי צדיקים אין צפון, און געזוכט צו קענען זיצן אביסל אינדרויסן פונעם קאר אינמיטן טאג, אן ווערן פארברענט און צושמאלצן פון די ארטיגע שטענדיג ברענעדיגע זון, פלעגן מיר אהער קומען און זיצן דארט בנועם ה' פארברענגענדיג אינאיינעם באהבה אחוה שלום וריעות, שמועס'נדיג אין עבודת ה' בשבת אחים גם יחד, ווי איש אל רעהו יאמר חזק, חזקו ויאמץ לבבכם כל המיחלים לה'!, אלעס בצילא דמהימנותא תחת צל כנפיהם פון די צדיקים וקדושים אשר מפיהם אנו חיים ואלו ואלו דברי אלקים חיים ובאורם נלך לעולם ועד (נאך לשונות אדער גענוג?...).



עס איז דא דארט ווי צו זיצן ארום און ארום פאר בערך פינף צען מענטשן.

ווי אויך ליגט דארט (אין די מערה) די תנא הקדוש ר' אלעזר המודעי.
ע''פ חשבון איז ערגעץ יעצט זיין יארצייט, מעגליך אפילו היינט!
ווייל חז''ל דערציילן אונז אז תיכף נאך וואס מען האט געהארגעט ר' אלעזר המודעי אין ביתר ביי די גרויסע מרידה, איז ביתר געווארן איינגענומען, ווייל זיין זכות האט שוין נישט מגין געווען. און מיר ווייסן אז ביתר איז געווארן איינגענומען אין תשעה באב. קומט אויס אז אדער תשעה באב אליינס אדער אין די עטליכע טעג בעפאר, איז די יארצייט פון ר' אלעזר המודעי.

אגב, איז גאר אינטערעסאנט, אז כאטש מען האט אים געהארגעט אין די אנדערע עק לאנד, ווי ביתר געפינט זיך, ווייט אוועק אינטער ירושלים (די היינטיגע אידישע ביתר איז עטליכע מייל ווייט דערפון), מיט דעם אלעם האט מען אים ארויף געברענגט בי אהער אין די הו הא פון די מלחמה און מהומה. אדער קען זיין אז מען האט עס געטון שפעטער ווען עס האט זיך אביסל בארוהיגט די מצב.

איך וויל צוצייכענען אן אינטערעסאנטע חידוש פונעם פון הרה''ק ר' מענדלע רימנוב'ער געברענגט אין זיין ספר מנחם ציון וואס רעדט ממש אויף דער נושא.
ער פרעגט דארט טאקע ממש דער קשיא, אז מען זעט למשל אז הלל הזקן ליגט אין מירון, און אין חז''ל זעט מען אז ער האט געוואוינט אין ירושלים און נאך אסאך צדיקים ליגן ווייט אוועק פון די פלאץ ווי זיי האבן געוואוינט. איז ער מסביר, אז יעדע צדיק האט זיך זיין מקום ווי ער וויל ליגן לויט זיין תיקון און שורש, דעריבער ליגן טאקע גאר אסאך תנאים בכלל נישט אויף די ארט ווי זיי האבן געוואוינט.
איך האב יעצט נישט דער ספר פאר מיר, זאג איך עס נאר איבער בערך. אפשר וועל איך עס זען בקרוב, וועל איך עס נאכברענגן מער פונקטליך אי''ה.

האבן מיר גענדיגט מיט נבוריא. דאס מאל וועלן מיר נישט בלייבן דא פארגאפט און צוגענאגלט פאר נאך א טאג... נאר מיר וועלן זיך תיכף אנגארטלען מיט אלע כוחות און ארויספארן פון דא שוין יעצט.

----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 9:56 am

הגליל


ווי גייט מען יעצט? אויב מיר פארן דא ווייטער, קומט מען אן צוריק צום 886, אביסל נאך דלתון, ווי מיר האבן שוין באזוכט. צוריק, גייען מיר דאך קיין עמוקה און צפת פון ווי מיר קומען יעצט.

מיר וועלן טאקע יא צוריקגיין אביסל, אבער נאך עמוקה וועלן מיר אנשטאט ארויף פארן צוריק קיין צפת, וועלן מיר נעמען א צווייטע פארריקטע וועג, וואס וועט אונז פירן צו א דריטע פלאץ ווי מיר זענען שוין געווען (שוין געווען האלב לאנד...), דאס איז נעבן די שטאט חצור.

מיר פארן אויף דעם שמאלן האלב פארטיגן וועג, וואס פירט אונז דורך די בערג, אראפ ביז אין חצור אריין פון די אנדערע זייט. ווער עס וויל קען נאכאמאל צופארן צו חוני המעגל אדער צו די מקוה דערנעבן זיך אויפצופרישן. דערנאך פארן מיר ארויס צום ניינציגער, ווי מיר מאכן א לינקס אין דרום ריכטונג.

זענען מיר נאכאמאל אויפן פלאך פונעם טאל וואס מיר האבן שוין לעצטנס געזען אזויפיל מאל פון אויבן. מיר האבן זיך צוריק פארבענקט זעהענדיג די שיינקייט דערפון, זענען מיר צוריק דא. אבער יעצט ניצן מיר עס נאר אלץ דורכגאנג צו דערגרייכן די פינף און אכציגער, אויף וואס מיר וועלן יעצט וויילן א לענגערע צייט.



די 85 שניידט דורך די לאנד אין די ברייט פון די ים הגדול אויף מערב, ביז כמעט צום ים כנרת צו מזרח, וואס איז אמאל געווען די גרעניץ אויף דער זייט. עס לויפט בערך די זעלבע ווי די 89 ווי מיר זענען לעצטנס געווען, נאר מער גראד און מסודר, זיך געפינענדיג אין א טאל אינטער די בערג פונעם גליל העליון, אנדערש ווי די 89 וואס געפינט זיך אויף די מעכטיגע בערג פונעם גליל העליון.

דאס הייסט אזוי: די גליל איז צוטיילט אין א פאר חלקים



בעיקר אין צוויי חלקים.

גליל התחתון,
דאס איז אלעס פון נאך נצרת און העכער. דארט הייבן זיך אן מער נידריגע בערג, פון בערך אכט הונדערט פיס ביז בערך זעכצן הונדערט פיס. דאס זענען מער רוהיגע געלאסענע בערג, עס הערשט דארט מער א היץ סיי אין די ווינטער און זיכער אין די זומער.
דארט געפינען זיך די שטעט: טבריא, נצרת, כרמיאל און אסאך גרויסע אראבישע שטעט ווי: סכנין, עראבה, כאבול, שפרעם און נאך.
דאס ציט זיך ביז דער פינף און אכציגער וואס ליגט ממש אויפן גרעניץ צווישן די צוויי. די גאנצע צייט וואס מען פארט דערויף זעט מען אויף די רעכטע זייט בערג ארויף, און אויף די לינקע זייט מער בערג אראפ.

גליל העליון,
פון דא און ווייטער הייבן זיך אן מעכטיגע בערג, מיט שמאלע טאלן אינדערמיט, ארויף ביז די גאר הויכע שפיץ פון הר מירון, וואס מיר האבן שוין דא אנאליזירט. דא געפינט זיך נאר איין גרויסע שטאט: צפת, וואס איז טאקע די צענטער פאר אלע ארומיגע שטעטלעך.

מען קען אויך רעכענען באזינדער מערב גליל מיט איר הויפט שטאט 'מעלות',

און אצבע הגליל מיט איר הויפט שטאט 'קרית שמונה'. ביידע האבן מיר שוין באזיכט.




----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 8:35 pm

כביש 85


פארן מיר אינעם טאל אויפן ניינציגער גראד אראפ, ביז עס פארט אריין גלייך אינעם פינף און אכציגער.



זיך צו האלטן ווייטער אויפן ניינציגער אראפ צום כנרת און טבריא, דארף מען זיך ספעציעל אראפדרייען דערפאר, אויב האלט מען זיך גראד אן זיך דרייען, דאן טרעפט מען זיך אטאמאטיש אינעם פינף און אכציג ווי מיר גייען יעצט. אזוי גייט עס דארט אין לאנד, פאר וועם עס געפעלט נישט, קען גיין פון ווי ער קומט.

די ראוד דרייט זיך פון זיך, און מיר טרעפן זיך יעצט מיטן פנים צו מזרח, אנשטאט אויף די ניינציג וואו מיר זענען געווען געריכטעט מיטן פנים צו דרום. מיר פארן יעצט אויפן רעלאטיוו נייעם ראוד.

בכלל ארבעט מען יעצט אסאך אויף די ארומיגע ראוד'ס עס אויסצוברייטערן, און מאכן אז יעדע זייט זאל האבן צוויי ליניעס. בפרט אויף די 65 וואס מיר פארן דא אדורך, וואו מען ארבעט שוין גאר לאנג עס צו פארבעסערן, אז עס זאל נישט ווערן א טרעפיק פון אפאר מייל יעדעס מאל א טראק פארלאנגזאמט אביסל זיין שנעלקייט זיך ארויפציענדיג א בארג, אזוי ווי עס איז געווען ביז יעצט.

[זיי לייגן דארט א נייע מין סעמענט ״האספלט השקט״]


צום ערשט פארן מיר אדורך דעם וועג אריין צום אידישן ישוב כחל, וואס האט א שיינע ארויסקוק צום כנרת און די ארום.



דערנאך פארן מיר אריבער דעם גרויסן נייעם 'נחל עמוד' אינטערסעקציע (א נייע יעצט פאברעצירטע אידישע ווארט פאר אינטערסעקשאן...).



ביי דער אינטערסעקציע געפינט זיך א רעלאטיוו נייע אידישע ישוב 'קדרים', אויף אידיש זאגט מען עס 'טעפ'. שפעטער וועלן מיר זען פארוואס ער הייסט אזוי.



מיר פארן יעצט גלייך ביז אביסל בעפאר די קומענדיגע אינטערסעקציע וואס ווערט גערופן אויפן נאמען פון איינע פון די באערדיגטע דארט: 'צומת חלפתא'.



