א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

געליינט און שטארק הנאה געהאט. יישר כח.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

יישר כח הבל
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

ביסט נאך דא הבל ??
כהאב דיר פלען געוואלט זאגן א גרויסן ש'כח
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מאנטאג מטות מסעי





באריס דזשאנסאן וועלכע איז דער נייע פרעמיער מיניסטער פון ענגלאנד האט פארמירט אן אזוי גערופענע קריגס קאבינעט וועלכע זאל האבן איבערזיכט איבער די צוגרייטונגען פון א ברעקזיט אן קיין אפמאך מיט די אי יו
*
פרעזידענט טראמפ וועט אום 10 אזייגער זיין אנוועזנד אין די ראוז גארדן ביי א צערעמאניע אונטערצושרייבן די 9/11 למספרם פאנד אנצוגיין אומגעשטערט אויף ביז 2090 למספרם
*
טעקסאס קאנגרעסמאן רעטקליף איז געווארן אויסגעקליבן אלץ נייער דירעקטאר פון די נאציאנאלע שפיאנאזש ביורא
רעטקליף האט ארגינעל געוואלט ווערן אטוירני דזשענעראל אבער עווענטועל האבן טראמפ'ס מענטשן געהאלטן אז ער איז צו פאסיוו און וועט נישט זיין א גענוג אגרעסיווע קעמפער לויט טראמפ'ס געשמאק און באר איז געווארן נאמינירט
אצינד נאך די גאר געלונגענע פרעזענטאציע פון רעטקליף דורכאויס די מולער פארהערן האבן טראמפ'ס ארומיגע איינגעזעהן אז ער קען פילייכט יא גוט שטיין אלץ א מיטגליד אין די אדמיניסטראציע און איז געווארן געשטעלט צו ערזעצן קאוטס
*
דערווייל הערט מען שטארקע לויף פון רעפובליקאנע סענאטארן איבער דעם ארויסגייענדע דירעקטאר דען קאוטס אבער ווייניג איבער דעם נייעם ערזאץ ווען סיי סוזען קאלינס און סיי מיטש מעקאנעל האבן אדרעסירט קאוטס אבער נישט גערעדט קיין ווארט איבער רעקליף און מען וועט דארפן ווארטן מער צו זעהן אויב די סענאטארן וועלכע דארפן באשטעטיגן זיין נאמינאציע זענען אנטציקט פון זיינע קוואליפיקאציעס
*
מארגן דינסטאג וועט מארק מארגען, דער צייטווייליגע קאסטומס און גרעניץ באשיצונג קאמישאנער אויפטרעטן פארנט פון די סענאט היימלאנד זיכערהייט קאמיטע איבער די צושטאנד ביי די גרעניץ פארהאלטונג צענטערן
די אויפטריט קען זיין היבש א היציגע זינט א רייע סענאטארן האבן לעצטנס באזוכט די גרעניץ צו זעהן די אפצושאצן די לאגע פון אימיגאראנטן און זיי וועלן פארלאנגען ענטפערס אויף וואס זיי האבן דארט געזעהן
*
אויך וועט מארגן גענעראל דזשאן הייטען אויפטרעטן פארנט פון די סענאט ארמד סערוויסעס קאמיטע אלץ טייל פון זיין באשטעטיגונג צו סערווירן אלץ קומענדיגע דזשוינט טשיעפס אף סטעף וויצע פארזיצער
*
סענאט וועט אויך די וואך דארפן באשטעטיגן די בודזשעט אויסקוק פאר די קומענדיגע צוויי יאר און די בארגן דאך העכערונג פעקל
*
באזונדער וועט די סענאט די וואך שטימען אויף די איבערשרייבונג פון א פרעזידענטליכע וועטא אויף די וואפן פארקויף פאר סאודי אראביע
*
און ווי עס איז צום ערווארטן פון מיטש מעקאנעל וועט די סענאט אויך איבערלאזן קאנסערוואטיוון מיט א גוטן טעם אין מויל ווען איידער די סענאט צוגייט זיך אויף אורלויב וועלן סענאטארן באשטעטיגן 19 דיסטריקט ריכטער נאמינאציעס
*
