היינטיגן טאג אין דער היסטאריע

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

היינטיגן טאג אין דער היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

וואס האט היינט פאסירט אין דעם היסטאריע?

איך זע מיך כסדר זיכן פאר מיינע קינדער צו פארציילן וואס היינט האט פאסירט אין דעם היסטאריע.
טראכט איך אפשר אהער צושטעלן אזא אשכול, האפענטליך וועט שער עולם זיך אנרופן ווארעם.
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

אוגעסט 6 1945

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

דעם היינטיגן טאג. למס׳ אוגעסט 6 אינעם יאר 1945 האט אמעריקע געווארפן דעם ערשטן אטאם באמבע אויף היראשימא יאפאן. מיטן ווארפן דעם באמבע זענען 80,000 געשטארבן, 35,000 פארוואנדערט געווארן און נאך 60,000 זענען געשטארבן ביז די ענדע פונעם יאר פון די נאכווייען פון דעם אטאם.

מיטן ווארפן דעם אטאם האט יאפאן אויפגעגעבן דעם מלחמה, אבער נישט נאכן ווארפן נאכאיינס 3 טעג שפעטער אויף נאגאסאקי וואס האט אימגעברענגט נאך 40,000.
געוויסע היסטאריקער האלטן אז דער באמבע האט טאקע אויסגעלאשן דעם מלחמה, אבער האט אנגעצינדן דעם קאלטן קריג.

פון 1940 האט אמעריקע געארבייט אויפן אטאם, נאכן ווערן געווארענט ביי איינשטיין אז היטלער ארבייט דערויף, - אבער ווען מ׳האט געטעסט סוקסעספולי דעם אטאם אין דשוליי 1945 אין די מדבריות פון ניו מעקסיקאו - האט שוין היטלער געהאט קאפוטעלירט.

אבער יאפאן האט נישט געוואלט אויפגעבן דעם קריג אויפן פעסיפיק זייט, האט פרעזידענט טרומאן פארארדענט צו שיסן דעם אטאם און אזוי אפשטעלן דעם מלחמה שנעלער, אן אינוואדירן יאפאן וואס וואלט געקאסט אסאך אמעריקאנע לעבענס.

און אוגעסט 6 1945 האט דער באמבעדירער ׳אינאולע געי׳ אראפ געווארפן דעם אטאם העכער היראשימא. דער אטאם האט געוואויגן 5 טאן. דער באמבע האט אפגעווישט 4 סקווער מייל פון דער מאפע און אפגעווישט 80,000 לעבענס.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

לשם התחלה איז דאך דא קנקן טעגליך.
אויסער אויב דו רעדסט דווקא פונעם גוי'אישן דאטום.
אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעטל »

אין די מאנסי ווינקל וואס קומט ארויס דא אין מאנסי יעדן טאג, האסטו הערליכע שטיקער אומבאקאנטע היסטאריע. איך ווער יעדן טאג געוואר דארט חידושים
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

חוח בין השושנים האט געשריבן:לשם התחלה איז דאך דא קנקן טעגליך.
אויסער אויב דו רעדסט דווקא פונעם גוי'אישן דאטום.

יא איך רעדט פונעם גויאישן קאלאנדער, אלטוועלטיכע פאסירונגען
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

נעם אין אכט האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:לשם התחלה איז דאך דא קנקן טעגליך.
אויסער אויב דו רעדסט דווקא פונעם גוי'אישן דאטום.

יא איך רעדט פונעם גויאישן קאלאנדער, אלטוועלטיכע פאסירונגען

אין וויקיפעדיע איז דא יעדן טאג ראשי פרקים פון די טעגליכע היסטאריע. פון די ראשי פרקים קענסטו קליקן ווייטער צו זען די פולע ארטיקלען.
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

חוח בין השושנים האט געשריבן:

נו, אויב אזוי אפשר ברענגסטו אים אהער אין יודיש?
אץ קוצץ
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אץ קוצץ »

זעט דא צוגעלייגט, א קאפי פין א גאליציענע צייטונג אין די תר"צ יארען, ווער וויל זיך מנדב זיין ארויפלייגען וועכענטליך פין אזוינע צייטונגען ?? (פין די בייגעלייגטע צייטונג איז נאר דא א פאר וואכען, וואס האט איבערגילעבט)

20190807_013123.jpg
20190807_013123.jpg (391.41 KiB) געזען 1086 מאל

20190807_013054.jpg
20190807_013054.jpg (218.54 KiB) געזען 1086 מאל

20190807_013016.jpg
20190807_013016.jpg (216.02 KiB) געזען 1086 מאל
אץ קוצץ
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אץ קוצץ »