דארט ביי דער אינטערסעקציע (מאכט שוין נערוועז דער לאנגער קאמפליצירטער ווארט?, אנטשולדיגס, איך בין צו פריילעך מיט מיין חידוש... עס איז נישט מער קאמפליצירט ווי קאמפליציר''ט...), געפינען זיך די קברים פון פינף אנדערע צדיקים.

די ערשטע הייבן מיר אן אויף די רעכטע זייט, עטליכע הונדערט פיס בעפאר די אינטערסעקציע, ווי מיר פארקירן די קאר אזוי האלבוועגס צווישן די פארנומענע ראוד און די בארג דערנעבן, נישט האבנדיג קיין נארמאלע צוגעשטעלטע פלאץ וואו צו לאזן ריען די קאר ביז מיר קומען צוריק.



דא האבן מיר צום ערשט די קבר פון די הייליגע תנא רבי אליעזר בן יעקב, וואס די גמרא זאגט רופט זיין תורה: 'קב ונקי'!



דאס איז אן אינטערעסאנטע ציון. אויבן איז דא א קליינעם שיינעם עלטערע בנין. מען גייט אריין אין דעם בנין און דארט קען מען אראפגיין מערערע טרעפ ווי מען קומט אן צו א מערה, און פון יענע מערה קען מען אריינקוקן אין א קליינעם טיפע טינקעלע מערה, מיט זעכצן כוכין ארום, וואס לכאורה געפינט זיך דארט די קבר פונעם תנא, און פון נאך.



פון דארט גייען מיר אביסל העכער ארויף, איז דארט די קבר פונעם תנא רבי יעקב, לכאורה די טאטע פון ר' אליעזר, אנגעצייכנט מיט א הויפן שטיינער און א בלויע פארב כמנהג המקום.



נאך אביסל ארויף, איז די קבר פון די באקאנטע תנא רבי חנניא בן עקשיא.



כאטש באמת איז כמעט נישט דא קיין מימרות פון אים, איז עס ווייטער הכל תלוי במזל, אז ער האט זוכה געווען צו ווערן גאר באקאנט ביי כלל ישראל, וויבאלד זיין משנה ווערט איבערגעזאגט הונדערטע מאל א יאר, און יעדע איד קען עס אויסעווייניג. 'ר' חנניא בן עקשיא אומר...!' הערט מען אויסשרייען פון אנדערן עק בית המדרש, און דערנאך קומט א הויכע הילכיגע 'יתגדל ויתקדש... על ישראל ועל רבנן...'.

בעצם ליגט אין די ווערטער פונעם תנא א גאר גרויסע התחזקות און שמחה פאר כלל ישראל, די תנא זאגט אונז דא אז אלע מצות פונעם אייבערשטן און אלעס וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, איז נישט חלילה אונז צו פייניגן און אונז מאכן שווער די לעבן... נאר אדרבה, רצה הקב''ה לזכות את ישראל! אלעס ווייל ער האט אונז ליב! ער זוכט נאר אונזער טובה! לפיכך, דעריבער, ווייל ער וויל אונזער זכות און אונזער גוטס, הרבה להן תורה מצוות ומעשים טובים! אן אנדערע בליק אויף די גאנצע תורה ומצוות, עס ליגט באהאלטן דערינטער א גוטס און א אהבה. אוודאי דארפן מיר עס טוען בכל אופן, אויך אויב מיר שפירן יעצט נישט די גוטס, כי אם ליראה, אבער אעפ''כ איז באהאלטן אינטער אלעם א חסד און רחמנות און ליבשאפט צו אונז! אשריך ישראל, עם נושע בה'! כל מה דעביד רחמנא, אויך די אלע מצוות און אלעס, לטב עביד! די גאנצע בריאה האט דער אייבערשטער באשאפן להיטיב, יעדע רגע איז דער אייבערשטער חושב מחשבות להיטיב לבריותיו! מיר האבן א גוטע באשעפער, גאט איז ''תמיד'' גוט! יא! אויך אין דעם! גאט איז מיט דיר ביי דיר און לעבן דיר, שרעק דיר ניט!
שוין, אמטשולדיגס פארן היבש פארפארן, אביסל זיך אויסגעגעבן די געפילן פון שמחה אויף די גליק אז מיר זענען אידישע קינדערלעך, און מיר האבן אזא גוטע באשעפער! שוין, עמיר ממשיך זיין מיט מקום מנוחתו פונעם בעל המימרא.

דארט איז דא א שיינעם קליינעם בנין, און אין דעם א גרעסערע מערה וואו מען קען נארמאל אריינגיין, מיט עטליכע שיין אויסגעהאקטע כוכים ארום. אין איינע דערפון ליגט די תנא ר' חנניא בן עקשיא.



דערנאך האבן מיר דא די קבר פונעם אומבאקאנטן תנא הקדוש מזמן הבית, רבי זכריה בן הקצב.



יעצט, אנצוקומען צו די קבר פון זכריה בן הקצב, דארף מען ארויפקלעטערן די גאנצע בארג, א צען מינוט וועג בערך, אבער א שווערע, און אויבן איז דא א בנין פארן ציון פון זכריה בן הקצב.



וויאזוי מען האט דא ארויפגעברענגט די געצייג און שטיינער צו בויען דא אויפן שפיץ בארג, ווייס איך נישט. אבער סתם אזוי איז עס א רחמנות אויף די איבריגע טירחא און שווערע ארבעט וואס דא איז אריינגעגאנגען, ווייל בפשטות ליגט ער ניטאמאל דא, לויט גבאי, געפינט זיך זיין קבר ממש נעבן די אנדערע צוויי קברים אינטן די בארג און נישט דא אויפן שפיץ ווייט אוועק, און ער קוקט אויס צו זיין גערעכט אין דעם.



דעריבער אויב עס איז איינעם זייער שווער ארויפצוקריכן די בארג, קען ער זיך בדיעבד באגעניגן מיט דעם.

א אינטערעסאנטע זאך האבן מיר דא דערנעבן, איך ווייס נישט ווי פונקטליך דא דערנעבן, אבער ערגעץ דא ארום איז דא אן אינטערעסאנטע ארכיאלאגישער געפינס.

אין חז''ל ווערט דערמאנט עטליכע מאל איבער כלים וואס ווערן געמאכט אין כפר חנניה. חז''ל זאגן דערויף בשבחו 'כלי כפר חנניה שאין דרכן להישבר'. דא אין די געגענט איז אלע יארן מקובל צו זיין די כפר חנניה פון ימי חז''ל. עס שטימט אויך גאר גוט מיט דעם וואס חז''ל געבן אן אז כפר חנניה איז די סימן אויפן גרעניץ צווישן גליל העליון און גליל התחתון בנוגע צו עטליכע הלכות, און ווי מיר ווייסן שוין, איז דא טאקע דער ארט פונעם גרעניץ.

פאר פערציג יאר צוריק בערך, גראבנדיג דא צו בויען דעם פינף און אכציגער, האט מען געפינען דעם גאנצן פאבריק ווי מען האט פאבריצירט די כלים! מען האט געטראפן די אויווענעס ווי מען האט עס געקאלעכט, ווי עס ווערט דערמאנט אין חז''ל מערערע מאל, ווי אויך אן א שיעור שברי כלים, פון כלים וואס מען האט געהאלטן אינמיטן מאכן, אדער וואס זענען נישט געלונגען און מען האט עס געמוזט דא איבערלאזן אינעם פאבריק, און נאך פילע זאכן.

פאר בערך פינף הונדערט יאר האט דער פאבריק עקזעסטירט דא! למעשה האט מען טאקע שוין געטראפן מערערע פון די סארט כלים וואס מען האט דא געפינען, פארשפרייט אין אלע שטעט אין צפון ארץ ישראל, וואס דאס ווייזט אויף די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון דעם פאבריק פאר די דעמאלטס'דיגע אידישע איינוואוינער פונעם גליל, אריינגערעכנט די הייליגע תנאים ואמוראים.

דאס איז גאר אינטערעסאנט צו האבן אזא זאך וואס ווערט דערמאנט אין חז''ל אזוי קלאר, און גאר אינטערעסאנט דאס צו זען מיט די אייגענע אויגן. למעשה איז אבער שווער צו וויסן ווי פונקטליך דאס געפינט זיך, וויבאלד זיי האבן דאס נישט געהעריג פרעזערווירט און אהערגעשטעלט פאר באזוכער. ערגעץ ווי נעבן דעם ראוד אויף די זייט געפינט זיך עס.
קיין מאנאפאל איבער די כלים אין לאנד האבן די בעלי בתים פון דעם פאבריק נישט פארמאגט, ווי חז''ל דערציילן אונז אז עס איז אויך געווען דאן א קאמפעטישן אין די דארף 'שיחין', ווי מען האט אויך פאבריצירט כלים אין די זעלבע צייט.

נו, וואס מיינט עטס? דארט האט מען שוין אויך געפינען די ארטיגע פאבריק! ערגעץ וואו נישט ווייט פון ציפורי אביסל מער דרום פון דא האט מען עס אנטדעקט נישט לאנג צוריק.

בכלל ווערט כפר חנניה דערמאנט אסאך אין חז''ל אלץ די וואוין ארט פון מערערע תנאים, וואס ווערן אפילו גערופן אויפן נאמען פונעם דארף 'איש כפר חנניה'.
יעצט ווייסן מיר שוין פארוואס די דארף דערנעבן רופט זיך 'קדרים', על שם די פילע טעפ וואס מען האט דא ארויסגעגעבן פאר כלל ישראל פאר אזויפיל יאר. אויך איז דא דא דערנעבן א צווייטע אידישע ישוב מיטן נאמען 'כפר חנניה', ע''ש די פריעדיגע ישוב וואס האט זיך דא געפינען.

אויף די אנדערע זייט ראוד, ביי די אינטערסעקציע (איר געדענקט נאך וואס דאס מיינט?...), געפינט זיך די קברים פון רבי חלפתא און זיין זון רבי יוסי, די באקאנטע תנא ר' יוסי.



העכער זייערע קברים געפינט זיך נאך ביז היינט א גרויסע פינף הונדערט יעריגע בוים, וואס ווערט שוין יארן דערמאנט אלץ די סימן וואו עס געפינט זיך די קברים פון ר' יוסי און זיין טאטע. עס גיבט א גוטע שאטן פאר די ארטיגע מתפללים.



