רבי חנני' יו"ט ליפא דייטש זצ"ל "דער העלמעצער רבי" - א’ חשון תשנ”א
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר האלף
- תגובות: 1791
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
- לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..
רבי חנני' יו"ט ליפא דייטש זצ"ל "דער העלמעצער רבי" - א’ חשון תשנ”א
הגה"צ מהעלמעץ איז געבוירן ג' אב שנת תרס"ח אין סאבראנץ צו זיין פאטער הרב החסיד המפורסם רבי שמואל אהרן דייטש ז"ל שו"ב אין קערעסטיר; מישקאלץ, מח"ס שם אהרן עה"ת, א תלמוד פון הגה"ק בעל קדושת יו"ט מסיגעט זי"ע.
זיין מוטער מרת רחל מלכה ע"ה איז געווען א טאכטער פון הרה"ח המפורסם רבי שלום יוסף וויינבערגער ז"ל פון מונקאטש.
ער האט נאך געהאט די זכי' צו זען הרה"ק בעל דרכי תשובה ממונקאטש זי"ע; הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, ביי וועם זיין פאטער רבי שמואל אהרן איז געווען יד ימינו ונאמן ביתו; געווען א מקורב ביי הרה"ק בעל מנחת אלעזר זצ"ל, און געגעסן ביי אים 7 יאר.
ער איז געווען א תלמוד פון הגה"צ רבי דוד דוב מייזליש זצ"ל הי"ד אב"ד אוהעל; דערנאך האט ער געלערנט אין האנשאוויץ ביי הגה"צ רבי יואב אדלער זצ"ל, ווי אויך ביי הגה"צ רבי שאול בראך זצ"ל אב"ד קאשוי.
פון דארט איז ער געפארן לערנען אין די גרויסע ישיבה אין מאד, ביי דעם גאון הדור רבי מרדכי לייב ווינקלער זצ"ל בעל לבושי מרדכי, וואו ער האט געלערנט פאר 4 יאר. ער איז געווען יד ימינו וחביב מאוד ביי זיין רבי'ן דער לבושי מרדכי, און באקומען די הורמנא פון אים.
שנת תרצ"ג האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת מרת לאה ע"ה, די טאכטער פון הגאון המפורסם רבי יוסף אבעלעס זצ"ל אב"ד שאללא, אויבער אונגארן.
שנת תרצ"ז איז ער אויפגענומען געווארן אלס דומ"ץ אין דאבישנא, סלאוואקיי, ביז תש"ה. ביים סוף פון די מלחמה.
ער האט אין די מלחמה יארן מיטגעמאכט תלאות ויסורים, זייענדיג באהאלטן אין א בונקער 6 חדשים צוזאמען מיט 4 קליינע פיצלעך קינדער. ער האט צוגעזען ווי זיין קהילה און דיינות-פאסטן איז חרוב געווארן דורך די נאציס ימ"ש. ער אליין איז אויך דורך שבעה מדורי גיהנם, און בחסדי ה' האט ער זיך באוויזן צו ראטעווען מיט זיין גאנצע בני בית.
שנת תש"ה איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב געווארן אין קיראלי-העלמעץ, טשעכיי, וואו ער האט אנגעפירט מיט'ן רבנות. ער איז נאך די מלחמה געווען פון די געציילטע רבנים אין סלאוואקיי, אויף וועמען עס איז געפאלן דער עול מתקן צו זיין הדת על תילה.
גלייכצייטיג האט ער דארט -אלס הכרת הטוב צו די חסדי ה' וואס ער איז ניצול געווארן מחיים למות- אנגעהויבן עוסק זיין ראשו ורבו אין די די ענינים פון טהרת המשפחה.
שנת תש"ח האט ער אנגעהויבן אין קאשוי ארויסצוגעבן די ערשטע חלקים פון זיין ספר "טהרת יום טוב" וואס האט געמאכט א שטארקן רושם צווישן די רבנים און לומדים.
שנת תש"ט איז ער אנגעקומען קיין אמעריקע און ער האט זיך באזעצט אין קליוולאנד, אהייא. ער איז נתקבל געווארן אלס רב אין די קהילה "בני אמונים" אין קליוולאנד. מרן רביה"ק מסאטמאר איז שנת תשי"ג געווען צו גאסו אויף א שבת אין קליוולאנג און ער געהאט זיין ווארימע אכסני' ביי דעם העלמעצער רבי'ן זי"ע.
דער רבי איז ארומגעפארן איבערן גאנץ לאנד מחזק זיין און בויען מקוואות, ווי ער האט באקומען שטארקע שטיצע פון אלע גדולים פאר זיין הייליגע ארבעט.
אזוי אויך האט ער דא פארענדיגט ארויסגעבן זיינע ספרים טהרת יו"ט אויף אלע אירע 20 בענדער. וואס איז א אוצר יקר פון די שווערסטע און הארבסטע שאלות וואס קומען אויף מיט דער היינטיגער, מאדערנער, טעכנישער פארשריט אין דער וועלט.
די 40 בענדער טהרת יום טוב, בכל מקצועות השו"ע, איז א קלאר עדות איבער דעם שטורמישן און פרוכטבארן לעבן פון דעם אדם הגדול בענקים.
תשכ"ב האט זיך דער העלמעצער רבי אריבערגעצויגן קיין ברוקלין און זיך באזעצט אין וויליאמסבורג, וואו ער האט געגרינדעט דאס ביהמ"ד קהל זרע יצחק דהעלמעץ אויף 119 פען סטריט וואו ער האט אויך אויפגעבויט א מקוה טהרה.
ער האט אויך געגרינדעט אין ירושלים א "כולל טהרת יום טוב" וואו עס לערנען צענדליגער אינגעלייט בעניני מקוואות מתוך הדחק, פאר וועלכער דער העלמעצער רבי איז געווען דער נשיא ופטרון.
דער העלמעצער רבי איז אוועק שבת פרשת נח ר"ח חשון שנת תשנ"א און עלטער פון 82 יאר.
זי"ע

