עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג יולי 26, 2019 8:32 am

די אמעריקאנע עקאנאמיע איז געשטיגן אינעם צווייטן למספרם קווארטאל מיט 2.1ֵֵ%

די ציפערן פארן ערשטן למספרם קווארטאל איז 3.1 % און אומגעטוישט פון פריער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג יולי 26, 2019 10:05 am

איך האב געשריבן אין די 2020 אשכול איבער די צייטווייליגע האלבע פראצענט פארשטערקערונג אין דזשי.די.פי. נאך טראמפ'ס אנדערהאלבן טריליאן דאלער טעקס קאטס און די שטארקע וואוקס אין גאווערנמענט ספענדינג (און כמעט טאפלען דעם דעפיציט פון 2016).
איך וועל מעגליך דארפן ריווייזן אויף אראפ...

צווייטן קווארטאל 2018 ריווייזד פון 4.2%+ צו 3.5%+
דריטן קווארטאל ריווייזד פון פון 3.4% צו 2.9%+
פערטן קווארטאל ריווייזד פון 2.2%+ צו 1.1%+

סך הכל פאר 2018 א זייער דורכשניטליכע 2.5%+
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום פרייטאג יולי 26, 2019 11:34 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » פרייטאג יולי 26, 2019 10:24 am

הכל הבל האט געשריבן:די אמעריקאנע עקאנאמיע איז געשטיגן אינעם צווייטן למספרם קווארטאל מיט 2.1ֵֵ%

די ציפערן פארן ערשטן למספרם קווארטאל איז 3.1 % און אומגעטוישט פון פריער

איז דאס נארמאל פאר א צווייטע קווארטאל אדער דאס איז ביטערע נייעס?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג יולי 26, 2019 10:34 am

א היבשע פארשטייטערונג פון פאריגן קווארטאל למספרם אבער עטוואס בעסער ווי עקאנאמיסטן האבן פאראויסגעזאגט

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג יולי 26, 2019 10:45 am

אגב, איך בין נייגעריג וויפיל די טראסק און וואוקס אין די פרייז פון וועסט טעקסעס אינטערמידיעט אויל (און אויל פראדוקציע, נייע קוועלער און אינדוסטרי דזשאבס) מאכט אויס אין די נאציאנאלע דזשי.די.פי. ציפערן.
אויל איז געגאנגען פון א דורכשניט $95 א פעסל אין 2011-2014 צו בערך $42-$43 א פעסל אין 2015 און 2016 ארויף צו $50 אין 2017 און $65-$70 אין 2018.
איך וואלט נישט געווען איבעראשט אויב די טראסק אין אויל פרייזן אין 2015-2016 האט געשניטן צווישן א פערטל און א האלבע פראצענט דזשי.די.פי. אין 2015-2016 און צוגעלייגט צווישן א פערטל און א האלבע פראצענט דזשי.די.פי. לעצטע יאר.
צוגעלייגטע
wti-crude-oil-prices-10-year-daily-chart-2019-07-26-macrotrends.png
wti-crude-oil-prices-10-year-daily-chart-2019-07-26-macrotrends.png (390 KiB) געזעהן 1477 מאל
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג יולי 26, 2019 10:57 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מארגן דארף ארויסקומען די ערשטע שאצונג אויף די GDP פון די צווייטע קוואטער...

עקאנאמיסטן ערווארטן אן אפשוואכונג אין עקענאמישע אקטיוויטעטן, שטייצעך אז די טרעיד וואר און די העכער אינטערעס רעיטס העלפן נישט...

די עטלענטע פעד שאצט אז ס'גייט זיין א וואוקס פון 1.3 פראצענט... די לעצטע קוואטער האבן זיי אונטערגעשאצט אבער נישט קיין סאך, און זיי זענען קיינמאל נישט צו שטארק אףף...

אינטערעסאנט איז, אז אנלעסס ס'קומט א מעגא וואוקס, וואס איז נישט ערווארטעד, וועט די מארקעט ווארשיינליך רעאגירן פאזיטיוו, ווייל אן אפגעשוואכטע עקאנעמי מיינט נידערן אינטערעס רעיטס... ווידער אויב געשעהט יא עפעס א מעידזשער וואוקס, קען די מארקעט גאר פאלן, ווייל דאס נידערט די טשאנסן פאר נידריגע אינטערעס רעיטס...

למעשה איז עס געווען מיט 0.8 מער ווי ערווארטעט!
טראץ די טרעיד וואר און די הויכע אינטערעסט ראטעס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יולי 26, 2019 11:27 am

עטלענטע פעד הייסט נישט ערווארטעד, סיז א שאצונג... די ערווארטעטע נאמבער איז געווען 2 פראצענט, סאו סיז אביסל העכער ווי ערווארטעד...

