גיזוגט האט געשריבן:כבין געוועהן ביי די לוויה לעבן ביהמ"ד
קיין אויג איז נישט געבליבן טריקען ווען ר' בן ציון האט זיך געזעגנט און איבערגעבעטן טאמער ער האט"נישט" גענוג געטהון פאר איר (וויפיל ער האט זיך נעבעך געמוטשעט מיט איר)
און ווען דער 11 יעריג אינגעלע יודעלע האט געוויינט "מאמי" בלייב מיט אונז....
האבן מספיד געוועהן דער דומ"ץ הרב משה פאללאק (פון לאנדאן)
הרב הגאון רבי אברהם כהנא מנהל פון דע ישיבה
א ברודער
יעדער האט געבעטן ידאגו כל החבורה
פארשטייט זיך אז מדארף צוזאמשטעלן גרויסע געלטער פאר אזא צו בראכענע משפחה מיט אזוי פיהל צרות ל"ע.
איך קום יעצט צוריק פון א אסיפת חינוך אין ביהמ"ד ברך משה אויף יונה גאס אין ירושלים
ווי דער וועד החינוך פון די מוסדות יטב לב ירושלים האט פאררופן אלע עלטערן צו דרשות חינוך
אינמיטן די דרשות האט מען אפגעשטעלט דעם אסיפת חינוך און הרה"ג ר' יחזקאל שרגא בראך שליט"א בן הגה"צ ר' שמואל בראך מנאנאש זצ"ל מראשי וועד החינוך, האט אויסגערופן אז חז"ל זאגן על שלושה דברים העולם עומד על התורה ועל העבודה ועל גמילות חסדים, מ'איז זיך טאקע צאמגעקומען וועגן אסיפת חינוך על התורה ועל העבודה, אבער אלס תלמידי וחסזידי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע טארן אונז נישט פארגעסן פון ועל גמילות חסדים, און האט ארויפגערופן הרב חיים יוסף געפנער שליט"א יו"ר וועד הרבנים, וואס האט אויפגטראטן מיט א פלאמפייערדיגע דרשה וועגן דעם קרן פאר משפחה ר' בן ציו.
ר' חיים יוסף האט געפאדערט פון יעדן זאל אונטעשרייבן א הוראת קבע (אזוי קרעדיט כארד) פון 50 שקלים מאהל 50 חדשים, גלייך דערנאך זענען די עסקני הקהילה ארום אויסטיילן די הוראת קבע צעטלעך, און א ריזגער ציבור האט זיך אנגערופן זייער וארעם מיטן דעם סכום אדער אנדערע סכומים. א ריזגער ציבור האט זיך אנגערופן זייער וארעם מיטן דעם סכום אדער אנדערע סכומים.
דער נאך האט מען ממשיך געווען מיטן אסיפת חינוך