ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובה דורך הסרפד »

ירוושלמי22 האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:אין ירושלים אין היינט אוועק הרב החסיד רבי אברהם הלוי הורביץ ז"ל באקאנט פון די ברית'ן וואו ער פלעגט זיך שטענדיג משתתף זיין, שווער פון פינסקער רבי שליט"א, און להבלחט"א פון הרב החסיד העסקן המפו' רבי יחיאל רבינוביץ ז"ל

דערמאנט מיר ווי די קינדער אין ירושלים פלעגן איהם צו רופן "אליהו הנביא"
ער פלעגט זין ביי יעדן ברית מילה אין ירושלים
זימער, ווינטער, קעלטן און היצן, שבת, יו"ט, אלס איז ער אנגעקומען

'אליהו מלאך הברית' פלעג איך הערן
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

הסרפד האט געשריבן:
ירוושלמי22 האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:אין ירושלים אין היינט אוועק הרב החסיד רבי אברהם הלוי הורביץ ז"ל באקאנט פון די ברית'ן וואו ער פלעגט זיך שטענדיג משתתף זיין, שווער פון פינסקער רבי שליט"א, און להבלחט"א פון הרב החסיד העסקן המפו' רבי יחיאל רבינוביץ ז"ל

דערמאנט מיר ווי די קינדער אין ירושלים פלעגן איהם צו רופן "אליהו הנביא"
ער פלעגט זין ביי יעדן ברית מילה אין ירושלים
זימער, ווינטער, קעלטן און היצן, שבת, יו"ט, אלס איז ער אנגעקומען

'אליהו מלאך הברית' פלעג איך הערן

מ'פלעגט זאגן אז ער איז אליהו מלאך הברית ר"ת אמ"ה, אזוי ווי זיין נאמען א'ברהם מ'רדכי ה'ורוויץ
חבל על דאבדין, א טייערע חשובע איד געווען.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

תגובה דורך טישטוך »

גרינע האט געשריבן:בד"ה
הילדה רבקה רייזל גראססבערגער ע"ה ב"ר שלמה הי"ו - לאנדאן
נאכן זיך דערשטיקן ל"ע פאריגע וואך
האט נעכטען נאכט צוריקגעגעבן איר לויטערע נשמה

בשורות טובות

אייניקל פון ר' מענדל גראסבערגער, ר"י סאטמאר לאנדאן?
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובה דורך אביונה »

טישטוך האט געשריבן:

מסתמא זיין ברודער'ס א קינד [כמדומני],
אדרבא, ווער קען באשטעטיגן?
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
גבר ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובה דורך גבר ישראל »

טישטוך האט געשריבן:
גרינע האט געשריבן:בד"ה
הילדה רבקה רייזל גראססבערגער ע"ה ב"ר שלמה הי"ו - לאנדאן
נאכן זיך דערשטיקן ל"ע פאריגע וואך
האט נעכטען נאכט צוריקגעגעבן איר לויטערע נשמה

בשורות טובות

אייניקל פון ר' מענדל גראסבערגער, ר"י סאטמאר לאנדאן?

יא.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובה דורך אביונה »

גבר ישראל האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
גרינע האט געשריבן:בד"ה
הילדה רבקה רייזל גראססבערגער ע"ה ב"ר שלמה הי"ו - לאנדאן
נאכן זיך דערשטיקן ל"ע פאריגע וואך
האט נעכטען נאכט צוריקגעגעבן איר לויטערע נשמה

בשורות טובות

אייניקל פון ר' מענדל גראסבערגער, ר"י סאטמאר לאנדאן?

יא.

אויטש..., ס'טוט וויי,
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

אידישע מוח האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
יורא האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:מוטער פון ר' וואלווי ('ס עירקאנדישאן) נ"י פון ק"י?

יא
אויך מוטער פון
ר לייבוש
ר פישל
ר יואל
ועוד

ר קלמן
ר הלל
חתנה ר יואל פריעדלענדער
ר שלום לאנדא
ר פאללאק
ועוד

שיינע הערליכע שטוב יראים ושלימים
אטעטשמענטס
ניחום אבלים.JPG
ניחום אבלים.JPG (72.39 KiB) געזען 2835 מאל
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובה דורך קהל עדתינו »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
אידישע מוח האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
יורא האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:מוטער פון ר' וואלווי ('ס עירקאנדישאן) נ"י פון ק"י?