די ערשטע פון די 19 ריכטער נאמינאציעס וועט שוין ארויפקומען פאר אן אפשטימונג היינט מאנטאג ווען די נאמינאציע פאר מייקל ליבארדי וועלכע איז דער געוועזענער דזשענעראל קאונסיל פאר אריזאנא גאווערנאר דאג דוסי וועט ווערן פאראויסגערוקט צו קענען גיין פאר אן ענדגילטיגע אפשטימונג צו סערווירן אלץ ריכטער אין אריזאנא
*
סענאטארשע פעטי מורעי ווערט די דריטע דעמאקראט אין סענאט ארויסצוקומען מיט שטיצע פון אימפיטשמענט אין די צייט וואס אין קאנגרעס האלט שוין שטיצע ביי איבער 100
*
פעדעראלע פראקורארן האבן לעצטע מאנאט אויסגעפארשט טאם באראק וועלכע האט קאארדינירט מיט קאנטאקטן אין פערסישן גאלף איבער א 2016 למספרם ענערגיע פאליסי רעדע דורך דאן קאנדידאט טראמפ
אויספארשער האבן געוואלט דערשפירן מער איבער מעגליכע מיטל מזרח איינפלוס אויף די אדמיניסטראציע
*
טשערי באסטאס וועלכע איז די פארזיצערין פון די דעמאקראטישע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע האט זיך שוין אהיימגעקערט קיין אילינאי פרייטאג ווען קאנגרעס איז געגאנגען אויף אורלויב אבער וועט היינט מאנטאג אומגעראכטן זיך צוריקקערן קיין וואשינגטאן די סי צו פרובירן אפצוקילן די היציגע שטימונג און כאאס וועלכע האט ארומגענומען איר קאמיטע ווען א רייע קאנגרעס מיטגלידער פון די לאטינא און אפריקאנע אמעריקאנע געמיינדעס בונטעווען אקעגן איר פירערשאפט אויף די קאמיטע און איבער די מאנגל אריינשטעלן מער מינאריטעטן אהין
*
די טראמפ קאמפיין ווערט ער און מער סאפיסטיקירט מיטן אויפקומען מיט געניאלע קאמישע איינפאלן וועלכע זאלן אריינברענגן געלט אין איר קאסע
אסאך איז געוואןר באריכטעט איבער די פלאסטישע שטרויס וועלכע די קאמפיין פארקויפט אפצושפעטן פון די ענווייראמענטאליסטן אבער איצט הערט מען אז אויך די העמדלעך מיט א בילד פון א בליי וועלכע די קאמפיין פארקויפט באזירט אויפן צונאמען וועלכע דער פרעזידענט האט גענוצט אדרעסירנדיג עדעם שיף'ס שמאלע האלז בארייכערט אויך די טראמפ קאסע
באזונדער פארקויפט די קאמפיין א קליינע טאנק שפילצייג וועלכע צייגט ווי פרעזידענט אבבאמא שפיאנירט אויף פרעזידענט טראמפ
א ביישפיל פון די סוקסעס וואס די קאמפיין ברענגט מיט זיך איז די פלאסטישע שטרויס וועלכע האבן שוין אריינגעברענגט 456 טויזנט דאלער אין פארקויפונגען זינט יולי 19 למספרם
*
די מעקאנעל אליאירטע איין לאנד פעק פריאריטאזירט די סענאט פארמעסטן אין אריזאנא, אייאווע, און צפון קאראליינע
ערנסט, מקסעלי און טיליס גייען זעהן א 2.4 מיליאן דאלער ספענדינג בליץ אנגעהויבן אין די ערשטע וואך פון אוגוסט למספרם אין זייערע סטעיטס
*
די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע קאמיטע האט אויסגעברייטערט איר ליסטע פון קאנגרעס זיצן אינעם העכסטן שטייסל פון ריזיקע צו פארלירן ביי די קומענדיגע וואלן און וועט דארפן פארטיידיגן מיט ערנסטע שטיצע אנצוהאלטן
די פרישע זיצן רעכנט אריין
ענדי באר פון קענטאקי 6 א דיסטריקט וועלכע טראמפ האט געוואונען מיט 15%
ראדני דעיוויס פון אילינאי 13 א דיסטריקט וועלכע טראמפ האט געוואונען מיט 5%
ברייען מעסט פון פלארידא 18 א דיסטריקט וועלכע טראמפ האט געוואונען מיט 9%
סטיוו טשעבאט פון אהייא 1 א דיסטריקט וועלכע טראמפ האט געוואונען מיט 9%
דאן יאנג פון אלאסקא א זיץ וועלכע טראמפ האט געוואונען מיט 15%
