מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

קישקע זאפט
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 17, 2019 5:42 pm

תגובהדורך קישקע זאפט » מאנטאג יולי 29, 2019 4:41 pm

אויב א אומלעגאלער אימיגראנט וועט זיך דרייען אויף די ניו יארקער גאסן מיט א שאפינג בעג פיל מיט דראגס, שטייט ער אויס די מערסטע פראבלעמען פארן זיך ארומדרייען מיט א פלעסטיק זעקל.

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » מאנטאג יולי 29, 2019 5:22 pm

קישקע זאפט האט געשריבן:אויב א אומלעגאלער אימיגראנט וועט זיך דרייען אויף די ניו יארקער גאסן מיט א שאפינג בעג פיל מיט דראגס, שטייט ער אויס די מערסטע פראבלעמען פארן זיך ארומדרייען מיט א פלעסטיק זעקל.

credit טשאדעלע באדעלע
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

קישקע זאפט
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 17, 2019 5:42 pm

תגובהדורך קישקע זאפט » מאנטאג יולי 29, 2019 7:19 pm

נעגלוואסער האט געשריבן:
קישקע זאפט האט געשריבן:אויב א אומלעגאלער אימיגראנט וועט זיך דרייען אויף די ניו יארקער גאסן מיט א שאפינג בעג פיל מיט דראגס, שטייט ער אויס די מערסטע פראבלעמען פארן זיך ארומדרייען מיט א פלעסטיק זעקל.

credit טשאדעלע באדעלע


וואפפ.. שוין עטליכע מאל געהאט וואס כ'באקומען אזא גוטסע'ל פריוואט און דערנאך געזעהן ס'קומט פון טשאדעלע.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » מאנטאג יולי 29, 2019 8:27 pm

באמת נישט יושר צו מאכן אזעלכע וויצן וואס מיר אפסטעיט-ניקעס קענען נישט דעשיפרירן. איך פרוביר צו פארשטיין דעם דזשאוק. עס קוקט מיר אויס אז פשט איז, אז די טריפה'נע דראגס קומען אין פלעסטיק זעקלעך, און די כמו כשר'ע קומען אין פאפירענע זעקלעך. טוה איך דאס ליינען ריכטיג?

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יולי 29, 2019 8:56 pm

אז אין ניו יארק סיטי איז פארבאטען פאר געשעפטן צו געבען ניילאן זעקאלאך ביים איינקויפן
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
פארפרוירן
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

תגובהדורך פארפרוירן » דינסטאג יולי 30, 2019 9:15 am

צו געזונט האט געשריבן:אז אין ניו יארק סיטי איז פארבאטען פאר געשעפטן צו געבען ניילאן זעקאלאך ביים איינקויפן

איז מיר אויסגעקומען איינצוקויפן לעצטענס אין די קעטסקילס אין א גוי'שע געשעפט האבעך אויך נישט געקריגן קיין זעקל. און דאס זעלביגע האבעך געהאט נישט לאנג צוריק אין וועסטשעסטער קאונטי.
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג יולי 30, 2019 9:41 am

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:באמת נישט יושר צו מאכן אזעלכע וויצן וואס מיר אפסטעיט-ניקעס קענען נישט דעשיפרירן. איך פרוביר צו פארשטיין דעם דזשאוק. עס קוקט מיר אויס אז פשט איז, אז די טריפה'נע דראגס קומען אין פלעסטיק זעקלעך, און די כמו כשר'ע קומען אין פאפירענע זעקלעך. טוה איך דאס ליינען ריכטיג?

איך זאג אלץ פאר מיין בחור. א דשאוק איז מען נישט מסביר. האסט פארשטאנען לאך א גיטס. האסט נישט פארשטאנען אדער מאך זיך ווי די פארשטייסט אדער וויש זיך אפ די נאז און גיי וויטער.
נישט יעדער פארשטייט סארקאזים
אבער סארקאזי פארשטייט יעדעם איינעם
(חוץ איינער וואס טראכט אנדערש ווי מיר)

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דינסטאג יולי 30, 2019 12:53 pm

בערל: דו ווייסט שמערל, איך האב שוין קרעדיט קארדס 25 יאר, און האב נאך קיינמאל נישט באצאלט א פרוטה "אינטערעסט" ווייל איך באצאל אלעמאל דעם גאנצן באלאנס אין צייט!
שמערל: נעה... איך האב שוין קרעדיט קארדס איך ווייס נישט וויפיל יאר שוין, און איך האב אויך קיינמאל נאך נישט באצאלט א פרוטה "אינטערעסט"
בערל: ווי קען דאס זיין? האלטס דאך מיר אין איין זאגן אז דיין קרעדיט איז אינגאנצן חרוב ונחרב?
שמערל: נו טאקע צוליב דעם וואס איך צאל נישט קיין איין פרוטה "אינטערעסט"....

נישטאמת
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » דינסטאג יולי 30, 2019 1:37 pm

סארקאזי האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:באמת נישט יושר צו מאכן אזעלכע וויצן וואס מיר אפסטעיט-ניקעס קענען נישט דעשיפרירן. איך פרוביר צו פארשטיין דעם דזשאוק. עס קוקט מיר אויס אז פשט איז, אז די טריפה'נע דראגס קומען אין פלעסטיק זעקלעך, און די כמו כשר'ע קומען אין פאפירענע זעקלעך. טוה איך דאס ליינען ריכטיג?

איך זאג אלץ פאר מיין בחור. א דשאוק איז מען נישט מסביר. האסט פארשטאנען לאך א גיטס. האסט נישט פארשטאנען אדער מאך זיך ווי די פארשטייסט אדער וויש זיך אפ די נאז און גיי וויטער.

מיין טאטע זאגט מיר אלץ די זעלבע.. ווער ווייסט...

אלופי אדום
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » דינסטאג יולי 30, 2019 2:22 pm

נישטאמת האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:באמת נישט יושר צו מאכן אזעלכע וויצן וואס מיר אפסטעיט-ניקעס קענען נישט דעשיפרירן. איך פרוביר צו פארשטיין דעם דזשאוק. עס קוקט מיר אויס אז פשט איז, אז די טריפה'נע דראגס קומען אין פלעסטיק זעקלעך, און די כמו כשר'ע קומען אין פאפירענע זעקלעך. טוה איך דאס ליינען ריכטיג?

איך זאג אלץ פאר מיין בחור. א דשאוק איז מען נישט מסביר. האסט פארשטאנען לאך א גיטס. האסט נישט פארשטאנען אדער מאך זיך ווי די פארשטייסט אדער וויש זיך אפ די נאז און גיי וויטער.

מיין טאטע זאגט מיר אלץ די זעלבע.. ווער ווייסט...

אך אשאד כאניש צוגעהערט צו וואס מיין טאטע האט מיר געזאגט,
וואסייסט וואס האט דיין טאטע געזאגט?

כווייסניש! כאדאך ניש צוגעהערט!
קרעדיט יי לאנגזאם
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2835
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג יולי 30, 2019 2:26 pm

:lol:
אלופי אדום האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:באמת נישט יושר צו מאכן אזעלכע וויצן וואס מיר אפסטעיט-ניקעס קענען נישט דעשיפרירן. איך פרוביר צו פארשטיין דעם דזשאוק. עס קוקט מיר אויס אז פשט איז, אז די טריפה'נע דראגס קומען אין פלעסטיק זעקלעך, און די כמו כשר'ע קומען אין פאפירענע זעקלעך. טוה איך דאס ליינען ריכטיג?

איך זאג אלץ פאר מיין בחור. א דשאוק איז מען נישט מסביר. האסט פארשטאנען לאך א גיטס. האסט נישט פארשטאנען אדער מאך זיך ווי די פארשטייסט אדער וויש זיך אפ די נאז און גיי וויטער.

מיין טאטע זאגט מיר אלץ די זעלבע.. ווער ווייסט...

אך אשאד כאניש צוגעהערט צו וואס מיין טאטע האט מיר געזאגט,
וואסייסט וואס האט דיין טאטע געזאגט?