יא
אויך מוטער פון
ר לייבוש
ר פישל
ר יואל
ועוד

ר קלמן
ר הלל
חתנה ר יואל פריעדלענדער
ר שלום לאנדא
ר פאללאק
ועוד

שיינע הערליכע שטוב יראים ושלימים

אגגב, דער צעטל איז א שטיקל טעות וויייל ת"ב ביינאכט און צופרי איז נישט קיין צייט פאר ניחום אבלים (אן אבל מעג גיין אין ביהמ"ד ת"ב ווייל יעדער איז מתאבל אויפן צרת הכלל) עפ"י הלכה איז נישט קיין פראבלעם צו גיין אבער איך מיין אז דער מנהג איז אזוי
אטעטשמענטס
ניחום אבלים.JPG
ניחום אבלים.JPG (72.39 KiB) געזען 2789 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

ס'פעלט ערגעץ אן enter אינמיטן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אפאר ספעיעס זע איך אז ס'פעלט, וואו פעלט אן ענטער?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אין די לעצטע שטיקל ביי אחי' ואחיותי' טוט זיך א בוקה מבוקה ומבולקה....
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

וואס איז שווער? די גאנצע שטיקל גייט אויף אראפ: יושבים בקרית יואל וכו'
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

קהל עדתינו האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
אידישע מוח האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
יורא האט געשריבן:יא
אויך מוטער פון
ר לייבוש
ר פישל
ר יואל
ועוד

ר קלמן
ר הלל
חתנה ר יואל פריעדלענדער
ר שלום לאנדא
ר פאללאק
ועוד

שיינע הערליכע שטוב יראים ושלימים

אגגב, דער צעטל איז א שטיקל טעות וויייל ת"ב ביינאכט און צופרי איז נישט קיין צייט פאר ניחום אבלים (אן אבל מעג גיין אין ביהמ"ד ת"ב ווייל יעדער איז מתאבל אויפן צרת הכלל) עפ"י הלכה איז נישט קיין פראבלעם צו גיין אבער איך מיין אז דער מנהג איז אזוי

ביים פאטער ר' ליפא ע"ה וואס איז אוועק דעם זעלבען טאג ד' אב 22 יאר צוריק האט מען זיך אויפגעשטעלט א האלבע שעה נאך חצות, דא הער איך גייט מען זיך אויך אזוי פירן
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

תגובה דורך בשבילי נברא »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:
יסוד ארי האט געשריבן:ברוך דיין האמת
אשת מו״ה יעקב ריכטער שליט״א

בת מי ?

איך מיין אז זי איז געקומען פון בודאפעסט, איך בין דארט געווען איינמאל אויף שבת האב איך אים געטראפן דארט האט ער געזאגט אז ער איז געקומען צו זיין שוויגער (איך ווייס נישט צו זי לעבט נאך) ער איז געגאנגען שבת מיט א הוט און א בעקיטשע האט ער געזאגט אז דער רבי ז"ל בעל דברי יואל האט אים געזאגט אז דארט זאל ער נישט גיין מיטן שטריימעל

זיין שוויגער לעבט שוין נישט, אבער זי איז למעשה קיינמאל נישט ארויסגעקומען וואינען קיין אמעריקע נאר געבליבן דארט אין בודאפעסט עד פטירתה.

אינטערעסאנט וואס דו דערציילסט וועגן דעם שטריימל, האב איך געהערט אביסל מער דיטעילס דערוועגן פון ר' יאנקל אליינס ביים ניחום אבילים.

דערציילט ער אז ער האט חתונה געהאט אין בודאפעסט, און פאר ער איז געפארן פון ניו יארק צו זיין חתונה, האט אים דער רבי מ'סאטמאר זצ"ל אנגעזאגט אז ער זאל זיך מיטנעמען דעם נייעם שטריימל און ער זאל עס טאקע אנטוהן אינדערהיים צו קידוש און אזוי ווייטער, אבער ער זאל ח"ו נישט גיין אויף די גאס דערמיט בפומבי.

האט אים דער רבי גלייך צוגעלייגט, איי וועסטו פרעגן פארוואס טאקע נישט? וועל איך דיר זאגן.
ווייל דו וועסט זיך אנקומען דארט ווי א שיינע איד פון אמעריקע און זיך ארומדרייען מיטן שטריימל אין די גאסן, אבער די אידן וואס בלייבן דארט וואוינען קענען דערנאך ליידן דערפון צרות צרורות פאר א לאנגע צייט נאכדעם פון די קאמוניסטישע רעגירונג, וואס קען קוקן דערויף מיט א קרום אויג. און דערפאר זאג איך דיר אן נישט צו גיין דערמיט בשו"א.
---
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובה דורך אילו זכינו »

יציב פתגם האט געשריבן:הרה"ג ר' אהרן ישעי' פעקעטע זצ"ל רב דביהמ"ד העלמעץ (77)

האט איינער אפשר א בילד פון די מצבה פון ר' אהרן ישעי' זצ"ל?