האבן מיר גענדיגט אין כפר חנניה. מיר האבן זיך דא מחיה געווען מיט א ריזן אויסוואל פון קברי צדיקים, און מיט טעפ פאבריקן, גרעניצן, אלטע ביימער, אינטערסעקציעס און אויך אביסעלע דיבורי התחזקות והתעוררות אין די זייט אלץ צידה לדרך. יעצט וועלן מיר אראפפארן אביסל, מער ווי אביסל, פונעם אונזער געטרייע וועג ווייזער די פינף און אכציגער, און זיך ארויפדרייען טאקע צוריק צו די הויכע בערג פונעם גליל העליון.


----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 8:36 pm



מיר וועלן נישט לאזן די עולם נייגעריג און אנגעצויגן, זייער נישט גוט פארן געזונט, מיר וועלן שוין אויסזאגן אונזער גאנצע יעצטיגע פלאן. מיר וועלן יעצט ארויפארן דעם 866, ווי מיר וועלן ענדליך דורכפארן און אריינפארן צו די שוין לאנג אויסגעווארטעטע 'מירון' הקדוש!!

דערנאך וועלן מיר אביסעל איבערפארן ווי מיר זענען שוין געווען אויפן 89, דארט וועלן ביז מיר וועלן צוריק אראפקומען צום 85 דורך די 864, ווי עס געפינט זיך אויך די באקאנטע דארף פקיעין. און אויפן וועג וועלן מיר דעקן מערערע אינטערעסאנטע ערטער, כדרכינו בקודש.

דאס הייסט אז מיר וועלן סך הכל פארפעלן א גאר קליינעם טייל פונעם 85, וואס סייווי איז דארט נישט דא וואס צו זען און טון. פאר ווער עס האט דוקא א קפידא צו האבן אדורכגעפארן די 'גאנצע' 85, קען עס טון אליינס, דורך פארן ווייטער ביז די 864 און דארט זיך צוריק אויסדרייען און צוריק קומען צו אונז, מיר וועלן ווארטן אויף אים דא אין ישוב פרוד צו ווי מיר פארן יעצט.

שארפע ווארענונג פאר אונזערע געטרייע משתתפים בנסיעה! היות יעצט איז געווארן בין הזמנים אין ארץ ישראל, ווערן יעצט פאר די קומענדיגע דריי וואכן, אלע וועגן און שטעגן, באזוך ערטער און קברי צדיקים, העפטיג פארנומען און טעטיג מיט טויזענטער און צענדליגע טויזענטער בחורים, טאטעס און זיידעס, היימישע און פרייע, מענער און נשים צדקניות.

דעריבער, מיר דארפן זען זיך צוהאלטן צוזאמען, און האלטן אן אויג אויף אונזער גרופע ווען מיר פארלאזן און ווען מיר גייען ווייטער. עס טוט זיך א שרעקליכע געטומל און צומישעניש איבעראל אין יעדע ווינקל פונעם פיצקל לענדל אין די יעצטיגע טעג, לאמיר האבן אן אחריות און האלטן אן אויג אויף אונזער גרופע, אז מיר זאלן קיינעם נישט איבערלאזן און דארפן צוריק קומען פאר אים. ראו, הוזהרתם!

א פרייליכע בין הזמנים!! עמיר זיך זען מארגן אי''ה! (צוריק צו די רעאליטעט, גיי ארבעט... כע כע... נישט דא ווער זאל לאכן... כל מה דעביד רחמנא לטב עביד...!!).

----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 4:32 pm

מירון והסביבה


מיר הייבן יעצט אן ארויפצוקלעטערן דעם גאר הויכן בארג. מיר שלענגלן זיך ארויף העכער און העכער איבער די געדרייטע שטעגן פונעם 866. נאך א קורצע צייט דערגרייכן מיר די ישוב פרוד.



מיר דרייען זיך אריין צום ראוד וואס פירט אריין צום ישוב, און תיכף דרייען מיר זיך אריין אין די זייט צו א זאמדיגע וועג וואס פירט אונז שנעל צו די קברים.

בעפאר די קברים איז דא יעצט אין די זומער אן אויסגעטריקענטע טייכל. אין די ווינטער ווען עס רעגענט אסאך, פארמירט זיך דא א גרויסע שטראם פון וואסער, און דא ממש אינטער די קברים שאפט זיך א שיינער וואסער פאל, גערופן 'מפל פרוד'. אין אמעריקע וואלט מען ניטאמאל אנגעקוקט אזא קליינעם פאל פון קוים אפאר פיס פון וואס מיר האבן בשפע, אבער דא אין לאנד טראגט עס אפילו א נאמען... מסתפקים במועט, בלית ברירה...






האבן מיר דא צוויי קברים, איינס פון ר' נחמיה העמסוני,



און די צווייטע פון ר' ישמעאל בעל הברייתות. איינס אינטערן צווייטן.



ר' נחמיה האט נאר א מציבה,



און ר' ישמעאל פארמאגט א שיינעם מערה.



אויב גייט מען ווייטער צו דרום, דארט צווישן די ביימערלעך און קיען, קען מען זען מערערע אלטע חרבנות און מערות פון זמן התנאים ואמוראים, צווישן זיי עטליכע שובכי יונים, וואס ווערן מערערע מאל דערמאנט אין חז''ל, און איז געווען ברייט באנוצט איבערן גאנצן לאנד.

צוריק צום 866, פארן מיר ארויף ווייטער, ילכו מחיל אל חיל, העכער און העכער על במתי הגליל העליון. אויפן וועג פארן מיר אדורך נאך עטליכע ישובים.

אויף איין זייט האבן מיר די ישוב שפר



און אויף די צווייטע זייט ראוד האבן מיר דעם ישוב אמירים, א ישוב ווי מען לעבט גרין און ארגאניש, נאטורליך. מען לאזט דארט נישט רייכערן אינעם ישוב, מען פארקויפט דארט נישט קיין פיש און פלייש, און מען פלאנצט דארט נאר ארגאנישע פרוכט און גרינצייג.



אינאיינעם – 'אמרי שפר', מיט וואס נפתלי איז געבענטשט געווארן. דא איז דאך זיין חלקה, נו, איז עס נישט מער ווי פאסיג.

דערנאך האבן מיר דעם ישוב 'כפר שמאי'.



א ישוב וואו עס וואוינען ספרדים, תימנים, אשכנזים און נאך. יעדע פון זיי האט א בית המדרש פאר זיך, וואו צו דאווענען אויפן אייגענעם נוסח. הייסן הייסט עס נאכן תנא 'שמאי הזקן' וואס ליגט נישט ווייט פון דא, ווי מיר וועלן זען בקרוב אי''ה.

ארויפפארנדיג דעם בארג שפרייט זיך אויס פאר אונז אויף דער רעכטע זייט, אן אויסקוק פון גאנץ גליל התחתון ביז טבריא און דעם כנרת.

עס איז אפילו דא א ספעציעל דעזיגנירטן ארט וואו צו פארקירן דעם אויטא צו קענען ארויסקומען רוהיג צו באטראכטן דעם הערליכן אויסקוק, און אפילו כאפן א בילד צוויי דערפון, מיט זיך אינדערמיט פארשטייט זיך, סעלפי בלע''ז.

נאך אביסל, פארן מיר אריין צווישן די בערג פון מירון, וואו די ווייטע אויסקוק ווערט פארשוואונדן, מיר ווערן פארשלינגען צווישן די הרי מירון פון וואו מען קען נאר זען די שטאט צפת פונדערווייטנס, און סתם שיינע באוואקסענע בערג.



און נאך אביסל, אט אט זענען מיר שוין אין מירון! אה!




----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:57 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 5:00 pm

מירון והסביבה


מיר פארן אריין אינעם דארף מירון.



360 דיגרי



[און מיר קלעטערן ארויף דעם שווערן בארג, אין די רעכטע זייט (אויפן בילד לינקס) קען מען זיך איינקויפן אפאר ניסעלעך פריש געמאכט ביי שזיפרון]



יעצט אין בין הזמנים טוט זיך דא אזא געפילדער און רידעריי, כמעט ווי ל''ג בעומר. פונקט ב''ה איז יעצט היבש ליידיג, ספעציעל פאר אונז, און מיר קענען רוהיג צופארן כמעט ביז צום מערה און פארקירן דעם אויטא אינעם דערנעבנדיגן פארקינג לאט.

מיר גייען צו צום הייליגן מערה.



[גייען מיר אריין אין חצר]



360 דיגרי

[און אריבער גיין דעם באוואסטן כי לא תשכח טויער]



[אונטערן דעכל פון לא תשכח טויער אויף די לינקע זייט איז די מקוה און דערנבען קען מען זיך וואשן די הענט]



360 דיגרי

מיר גיסן זיך אויס דאס הארץ דא מיט א רוהיגקייט.



[אויב נישטא קיין פלאץ קען מען גיין אין צווייטן צימער]



[און מיר וועלן צוגיין צום ציון פון רבי אלעזר בן רבי שמעון]



נאך א לענגערע צייט זאגן תהלים, לערנען זוהר הקדוש דאווענען מנחה און בעטן וואס מען דארף, שפירן מיר אז מיר האבן שוין עפעס אויפגעטון. יעצט גייען מיר ארויס אינדרויסן אין קאווע שטיבל עפעס טועם זיין.



פונקט, איז ווי געווענטליך נישט דא קיין מילך, קאווע שטויב פון עלית איז אויך נאר דא די שווארצע טערקישע קאווע, 'קפה טורקי', נישט פונקט פאר אונזער אפעטיט, פלאסטיק גלעזלעך איז דא נאר האלב אויסגעוואשענע, אויך נישט פאר אונז אמעריקאנע מפונקים.... ראגעלעך איז דא נאר בורקס פון אנג'ל, און נאר האלבע צעשטיקעלטע, ווער עס האט געגעסן די אנדערע האלב און זיך שוין ארומגעשפילט מיט דעם אזוי אויך קליינעם בורקס, קען מען קיינמאל נישט וויסן, שטעלן מיר נישט איין, און בלייבן דערווייל הונגעריג און דארשטיג פאר אונזער באקוועמליכקייט.

גייען מיר אראפ אינטען צום הכנסת אורחים.



