תקנות ביי א לויה????

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » זונטאג אוגוסט 04, 2019 3:13 pm

קענדי'ס האט געשריבן:
האט פארציילט איינער אז ער האט געפרעגט א קינד א יתום וואס איז געווען זיין שווערסטע חלק ווען די טאטע איז אוועק
האט ער גענפערט בשעת זאגן קדיש ביי די לויה האבן זיינע פעטערס ארויס גענומען די פאונס און געכאפט א קליפ




פאריגע וואך געווען א לוי' ווי א אינגל פון 6 יאר האט זיך געריסן קריעה אין געזאגט קדיש
איז געשטאנען א אינגערמאן און געכאפט א קליפ דערפון

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג אוגוסט 04, 2019 4:10 pm

היינט איז שוין איעדע לויה אין שומרי הדת לייוו, מ'קען עס מיטהאלטן בשעת מעשה און שפעטער אויך.

דאס איז א געוואלדיגע זאך!

משפחה וואס קענען זיך נישט באטייליגן זאלן קענען מיטהאלטן פון דערווייטנס.

איינער וואס האט פארפאסט קען הערן די הספדים שפעטער.

עס איז דא סקרינס אין די צוממער, אלע וואס שטייען די אנדערע עק קען מיטהאלטן וואס עס גייט פאר.

https://www.shomreihadas.com/funerals/
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » זונטאג אוגוסט 04, 2019 6:17 pm

.
לעצט פאראכטן דורך אילו זכינו אום מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:00 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג אוגוסט 04, 2019 6:35 pm

.
לעצט פאראכטן דורך nmi אום מאנטאג אוגוסט 05, 2019 11:06 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

גיזוגט
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 05, 2015 1:09 am

תגובהדורך גיזוגט » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 6:11 am

קענדי'ס האט געשריבן:
האט פארציילט איינער אז ער האט געפרעגט א קינד א יתום וואס איז געווען זיין שווערסטע חלק ווען די טאטע איז אוועק
האט ער גענפערט בשעת זאגן קדיש ביי די לויה האבן זיינע פעטערס ארויס גענומען די פאונס און געכאפט א קליפ


איך פיל מיר שוין היבש בעסער


ליידער היינט דארף מען צוקומען צו דעם
אז דער עולם זאלן געבן געלט פאר קרן פון יתומים
אן בילדער רעדט עס נישט צו קיינעם

מ'זעהט נעבעך דער יתומ'ל וויינט וועקט מען זיך אויף

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:59 am

גיזוגט האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:
האט פארציילט איינער אז ער האט געפרעגט א קינד א יתום וואס איז געווען זיין שווערסטע חלק ווען די טאטע איז אוועק
האט ער גענפערט בשעת זאגן קדיש ביי די לויה האבן זיינע פעטערס ארויס גענומען די פאונס און געכאפט א קליפ


איך פיל מיר שוין היבש בעסער


ליידער היינט דארף מען צוקומען צו דעם
אז דער עולם זאלן געבן געלט פאר קרן פון יתומים
אן בילדער רעדט עס נישט צו קיינעם

מ'זעהט נעבעך דער יתומ'ל וויינט וועקט מען זיך אויף

ווען די בילדער געכאפעריי וואלט ווען געווען פאר די סיבה החרשנו, די פראבלעם איז אבער אז דאס איז אין יעדע פאל, פונעם גרעסטן ארימאן ביזן גרעסטן עושר, וד"ל.

וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 11:28 pm

בין איך געווען ליידער לעצטענס ביי לוי' פון א אינגע טאטע
בשעת די אינגלעך האבן געזאגט קדיש האט א אינגערמאן ארויס גענומען זיין פאון און אנגעהויבן צו כאפן א קליפ
האבן זיך צוזאם גענומען אפאר אידן ואני בתוכם און איהם פארשריגן "שופך דם" און געהייסן אוועק לייגן
דער אינגערמאן איז ממש געווען ברוגז פארוואס מען לאזט איהם נישט און מען האט איהם געדארפט וואטשן ביז נאך די לוי' אז ער זאל נישט כאפן קיין בילדער און קליפס
נעבעך ניטאמאל האט ער פארשטאנען וואס מען וויל פון איהם


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 31 געסט