כווייסניש! כאדאך ניש צוגעהערט!
קרעדיט יי לאנגזאם
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 4:02 pm

*
צוגעלייגטע
IMG-20190804-WA0157.jpg
IMG-20190804-WA0157.jpg (91.61 KiB) געזעהן 2327 מאל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 2:17 pm

איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5534
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 5:35 pm

קיקיון האט געשריבן:

הלואי וואלט דאס געווען פאני...
דביה תחדי נפשא

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 6:15 pm

הדא הוא דכתיב כלב שבכלבים...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2484
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:31 am

.
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 10:53 am

געוועזן אין ב"ב א ערליכע חסידישע בחור , א מתמיד עצום , געהארעוועט יומם ולילה, מיטאמאל איז ער זייער שוואך געווארן און זיך געשפירט שוואך

נאך אפאר טעג און די שוואכקייט גייט ניש אוועק איז ער געגאנגן צום דאקטאר ,נאכן אונטערזוכן זאגט אים דער דאקטאר , איר האט מאנאו ל"ע דאס קומט פון זיך אזוי איבערשטרענגן אין לערנען , דו מוזט דיר גיין אויסרוען און גיין אביסל וואקאציע צו אין די שווייץ וכדו'

נו איז ער דאך אבער געווען א נערליכע בחור איז ער אריין צו הרה"ג ר' חיים קנייבסקי זז"ג פרעגן וואס ער זאל טוהן , ער וויל ווייטער לערנען אבער דער דאקטאר לאזט אים ניש און ער מוז נאך גיין אויף וואקאציע

זאגט אים הגר"ח , דו פאלג נאר דעם דאקטאר און גיי וואקאציע ,פרעגט אים דער בחור , און וואס העט זיין מיט ביטול תורה , זאגט אים הגר"ח, די ביטול תורה נעם איך אויף מיר .

דער בחור איז נאכניש געווען צופרידן און וויבאלד ער האט באלאנגט צו א חסידות איז ער אריין צו זיין רבי'ן פאר א סעקאנד אפיניאן


זאגט אים די רבי, ח"ו אז דו זאלסט פארן ס'העט דאך זיין א געוואלדיגע ביטול תורה.

פרעגט אים דער בחור אבער וואס העט זיין מיט די וואקאציע וואס די דאקטאר האט געהייסן ,

זאגט אים דער רבי, "די וואקאציע נעם איך אויף מיר , איך העל שוין פארן אין שווייץ פאר דיר ........!!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 11:25 am

:
נו וואדע האט געשריבן:געוועזן אין ב"ב א ערליכע חסידישע בחור , א מתמיד עצום , געהארעוועט יומם ולילה, מיטאמאל איז ער זייער שוואך געווארן און זיך געשפירט שוואך

נאך אפאר טעג און די שוואכקייט גייט ניש אוועק איז ער געגאנגן צום דאקטאר ,נאכן אונטערזוכן זאגט אים דער דאקטאר , איר האט מאנאו ל"ע דאס קומט פון זיך אזוי איבערשטרענגן אין לערנען , דו מוזט דיר גיין אויסרוען און גיין אביסל וואקאציע צו אין די שווייץ וכדו'

נו איז ער דאך אבער געווען א נערליכע בחור איז ער אריין צו הרה"ג ר' חיים קנייבסקי זז"ג פרעגן וואס ער זאל טוהן , ער וויל ווייטער לערנען אבער דער דאקטאר לאזט אים ניש און ער מוז נאך גיין אויף וואקאציע

זאגט אים הגר"ח , דו פאלג נאר דעם דאקטאר און גיי וואקאציע ,פרעגט אים דער בחור , און וואס העט זיין מיט ביטול תורה , זאגט אים הגר"ח, די ביטול תורה נעם איך אויף מיר .

דער בחור איז נאכניש געווען צופרידן און וויבאלד ער האט באלאנגט צו א חסידות איז ער אריין צו זיין רבי'ן פאר א סעקאנד אפיניאן


זאגט אים די רבי, ח"ו אז דו זאלסט פארן ס'העט דאך זיין א געוואלדיגע ביטול תורה.