מען איז אביסל טועם און מען כאפט זיך דאס הארץ בלית ברירה מיט צוברעקלטע קוסקוס, פיטא און חומוס, א זופ ווי מען דארף ארויספישן אביסל גרינצייג, טאמעטעס וואס מען האט חרוב געמאכט מיט כל מיני געווירצן ובראשם קומון. האבן מיר כאטש עפעס צו עסן. כאטש א ריינע ארט ווי זיך אראפצוזעצן איז היבש שווער צו געפינען אינעם קליינעם שטיבל, זענען מיר זיך מסדר און מען טרעפט אן ארט צווישן א בייזע אשכנזי פון איין זייט און א פרענק מיט לאנגע ברייטע צושפרודעלטע האר אויפן קאפ און צולעכערטע קראקס אויף די פיס. מען עסט אפ און מען גייט ווייטער אן איבריג ארומזיצן, צוליב היגייענישע סיבות...

[מיר וועלכן כאפן א שפאציר ארום די מערה]

360 דיגרי

360 די בעק











[און פארשטייט זיך אויפן דאך, דארט ווי ס׳קומט פאר די גרויסע הדלקה ל״ג בעומר (און א גאנץ יאהר)]





[למעשה דער ציון אויבן איז נאר א ציון די פתח המערה געפינט זיך פון אונטן לעבן הכנסת אורחים]



נאכן שעפן פרישע כוחות און זיך זעטיגן אויפן מירונ'עם נוסח, לאזן מיר זיך ארויס אויף די יאכטע צו באזוכן די ארומיגע מקומות הקדושים, ניצנדיג אונזערע פרישע כוחות פאר גוטע זאכן...

די קבר פון רבי יצחק. [אין חצר המערה]



[סאיז גלייך נאכן כי לא תשכח טויער, רעכטע זייט]



[גייען מיר ארויס פון מערב גלייך אין פראנט האבן מיר די קבר פון] רבי אדא [אדער רבי ייבא] סבא



360 דיגרי

[רעכט פונעם מערה וועלן מיר ארויף גיין אין דארט האבן מיר] די קבר פון רבי יוחנן הסנדלר



[דער קבר האט זוכה געווען צו ווערן איבערגעפרישט צענדליגער מאל, איך געדענק יעדן מאל איך פלעג אנקומען איז ער געווען מיט א פרישן דעזיין]



און דערנעבן א גרויסע גרוב וואס מען זאגט אז דארט האט ער אויסגעארבעט די שיך אלץ שוסטער – סנדלר.



דא ביים קבר קען מען זען א הויכע געבוי, די באקאנטע וואס מען זעט אויף די בילדער. און נאך א קליינע כיפה אינטער דעם. דער כיפה באדעקט די פתח המערה.



פאר עטליכע צענדליגע יאר צוריק איז דארט איינער געשטאנען, און פלוצלינג האט זיך געפענט אינטער אים א לאך. אריינקוקענדיג האט ער געזען א שיינעם קליינעם מערה מיט עטליכע ארונות. ער האט געכאפט בילדער דערפון און דערנאך האט מען עס באדעקט מיט א צעמענטענע כיפה.

דאס ווערט דערציילט אין די ספר פון גבאי, און זיי האבן דארט בילדער פון די מערה און די ארונות. אנכי הקטן האב אמאל געטראפן דארט דער איד וואס האט עס אנטדעקט, און ער האט באשטעטיגט די מעשה.

מען קען בכלל זען פון דעם די פונקטליכקייט און קראנטהייט פון די מסורות, ווי אזויפיל יארן האט מען אריבערגעגעבן במסורה די אקוראטע ארט פונעם קבר פון ר' יוחנן הסנדלר, מיט א פונקטליכע סימן גלייך העכער די מערה זיינע. ועל כל הכלל כולו יצא.


פון דא וועלן מיר גיין צום קבר פון רבי יוסי בן קיסמא.



[די בלוי מערה אינמיטן בארג, די אנדער בנין אויב האב איך קיינמאל נישט אויסגעפיגערט וואס דאס איז, אפשר טוב וועט וויסן מער]



[פון גבאי, אויך דארט אין גענגט ערגעץ]



[דערנבען האבן מיר דעם בית כנסת העתיק מיט א גאנצע וואנט וואס שטייט דארט נאך ביז היינט.]



360 דיגרי

דאס איז ממש א וואונדער. דער בית המדרש איז געווען אין באניץ שוין פאר כאטש טויזענט און פינף הונדערט יאר צוריק. און דער וואנט מיט די דריי טירן דערין שטייען נאך ביז היינט, טראץ מערערע ערד ציטערנישן וואס האבן שוין געטרייסלט דעם געגענט און חרוב געמאכט גאנצע הייזער.

א עלטערע מסורה איז דא אויף דעם וואנט, אז ווען דער וואנט וועט אראפפאלן, דאן וועט משיח קומען! אין די ספר אויף קברים פון גבאי פרובירט ער צו טרעפן א אינטערעסאנטע מקור בדרך אפשר ע''פ די מימרא פון ר' יוסי בן קיסמא (עיין תורה נ''ז) עיין שם.

אויך ברענגט ער דארט א ווערטל, אז די ציונים האבן די לעצטע יארן עס פארשטערקערט מיט עמודים אז עס זאל זיך האלטן און נישט אראפפאלן, פארמאגנדיג א גאר היסטארישע ווערד. דעריבער, זענען זיי נישט מער ווי מעכבים פון די גאולה... אן דעם אויך...

די אלע מסורות קען מען אביסל צאמשטעלן מיט דעם וואס אין זוהר הקדוש ווערט געברענגט אז משיח וועט נתגלה ווערן אין גליל. איז דאך דא די גליל. און בפרט דא אין מירון ביים תנא ר' שמעון וואס ער האט דאס מגלה געווען, און 'בזוהר דא יפקון מן גלותא'!

דער בית המדרש געפינט זיך אינטער די גרויסע פארקינג לאט רעכטס צו די גרויסן טויער אריינצוגיין צום מערה, דאס הייסט, אינטער די קבר פון רב אדא סבא. נאך די גאנצע פארקינג לאט האט מען א וועג וואס ווערט גערופן 'דרך בורמה' וואס לויפט העכער די גאנצע מושב מירון, און אינטער די הויכע בארג. דארט איז גלייך אין די אנהייב אויף אזא בערגל, די אלטע בית המדרש. און גייענדיג ווייטער טרעפן מיר אסאך חורבנות פון אלטע הייזער, מזמן החז''ל. און דערנאך, ווייטער אויף דער ראוד, האבן מיר די קברים פון ר' יוסי בן קסמא און נאך (ע''פ קדמונינו און שמ''ח).

[דער בית מדרש איז אויפן בארג אזוי אז איינע פון די ווענט איז די בארג אליין, ארויף קריכנדיג אויבן פון דעם וואנט (מקען גיין אין זייט פון ביהמ"ד) איז דא א פלאץ וואס מקען זעהן דעם גאנצן ארום ביזן כינרת]

360 דיגרי


[יעצט וועלן מיר זיך צוריק דרייען צום צווייטן זייט פון די מערה]

דא האבן די קבר פון הלל הזקן פון וואס מיר האבן שוין גערעדט.



אין די רעכטע זייט איז די שטח פון תולדות אברהם יצחק און בייים עק איז מערת הלל, און די לינקע זייט זעהט מען דעם וועג וואו מיר וועלן באלד גיין צו שמאי]



עס איז א גרויסע לאנגע מערה, פון די גרעסטע וואס איך האב נאר אמאל געזען צווישן די קברי צדיקים, מיט אויסגעהאקטע כוכים פון אלע זייטן. לכאורה ליגט דא הלל מיט זייע תלמידים.

[דער ערשטער חלק מערה]



[טיפער אריין. די בילד איז 360 דיגרי , אבער אין ריאליטי איז עד גראד, דהיינו א צימר וואס עפענט זיך צו דריי צימערן: איינס קעגן איבער, איינס רעכטס און נאך איינס לינקס]



[אונטער איינער פון די כוכים איז דא א קוואל פון וואסער, מ׳פלעגט דערציילן אז דאס קומט אן א מקור פון וואסער און דאך איז עס אייביג פריש און אז ס׳איז סגולה דיגע וואסער, און מיר פלעגן אלטס אהין גיין זיך אפוואשן די הענט און פנים מיט די וואסער]



עס איז שוין היינט פארשפארט מיט שווערע אייזערנע גראטעס. לכאורה צוליב אומגעווינטשענע געסט וואס האבן זיך דארט באזעצט און געטראפן דארט זייער וואוינארט... לכאורה דער פרענק מיט וועם מיר זענען פריער געזיצן אינעם הכנסת אורחים... איך ווייס אבער נישט וועם פונקטליך ווער האט גענומען די רעכט און עס פארשפארט און זיי פארשיקט פון דא, הלל האט זיכער יעדער מקרב געווען בסבר פנים יפות כידוע.

א מערקווידיגע אנעקדאט קען מען אנווייזן. אז כאטש דער פאקט אז ר' שמעון ליגט דא, ווערט שוין דערמאנט אין די כתבים פון די עולי רגל פאר כמעט טויזענט יאר צוריק, איז אבער אלע יארן געווען די עיקר מצב דא אין מירון, ארום הלל הזקן! און ר' שמעון האט בכלל נישט ארויסגעשטארט צווישן די אלע אנדערע קברי צדיקים, אין די אויגן פון די באזוכער.
נאר נאך וואס די אר''י הקדוש האט מגלה געווען זיינע סודות, און עס איז געווארן באקאנט די יחודיות פונעם זוהר הקדוש און דער מחבר הקדוש, דאן האט זיך אנגעהויבן צו פארמערן די מצב ארום די קבר פון ר' שמעון, און בפרט די הילולא אין ל''ג בעומר.

למעשה, איז די מצב ארום די קבר פונעם תנא הקדוש הלל הזקן, געווען אויך צוליב א אינטערעסאנטע זאך וואס די גאר אסאך עולי רגל שרייבן דערפון. אז מיסטעריעזערהייט פלעגט די מערה פון הלל הזקן זיך אנפילן מיט וואסער, ווען ערליכע אידן זענען אהינגעקומען. דאס איז געווען באקאנט אלע יארן אלץ די 'נס המים'.

