רירענדע אינטערוויו: דער פויגל וואס האט געווארט צו הערן "איך בין דיר מוחל"

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1096
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » זונטאג יולי 28, 2019 9:43 am

מוריי וראבוסיי:

איך גלייב באמונה שלימה אין די 13 עיקרים. אן קיין שום קשיות.
כנתינתן מסיני.

אבער:
ווען עס קומט צו קול מבשר אינטערוויוס - לייג איך זיי אינעם קאלום פון בחזקת געבעקסן/ מעיבי / אדער יא / אדער נישט.

פ א ר ו ו א ס?

וועט איר גלייבן די שרעקליכע מוראדיגע דיבוק מעשיות פון הרב באצרי?

פארוואס נישט?
די דיבוק האט זאך געוויינט, געשריגן, פארציילט געפערליכע עבירות און חטאים וואס זי האט ליידער חוטא געווען קעגן זכריה הנביא ועוד?

איר גלייבט נישט אין דיבוקים?
איר ווייסט נישט אז דער הייליגער חוזה מלובלין זי״ע האט פארטריבן דיבוקים?

האלאו, פארוואס גלייבט איר נישט הרב בצרי?
איר ווילט נישט ווערן נתעורר אז אית דין ואית דיין?
איר גלייבט נישט אז אין תש16 איז געווען דיבוקים?
האבן דיבוקים עקספייערט?

דער תירוץ איז מ׳דארף וויסן אז ס׳קען זיין, אבער מ׳מוז נישט גלייבן אז די דאזיגע חלום / דיבוק / מראה / חזיון איז נישט מער פון א איינרעדעניש.

איז עס עפעס א פעלער צו גלייבן אין איינרעדענישן?
ניין.

צו די 13 עיקרים שטעל איך זיי נישט צו.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » זונטאג יולי 28, 2019 1:39 pm

אלני ממרא האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:פאר מען שרייבט עפעס, לאמיר זיך מתבונן זיין א מינוט, און זעהן די מציאות פון 'ארום און ארום'.
לויט ווי דער מספר פארציילט, האט ער געהאט שווערע יארן, און ווי מען זעהט פון די מעשה, האט איהם איינער שטארק וויי געטוהן

קענעדיג דעם אינגערמאן פון די נאנט, קען איך דיר זאגן אז טאקע דאס איז די פרשה מיט עם.

נכון
פ' לך לך האט געשריבן: פאר גארנישט און פאר נישט.

לאו דוקא
פ' לך לך האט געשריבן:ס'איז גאנץ מסתבר אז דאס איז נישט געווען קיין קליינע טשעפע, נאר עפעס וואס האט איהם אפעקטירט זיין גאנצע יוגנט יארן. עכ"פ, ווי ס'איז שטארק משמע פון זיינע ווערטער, האט דאס אלעס האט גורם געווען אז ער איז לכאורה אויפגעוואקסן 'אביסל אנדערש' ווי א נארמאלע בחור, מיט אנדערע השגות, און אין אן אנדערע ענווייראמענט.

נכון
פ' לך לך האט געשריבן:אצינד האט ער זוכה געווען צו א שטיקל התגלות, א שטיקל נחמה צו זיינע פארגאנגענע יארן, פארשטייט זיך אז ער איז שטארק עקסיידעט דערמיט, האט ער דאס ארויסגעברענגט אויף אזא אופן. לאז איהם זיך אויסגעבן, דו ווייסט דען וואס ער האט אלס מיטגעמאכט?! לאז איהם ארויסנעמען דאס מאקסימום חיות פון דעם געשיכטע וואס קומט נאך אזויפיל ווייטאגליכע יארן.

נכון
פ' לך לך האט געשריבן:ער הייבט אהן צו קומען צו זיך, לאז איהם צוריק קומען.

האמנם? הלואי!
(זעהט נישט אויס אז ער האט גענומען דערפון א מעסעדזש 'צו זיך')
פ' לך לך האט געשריבן:דו גלייכסט נישט וויאזוי ער רעדט? נו, ער רעדט נאר צו זיינס גלייכן.

לא נכון.
ער רעדט דאך צו גאנץ כלל ישראל, ראשיכם שבטיכם זקניכם ושוטריכם

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » זונטאג יולי 28, 2019 1:55 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:דו גלייכסט נישט וויאזוי ער רעדט? נו, ער רעדט נאר צו זיינס גלייכן.

לא נכון.
ער רעדט דאך צו גאנץ כלל ישראל, ראשיכם שבטיכם זקניכם ושוטריכם[/quote]

ער זאגט זיינע דמיונות פאר ווער עס ווילן עס נאר הערן

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » זונטאג יולי 28, 2019 1:56 pm

איך געדענק נאך עטליכע יאר צוריק איז געווען כעין אזא מעשה מיט א קאץ פארנט פון ביהמ"ד.........

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג יולי 29, 2019 12:25 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:אבער אגב, קען מען אויך ארויסלערנען פון די מעשה
קיינמאל נישט צו בלייבן אנגעווייטאגט אויף א צווייטן מענטש...

:roll:

אחרי שובי נחמתי!
נאכן הערן פון וועם מ'רעדט איז מיר פארענפערט געווארן רוב פון די פראגן וואס דער עולם האט דא!
כ'גיי נישט אריין אין די פרטים צו ס'איז יא אמת אדער נישט, אבער ס'איז זיכער אז ס'קען זיין יש דברים בגו, ס'רעדט זיך דא פון גאר א אנגעווייטאגטע מעשה

האב איך מיר (האפנטליך) דערלערנט א לעקציע אויף להבא!
איי איי,-וועלט

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:03 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:נעבעך, עס איז דא מענטשן פלאגן זיך צי אוועק שטיפן מיט אלע כוחות אביסל התעוררות נישט צי וויי טהון א צווייטן איד.

אגב אין די ענינים האלט און איין געשען אפענע זאכן ווי לעבעדיגע מענטשן בעטן זיך איבער נאך יארן, און ווערן געהאלפן.

אין ריעל לייף בין איך זייער שטארק מקפיד קיינעם נישט וויי צו טון, (הגם דא אויף אייוועלט בין איך צומאל ווייניגער מקפיד ווי אין ריעל לייף), און איך האב נישט קיין שווער הארץ אויף קיינעם, אבער דאך איז מיר זייער שווער צו גלייבן די מעשה. טו מיר עפעס.

איך טוה דיר גארנישט, ביסט נישט מחיוב צי גלייבן. ליין נאר איבער זאלצוואסער'ס תגובה ווי ער מיטשעט זיך צי לייקענען די מעשה וועסטו פארשטיין וואס איך האב געוואלט.


אנטשולדיג מיר זייער שטארק, אבער איך פלאג מיך נישט צו לייקענען גארנישט.

לאמיך אביסל מרחיב בדיבור זיין אין דעם ענין אז דו זאלסט פארשטיין וואס מיך דרוקט:

ווען איינער קומט און פארציילט מיר אזא מעשה, נישט קיין חילוק צו מ'קען עס אריינלייגן אין די טבע אדער נישט, איז עס א גאר גוטע מעשה, און עס וועקט אויף די פארשלאפענע, און האלט וואך די וואכעדיגע, און שיין צום פארציילן.

ווען אזא מעשה ווערט געדעקט מיט א ווידיאו קליפ, איז די עקספעקטעישאן אז די קליפ זאל עס מאכן מער אומאפפרעגבאר, און גאר שטארק מאכן דעם פוינט אלס עפעס וואס מ'קען נישט אנדערש טראכטן.

ווען מ'זעהט דעם קליפ און ס'פאלט נידריגער פון די ערווארטונג פון אומפארלייקנבארע מציאות, צי ווייל ס'פעלט חלקים פונעם קליפ, אדער ווייל אויפן קליפ איז נישט קלאר דער פונקטליכער מציאות ווייל ס'איז נישט גוט געכאפט, איז אבער דער מציאות אז ס'ברענגט אראפ די אמונה אין די מעשה.

מיין נקודה אין די מעשה איז אז פון דעם קליפ ווערט נישט די מעשה שטערקער, נאר אפשר שוואכער. עכ"פ אין מיינע אויגן.

איך מיין נישט קיינעם אפצופרעגן, אדער צו זאגן אז ס'איז נישט אמת.

דער מציאות אז דער איד איז אריבער שוועריגקייטן, און אז ער רעדט צו א געוויסע סארט מענטשן, איז בכלל נישט רעלעווענט צו וואס איך שרייב.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בר דעת, היימישער הייקער, סיפורי צדיקים, שטיגליץ און 19 געסט