וויפיל איך האב פרובירט צו זוכן דא אויפן וועלטל האב איך עס נישט געקענט געפינען.
איגערקע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

מיין הספד - מרת ריכטער ע״ה

תגובה דורך איגערקע »

איך בין זייער איבער גענומען געווארן פון די שמועס וואס איך האב געהאט מיר איר מאן להבח״ט רבי יענקל נ״י. ביי ניחום אבלים, וועל איך מיטיילן מיט אייך אנ״ש אייוועלט.

מרת ריכטער איז געבוירן אין אונגערן, צו די חשובע משפחת פריעד, פון בעסערמין. איר טאטע איז נפטר געווארן, ווען זי איז געווען בלויז 11 יאר אלט. איר טייערע מוטער ז״ל האט אויפגעצויגן איר מיט איר ברודער נפתלי נ״י, מיט מסירות נפש ממש.

זיי האבן זיך געצויגן קיין פעסט, ווייל דארט איז געווען א שטיקל אידישע קהלה. די מאמע האט אויסגעקליבן א גאר קליינע ארימע דירה, דווקה ווייל עס איז געווען קעגן איבער די ארטיגע שול. זיי האבן געלעבט, מיט שרעקליכע ארעמקייט און שרעק, אונטער די פארשאלטענע קאמיניסטישע הערשאפט.

זייער מאמע, האט נאר געוואלט איין זאך, אירע קינדער זאלן בלייבן אידיש, אין די אומפארשטענדליכע שווערע אומשטענדן. זיי האבן נישט פארמאג קיין שום אידישע חינוך, זי האט געלערענט אין פאבליק שולע, און נישט געקענט אפילו איין ווארט אידיש. אבער די מאמע האט אין זיי אריינגעבאקן א שטאלץ און שטארקייט צו בלייבן ערליכע אידן.

איר ברודער׳ס קלאס האט געוואונען דעם גורל, צו פארן אויף אויסלאנד. פאר א באול שפיל, אויפן וועג האט זיך די באן אפגעשטעלט אין וויען, זיי זענען געגאנגען עסן אין א רעסטאראנט, דער בחור האט געהויבן פיס, און אנטלאפן פון די קאמניסטישע הענט. למעשה, מיט הילף פון זיינע קרובים אין נוי יארק. האט ער געמאכט די וועג קיין אמעריקע.

אנקומענדיג דא, איז ער געגאנגען לערנען אין וויענע ישיבה זיין מאמע האט פאלוירן איר פענציע לכבוד איר אינגל׳ס אנטלויפן, זיי האבן איר געפייניגט דאס רעשט פון איר לעבן, ווי איר זוהן איז פארלוירן געגאנגען. אבער די הנאה וואס זי האט געהאט ווען ס׳איז אנגעקומען א בילד פון איר נפתלי מיט א טלית קטן, און בארד און פיאות. קען מען נישט מסביר זיין.

ארויסצוברענגן, ווי ווייט זיי האבן געהיטן די תורה, מיט אלע חומרות, אונטער די קאמניסטישע תפיסה. פארציילט רבי יענקל. אז דריי ארימע אידישע מיידלעך, האבן זיך צוזאם גענומען פסח, זיך מחזק זיין אז זיי עסן נישט קיין געבראקס.

ווען איר חתן יענקל, איז געקומען חתונה האבן קיין פעסט. האט די שוויגער פארלאנגט, אין די דריטע טאג פון שבע ברכות. אז זיי זאלן זאפארט אוועק פארן פון די לאנד, וואס פארבאט צו היטן די תורה.

זי איז ארויס געקומען, און זיך באזעצט אין ווילאמסבורג, ווי זי האט אויפגעשטעלט א אידישע שטוב פון ניין ערליכע קינדער. ווי לאנג די באבע האט געלעבט. איז ר׳ יעקב מיט די נפטרת געפארן איר באזוכן אין אונגארן ווען א נייע קינד איז געבוירן געווארן. די באבע האט נישט געהאט קיין וועג ארויס פון די פארשלאסענע טויערן. אבער האט ערלעבט איר פארדינטע אידיש נחת. פון פרומע אידישע אייניקלעך.

מרת ריכטער ע״ה איז אויפגעוואקסן מיט ארימקייט און הונגער. אויף איר מאמע׳ס שויס. אבער ״בלייב א אידיש קינד״ איז געווען די וויכטיגסטע מעסיזש וואס זי האט באקומען.

זי איז געווען א איידעלע, פריינדליכע, אידישע פרוי. וואס האט נישט געהאט קיין גרינג לעבן. אבער האט געדינט דעם באשעפער מיט א תמימות. אלעמאל מיט א פריינדליכע שמייכעל.

כלל ישראל האט פארלוירן, א ערליכע פרוי וואס איז אויפגעוואקסן מיט עקשנותדיגע מסירות נפש. יהא זכרה ברוך
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובה דורך הלשון »

שכח פאר'ן שרייבן
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14501
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

תגובה דורך הרב_שלום »

money האט געשריבן:הלוית המת של המנוח ר' אהרן יושע בן ר' שמואל ראזענבוים ע"ה תצא מביהמ'ד
40 Milval Ln, Highland Mills, NY 10930 ביום א 10:30 בבוקר תנצבה

ליגט מיר נאך אין די ביינער די העפלעכקייט און שמייכל פון ר' אהרן יושע ע"ה פאר יעדע קאסטומער האט ער געהאט א שמייכל נישט קיין חילוק ווי אלט ער זאל זיין
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובה דורך יום זה מכובד »

הרה"ח ר' דוד יעקב גולינסקי ז"ל משב"ק אצל בעל ברכת אברהם מסלאנים זצ"ל ומשגיח רבות בשנים בישיבה גדולה "באר אברהם" סלאנים.
62 יאהר אלט.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

איגערקע האט געשריבן:איך בין זייער איבער גענומען געווארן פון די שמועס וואס איך האב געהאט מיר איר מאן להבח״ט רבי יענקל נ״י. ביי ניחום אבלים, וועל איך מיטיילן מיט אייך אנ״ש אייוועלט.

מרת ריכטער איז געבוירן אין אונגערן, צו די חשובע משפחת פריעד, פון בעסערמין. איר טאטע איז נפטר געווארן, ווען זי איז געווען בלויז 11 יאר אלט. איר טייערע מוטער ז״ל האט אויפגעצויגן איר מיט איר ברודער נפתלי נ״י, מיט מסירות נפש ממש.

זיי האבן זיך געצויגן קיין פעסט, ווייל דארט איז געווען א שטיקל אידישע קהלה. די מאמע האט אויסגעקליבן א גאר קליינע ארימע דירה, דווקה ווייל עס איז געווען קעגן איבער די ארטיגע שול. זיי האבן געלעבט, מיט שרעקליכע ארעמקייט און שרעק, אונטער די פארשאלטענע קאמיניסטישע הערשאפט.

זייער מאמע, האט נאר געוואלט איין זאך, אירע קינדער זאלן בלייבן אידיש, אין די אומפארשטענדליכע שווערע אומשטענדן. זיי האבן נישט פארמאג קיין שום אידישע חינוך, זי האט געלערענט אין פאבליק שולע, און נישט געקענט אפילו איין ווארט אידיש. אבער די מאמע האט אין זיי אריינגעבאקן א שטאלץ און שטארקייט צו בלייבן ערליכע אידן.

איר ברודער׳ס קלאס האט געוואונען דעם גורל, צו פארן אויף אויסלאנד. פאר א באול שפיל, אויפן וועג האט זיך די באן אפגעשטעלט אין וויען, זיי זענען געגאנגען עסן אין א רעסטאראנט, דער בחור האט געהויבן פיס, און אנטלאפן פון די קאמניסטישע הענט. למעשה, מיט הילף פון זיינע קרובים אין נוי יארק. האט ער געמאכט די וועג קיין אמעריקע.

אנקומענדיג דא, איז ער געגאנגען לערנען אין וויענע ישיבה זיין מאמע האט פאלוירן איר פענציע לכבוד איר אינגל׳ס אנטלויפן, זיי האבן איר געפייניגט דאס רעשט פון איר לעבן, ווי איר זוהן איז פארלוירן געגאנגען. אבער די הנאה וואס זי האט געהאט ווען ס׳איז אנגעקומען א בילד פון איר נפתלי מיט א טלית קטן, און בארד און פיאות. קען מען נישט מסביר זיין.

ארויסצוברענגן, ווי ווייט זיי האבן געהיטן די תורה, מיט אלע חומרות, אונטער די קאמניסטישע תפיסה. פארציילט רבי יענקל. אז דריי ארימע אידישע מיידלעך, האבן זיך צוזאם גענומען פסח, זיך מחזק זיין אז זיי עסן נישט קיין געבראקס.

ווען איר חתן יענקל, איז געקומען חתונה האבן קיין פעסט. האט די שוויגער פארלאנגט, אין די דריטע טאג פון שבע ברכות. אז זיי זאלן זאפארט אוועק פארן פון די לאנד, וואס פארבאט צו היטן די תורה.

זי איז ארויס געקומען, און זיך באזעצט אין ווילאמסבורג, ווי זי האט אויפגעשטעלט א אידישע שטוב פון ניין ערליכע קינדער. ווי לאנג די באבע האט געלעבט. איז ר׳ יעקב מיט די נפטרת געפארן איר באזוכן אין אונגארן ווען א נייע קינד איז געבוירן געווארן. די באבע האט נישט געהאט קיין וועג ארויס פון די פארשלאסענע טויערן. אבער האט ערלעבט איר פארדינטע אידיש נחת. פון פרומע אידישע אייניקלעך.

מרת ריכטער ע״ה איז אויפגעוואקסן מיט ארימקייט און הונגער. אויף איר מאמע׳ס שויס. אבער ״בלייב א אידיש קינד״ איז געווען די וויכטיגסטע מעסיזש וואס זי האט באקומען.

זי איז געווען א איידעלע, פריינדליכע, אידישע פרוי. וואס האט נישט געהאט קיין גרינג לעבן. אבער האט געדינט דעם באשעפער מיט א תמימות. אלעמאל מיט א פריינדליכע שמייכעל.

כלל ישראל האט פארלוירן, א ערליכע פרוי וואס איז אויפגעוואקסן מיט עקשנותדיגע מסירות נפש. יהא זכרה ברוך

זייער אינטערעסאנט שכוח פארן ברענגען
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובה דורך גלאזער »

היתה נכדת ר' אהרן פריעד אב"ד בעסערמין?
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובה דורך אבן יקרה »

יום זה מכובד האט געשריבן:הרה"ח ר' דוד יעקב גולינסקי ז"ל משב"ק אצל בעל ברכת אברהם מסלאנים זצ"ל ומשגיח רבות בשנים בישיבה גדולה "באר אברהם" סלאנים.
62 יאהר אלט.

א בילד?
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובה דורך קהל עדתינו »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
אידישע מוח האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:

ר קלמן
ר הלל
חתנה ר יואל פריעדלענדער
ר שלום לאנדא
ר פאללאק
ועוד

שיינע הערליכע שטוב יראים ושלימים

אגגב, דער צעטל איז א שטיקל טעות וויייל ת"ב ביינאכט און צופרי איז נישט קיין צייט פאר ניחום אבלים (אן אבל מעג גיין אין ביהמ"ד ת"ב ווייל יעדער איז מתאבל אויפן צרת הכלל) עפ"י הלכה איז נישט קיין פראבלעם צו גיין אבער איך מיין אז דער מנהג איז אזוי

ביים פאטער ר' ליפא ע"ה וואס איז אוועק דעם זעלבען טאג ד' אב 22 יאר צוריק האט מען זיך אויפגעשטעלט א האלבע שעה נאך חצות, דא הער איך גייט מען זיך אויך אזוי פירן

אה מאכט סענס, לא ידעתי.
זאל מען גיין נאר אויף שמחות
יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובה דורך יום זה מכובד »

אבן יקרה האט געשריבן:
יום זה מכובד האט געשריבן:הרה"ח ר' דוד יעקב גולינסקי ז"ל משב"ק אצל בעל ברכת אברהם מסלאנים זצ"ל ומשגיח רבות בשנים בישיבה גדולה "באר אברהם" סלאנים.
62 יאהר אלט.

א בילד?

photo_2019-08-08_14-25-56.jpg
photo_2019-08-08_14-25-56.jpg (19.2 KiB) געזען 7574 מאל
מגיד
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 1:42 am

תגובה דורך מגיד »

א ריכטיגע דוגמא וואס א משגיח דארף זיין, ממנו ילמדו וכן יעשו,
א עניו, א שטילע איד, אין האט געפירט א גרויסע ישיבה, מיט א שטייפקייט, געהאלטן גוט קאנטראל, אין פארט האט עם יעדער ליב געהאט,
ווייל כמים פנים לפנים, ער האט באמת ליב געהאט און געזארגט פאר יעדן בחור,
מ'האט עם נישט גערופן משגיח ווען מ'האט גירעדט צו עם (כאיש ער איז געווען) יעדער האט עם גערופן דוד, און גערעדט צו אים בלשון נוכח,

א אפגעהיטענע מענטש געווען, מלא תוכן,

יעדער האט אים ליב געהאט אהבת נפש, כאטש ער איז געשטאנען שטייף אויך זיינע זאכן.

ס'רינט טרערן פון די אויגען פון אזא בשורה, מיר וועלן אים אייביג געדענקען.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”