פרעגט אים דער בחור אבער וואס העט זיין מיט די וואקאציע וואס די דאקטאר האט געהייסן ,

זאגט אים דער רבי, "די וואקאציע נעם איך אויף מיר , איך העל שוין פארן אין שווייץ פאר דיר ........!!!!"

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: נישט אזוי ווייט דשאוק ווי אמת
נישט יעדער פארשטייט סארקאזים
אבער סארקאזי פארשטייט יעדעם איינעם
(חוץ איינער וואס טראכט אנדערש ווי מיר)

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 12:30 pm

סארקאזי האט געשריבן::
נו וואדע האט געשריבן:געוועזן אין ב"ב א ערליכע חסידישע בחור , א מתמיד עצום , געהארעוועט יומם ולילה, מיטאמאל איז ער זייער שוואך געווארן און זיך געשפירט שוואך

נאך אפאר טעג און די שוואכקייט גייט ניש אוועק איז ער געגאנגן צום דאקטאר ,נאכן אונטערזוכן זאגט אים דער דאקטאר , איר האט מאנאו ל"ע דאס קומט פון זיך אזוי איבערשטרענגן אין לערנען , דו מוזט דיר גיין אויסרוען און גיין אביסל וואקאציע צו אין די שווייץ וכדו'

נו איז ער דאך אבער געווען א נערליכע בחור איז ער אריין צו הרה"ג ר' חיים קנייבסקי זז"ג פרעגן וואס ער זאל טוהן , ער וויל ווייטער לערנען אבער דער דאקטאר לאזט אים ניש און ער מוז נאך גיין אויף וואקאציע

זאגט אים הגר"ח , דו פאלג נאר דעם דאקטאר און גיי וואקאציע ,פרעגט אים דער בחור , און וואס העט זיין מיט ביטול תורה , זאגט אים הגר"ח, די ביטול תורה נעם איך אויף מיר .

דער בחור איז נאכניש געווען צופרידן און וויבאלד ער האט באלאנגט צו א חסידות איז ער אריין צו זיין רבי'ן פאר א סעקאנד אפיניאן


זאגט אים די רבי, ח"ו אז דו זאלסט פארן ס'העט דאך זיין א געוואלדיגע ביטול תורה.

פרעגט אים דער בחור אבער וואס העט זיין מיט די וואקאציע וואס די דאקטאר האט געהייסן ,

זאגט אים דער רבי, "די וואקאציע נעם איך אויף מיר , איך העל שוין פארן אין שווייץ פאר דיר ........!!!!"

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: נישט אזוי ווייט דשאוק ווי אמת

נישט אזוי ווייט דזשאוק ווי ליצנות...
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
מים שלנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » זונטאג אוגוסט 18, 2019 12:13 am

אויב איז עס ליצנות איז די ווייטאג נאך אסאך שטערקער
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » זונטאג אוגוסט 18, 2019 12:48 am

ווער זענען ענקערע רבי'ס, אז עטץ האלט'ס אז דאס ווערטעל איז אזוי גוט?
וד"ל.

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג אוגוסט 18, 2019 12:54 am

פארווייטאגט האט געשריבן:ווער זענען ענקערע רבי'ס, אז עטץ האלט'ס אז דאס ווערטעל איז אזוי גוט?
וד"ל.

הער אויס, רוב עולם האט איין רבי פון וועמען ער האלט און אויטאמאטיש 499 אנדערע פון וועמען ער האלט נישט.
די דזשאוק איז כלפי די אנדערע 499 און חלילה נישט קעגן מיין רבי׳ן זז״ג...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » זונטאג אוגוסט 18, 2019 1:59 am

Can you guys in the Catskills please lower the music volume? People in the City are trying to fall asleep...

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג אוגוסט 18, 2019 2:13 pm

There are no guys in the city
. . . . . . .

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג אוגוסט 18, 2019 2:58 pm

בכלל נישט קיין בדיחותא:
‏די וואס האבן אראפגעפלאשט שווערע אלפים פאר נארישע קידושים און נחמו קומזיצן גייען נישט פארשטייען אין אפאר וואכן ארום פארוואס ערבות ביים משמש דארף קאסטן פינף טאלער...‎
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נאך פונדערהיים און 12 געסט