העלאו האט געשריבן:
#1
אזוי ווי איך האב לעצטענס בר מצוה געמאכט ב''ה וועל איך געבן מיין חשבון הכל בכל מכל האט נישט געקאסט מער ווי זעקס טויזענט דולער בכלל נישט געקארגט
קודם כל תפילין די עולם רעדט דא פון דריי טויזענט דולער ביך איך אייך מודיע איינער האט געמאכט אויף אייך א גוטע 2000 דולר ריוח
איך האב באשטעלט מיין תפילין ביי א היימישע סופר ביי מיר אין ביהמ''ד וואס האט א הערליכע כתב איך האב מיט געהאלטען ווי ער שרייבט עס און געזעהן אלע פרשיות דאס האט געקאסט 750 דולער שפעטער האט ער מיר צוגעגעבן די בתים און רצועות מיט די גרעסטע חומרות פאר נאך 500 דולער סך הכל 1250 די מהודרדיגסטע תפילין אויב איר ווילט קענט איר מיר שיקען אין אישי און איך קען אייך באשטעלן די תפילין
שפעטער די קליידער - א בעקיטשע 3 פיס רעקל און א מאנטעל מיט צויי שבתדיגע הויזן 600 דולר צויי היטן 500 דולר און דרייגוד נאך 700 איז צוזאמען 1800 די גאנצע קליידער
און די נאכט פון די בר מצוה האב איך געהאט 50 קאפלס האט עס געקאסט הכל בכל מכל 3 טויזענט דולר
ממילא איז די טאטעל 6 טויזענט דולער איך וייס נישט ווי די עולם קומט אהן צו 12 טויזענט
העלאו האט געשריבן:
#2
די תפילין בייטל ביי המפואר האט געקאסט 120 דולר מיט די נאמען נישט 300 דולר
געהאט צויי רבנים יעדער האט באקומען א פיפציגער ס''ה הונדרעט דאס האב איך שוין אריינגערעכענט אין די נאכט פון די בר מצוה
העלאו האט געשריבן:#3
מענטשען וואס קומען זאגן מזל טוב גערעכט האט געקאסט די לעקעך נאך הונדרעט דולער
טישטיכער פון א גמ''ח
ברוינפען גערעכט נאך 25 דולר
קינדער פרשענס ביסטו גערעכט פארגעסן צו רעכענן האט געקאס דרייצען דולער א קינד מאל צויי אין צוואנציג איז 276 דולר
די חדר קומט נישט ביי אונז מען מאכט פאר זיי אין חדר דאס האט געקאסט נאך הונדרעט דולער
ביסט גערעכט עס האט געקאסט נאך 500 דולר וואס איך האב נישט גערעכענט
זייט איר האט געשריבן אייער ערשטע תגובה איז שוין צוגעקומען $721,
- לעקעך נאך הונדרעט דאלער.
- ברוינפען גערעכט נאך 25 דאלער.
- חדר - הונדרעט דאלער.
- תפילין בייטל ביי המפואר האט געקאסט 120 דאלער.
- געהאט צויי רבנים יעדער האט באקומען א פיפציגער ס''ה הונדרעט דאלער.
קינדער פארשענס - דרייצען דאלער א קינד צוויי אין צוואנציג מאל איז 276 דאלער.
$721.00=
האלטן מיר שוין ביי $6,720 אנשטאט פון $6,000, כמעט זיכער אז אויב איר וואלט אראפגעשריבן פונקטליך אלע אייערע הוצאת אויף א פאפיר וואלט איר אנגעקומען צו $7,000 און אפשר נאך מער, והראיה אז ווען איך האב געפרעגט וועגן געוויסע זאכן האט איר זיך דערמאנט אז איר האט טאקע נישט גערעכענט די קינדער פארשענס וכו' וכו'
_
איר האט געוואלט וויסן וויאזוי מען קומט אן צו $12,000
לאמיר זיך נעמען צו אייער ליסטע וואס איר האט 'נישט' געספענט.
איר האט געקויפט תפילין פאר $1,250, דאס איז נישט די עווריטש פרייז וואס דער עולם צאלט, קוקט דעי תגובה.
ליידיג גייער האט געשריבן:תפילין צאהלט רוב עולם $18-25
לאמיר נעמען די קלענערע נומבער איז עס פלאס $550 (1,800-1,250).
איר האט נישט געשיקט אייער זוהן צו בר מצוה קלאסן, אשרי לך, איך אויך נישט, איך האב אבער מיר נאכגעפרעגט אין ביהמ"ד 75% גייט יא. פלאס $450
אייער זון האט נישט קיין גלעזער, ב"ה, רוב קינדער האבן אבער יא. פלאס $150
איך ווייס נישט וועלכע האל נעמט אזוי ביליג ווי דעי וואס איר האט גענוצט, וואלט כדאי געווען איר זאלט דאס מפרסם זיין לזיכוי הרבים צו קענען שפארן אפאר דאלער פאַר כלל ישראל. "התורה חסה על ממונם של ישראל".
אבער רוב האלס נעמען היינט פיל מער אן קיין אפגרעידס, איך האב שוין געמאכט עטליכע בר מצוה'ס, יעדע מאל אין א צווייטע זאַל. אויך האב איך מיר נאכגעפרעגט ביי שטאטישע מענטשן.
רוב האלס נעמען 400-500 דאלער פאר'ן זאַל, לאמיר נעמען די קלענערע נומבער, איז עס פלאס $400
רוב נעמען היינט צוטאגס בערך $50 דאלער א קאפל X 40 = 2,000
נישט יעדער נעמט טאקע עקסטער פאר די וועיטערס, וועלן מיר עס טאקע נישט רעכענען.
רוב כלל ישראל קומען די חבירים פונעם בר מצוה בחור יא צום בר מצוה סעודה, אן עוורעטש קינדער פארשן איז בערך 15 דאלער, בערך 10 קינדער איז פלאס $150
כמעט אלע נעמען א לחיים טיש וואס ווערט געגעבן דורכ'ן קעיטערער וואס אינקלאוד פרוכט, קוגל און קעיק דאס איז נאך בערך $300
האלטן מיר יעצט ביי פלאס = $3,450 פלאס וואס 6,720 איר האט יא געספענדט האלטן מיר שוין ביי $10,170
מיט נאך אביסל עקספענסעס, וואס איז שוין א קליינע מרחק פון 12,000 דאלער.
דאס וואס אייער בני בית האט געהאט חתנות פאר די בר מצוה איז א מזל זאך, נישט יעדער איז אזוי מזל'דיג.
און דעיס וואס איר האט געהאט אייער אנדערע טעכטער אנטון בלויז שבת'דיג איז אויך נישט א זאך וואס רוב אידן קויפן יא עפעס ספעציעל פאר די שמחה, און הוא אשר דברת, מאך תקנות אז יעדער זאל טוען ווי איר טוט.