20190807_012928.jpg
20190807_012928.jpg (274.02 KiB) געזען 1084 מאל

20190807_012903.jpg
20190807_012903.jpg (360.07 KiB) געזען 1084 מאל

20190807_012837.jpg
20190807_012837.jpg (218.63 KiB) געזען 1084 מאל
אץ קוצץ
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אץ קוצץ »

20190807_012742.jpg
20190807_012742.jpg (316.54 KiB) געזען 1083 מאל

20190807_012707.jpg
20190807_012707.jpg (362.52 KiB) געזען 1083 מאל
לעצט פארראכטן דורך אץ קוצץ אום מיטוואך אוגוסט 07, 2019 1:46 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אץ קוצץ
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אץ קוצץ »

20190807_012617.jpg
20190807_012617.jpg (283.23 KiB) געזען 1081 מאל
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

אוגעסט 7 2005

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

דעם היינטיגן טאג למס׳ אוגעסט 7 2005. איז געראטעוועט געווארן א רוסישע מיליטערישע געזינקענע סומבארין ׳פריז׳ מיט אירע 7 מאטראזן.

דער סומבארין האט אנטייל גענומען אין מיליטערישע טרענונגען, ווען דער פראפעלער האט זיך איינגעהאנקערט אין די קעיבלס וואס מאניטערן די סומבארין.

אוגעסט 4 איז דער סומבארין געווארן געשטראנדעט מיט אירע 7 מאטראזן, 190 מעטער (איבער 623 פיס) הינטערן סי לעוועל.
דער סומבארין איז אזוי געווען געשראנדעט פאר 3 טעג, פאראירזאכענדיג שרעק אז דער אקסינדשען אינעם סומבארין גייט אויס, וואס וועט זיי אימברענגען.

דער רוסישע נעווי האט זיך תיכף פארבינדן מיט די נעווי פון די פאראייניגטע שטאטן און מיט די ענגלישע נעווי זיי ארויס צו העלפן.
דערווייל ביז הילף פון אינדערויסן איז אנגעקומען האבן די רוסישע נעווי פרובירט אליינס זיך אן עצה צו געבן, אבער אן דערפאלג.

נאך 3 טעג זענען אנגעקומען די ענגלישע נעווי, און זיי האבן סוקסעספול ארויס געשלעפט דעם סומבארין.

דאס האט פאסירט 5 יאר נאך וואס דער רוסישער נוקלאערער סומבארין ׳קארסק׳ האט געזינקען, און רוסלאנד האט נישט גערופן פאר הילף, נאר נאך 30 שעה, נאר זיך פרובירט אליינס אן עצה צו געבן, און נישט קענענדיג, זענען אלע 118 מאטראזן געשטארבן.

ס׳איז געווען א שטארקע שאק פאר דער וועלט אז נאך פינף יאר נאך אזא דיזעסטער האט רוסלאנד נאכאלץ נישט געהאט די טעכנילאגיע דערפאר.
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

אוגעסט 8 1974

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

היינט למס׳ אוגעסט 8 1974. האט פרעזידענט ניקסאן אפציעל ריזיינט.
אין א טעוועליזירטע סטעטמענט האט דער פרעזידענט געזאגט, ״איך האף אז מיט דעם שריט יאג איך צו די היילונג וואס אמעריקע דארף אזוי וויכטיג״. ניקסאן איז מיט דעם געווארן דער ערשטער פרעזידענט וואס האט ריזיינט.

דער פרעזידענט האט דאס געטון נאכן ווערן איבערגעצייגט אז ער וועט נישט געווינען זיין פראצעס אין סענאט - צוליב זיין ראלע אינעם וואטארגעיט סקאנדאל - האט ער ליבערשט ריזיינט.

דער נעקסטען טאג האט ניקסאן אפציעל איבערגעלאזט דעם ווייט האוז, און איז אפגעפלויגן אהיים פונעם פרעזידענטליכען העליפעד, פארן צומאכן דעם טיר האט ער זיך אויסגעדרייט מיט א שמייכל און אויסגעשפרייט ביידע הענט מיט א V (וויקטארי) סימבאל.

קורץ דערנאך איז ווייס פרעזידענט פארד געווארן איינגעשוואוירן אלץ דער 38׳סטער פרעזידענט.

שפעטער האט פארד געפארדענט ניקסאן, זאגענדיג אז מיט דעם האט ער געענדיגט דעם גאנצן סומאטוכע. אבער דאס פאלק איז זעט אויס נישט געווען צופרידן דערפון, און ער האט פארלוירן די וואלן.

(געווען אין פלאן צו אביסל ארום שרייבן פונעם וואטערגעיט סקאנדאל, אבער נישטא קיין צייט איצטערט)
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”