תקנות ביי א לויה????

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תקנות ביי א לויה????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

חברה אונז לעב מיר היינט אין א צידרייטע וועלט
נעכטען פארט ארום קליפס און בילדער פון די לויה פון די קינד וואס איז דעטראנקען געווארן ל''ע ול''ע
אויף די קליפ זעהט מען נאך בילדער מאכער לויפן ארום דארט ס'קוקט שוין באלד אויס אזוי ווי ווען טראמפ איז אריבער די גרעניץ פון נארט קאריע


ס'קוקט מיר אויס פון יעדע פלעינע לויה איז דא עפעס בילדער
אויב ס'איז ח'ו עפעס א ערענסטע געשעניש זאל זיך נישט מאכן
זענען די בילדער אזוי ווי א רבי'שע חתונה
אויב ס'איז שוין א רבי'שע לויה דאנסמאל קומט שוין ארויס א גאנצע בוק מיט בילדער פון די לויה
זענען אונז נארמאל

באלד וועט שוין יעדע מענשט דארפן אליינס באשטעלן א פארטאגעפער פאר ער שטארבט זאל קאווערן די לויה ס'וועט זיין אלע מינע פעקטשעס
גרויסע בילדער קלענערע בילדער
נאך אפאר יאר וועט די רבי שליטא מאכן תקנות
אז מען טאר נישט ספענדען אזויפיל געלט פאר א לויה מען מיז ניצן די פארטאגעפער וואס די קהילה שטעלט צי ווען מען קויפט די חלקה
ס'וועט זיך טון צדדים איך דארף שוין עני וועי נישט די געלט פארוואס מעג איך נישט ספענדן וכו וכו
אונז זעמער נארמאל אונז האבמער שוין פארלוירן יעדע מענשטליכע געפיל

האט פארציילט איינער אז ער האט געפרעגט א קינד א יתום וואס איז געווען זיין שווערסטע חלק ווען די טאטע איז אוועק
האט ער גענפערט בשעת זאגן קדיש ביי די לויה האבן זיינע פעטערס ארויס גענומען די פאונס און געכאפט א קליפ

טענק יו פאר ליסניג טשעקס קאנגערשאן שומר שבת
איך פיל מיר שוין היבש בעסער
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

דיסקלעימער: כ'בין נישט מחולק מיט דיר.
כ'וויל נאר צוברענגען אז ס'זענען שוין געווען לוייה תקנות ארום 2000 יאר צוריק כפי צורך השעה.

די גמ' אין מו"ק ברענגט שוין:
בראשונה היתה הוצאת המת קשה לקרוביו יותר ממיתתו, עד שהיו קרוביו מניחין אותו ובורחין. עד שבא רבן גמליאל ונהג קלות ראש בעצמו ויצא בכלי פשתן, ונהגו העם אחריו לצאת בכלי פשתן.

אויך טרעפט מען אז אמאל האט מען געצאלט פאר "חלילין ומקוננות". דאס איז געווען אנשטאט די פאטאגרעפי.
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

איר זענט דאך אזוי הייליג גערעכט!
די וועלט איז דאך אזוי מין צודרייט! פארוואס דארפן מיר (אדער אונזערע קרייזן...) נאכטאנצען?
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

דער מאירי שרייבט אין כתובות דף מ"ו:
ר' יהודה אומר אפילו עני שבישראל לא יפחות לה משני חלילין ומקוננת. פירשו בגמרא שאם דרך משפחתה בהספד גדול ולשכור ספדנין וחלילין ומקוננות אף על פי שאין דרך משפחתו בכך עושה לה כמשפחתה שאינה יורדת עמו ואם דרך משפחתו בכך ולא דרך משפחתה עושה לה כמשפחתו שעולה היא עמו אף לאחר מיתה ואם דרך כל המדינה בכך כל שכן שעושה לה כמנהג המדינה ומכל מקום אפילו עני שבישראל שאינו יכול לקברה לפי כבודו וכבודה מכל מקום לא יפחות לה משני חלילין ומקוננת אחת.

דיסקלעימער נאמבער 2: מצידי וואלט איך מבטל געווען יעדע איבעריגע ספענדינג ביי א לוייה. כ'וויל נאר ארויסברענגען אז ס'איז עולם כמנהגו נוהג שוין טויזנטע יארן.
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

חוח בין השושנים האט געשריבן:דיסקלעימער: כ'בין נישט מחולק מיט דיר.
כ'וויל נאר צוברענגען אז ס'זענען שוין געווען לוייה תקנות ארום 2000 יאר צוריק כפי צורך השעה.

