געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל

אלעס איבער א נסיעה קיין ארץ ישראל

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן: פארשטייט זיך אז דאס איז נאר אין די ווינטער ווען עס רעגנט בכלל, אבער אין די זומער, איז דאס אויך נישט דא, און דאן לויפט נאר די ירדן און נאך געציילטע טייכלעך, צו וואו די גאנצע לאנד שטראמט טאקע אהין אין די זומער צו קענען גיין אביסל שיפלען און רעפטינג, בפרט אין די גרויסע 'חופש' טעג, וואס דאן קען מען קוים ארויסזען די וואסער פון צווישן די שיפלעך... איי, גוטע זכרונות... שבשפלינ''ו זכ''ר לנו, איי.... מי יתן לנו ימי''ם מקדם...


ווער עס האט באמערקט די שמאלקייט פונעם ירדן וועט אוודאי פרעגן פארוואס די אידן האבן געדארפט א נס אריבערצוגיין? תירוץ, חוקרים זאגן, אז אזויווי מ'זעט אז אסאך אנדערע וואסערן טריקנען איין די לעצטערע יארן אין ארץ ישראל, אזוי אויך איז לכאורה געשען מיטן ירדן, עס איז שטארק מסתבר צו זאגן אז עס איז געווען אז עס פלעגט זיין פיל גרעסער.
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן:וואס עס האט מער א שייכות מיט אונז אידן להבדיל, איז דאס אז זיי פאררופן זיך אלץ אייניקלעך און נאכפאלגער פון... געס ווער... וועסט נישט חלומ'ן... פון יתרו! יא, פון אונזער אלעמען באקאנטן יתרו חותן משה...

און נאך מער, זייער הייליגסטע ארט אויף דער וועלט, איז די קבר פון יתרו, וואס געפינט זיך נישט ווייט פון טבריא, צו ווי מיר וועלן נאך אנקומען אי''ה. דארט קומען זיי אהין איין מאל א יאר, און פראווען דארט פאר דריי טעג גרויסע סעודות און פייערונגען. איך בין זיכער אז יתרו (זייער יתרו) האט א גרויסע עליה דורך דעם.


דער נאמען פונעם שטעטל איז כפר חיטים.
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן:מיר וועלן אריינפארן אין דעם דארף וויבאלד דאס מאל האבן מיר דא יא וואס צו זוכן. עס ליגט דארט די הייליגע אמורא ר' לוי, לוי בר סיס''י.

דארט ליגט אויך דער טאטע סיסי (ספר יחוס אבות ושבילי דירושלים).
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן: אין די עמק הירדן פארט עס אריבער אין די שטאט בית שאן, וואס חז''ל זאגן אז אויב די גן עדן איז אויף דער וועלט, איז עס אין בית שאן! ווען מען פארט דארט, פארשטייט מען פארוואס.


להערה בעלמא, פון די לשון הגמרא איז זעט אויס אז איז נאר דער "פתח" פון גן עדן, נישט דער גן עדן אליינס. "אמר ריש לקיש אם בארץ ישראל הוא בית שאן פתחו". (עירובין דף יט.).
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן: יוחאי: דאס איז זייער שווער צו גלייבן, וויבאלד די מסורה אויף דעם איז גאר א שפעטערע, נאר פון צוויי הונדערט יאר צוריק. אנדערש ווי געווענטליך וואס מען זעט עס שוין געשריבן פאר טויזענט יאר צוריק, אדער פונעם אר''י הקדוש.

עס ווערט געברענגט אינעם ספר מסע מירון און אויך אין ספר גבעת שאול.
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן:נאך אביסל מיר פארן, קומען מיר אן צו אן ארט פון ווי מען קען דא צופארן צו מערערע קברי צדיקים, אלעס אין די זעלבע געגענט, איינס נישט ווייט פונעם צווייטן: ר' יוסי דמן יוקרת, ר' טרפון, ר' כרוספדאי האמורא, מקום האידרא רבא, אלקנה אבי שמואל, ר' בנאה האמורא, ר' יוסי דמן פקיעין און ר' שמעון בן מנסיא, אלעס באשטעטיגט דורכן אר''י הקדוש (חוץ ר' טרפון וואס מאנכע האלטן טאקע אז עס איז א טעות און ער ליגט נישט דארט).


עטליכע קליינע הערות, א) אלקנה אבי שמואל, ר' בנאה האמורא און רב כרוספדאי האמורא איז אינעם געגענט וואס די אראבער רופן (פלעגן רופן) 'ביר אל שיך' למאי נ"מ? ווען מ'קוקט אריין אין ספר הגלגולים פון רבי חיים וויטאל דערמאנט ער דארט דעם נאמען 'ביר אל שיך' איז וויכטיג צו וויסן אז רעדט טאקע פון יענעם געגענט אראם פונעם 89 ראוד. ב) רבי יוסי דפקיעין און רבי שמעון בן מנסיא קען מען עכט נישט זען פונעם ראוד מ'מוז אריין פארן אינעם וואלד. דארט אין וואלד דארף מען האבן א הויכן קאר, אז נישט קען מען בלייבן שטעקן דארט. ג) איר האט אויסגעלאזט בנו ובתו של רבי יוסי דמן יוקרת,. אויך איז כדי צו דערמאנען אז דארט ממש אראפ פונעם 89 איז עין זיתים וואו עס ליגן רבי יהודה בר אלעאי דער בר פלוגתא פון רבי שמעון און תלמיד פון רבי עקיבא, ווי אויך זיין טאטע רבי אלעאי אביסל ארויפציר רבי כרוספדאי התנא – אויפן בארג, קעגן איבער רבי יוסי סאראגוסי און צוריק אויף די אנדערע זייט רבי משה בן מכיר - בעל סדר היום.
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן:

יעצט פארן מיר אונטער צפת, ווען אויף די לינקע זייט זעהען מיר העכער אונז די שטאט צפת, בפרט די אלט שטאט און די גרויסע באקאנטע בית החיים, ווי עס ליגן די אלע קדושים וצדיקים.

אויך ליגן דארט אויף דעם בארג עטליכע צדיקים, וואס די אר''י הקדוש האט מגלה געווען מקום מנוחתם. עס געפינט זיך דארט די קברים פון: חוצפית המתורגמן, יהוידע הכהן, עדינו העצני, בריה דרב ספרא, ר' אבא מהזוהר, נחוניא בן הקנה, ר' יצחק מהזוהר און ר' חייא מהזוהר. עטליכע זענען גאר שווער אנצוקומען דערצו, און עטליכע זענען גרינגער.


חוצפית המתורגמן, יהוידע הכהן, עדינו העצני, זענען נישט אזוי שווער אנצוקומען, מ'דארף נאר וויסן וואו צוגיין. אגב עס איז דא נאך א פלאץ וואו מ'ווייזט אן אז עדינו העצני, אבער נחל עמוד איז דאס ריכטיגע פלאץ. (כך אמר לי ר' שמואל מאיר חשין).
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן:

נענטער צום דארף, אויפן בארג קעגן איבער, ליגט די הייליגע תנא ר' ינאי. און העכער ארויף אויפן בארג ליגט די תנאים עקביא בן מהללאל און אדמון. די לעצטע צוויי קברים איז דא חילוקי דעות ווי פונקטליך עס געפינט זיך, אבער זיכער נישט צו ווייט איינס פון צווייטן און ערגעץ אין דער געגענט.

צו עקביא איז א לאנגע וועג, און צו ר' ינאי איז די גרינגסטע צוקומען, אבער אויך נישט זייער גרינג. בקיצור, אויב האט איר נאכנישט גענדיגט מיט די אנדערע קברים אין גליל, זאלט איר קודם אהין גיין און די קברים אין עכברה זאלט איר לייגען פון די לעצטע אויפן ליסטע..

עס איז דא א גרינגערע וועג אנצוקומען צו עקביא בן מהללאל און אדמון בן גדאי.
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן:אין די צענטער פונעם טאל לויפט אדורך די באקאנטע טייך 'ירדן', וואס ווערט מערערע מאל דערמאנט אין די תורה. דא איז דער אויבערשטער טייל דערפון, גאר ווייט פונעם ארט ווי די ירדן האט זיך געשפאלטן ווען די אידן זענען אריין אין א''י. יענער טייל זענען מיר שוין שנעל דורכגעפארן ווען מיר זענען אראפגעפארן דעם ניינציגער. עס געפינט זיך אקעגן איבער די שטאט יריחו.

הערה בעלמא, דער ירדן איז לכאורה נישט געשפאלטן געווארן, ווי דער לשון הגמרא אין מכת סוטה (לד.), איז המים היורדים מלמעלה קמו נד וכו' מלמד שהיו מים נגדשין ועולין כיפין על גבי כיפין יתר משלש מאות מיל עד שראו אותן כל מלכי מזרח ומערב שנאמר ויהי כשמוע כל מלכי האמורי אשר בעבר הירדן ימה וכל מלכי הכנעני אשר על הים את אשר הוביש ה' את מי הירדן מפני בני ישראל עד עברם וימס לבבם ולא היה בהם עוד רוח מפני בני ישראל וכו' דערנאך זענען די כהנים צוזאמען מיטן ארון אריבערגעפלויגן ווי א פליגער.
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן: דא אין שטאט געפינט זיך די קבר פון חוני המעגל און זיין אייניקל אבא חלקיה. עס געפינט זיך ביי די אנדערע עק פון שטאט פון וואו מען קומט אריין, עס נעמט סך הכל פינף מינוט דורכצופארן די גאנצע שטאט מיט די אלע כיכרים... ראונדעבאונד בלע''ז.

אויך נאך אן אייניקל דער גרויסער צדיק חנן הנחבא (ספר תוצאות ארץ ישראל מתלמידי הרמב"ן).
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

כביש 886 - ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

ווען מיר ענדיגן דער טייל פונעם 886, קענען מיר מאכן א רעכטס אויפן 899. דער ראוד פירט נעבן מערערע קלענערע ישובים וואס געפינען זיך ביים גרעניץ מיט לבנון, ווי אביבים, מלכיה, יראון – וואס דארט געפינט זיך גראדע א שיינע טייכל מיט א קליינע זו און נאך קלענערע אטראקציעס. און ברעם און דובב, און צום סוף קומט עס צוריק ווי מיר זענען שוין געווען פריער, צווישן די ישובים סאסא און צבעון.
מיר וועלן יעצט נאר צופארן ממש נישט ווייט פונעם 886, וויבאלד מיר ווילן זיך יעצט האלטן אויפן 886. דארט, ממש גלייך נאכן דריי, געפינט זיך אן ארט גערופן 'תל קדש'.

'תל קדש' איז גאר אן אלטן ישוב, נאך פון די צייטן פון די רומיים און נאך פריער. פאר דעם אליינס וואלטן מיר נישט אהערגעקומען, א''י איז רייך מיט אלטע חורבנות פון יענע צייט, אבער דא איז דא עטליכע קברים וואס אסאך עולי רגל דערמאנען אין די נאטיצן פון זייערע נסיעה.
לויט ווי עס איז מקובל שוין כאטש טויזענט יאר, ליגט דא אויף די רעכטע זייט פונעם ראוד די פריעדיגע צדיקים: ברק בן אבינועם, די שופט פון כלל ישראל אין זיינע צייטן, וואס האט אנגעפירט די גרויסע מלחמה מיט יבין מלך חצור און זיין גענעראל סיסרא, וואס זייער היימשטאט האבן מיר שוין פריער באזוכט אינטן דעם בארג, נישט ווייט פון דא.
דערנאך ליגן דארט דבורה הנביאה, וואס האט ארויסגעהאלפן אין דער מלחמה און געשטאנען אינטער דעם. און נאך עטליכע וואס האבן געשפילט א ראלע אין יענע מלחמה.
אויף די אנדערע זייט פונעם ראוד געפינען זיך די קברים פון די שבטים אשר און נפתלי.
דאס איז שוין גאר אן אלטע מסורה. און געוויסע שרייבן אפילו אז דארט צווישן די צוויי ארונות פון אשר און נפתלי, איז די גבול צווישן די צוויי שבטים, דעריבער, כאטש זיי ליגן איינס נעבן די אנדערע, ליגט יעדער אין זיין נחלה.

איך בין שוין דארט געווען עטליכע מאל, און מיר איז זייער שווער צו גלייבן אז דארט זענען די קברים.
די קברים פון ברק און דבורה זענען אזעלכע סארט רוימישע ארונות, וואס ליגן אין א חרוב'ע רומישע בית עבודה זרה פון צוויי טויזענט יאר צוריק. איין וואנט, א הויכע וואנט פון בערך צוואנציג דרייסיג פיס, שטייט נאך אויף די זעלבע פלאץ ווי צוויי טויזענט יאר צוריק, און די אנדערע ווענט זענען שוין איינגעפאלן און ליגן דארט ארום צוטיילט.
קעגן איבער אויף די צווייטע זייט ראוד, געפינען זיך נאך צוויי אזעלכע ארונות, וואס קוקן אויס פאר מיר צו קומען אויך פון דעם בנין. איינס האט זיך צובראכן פאר בערך פינף יאר צוריק. עס זענען סתם צוויי ארונות וואס ליגן ארום פרייען פעלד.

עס איז מיר אבער זייער שווער צו גלייבן אז דאס זענען די ארונות פון אשר און נפתלי, און ברק און דבורה.
איינע פון די הויפט סיבות צו זאגן אז זיי ליגן דא, איז וויבאלד דא איז 'קדש', די ארט ווי עס איז פארגעקומען די אויבנדערמאנטע מלחמה. אבער למעשה נעמען היינט אן די חוקרים מיט א וודאות אז יענע קדש געפינט זיך אין עמק יזרעאל, ווי מיר וועלן נאך אנקומען אי''ה, זייער ווייט פון דא. און אזוי איז זייער מסתבר צוליב די אלע סימנים פון די ארומיגע שטעט.
ממילא איז דא טאקע א געוויסע רוימישע קדש, אבער נישט דער קדש פון טויזענט יאר בעפאר וואס געפינט זיך עטליכע מייל ווייט פון דא, אין א טאל וואס איז פאסיג פאר מלחמות (און אפילו אויב יא, מוז נאך אלץ נישט זיין אז דא איז זייער קבר).
בקיצור, ווער עס וויל קען אהין גיין, אבער איך מיין אז עס איז נאר אן רומישע בית הקברות און נישט מער.
איין יאר בין איך אהין געפארן פון ירושלים מיט עטליכע ארגענעזירטע באסעס, צו די יארצייט פון נפתלי אדער אשר... קודם פארט מען....

פארן מיר צוריק אויפן 899 ביז מיר דערגרייכן די דריי ארויף אויפן 886 צו דרום.
ביים דריי זעהען מיר אינטער אונז א אלטע אראבישע געביידע, וואס לויט א געוויסע היימישע חוקר ליגט דארט ר' יוסי ממילחייא וואס ווערט דערמאנט אין ירושלמי דאכצעך.
אויב פארט מען ווייטער גראד, קומט מען צוריק אראפ צום טאל פון ווי מיר קומען, ככלב שב אל קיאו, מיר וועלן דא זיך דרייען רעכטס און צוריק קומען צום 886 וואס פירט אין די ריכטונג פון צפת.

פארן מיר אראפ דעם 886. מיר פארן אריבער רמות נפתלי און דישון, ווי מערערע גייען דארט זשיפינג אויף די שיינע בערג ארום.
נאך אביסל פארן, זעהען מיר אויף די רעכטע זייט די ישוב עלמה. גלייך נאך די אריינגאנג קענען מיר מאכן א רעכטס אויף א זייטיגע ראוד וואס פירט אונז אריין גלייך נעבן די קברים פון מערערע תנאים ווי ר' אלעזר בן עזריה, ר' אלעזר בן ערך, עזריה, ר' שמעון בן נתנאל און נאך. האטס געפועל'ט אלעס גוטס.
אינטער עלמה, טיף אין די בערג, געפינט זיך נאך א קבר פון ריש לקיש און ר' יוחנן דקציון, אבער אנקומען אהין דארף מען קלעטערן אויף שווערע בערג פאר איבער א שעה, ווי אויך געפינט זיך דארט א מיליטערישע טערנירונג זאנע, וואס אני הקטן האט שוין מיטגעהאלטן דארט, אויפן וועג צו די קברים מיט א זשיפ, ווי זיי לערנען זיך שיסן צווישן די בערג.
דעריבער, נאר אויב איר שפירט א ספעציעלע קשר מיט איינע פון די אמוראים וואס ליגן דארט, אדער איר זענט שוין געווען ביי אלע קברים חוץ פון דא, דאן איז עס כדאי... אויב נישט האבן מיר פאר אייך אסאך אנדערע ווי זיך צו משתטח זיין.
פאר מיר וועלן זיך יעצט אראפדרייען אויפן קלענערן 8966, קען מען אויך צוגיין צו א קבר פון רב הונא און נאך עטליכע אמוראים וואס מען האט ארויפגעברענגט פון בבל צו באערדיגן אין ארץ ישראל, אבער עס איז שווער צו אנצייגן וויאזוי אנצוקומען דארט, כאטש עס געפינט זיך גלייך נעבן די ראוד, עי' באהלי צדיקים.

יעצט וועלן מיר מאכן דא א לינקס אויפן 8966.
גלליך אויף די רעכטע זייט זעהען מיר א דארף מיטן נאמען 'ריחאניה'. אידיש זיכער נישט, לשון הקודש אויך נישט, מן הסתם אראביש...
יעצט, דא האבן מיר צוטון מיט נאך א פרישע פאלק וואס האט זיך געטראפן דאס פלאץ אינעם פיצל לענדל. דער פאלק ווערט גערופן 'די טשערקאסים'.
האבנדיג די זכיה צו וואוינען אין א''י, וועלן זיי אויך האבן די זכיה צו ווערן דא באשריבן בקיצור אין אונזער היינטיגן ארטיקל, טוב לצדיק טוב לשכינו...

די טשערקאסים קומען פון די רוסישע ענלאזע קאוואקאזע געביטן. דארט זענען זיי אויסגעשטאנען אין די ת''ק יארן שרעקליכע רדיפות פון די רוסן. א מיליאן א האלב פון זייער געמיינדע זענען אויסגעהארגעט געווארן, און כמעט אלע איבריגע האבן געהויבן פיס און אנטלאפן פון דארט מיט די נשמה אין די הענט.
רוב זענען אנגעקומען קיין טערקיי און די אומגעגענט, אבער עטליכע פון זיי האבן געלאנדעט דא אין לאנד, און זיך פיין באקוועם געמאכט דאהי, און זיי וואוינען דא ביז היינט.

גלייך ביים אנקומען האבן זיי אנגעקניפט גוטע באציאונגען מיט די אידן וואס זענען דעמאלטס אויך אנגעקומען אין לאנד, און אויך געווען גרינע... און טאקע אלע יארן זענען זיי געשטאנען אויף די זייט פון די אידן און געלעבט בשלום אינאיינעם. זיי האבן אפילו אויך געהאלפן אידן זיך אריינצושמוגלען אין לאנד, אין די צייטן ווען די בריטישע האבן עס צוריק געהאלטן, ווי באקאנט.
היינט האלטן זיי זיך פאר א חלק פון די מדינה, און דינען אין די מיליטער אויף הויכע פאזיציעס.

זיי פארמאגן דא א באפעלקערונג פון פינף טויזענט, און זיי האבן צוויי אייגענע דערפער אינעם לאנד, אונזער 'ריחאניה' דא אין די הויכן פון גליל העליון, און אין גליל התחתון נישט ווייט פון טבריה, 'כפר כמא'.
אבער זארגטס ענק נישט, זיי האבן אויך די געוואלדיגע זכיה צו זיין א טייל פון די פרידליכע מוסלעמענער רעליגיע... אבער ווי שוין דערמאנט האט מען קיינמאל נישט צוטון מיט זיי, און פארקערט, די פרייע קומען צו זיי אסאך אין דארף פאר זייערע סארטן עסן, און סתם צו זען זייערע אייגנארטיגע סארט לעבנס שטייגער וואס זיי האלטן נאך אן מיט א שטארקייט, און נאך.

פארן מיר ווייטער, ביז מיר דערגרייכן די קבר פון ישעיה הנביא.
דער קבר איז לכאורה גאנץ א פרישער און ווערט נישט דערמאנט אין די ספרים וואס באשרייבן אלע קברי צדיקים, אבער לויט ווי איך האב געהערט, האט די אידן אין צפת א מסורה דערויף.
א שיינע פלאץ איז עס זיכער, א קליינעם באחנ'טן טאל ארומגענומען מיט פיר זייטן בערג, א זעלטענע רוהיגע אטמאספערע הערשט דארט, א אינזל פון מנוחה אינעם טומל'דיגן לאנד. נאך מיט א קבר אין די זייט נאך אויך, צו גאט און צו לייט...
א בנין איז נישט דא דערויף, נאר א שטיין מיט א שטיקל געבוי. מען קומט אהין זעלטן און עס איז גאנץ אינטערעסאנט אהין צו גיין. אבער עס איז היבש שווער צו טרעפן דעם מקום, אויב מען ווייסט נישט ווי צו קוקן, כאטש עס געפינט זיך א אינטש אוועק פונעם ראוד.
וועלן מיר איבערשלאפן ביי ישעיה הנביא, און מארגן וועלן מיר פארזעצן אי''ה מיט אונזער נסיעה.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

צו וללמוד אני צריך: א גרויסע שקויעך פאר די שיינע באלערנדע הערות!!
רוב ווייס איך, אבער, איבער קברי צדיקים וויל איך נישט אזויפיל מאריך זיין, פארדעם געהערט אן אשכול פאר זיך. מענדיגט קיינמאל נישט, דעריבער ווארף איך עס אריין, אבער נישט מאריך, און אוודאי נישט די וועגן. אפשר אינעם ספר וואס וועט מעגליך ארויסקומען וועט זיין יעדע זאך מער דעטאלירט.
אבער אדרבה, זיי טאקע משלים וואס די קענסט.
לגבי יוחאי, די הערה במקומה עומדת, עי''ש.
כפר חיטים איז אן אידישע דארף דערנעבן, קיין שייכות דערמיט.
יישר כח נאכאמאל!!
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן:צו וללמוד אני צריך:
אבער אדרבה, זיי טאקע משלים וואס די קענסט.
יישר כח נאכאמאל!!


מצוה לשמוע דברי חכמים...

טוב ה' לכל האט געשריבן: ר' מאיר: היינט זאגט מען אז דארט ליגט ר' מאיר בעל ה'אקדמות', און אלע פרעגן אוודאי, אז לכאורה איז ער דאך געבליבן אינטער די סמבטיון איז ווי קומט אן זיין קבר דא אין גוש חלב?...

און באמת פרעגט מען גוט, ווייל ער ליגט טאקע נישט דא.
איז ווער יא? דא ליגט א ראשון וואס האט געהייסן ר' מאיר קצון, און מיט די יארן האט זיך עס פארטוישט. וויאזוי, פארשטיי איך נישט, אפשר האט עס א טור גייד געטון צו מאכן אינטערעסאנט די זאך...


וללמוד אני צריך האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן:די קברים אין גוש חלב, דארט ליגט שמעי' ואבטליון, יוחאי אבי רשב"י, ר' מאיר בעל אקדמות און נאך.


ספר סדר הדורות בשם ספר 'גלילות ארץ ישראל' שרייבט: "בגוש חלב קבורים אבטליון ושמעיה ורבי יצחק מגוש חלב ורבי מאיר בעל הנס".

דא שטייט נישט 'רבי מאיר בעל אקדמות', נאר רבי 'מאיר בעל הנס'. אפשר איז דאס רבי מאיר בעל אקדמות און ווערט אנגערופן רבי מאיר בעל הנס, וועגן די נס וואס האט פאסירט מיט אים ביים אריבערגיין דעם סמבטיון?

פון דעם בעל סדר הדורות, זעט נישט אויס אז ער האט געהאט אזא קלער:

נאכדעם וואס דער סדר הדורות ברענגט אראפ די אויבערמאנטע בשם ספר גלילות ארץ ישראל, שרייבט ער אויף די אויבערמאנטע צוויי פונעם ליסטע, רבי יצחק מגוש חלב און רבי מאיר בעל הנס,: "לא ידעתי אלו השנים מי הם".

באמת, די מקור פון וואו ספר גלילות ארץ ישראל האט עס גענומען, קומט פון ספר 'יחוס הצדיקים', דער בעל יחוס הצדיקים אליין שרייבט נאָך רוב מקורות פון קברי צדיקים פון צפון ארץ ישראל, פון ספר 'כפתור ופרח' און אין ספר כפתור ופרח שטייט נישט קיין ווארט פון רבי מאיר, אדער רבי מאיר בעל הנס.

אין ספר מסעות רבי יעקב שליח רבי יחיאל מפאריז (עמ 69) ווערט געברענגט אז דאס איז דער קבר פון רבינו מאיר קאצון ואשתו, לכאורה איז ער געווען איינע פון די ראשונים, ווייל ער ווערט אנגערופן מיטן טיטל "רבינו", [האלטן מיר שוין ביי די צווייטע רבי מאיר]. אנדערע שרייבן 'רבינו מאיר טצון' (ספר תוצאת ארץ ישראל פון א תלמיד פונעם רמב"ן), [דריטע רבי מאיר]. אין ספר מבשרת ציון ברעננגט אן השערה אז דאס איז רבי מאיר מקוצי [פערדע רבי מאיר] און עס איז פשוט נתחלף געווארן ברוב הימים צווישן טצון-קאצון-מקוצי.

אה, אין ספר עדן ציון שטייט שוין יא עפעס, אז דאס איז רבי מאיר ברבי יצחק ש"ץ מחבר האקדמות, [פינפטע רבי מאיר], אבער ער שרייבט אז ס'דא וואס זאגן אז דאס איז גאר 'רבי מאיר ב"ר יעקב' [זעקסטע רבי מאיר], וואס איז ארויף קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט רבינו יחיאל מפאריז.

דער עיקר פראבלעם מיט די השערה אז דאס קבר רבי מאיר בעל האקדמות, נעמט זיך פון דעם וואס דער 'אליה רבה' ברענגט אין סי' תצ"ה סי' ה' וז"ל: אחר פסוק ראשון כו'. בט"ז הקשה בזה, ודעתו לומר אקדמות קודם שיתחיל לברכת התורה. וכבר תירץ הכל בתשו' שער אפרים סי' יו"ד ומקיים המנהג. גם נמצא נדפס בל"א ישן נושן מעשה באריכות דעל מה תקנו אקדמות וסיים שכיון [ש]המעשה היה במדבר לכן תקנו לומר אחר במדבר סיני זכר לנס.

זעט מען אז די באקאנטע מעשה פון רבי מאיר בעל האקדמות איז מקורו אין 'אליה רבה'. הגם דער אליה רבה שרייבט נישט פרטי המעשה אבער קינד און קייט ווייסט צו דערציילן אז רבי 'מאיר בעל האקדמות' איז אריבער אויף די אנדערע זייט סמבטיון. דער סמבטיון ווארפט שטיינער א גאנצע וואך, נאר נישט שבת אויפן וועג אהין האט ער געמעגט מחלל שבת זיין, עס איז געווען פיקוח נפש וואס איז דוחה שבת, אבער צוריק קומען האט ער נישט געקענט, אויב אזוי ווי אזוי קען ער ליגן אין גוש חלב?

____

בדרך אגב ווערט געברעגט אין ספרים, תוצאת ארץ ישראל כפתור ופרח און נאך, אז אין 'גוש חלב' ליגן באהאלטן אדרמלך ושראצר, וואס זענען געווען קינדער פון סנחריב מלך אשור, וואס האבן זיך מגייר געווען.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

PDF

קרעדיט: הרוצה בעילום שמו.

סאיז געמאכט געווארן זייער שנעל, איך האב נאר צייט א שעה צוויי ביינאכט צו ארבעטן אויף דעם. אי"ה קומענדיגע וואך האף איך וועל איך האבן נאך.


אויב איינער האט הערות ווי אזוי בעסער צו מאכן זאל מעיר זיין, יענער איז גרייט צו הערן

ואני אפת״ח
ענדערש מאך אלע בילדער צו אייין זייט (עטליס ביי יעדע פארעגראף האלט זיך צו איין זייט)
דאס איז למשל אביסל צופארן

Screen Shot 2019-08-01 at 9.38.16 AM.png
Screen Shot 2019-08-01 at 9.38.16 AM.png (701.99 KiB) געזען 3307 מאל



נאך א הערה:


;l;p-
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

כביש 886 - ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יעצט וועלן מיר זיך צוריקדרייען צו די 886 פון ווי מיר זענען געקומען. היינט וועלן מיר פארן בעיקר צו קברי צדיקים, וואס עס איז דא דערפון א שפע אין די געגענט.
די וועג צוריק, און בעצם אויך אהער, איז זייער שיין. מען פארט אין א קליינעם שמאלן געדרייטן טאל צווישן צוויי שיטער באוואקסענע בערג, און עס איז א שטילער ראוד ווי ע''פ רוב פארט מען אליינס.
מיר קומען צוריק אן צום מער ברייטן פארנומענעם ראוד, די 886. מיר מאכן א לינקס דערויף און פארן אין ריכטונג פון דורם. נאך אביסל פארן, קענען מיר מאכן א לינקס אריין אין די ישוב 'כרם בן זמרה'.
גלייך נאכן אריינפארן אינעם ישוב מאכן מיר א רעכטס און פארן ארויף דעם בארג ביז די ענדע, ווי מיר זעהען אויף די רעכטע זייט די קבר פונעם תנא ר' יוסי בן זמרא, ווי מען קען דאווענען און בעטן אויף וואס מען דארף.

אויך קען מען דא צופארן צו א וויינערי ווי מען מאכט וויין פאר די באקאנטע כרם בן זמרה וויין. אבער אין די נושא פון וויינען וועל איך נישט אריינרעדן, וויבאלד איך פארשטיי דערצו אזוי ווי איך פארשטיי צו סושי... דעריבער, וועל איך נישט רעדן וואס איך ווייס נישט, און איך וועל נישט זאגן צו עס איז אינטערעסאנט דארט צו גיין צו נישט.
די נאמען פונעם ישוב גראדע, דערציילט אונז די צוויי זאכן וואס עס איז דא צו טון דא. 'כרם' און 'בן זמרא'. אסאך בחורים קומען דא אויך פאר שבתים, ווי עס איז פארהאן אסאך שיינע דירות צו דינגען איבער שבת. און בכלל איז די גאנצע ארום זייער שיין און אנגענעם.
נישט נאר דא, נאר אין די אלע ארומיגע ישובים קומט מען אסאך. אין דלתון, ווי אנכי הקטן האט שוין געוויילט א שיינעם שבת בצל קדשו פון ר' יוסי הגלילי, און די רב הצעיר זיין זון ר' אליעזר ב''ר יוסי הגלילי... ווי מיר וועלן בקרוב באזוכן. און אין רמות נפתלי, עלמה און אלע דערפער ארום מירון ווי ספסופה, כפר שמאי און אזוי ווייטער.

פארן מיר יעצט טאקע קיין דלתון. בעפאר מיר דערגרייכן דעם ישוב, קען מען אריינפארן אין די אינדוסטריאלע זאנע פון דלתון, וואס דארט געפינט זיך די באקאנטע 'דלתון' וויינערי. ווי פריער דערמאנט, בין איך נישט אין דער ליניע, דעריבער בין איך נישט דארט געווען און איך ווייס נישט וואס מען זעט דארט און צו עס איז ווערט א באזוך אהין.

נאך אביסל, גרייכן מיר דעם ישוב. מען פארט דורך די לאנגע הערליכע אריינגאנג, באוואקסן מיט הערליכע טייטלביימער. נאכן אריינפארן אינעם ישוב, מאכט מען א לינקס אויף די וועג וואס נעמט ארום די ישוב, כביש עוקף, און מען פארט דערויף פאר דריי פיר מינוט.
אינמיטן וועג פארט מען אריבער לאנגע לולים של תרנגולים, וואס אז מען עפענט די פענסטער פונעם קאר, קען מען פארשטיין פארוואס עס איז פארבאטן צו דאווענען אין א לול של תרנגולים... הונדערטע קאפורעס שטייען אויסגע'שורה'ט איינס נעבן דעם צווייטן, און די גאנצע וואס מען פארלאנגט פון זיי איז: געב אהער אייער... די איבריגע צייט קענען זיי רוהיג פארברענגן אין די אנגענעמע אטמאספערע אין דעם גיגאנטישן פארפעסטעטן לול אן קיין שטער...

נאכן דערגרייכן דעם זייטיגן וועג ארויס פון אנדערן זייט דארף, פארן מיר ארויף צום קבר פון ר' יוסי הגלילי, וואס ווי זיין נאמען צייגט, האט ער טאקע געוואוינט אין גליל, מן הסתם דא אין די געגענט. מעגליך אפילו דא אין דלתון, ווי אידן האבן געוואוינט אין יענע צייטן, ווי די ארכיאלאגישע גרובינגען צייגן.
דער ציון איז א ארט ווי מען גייט שוין פאר טויזענט יאר זיכער און מער. ווען אין צפת פלעגט זיין אן עצירת גשמים, פלעגן זיי אהערקומען דעם לאנגן וועג, און אויספועל'ן גשמי ברכה.
די ציון געפינט זיך אויפן שפיץ בארג, וואס קוקט אראפ אויפן גאנצן ישוב דלתון פון אויבן, פון איין זייט, און פון די צווייטע זייט קען מען זען די גאנצע גולן בערג ביז סיריע אריין.
וויבאלד עס איז טאקע אפן צו סיריע, געפינען זיך דארט אויפן שפיץ בארג הארט נעבן דעם קבר, עטליכע מעכטיגע מאסיווע צעמענטענע שטיקער, הויעך אזא גוטע דרייסיג פיס. דאס האט מען אהער געלייגט פאר בערך פינף יאר צוריק ווען עס האט אויסגעזען ווי עס גייט אט אט אויסברעכן א מלחמה מיט סיריע, פאר ווער עס געדענקט. זינט דאן שטייט עס דא. א מין לאנד דאס...
אינטער אונז קען מען זען אויסגע'שורה'ט די שיינע וויין גערטנער פון דלתון, בנוסף צו די נעבן מירון וואס מיר האבן שוין פריער געזען. און גלייך נעבן אונז קענען מיר זען קיען... יא, קיען... קוקט אויס אז א געוויסע מענטש האלט דארט זיין סטאדע קיען. אפשר האלט ער גאר אז עס איז א סגולה זיי צו האלטן הארט נעבן ר' יוסי הגלילי'ס ציון, אז זיי זאלן דורכדעם זיין באשיצט פון אלעם בייזן. איינמאל האב איך אפילו געטראפן א קי ממש אינעם ציון, זיך אויסבעטנדיג אלעס גוטס פאר זיך און פאר זיינע קעלבלעך... זאל ער האבן געפועל'ט אלעס גוטס. אפשר קען ער אויך בעטן פאר מיך דארט?...

ממש לעצטנס האבן זיי ארומגעבויט דעם ציון א נייעם צוים וואס לאזט נישט אראפגיין דעם בארג ארום דעם ציון. פארוואס, ווייס איך נישט. אבער פאר געציילטע יאר צוריק בין איך יא אראפ אינטער דעם שפיץ בארג, דארט געפינט זיך א גרויסע אפענע הייל, מיט צען כוכין בערך, ווי מען האט באערדיגט נפטרים.
לויט מאנכע, איז דא גאר די מערה ווי ר' יוסי ליגט! וויבאלד עס איז ממש אינטער די ציון אויפן שפיץ בארג, און די ציון אויבן איז נאר געבויט אויף די שטיינער וואס האבן אלע יארן געצייגט פאר די גאנצע ארום ווי צו קומען צום ציון, זייענדיג אפן און מערקבאר פאר ווייט ארום. און אזוי איז טאקע ביי אנדערע קברים. און אזוי איז בכלל מסתבר, ווייל פארוואס זאל מען אים באערדיגן פונקט אויפן שפיץ פונעם בארג, ער גייט עפעס שנעלער ארויף אין הימל ווייל ער איז מיט א פאר פיס נענטער?.... מסתבר איז אז מען האט באערדיגט אין א מערה אזוי ווי אלע אנדערע תנאים ליגן, און אויבן האט מען אנגעצייכנט ווי עס איז.
אבער אפילו אויב מען קען נישט צוקומען צום מערה איז אויך נישט געפערליך, די ציון אויבן איז פונקט קעגן די מערה אונטן. עס איז נישט ערגער ווי מירון ביי ר' שמעון וואס מען איז אויך נאר העכער די מערה, און נישט אין דעם.

נישט ווייט, דורך א צווייטע וועג, געפינען זיך די קברים פון ר' אליעזר בנו של ר' יוסי הגלילי, און דערנעבן, אביסל אריין אין וועלדל, די אמורא 'הלל האמורא', מסדר הלוח. ביידע קען מען זען פון ר' יוסי הגלילי.
ווי אויך קען מען זען פון דארט א קבר וואס עס איז אנגעצייכנט אז דארט איז די קבר פון ר' יהודה בן תימא. צו גיין אהין איז א וועג פון פופצן מינוט גיין צופיס, בערך. למעשה איז לכאורה דארט נישט די קבר, לויט אלע סימנים (עיין בהכתבים של ר' שמואל מאיר חשין). אבער א הערליכע אויסקוק אויף מיילן ווייט, איז יא דא דארט, פאר ווער עס האט נאכנישט געהאט גענוג דערפון ביז אהער.

נאכן דעקן די אלע קברים, און אויך באגעגענען פרות און תרנגולים, וועלן מיר ארויספארן פונעם ישוב, און ארויסקומענדיג, זיך דרייען לינקס, קומענדיג נענטער און נענטער צום עיר הקודש צפת, די הויפט שטאט פון גליל העליון.
נאך אביסעלע פארן קען מען אראפ פארן צו א זייטיגן וועג פון ווי מען קען אנקומען קיין עמוקה און נבוריא. ווער עס וויל, קען גיין פון דא, אבער מיר וועלן גיין שפעטער דורך די נארמאלע (?) וועג פון צפת.
פארן מיר ווייטער. דערגרייכנדיג א כיכר, ווי מיר וועלן נעמען די דריטע ארויסגאנג, לינקס, וואס דארט איז די באקאנטע ראוד וואס פירט אריין אין די שטאט צפת פון אויבן, גלייך אריין אין אלט שטאט, גייענדיג דורך עין זיתים און ביריה.
מיר פארן אויפן שמאלן געדרייטן ראוד, ווען פונדערווייטנס זעהען מיר די הויכע בכבוד'דיגע מירונ'ע בערג, ווען אינמיטן קען מען זען מיט א געניטע אויג, די מערה פון ר' שמעון, פונדערווייטנס. אבער מיר גייען דא יעצט צו זיין חבר די תנא הקדוש ר' יהודה, ר' יהודה בר עילאי, וואס נאך אביסעלע פארן זעט מען עס אויף די רעכטע זייט.
דא איז דא פארנט פונעם ציון, א גרויסע פארקינג לאט, ווי מיר קענען אפילו נעכטיגן איבער נאכט און מעגליך אפילו איבער שבת אין שאטן פון די הייליגע תנא ר' יהודה (נישט קיין ווערטל, מיין חבר האט עס שוין געטון...), און אומר ועושה, אזוי וועלן מיר טאקע טון. אויף צום ווידערזען בקרוב אי''ה.
עיין במסכת שבת 'אמרו עליו על ר' יהודה בר עילאי בערב שבת היה מתעטף בטלית ויושב כמלאך וכו'.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח פאר הר גריזים, כא כא כא, פרישוואסער, סארקאזי פארן מיר באדאנקן. האטס הנאה!!
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

הערליכע פי. די. עף. ..... יישר כח!! :grin:
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

It's a pleasure to read.

Keep'm coming.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

PDF - V2

פריש איבערגעמאכט און צוגעלייגט

קרעדיט: חש״ה.
שריידזשעט יודעלעך: יישר כחך!!!!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ביים עכברה בריק איז דא א טעות די פיקטשער פון די לאנגע ברידזש איז די פון ירושלים פון די באן

ביי חוני המעגל זעה איך האסטו ארויס גענומען די בילד פון דערנאנט אבער סאיז א שאד ווייל דארט זעה מען די סימן פון די צוויי פיס
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

זאגט ער אז ער האט פרבלעמען אין זעהט נישט אלע בילדער

נאך איינער מיט די פראבלעם?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

מענין לענין באותו ענין
אין 'די צייטונג' די וואך, א גאר אינטרסאנטע אינטערוויאו און באשרייבונג און אויך בילדער, איבער א קבוצה קרית יואל'ע יונגעלייט, [אין שפיץ פון ר' ליפא לויפער] וועלכע זענען געפארן אויף א נסיעה קיין ירדן, צו א טייל פון די מ"ב מסעות וואס די יודן זענען געגאנגען אין מדבר
זיי האבן באזוכט ביים קבר גד בן יעקב,
נחל ארנון [ווי מען זעהט עד היום הזה די צוויי הויכע בערג און די שפיציגע שטיינער און לעכער אנטקעגן] וואו זיי האבן געמאכט די ברכה שעשה נסים וגו' בשם ומלכות
חשבון עיר סיחון
קבר אהרן הכהן
קבר מרים הנביאה
סלע של משה רבינו המוציא מים
הר נבו והרי העברים [קבורתו של משה], פון וואו מען קען זעהן טאקע גאנץ ארץ ישראל, ביזן הר הזיתים
ווי אויך אלע שטעט וואס ווערן דערמאנט סוף פרשת מטות, און הייסן נאך ביז היינט מיט די אלע נעמען
זייער אינטרעסאנט...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

צפת והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

האבן מיר ב''ה געהאט א פיינעם דערהויבענעם שבת דא, וויילנדיג אין עין זיתים ביים תנא הקדוש ר' יהודה, און עסנדיג פיטא און חומוס מיט אסאך שחוג לכבוד שבת קודש... יעצט וועלן מיר זיך צוריק אריינזעצן אינעם אויטא און פארזעצן צו גיין אויף נאך הייליגע קברים פון תנאים ואמוראים און פריעדיגע.
יעצט איז דאך די ניין טעג (אמטשולדיגס פארן עס דערמאנען און אויפברענגן אומאנגענעמע פאקטן...), האט דער אייבערשטער געפירט אז ע''פ רוב גייען מיר יעצט אויף קברי צדיקים און נישט אויף אטראקציעס און ווילדע אקטיוויטעטן, וואס זענען בכלל נישט אויסגעהאלטן אין די יעצטיגע טעג.

בעפאר מיר פארלאזן דעם קבר, וועלן מיר בקיצור איבערגיין וואס האבן מיר האבן דא געהאט דורכאויס דעם שבת.
א גרויסן בנין מיט א שטיקל בית המדרש. אין דעם, א שיינעם מערה ווי עס ליגן ר' יהודה און זיין משפחה, און מען קען דארט שיין אריינגיין.
און אויך האבן מיר דא א אינטערעסאנטע זאך, וואס אסאך גייען אהין און ווייסן ניטאמאל אז עס געפינט זיך דארט. דאס איז: באערדיגטע זייף...!
די מעשה מיט דעם איז אזוי. בשעת'ן קריג איז ארומגעגאנגען א שמועה אז די דייטשן לייגן אריין טיילן פון אידישע גופים, אין זייערע זייפן וואס זיי פאבריצירן...!
דעריבער, נאכן קריג האט מען טאקע גענומען די זייפן און עס געברענגט לקבורה. קוקט אויס אז איינער האט באשלאסן אז אידן וואס זענען נעבעך אומגעקומען על קידוש השם, קומט זיך זיי צו ליגן אינאיינעם מיטן תנא ר' יהודה, נאכדערצו אז זיי זענען אריבער אזעלכע בזיונות און יסורים צו ווערן פארוואנדעלט אין זייף און רייניגן די גופים פון פארשאלטענע דייטשן, טאטע אין הימל....
געפינט זיך טאקע א קעסטל אינעם מערה, אויפגעשריבן דערויף אז דאס איז די זייף ווי עס געפינען זיך חלקים פון הייליגע אידישע קינדער, הצריכים קבורה.
למעשה געדענק איך, אז עס איז נישט קלאר צו עס איז טאקע אמת דער שמועה, און שפעטער האט מען עס אפגעפרעגט. וואס פונקטליך, ווייס איך נישט, אפשר קען דא איינער מער קלאר מאכן וואס איז טאקע געבליבן.
אבער ביזדערווייל געפינט זיך זייף אינעם מערה פון ר' יהודה.

פארן מיר ווייטער. גלייך נאך די קבר פון ר' יהודה בר אילעא, האבן מיר צוויי קברים. אויף רעכטס האבן מיר די קבר פון א פריעדיגן אחרון 'ר' יוסי סארגוסי'. די 'חרדים' שרייבט, אז ער האט דא אויף דעם ארט, זוכה געווען צו גילוי אליהו, דעריבער האט ער געוואלט דוקא דא ליגן נאך זיין פטירה, אזוי אינמיטן א בלויזע פעלד. היינט איז עס א שיינעם גרויסן זיתים פעלד.
מי אעמוד בסוד קדושים, אבער אני הקטן השפל והנבזה באמת וויל זאגן נאך א סיבה פארוואס ער האט געוואלט דא ליגן. ווען ער וואלט ווען געליגען אינעם צפת'ן בית החיים אינאיינעם מיט די הונדערטער אנדערע באקאנטע צדיקים, ווער וואלט אפילו צוגעגאנגען צו זיין קבר און געדאווענט דארט?! אבער יעצט אז ער ליגט דא כמעט אליינס, אינמיטן וועג, אין א שיינעם פעלד, און מען דארף באזינדער אפשטעלן די קאר פאר אים, אה, יעצט גייט מען אויף זיין קבר....
עס איז נישט קיין ווערטל, עס איז א מציאות. למשל, אין צפת אויפן בית החיים געפינט זיך די קבר פון א באקאנטע תנא, ר' יהשע בן חנניה, וויפיל גייט מען שוין צו אים?! אבער ווען ער וואלט ווען געליגן ערגעץ אויף א שפיץ בארג, פארווארפן אין די וויסטענישן, ווייט פון נארמאלע ציוויליזאציע, ווי מען דארף קלעטערן און קריכן אויף די הענט און פיס פאר א שעה עס צו דערגרייכן, דאן וואלט מען זיך מוסר נפש געווען אנצוקומען צו אים...
דאס זעלביגע אין מירון. דארט איז דא די קבר פון די מערסט באקאנטע תנאים 'הלל הזקן', און נאך עטליכע תנאים ווי ר' יוסי בן קסמא, ר' יוחנן הסנדלר (וואס איז גראדע יא מער באקאנט) און נאך. און קוים וואס מען טוט א גאנצע טובה און מען גייט אהין זאגן א קאפיטל תהלים און יוצא געווען, אויב מען ווייסט בכלל אז ער ליגט דארט, ווייניגער ווי א מינוט גיין פון די מערה.
ווי זאגן אונז חז''ל: הכל תלוי במזל אפילו ספר תורה שבהיכל...

אויפן בארג קעגן איבער די קבר פון ר' יוסי סארגוסי, געפינט זיך אינמיטן דעם בארג, די קבר פון ר' כרוספדאי התנא וואס ווערט דערמאנט אין זוהר הק'.
מען דארף אביסל קלעטערן אויפן בארג אנצוקומען אהין. איך בין דארט אמאל ארויפגעקראכן בשעת א העפטיגע רעגן, און מיין גאנצע שיך איז דאן געגאנגען חרוב דארט לעילוי נשמת ר' כרוספדאי...
נאכן ארויפקריכן, דאווענען דארט און צוריק אראפקריכן, פארן מיר ווייטער אין ריכטונג פון צפת.

אויב מען וויל, איז פארהאן דערנעבן, נאך צוויי מינוט פארן מיט א קאר, אויך די קבר פון ר' יוחנן בן ברוקה.
די אר''י הקדוש האט עס מגלה געווען בימיו, און אין די לעצטע יארן האט גבאי – באהלי צדיקים, געטראפן בערך ווי עס איז. אבער דאווענען דארט קען מען סייווי נישט, וויבאלד די ארטיגע קיען וואס האדעווען זיך דארט ארום אין די מאסן, גיבן מחמת איזה סיבה ארויס א שווערע גערוך... וואס די הלכה ערלויבט נישט צו דאווענען אויף אזא ארט.

יעצט פארן מיר שוין גלייך אויף דעם ראוד ביז צפת, זיך שמוגלענדיג צווישן די בערג גייענדיג העכער און העכער, ווען פונדערווייטנס אויפן בארג קעגן איבער, זעט מען שוין די רעכטע טייל פון אלט שטאט צפת צו ווי מיר ריכטן יעצט אונזערע טריט.
מיר פארן אויף דעם ראוד פאר א גוטע פינף צען מינוט, ביז מיר ענדיגן עס נעבן דעם קליינעם ישוב 'ביריה'. דא קענען מיר מאכן א רעכטס אריין אין די וועלטס באקאנטע הויפט שטאט 'צפת', אדער א לינקס קיין עמוקה און נאך.
נו, א אמעריקאנע איד אין ארץ ישראל, און נישט באזוכן צפת, דאס קען דאך נישט זיין... 'מירון צפת טבריא עמוקה', לויטעט דאך די אומאפיציעלע מאטא פון די ארטיגע טוריסט קאמפאניעס. גוט, מיר וועלן זיך האלטן צום פרינציפ און עס אויספאלגן ערליך, און טאקע אריינפארן אינעם שטאט, צו קענען זיין רוהיג אז דאס האט מען אויך געדעקט.

מיר וועלן אבער אייך נישט ארומפירן דא איבער די געסלעך און שטעגלעך. מיר וועלן דא לאזן יעדעם גיין ווי מען וויל און ווי דאס הארץ באגערט.
צו איז עס צום צאנזער בית המדרש, צום אר''י הקדוש'ס בית המדרש, צום בת עין'ס בית המדרש, צום קאסובער בית המדרש, צום קאלבאך שוהל, צום טאלנער בית המדרש, צום ברסלב'ן בית המדרש.
צום אלטן בית החיים, וואס דארט אליין קען מען וויילן אפאר שעה, פארשטייט זיך אינאיינעם מיט אן אויפפרישנדן טבילה אינען קאלטן אר''י הקדוש מקוה קוואל. קבר ר' דוסא בן הרכינס. קבר נחום איש גמזו און קבר בנימין הצדיק, וואס ביידע געפינען זיך טיף אינמיטן נייעם שטאט נישט ווייט איינע פונעם צווייטן.
און להבדיל, צו מענדי'ס רעסטוראנט פאר א נאכטמאל, וואס איז אוודאי א טייל פונעם אמעריקאנעם טוריסט'ס סקעזשול, ווי די פרינציפ לויטעט... און נאך און נאך.

איין פלאץ וועל איך אייך יא צופירן, דאס איז צו אן אומבאקאנטן קבר וואס איז אויך לעצטנס אנטדעקט געווארן דורך הנ''ל, אויך ע''פ די ווערטער פונעם אר''י הקדוש, און עס שטימט ממש להפליא מיט די סימנים וואס די אר''י הקדוש געט. דאס זענען די קברים פון די באקאנטן תנא 'אנטיגנוס איש סוכו', און א צווייטע תנא 'נתן דצוציתא'.
פונקטליך דירעקציעס צום דעסטינאציע איז שווער צו געבן, אבער עס געפינט זיך ממש נעבן די אריינגאנג צום שטאט, אין די בעקיארד פון אן היימישן איד. דארט איז פארהאן אנגעצייכנט מיט די אנגענומענע בלויע ספרעי די צוויי קברים איינס נעבן די צווייטן.
עס איז כדאי אהין צוגיין מיין איך. עס איז א ארט ווי מען קומט כמעט נישט, וואס די אר''י הקדוש שרייבט דאך אז ביי אזא קבר קען מען מער פועל'ן וואס מען דארף, און בכלל איז עס גאר א רוהיגע אנגענעמע ארט, מיט א געוויסע הילע פון מיסטעריע און דערהויבנקייט. עכ''פ פאר מיך. אביסל דארף מען ארויפקריכן אהין, אבער דאס מאכט עס נאר מער אינטערעסאנט.
אפשר נאכן עס דא שרייבן אזוי ברבים, וועלן די טויזענטער ליינער אנהייבן שטראמען אהין און עס וועט שוין נישט האבן דער סגולה, דעריבער כאפט אריין וכל הקודם זכה.... נעבעך פאר דער איד אין וועמענ'ס בעקיארד עס געפינט זיך, ער וועט מיך נישט מוחל זיין פארן אהין שלעפן האלב אמעריקע, זכה לההיא וחב לאחריני...
אגב, זארגטס אייך נישט, איך זאג ענק נישט אלעס אויס, איך לאז נאך איבער עטליכע קברים פאר מיר וואס איך געב דא נישט ארויס אז עס זאל מיר בלייבן למשמרת....

נאכן וויילן אין צפת א לענגערע צייט, און באזוכן אלע אינטערעסאנטע ערטער אין שטאט, ווי אויך זיך נארמאל אראפזעצן צו א סעודה אין מענדי'ס און זיך פיין אנזעטיגן (וואס איז מיט פליישיגס אין די ניין טעג?... איך מיין אז מען קען דארט אויך באשטעלן פיש. מען דארף טאקע מברר זיין צו זיי זענען בכלל אפן אין די ניין טעג, אבער בכלל, ווער קען זונטאג עסן א גרויסע סעודה?... אפשר נאך די ביסל פיטא און חומוס ביי ר' יהודה בר אילעא איז עס גרינגער... שוין, עמיר נישט באמיען די ליינער מיט אזויפיל חקירות ודרישות נאר גיין ווייטער). פארן מיר ארויס פון צפת, און מיר ווענדן אונזערע פיס טריט צו די קבר פון בניהו בן יהוידע, וואס געפינט זיך א מינוט פון צפת.
חיים של עושר
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 31, 2019 9:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של עושר »

איזה עשיר השמח בחלקו
שרייב תגובה

צוריק צו “ארץ ישראל”