און איך עגרי אז דאס ווייזט ווי שטארק די עקאנעמי איז, ווייל דאס איז טראצדעם וואס מ'האט געהעכערט אינטערעס ראטעס און טראץ די טרעיד וואר וואס שאדט שטארק צייטווייליג...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג יולי 26, 2019 11:32 am

שוואכע מעשיות, אויב דאס האלט אן קומט אן ערענסטע שעיקאפ אינעם עקאנאמיע און דער גאנצער פאליטישער קאממען וויסדאם.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יולי 26, 2019 11:38 am

קעיר טו עקספלעין?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג יולי 26, 2019 11:59 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:עטלענטע פעד הייסט נישט ערווארטעד, סיז א שאצונג... די ערווארטעטע נאמבער איז געווען 2 פראצענט, סאו סיז אביסל העכער ווי ערווארטעד...

און איך עגרי אז דאס ווייזט ווי שטארק די עקאנעמי איז, ווייל דאס איז טראצדעם וואס מ'האט געהעכערט אינטערעס ראטעס און טראץ די טרעיד וואר וואס שאדט שטארק צייטווייליג...

ריכטיג.

און דאס איז חוץ א מעשה אז 2.1 איז בכלל נישט "אזוי" שוואך, נאר קאמפערד צו פארגאנגענעם קווארטאל איז עס מיט איין גאנצע פראצענט שוואכער.

נאך א זאך די גרויסע נומער 2.1 איז געמישט מיט גוטע און נישט גוטע ציפערן.
למשל קאנסומער ספענדינג איז געשטיגן צו %4.3 ארויף פון בלויז % 1.1 אין די ערשטע קווארטאל.
אבער ביזנעס אינוועסמענטס איז גאר געפאלן מיט %0.8.

לויט עקאנאמיסטן קען מען ערווארטן אויף כמעט זיכער אז די פעד וועט נעקסטע וואך מעלדן אז זיי גייען שניידן די ראטעס מיט כאטשיג א פערטל פראצענט.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג יולי 26, 2019 11:59 am

כאפצעם האט געשריבן:שוואכע מעשיות, אויב דאס האלט אן קומט אן ערענסטע שעיקאפ אינעם עקאנאמיע און דער גאנצער פאליטישער קאממען וויסדאם.

ווישפול טינקינג.

דער אמעריקאנער וויילער קוקט אויפן זיין דאללאר אויב ער האט א דזשאב, און פרייזן לויפן נישט ארויף.
די GDP איז גוט פאר עקאנאמיסטן נישט פארן דורכשניטליכן וויילער.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג יולי 26, 2019 12:05 pm

מען קען נישט יעצט צוריקדרייען אז 2% וואוקס איז יא שטארק נאכן אראפרייסן די פארגאנגענע ציפערן פארן נישט גרייכן 3% (אדער 4-5-6...) עקטשולי מען קען יא... אבוויעסלי.

פאר גוד מעזשער לייגט מען די שולד אויף די פעד, פאר די וואס כאפן יא..

מען קען עס לייגן אויף די ליסטע איינס נאך דזשאן מעקעין'ס שולד פארן נישט ריפיעלן אבאמאקעיר, און איינס פאר די דעמעקראטישע פארטיי פארוואס ער האט נאכנישט געבויט קיין איין פרישע מייל גרעניץ וואנט.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג יולי 26, 2019 12:10 pm

יש ברירה האט געשריבן:מען קען נישט יעצט צוריקדרייען אז 2% וואוקס איז יא שטארק נאכן אראפרייסן די פארגאנגענע ציפערן פארן נישט גרייכן 3% (אדער 4-5-6...) עקטשולי מען קען יא... אבוויעסלי.

פאר גוד מעזשער לייגט מען די שולד אויף די פעד, פאר די וואס כאפן יא..

מען קען עס לייגן אויף די ליסטע איינס נאך דזשאן מעקעין'ס שולד פארן נישט ריפיעלן אבאמאקעיר, און איינס פאר די דעמעקראטישע פארטיי פארוואס ער האט נאכנישט געבויט קיין איין פרישע מייל גרעניץ וואנט.

קיינער זאגט נישט אז 2.1 איז שטארק.

קוק נאכאמאל איבער.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג יולי 26, 2019 1:00 pm

יש ברירה האט געשריבן:מען קען נישט יעצט צוריקדרייען אז 2% וואוקס איז יא שטארק נאכן אראפרייסן די פארגאנגענע ציפערן פארן נישט גרייכן 3% (אדער 4-5-6...) עקטשולי מען קען יא... אבוויעסלי.

...

...