די גמ' אין מו"ק ברענגט שוין:
בראשונה היתה הוצאת המת קשה לקרוביו יותר ממיתתו, עד שהיו קרוביו מניחין אותו ובורחין. עד שבא רבן גמליאל ונהג קלות ראש בעצמו ויצא בכלי פשתן, ונהגו העם אחריו לצאת בכלי פשתן.

אויך טרעפט מען אז אמאל האט מען געצאלט פאר "חלילין ומקוננות". דאס איז געווען אנשטאט די פאטאגרעפי.

איימעסארי! אבער ארומשיקן פיקטשערס ווי א טאטע ל"ע ול"ע שטייט איבער זיין קינד אין א ארון איז ווייט ווייט ארויס פון יעדע נארמאלע פראפארציע! ס'האט נישט קיין שייכות מיט רבן גמליאל אדער מיט חלילין ומקוננות, וואס דאס האט נאר געמאכט מער וויינען...
נאך א "סייד עפעקט" פון דעי פארוקטע וועלט אז מ'פארלירט דאס געפיל און יעדע אומגליק/טראגעדיע ל"ע ווערט "נייעס" און מ'סקראלט ווייטער.
סארי, די ווערטער זענען נישט מסודר ווייל ס'באדערט מיך!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

דמיון טייערער, כ'בין מיט דיר אלל די וועי!!
כ'האב זיך נאר באצויגן לגבי די חלק פון 'ספענדן געלט'.
די עצם פיקטשער כאפעריי איז טאקע משיגע.
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

קענדי, ווי ביטער-זיס האסטו געזאגט
ס'האט זיך ליידער אריינגעכאפט בקרב מחנינו פון די נישט-אידישע מידיע. אבער אונז אלס ביישנים און רחמנים וואלטן נישט געטארט אזאנס צולאזן.
שמייחל
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 9:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייחל »

בעל הנס האט געשריבן:קענדי, ווי ביטער-זיס האסטו געזאגט
ס'האט זיך ליידער אריינגעכאפט בקרב מחנינו פון די נישט-אידישע מידיע. אבער אונז אלס ביישנים און רחמנים וואלטן נישט געטארט אזאנס צולאזן.

דערמאנט מיר א טייער ווארט וואס איך האב געהערט פון הגה"צ אב"ד קאפיש ז"ל הכ"מ: א איד האט דריי סימנים. רחמנים, ביישנים, גומלי חסדים. אויב האט מען נישט קיין בושה בלייבט מען בלויז מיט צוויי סימנים. נו ווער ווערט אידענטיפיצירט מיט צוויי סימנים?....
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

חוח בין השושנים האט געשריבן:דיסקלעימער: כ'בין נישט מחולק מיט דיר.
כ'וויל נאר צוברענגען אז ס'זענען שוין געווען לוייה תקנות ארום 2000 יאר צוריק כפי צורך השעה.

די גמ' אין מו"ק ברענגט שוין:
בראשונה היתה הוצאת המת קשה לקרוביו יותר ממיתתו, עד שהיו קרוביו מניחין אותו ובורחין. עד שבא רבן גמליאל ונהג קלות ראש בעצמו ויצא בכלי פשתן, ונהגו העם אחריו לצאת בכלי פשתן.

אויך טרעפט מען אז אמאל האט מען געצאלט פאר "חלילין ומקוננות". דאס איז געווען אנשטאט די פאטאגרעפי.


אינטערעסאנט טאקע, רבן גמליאל האט געקענט באשטעלן פאטאגראפירער אזוי וועט די משפחה נישט קענען אנטלויפטן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

שוין געווען דא א באוויין אויפן וועלטל וועגן דעם פון איינע פון די מכובדים מק"ק. אפשר נאך די קלעצקי פרשה אדער גלויבער??? דענק איך נישט איצטער און איך קען עס יעצט נישט טרעפן.
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

ביי די הארצרייסנדע לוי' פון הרה"ח ר' חיים פרנס האב איך מיטגעהאלטן ווי בשעת די קבורה ל"ע איז געשטאנען א פאטאגראפירער און געקנאקט בילדער איינס נאכן צווייטן
איז געעוען דארט א חשוב'ע רב וואס האט אים גאר שטארק פארדאמט
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

טאקע פארגעסען ציצלייגען אז ביי א רבי'שע חתונה איז כאשט דא די פאר בחורים וואס נעמען זיך אן פארן רבינס כבוד און מען שרייט אן די וואס כאפן בילדער
און ביי א לויה איז דאס אויך נישט דא
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

ברם יזכר לטוב הרה"ח ר' ברוך אוביץ ז"ל חרידישער פאטאגראפיסט פון א"י וואס איז לעצטענס אוועק, האט געהאט גאר שטארקע און שארפע פרינציפן, און איינס פון די זאכן איז געווען, אז ער האט "קיינמאל" נישט גענומען קיין בילדער ביי א לויה, און אזוי אויך נישט ביי קיין ניחום אבלים.