אסאך מעשיות און מסורות איז דא ארום דעם נס. אבער אני הקטן, ווען עס איז נאך געווען אפן, האב איך געזען די אינעוויינדיגסטע כוכים אנגעפילט מיט וואסער. לכאורה איז די עיקר נס, אז די וואסער קומט ארויס און פילט אן די גאנצע מערה. אזוי ווי מען קען זען אויף א בילד אין די ספר פון גבאי. און אזוי קוקט טאקע אויס פון זייערע לשונות.

אבער, אינטערעסאנט אז די קבר פון רשב''י ווערט מן הסתם די מערסטע דערמאנט אין חז''ל פון אלע אנדערע קברים. בפרט אין זוהר הקדוש כמובן, און אין נאך ערטער. אין סנהדרין דערציילט די גמרא איבער א שמועס וואס ר' יהושע בן לוי האט געהאט מיט אליהו הנביא ביי די פתח פון מערת רשב''י, לכאורה איז ער דא געקומען דאווענען ביים ציון פון רשב''י!


קעגן איבער האבן מיר אויפן בארג די קבר פון שמאי הזקן אין א מערה.





און העכער דעם אויפן שפיץ בארג א מאדנעם גרויסן שטיינערנעם געבוי, מיט צוויי ערטער וואו צו ליגן דערין. ביידע אויסגעליידיגט.





[ביי נונז פלעגט מען דאס רופן די וויגעלעך, אז דארט זענען שמאי און הלל געלעגן ווען זיי זענען געווען בעיביס, ווי אמת דאס איז ווייס איך נישט]

[און די מערת הכהנים מתלמידי שמאי אביסל אראפ]



דערנעבן איז פארהאן א אלטן שטאט, וואס מען זעט דארט פילע אלטע חורבנות פון א ישוב מזמן התנאים.

און אין צענטער דעם אלטן בית המדרש [נישט די אויבן דערמאנטע, ס׳איז א צווייטע].





[און א מקוה]



360 דיגרי

די חוקרים זענען שטארק מסופק וועלכע שטאט דארט איז אמאל געווען, אבער זיכער א גרויסע וויכטיגע ישוב.






----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מאנטאג אוגוסט 19, 2019 10:30 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג אוגוסט 18, 2019 9:24 pm

מירון והסביבה



דא יעצט גייען מיר ווייטער פון די קבר פון שמאי, ווייטער ארויף די בארג בערך צען מינוט, ביז מיר דערגרייכן די 'כסא של אליהו'.



דאס איז א שטיין וואס קוקט טיילווייז אויס ווי א בענקל, און עס איז מקובל אז דארט גייט אליהו הנביא קומען און מבשר זיין איבער די גאולה שלימה. שפעטער וועלן מיר זען מער איבער דער ענין פון די גאולה אהער קיין מירון.

דער אויבערשטער טייל פונעם שטיין זעהט אויס ווי א קאפ פון א לייב]



[גאר א אינטערסאאנטע זאך איז דא מים דעם כסא של אליהו, אז די ביימער ארום פארעמען אויס די צוויי אויתיות ז און כ וואס דאס מאכט זה כסא, און דער שטיין איז ממש ביים שפיץ פונעם ז'. די ז כ זעהט מען זייער קלאר פון מערה פון רבי שמעון.

(לויט ווי טוב האט שוין דערמאנט אז די ביימער זענען נישט נאטרוליך איינגעפלאנצט ווייס איך נישט וואס די מעשה מיט דעם אויסקריצ איז, אבער זייענדיג דארט אויבן האב איך געזהען אז דער גאנצער שטיל פוןנעם ז כ איז איין ריזיגן סלע וואס דער כסא של אליהו איז אויך א חלק פון דעם)

ווי סווערט געזעהן פון מערת רבי שמעון





360 דיגרי


א נענטערן בליק



דער שטיין איז אזא פעלז וואס קומט ארויס אינמיטן די בארג, צווישן גראז און ביימער. עס איז ממש אויפן טרעי''ל 'שביל ישראל'.

און אז מען רעדט שוין: די 'שביל ישראל' איז א טרעי''ל – שביל, וואס לויפט אדורך די גאנצע לאנד פון אינטען ביז אויבן, אדער פארקערט. פון אילת ביז מטולה.

[די סימנים אויף די שטיינער פאר שביל ישראל]





עס נעמט בערך צוויי וואכן דאס דורכצוגיין צופיס. ווענט זיך וויאזוי מען מאכט עס. מערערע מאכן יעדע חלק באזינדער, און ביינאכט גייען זיי אהיים שלאפן, און די קומענדיגע טאג גייען זיי ווייטער, אנדערע מאכן עס ברציפות און ביינאכט שלאפן זיי איבער אין געצעלטן, מסירות נפש פאר אזעלכע שטותים...

די וועג צופיס פון צפת קיין מירון איז אויך מיט דער וועג. עס לויפט גראדע אויך ביז טבריא פאר ווער איז אינטערעסירט.

דער שביל לויפט אדורך אסאך שיינע און אינטערעסאנטע ערטער, ספעציעל אויסגערעכנט אז עס זאל אדורכלויפן די אלע פלעצער. אויך אסאך נעבן דעם ים הגדול, און פון דארט קיין ירושלים, און נאך אסאך שיינע אינטערעסאנטע ערטער.

ווער עס איז געווארן אנגעצינדן דערפון, און ער וויל מאכן דעם הייק אריבער דעם לאנד, זאל האבן אסאך הצלחה און צוריק ברענגן שיינע באריכטן און בילדער דערפון פאר אונז דא. דרך צליחה ושמיחה.

צוריק קיין מירון. מיר גייען צוריק אראפ דעם בארג. טאקע מיט דעם שביל ישראל, וואס פארט דערנאך ווייטער אריין אינטער די מירונ'ע בארג, וואו עס קומט אן צו בית ג'אן און ברעם צו וואו מיר וועלן שפעטער אנקומען.

מיר קלעטערן ארויף צופיס די שווערע באוואקסענע הר מירון. [באוואסט אין ארץ ישראל אלטס דער דזשערמאק בארג, דער הכסטער בארג אין גליל]





(אויפן שפיץ האבן מיר די מיליטערישע באזע וואס מיר האבן שוין געשמועסט אויבן פון דעם)



[אויפן בארג האבן מיר דעם חניון הפסגה ווא זאיז דא א ספציעלן פלאץ צו כאפן א בליק אויף דעם גאנצן ארום]





גראדע האב איך שוין דא אינטען אין דעם טאל צווישן די צוויי ריזיגע בערג, אמאל געטראפן א בעל חי וואס האט אויסגעקוקט ווי א פוקס, אדער א שאקאל. ער האט אדורכשפאצירט אינמיטן נאכט א צוויי פיס פון מיר . איך האב געשריגן אויף אים קולות און געטופעט מיט די פיס, אבער ער האט מיר גענצליך איגנארירט, ניטאמאל א בליק געכאפט אויף מיר. איך האב מיך אינגאנצן באליידיגט, אזוי נישט מורא צו האבן פון מיר... קעצלעך און פייגלעך יאגן פון מיר ווי נאר זיי זעהען מיר, און ער, כאילו איך עקזעסטיר נישט...

אגב, איז אין די נחל עמוד, דארט אינטער צפת, וואו מיר האבן שוין גערעדט, ווי עס געפינט זיך די קברים פון נחוניא בן הקנה און נאך, איז דא גאר אסאך ווילדע חזירים. צומאל קענען זיי זיין מסוכן. דא האב איך נאר געזען קליינע, אבער ווען איך בין געווען א שבת אין די אלטע מגרון (לאמיר זען צו איינער דא ווייסט וואס און וואו דאס איז... אן סירטשן...), האב איך באגעגענט א גרויען ווילדן חזיר, א ריז, גרויס ווי א וואנט. אגב, ער האט זיך יא אפגעשטעלט און געווארפן א געפרוירענעם בליק אויף מיר, אבער געגאנגען ווייטער רואיג און געלאסן, וואוסנדיג אז איך האב מער מורא פון אים וואו ער פון מיר...

אינטערעסאנט איז, אז בערן דא אין אמעריקע וואס קענען איינשלינגען צען חזירים און פופצן שאקאלן אין איין טאג, ציטערט וואו נאר ער הערט – שמעקט א מענטש פון א מייל ווייט. איך רעד פון עקספיריענס, איך פלעג מיך אסאך טרעפן מיט זיי אין די הויכן פון די קעטסקילס יעדע זוממער. ישראל עזים הן, אפילו די חיות אין ארץ ישראל זענען עזים און עקשנים...



----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:48 am

מפת מירון פון אויבן





----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 11:40 am

ברעם והסביבה


עס זענען פארהאן נאך אסאך זאכן צו זען אין מירון. עי' בהכתבים של ר' שמ''ח ועוד. מיר וועלן יעצט גיין ווייטער.

מיר וועלן ווייטער ארויפפארן צו די גוש חלב געגענט אויפן 89, דארט וועלן מיר זיך דרייען אינאיינעם מיטן ראוד צו לינקס אין ריכטונג פון צבעון און סאסא. מיר זענען שוין פריער געפארן דא, אבער מיר ריכטן יעצט אונזערע טריט צו ברעם, א געגענט נישט ווייט פונעם גרעניץ מיט לבנון.



מיר דערגרייכן דעם 899, דרייען מיר זיך ארויף דערויף. פריער זענען מיר שוין געווען אויף דעם ראוד, אויף די אנדערע זייט דערפון, ווען מיר האבן באזוכט אונזערע טשערקאסים פון ריחאניה, פאר ווער עס געדענקט נאך. יעצט וועלן מיר נאך אביסל, זיך ארויפדרייען אויפן 8967.

אבער צום ערשט, נאך אויפן 899, זעהן מיר צום רעכטס א שיינעם ביימער - געדעכט - באוואקסענעם טאל, דאס איז 'יער ברעם', איינס פון די שענסטע און עלטסטע וועלדער איבערן לאנד.



360 דיגרי

אין צענטער פון דעם וואלד געפינט זיך א חרוב'ע צאמגעפאלענע בנין, וואס א טאוועל דערויף צייגט אן אז דארט געפינט זיך דער קבר פון אסתר המלכה.



