מענדי ווייס נייע אלבוים ~אלע אלע~

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

מענדי ווייס נייע אלבוים ~אלע אלע~

תגובהדורך ליבלעך » פרייטאג יולי 26, 2019 12:19 pm

דער נייער אלבוים איז שוין פיקס פארטיג און איז ערווארטעט צו זיין אינדרוסן גלייך נאך די דריי וואכן.
דער אלבום פארמאגט קאמפאזיציעס און אראנזשירונגען פון די גרעסטע מוזיק לייבן פונעם היינטיגן דור
אביסל איז שוין דערמאנט געווארן צווישן די שפאלטענעס פון אייוועלט און די רעשטע וועלן געמאלדן ווערן בקרוב אי"ה

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג יולי 29, 2019 9:25 am

משה לאופער לויבט אויס מענדי ווייס נייע אלבום ''אלע אלע''

Video
https://drive.google.com/file/d/1j-b-Pb ... =156441015

ארץ ישראלי
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 4:38 pm

תגובהדורך ארץ ישראלי » מאנטאג יולי 29, 2019 6:28 pm

ס'איז ווערד 180000?

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג יולי 30, 2019 10:48 am

פינקי וועבער און יואלי האראוויץ, רעדן איבער די נייע אלבום ''אלע אלע'' מענדי ווייס

Video
https://drive.google.com/file/d/1AhmNh4 ... sp=sharing

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג יולי 30, 2019 11:41 am

ווער איז מענדי ווייס?
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דינסטאג יולי 30, 2019 11:43 am

איש האשכולות האט געשריבן:ווער איז מענדי ווייס?


א זינגער פון אר"י
ער זינגט די לעצטיגע נייע קה רבון עלם.. פאר דיר פאר דיר.. צוזאמען מיט דובי מייזעלס

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג יולי 30, 2019 11:46 am

שמחה ונחת האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:ווער איז מענדי ווייס?


א זינגער פון אר"י
ער זינגט די לעצטיגע נייע קה רבון עלם.. פאר דיר פאר דיר.. צוזאמען מיט דובי מייזעלס

ווייסעך שוין נישט צוויי זאכן, א בילד פון אים האסטו?!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אור
שר האלף
תגובות: 1971
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דינסטאג יולי 30, 2019 11:51 am

שמחה ונחת האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:ווער איז מענדי ווייס?

א זינגער פון אר"י
ער זינגט די לעצטיגע נייע קה רבון עלם.. פאר דיר פאר דיר.. צוזאמען מיט דובי מייזעלס

אויך זינגט ער א ניגון אויף די פינגער אפדרוקן סידי

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דינסטאג יולי 30, 2019 12:22 pm

איש האשכולות האט געשריבן:
שמחה ונחת האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:ווער איז מענדי ווייס?


א זינגער פון אר"י
ער זינגט די לעצטיגע נייע קה רבון עלם.. פאר דיר פאר דיר.. צוזאמען מיט דובי מייזעלס

ווייסעך שוין נישט צוויי זאכן, א בילד פון אים האסטו?!



דא האסטו ווי ער זינגט מיט מאיר אדלר ביים חופה פון בן אהרעלע סאמט

https://www.dropbox.com/s/eppzyhxco521qhv

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג יולי 30, 2019 12:35 pm

איש האשכולות האט געשריבן:ווער איז מענדי ווייס?

הר״ר מענדי ווייס הי״ו - מחסידי ויזניץ אין אלעד יצ״ו, איז א זון פון די זינגער הר״ר אברהם [אברומי] ווייס הי״ו פון ב״ב, א זון פון די composer הרה״ח ר׳ מאיר ווייס הי״ו פון ב״ב.

די מאמע פון מענדי ווייס איז א טאכטער פון הרה״ח ר׳ ישראל דאסקאל ז״ל, דאס מיינט אז זי איז א שוועסטער פון יאנקי דאסקאל און שלומי דאסקאל.
לעצט פאראכטן דורך moishy56 אום דינסטאג יולי 30, 2019 12:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2248
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 12:20 pm

תגובהדורך Intern Tish » דינסטאג יולי 30, 2019 12:36 pm

איש האשכולות האט געשריבן:ווער איז מענדי ווייס?