סטיוו וואטקינס פון קענסאס 2 א דיסטריקט וועלכע טראמפ האט געוואונען מיט 18%
דזשים האגעדארן פון מינעסאטע 1 א דיסטריקט וועלכע טראמפ האט געוואונען מיט 15%
און קעני מארטשאנט פון טעקסאס 24 א דיסטריקט וועלכע טראמפ האט געוואונען מיט 6%
*
די דעמאקראטישע סופערפעק אמעריקאנע בריק נעמט אן א גאר געציהלטע לאקאלע צוגאנג ווען עס קומט צו די סובסטאנץ פון זייערע רעקלאמעס האפנדיג צוריקצוגעוואונען רורעל וויילער
*
די דעמאקראטישע סופערפעק פריאריטיס יו עס עי האט אין די ערשטע האלב פונעם למספרם יאר אויפגעטריבן 21.4 מיליאן דאלער און האט א טאטאל פון 88 מיליאן דאלער פארשפרעכומגען פון ביישטייערער צו גיבן אינעם איצטיגן סעזאן
*
טראץ די אויבערהאנט וועלכע דעמאקראטישע סענאט קאנדידאטן האבן איבער זייערע רעפובליקאנע קעגנער אין אלגעמיין איז אבער די נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמפיין ארעם ווייטער פאראויס אין געביט פון פאנדרעיזינג פון די דעמאקראטישע קאמיטע
*
די קאנדידאטן וועלכע זענען אויף די שפיץ ליסטע אויף די ווייסע הויז ראדארן אצינד זענען העריס, ווארען און ביידען
*
קאנדידאטן וועלכע זוכן צו לויפן פאר פעדעראלע אפיס אריינגערעכנט פרעזידענט, קאנגרעס און סענאט האבן שוין אינאיינעם אויפגעטריבן 802 מיליאן דאלער
*
דזשאו ביידען אין 1981 למספרם: עלטערן האבן א פאראנטווארטליכקייט זיך אפצוגעבן מיט די קינדער א גאנצן טאג פון געבורט ביז די צייט וואס דאס קינד קען שוין גיין אין שולע
*
קאמאלא העריס וויקלט אויף איר העלט קעיר פלאן וועלכע רופט פאר א טראנזישאן פעריאד פון 10 יאר צוביסלעך אריבערצוגיין צו א מעדיקעיר פאר אלע סיסטעם
די פאלן וועט דערווייל לאזן א פריוואטע העלא פאלן אפציע און וועט ארויפלייגן העכערע שטייערן אויף האנדל און וועט איוסשליסן סיי וועלכע פאמיליע מיט פארדינסטן פון אונטער 100 טויזנט אלער פון צאלן מער שטייער
*
דזשאו סעסטאק פון פענסילוועניע וועלכע לויפט פאר פרעזידשענט האט אנגענומען אן אינטערסאנטע סטראטעגיע, נעמליך, ער האט זיך באזעצט אין אייאווע
סעסטאק האט נאכנישט םארלאזט אייאווע זינט ער האט דארט געלאנדעט צו מעלדן זיין פרעזידענטליכע קאמפיין און זיין אייגנארטיגע קאמפיין סטיל שלאגט ווארצלען מיט אייאווע וויילער וועלכע וווערן אנטציקט פון די שטארקע אויפמערקזאמקייט וועלכע ער רעזערווירט פאר זיי
*
מען גרייט זיך צו די צווייטע דעמאקראטישע דעבאטע און מען ווארט צו זעהן אויב דאסמאהל וועט זיין ימין ושמאל תפרוצו ווען ביידען וועט כאפן פעטש אין ביידע באקן פון העריס און בוקער וועלכע וועלן שטיין צו זיינע צוויי זייטן און צו ביידען וועט סוקסעספול צוריק דערלאנגען לויט ווי ער פארשפרעכט
איינע פון די טעמעס וועלכע קען ווערן אויסגענוצט דורך בוקער צו אטאקירן ביידען איז ביידען'ס ראלע אין די 1994 למספרם קריים ביל וועלכע האט לויט בוקער און פילע אפרקיאנע אמעריקאנע אקטיוויסטן אריינגעשליידעט אומצאליגע מענטשן אין טורמע פאר לאנגע טערמינען
אעס איז אינטערסאנט אנצונמערקן אז ווען פרעזידענט אבאמא האט ביי זיין רעדע אין וועלכע ער האט געמאלדן זיין וויצע פרעזידענט אויסוואל אויסגעלויבט ביידען אין העלפן צושטאנד ברענגן די ביל וועלכע האט געהאלפן פארברעכן געפלאגטע געמיינדעס מארשירן צו מער זיכערהייט