לויט ווי אזוי דער מצב האלט יעצט, וועט מען אין אפאר יאר ארום לייגן בילדער פונעם נפטר אליינס נאך יציאת נשמה וכו' ר"ל.

געהערט מכלי ראשון פון א משפחה ווי ליידער אחד ממשפחתו איז אוועק יונגערהייט, איז געשטאנען ביי יציאת נשמה דארט א נאנטע "פרענד" און אפגעכאפט יציאת נשמה, היל"ת.

ומכאן הקריאה יוצאות צו די אלע פאטאגראפיסטן: ענק ווילן מאכן פרנסה, קיין פראבלעם, ס'דא גענוג רבי'ס אין מיאמי וואס שטייען און ווארטן אויף ענק, גענוג רבי'שע שמחות און נארמאלע איווענט'ס, חתונות ווי מ'באשטעלט ענק, אבער דארט ווי מען האט ענק נישט גערופן, און נאכדערצו ביי טראגישע אומגליקן, זאלט עטץ וויסן זייער קלאר "ענק זענען עתיד ליתן את הדין", קיינער וויל ענק נישט דארט האבן:

הערט'ס אויף מיט די שפיכת דמים, אלעס האט א שיעור!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

סתם אזוי בדרך אגב ביי די לוי' נעכטן איז אויך געקומען מטעם די מידיא אפאר פאטאגראפיטן וכדו'... וואס אויף דעם קען מען טאקע גארנישט טוהן.... ביי אזעלכע מצבים ליידער
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

וואספארא שטותים.

איז דען ביי יעדע לויה פארהאן בילדער מאכער און מידיא?

די רעדע איז דאך דא פון א שוידערליכע מעשה ואוס האט נעבעך פאסירט, און יא, ס'איז אינגאנצן אן אנדערע פאל ווי געווענליך און אלעמאל.

וואס האט דאס מיט געווענליכע לוויות?
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

פעלט מיר עפעס אז איך פארשטיי נישט?

איינער קומט אויף מיט א טענה, פארוואס מ'מוז האבן בילדער, כאילו ווי די משפחה האט עס באשטעלט.

א צווייטער שרייבט פארוואס לאזט מען צו אז צייטונגען זאלן כאפן בילדער פון אזעלכע ביטערע טראגעדיעס.

לויט ווי עס קוקט אויס, איז עס בכלל נישט קיין זאך וואס דער ערשטער טענה זאל בכלל האבן רעכט, וויבאלד דאס האט קיינער נישט באשטעלט.

אויפן צווייטער טענה, דארפסטו פארשטיין פארוואס יענער האט געכאפט בילדער.
והדבר פשוט, איינער וואס זיין פרנסה איז דורך פארציילן נייעס, און דורך האבן אויפ'ן אינטערנעט אלע ארטיגע נייעס מיט בילדער, פארשטיי איך וואס ער וויל דא.
די איינציגער טענה קען זיין, אז דיין צורך פרנסה איז נישט מצדיק יענעמס בלוט פארגיסונג.
אבער איז עס טאקע א בלוט פארגיסונג? ווען אלע גוי'אישע נייעס קוועלער זענען געווען ביים לוי'ה, און עס קען גאר זיין אז זיי וועלען כאפן נאר די בילדער וואס איז נישט קיין כבוד משפחה אדער כבוד פון כלל ישראל, אפשר דארף טאקע אידישער פאטאגראפיסטן אויך דארט זיין.

איך ווייס נישט.

נ. ב. און ווער זאגט אז עס טוט בכלל וויי פאר די משפחה? כאטש וואלט איינער איהם פארשיקט. בדרך אפשר.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

אפשר דארף מען מאכן תקנות ביי א לויה, בנוגע באשטעלן שומרים מיט סעקיוריטי, מייק סיסטעמס, ווידיאו פון די הספדים.

אבער סתם בילדער?, היינט איז א וועלט וואס יעדער האט א קאמערע אין טאש, עס איז שווער מבחין צו זיין ווער עס איז א צייטונג שרייבער.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

אילו זכינו האט געשריבן:ברם יזכר לטוב הרה"ח ר' ברוך אוביץ ז"ל חרידישער פאטאגראפיסט פון א"י וואס איז לעצטענס אוועק, האט געהאט גאר שטארקע און שארפע פרינציפן, און איינס פון די זאכן איז געווען, אז ער האט "קיינמאל" נישט גענומען קיין בילדער ביי א לויה, און אזוי אויך נישט ביי קיין ניחום אבלים.

לויט ווי אזוי דער מצב האלט יעצט, וועט מען אין אפאר יאר ארום לייגן בילדער פונעם נפטר אליינס נאך יציאת נשמה וכו' ר"ל.

געהערט מכלי ראשון פון א משפחה ווי ליידער אחד ממשפחתו איז אוועק יונגערהייט, איז געשטאנען ביי יציאת נשמה דארט א נאנטע "פרענד" און אפגעכאפט יציאת נשמה, היל"ת.

ומכאן הקריאה יוצאות צו די אלע פאטאגראפיסטן: ענק ווילן מאכן פרנסה, קיין פראבלעם, ס'דא גענוג רבי'ס אין מיאמי וואס שטייען און ווארטן אויף ענק, גענוג רבי'שע שמחות און נארמאלע איווענט'ס, חתונות ווי מ'באשטעלט ענק, אבער דארט ווי מען האט ענק נישט גערופן, און נאכדערצו ביי טראגישע אומגליקן, זאלט עטץ וויסן זייער קלאר "ענק זענען עתיד ליתן את הדין", קיינער וויל ענק נישט דארט האבן:

הערט'ס אויף מיט די שפיכת דמים, אלעס האט א שיעור!


שוין מיטגעהאלטן באלד 10 יאר צוריק ווי אן עסקן וואס האט זיך אפגעגעבן מיט א חולה (דער עסקן איז אויך געווען אן אומאפיציעלער פאטאגראפיסט) האט גענומען א בילד תיכף נאך יציאת נשמה.
דאס איז געווען נאך פאר די סמארט פאון עפאכע....
דאכציך אז יענער האט נאך יענעם בילד אין זיינע ארכיוון.. גיי ווייס צו וואס ער דארף עס.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

מסתמא וועגן יזכיר לו יום ה
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

איך מיין אז קודם זאל מען אינגאנצען מבטל זיין די לוויות,..
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
65th
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2019 2:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 65th »

איינר האט אמאהל גישריבן אין ״דער איד״ אז מע זאל מאכן א תקנה נישט קיין לאנגע הספדים.
ער האט אויך גישריבן אז אין זיין צוואה אז מע זאל נישט רעדן מער וויא א האלבע שעה.
איך האב יענים גיפרעגט, וואס קען מען רעדן אויף אייך א האלבע שעה?
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:איך מיין אז קודם זאל מען אינגאנצען מבטל זיין די לוויות,..

;l;p- ;l;p-
( :lol: נישט פאר די ניין טעג)
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

65th האט געשריבן:איך האב יענים גיפרעגט, וואס קען מען רעדן אויף אייך א האלבע שעה?

:lol:
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
גיט
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיט »

שמייחל האט געשריבן:דערמאנט מיר א טייער ווארט וואס איך האב געהערט פון הגה"צ אב"ד קאפיש ז"ל הכ"מ: א איד האט דריי סימנים. רחמנים, ביישנים, גומלי חסדים. אויב האט מען נישט קיין בושה בלייבט מען בלויז מיט צוויי סימנים. נו ווער ווערט אידענטיפיצירט מיט צוויי סימנים?....


א טייער ווארט טאקע כמה פעמים געהערט פון עם דאס.
רואה חשבונות
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואה חשבונות »

קענדי טייערע, תחזקנה ידיכם פאר'ן ארויפברענגען דעם פארווייטאגן אישו און אזוי ארום ברענגען Awareness.

געוויסע וואס טוען דאס, כאפן אפי' נישט וואס זיי טוען. ס'איז איז דא א געוואלד מענשטן וואס האבן געזען אייער אשכול, און עס איז צום האפן אז זיי וועלן אין די future, משנה זייערע מעשים לטוב, (זאל זיך נישט מאכן מער, אבער..). זכות הרבים תלוי בך.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”