אן ארץ ישראל'דיגע אינגערמאן/זינגער וואס האט גענומען נתפלי משה שניטצלער אלץ זיין פראדוסער
צוגעלייגטע
IMG_20190730_123314_568.jpg
IMG_20190730_123314_568.jpg (49.09 KiB) געזעהן 5296 מאל
איך זיץ אונטערן טיש, אמאל אמאל קום איך ארויס אויפן טיש
קליקט דא צו זעהן מער דיטעילס

ארזון
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 7:31 am

תגובהדורך ארזון » מיטוואך יולי 31, 2019 3:13 am

איך ווייס נאך נישט גוט ייִדיש ... פאַרגעבן מיר פֿאַר די מיסטייקס

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 3:48 pm

moishy56 האט געשריבן:פינקי וועבער און יואלי האראוויץ, רעדן איבער די נייע אלבום ''אלע אלע'' מענדי ווייס

Video
https://drive.google.com/file/d/1AhmNh4 ... sp=sharing


היינט געהערט פון פינקי זיין "הבן יקיר" וואס ער האט קאמפאזירט פאר דעם אלבום, אויסנאם שיין. עס גייט זיכער ווערן גאר אויפגעכאפט. איך האף נאר אז לאופער מאכט די מוזיק אויף דעם ניגון.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 5:23 pm

דער מוזיקאנט יואלי דיקמאן פון א״י, לויבט אויס די נייע אלבום ''אלע אלע'' פון מענדי ווייס

Video
https://drive.google.com/file/d/1LwmjX4 ... 6Y5hM/view

אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 6:23 pm

בוידעם האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:פינקי וועבער און יואלי האראוויץ, רעדן איבער די נייע אלבום ''אלע אלע'' מענדי ווייס

Video
https://drive.google.com/file/d/1AhmNh4 ... sp=sharing


היינט געהערט פון פינקי זיין "הבן יקיר" וואס ער האט קאמפאזירט פאר דעם אלבום, אויסנאם שיין. עס גייט זיכער ווערן גאר אויפגעכאפט. איך האף נאר אז לאופער מאכט די מוזיק אויף דעם ניגון.

פארוואס נישט מונה?
yield the right of way

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 9:46 pm

ווייל איך גלייך מער לאופר. איבערהויפט ווען די רעדע איז פון א שטייטע הארציגע ניגון.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 10:37 pm

yield האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:פינקי וועבער און יואלי האראוויץ, רעדן איבער די נייע אלבום ''אלע אלע'' מענדי ווייס

Video
https://drive.google.com/file/d/1AhmNh4 ... sp=sharing


היינט געהערט פון פינקי זיין "הבן יקיר" וואס ער האט קאמפאזירט פאר דעם אלבום, אויסנאם שיין. עס גייט זיכער ווערן גאר אויפגעכאפט. איך האף נאר אז לאופער מאכט די מוזיק אויף דעם ניגון.

פארוואס נישט מונה?

מונה איניש אזוי גוט פאר שיינע שטייטע ניגונים לדעתי הקטנטנה וויייל ער לייגט אריין אזעכע גאוינישע מוזיקאלישע שטיקלעך דערונען אז מ'קען ניש ארויסהערן די נאטורליכע שיינקייט און ווארעמקייט פון א הערליכע שטייטע ניגון משא"כ לאופער געט דיר צו הערן די ווארימקייט פונעם ניגון אויף א מורא'דיגע נאטורליכע און נאסטאלגישער וועג

אבער שנעלע ניגונים (ספעציעל ראק ) אין כמו מונה א שטייגער ווי פינקי'ס למעלה וועניש מונה'ס פייערדיגע ארענדזשמענטס מיטן מאסיוון אינטראו ווייסעך ניש ווי ווייט דער ניגון וואלט געגאנגן
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 10:44 pm

א קליינע דוגמא איז פינקי'ס קול ברמה אויף יוסף משה כהנא'ס מתיקות 2. אווי מונה מאכט די ארענדזשמענטס דערפון

כ'געדענק ווען כאב עס געהערט ס'ערשטע מאל דעי קאורדס וואס ער מאכט ביים ערשטן פאל טאקע דארט ביי נהי בכי תמרורים האט מיר אזוי ארויסגענומען פון די דישעס אזש כ'בין סטאק געבליבן ביי דעם און כאב שוין ניש צוגעלייגט קאפ צום עצם ווארעמקייט פונעם ניגון (וואס אגב אידאס איינע פון די גאר שטארקע הארציגע ניגונים פון פינקע'נען)
ס'דא נאך אסאך דוגמאות ואכמ"ל
לעצט פאראכטן דורך נו וואדע אום פרייטאג אוגוסט 02, 2019 8:42 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 11:14 pm

אקוראט אזוי. הגם לאופר מאכט אויך א הערליכע ארבעט אויף שנעלע ניגונים. (איך האב עס אפילו בעסער ליב ווי מונה'ס, כאטש וואס איך שפרינג פון זיין גאונות, האט אבער לאופר א ספעציעלע חן אין מיינע אויגן-הארץ)
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » מוצ"ש אוגוסט 03, 2019 10:21 pm

וואס איז פשט פין די מאדנע נאמען " אלע אלע " ?