*
אין צפון קאראליינע האט דער ליוטענאנט גאוערנאר דען פארעסט (ר) וועלכע לויפט פאר גאווערנאר אויפגעטריבן 1.3 מיליאן אינעם ערשטן האלב פונעם למספרם יאר און אויסגעגעבן 905 טויזנט
און פארמאגט עטוואס מער ווי א מיליאן אין די באנק
*
אין קענטאקי האט דער דעמאקראטישע גאווערנאר קאנדידאט ענדי באשאר געמאלדן אז ער אין דער אמטירנדער רעפובליקאנע גאווערנאר מעט בעווין זענען איינגעגאנגען אויף א סעריע פון 5 טעלעוויזירטע דעבאטעס
*
די רעפובליקאנע גאווערנארס אסאסיאציע האט געלאזט לופטערן אן אטארע רעקלאמע בליץ לענגאויס קענטאקי אראפצורייסן דעם אטוירני דזשענעראל און גארווענאר קאנדידאט ענדי באשאר אים באצייכענענדיג אלץ עקסטרעם איבער אימיגראציע און אים צובינדנדיג צו נאציאנאלע דעמאקראטן
*
אין די ליוזיאנא רעפובליקאנע גאווערנאר פריימערי האט ביזנעסמאן עד ריספאן שוין ארויסגעשטעלט זיין צווייטע מידיא בליץ אויף א סטעיטווייד פארנעם וועלכע דערמאנט וויילער אז ריספאן איז אליאירט מיטן פרעזידענט ווען עס קומט צו אימיגראציע און צו באקעמפן סענקטשיוערי סיטיס
*
מיזורי ליוטענאנט דאווערנאר ריוועס וועלכע לויפט איצט פאר גאווערנאר האט ארויסגעלייגט זיין צווייטע טעלעוויזיע רעקלאמע וועלכע איז קאנצעטרירט ארום ערציאונג און העלט קעיר אין רורעל געגנטער
*
ניו דזשערסי האט פארבאטן ארבעטסגעבער צו פרעגן נייע ארבעטער וויפיל זיי פלעגן פארינען אויפן פאריגן ארבעטס פלאץ
*
פארלאפענע פרייטאג האט א פרישע רעליגיעזע רעכטן / מתועבים קעיס געלאנדעט אויפן סופרים קאורט טישל און מען וועט דארפן אויסווארטן צו זעהן אויב די ריכטער וועלן אקצעפטירן א קעיס וועלכע קען פארוואנלט ווערן אין איינע פון די סאמע העכסטע פראפיל קעיסעס אינעם טערמין
די קעיס איז איבער א שטראף וועלכע פילאדעלפיע האט ארויפגעשטעלט אויף די קאטוילישע סאושעל סערוויסעס אגענטור צוליב זייער שטעלונג איבער נארישע געזעצן
ערציאונג היימען איבער די לאנד זענען ברייט פארשפרייט אבער די פארלאנג וואקסט פון טאג צו טאג פאר מענטשן וועלכע זענען גרייט צו ערציען קינדער וועלכע זענען עכטע אדער גאר לעבעדיגע יתומים אן קיין געהעריגע עלטערן זיי צו ערציען
איינע פון גרעסטע וואלונטיר קערפערשאפטן אין דעם געביט זענען די רעליגיעזע צענטערן וועלכע זענען אינסטרומענטאל ארויסצוהעלפן אזעלכע קינדער און זיי צוזאמשטעלן מיט פאסיגע קאנדידאטן וועלכע קענען צושטעלן פאר די קינדער די נויטיגע ערציאונג און זיי אדאפטירן ווי אייגענע קינדער
צוליב די נאטור פון די סיטואציע מאכט זיך אפט אז אויף אנשים מתועבים זענען וויליג צו אדאפטירן אזלעכע פארלאזטע קינדער און געווענליך וועלן זיי זיך ווענדן צו סעקולארע ארגאנאזאציעס וועלכע וועלן זיי צושטעלן אינפארמאיע און רעקאמענדירן פאסיגע יתומים
לויט די געזעץ דארף זיין אן אפיציעל רעגיסטרירטע קערפערשאפט וועלכע טוט אינדאסירן יעדע אדאפציע און מתועבים וועלן געווענליך אויסזוכן מער סעקולארע אגענטורן וועלכע טוען האבן נישט קיין פראבלעם צו אינדאסירן אן אדאפפטירונג פון א קינד פאר א נארישקייט פאמיליע
די ספעציפישע קאטוילישע סאושעל סערוויסעס אין פילאדעלפיע האט נאך זינט איר גרינדונג אין 1917 למספרם ביז היינט נישט געהאט קיין איינציגע פאל ווען מתועבים האבן זיך צו זיי געוואנדן פאר אדאפציע טראץ וואס די אגענטור איז אויטאריזירט צו אינדארסירן אדאפציעס אבער נאכן ליינען אין א צייטונג ארטיקל אז די אגענטור "וואלט" ווען נישט אונטערגעשריבן אן אינדארסירונג פאר א קינד צו ווערן אויפגעצויגן ביי מתועבים "אויב אזעלכע מענטשן וואלטן עס געבעטן" איז געווען מער ווי גענוג פאר פילאדעלפיע וועלכע האט באשטראפט די אגענטור זי פארלירט איר רעכט צו קענען אינדאסירן אדאפציעס און קיינער קען מער נישט אדאפטירן קיין קינדער אויב עס גייט דורך זיי
די דריטע סירקוט געריכט האט געגעבן גערעכט פאר די סיטי און איצט האט די אגענטור גענומען זייער קעיס צום סופרים קאורט מיט די האפענונג אז די געריכט וועט עס אקצעפטירן
*
דאמינא'ס פיצא האלט אינמיטן אנטוויקלען גאר סאפיסטיקירטע טעכנאלאגישע עפפס פאר קאנסומער צו קענען ארדערן זייערע מאלצייטן אויף א גאר צוגענגליכע פארנעם
אין די זעלבע צייט זענען זיי פארכאפט אין א שטרייט מיט א בלינדע מאן מיטן נאמען גווילערמא ראבלס פון קאליפארניע וועלכע האט אין 2016 למספרם אריינגעטראגן א קלאגע אין געריכט נאכן פרובירן צו באשטעלן א קאסטום פיצא ארדער פון די פירמע'ס וועבזייטל און מאביל עפפ און זיך אין צוויי באזונדערע פעלער נישט געקענט אומגיין מיט די עפפ אויסשטעל
ראבלס זאגט אז די פעדעראלע אמעריקאנע מיט דעסיביליטי אקט באשיצונגען טוט אויך ארייננעמען אנליין פלאטפארמעס וועלכע זענען אונטער די אייגנטומערשאפט פון פירמעס וועלכע פארמאגן פיזישע געשעפטן און פאבריקן און זיי דארפן אקעגנקומען מענטשן מיט באגרעניצונגען אנליין גענוי ווי זיי זארפן זיך באגיין אין זייערע פיזישע געשעפטן
די ניינטע קרייז געריכט האט געאורטיילט אין שטיצע פון ראבלס און אצינד איז דאמינא גרייט צו נעמען די קעיס צום סופרים קאורט און זיי ווערן שטארק געשטיצט פון די ביזנעס געמיינדע
די באשלוס פונעם סופרים קאורט אויב אויפצנעמען די קעיס און איר אורטייל אויף די פראגע זעלבסט קען האבן א דאמינא אפעקט נישט בלויז אויף די ספעציפישע דאמינא פירמע נאר אויף די טויזנטער ביזנעסער וועלכע פארקויפן אויך אנליין און זענען מאמענטאל נישט קלאר וויפיל די דיסעביליטי אקט איז זיי מחייב זינט די געזעץ איז געשריבן געווארן אין די צייט וואס די אינטערנעט האט עארשט אנגעהויבן ארויסצושפראצן און דעריבער איז נישט קלאר אדרעסירט אןי די געזעץ אויב זי שליסט איין אנליין פלאטפארמעס
*
אין 2008 למספרם האט די סופרים קאורט געאורטיילט 4-5 אז אינדיווידועלן פארמאגן די רעכט צו באזיצן ביקסן אין שטוב פאר זעלבסט פארטיידיגונג
כדי צו באקומען די דעצידירנדע שטימע פוטן ריכטער קענעדי האט ריכטער סקאליא געמוזט אריינלייגן א פאראגראף אין זיין געשריבענעם אורטייל וועלכע באגרעניצט שטארק די אפטייטש פון יענעם פסק
ריכטער סקאליא שרייבט אז גארנישט אין די אורטייל זאל שטעלן אונטער פראגע צייכן אויף לאנגיעריגע פארבאטן אויף קרימינאלן אדער מענטאל אומסטאבילע אדער געזעצן וועלכע פארבאטן צו טראגן געווער אין געוויסע סענסיטיווע זאנעס א שטייגער ווי ארום שולעס אדער רעגירונג געביידעס אדער געזעצן וועלכע רעגולירן די פראצעדור פון פארקויפן ביקסן
זינט יענע אורטייל האבן נידריגע געריכטן איבערן לאנד באשטעטיגט אומצאליגע סטעיט און לאקאלע גאן קאנטראל געזעצן וועלכע זענען עווענטועל געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט צו הערן אויב יענע ספעציפישע געזעץ איז קאנסטיטוציאל אבער אנשטאט אקצעפטירן די קעיסעס וועלכע וואלט בלויז געברענגט אן ענדלאזע שטראם פון פרישע ענליכע קעיסעס און ריכטער קענעדי וואלט געמוזט שוקל זיין יעדע פון זיי באזונדער האט די געריכט איינפאך צוריקגעוויזן די אלע קעיסעס און זינט דאן האט מען נישט געהערט פונעם געריכט איבער די צווייטע אמענדמענט
נאך אזוי שפעט ווי לעצטע יאר האט די געריכט אפגעזאגט אזא קעיס אבער ריכטער טאמאס האט געשריבן א מעמא זיך אפצורעדן דערויף שרייבנדיג אז די געריכט פארנאכלעסיגט אירע פליכטן צו באשוצן די צווייטע אמענדמענט וועלכע איז געווארן די אומבאליבטע טייל פון די קאנסטיטוציע צו די געריכט און אז די רעכט איז געווארן די יתום פון די געריכט און די נידריגע געריכטן האבן פארשטאנען דעם מעסעדזש און זיי נוצן עס גוט אויס
אלעס האט זיך אבער איצט געטוישט מיט ריכטער קעווענאו וועלכע איז א שטארקע פארטיידיגער פון די צווייטע אמענדמענט און די קאנסערוואטיווע פליגל האט איצט א מער קלארע פאראייניגטע פראנט אויף די אישו
צום אלעם ערשט האט די געריכט אקצעפטירט אין יונואר למספרם א קעיס איבער ניו יארק סיטי גאן קאנטראל געזעצן אבער לויט עקספערטן איז עס בלויז די ערשטע טראפ פון א קראן וועלכע וועט פארזעצן צו שטראמען און די קומענדיגע יארן צו באפעסטיגן און מעגליך גאר אויסברייטערן די רעכטן אונטער די צוויייטע אמענדמענט
ניו יארק סיטי ערלויבט פאר איינוואוינער מיט ספעציעלע פערמיטן צו האלטן ביקסן אין שטוב און עס נעמען צו 7 ספעציעל דעזיגנירטע שיסן זאנעס אבער פארבאט ארויסצונענען די ביקסן צו סיי וועלכע אנדערע לאקאציע אריינגערעכנט אויב מען האט א צווייטע הויז אדער צו שיסן זאנעס אינדרויסן פון די סיטי אפילו אויב די ביקסן זענען לער און פארשפארט אין א ספעציעלע שיידל אפגעזונדערט פון די אמוניציע זאפאס
דריי ניו יארק סיטי רעזידענטן אינאיינעם מיט די ניו יארק סיטי רייפל אסאסיאציע האבן געקלאגט די סיטי און פארלוירן אין פעדעראלן געריכט אין מאנהעטען
שפעטער האבן זיי אויך פארלוירן די אפעלאט אינעם צווייטן סירקוט ווי אלע דריי ריכטער האבן עס ארויסגעווארפן
די קלעגער טענה'ן אז אויב זיי ווערן ערלויבט צו באזיצן די ביקסן פאר זעלבסט שוץ דאן פארוואס זענען זיי נישט ערלויבט זיך צו באשוצן ווען זיי גייען צו זייערע צווייטע היימען אדער ספעציעל דעזיגנירטע שיסן ערטער אינדרויסן פון די סיטי?!
די פארטיידיגער זאגן אבער אז ווען די פאליציי געפונט געווער ביי אפגעשטעלטע וועלן זיי ווערן אפגע'פטר'ט מיט אן אויסרייד אז מען איז אונטערוועגנס צו א שיסן זאנע אינדרויסן פון די סיטי און מען קען עס נישט באשטעטיגן ווייל בלויז די ספעציעלע זאנעס אין די סיטי האלטן קלארע רעקארדס פון ווער עס קומט און ווען מען קומט
די ארגומענטן אין סופרים קאורט זענען געווען געסקעדזשועלט אויפן בעפארשטייעדנן טערמין און קומענדיג נענטער דערצו האט די סיטי אנגעהויבן אנערקענען אז נישט בלויז טוען זיי אויסשטיין א מעגליכע נידערלאגע אין געריכט נאר זיי טוען ריזיקירן אז די געלעגנהייט פאר א פינף קאנסערוואטיווע מאיאריטעט מיט קעווענאו אנשטאט קענעדי וועט ווערן אויסגענוצט ביזן מאקסימום און אויסברייטערן די ביז איצטיגע אפטייטש פון די צווייטכע אמענדמענט אויף ווייטער ווי קענעדי איז געווען גרייט צו גיין און ניו יארק סיטי טוט דערמיט אריינלייגן אין ריזיקע מער מעסיגע פארבאטן אין פארשידענע שטעט איבערן לאנד
די סיטי האט דעריבער אונטערגענומען א רייע שריט אראפצוקריכן פונעם לייטער און צו ערשט פארלאנגט פונעם סופרי קאורט אז צוליב טעכנישע לעגאלע אנטוויקלונגען אינעם קעיס זאל די קעיס ווערן אפגעלייגט אויף ביז מערערע קעיסעס איבער גאן קאנטראל וועלכע אנטוויקלען זיך נאך אין די נידריגע געריכטן ווערן אנטשידן און ערשט דאן זאל די העכסטע געריכט אויסהער די עטליכע קעיסעס אויפאמאל דערווייל קוקט נישט אויס ווי די ביטע גייט ערגעץ
גאנץ לעצטנס האט די סיטי באשלאסן צו ווייזן אז זיי זענען גרייט צו פארוואסערן די געזעץ מיטן מעלדן א רייע טוישונגען אריינגערעכנט אז זיי וועלן זיך ווענדן צו די איינוואוינער און צו ערשט הערן זייער מיינונג איבער די געזעץ און עס נעמען אין באטראכט
צום לעצט האבן זיי געבעטן פון די געריכט אז זיי דארפן מער צייט צו שרייבן זייער ארגומענט אבער פארלאפענע פרייטאג האט אן אנטשלאסענע געריכט געמאלדן אז זיי ווארפן אפ די פארלאנג און אז די סיטי זאל זיין גרייט צו די באשטימטע צייט מיט זייער פארטיידיגונג
*
אין יולי 13 2014 למספרם האבן אויטאריטעטן אפגעפונען די געביין פון אן אכצן יעריגער אין זיין פיקאפ טרעקל פארקירט אינדרויסן פון א קעימארט געשעפט אין פעירהעיווען מאסאטשוסעטס
יענער האט זיך געמוטשעט מיט סאציאלע ענקזייעטי און דעפרעסיע און האט געמאכט אן ענדע צו זיין לעבן דורך צוטשעפען א שלויך געצויגן פון א פארטעבל דזשענערעיטאר וועלכע האט דערנאך אנגעפולט זיין אויטא מיט קארבאן מאנאקסייד און אים געליגט שלאפן אויף אייביג
אן אויספארשונג האט אנדעקט אז ער האט געהאט א פריינט וועלכע האט זיך זעלבסט געליטן פון דעפרעסיע און יענע האט אים אלץ געמוטיגט אונטערצונעמען די שריט פון וועלכע ער רעגט אזויפיל
מעסעדזשעס פונעם פריינט צימבלען אים אז אויב ער וועט ווייטער אנגיין בלויז צו רעדן פון דעם לעזונג וועט ער פארזצען צו ליידן פאר לאנגע יארן און גארנישט וועט זיך נישט טוישן
זי האט אים באגלייט מיט ראט אויף טריט און שריט און געגעבן גענויע אינסטרוקציעס ווי אזוי אויסצופרין זיין פלאן און געווען אין קאנטאקט אין די צייט וואס ער האט עס אויסגעפירט
אין 2017 למספרם האט א ריכטער איר פאראורטיילט פאר איר ראלע אויף 15 מאנאטן אין טורמע טראץ ארגומענטן ון אירע אדוואקאטן אז זי האט אים אויך געמטוטיגט צו גיין פאר הילף און האט אים בלויז געשטופט צו זעלבסטמארד ווען ער איז שוין געווען אין א צושטאנד ווען ער גארנישט אנדערש וואלט שוין נישט געארבעט און ער וואלט עס סייווי אויסגעפירט
די קעיס איז איצט געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג יולי 29, 2019 11:03 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

יישר כח די אייבערשטער זאל העלפן וואטער
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

WOW WOW WOW הבל שטארק אזווי אייביג.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שכוח הכל!!!
היינט האסטו צוגעשטעלט א הערליכע שיעור עיון שיעור אין די געריכט קעיסעס!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פאראינטערסירט האט געשריבן:שכוח הכל!!!
היינט האסטו צוגעשטעלט א הערליכע שיעור עיון שיעור אין די געריכט קעיסעס!!

מען האט דאס געבעטן האב איך געמוזט
YYTG
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 13, 2019 11:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך YYTG »

הכל הבל האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:שכוח הכל!!!
היינט האסטו צוגעשטעלט א הערליכע שיעור עיון שיעור אין די געריכט קעיסעס!!

מען האט דאס געבעטן האב איך געמוזט

הרב הבל מיר ליינען מיט אינטערעסע אייערע באריכטן א גרויסן דאנק דעי לשון וואס איר האט איז א ברכה צו מאכן
שכח
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר יישר!
די גוטע רייד גייט מוט אנצוגיין!
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

א גרויסע ישר כח הבל פאר דייינע הערליכע באריכטען
און א עקסטערע ישר כח פארן אראפ נעמען פון דיינע טייערע זימער צייט אינז צי מהנה זיין
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

הערליך! יישר כח!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג מטות מסעי






*
טשערי באסטאס וועלכע איז די פארזיצערין פון די דעמאקראטישע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע האט זיך שוין אהיימגעקערט קיין אילינאי פרייטאג ווען קאנגרעס איז געגאנגען אויף אורלויב אבער וועט היינט מאנטאג אומגעראכטן זיך צוריקקערן קיין וואשינגטאן די סי צו פרובירן אפצוקילן די היציגע שטימונג און כאאס וועלכע האט ארומגענומען איר קאמיטע ווען א רייע קאנגרעס מיטגלידער פון די לאטינא און אפריקאנע אמעריקאנע געמיינדעס בונטעווען אקעגן איר פירערשאפט אויף די קאמיטע און איבער די מאנגל אריינשטעלן מער מינאריטעטן אהין
*

א הויכראנגיקע שטאב באאמטע געפלויגן
אוועטאר
וויל נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל נישט »

ר' זעקל האט געשריבן:WOW WOW WOW הבל שטארק אזווי אייביג.
שטילער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטילער »

ישר כח הבל!!! נישטא קיין ווערטער!! האסט אונז מחיה געווען!!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ווואף! א קריספי שטיקל ראפאגאש באבקע...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

אין מילים, א דאנק!!
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

ישוב הדעת האט געשריבן:אין מילים, א דאנק!!
א פשוטע איד.
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

היינט האב איך ספעציעל הנאה געהאט פון די געריכט סעסיעס, גרינג און לייכט אראפ געשריבן.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

א ריזיגן דאנק
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווואף! א קריספי שטיקל ראפאגאש באבקע...
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

הכל הבל האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:שכוח הכל!!!
היינט האסטו צוגעשטעלט א הערליכע שיעור עיון שיעור אין די געריכט קעיסעס!!

מען האט דאס געבעטן האב איך געמוזט

יעצט געענדיגט ליינען,
א ספעציעלע ש'כח פאר'ן ברענגן געריכט נייעס,
זאפטיגע ביז גאר, אזש ס'האט זיך געפילט ווי א פיש אין וואסער.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

פאראינטערסירט האט געשריבן:שכוח הכל!!!
היינט האסטו צוגעשטעלט א הערליכע שיעור עיון שיעור אין די געריכט קעיסעס!!

יעצט געענדיגט ליינען, א מורא׳דיגע ארבייט. א ריזיגן ישר כח
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

גא"מ לכל ה'שכח'ס דלעיל
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

שפיגליצקי האט געשריבן:היינט האב איך ספעציעל הנאה געהאט פון די געריכט סעסיעס, גרינג און לייכט אראפ געשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”