טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג יולי 28, 2019 2:11 pm

יא, שוין א וויילע צוריק געזען ערגעץ באריכטעט אז קארפול קומט צו אן ענדע.

למעשה אבער האט מען עס דאך איינגעפירט כדי צו מינימיזירן די טרעפיק אין שטאט, נישט ווייל זיי האבן בלויז פיינט געהאט געלט, אלזא וואס וועט יעצט זיין דער מהלך?

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » זונטאג יולי 28, 2019 2:16 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:יא, שוין א וויילע צוריק געזען ערגעץ באריכטעט אז קארפול קומט צו אן ענדע.

למעשה אבער האט מען עס דאך איינגעפירט כדי צו מינימיזירן די טרעפיק אין שטאט, נישט ווייל זיי האבן בלויז פיינט געהאט געלט, אלזא וואס וועט יעצט זיין דער מהלך?

זעהט אויס אז וויבאלד עס וועט נישט זיין קיין טראפיק פון די טאל בוטס דארף מען שוין נישט די טראפיק געשפאראכטס פון די קארפול (און איינוועגס מאכט מען מער געלט)

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג יולי 28, 2019 2:27 pm

HelpMe האט געשריבן:
splinter האט געשריבן:
eller האט געשריבן:פון דער איד דעלי.
ניו יארק – מאטאריסטן וועלן נישט דארפן ארויסשלעפן קעש פון טאש ביים אריבערפארן דעם האדסאן ריווער פון ניו דזשערסי קיין ניו יארק סיטי. די פארט אויטאריטי האט באשטעטיגט צו אינסטאלירן קעשלאזע טאל מאשינען ביים דזשארדזש וואשינגטאן בריק, און ביי די לינקאלן און האלאנד טונעלן, און די אגענטור וועט אויסגעבן 240 מיליאן דאלער פאר'ן פראיעקט פון ערזעצן די יעצטיגע טאל בודקעס מיט די קעשלאזע סיסטעמען. באאמטע זאגן אז דאס וועט פיל פארשנעלערן און פארגרינגערן טראפיק, בעיקר ביים אנגעלייגטן אריינגאנג צום לינקאלן טונעל.
צו ווייסט למעשה איינער, וויאזוי מ'גייט קענען מאכן קארפול ? ס'ווערט נישט אין ערגעטץ דערמאנט..


קוקט אויס אז עס וועט ווערן א פארגאנגענהייט

א גרינגע און פראקטישע וועג עס צו מבטל זיין (אנשטאט העכערן די טאל)

ס'איז אמאל געווען אין די נייעס אז ס'גייט זיין א באטען אויף די איזי פעס אויב מען האט 3 מענטשן.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » זונטאג יולי 28, 2019 2:31 pm

eller האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:
splinter האט געשריבן:
eller האט געשריבן:פון דער איד דעלי.
ניו יארק – מאטאריסטן וועלן נישט דארפן ארויסשלעפן קעש פון טאש ביים אריבערפארן דעם האדסאן ריווער פון ניו דזשערסי קיין ניו יארק סיטי. די פארט אויטאריטי האט באשטעטיגט צו אינסטאלירן קעשלאזע טאל מאשינען ביים דזשארדזש וואשינגטאן בריק, און ביי די לינקאלן און האלאנד טונעלן, און די אגענטור וועט אויסגעבן 240 מיליאן דאלער פאר'ן פראיעקט פון ערזעצן די יעצטיגע טאל בודקעס מיט די קעשלאזע סיסטעמען. באאמטע זאגן אז דאס וועט פיל פארשנעלערן און פארגרינגערן טראפיק, בעיקר ביים אנגעלייגטן אריינגאנג צום לינקאלן טונעל.
צו ווייסט למעשה איינער, וויאזוי מ'גייט קענען מאכן קארפול ? ס'ווערט נישט אין ערגעטץ דערמאנט..


קוקט אויס אז עס וועט ווערן א פארגאנגענהייט

א גרינגע און פראקטישע וועג עס צו מבטל זיין (אנשטאט העכערן די טאל)

ס'איז אמאל געווען אין די נייעס אז ס'גייט זיין א באטען אויף די איזי פעס אויב מען האט 3 מענטשן.

קוים וואס זיי קענען איצט פארזיכערן אז עס איז דא 3+ מענטשן, איז וויאזוי וועלן זיי מיט א באטן זיכער מאכן אז קיינער נער'ט נישט אויס די סיסטעם?

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » זונטאג יולי 28, 2019 2:34 pm

פון די פארט אוטאריטי וועבסייט לגבי די אנדערע קעש-לעס טאלל דורכגענג.

With the start of all cashless tolling, the E-ZPass Carpool Plan will be discontinued at the Goethals Bridge.*

*As of April 2019 the carpool plan was discontinued at the Outerbridge Crossing. And as of February 2017 the carpool plan was discontinued at the Bayonne Bridge.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג יולי 28, 2019 7:56 pm

splinter האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:
splinter האט געשריבן:
eller האט געשריבן:פון דער איד דעלי.
ניו יארק – מאטאריסטן וועלן נישט דארפן ארויסשלעפן קעש פון טאש ביים אריבערפארן דעם האדסאן ריווער פון ניו דזשערסי קיין ניו יארק סיטי. די פארט אויטאריטי האט באשטעטיגט צו אינסטאלירן קעשלאזע טאל מאשינען ביים דזשארדזש וואשינגטאן בריק, און ביי די לינקאלן און האלאנד טונעלן, און די אגענטור וועט אויסגעבן 240 מיליאן דאלער פאר'ן פראיעקט פון ערזעצן די יעצטיגע טאל בודקעס מיט די קעשלאזע סיסטעמען. באאמטע זאגן אז דאס וועט פיל פארשנעלערן און פארגרינגערן טראפיק, בעיקר ביים אנגעלייגטן אריינגאנג צום לינקאלן טונעל.
צו ווייסט למעשה איינער, וויאזוי מ'גייט קענען מאכן קארפול ? ס'ווערט נישט אין ערגעטץ דערמאנט..


קוקט אויס אז עס וועט ווערן א פארגאנגענהייט

א גרינגע און פראקטישע וועג עס צו מבטל זיין (אנשטאט העכערן די טאל)

ס'איז אמאל געווען אין די נייעס אז ס'גייט זיין א באטען אויף די איזי פעס אויב מען האט 3 מענטשן.

קוים וואס זיי קענען איצט פארזיכערן אז עס איז דא 3+ מענטשן, איז וויאזוי וועלן זיי מיט א באטן זיכער מאכן אז קיינער נער'ט נישט אויס די סיסטעם?

ביים ווערעזאנא איז שוין דא אזא סיסטעם, דאס איז אונטער די MTA, און זיי קענען וויסן ווען מ'פעלטשעוועט.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » זונטאג יולי 28, 2019 8:01 pm

מ'וועט נאר קענען באצאלן מיט איזי פעסס? אדער קרעדיט קארד?
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » זונטאג יולי 28, 2019 8:38 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:מ'וועט נאר קענען באצאלן מיט איזי פעסס? אדער קרעדיט קארד?

איזי פעס אדער א ביל און די מעיל
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » זונטאג יולי 28, 2019 9:59 pm

פליגל האט געשריבן:
splinter האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:
splinter האט געשריבן:
קוקט אויס אז עס וועט ווערן א פארגאנגענהייט

א גרינגע און פראקטישע וועג עס צו מבטל זיין (אנשטאט העכערן די טאל)

ס'איז אמאל געווען אין די נייעס אז ס'גייט זיין א באטען אויף די איזי פעס אויב מען האט 3 מענטשן.

קוים וואס זיי קענען איצט פארזיכערן אז עס איז דא 3+ מענטשן, איז וויאזוי וועלן זיי מיט א באטן זיכער מאכן אז קיינער נער'ט נישט אויס די סיסטעם?

ביים ווערעזאנא איז שוין דא אזא סיסטעם, דאס איז אונטער די MTA, און זיי קענען וויסן ווען מ'פעלטשעוועט.


וויאזוי ווייסן זיי?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג יולי 28, 2019 10:08 pm

וכן ביים טאפן זי ברידזש.

דארט האט עס א אנדערע נאמען.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » זונטאג יולי 28, 2019 10:26 pm

ווי אזוי ווייסן זיי אבער אויב עס איז אמת אדער נישט?

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » מאנטאג יולי 29, 2019 1:19 am

איך בין נישט זיכער. אבער כ׳האב געהערט אז זיי ניצן קעמארעס וואס קען אויפכאפן די היץ פון א מענטש (שוין א אלטע טעקנאלידשי) אזוי קענען זיי זעהן וויפיל מענטשן עס זענען דא אין די קאר.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יולי 29, 2019 8:52 am

א צעפלאטשקעטע צוזאמשטויס אינמיטן נאכט אויפן GWB האט פארשלאסן דעם טרעפיק פאר עטליכע שעה, פילע מענטשן, אריינגערעכנט אידן האבן געפראוועט אויפן פארשלאסענעם ברידזש און פראבירט זיך צו האלטן אקיופייד דורך שפילן באלי, אדער סתם שפאצירן.

די עקסידענט האט אריינגענומען עטליכע טרעילער׳ס מיט קארס, ס׳האט צוגעברענגט א אויל אויסגיס וואס האט נאך מער פארשווערט דעם אויפרייניגוג פראצעדור.

צוביסלעכווייז האבן קארס באוויזן זיך ארויסצוזעהן פונעם זאווארוכע דורכן מאכן א יו טורן און ארויספארן פארקערט, מיט די הילף פון די פארט אוטארעטי פאליס.

אזוי האט עס אויסגעקוקט פון אינטן:
צוגעלייגטע
ADE9814A-A1C1-465C-A4EF-D96F716F15C0.jpeg
ADE9814A-A1C1-465C-A4EF-D96F716F15C0.jpeg (44.96 KiB) געזעהן 2006 מאל
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יולי 29, 2019 8:57 am

און אזוי פון פארענט:

מערק וויזוי פייערלעשער העלפן א מענטש ארויסקריכן פון זיין געוועזענעם טרעילאר.
צוגעלייגטע
B55B23A6-6A87-4D25-BF68-C666C4A16AF1.jpeg
B55B23A6-6A87-4D25-BF68-C666C4A16AF1.jpeg (39.66 KiB) געזעהן 1998 מאל
0F1F8EDD-C270-477C-A2ED-6F4662F7B2F6.jpeg
0F1F8EDD-C270-477C-A2ED-6F4662F7B2F6.jpeg (51.13 KiB) געזעהן 1998 מאל
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 29, 2019 9:04 am

אויפן בריק אליין?

וויפיל אזייגער איז דאס געווען?

זעמיר דארט דורכגעפארן דארט ערגעץ נאך 12'ע, ס'איז געפארן א מחי'.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 29, 2019 9:12 am

ניתי ספר ונחזי:
12:54am
PAalerts האט געשריבן:The GWB Upper to NJ is all lanes closed due to an accident, cars should use the lower level.

4:58am
PAalerts האט געשריבן:The GWB Upper to NJ remains closed due to early accident investigation. Car use the Lower to NJ.

6:03am
PAalerts האט געשריבן:The GWB Upper to NJ remains closed due to early accident investigation. Car use the Lower to NJ.

6:09am
PAalerts האט געשריבן:The GWB Upper to NJ left lane is now open. Three right lanes remain closed due to earlier accident investigation.

6:22am
PAalerts האט געשריבן:The GWB Upper to NY is experiencing a delay of 2 hours due to earlier incident.

6:50
PAalerts האט געשריבן:The GWB Upper to NJ two left lanes are now open. Two right lanes remain closed due to earlier accident investigation.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג יולי 29, 2019 9:18 am

צו אלע צרות איז די לאוער לעוול פארשלאסו יעצט ביינאכט
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 29, 2019 9:20 am

ס'איז אפן געווען נעכטן, נאר געשטאנען ביים קראסס בראנקס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יולי 29, 2019 10:15 am

כ׳האב ניטאמאל געוויסט אז ס׳איז געווען פארשלאסן אזוי לאנג. איך בין אדורכגעפארן דעם ברידזש עטליכע מינוט ביפאר 6׳ע אינדערפרי.

געקומען בינעך פונעם 4, מ׳האט גראדע יא געזעהן דעם אנזעצעניש אינטן וואס פירט צום אפפער לעוול, כ׳האב אבער נישט געחלומט אז דער בריק איז נאך אפגעשפארט. די לויער לעוועל איז אבער פיין געפארן, מיט א קליינע דילעי וואס כ׳האב אויך אויסגעמיטן דורך ארויספארן לאקאל די איינס צוויי גאסן.

ותצילנו וכו׳ ומכל מני פרעניות. אנגעשטויסענע טרעפיק איז אויך נכלל אין דעם.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג יולי 29, 2019 11:42 am

מען ארבעט יעצט אין די נאכט שטונדען באפארען ברידש עס אפעקטירט ביידע ריכטונגען אבער אויפן ברידש אליין איז פיין
ווי אויך אויב קומט מען פונעם וועסט סייט קען מען אויסמיידען די טרעפיק
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:54 pm

א פאניק איז יעצט פארנאכטס אנשטאנען אין די מאסן אנגעשטאפטע טיימס סקווער מאנהעטן ווען ס׳האט זיך פלוצים געהערט ווילדע שיסערייען וואס האט געדינערט ווי א מאשין ביקס.

קיינער האט נישט געזיכט צו נעמען שאנסן, שטייענדיג נאך א בלוטיגע ענדע-וואך מיט 2 באזונדערע מאסן שיסערייען האט יעדער האט געכאפט די פיס אויפן פלייצע און זיך צולאפן אויף אלע זייטן ארום. שווערע מחנות פאליציי אפעצירן האבן ביז געציילטע רגעים פארפלייצט די געגענט און פארשפארט אלע גאסן. אין יוצא ואין בא.

ביז א קורצע צייט האט זיך אבער ארויסגעשעלט אז די הויעכע גערויש איז ניט געווען קיין ביקס, נאר א פשוטע מאטאר-סייקל וואס האט געגעינעצט זיצענדיג ביי א רויטע לייט. די פאליציי האבן אין א קורצע סטעיטמענט קלארגעשטעלט אז די געפאר איז פאריבער [נישט אפירגעקומען].

מ׳האט אבער יא אראפגעהאלטן דעם מאטאר-ביציקיליסט און אים אויסגעפרעגט זיינע מאטיוון, און אויב ער איז א רעכטער אדער א לינקער. און נאכן קלארשטעלן אז ער איז גראד, מילא האט ער סייווי נישט געברויך מאכן די בלינקער׳ס, האט מען אים פריי פרייגעלאזט.

פונעם מעיארס אפיס ווערט איבערגעגעבן אז זיי פירן שוין אדורך געשפרעכן אויפצוברעגנען א געזעץ וואס וועט פארבאטן מאטאר-סייקל׳ס צו געינעצן אין פובליק ערטער.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1881
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:10 pm

103d20480c084cfd95aa4aa34f8d1d92.jpg
103d20480c084cfd95aa4aa34f8d1d92.jpg (71.66 KiB) געזעהן 1434 מאל


האבעך געטראכט פון ארויפלייגן דאס אויפן וועלטל, נאכאמזל איך האב עס נאכנישט געטאהן. דער פיס אויפן פלייצע קען איך נישט באווייזן.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 7:32 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:אין א גאר זעלטענע געשעעניש האט די פארלירער אין די קווינס דיסטריקט אטוירני וואלן באקומען א אויבערהאנט נאכן אפציילן אלע עבסענטי שטימען.

אין די פריימערי וואלן וועלכע האבן געצויגן נאציאנאלע אינטערעסע, האט מעלינדא קאטץ, די קווינס בארא פרעזידענט וועלכע איז געלאפן אלס די אפיציעלע פארטיי געשטיצטע קאנדידאט אין די נאכט פון די וואלן געהאלטן מיט 1100 שטימען אדער 1.3 פראצענט הונטערשטעליג פון די 31 יעריגע גראדואירטע פאבליק-פארטיידיגער טיפעני קאבאן, גענוג באקוועם פאר די ליבעראלע נאציאנאלע קארטעז מאוומענט צו פייערן פריצייטיג זיג.

אבער אצינד שטעלט זיך ארויס נאכן אפציילן די אריבער 6000 עבסענטי אז מען וועט פילייכט גיין צו א ריקאנט אויף די ארום 78,000 אפגעגעבענע שטימען, און אויפן מאמענט איז קאטץ פאראויס מיט 20 שטימען.

וואוו!

ס'איז דא ארום 2 אהאלב טויזנט געפסל'טע שטימען, ד.מ. מ'גייט טשעלענדזשן כמעט יעדע פון יענע וואוטס.


קווינס – א לאקאלע דעמאקראטישע פריימערי פאר'ן אמט פון קווינס דיסטריקט אטוירני איז ענדליך געקומען צו אן ענדע, מיט זעקס וואכן שפעט, ווען די ליבעראלע קאנדידאטקע טיפעני קאבאן האט אפיציעל אנערקענט איר פארלוסט צו די מער מעסיגע מעלינדע קאטז, וועלכע דינט יעצט אלס קווינס בארא פרעזידענט. עס איז געווען אן איבערציילונג אינעם פארמעסט, וואס ביי איין פונקט האט געהאט אויסגעזען אז קאבאן גייט געווינען, אבער למעשה האט זי דינסטאג ביינאכט אויפגעגעבן דעם פארמעסט.

פין ד.ד.א

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 4:45 pm

נוי יארק סטעיט גאווערנער ירום הודו האט ארויסגעלייגט 5 לייסענס פלעיט גרעפיק,
יעדע נוי יארק ר קען שטימען אויפן גאווערנערס וועבזייט https://now.ny.gov/page/s/vote-for-the- ... ate-design

צוגעלייגטע
Design 1.png
Design 1.png (695.83 KiB) געזעהן 811 מאל
NYSDMVFinalLicensePlate02.jpg
NYSDMVFinalLicensePlate02.jpg (642.35 KiB) געזעהן 811 מאל
Design 5.png
Design 5.png (633.96 KiB) געזעהן 811 מאל

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 4:46 pm

.
צוגעלייגטע
Screenshot_20190819-164356_Gallery.jpg
Screenshot_20190819-164356_Gallery.jpg (246.05 KiB) געזעהן 837 מאל
Screenshot_20190819-164403_Gallery.jpg
Screenshot_20190819-164403_Gallery.jpg (368.7 KiB) געזעהן 837 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: כאפצעם, קאפ און אקסל און 43 געסט