ברוך דיין האמת

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:38 pm

יציב פתגם האט געשריבן:הרה"ג ר' אהרן ישעי' פעקעטע זצ"ל רב דביהמ"ד העלמעץ (77)


האט איינער אפשר א בילד פון די מצבה פון ר' אהרן ישעי' זצ"ל?

וויפיל איך האב פרובירט צו זוכן דא אויפן וועלטל האב איך עס נישט געקענט געפינען.

איגערקע
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

מיין הספד - מרת ריכטער ע״ה

תגובהדורך איגערקע » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:45 am

איך בין זייער איבער גענומען געווארן פון די שמועס וואס איך האב געהאט מיר איר מאן להבח״ט רבי יענקל נ״י. ביי ניחום אבלים, וועל איך מיטיילן מיט אייך אנ״ש אייוועלט.

מרת ריכטער איז געבוירן אין אונגערן, צו די חשובע משפחת פריעד, פון בעסערמין. איר טאטע איז נפטר געווארן, ווען זי איז געווען בלויז 11 יאר אלט. איר טייערע מוטער ז״ל האט אויפגעצויגן איר מיט איר ברודער נפתלי נ״י, מיט מסירות נפש ממש.

זיי האבן זיך געצויגן קיין פעסט, ווייל דארט איז געווען א שטיקל אידישע קהלה. די מאמע האט אויסגעקליבן א גאר קליינע ארימע דירה, דווקה ווייל עס איז געווען קעגן איבער די ארטיגע שול. זיי האבן געלעבט, מיט שרעקליכע ארעמקייט און שרעק, אונטער די פארשאלטענע קאמיניסטישע הערשאפט.

זייער מאמע, האט נאר געוואלט איין זאך, אירע קינדער זאלן בלייבן אידיש, אין די אומפארשטענדליכע שווערע אומשטענדן. זיי האבן נישט פארמאג קיין שום אידישע חינוך, זי האט געלערענט אין פאבליק שולע, און נישט געקענט אפילו איין ווארט אידיש. אבער די מאמע האט אין זיי אריינגעבאקן א שטאלץ און שטארקייט צו בלייבן ערליכע אידן.

איר ברודער׳ס קלאס האט געוואונען דעם גורל, צו פארן אויף אויסלאנד. פאר א באול שפיל, אויפן וועג האט זיך די באן אפגעשטעלט אין וויען, זיי זענען געגאנגען עסן אין א רעסטאראנט, דער בחור האט געהויבן פיס, און אנטלאפן פון די קאמניסטישע הענט. למעשה, מיט הילף פון זיינע קרובים אין נוי יארק. האט ער געמאכט די וועג קיין אמעריקע.

אנקומענדיג דא, איז ער געגאנגען לערנען אין וויענע ישיבה זיין מאמע האט פאלוירן איר פענציע לכבוד איר אינגל׳ס אנטלויפן, זיי האבן איר געפייניגט דאס רעשט פון איר לעבן, ווי איר זוהן איז פארלוירן געגאנגען. אבער די הנאה וואס זי האט געהאט ווען ס׳איז אנגעקומען א בילד פון איר נפתלי מיט א טלית קטן, און בארד און פיאות. קען מען נישט מסביר זיין.

ארויסצוברענגן, ווי ווייט זיי האבן געהיטן די תורה, מיט אלע חומרות, אונטער די קאמניסטישע תפיסה. פארציילט רבי יענקל. אז דריי ארימע אידישע מיידלעך, האבן זיך צוזאם גענומען פסח, זיך מחזק זיין אז זיי עסן נישט קיין געבראקס.

ווען איר חתן יענקל, איז געקומען חתונה האבן קיין פעסט. האט די שוויגער פארלאנגט, אין די דריטע טאג פון שבע ברכות. אז זיי זאלן זאפארט אוועק פארן פון די לאנד, וואס פארבאט צו היטן די תורה.

זי איז ארויס געקומען, און זיך באזעצט אין ווילאמסבורג, ווי זי האט אויפגעשטעלט א אידישע שטוב פון ניין ערליכע קינדער. ווי לאנג די באבע האט געלעבט. איז ר׳ יעקב מיט די נפטרת געפארן איר באזוכן אין אונגארן ווען א נייע קינד איז געבוירן געווארן. די באבע האט נישט געהאט קיין וועג ארויס פון די פארשלאסענע טויערן. אבער האט ערלעבט איר פארדינטע אידיש נחת. פון פרומע אידישע אייניקלעך.

מרת ריכטער ע״ה איז אויפגעוואקסן מיט ארימקייט און הונגער. אויף איר מאמע׳ס שויס. אבער ״בלייב א אידיש קינד״ איז געווען די וויכטיגסטע מעסיזש וואס זי האט באקומען.

זי איז געווען א איידעלע, פריינדליכע, אידישע פרוי. וואס האט נישט געהאט קיין גרינג לעבן. אבער האט געדינט דעם באשעפער מיט א תמימות. אלעמאל מיט א פריינדליכע שמייכעל.

כלל ישראל האט פארלוירן, א ערליכע פרוי וואס איז אויפגעוואקסן מיט עקשנותדיגע מסירות נפש. יהא זכרה ברוך

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:54 am

שכח פאר'ן שרייבן
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

הרב_שלום
שר ששת אלפים
תגובות: 6693
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 1:25 am

money האט געשריבן:הלוית המת של המנוח ר' אהרן יושע בן ר' שמואל ראזענבוים ע"ה תצא מביהמ'ד
40 Milval Ln, Highland Mills, NY 10930 ביום א 10:30 בבוקר תנצבה


ליגט מיר נאך אין די ביינער די העפלעכקייט און שמייכל פון ר' אהרן יושע ע"ה פאר יעדע קאסטומער האט ער געהאט א שמייכל נישט קיין חילוק ווי אלט ער זאל זיין
Detergents: Save $10 when you buy 3 item(s)
https://amzn.to/2QOcIUM

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 5:08 am

הרה"ח ר' דוד יעקב גולינסקי ז"ל משב"ק אצל בעל ברכת אברהם מסלאנים זצ"ל ומשגיח רבות בשנים בישיבה גדולה "באר אברהם" סלאנים.
62 יאהר אלט.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3743
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:49 am

איגערקע האט געשריבן:איך בין זייער איבער גענומען געווארן פון די שמועס וואס איך האב געהאט מיר איר מאן להבח״ט רבי יענקל נ״י. ביי ניחום אבלים, וועל איך מיטיילן מיט אייך אנ״ש אייוועלט.

מרת ריכטער איז געבוירן אין אונגערן, צו די חשובע משפחת פריעד, פון בעסערמין. איר טאטע איז נפטר געווארן, ווען זי איז געווען בלויז 11 יאר אלט. איר טייערע מוטער ז״ל האט אויפגעצויגן איר מיט איר ברודער נפתלי נ״י, מיט מסירות נפש ממש.

זיי האבן זיך געצויגן קיין פעסט, ווייל דארט איז געווען א שטיקל אידישע קהלה. די מאמע האט אויסגעקליבן א גאר קליינע ארימע דירה, דווקה ווייל עס איז געווען קעגן איבער די ארטיגע שול. זיי האבן געלעבט, מיט שרעקליכע ארעמקייט און שרעק, אונטער די פארשאלטענע קאמיניסטישע הערשאפט.

זייער מאמע, האט נאר געוואלט איין זאך, אירע קינדער זאלן בלייבן אידיש, אין די אומפארשטענדליכע שווערע אומשטענדן. זיי האבן נישט פארמאג קיין שום אידישע חינוך, זי האט געלערענט אין פאבליק שולע, און נישט געקענט אפילו איין ווארט אידיש. אבער די מאמע האט אין זיי אריינגעבאקן א שטאלץ און שטארקייט צו בלייבן ערליכע אידן.

איר ברודער׳ס קלאס האט געוואונען דעם גורל, צו פארן אויף אויסלאנד. פאר א באול שפיל, אויפן וועג האט זיך די באן אפגעשטעלט אין וויען, זיי זענען געגאנגען עסן אין א רעסטאראנט, דער בחור האט געהויבן פיס, און אנטלאפן פון די קאמניסטישע הענט. למעשה, מיט הילף פון זיינע קרובים אין נוי יארק. האט ער געמאכט די וועג קיין אמעריקע.

אנקומענדיג דא, איז ער געגאנגען לערנען אין וויענע ישיבה זיין מאמע האט פאלוירן איר פענציע לכבוד איר אינגל׳ס אנטלויפן, זיי האבן איר געפייניגט דאס רעשט פון איר לעבן, ווי איר זוהן איז פארלוירן געגאנגען. אבער די הנאה וואס זי האט געהאט ווען ס׳איז אנגעקומען א בילד פון איר נפתלי מיט א טלית קטן, און בארד און פיאות. קען מען נישט מסביר זיין.

ארויסצוברענגן, ווי ווייט זיי האבן געהיטן די תורה, מיט אלע חומרות, אונטער די קאמניסטישע תפיסה. פארציילט רבי יענקל. אז דריי ארימע אידישע מיידלעך, האבן זיך צוזאם גענומען פסח, זיך מחזק זיין אז זיי עסן נישט קיין געבראקס.

ווען איר חתן יענקל, איז געקומען חתונה האבן קיין פעסט. האט די שוויגער פארלאנגט, אין די דריטע טאג פון שבע ברכות. אז זיי זאלן זאפארט אוועק פארן פון די לאנד, וואס פארבאט צו היטן די תורה.

זי איז ארויס געקומען, און זיך באזעצט אין ווילאמסבורג, ווי זי האט אויפגעשטעלט א אידישע שטוב פון ניין ערליכע קינדער. ווי לאנג די באבע האט געלעבט. איז ר׳ יעקב מיט די נפטרת געפארן איר באזוכן אין אונגארן ווען א נייע קינד איז געבוירן געווארן. די באבע האט נישט געהאט קיין וועג ארויס פון די פארשלאסענע טויערן. אבער האט ערלעבט איר פארדינטע אידיש נחת. פון פרומע אידישע אייניקלעך.

מרת ריכטער ע״ה איז אויפגעוואקסן מיט ארימקייט און הונגער. אויף איר מאמע׳ס שויס. אבער ״בלייב א אידיש קינד״ איז געווען די וויכטיגסטע מעסיזש וואס זי האט באקומען.

זי איז געווען א איידעלע, פריינדליכע, אידישע פרוי. וואס האט נישט געהאט קיין גרינג לעבן. אבער האט געדינט דעם באשעפער מיט א תמימות. אלעמאל מיט א פריינדליכע שמייכעל.

כלל ישראל האט פארלוירן, א ערליכע פרוי וואס איז אויפגעוואקסן מיט עקשנותדיגע מסירות נפש. יהא זכרה ברוך


זייער אינטערעסאנט שכוח פארן ברענגען

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 10:27 am

היתה נכדת ר' אהרן פריעד אב"ד בעסערמין?

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:11 am

יום זה מכובד האט געשריבן:הרה"ח ר' דוד יעקב גולינסקי ז"ל משב"ק אצל בעל ברכת אברהם מסלאנים זצ"ל ומשגיח רבות בשנים בישיבה גדולה "באר אברהם" סלאנים.
62 יאהר אלט.

א בילד?

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:17 am

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
אידישע מוח האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:

ר קלמן
ר הלל
חתנה ר יואל פריעדלענדער
ר שלום לאנדא
ר פאללאק
ועוד

שיינע הערליכע שטוב יראים ושלימים

אגגב, דער צעטל איז א שטיקל טעות וויייל ת"ב ביינאכט און צופרי איז נישט קיין צייט פאר ניחום אבלים (אן אבל מעג גיין אין ביהמ"ד ת"ב ווייל יעדער איז מתאבל אויפן צרת הכלל) עפ"י הלכה איז נישט קיין פראבלעם צו גיין אבער איך מיין אז דער מנהג איז אזוי

ביים פאטער ר' ליפא ע"ה וואס איז אוועק דעם זעלבען טאג ד' אב 22 יאר צוריק האט מען זיך אויפגעשטעלט א האלבע שעה נאך חצות, דא הער איך גייט מען זיך אויך אזוי פירן

אה מאכט סענס, לא ידעתי.
זאל מען גיין נאר אויף שמחות

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 12:49 pm

אבן יקרה האט געשריבן:
יום זה מכובד האט געשריבן:הרה"ח ר' דוד יעקב גולינסקי ז"ל משב"ק אצל בעל ברכת אברהם מסלאנים זצ"ל ומשגיח רבות בשנים בישיבה גדולה "באר אברהם" סלאנים.
62 יאהר אלט.

א בילד?

photo_2019-08-08_14-25-56.jpg
photo_2019-08-08_14-25-56.jpg (19.2 KiB) געזעהן 6315 מאל

מגיד
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 1:42 am

תגובהדורך מגיד » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 8:13 pm

א ריכטיגע דוגמא וואס א משגיח דארף זיין, ממנו ילמדו וכן יעשו,
א עניו, א שטילע איד, אין האט געפירט א גרויסע ישיבה, מיט א שטייפקייט, געהאלטן גוט קאנטראל, אין פארט האט עם יעדער ליב געהאט,
ווייל כמים פנים לפנים, ער האט באמת ליב געהאט און געזארגט פאר יעדן בחור,
מ'האט עם נישט גערופן משגיח ווען מ'האט גירעדט צו עם (כאיש ער איז געווען) יעדער האט עם גערופן דוד, און גערעדט צו אים בלשון נוכח,

א אפגעהיטענע מענטש געווען, מלא תוכן,

יעדער האט אים ליב געהאט אהבת נפש, כאטש ער איז געשטאנען שטייף אויך זיינע זאכן.

ס'רינט טרערן פון די אויגען פון אזא בשורה, מיר וועלן אים אייביג געדענקען.

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

ר' דוד גולינסקי ע"ה אלס משמש ביי הרה"ק מסלאנים זצ"ל, און מיט יבדלחט"א אדמו"ר מסלאנים שליט"א

תגובהדורך יום זה מכובד » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 3:58 am

Screenshot_20190808-164831.jpg
Screenshot_20190808-164831.jpg (16.4 KiB) געזעהן 5254 מאל

DSC02987.JPG
DSC02987.JPG (60.74 KiB) געזעהן 5254 מאל

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:41 pm

ירוושלמי22 האט געשריבן:
גיזוגט האט געשריבן:כבין געוועהן ביי די לוויה לעבן ביהמ"ד
קיין אויג איז נישט געבליבן טריקען ווען ר' בן ציון האט זיך געזעגנט און איבערגעבעטן טאמער ער האט"נישט" גענוג געטהון פאר איר (וויפיל ער האט זיך נעבעך געמוטשעט מיט איר)
און ווען דער 11 יעריג אינגעלע יודעלע האט געוויינט "מאמי" בלייב מיט אונז....

האבן מספיד געוועהן דער דומ"ץ הרב משה פאללאק (פון לאנדאן)
הרב הגאון רבי אברהם כהנא מנהל פון דע ישיבה
א ברודער

יעדער האט געבעטן ידאגו כל החבורה
פארשטייט זיך אז מדארף צוזאמשטעלן גרויסע געלטער פאר אזא צו בראכענע משפחה מיט אזוי פיהל צרות ל"ע.

איך קום יעצט צוריק פון א אסיפת חינוך אין ביהמ"ד ברך משה אויף יונה גאס אין ירושלים
ווי דער וועד החינוך פון די מוסדות יטב לב ירושלים האט פאררופן אלע עלטערן צו דרשות חינוך
אינמיטן די דרשות האט מען אפגעשטעלט דעם אסיפת חינוך און הרה"ג ר' יחזקאל שרגא בראך שליט"א בן הגה"צ ר' שמואל בראך מנאנאש זצ"ל מראשי וועד החינוך, האט אויסגערופן אז חז"ל זאגן על שלושה דברים העולם עומד על התורה ועל העבודה ועל גמילות חסדים, מ'איז זיך טאקע צאמגעקומען וועגן אסיפת חינוך על התורה ועל העבודה, אבער אלס תלמידי וחסזידי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע טארן אונז נישט פארגעסן פון ועל גמילות חסדים, און האט ארויפגערופן הרב חיים יוסף געפנער שליט"א יו"ר וועד הרבנים, וואס האט אויפגטראטן מיט א פלאמפייערדיגע דרשה וועגן דעם קרן פאר משפחה ר' בן ציו.
ר' חיים יוסף האט געפאדערט פון יעדן זאל אונטעשרייבן א הוראת קבע (אזוי קרעדיט כארד) פון 50 שקלים מאהל 50 חדשים, גלייך דערנאך זענען די עסקני הקהילה ארום אויסטיילן די הוראת קבע צעטלעך, און א ריזגער ציבור האט זיך אנגערופן זייער וארעם מיטן דעם סכום אדער אנדערע סכומים. א ריזגער ציבור האט זיך אנגערופן זייער וארעם מיטן דעם סכום אדער אנדערע סכומים.
דער נאך האט מען ממשיך געווען מיטן אסיפת חינוך

מכתב מאת רבני ודייני סאטמאר שליט"א
צוגעלייגטע
unnamed (1) - Copy.jpg
unnamed (1) - Copy.jpg (290.61 KiB) געזעהן 4772 מאל
unnamed (2) - Copy.jpg
unnamed (2) - Copy.jpg (359.36 KiB) געזעהן 4772 מאל

מגיד
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 1:42 am

תגובהדורך מגיד » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 3:02 pm

יום זה מכובד האט געשריבן:הרה"ח ר' דוד יעקב גולינסקי ז"ל משב"ק אצל בעל ברכת אברהם מסלאנים זצ"ל ומשגיח רבות בשנים בישיבה גדולה "באר אברהם" סלאנים.
62 יאהר אלט.

אחד התענוגים במחיצתו של דוד, שיחסרו לנו מעתה, הוא לשמוע ממנו ווארט טוב,
אחסידישער דערהער. במומחיות ידע לצוד את השופרא דשופרא, וחיכינו לפגוש
אותו כדי לשמוע עפעס אפרישע ווארט, ודוקא באופן בו הוא שלף ממנו את העוקץ.
אם נתחיל לצטט, לא נגמור, אבל בכל אופן דבר אחד שעולה בזכרון. אברך אחד
התייעץ עם דוד בענייני שלום בית. הויכוחים בבית עלו טונים, והסיבה - אמר
האברך - מכיון שהאשה אינה ממלאה תפקידה בבית, אין אוכל מבושל ואין נקיון.
בצורה כזאת, מה הטעם להמשיך לקיים אותו. דוד ציטט בפניו את מאמר חז"ל כל
הנושא אשה לשם שמים - כאילו ילדה. ומה הרבותא? אסביר לך. למה גוי, להבדיל,
מתחתן? כי הוא הגיע למסקנא שעם אשה החיים שלו יהיו יותר נעימים מבלעדיה.
ואם היא מרגיזה אותו, הוא עוזב אותה לנפשה. אבל יהודי שמתחתן לשם שמים, כי
הקב"ה ציוה עליו, גם אם הוא אינו שבע רצון, אין לו אפשרות לגמור עם זה. רק,
כאילו ילדה, היא כמו ילד שלו, שאם אינו מתנהג כהוגן, האבא יזרוק אותו מהבית?
חלילה! הוא יחנך אותו, וילמדו להתנהג כדבעי. זו הכוונה כאילו ילדה. נפלא. וכמובן
- הסיומת - הרציתי את הדברים אח"כ לפני הרבי, והוא הסכים להם!

משגיח מן החלונות:
גולת הכותרת בחייו של דוד היא ההשגחה בישיבה. משגיח שדרש את דרישות
הישיבה בלי פשרות, ועם זאת קנה אהדה בליבות הבחורים, במידה לא מצויה.
כשהתחיל לעבוד בישיבה קטנה, כתבו נגדו כיתובים על הקירות. אחד המשגיחים
רצה למחוק אותם, אבל דוד לא הרשה. מה שכתבו עליך - אמר לו - תמחק כאוות
נפשך, אבל מה שכתבו עליי - תשאיר. אם בחור רוצה לבטא בזאת את התסכול
שהוא חש מעונש שהוטל עליו - מה אכפת לי, תן לו. יש בזה פקחות, ביכולת לא
להיסחף באופן אישי מול תעלולים של בחור.
אותו בחור שבבוקר דוד החטיף לו מנה אחת אפיים על איחור לסדר וכדומה, יכול
היה לשמוע ממנו כעבור כמה שעות ווארט טוב, ולהסתובב אתו בדמשק אליעזר
מול הישיבה, או בחצר המשרד, ברעות וידידות. מעבר לעמידתו על החובה לכבד
את דרישות הישיבה, דוד היה גם משגיח שנתן רמה לבחורים. בחורים טובים, שהיה
צורך ליישר להם את הראש, לחשוף בפניהם את הטעון תיקון במידותיהם, דוד
אתגר אותם, והעמיק את השגתם לכיוון האמת הצרופה.
זיכרונות שבחורים לקחו עמם מהקשר עם דוד בישיבה, באים לידי ביטוי בחייהם
גם בהמשך דרכם. חבורה של אברכים ישבו פעם, באמצע, שני אברכים קשרו שיחה
אחד עם רעהו. נענה אחד מהיושבים: דוד לימד אותנו בישיבה, שכאשר יושבים
בחבורה - אין סודות. אין דבר כזה שאחד מדבר עם השני מה שלא מיועד לכולם
לשמוע. זה היפך מחבורה, שמהותה שיתוף של כל היושבים זה עם זה. או דוגמא
נוספת, כשדוד הסביר כמה מגונה לדבר בישיבה אודות בחורים שמישהו קלט או
שמע רכילות שהם או טו טו הולכים להתארס, הדברים חדרו ללב, המיאוס
שב'יכנא'.
בכל השטיבלאך ובכל מקום בו מתרכזים אנ"ש ותלמידי הישיבה, בימים אלו,
השיחה נסובה אודות דוד. מעלים זכרונות, וכל אחד מביא סיפור משלו. כי אמנם
שירת חייו תמה, אבל לא נשלמה. אהבתו נצורה בליבנו, וזכרו לא ימוש מעמנו,
לעולמים!

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » מוצ"ש אוגוסט 10, 2019 11:22 pm

הילדה יהודית גרובער ע"ה (8 יאר אלט זיך געפלאגט מיט יענע מעשה)
בן הרה"ח אלעזר מנחם הי"ו - וומ"ס
בן הרב ר' יודל וחתן הרב ר' אייזיק גליק

לוי' 2am ביי בית החיים דקהל בני יואל

בשורות טובות

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » זונטאג אוגוסט 11, 2019 12:16 am

הרב שלום מענדל סימפסון געווען א מזכיר ביים ליובאוויטשער רבי זי"ע איז אוועק ער"ח אב אויף זיין 90 יום הולדת. ער איז אויך געווען א רב אין ברייטין ביטש.
לעצט פאראכטן דורך zugurnish אום זונטאג אוגוסט 11, 2019 12:24 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » זונטאג אוגוסט 11, 2019 12:19 am

ר' לייבל מוצקין פון קראון הייטס איז היינט אוועק אין די עלטער פון 95, אין די יארן תש"ו און תש"ז האט ער ( צוזאמען מיט ר' מענדל פוטערפאס און נאך) געהאלפן טויזענט חסידי חב'"ד שווארצן די גרענץ פון רוסלאנד מיט פאלשע פויליישע פאפירן. שפעטער איז ער געווען פון די הנהלת עזרת אחים וואס האט געשיקט שלוחים צו רוסלאנד און תשמישי קדושה מיט געלט וכו' צו די אידען אין רוסלאנד אין די קאמאניסטישע יארן

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג אוגוסט 11, 2019 12:27 am

@SatmarHQ: BDH: Hurabunis Beila Sheindel Pollak Almunos Hght"z Shlome YT Avd Landsberg, 99yr WB, Levaya 12:30pm Bihmd Landsberg, to old Chelka of KY Bihc"h....
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » זונטאג אוגוסט 11, 2019 7:01 pm

מרת מירל צביה גאלדבערג ע"ה
פין אנטווערפען
יוצ"ח:
הרב ר' משה נתן נטע גאלדבערג שליט"א
ראש הקהל דבאבוב אנטווערפען
הרה"ח ר' שלמה הי"ד מאנטווערפען
הרה"ח ר' אברהם חיים הי"ו מאנטווערפען
צוגעלייגטע
_20190812_020009.JPG
_20190812_020009.JPG (182.95 KiB) געזעהן 2342 מאל

אץ קוצץ
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » זונטאג אוגוסט 11, 2019 11:54 pm

יערסלוב האט געשריבן:מרת מירל צביה גאלדבערג ע"ה
פין אנטווערפען
יוצ"ח:
הרב ר' משה נתן נטע גאלדבערג שליט"א
ראש הקהל דבאבוב אנטווערפען
הרה"ח ר' שלמה הי"ד מאנטווערפען
הרה"ח ר' אברהם חיים הי"ו מאנטווערפען

92

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 12:01 am

שכל'דיג האט געשריבן:@SatmarHQ: BDH: Hurabunis Beila Sheindel Pollak Almunos Hght"z Shlome YT Avd Landsberg, 99yr WB, Levaya 12:30pm Bihmd Landsberg, to old Chelka of KY Bihc"h....

האשה החשובה הרבנית מלאננדסבערג בת הגה"צ רבי אברהם ליכטענשטיין זצ"ל-הי"ד מסאמאש-אויוואר בהרה"צ רבי ברוך בענדיט זצ"ל מקראסנא

די לאנדסבערגער רביצין ע"ה איז געווען די לעצטע אייניקל פון קראסנא רב זצ"ל

Kollel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 12:07 am

R Ezriel Solomon (Gateshead England) brother of the Lakewood Mashgiach passed away

גבר ישראל
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובהדורך גבר ישראל » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 12:26 am

Kollel האט געשריבן:R Ezriel Solomon (Gateshead England) brother of the Lakewood Mashgiach passed away

זאל ער זיין א גוטע בעטער פאר זיין ברודער לרפו"ש

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:17 am

Kollel האט געשריבן:R Ezriel Solomon (Gateshead England) brother of the Lakewood Mashgiach passed away

77 יאר אלט.
אוועק נאך א לאנגע מחלה.

ווילי זיידע
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווילי זיידע » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 9:17 am

ברוך דיין האמת, הרב חיים מאיר בלאטטער, הצלחה אונד בני תורה קאר סערוויס, די גרעסטע היימישע קאר סערוויס איז ער געווזען, אונד אלע פלאקאטען און מודעות פלעגט ער צו הענגען, אלעס גיפירט מיט זיינע קינדער פון זיין הויפטקווארטיר אויף העיוואד סטריט ביי די ליע עוועניו

ווי איז אצינדער דער הצלחה קאר מיטען גרויסען טראמפייטער אויפען דאך וואס פלעגט אויסרופען אלע לויות (און האקען אין די נערוון קאסטען אריין ביי אלע עלעקשענס) אויסצורופען די לויה??


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט