אשרי מי שחלם שראה פניו

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 07, 2019 1:43 am

יסוד ארי האט געשריבן:איינער ווייסט אויב מ'קען אהינגיין ביינאכט?
איך קלער צי גיין אהין דינסטאג נאכט

אליינס זיכער נישט

אוועטאר
יסוד ארי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

תגובהדורך יסוד ארי » דינסטאג מאי 07, 2019 9:10 am

b8327477fd7848c8a7454b8e0b3df739.jpg
b8327477fd7848c8a7454b8e0b3df739.jpg (91.1 KiB) געזעהן 1654 מאל

Zeltzer
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

בחור מקיבוץ בישיבת דושינסקיא בירושלים חלם פעמיים

תגובהדורך Zeltzer » זונטאג אוגוסט 04, 2019 3:44 pm

חרדים 4.8.2019

בחור מקיבוץ בישיבת החסידות בירושלים חלם פעמיים איך שהרבי הקודם שהלך לעולמו לפני 16 שנה, מגיע אליו בחלום הלילה ולומד עמו הלכות סת"ם, כשבדק את המזוזות בכל הקומה,מסעיר את החסידות הירושלמית הגדולה: סיפור שהחל לפני למעלה מחודשיים והסתיים ממש בימים האחרונים, הגיע לידיעת 'בחדרי חרדים'.

אחד הבחורים המבוגרים מבני הקיבוץ בישיבת 'מהרי"ץ דושינסקיא' ברח' שמואל הנביא בירושלים, חלם בלילה, שהרבי הקודם הגה"צ מהרי"ם דושינסקיא זצ"ל, הגיע אליו בחלום הלילה ולמד עמו הלכות סת"ם.
הבחור קם משנתו ולא התייחס לחלום, וחשב לעצמו "חלומות שווא ידברון".
לאחר כמה ימים זה חזר על עצמו, הוא שוב חולם בלילה, איך שהרבי המהרי"ם זצ"ל מגיע אליו ולומד עמו הלכות סת"ם, ושואל אותו שאלות ותשובות.
הבחור התעורר והפעם בבהלה.
לאחר שחשב מעט, הוא החליט להוריד את המזוזה בחדרו שבקומות החדרים של "הקיבוץ", לאחר בדיקה קצרה, הוא נבהל כשהמגיה אמר לו שהמזוזה פסולה ורק אז התחבר הכל התחבר לו והבין מה פשר החלום המסעיר.
לאחר מספר ימים, החליט הבחור להוריד את כל המזוזות בכל חדרי בחורי הקיבוץ ונבהל כשרובם של המזוזות נמצאו פסולים.

כאן הסיפור עדיין לא נגמר, ל'בחדרי חרדים' נודע כי אחד הבחורים המבוגרים ביותר בקיבוץ התארס לפני כמה ימים ובחסידות תולים זאת ללא ספק בתיקון המזוזות.
הסיפור מסעיר את החסידות ואת כלל בחורי הישיבה ובחורי הקיבוץ בפרט, איך שראו בחוש את הרבי המהרי"ם זי"ע, כשהוא דואג מלמעלה לכלל הבחורים - בחייו ובמותו.
יצוין כי לבחורי הקיבוץ בישיבת דושינסקיא בירושלים, יש אגף בנפרד מכל הישיבה, והאדמו"ר מתפלל איתם ומוסר להם שיעורים מיוחדי.

איישישאק
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

תגובהדורך איישישאק » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 11:36 am

איך מערק אז אסאך שרייבערס שפירן אז עפעס טויג נישט מיט די גאנצע חלום סומאטוכע, נאר זיי האבען נישט די ווערטער דאס ארויס צו ברענגן, ממילא זוכט מען צו זאגען פשט דערין. מ'זוכט מסביר צו זיין די הרגש וואס מ'האט אן די הסבר.

וועל איך זאגען מיינס.

א מענטש איז געלייגט געווארען אין דער וועלט צו ווערן בעסער, זיך אויסצופוצען פון זיין ארציות און צו ווערען א דערהויבענע מענטש. צו דעם דארף ער הארעווען אין תורה און דרך ארץ, פאררעכטן זיין דאווענען אז ער זאל מכוין זיין ריכטיג, ביז ער קומט אן צום מדרגה פון דער טור פון התפשטות הגשמיות, ער דארף בעסער לערנען און מער לערנען, זיך פירען מיט אנדערע אויף אן אויסגעהאלטענעם וועג, ועוד ועוד.

אם רואה אדם יסורין באין עליו יפשפש במעשיו, ער דארף זוכען וואס טויג נישט ביי זיין לעבן, און יעדער ווייסט דער אמת ביי זיך וואס איז דאס, און דאס פאררעכטן כדי אויסצופיהרען זיין פליכט אויף דער וועלט. די יסורים האבען א תכלית, זיי זענען נישט עפעס א שטרויכלונג פון וואס מ'דארף פטור ווערען. ט'פארוואס טוט ער עס נישט? פארוואס פאררעכט ער נישט זיין מעשים? ווייל ער נוצט אויס די התעוררות אויף נאנסענס! ער קען אויפהערן באגנבנ'ן קאסטומערס אדער דער רעגירונג, אדער קען ער פארען און כליפעצן אין ליזענסק. וועלכע ברירה זאל ער נעמן? וועלכע ברירה וועט ער נעמן? און אפילו ווען ער טוט נישט די ריכטיגע טריט פון מתקן זיין בין אדם לחבירו, כאטש קען ער פאררעכטן זיין דאווענען דאהי, קומען באצייטענס אז ער זאל קענען אויסזאגען יעדער ווארט כמונה מעות, ער קען זיך לערנען טייטש אין די ווערטער, ער קען דאווענען פאר זמן תפלה, ועוד ועוד. ער פאטשקעט אוועק די התעוררות דורך סווייפען פאר דער כולל, דורך צאלען א צווייטען זאל זאגען תיקון חצות פאר איהם (האסט אמאל געהערט אזא משוגעת אין דיין לעבן? תיקון חצות איז א התעוררות צו פארגעסן פון זיך און טראכטן פון צער השכינה, גייט מען צאלען יענעם צו זיין אויסגעארבעט פאר דיר?! און יענער טוט עס לשם שמים פאר די געלט אפצאל?! אפשר קען איך צאלען יענעם צו האבען מדות טובות פאר מיר? אפשר קען איך צאלען א צווייטען זאל זיך שיין אויפפיהרען צו זיין ווייב און אזוי וועל איך אויך יוצא זיין? אפשר זאל יענער מחנך זיין זיין קינדער פאר מיין טוועגן?). ער האט געהאט א טייערע דיאמאנט אין האנט וואס רופט זי יסורים, וואס דערמיט קען ער צוריק קומען צום אויבישטער, און ער האט גענוצט דער דיאמאנט צו באצירען זיין פידזשאמאס!

און דאס איז די חילוק צווישען דאס און סושי. סושי איז שטותים, וועמען גייט עס אן וועלכע פיש מ'עסט? אבער אידישקייט איז אן ערנסטע זאך, פאטשקע נישט דערמיט!
לעצט פאראכטן דורך איישישאק אום מיטוואך אוגוסט 28, 2019 9:24 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], בין ישראל לעמים, לעגאו מענטשעלע, פישל און 32 געסט