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג אוגוסט 04, 2019 1:49 am

דער 7וואס איז אמאל געווען אין א"י ביי א חתונה וועט פארשטיין די אויסדריק "אלע אלע" א בחינה ווי פרישע פרישע...
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » זונטאג אוגוסט 04, 2019 2:03 am

איך באמערק צוויי זאכן:

1) עס איז שוין אויסגעלאפן אלע נארמאלע נעמען פאר אלבומ'ס, ספעציעל די געשניצלערטע אלבומס הייבן אן באקומען מער און מער משוגע'נע נעמען.
2) מען האט אנגעהויבן אפיציעל צו אדווערטייזן אויף סאציאלע מידיא די אלבומ'ס ווי כאילו דער אינטערנעט זאל ווען נישט האבן געווען גע'אסר'ט.

גענוג סיבה צו זאגן אז עס קומט געוויס א נישט אויסגעהאלטענע אלבום, אבער אין אונזער היפאקריטישע ניו יארקע אידישקייט גייט מען זיך שאקלען ביי אלע קומזיצן אויף די נייע 'ניגונים'...

ביטע פארדאמט מיר נישט, עס איז נאכנישט ארויסגעקומען.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
pianist
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:07 pm
לאקאציע: ביים פיאנע

תגובהדורך pianist » זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:55 am

טישטוך האט געשריבן:איך באמערק צוויי זאכן:

1) עס איז שוין אויסגעלאפן אלע נארמאלע נעמען פאר אלבומ'ס, ספעציעל די געשניצלערטע אלבומס הייבן אן באקומען מער און מער משוגע'נע נעמען.
2) מען האט אנגעהויבן אפיציעל צו אדווערטייזן אויף סאציאלע מידיא די אלבומ'ס ווי כאילו דער אינטערנעט זאל ווען נישט האבן געווען גע'אסר'ט.

גענוג סיבה צו זאגן אז עס קומט געוויס א נישט אויסגעהאלטענע אלבום, אבער אין אונזער היפאקריטישע ניו יארקע אידישקייט גייט מען זיך שאקלען ביי אלע קומזיצן אויף די נייע 'ניגונים'...

ביטע פארדאמט מיר נישט, עס איז נאכנישט ארויסגעקומען.



ווען די ווערטער איז געדריקט אויף א צעטיל אין בהמ״ד וואלטן עס מענטשען אנגענימען אז דער שרייבער מיינט עס אמת׳דיג, קומען אויף גע׳אסר׳טע אינטערנעט און מוחה זיין אויף א צווייטנס אינטערנעט געניצאכטס איבעלט אביסעלע.

פון די גאנצע תגובה דא קוקט אויס ווי דער שרייבער האט א ׳געשניצלערטע׳ אגענדע..

ביטע פארדאמט מיר נישט, עס איז נאכנישט ארויסגעקומען.

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » זונטאג אוגוסט 04, 2019 11:03 am

pianist האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:איך באמערק צוויי זאכן:

1) עס איז שוין אויסגעלאפן אלע נארמאלע נעמען פאר אלבומ'ס, ספעציעל די געשניצלערטע אלבומס הייבן אן באקומען מער און מער משוגע'נע נעמען.
2) מען האט אנגעהויבן אפיציעל צו אדווערטייזן אויף סאציאלע מידיא די אלבומ'ס ווי כאילו דער אינטערנעט זאל ווען נישט האבן געווען גע'אסר'ט.

גענוג סיבה צו זאגן אז עס קומט געוויס א נישט אויסגעהאלטענע אלבום, אבער אין אונזער היפאקריטישע ניו יארקע אידישקייט גייט מען זיך שאקלען ביי אלע קומזיצן אויף די נייע 'ניגונים'...

ביטע פארדאמט מיר נישט, עס איז נאכנישט ארויסגעקומען.



ווען די ווערטער איז געדריקט אויף א צעטיל אין בהמ״ד וואלטן עס מענטשען אנגענימען אז דער שרייבער מיינט עס אמת׳דיג, קומען אויף גע׳אסר׳טע אינטערנעט און מוחה זיין אויף א צווייטנס אינטערנעט געניצאכטס איבעלט אביסעלע.

פון די גאנצע תגובה דא קוקט אויס ווי דער שרייבער האט א ׳געשניצלערטע׳ אגענדע..

ביטע פארדאמט מיר נישט, עס איז נאכנישט ארויסגעקומען.



;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג אוגוסט 04, 2019 11:16 am

די קאמפאזער הר״ר הערשי וויינבערגער הי״ו, זאגט פאריגע וואך פאר קול מבשר 8-0,
אז ווען ער איז געוועהן א קינד פון 9 יאר, האט ער געמאכט א ניגון ''מתוך חיבתן לפניו, מונה אותם כל שעה'' [רש״י במדבר]...
און די ניגון וועט זיין אויפן נייע דיסק פון מענדי ווייס!!
--
חוץ פון דעם, איז דא אויפן CD, נאך 3 ניגונים פון הערשי וויינבערגער..


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 11 געסט