צו גיין אהין צופיס, איז א גוטע פופצן צוואנציג מינוט אינעם וואלד צווישן די ביימער, אבער עס איז א גוט אויסגעטרעטענע וועג אהין, קלאר אנגעצייכנט וואו צו גיין, און מיט א פיינעם קילן שאטן פון די פילע ביימער.





למעשה איז יש מפקפקים אויף דעם קבר, און עס קען זיין אז עס געפינט זיך מער צפון נענטער צו די אנדערע קברים.



אגב, וויל איך צולייגען א אייגענע השערה איבער די קבר פון אסתר.

כידוע געפינט זיך די קבר פון מרדכי ואסתר אין די חאמדאן אין איראן, דאס איז גאר באקאנט און פון דעם ווייסן אלע. דער דארטיגע מסורה איז גאר א שטארקע, וויבאלד אידן האבן דארט לכאורה געוואוינט אלע יארן זינט דעם נס פורים. איז ווי שטימען די צוויי מסורות, ליגן זיי אין איראן אדער אין ברעם?





קען זיין אזוי. מרדכי האט דאך לכאורה געהאט א ווייב חוץ פון אסתר המלכה, אסתר האט דאך חתונה געהאט צו אחשורוש. אויב אזוי, קען זיין אז דארט ליגט טאקע מרדכי מיט זיין ווייב, או דא ליגט נאר אסתר וואס האט געוואלט ליגן אין ארץ ישראל, און ווען (איר קינד?) דריוש האט געגעבן ערלויבעניש ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל כידוע, האט זי אויך געוואלט מען זאל איר ארויפטראגן כדאי זי זאל נישט דארפן ליגן אין איראן. אפשר טאקע ווייל זי האט מורא געהאט אז מען וועט איר נאך לייגן מיט איר ארויפגעצווינגענעם מאן דעם גוי גמור אונזער אחשורוש'ן פון די מגילה...

האט מען ממלא געווען איר רצון און איר דא ארויפגעברענגט, און באגראבן דא אין ברעם מחמת איזה סיבה. און מרדכי האט מען באגראבן דארט אין חמדאן, מיט זיין ווייב דערנעבן.
מיט די יארן נאכן וויסן אלץ אז דארט ליגט מרדכי מיט זיין ווייב, האט מען אנגעהויבן צו זאגן אז דארט ליגט מרדכי מיט אסתר, ווייל אזוי גייט דאך עס, 'מרדכי ואסתר'. און די זעלבע דא, האט מען מיט די יארן דא אויך אהערגעברענגט מרדכי פון איראן מיינענדיג אז ער ליגט דא, און למעשה ליגט דא אסתר אליינס.

און אזוי זעט מען טאקע אין די פריעדיגע כתבים, וואס דערמאנען דא נאר אסתר אליינס, און שפעטער האט מען אנגעהויבן צו דערמאנען דא אויך מרדכי. איז די זעלבע דארט, אנגעהויבן האט זיך עס מיט מרדכי, און שפעטער האט אסתר זיך געטראפן אומשולדיג ליגן אין איראן, דאס וואס זי האט דוקא נישט געוואלט.

עס איז נאר בדרך אפשר, די אמת וועט מען דארפן ווארטן אויף ביאת המשיח, ווען מען וועט קוקן ביי תחית המתים ווער עס קומט ארויס פון ווי, וועט מען וויסן ווער עס האט זיך דארט געפינען ביז דאן. ביז דאן, וועט איר לכאורה מוזן בלייבן נייגעריג און זיך האלטן געשפאנט ביזן גרויסן טאג, היום הדין הגדול והנורא, יום שכולו טוב וכולו ארוך.

נאכן האבן די זכיה צו באזוכן ביים קבר פון אסתר המלכה, איינס פון די ווייניגסט באזוכטע קברים אין ארץ ישראל, סיי צוליב די ווייטע געגענט און סיי צוליב די מהלך וואס מען דארף גיין אהין (לכאורה, נאר ריש לקיש אין קציון און די קברים אין עכברה און אפשר נאך געציילטע, דארף מען גיין אזא מהלך אנצוקומען אהין, אלע אנדערע איז שוין היינט גלייך נעבן די ראוד, אדער נישט ווייט דערפון), וועלן מיר גיין ווייטער צו נאך עטליכע קברי צדיקים און נאך.

נאך אביסל פארן, פארן מיר ארויף אויפן קליינעם ראוד די 8967 וואס טראגט אונז גלייך צו די 'גן לאומי ברעם'. דא אריינצוגיין קאסט אפאר שקל, אבער פאר ווער עס האט ליב ארכיאלאגיע און היסטאריע, איז עס לכאורה ווערד.



דא האבן מיר א גאר אלטע בית המדרש, וואס באופן פלא, איז געבליבן שטיין אלע יארן די פרעכטיגע מזרח וואנט דערפון, מיט עטליכע הערליכע טויערן, און אפילו מיט אידישע אויפשריפטן דערויף. דער בית המדרש איז גאר א וויכטיגע היסטארישע ארטיקל אין די וועלט פון אידישע ארכיאלאגיע פון יענע צייטן.










דער בית המדרש איז געבויט געווארן פאר א פופצן הונדערט יאר צוריק, אין די צייט פון די לעצטערע אמוראים. אויף די שוועל שטייט אפילו די נאמען פון דער וואס האט עס געבויט 'בנהו אלעזר בר יודן'.



נעבן דעם גרויסן פראכטפולן בית המדרש געפינט זיך א קלענערע בית המדרש פון יענע צייטן.



די חוקרים פלאגן זיך פארוואס מען האט געדארפט צוויי בתי מדרשים אין דעם זעלבן דארף אין די זעלבע צייט. א חסידישע איד (היינט, שוין די ליטווישע אויך...) פארשטייט בכלל נישט די וואונדער... נאר צוויי?...

אויף די צווייטע בית המדרש שטייט אויפגעשריבן אזוי: 'יהי שלום במקום הזה ובכל מקומות ישראל יוסה הלוי בן לוי עשה המשקוף הזה תבא ברכה במעשיו שלום'.



אינטערעסאנט, אז די זעלבע נאמען האט מען געפינען אויף א שוועל פון א אלטן בית המדרש אויך פון דער צייט, אין די ישוב עלמה. קוקט אויס אז דער בויער איז געווען אין יענע צייטן שטארק אויפגעפיקט צו בויען שיינע בתי מדרשים, און ער האט אפילו געהאט שכל און איבערגעלאזט א זכר פון זיך פאר פופצן הונדערט יאר שפעטער מען זאל געדענקן אז ער האט אמאל געטויגט צו עפעס... כי אם תורה ומעשים טובים בלבד...

א אינטערעסאנטע זאך דערציילן עטליכע עולי רגלים אין זייערע כתבים. זיי רעדן איבער א אויפשריפט וואס זיי האבן געפינען דארט, ווי עס איז געווען געשריבן 'אל תתמהו על שלג שיורד בניסן כי אנחנו ראינוהו בסיון!'.



דאס איז ממש א פלא, ווי מיר האבן שוין ברייט אוסגעשמועסט די ענין פון שניי אין ארץ ישראל. היינט קען מען אפשר ערווארטן אין סאמע ווינטער פון טבת – שבט, נאכדעם איז עס ניטאמאל א חלום. אבער דא רעדט מען פון סיון ווען דארט בראט שוין די זון אויף ניינציג – הונדערט, און דא האט גאר דאן געשנייט! ריכטיג גלאבעל יורמינג...





360 דיגרי

נאכן דא באזיכן און נתפעל ווערן פון די אלטע הערליכע בתי מדרשים, וועלן מיר פארן אביסעלע ווייטער צפון אויפן 8967, ביז מיר וועלן גרייכן גרינגערהייט די קברים פון עטליכע צדיקים מיט אן אינטערעסאנטן צאמשטעל: עובדיה הנביא מזמן בית ראשון, מר זוטרא מזמן האמוראים, און הילד נחמן קטופא מזמן הגאונים (לכאורה).

עובדיה הנביא ווייסן מיר דאך, ער האט גראדע די קלענסטע ספר אין תנ''ך, נאר איין קליינעם קאפיטל, אבער ברייט באקאנט צוליב דעם פסוק זיינעם ''והיה ה' למלך על כל הארץ וכו''. לויט ווי זיי שרייבן, איז אין דער מערה באהאלטן געווארן א טייל פון די נביאים וואס ער האט באהאלטן פון אחאב כידוע, און שפעטער האט מען אים דא באערדיגט.



דערנאך מר זוטרא, אויך א באקאנטע אמורא.





און דערנאך האבן מיר אן אומבאקאנטן נחמן קטופא.



אויף אים איז דא א לאנגע מעשה, עי' בספרו של גבאי אדער קדמונינו. תמצית הדברים איז ער אוועק אלץ קינד נאכן זאגן נביאות אויף די גאולה. ווי עס שטייט, האבן זיינע עלטערן טאקע געוואוינט דא אין דעם דארף ברעם דערנעבן. מעגליך זיי האבן אפילו געדאוונט אין יענעם בית המדרש ווי מיר האבן נארוואס באזוכט.



מען דארף אנמערקן אז לויט גבאי, געפינען זיך די אלע קברים אביסל דרום אראפצו, און נישט דא.

עובדיה הנביא



נחמן קטופה (און ער שרייבט אויפן מציבה אז דארט ליגט אויך אביו רבי פנחס בן יאיר)



נאכן ענדיגן מיטן פארווארפענעם ברעם, איז ווער עס איז הונגעריג נאך אזויפיל קלעטערן און פארן, קען צופארן אדער צום ישוב דובב דא דערנעבן וואס איז ממש ביים גרעניץ מיט לבנון, אדער צום רייכן ישוב ברעם אביסל ארויפצו, און גיין איינקויפן דארט עסן.

