ימי בין המצרים [חלק א'] [חלק ב']

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איגערקע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

ימי בין המצרים [חלק א'] [חלק ב']

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגערקע »

א פאר וועטער, אויף די טעג וואס מיר געפינען זיך אצינד.

מיט זייער אסאך יאר צוריק, נאנט צו צווי טויזענט יאר. זענען אידן געווען ברום המעלה. מיר האב געוואוינט אין אונזער הייליג לאנד. השנים כתיקונן, וישראל שרויים על אדמתם. ס'איז געווען א מלך ישראל וואס האט געפירט די לאנד לויט די חוקי התורה. מיר האבן פארמאגט א אייגענע מטבע דעם שקל הקודש. א אייגענע מיליטער וואס יעדע איד אויסער אין געווויסע אומשטענטן - ווי עס ווערט מבואר אין די תורה - האט זיך געברויכט שטעלן, און דינען אין די אידישע מילטער וואס איז געשטאנען בראש שר צבא השם.

אינעם עיר הבירה, ירושלים עיר הקודש. האבן זיך געפינען די העכסטע פירער פון פאלק, די סנהדרין הגדול שבירושלים. וואס האט געפסקנט די גאר שווערע שאלות פון דיני נפשות ועוד. דארט אין ירושלים אויף דעם בארג, וואס דער זיידע אברהם, האט מקריב געווען זיין איינציג זוהן יצחק. האט זיך געפינען א בית הבחירה, די בית המקדש וואס איז געווען כלילת יופי דער שענסטער בנין אויף דער וועלט, יפה נוף משוש כל הארץ. אזוי ווי עס פאסט פאר דעם מקום ווי די שכינה רוהט.

אין דעם גינאטישע געביידע, זענען כהנים ארום געלאפן מיט בארפעסיגע פיס. מקריב געווען עולת, שלמים, געבאקן מנחות און געגאסן נסכים. אלעס נאר פאר דעם איינעם צוועק, פון טוהן דעם רצון הבורא יתברך שמו. ס'זאל זיין אשה ריח ניחוח לשם. ווען א איד האט געזינדיגט ל"ע, איז ער דארט ארויף געקומען. געברענגט א קרבן וואס דאס האט מכפר געווען זיין עבירה.

ווען דער כהן האט געשחטן די בהמה, האבן די לוים געזינגען א הארציגע ניגון, וואס האט מעורר געווען דעם איד תשובה צו טוהן. ער האט געטראכט אז באמת ברויך ווען אים שחטן און שפריצן זיין בלוט אויפן מזבח. אבער דער גיטער באשעפער האט געזאגט, אז א קרבן קען טוהן די ארבעט פאר אים. נאכן מקריב זיין די קרבן, האבן די בני לוי אנגעפאנגן צו זינגען א פרייליכע ניגון. ווייל דער איד האט שוין געהאט זיין כפרה.

ווער רעדט נאך פון די דריי מאל א יאר, וואס אלע אידן פון איבער'ן גאנצן לאנד. האבן זיך ארויס געלאזט אויפן וועג צום הר המוריה, לראות את פני השם. די גאנצע שטאט האט געלעבט מיט דערהויבענע שטימונג, אפילו ס'האבן זיך פארזאמעלט מיליאנען אידן. האט יעדער געהאט פלאץ. מעולם לא אמר אדם לחבירו צר לי המקום שאלין בירושלים.

די שמחת בית השואבה, איז געווען א שמחה עצומה. וואס די גאנצע שטאט האט אויפגעלאכטן אינמיטן די נאכט, א פרוי האט געקענט זיפן מעל בחצי הלילה. ירושלים די הייליגע שטאט איז געווען ליכטיג און פריילעך. אידן זענען געטאנצן און געשפרינגן, פאר שמחה של מצוה. אז מ'איז זוכה צו שמחת בית אלקינו.

דער קרבן פסח האט מען מקריב געווען ערב פסח נאך חצות, ניסים איבער ניסים האט זיך דארט אפגעשפילט ווי די גמרא איז דאס מבאר באריכות. ווי אזויפיל טויזענטער קרבנות איז דורך די געשיקטע כהנים, אין בלויז איין האלבע טאג. ביינאכט האבן זיך איש וביתו אראפ געצעצט פראווענען א סדר, בחירות ובשמחה, ווי א קנעכט וואס איז נארוואס באפרייט געווארן פון זיין שעבוד.

אידן האבן געדינט דעם גרויסן באשעפער, מיט א אויסטערלישע קדושה. יום כיפור די הייליגסטע טאג פון יאר, האט דער כהן הגדול מאחיו, געפראוועט א עבודה רבה. ער איז נישט געשלאפן ביינאכט, נאר זיך אנגעגרייט מיט הכנה דרבה צום עצם יום הקדוש, ווי ער איז אריין לפני ולפנים, מקום קודש הקדשים, ווי דער מלך מלכי המלכים רוהט העכער דעם ארון העדות, מבין שני הכרובים . וי"ט היה עושים בצאתו בשלום מן הקודש, מ'האט געמאכט א גרויסע באגלייטן פאר דעם כהן גדול, מוצאי יום הכיפורים.

אזוי אויך, ראש השנה און שבעות זענען אפגעראכן מיט א דערהויבנקייט, מיט א שמחה עילאית, דער אייבישטער האט גערעדט דירעקט צו זיינע קינדער, דורך די נביאים, אדער דורך די אורים ותאימים וואס דער כהן גדול האט געטראגן אויפן חושן האפוד. ס'איז געווען כלו רוחני, מ'האט זיך געשפירט באקוועם און הייליג צו זיין א חלק פונעם אידישן פאלק.

אבער נאך וואס מיר האבן זיך פארזינדיג, האט דער דערבארימדיגער באשעפער, אויסגעגאסן זיין צארן על עצים ואבנים. ער האט חרוב געמאכט זיין הייליג הויז, און אונז פארטריבן פון זיין לאנד. זינט דאן 1949 יאר צוריק, י"ז תמוז האבן די רומים אויפגעבראכן די מויער, אין ט' באב פארברענט דעם ציון המצינת.

1949 יאר קלאגן מיר אויף וואס מיר האבן פארלוירן, מיר זענען שוין פארווארפן געווארן ארום די גאנצע וועלט, מען האט אונז פארטריבן פון שפאניע, מ'האט איז געהרגעט אין ענגלאנד, אויסגעשמד רח"ל אין רוסלאנד, און צום לעצט פארטילגיט זעקס מיליאן פון אונז אין די גאז קאמערן אין פולין.

פאר זיבעציג יאר צוריק, האבן אידן ווידער אמאל גענומען דעם וואנדער שטעקן, מיט א לשם יחוד לקיים גזירת גלות, אשר גזרה חכמתו יתברך שמו. אין ארויסגעוואנדערט צו א ארץ אוכלת ישביה, א שמוציג לאנד, וואס אמאל איז מען געזיצן שבעה ווען א קינד איז אהין געפארן, א פלאץ ווי ערליכע אידן האבן געוואוס אז די שטיינער זענען טריפע. אבער די רצון השם איז געווען צו פארענדיגען זיין לאנגן גלות דא אין לאנד אמעריקע

השך יבא בעזרת השם
לעצט פארראכטן דורך איגערקע אום פרייטאג אוגוסט 02, 2019 12:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אוי ס'ציפט
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
געלויבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלויבט »

סרוקט זיך נאך א יאר און נאך א יאר.
אוי עד מתי?!
(מדארף נאר מאכן אביסעלע סדר פון זאכן וואס געהערן צו בית ראשון און פון די וואס געהערן צום בית שני)
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

מ'קען זיך נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט אז ווען א איד האט ח"ו עובר געווען אן עבירה בשוגג, איז נישט געווען אזא זאך אז ער איז געגאנגען שלאפן פארשמירט מיט אן עבירה, ער האט געברענג א קרבן צום ביהמ"ק וסר עונך וחטאתך תכופר.
א איד האט געברענגט א קרבן און די לויים זענען געשטאנען אויף די 15 טרעפ און געזונגען די אלעמען באקאנטע נעילה ניגון, יא די געהויבענע געפיל וואס מ'פיל יום כיפור נאכמיטאג ווען מ'דאוונט נעילה האט מען געפילט דעמאלטס און אסאך אסאך מער.
אוי מה הי' לנו
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
איגערקע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

[חלק ב']

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגערקע »

מיר האבן האבן דא געלאנדענט, זיך געסעטעלט, און באקוועם געמאכט. ב"ה אז מ'רודפ'ט אונז נישט דא אין די מלכות של חסד. מיר זענען גלייגע בירגער, וואס קענען מאכן געשעפטן פונקט ווי יעדער איינוואוינער פון לאנד. זיי פייניגען און שלאגן אונז נישט פארן בלויזן פאקט אז מיר זענען אידן, אזוי ווי עס איז געווען אין אייראפע. אידן לעבן "בגשמיות" גאנץ רואיג דאהי אין די פאראייניגטע שטאטן.

אבער……...מיר געפינען זיך בשנת תש19 אין א "רוחניתדיגע" גלות, ווי קיינמאל בעפאר, צדיקים פונעם דור העבר, האבן געזאגט אז אמעריקע איז פיל ארגער מיט טומאה ותואבה פון מצרים, א לאנד פון גאווה ותאווה, א מדינה וואס זייער סלאגאן און סימבאל איז "כחי ועוצם ידי" ווער עס איז א אויפרייסער איז ארויפגעקוקט, געלט, געלט און נאכאמאל געלט איז די געיעג פונעם טאג טעגליכע לעבן.

מיר זענען שוין דא פאר זיבעציג יאר, מיר זענען שוין צוגעוואוינט צו די "גאלדענע מדינה" מיר טארן אבער ח"ו נישט פארגעסן, אז מיר זענען דא נאר געסט אויף א וויילע, אט אט קומט אונער אויסלייזער צו רייטן אויפן פערד. מיר זענען נישט קיין אמעריקאנער, מיר אידענדאפצירן נישט מיט זייער קולטור, מיט זייער געמיינע לעבס שטייגער.

מיר זענען די עם ישראל חי, וואס זענען די איידעלסטע און הייליגסטע פאלק אויף די ערד. אונזער זיידע יעקב האט אונז באפוילן צו לעבן באשיידן, און נישט ארויס ווייזן פאר די גוים, ווי סאך געלט מיר פארמאגן. אידן זענען נאך היינט אויך, כשה אחד בין שבעים זאבים, מיר ווילן זיין אפגעטיילט פון אלע פעלקער, אין זיך נישט אויסמישן מיט זיי. מיר מעגן נישט נאכמאכן די נערישע און נידריגע וועגן פון אונזערע שכנים. זיי זענען מחוצפים, מיר זענען ענוים. זיי זענען גראב און אויפרייסעריש, מיר זענען איידל און באשיידן, זיי האבן געלט, רייכטום, און אלע תאוות. מיר האבן געלט וואס מיר ניצן פאר מצוות און מעשים טובים.

אבל מקדש שני שהיו עוסקין בתורה ובמצות וגמילות חסדים מפני מה חרב מפני שהיתה בו שנאת חנם ללמדך ששקולה שנאת חנם כנגד שלש עבירות ע''ז גלוי עריות ושפיכות דמים (יומא ט:)
מיר גיבן א בליק אין די וועטער פון חז"ל פאר דער חורבן הבית איז געקומען, דער בהמ"ק הראשון פאר די דריי הארבסטע עבירות פון ע''ז גלוי עריות ושפיכות דמים. און די צווייטע פארן בלויזן חטא פון פיינט האבן א צווייטן. פלא פלאים.

די תכלית פארוואס דער באשעפער האט באשפען אונזער וועלט. און אראפ געשיקט דעם בשר ודם אהער, איז ווייל ער האט מילאנען מלאכים ושרפים, וואס טוען זיין רצון אין אויגן בליק. אבער השי"ת איז נישט געווען צופרידן מיט דעם, ער האט באשפען א וועלט וואס האט א בחירה פון טוב ורע, אנדערש פון עולם הבא וואס איז כלו טוב, איז אבער אויף דער וועלט דא טומאה וטהרה, און דער מענשט האט א יצר אויף ביידע וועגן. דער רצון הבורא איז, ער זאל אויסוועלן די ריכטיגע וועג.

מצוה א' אמונה: איז זייער א שווערע מצווה, מ'ברויך ארבעטען, א גאנצן טאג יעדן טאג. יעדע זאך טוט דער אייבישטער, יעדע קליינע זאך וואס דער באשעפער טוט איז צום גוטען, קיינער אבער קיינער קען מיר נישט שלעכטס טוהן, דער אייבישטער פירט די וועלט מיט א פינקטלכע חשבון, אויב איז האב א שוועריקייט איז עס ווייל אז האט מען אויסגערופן אויבן אין הימל. אויב ס'גייט מיר גוט, איך בין מצליח און מאך מיליאנען דאלער, האט דער באשעפער אזוי צוגעפירט, איך קען בשום אופן אליינס דאס נישט טוהן. איך קען "גארנישט" טוהן אליינס, נאר בכח פון מיין גרויסער גאט.

מצוה ב' גלוי עריות: א מלאך האט נישט קיין שום תאווה, לא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם עקסטירט נישט ביי אים. אבער ווי שווער עס אונז, ווי ביטער שווער עס איז, פאר דער מענשט וואס קומט פון א טיפה סרוחה, יסודו מעפר וסופו לעפר, ווי האט אזא באשעפעניש די שטארקייט זיך צו היטן די אויגן, צו זיין קדוש וטהור, די תאווה ברענט ווי א העלישע פייער. טאקע ווייל ס'איז אזוי שווער, און ממש אומעגליך. דאס איז דער תכלית הבריאה און די עיקר פארוואס גאט האט באשאפן א מענשט, רייס שטיקער פון דיר, ווי שווערער אלס בעסער. אויב דו פאלסט דורך, לאז איך דיר גלייך צוריק קומען, איך פארשטיי אז דו קענסט דורכפאלן, ווייל דו ביסט דאך בלויז א בשר ודם, ס'איז אקעי. טוה תשובה און קום שנעל צוריק, צו מיר מיין קינד.

מצוה ג' שפיכות דמים: מיינט נישט דווקה נעמען א מעסער אין טויטען זיין חבר, נאר פארשעמען א צוויטן זאגן חז"ל איז שפיכת דמים, מיר געפינען אפילו תמר האט זיך געוואלט אויף דעם מוסר נפש זיין. די חכמים זאגו אונז זייער קלארע ווערטער "נוח לאדם שיפיל עצמו לכבשן האש, ואל ילבין את חברו ברבים" ליבעריש זאלסטו אריינטאנצן אין פייער, ווי איידער פארשעמען דיין חבר, ווייל די פנים טוישט קאלירן פון רויט צו בלאס-ווייס. א מענטט איז "נאר" באשאפן געווארן זאגו חכמינו ז"ל אויסצוארבעטן די מידות.
א מלאך האט נישט קיין קנאה ושנאה. ער טשעפעט נישט א אנדערע מלאך, אבער גאט בורך הוא איז נישט געווען זאט, ער האט יא געוואלט א מענשט וואס האט געפילן און פארגינט נישט א צווייטן ער זאל אראפ קומען אויף די שווערע וועלט אויסצוארבעטן זיינע מידות. שנאת חנם שטייגט איבער אלע דריי, פארוואס האסטו פיינט דיין חבר? ער קען דיר עפעס שלעכטס טוהן? ס'פלעגט פון די אמונה, ווייל דיין חבר טוט גארנישט, און די קענסט אים גארנישט צוריק טוהן אלעס איז פון הקב"ה.

על אלה אני בוכיה, עני עני ירדה מים, מיר קלאגן און וויינען, ווי לאנג קענען מיר אויסהאלטן אין דעם ביטערן גלות, מיר קענען שוין נישט טאטע, נעם אונז שוין ארויס. אלע נביאות פון חז"ל ווי אזוי עס וועט אויסקוקען אין די לעצטע טעג פונעם לאנגן גלות, זענען שוין מקיום געווארן. טאטע זיסער עס איז שוין העכסט צייט. נעם ארויס דעם גרויסן שופר, נעם אראפ די באנדאטשירן פון משיח צדקינו. קלייד אים אן מיט קענגליכע קליידער, ער זאל ארויף טראגן דיין פאלג צום הייליג לאנד בב"א
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”