לעצט פארראכטן דורך ארעסטאנט אום דאנערשטאג פעברואר 11, 2010 11:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35253
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
וואוינענדיג אין די ערי השדה האט ער אבער געשיקט זיינע טעכטער לערנען אין בית רחל אין וויליאמסבורג פאר לאנגע יארן.
בתו הרבנית פעקעטע איז געווען אלס מיידל די ערשטע העד קאונסלער אין סאטמארער מיידל קעמפ.

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יישר כח הרב הנאסר בעוה"ר, יה"ר שייקרא לכל האסירים דרור בקרוב ממש בביאת גואלנו.
הערה קטנה: דער טיטול 'העלמעצער רבי' ווייס איך נישט צו עס פאסט, כנראה איז ער געווען א רב און נישט קיין רבי.
איך ווייס אז ער האט געהאט א זוהן אבער שכחתי שמו כעת, חתניו לוקחי בנותיו;
הרה"ג ר' אהרן ישעי' פעקעטע מ"מ בביהמ"ד זרע יצקח הנ"ל
ר' מרדכי לאנדא מקר"י
ר' ראובן בראך מוומ"ס
הערה קטנה: דער טיטול 'העלמעצער רבי' ווייס איך נישט צו עס פאסט, כנראה איז ער געווען א רב און נישט קיין רבי.
איך ווייס אז ער האט געהאט א זוהן אבער שכחתי שמו כעת, חתניו לוקחי בנותיו;
הרה"ג ר' אהרן ישעי' פעקעטע מ"מ בביהמ"ד זרע יצקח הנ"ל
ר' מרדכי לאנדא מקר"י
ר' ראובן בראך מוומ"ס
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35253
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
-
- שר האלף
- תגובות: 1791
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
- לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..
כבוד הרבי מסקרענטאן.
דער טיטל "העלמעצער רבי" האט זיך איר אייגענארטיגע חן, אזוי ווי דאס טאוועל וואס פלעגט הענגן אויף זיין שוהל "דאס העלמעצע בית המדרש"
דעריבער האב איך דאס אזוי געשריבן, אזוי ווי ער איז באוואוסט געווען בלשון חיבה.
דער טיטל "העלמעצער רבי" האט זיך איר אייגענארטיגע חן, אזוי ווי דאס טאוועל וואס פלעגט הענגן אויף זיין שוהל "דאס העלמעצע בית המדרש"
דעריבער האב איך דאס אזוי געשריבן, אזוי ווי ער איז באוואוסט געווען בלשון חיבה.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
ארעסטאנט, אז מ'רעדט שוין וועגן מתקן זיין דעם קעפל פונעם אשכול, זיי אזוי גוט און נעם אראפ דעם 'הגה"צ', נישט ח"ו ווייל ער איז נישט געווען אזאנס, נאר אדרבה ואדרבה, דער העלמעצער רב פארדינט דאס ערליך, אבער משום לא פלוג, האלטן מיר זיך מיט א ליניע צו שרייבן אויף יעדן בלויז מיטן טיטול: ר'.
א דאנק
א דאנק
לחיים ולברכה!
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35253
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
א ליסטע פון מקואות אויף וואס דער העלמעצער רבי ארבעט אויף תיקונים:
מקואות המחכות לתיקון
ווער איז דער נח ב"ר יצחק זאב פערמאן נכד החוזה מלובלין?
מקואות המחכות לתיקון
ווער איז דער נח ב"ר יצחק זאב פערמאן נכד החוזה מלובלין?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יאך געדענק נישט אזוי א ווי יאך האב דאס באמערקט. אפשר און המאור, אז דער העלמעטצער רבי האט געהאט א חלום אויף צו בויען א '"קרית בעל שם טוב" און אמעריקא, אבער דו פלאן האט מען משום מה באגאנזעט.
און א בריעף פון איינער פון גדולי דורו וואס עס איז געשיקט געווארן צו עם, ביי טיטעלט ער אויף רחי"ל "שר הטהרה"

כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
הישועות בו מקיפות
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35253
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
לכתחילה אריבער אין א אנדערע אשכול האט געשריבן:רבניש האט געשריבן:עפעס ווייסען זיי וואס זיי רעדן!
דאס איז הגה"צ ר' חנני' יו"ט ליפא דייטש זצ"ל - מהעלמעץ ובעל טהרת יו"ט - ברודער פון הרב דייטש זצ"ל פון דעטרויט
איז דא פון אים א אשכול? אסאך געטאן! אלע ארגענעזאציעס, ווי מקווה יו עס עי, מקוה רמא וכו' זענען זיינע תלמידים.,
און אויך איז עס א חידוש, דאס "הפצת" פון אידישקייט, פאסט מער פאר חב"ד, און רבינו מסאטמאר זי"ע האט אים שטארק געשטיצט. כאטש מען וואלט אויך געקענט האבן געוויסע חששות שאכמ"ל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
פרטים נוספים לתולדות הרה"צ מהעלמעץ זצ"ל:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =1&hilite=
חותנו ר' יוסף אבעלעס אב"ד שאלויא היה בנו של ר' משה יהודא אבעלעס, בן נוסף של ר' משה יודא הנ"ל היה הג"ר שמחה אבעלעס מכפר ראדשאנא מחוז נייטרא, ואח"כ רב בברוקלין, מח"ס זוהרי תורה, אח נוסף היה ר' ישראל אבעלעס מראה"ק דק"ק טירנוי
ר' שמחה אבעלעס נפטר ביום ט"ו כסלו שנת תרפ"ו ומנו"כ בביה"ח מט. ציון, באדיבות חברינו היקר הרפ"פ פון ברונזוויל חבר וועד הפועל של מורשת חכמי אמעריקא, זכינו לתמונת מציבת ר' שמחה אבעלעס, בייגעלייגט איז אויך דער דורקטסארט פון הגאון הנ"ל.

ארעסטאנט האט געשריבן:שנת תרצ"ג האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת מרת לאה ע"ה, די טאכטער פון הגאון המפורסם רבי יוסף אבעלעס זצ"ל אב"ד שאללא, אויבער אונגארן.
חותנו ר' יוסף אבעלעס אב"ד שאלויא היה בנו של ר' משה יהודא אבעלעס, בן נוסף של ר' משה יודא הנ"ל היה הג"ר שמחה אבעלעס מכפר ראדשאנא מחוז נייטרא, ואח"כ רב בברוקלין, מח"ס זוהרי תורה, אח נוסף היה ר' ישראל אבעלעס מראה"ק דק"ק טירנוי
ר' שמחה אבעלעס נפטר ביום ט"ו כסלו שנת תרפ"ו ומנו"כ בביה"ח מט. ציון, באדיבות חברינו היקר הרפ"פ פון ברונזוויל חבר וועד הפועל של מורשת חכמי אמעריקא, זכינו לתמונת מציבת ר' שמחה אבעלעס, בייגעלייגט איז אויך דער דורקטסארט פון הגאון הנ"ל.
מיללער האט געשריבן:פרטים נוספים לתולדות הרה"צ מהעלמעץ זצ"ל:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =1&hilite=ארעסטאנט האט געשריבן:שנת תרצ"ג האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת מרת לאה ע"ה, די טאכטער פון הגאון המפורסם רבי יוסף אבעלעס זצ"ל אב"ד שאללא, אויבער אונגארן.
חותנו ר' יוסף אבעלעס אב"ד שאלויא היה בנו של ר' משה יהודא אבעלעס, בן נוסף של ר' משה יודא הנ"ל היה הג"ר שמחה אבעלעס מכפר ראדשאנא מחוז נייטרא, ואח"כ רב בברוקלין, מח"ס זוהרי תורה, אח נוסף היה ר' ישראל אבעלעס מראה"ק דק"ק טירנוי
ר' שמחה אבעלעס נפטר ביום ט"ו כסלו שנת תרפ"ו ומנו"כ בביה"ח מט. ציון, באדיבות חברינו היקר הרפ"פ פון ברונזוויל חבר וועד הפועל של מורשת חכמי אמעריקא, זכינו לתמונת מציבת ר' שמחה אבעלעס, בייגעלייגט איז אויך דער דורקטסארט פון הגאון הנ"ל.
מי היה אביו של רבי משה יהודה? האם מוצאם מווייצען.?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז

- שר חמש מאות
- תגובות: 679
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15938
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
מיללער האט געשריבן:יישר כח הרב הנאסר בעוה"ר, יה"ר שייקרא לכל האסירים דרור בקרוב ממש בביאת גואלנו.
הערה קטנה: דער טיטול 'העלמעצער רבי' ווייס איך נישט צו עס פאסט, כנראה איז ער געווען א רב און נישט קיין רבי.
איך ווייס אז ער האט געהאט א זוהן אבער שכחתי שמו כעת, חתניו לוקחי בנותיו;
הרה"ג ר' אהרן ישעי' פעקעטע מ"מ בביהמ"ד זרע יצקח הנ"ל
ר' מרדכי לאנדא מקר"י
ר' ראובן בראך מוומ"ס
וראה שכן קראו לו בני דורו
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=29
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=7
ועוד
ייתכן אז דאס ריפען זיך העלמעצער רבי איז געווען מרוב ענוותנתו
א טיטעל וואס ווייזט ניט אויף ספעציעלער גדלות
מיללער האט געשריבן:יישר כח הרב הנאסר בעוה"ר, יה"ר שייקרא לכל האסירים דרור בקרוב ממש בביאת גואלנו.
הערה קטנה: דער טיטול 'העלמעצער רבי' ווייס איך נישט צו עס פאסט, כנראה איז ער געווען א רב און נישט קיין רבי.
איך ווייס אז ער האט געהאט א זוהן אבער שכחתי שמו כעת, חתניו לוקחי בנותיו;
הרה"ג ר' אהרן ישעי' פעקעטע מ"מ בביהמ"ד זרע יצקח הנ"ל
ר' מרדכי לאנדא מקר"י
ר' ראובן בראך מוומ"ס
ער האט געהאט זיבן טעכטער
אשת ר' שמשון שווארץ מקר''י [ברסלב] בזוו"ר
מרת שפרינצא בלוי ע"ה [אוועק פארגאגענע ווינטער
אשת הר' מרדכי לייפער מנדבורנה ב"פ
אשת ר' שמואל בנימין גרינפעלד
חלק שישי
א פלאדיגע הסכמה וואס העלמעצער רב האט געדרוקט
קוקט די לשונות
אגב אויף דעם באנד האט ער צוזאמען גענומען געלט כמעט פון אלע 50 שטעט אין אמעריקע

- אטעטשמענטס
-
- TYT2.jpg (220.5 KiB) געזען 3276 מאל
-
- TYT1.jpg (236.1 KiB) געזען 3276 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 617
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 138
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm
עשרת הדברות מהעלמעצער רבי
כהאב געהערט אז דער רבי האט געדרוקט אין ''דער איד'' אן נייע עשרת הדיברות פאר אינזער דור. ביטע ווער עס קען עס שאפן אין ארויפלייגן
כפי ששמעתי אחד מהדברות הוא שצריך פריזשעדער ופריזער מיוחד למילכיג ומיוחד לפליישיג. ועוד דיבור שכל הרבנים צריכים לדעת ''דרייוען'' קארס.

אכטונג אכטונג האט געשריבן:כהאב געהערט אז דער רבי האט געדרוקט אין ''דער איד'' אן נייע עשרת הדיברות פאר אינזער דור. ביטע ווער עס קען עס שאפן אין ארויפלייגן
כפי ששמעתי אחד מהדברות הוא שצריך פריזשעדער ופריזער מיוחד למילכיג ומיוחד לפליישיג. ועוד דיבור שכל הרבנים צריכים לדעת ''דרייוען'' קארס.
איר מישט נישט מיטן ראצפערטער רבי?