עפלעך ווייס איך פאר זיכער אז די ישוב ברעם פארמאגט,



וויבאלד איך פלעג אלץ זען די אויפשריפט 'קיבוץ ברעם' אויף אלע עפל קעסטלעך אין אלע פרוכט געשעפטן (יא, אין ארץ ישראל איז דאס נאך אן ערענסטן ביזנעס, א פרוכט געשעפט. עיין זונענפעלד פינת שומרי אמונים ומאה שערים ועוד ועוד), וואס דאס באדייט אז עס קומט פון זייערע פעלדער דא ארום, איז מן הסתם האבן זיי דא אויך צו פארקויפן דערפון אפאר פרישע נארוואס געריסענע נארהאפטיגע עפלעך...


----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 9:19 pm

פקיעין


האבן מיר גענדיגט מיט ברעם, מיר האבן דא געהאט: מערערע קברי צדיקים, צוויי בתי מדרשים, עפלעך פון ברעם און חידושים אויפן קבר פון אסתר המלכה. יעצט וועלן מיר פארזעצן מיט אונזער רייזע בעזהשי''ת.

מיר וועלן יעצט זיין א קאזע און גיין אויף צוריק... מיט וועלן פארן אויף צוריק ביז מיר דערגרייכן דער 89 פון וואו מיר קומען. דארט וועלן מיר מאכן א רעכטס און פארן צו מערב זייט.
מיר פארן נאכאמאל אריבער די ישוב סאסא. ווער עס וויל קען נאכאמאל אריינפארן און דאווענען ביי די קבר פון לוי בר סיסי וואס געפינט זיך דא.

דערנאך פארן מיר נאכאמאל אריבער דעם ישוב חורפיש וואס איז נאך אלץ באוואוינט מיט אונזערע שוין לאנג באקאנטע דרוזן... און יעצט, נאכן ענדיגן מיט אונזערע חזרות, וועלן מיר אנקומען צו די ראוד צו ווי מיר צילן די 864.

מיר וועלן זיך ארויפדרייען דערויף מיט א לינקס און אנהייבן פארן אויף דעם געדרייטן ראוד.

צום ערשט פארן מיר דורך א אידישע ישוב 'חוסן',



ארומגענומען מיט עטליכע קלענערע אראבישע געגענטער. בכלל איז די מערב טייל און דרום טייל פונעם גליל, פיל מער באוואוינט מיט אראבישע שטעט און דערפלעך, וואו מיר וועלן נאך זען.

דערנאך פארן מיר אדורך דעם אריינגאנג צום אידישן ישוב 'פקיעין החדשה' על שם די דערנעבנדיגע אלטן פקיעין.

קורצליך דערנאך זעהען מיר ממש אויפן ראוד, דעם קבר פונעם אמורא 'רבי אושעיא איש טיריא'. אביסל בעפאר איז דא אן אריינגאנג וואו מען קען אריינפארן און רוהיג פארקירן דעם אויטא.



דער קבר געפינט זיך אינדרויסן אויף אזא שטיקל סטעיז''ש, אינטער א גרויסן אלטן בוים, הארט נעבן די ראוד. דערנעבן האבן מיר אזא כמו בית המדרש, וואו מען קען אריינגיין און לערנען און דאווענען כמו שלבו חפץ.



דער קבר איז זייער אנגענומען ביי די ספרדים, און זיי האבן טאקע געבויט דעם דערנעבנדיגן בית המדרש. דאס איז צוליב דעם וואס די 'בבא סאלי' פלעגט אסאך אהערשיקן מענטשן פאר ישועות, בעיקר פאר קינדער, אויב איך געדענק גוט.

אזוי ווי אין עמוקה און ביי ר' יוחנן הסנדלר און נאך וואס מיר האבן שוין געזען, האט מען דא אויך געפינען בשעת'ן גראבן צו בויען דעם היינטיגן ציון, א שיינעם מערת קבורה אינטער דעם. מען זעט פון דעם ווייטער די קראנטהייט און פונקטליכקייט פון די אידישע מסורה איבער קברי צדיקים.

אינטער די קבר איז פארהאן א הערליכע טאל, א טאל וואס א טאל קען נאר מיינען. אין צענטער דערפון איז פארהאן א שיינעם קוואל. און העכער די טאל, די אנדערע זייט בארג, איז פארהאן א גרויסן שיינעם ישיבה בנין.



[אזוי ווי בחורים זענען בחורים, און אויב איך מאך נישט קיין טעות רעדט מען פון א ברסלבער ישיבה, האבן זיי קענעקט א פייפ וואס מיט דעם גליטשט/קריכט מען אראפ דעם טאל און דערנאך ארויף צום דעם צווייטן זייט,. מרדעט דא אבער פון סיריעס ביזנעס שוין מער פון איינמאל וואס מהאט געדארפט ברענגען א העליקאפטער צו ארויס נעמען איינער וואס האט זיך ציבראכן די ביינער.]

נאכן זיך אויסבעטן אלעס גוטס און זיך זעטיגן פון דעם שיינעם טאל, פארן מיר ווייטער אויפן הויפט שאסיי, ביז מיר גרייכן דעם דרוזישן דארף 'פקיעין'.

דא אין פקיעין האבן מיר בעיקר צוויי מקומות צו גיין.

די ערשטע איז די גאר באקאנטע מערה פון רבי שמעון מיט אלעס ארום.



די צווייטע איז א קבר פונעם תנא רבי יוסי בן לקוניא, די שווער פון רבי אלעזר בן רבי שמעון.



למעשה איז באקאנט אז ארום דעם באהויפטונג אז דא געפינט זיך די באקאנטע 'פקיעין' ווי ר' שמעון האט זיך באהאלטן פאר דרייצן יאר, ארום דעם טוט זיך גאר אסאך!



פון די מקורות אין חז''ל קוקט נישט אויס ווי פקיעין געפינט זיך בכלל אין גליל, נאר ענדערש אין די געגענט פון לוד אין צענטער לאנד. און אזוי טענה'ן די חוקרים, און אויך עטליכע היימישע ערליכע אידן האבן געוואלט אזוי זאגן, וויבאלד עס זענען פארהאן אויף דעם ארט אין פקיעין, גאר אסאך קשיות און שוועריקייטן צו גלייבן דערין.

אבער למעשה איז דאס גאר אן אלטע מסורה וואס מען קען נישט אזוי גרינג אוועקמאכן! נאכדערצו, אז ביז היינט וואוינט דא נאך א אלטע פרוי, וואס איז די לעצטע איד וואס וואוינט דא, און ווי זיי האבן מסורה, וואוינען זיי דא נאך זינט דעם צווייטן חורבן בית המקדש, און דערפאר וויל זי נישט אוועקגיין פון דא, נישט ווילנדיג אפהאקן די רציפות פון די אידישע ארטיגע קהילה. און ביז נישט לאנג צוריק האבן דא געוואוינט צענדליגע אידישע משפחות וואס האבן אויך געהאט אזא מסורה אז זיי וואוינען שוין דא אלע יארן זינט דעם חורבן (לעצטנס האט מען פרובירט אביסל צוריקצוברענגן אידישע משפחות אהין).

אויב אזוי איז דאס גאר א פונקטליכע און שטארקע מסורה, און די קשיות דערויף וועט מען דארפן פארענטפערן, אבער די מסורה בלייבט א מסורה.

בכלל האבן זיי דארט אן אלטן בית המדרש וואס ווי זיי זאגן, שטייט דאס נאך טאקע פון די ערשטע צייטן, נאך בזמן חורבן הבית. מען האט דארט טאקע געפינען אלטע אינטערעסאנטע געפינסן, בעיקר א אלטע שטיין אויסגעקריצט אויף דעם די צורה פון א מנורה, א שופר, א לולב און נאך, וואס לכאורה איז דאס געווען א טייל פון א אלטן בית המדרש וואס האט זיך דארט געפינען.

















360 דיגרי

די מערה איז ממש נעבן דעם הויפט שאסיי, מיט מערערע טרעפ אראפצוגיין דערצו.



360 דיגרי

אין די מערה

דערנעבן איז היינט פארהאן א באקסער בוים,



360 דיגרי

און א קוואל לויפט נישט ווייט דערפון, היינט צוטאגס, אין צענטער פונעם אלטן דארף.



די מערה איז גאר קליין, און באהאלטן קען מען זיך נישט דארט, און מען קען זאגן אז עס איז פשוט איינגעפאלן אזוי ווי די סדר פון מערות, און באמת גייט עס פיל טיפער און מען האט זיך געקענט באהאלטן דערין אין די טיפערע חלקים.





צום קוואל, און אזוי אויך צום קבר וואס איז טיף אינעם אראבישן דארף, איז לכאורה נישט כדאי צו גיין, ווייל צומאל ווערן די ארטיגע איינוואוינער זייער אומהעפליך, און עס איז נישט כדאי זיי צו באגעגענען פונקט דעמאלטס...



אני הקטן בין איך געווען ביי אלע, אויך ביים קוואל און אויך אויף דעם קבר וואס געפינט זיך אין די בעק יארד פון אן אראבער, אבער נאר טיף אינעם עלנדן טינקעלן נאכט, ווען די ארטיגע זענען סרוחים במיטותיהם אין א טיפן שלאף וואס איז נאה להם ונאה לעולם...

האבן מיר באזוכט פקיעין, די צוויי קברים און די מערה מיטן באקסער בוים און דעם קוואל. באקסער האבן מיר נישט געקענט עסן צוליב די פראבלעם פון ווערים, אבער וואסער האט מען געקענט ארויסשעפן פונעם קוואל און טרינקען פרישע קילע וואסער, אה... א מחיה... יעצט וועלן מיר ווייטער גיין מיט פרישע כוחות.

מען פארט ארויס אויפן הויפט שאסיי, און מען פארט דרום אראפ אראפ דעם בארג. צום ערשט פארט מען דורך צווישן די הייזער פון פקיעין וואס זענען סטאנציאנירט אזוי אויפן ראוד. דערנאך ווערן זיי פארשוואונדן און מען פארט אריין צווישן די ארטיגע הויכע בערג.

נאך אביסל קען מען זיך אריינדרייען צום דרוזישן ישוב בית ג'אן וואס איז פון די העכסטע ישובים אין ארץ ישראל,



און געפינט זיך אויף הר מירון, די אנדערע זייט פון מירון.



דערנאך קען מען זיך אריינדרייען צום קליינעם פארווארפענעם אידישן ישוב חרשים.



מיר פארן ווייטער אויפן 864, ביז מיר הייבן שוין אן צו זען די הערליכע פאנאראמע פונעם 'בקעת בית הכרם'.

מיר זענען יעצט גאר הויעך, און מיר פארן יעצט אראפ צו פיל נידריגער, בעצם, פון גליל העליון צום גליל התחתון. דעריבער זעהען מיר יעצט די גאנצע צייט א הערליכע אויסקוק אויפן גאנצן גליל התחתון, וואס שפרייט זיך אויס אינטער אונזערע פיס – רעדער... ווען אין די צענטער פונעם טאל זעהען מיר די גרויסע שטאט כרמיאל, ווי מיר גייען אט אט באזוכן.

אינמיטן דעם געדרייטן ראוד אויפן וועג אראפ, איז צוגעשטעלט אזא טעראסע, פון וואו מען קען זיך אפשטעלן צו באטראכטן די גאנצע פאנאראמע מיט א רוהיגקייט, ענליך צו דאס וואס מיר האבן נארוואס געהאט אויפן וועג ארויף קיין מירון. דארט האבן מיר געקענט זען די גאנצע מזרח טייל פון לאנד, און דא קענען מיר זען די גאנצע מערב טייל.

פארן אנקומען אינטן פארן מיר אדורך אן גרויסן אראבישן ישוב 'ראמה',



וואס זיינע הייזער געפינען זיך אויך אויפן הויפט שאסיי. ביז ענדליך גרייכן מיר דעם ערד פלאך, ווען מיר טרעפן זיך צוריק אויפן 89 - נאר א מייל צוויי פון וואו מיר האבן עס פארלאזט ביים ארויפפארן קיין מירון, פאר ווער עס געדענקט נאך.

מאכן מיר דא א רעכטס אויפן 89, און מיר ווענדן זיך גלייך צום דערנעבנדיגן דרוזישן ישוב 'סאג'ור'.



מיר וועלן צום ערשט איבערנעכטיגן אינעם אידישן ישוב 'שזור' דא קעגן איבער, ווייל מיר טראסטן שוין נישט אזוי אונזערע דרוזן... מיר ווילן נאר הערן פון זיי פונדערווייטנס, אבער וואו איבערצושלאפן וועלן מיר שוין טרעפן ערגעץ אנדערש.

וועלן מיר איבערנעכטיגן אין שזור, צופיסנס פונעם הויכן 'הר כמון',



און צומארגנס וועלן מיר אי''ה גיין קיין סאג'ור.



----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 10:05 am

כביש 89


האבן מיר זיך פיין אויסגעריט אין 'שזור'. צופרי זענען מיר אויפגעשטאנען צום הערליכן פרעכטיגן זון אויפגאנג פון צווישן די בערג ארויס. די האן האט שוין געקרייט אינעם בעק יארד פונעם דערנעבנדיגן שכן, און די ציגעלעך זיינע האבן שוין אנגעהויבן צו מע'קענען ווארטנדיג אויף זייערע שטרויענע פרישטאג, אונז ארויסטרייבנדיג פון בעט נישט לאנג נאכן עלות, נישט צו זיין די לעצטע אינעם מושב וואס שטייט אויף. דא שטייט מען אויף גאר פרי און מען גייט ארויס צו די פעלד ארבעט צו אקערן, זייען און פלאנצן. שלאפן גייט מען ווען עס ווערט טינקעל און צופרי שטייט מען אויף ווען די זון קומט ארויס.

אפגעדאוונט אינעם בית הכנסת פונעם ישוב. קיין מקוה און ניטאמאל א קאווע פארן דאווענען האבן מיר נישט געהאט דא אין בית הכנסת, און זיכער נישט קיין חסידיש ספר... די שאפע פארמאגט נאר תנ''ך פון מערערע סארטן... בלויע גמרות, בלויע משניות, א שולחן ערוך, א יחוה דעת פון ראבי עובדיה, א כוזרי און א עקידה און שוין. שמוץ פון מקוה איבערבלייבענישן און פון קאווע גלעזלעך זאלסטו מאכן ביי דיר אינדערהיים... זיך פארקאכן אויף א חסידיש ספר זאלסטו טון ביי דיר אין הארץ, דא קומט מען דאווענען און דערנאך גייט מען...

שוין, פארן מיר אוועק פון דעם מאדנעם מקום. מיר גייען גלייך קעגן איבער צום דרוזישן ישוב 'סאזשור', וואס איז פארדרייט פונעם נאמען פונעם אלטן אידישן ישוב 'שזור' וואס האט זיך דא געפינען, און ווערט דערמאנט אין חז''ל אלץ די וואוין ארט פון 'שמעון שזורי'.

מיר פארן אריבער דעם גאנצן גרויסן דארף, ביז מיר גרייכן דעם אנדערן עק כמעט גענצליך אינדרויסן פונעם ישוב, דארט געפינען זיך דריי קברים. די גרויסע בנין איז פון רבי ישמעאל כהן גדול, נישט ווייט איז רבי שמעון בן אלעזר, און דערנעבן מער צווישן די הייזער, איז רבי שמעון שזורי.

רבי ישמעאל האט א גרויסן מעכטיגן בנין, ווי עס ווערט צומאל אפגעראכטן סעודות דורך אונזערע ספרדישע ברודער. הושיבו סעודה על קברו.



אין צענטער פונעם בנין געפינט זיך די גרויסע שטיין אינטער וואו עס געפינט זיך די הייליגע גוף פונעם תנא הקדוש

[דער בילד איז א 360 דיגרי, דער ציון איז א ריזיגער צימער און די רעכטע זייט די ציון און אין די לינקע זייט די מקום הסעודות]





וואס איז אריין אינעם קודש הקדשים מערערע מאל, און דער אייבערשטער האט אים געבעטן 'ישמעאל בני ברכני'!



און עלה למקום שעלה בעפאר מען האט אים אומגעברענגט על קידוש השם, און שפעטער איז ער טאקע געווען צווישן די הייליגע עשרה הרוגי מלכות, ביז ער האט דא געטראפן מקום מנוחתו ביז היינט, ווען פילע אידן קומען דא אויף זיין קבר הקדוש און הייליגן זיך מיטן וויילן דערויף נעבן אזא הייליגע גוף וואס ער האט איבערגעלאזט אויף דער וועלט צווישן אונז.

די אנדערע קברים האבן נישט קיין בנינים, נאר אזעלכע מאדנע מציבות ווי מען קען שטיין דערויף און דאווענען. ווער עס מאכט אפ וואס צו בויען ווי, ווייס איך נישט. הכל תלוי במזל...

רבי שמעון בן אלעזר



רבי שמעון שזורי.



די פאנאראמע דא איז א וואונדערליכע. העכער אונז זעהען מיר א מעכטיגע בארג ציט זיך גלייך ארויף. בעצם, פון דארט זענען מיר נעכטן אראפגעקומען, דאס איז די גליל העליון, און נישט ווייט דא ארויף איז פקיעין פון וואו מיר קומען נארוואס.

אינטער אונז איז א שיינע טאל אראפ, בקעת בית הכרם, וואו אין צענטער לויפט די 89,



און נישט ווייט זעהען מיר די שטאט כרמיאל ליגן אינעם טאל אויסגעשפרייט אויף די ערד פלאך און די ארומיגע הרים וגבעות.



מיר וועלן טאקע שוין יעצט זיך אריבערכאפן אהין. מיר פארן צוריק ארויס פונעם דארף. אויפן 89 מאכן מיר א רעכטס און מיר פארן פאר א קורצע וויילע אויפן שאסיי.

צום ערשט זעהען מיר צו רעכטס א גרויסע אראבישע שטאט 'נחף'. דער טאל איז געבענטשט מיט אומהיימליכע אראבישע שטעט וואס באדעקן דעם צפון טייל פונעם טאל, זיך ארויפציענדיג אויפן בארג דערנעבן.



נאך אביסל זעהען מיר א אריינגאנג צו כרמיאל,



מיר וועלן פארן נאך אביסל און נעמען דעם מערב אריינגאנג ביים עק, וואו מיר וועלן גלייך צופארן, נאך א רעכטס און נאך א רעכטס, האבן מיר דעם קבר פון די תנאים רבי אלעזר הקפר און בר קפרא.



פון דעם האט איר נישט געטראכט אז מען האט היינט די קבר פונעם תנא בר קפרא וואס מיר דערמאנען דריי מאל (?) א טאג ביים דאווענען, הא?...

די קבר איז נאר א מערה וואס גבאי האט אנטפלעקט די לעצטע יארן אויפן סמך פון די כתבים פון די עולי רגל. א מערה וואס מען קען כמעט נישט אריינגיין.



לעצטנס קומט די עולם מער אהין און עס ווערט אביסל בעסער צוגעשטעלט. עס איז זייער גרינג אהין אנצוקומען, וויבאלד עס געפינט זיך ממש נעבן די ראוד פונעם שטאט, אביסל ארויף אויפן בארג.

[א שוועל וואס מהאט געטראפן אן כפר דבורה פון א בית מדרש שטייט אויפגעשריבן זה בית מדרשו שהלרבי [= של רבי] אליעזר הקפר.]



א קורצע באריכט איבערן שטאט: די שטאט איז גאנץ פריש, אנגעהויבן צו בויען אין יאר תשל''ד. ניי אקעגן די אנדערע שטעט וואס זענען שוין על פי רוב אראפ טויזענט יאר אלט, כאטש אפאר הונדערט.

עס וואוינען דארט אסאך פרייע, בפרט רוסקיס. אויך אסאך אזעלכע נאציאנאל ערליכע אידן, אזוי גערופן. לעצטנס ציען זיך אהין אביסל ליטווישע פרומע, צוליב א ישיבה זייערע וואס האט זיך דארט געפענט.

עס איז זייער א שיינע שטאט און ארומגענומען פון אלע זייטן מיט שיינע בערג.



דערנעבן לויפט א שיינעם טייכל טיף אינעם טאל,

און אין די שטאט איז פארהאן א שיינע פארק אהערגעשטעלט.







360 דיגרי

א איד האט זיך מנדב געווען צו אונז ארום פירן דעם פארק מיט א פול 360 דיגרי



----
הערות והארות דא
קרעדיט: טוב ה' לכל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט