זיסקינד האט געשריבן:פאלם טרי האט געשריבן:אז ער האט נישט קיין מוסדות מיינט אז ער האט נישט קיין חסידים איז זיין מיינונג אינגאנצען נישט מאסגעבינד
נאך דערצו ווען קיינער האט עים נישט אויפ גענומען אויף קיין שום פאזישען נישט אין שטאטישע קהילה נישט אין ערגעץ
זיי ביטע מוחל
א איד א ת"ח א גדול בתורה האט א דעת תורה, נישט קיין חילוק צו ער האט יא חסידים צו ער האט נישט קיין חסידים, א דעת תורה בלייבט עס, צו מ'האט עם יא אויפגענומען אדער נישט,נישט דאס איז דער משקל,
דרך אגב אסאך פון גדולי ישראל לדורותיהם וואס גאנץ כלל ישראל חרדו לדבריהם, האבן נישט געהאט קיין חסידים ומוסדות, און אפילו וואס האבן יא געהאט נישט דאס האט זיי גרויס געמאכט, דער חזון איש האט נישט געהאט קיין שום עמטליכע תפקיד, וכהנה רבות, (ר' חיים קאנייעווסקי האט אויך נישט קיין שום עמטליכע תפקיד) און רב וואזנער בעל שבט הלוי איז אויך נישט געווען גרויס צוליב זיין רבנות אין זכרון מאיר אדער די ישיבה חכמי לובלין,
הכלל א דעת תורה האט נישט צו טוה'ן מיט חסידים וכד',
אסאך פון די גדולי ישראל האבן נישט געהאט קיין חסידים ומוסדות.... ווייסט וואס זיי האבן יא געהאט זיי האבן געהאט א שטאט אויף וואס זיי זענען געווען אחראי, און ס'איז זיי געליגן אויפן קאפ זיי האבן נישט געקענט שלאפן ביינאכט ווייל וועט עפעס געשעהן וואס וועט זיינע מיט מיינע מענטשן, און די פאקט אז זיי האבן א שעבוד צו עפעס האט זיי געמאכט ארבעטן שווער, און צום סוף האבן זיי אויפגעטוהן, ביזט גערעכט אז רב וואזנער איז נישט געווען אויפגעפיקט ביים עולם צוליב זיין רבנות שטעלע אין אלס ר"י זכרון מאיר, אבער דאס איז נאר געווען אלס האבן הערצה אויף די וועלט צווישן דעם עולם אבער אויף אויפצוטוהן זאכן בעניני הכלל איז עס געווען ווייל ער האט געהאט א רבנות שטעלע און ער איז געווען א ר"י און ער האט תלמידים, גיי דורך די היסטאריע פון כלל ישראל קוק אויף די טיילונג אין אונגארן אלע תלמידי חת"ס וואס האבן א טייל גענומען אין צושטאנד ברענגען די טיילונג זענען געווען אדער רבנים אדער ראשי ישיבות אדער האבן זיי געהאט א ביהמ"ד מיט א קבוצה גרויסע צו קליינע בעלי בתים וואס זיי זענען געווען די מורה דרך און אן זיי האבן זיך די בעלי בתים נישט גערירט, און קום נישט יעצט מיט א תירוץ אז היינט איז א שעת השמד און ס'איז אנדערש פון אמאל ווייל ביי די צייטן פון די נעאלאגן אין די טיילונג איז נאך געווען אזא שווערע שעת השמד ווי היינט אויב נישט מער.