שכוח, דעמאלס איז די אנעמפלוימענט ראטע געשטאנען ביי 28%, 29% אפילו אזוי הויך ווי 35%, און לויט א לעצטע שמועה אפילו ביי 42%.
"Don't believe those phony numbers when you hear 4.9 and 5 percent unemployment. The number's probably 28, 29, as high as 35. In fact, I even heard recently 42 percent"


יעצט איז די אנעמפלוימענט ראטע ביי 3.7%. אדער נעמענדיג אין באטראכט אז די אנעמפלוימענט ראטע איז יעצט 1.2 פונקטן נידריגער פון פעברואר 2016, ווען טראמפ האט געמאכט דעם סטעיטמענט, איז די אנעמפלוימענט ראטע עכט ביי 41.8 פראצענט...
קענסט נישט פארגלייכן.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Here’s why the soft GDP report is a head fake and the economy actually had its best growth in a year

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג יולי 26, 2019 1:21 pm

Here’s why the soft GDP report is a head fake and the economy actually had its best growth in a year

עקאנאמיסט "רעקס נאטטינג" (איינער וואס פלעגט זיך שטארק אננעמען פאר אבאמא) טענה'ט גאר אז די GDP פון די צווייטע קווארטאל איז די בעסטע פון די לעצטע יאר צייט!

ער איז מסביר אז די סיבה פאר די העדליין נומער איז וויבאלד ביזנעסער האבן פארזיכטיג געשניטן די אינווענטארי וואס זיי האבן פּיילד אפּ אין סטאק צוליב דעם וואס זיי האבן מורא פון א שוואכערע עקאנאמיע, אבער טאקע דאס העלפט אז ס'זאל נישט זיין קיין רעסעשען ווייל אז ביזנעסער האבן ווייניגער געלט אינדערויסן גייען זיי נישט אזוי שנעל באנקראט.

פון די צווייטע זייט איז קאנסומער ספענדינג איז ווי אויבן דערמאנט געשטיגן געוואלדיג מיט %4.3 ארויף פון בלויז %1.1 אין די ערשטע קווארטאל, דאס בעסטע נומער אין לעצטע 6 קווארטאלן.
קאנסומער ספענדינג אויף דורעבל גודס איז געשטיגן צו %8.3 די שנעלסטע וואוקס זינט 2006!

ער פירט אויס אז דאס מיינט נישט אז די עקאנאמיע יעצט האט נישט איהרע פראבלעמען אבער ס'האט זיך היבש "פארבעסערט" לויט די היינטיגע GDP באריכט!

https://www.marketwatch.com/story/heres ... o_homepage
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג יולי 26, 2019 1:38 pm

יאפ, פארגעס פון די דזשי.די.פי. ציפערן. What counts nowdays איז דווקא סעילס, וואס איז שטייט ביי 3.5%+. דאס איז אנדערש פון די 2016, 2015 און 2014 ציפערן וואס זענען געוואקסן מיט ענליכע און גרעסערע נומערן, נאר דעמאלס האבן סעילס נישט אויסגעמאכט אזוי סאך.

איך קריג זיך נישט מיטן קאלומניסט איבער די וויכטיגקייט פון קאנסומער ספענדינג, אבער מען קען נישט האלטן אין איין ריקן די גאולפאוסטס יעצט ווען מען דארף פארטיידיגן די "גרעסטע עקאנאמישע אויפוואכונג אין אמעריקאנער היסטאריע."

אגב, ער זאגט אבוויעסלי נישט אז די דזשי.די.פי. נומער איז דאס בעסטע אין א יאר. ער זאגט אז די באריכט, די קאנסומער ספענדיג נומער, איז בעסערע נייעס פאר די עקאנאמיע ווי די פארגאנגענע פאר באריכטן.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » פרייטאג יולי 26, 2019 1:46 pm

בדרך כלל אבער איז קאנסומער ספענדינג דער רוקנביין פונעם אמעריקאנעם עקאנאמיע פונקט ווי עקספארט איז דער רוקנביין פון די דייטשע און כינעזע עקאנאמיעס

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יולי 26, 2019 2:00 pm

יש ברירה האט געשריבן:מען קען נישט יעצט צוריקדרייען אז 2% וואוקס איז יא שטארק נאכן אראפרייסן די פארגאנגענע ציפערן פארן נישט גרייכן 3% (אדער 4-5-6...) עקטשולי מען קען יא... אבוויעסלי.

פאר גוד מעזשער לייגט מען די שולד אויף די פעד, פאר די וואס כאפן יא..

מען קען עס לייגן אויף די ליסטע איינס נאך דזשאן מעקעין'ס שולד פארן נישט ריפיעלן אבאמאקעיר, און איינס פאר די דעמעקראטישע פארטיי פארוואס ער האט נאכנישט געבויט קיין איין פרישע מייל גרעניץ וואנט.



איך פלאן מיך נישט צו טענהן, אבער צו לייקענען אז העכערע אינטערעס רעיטס שאטן פאר וואוקס איז אדער אומוויסענד, אדער פשוט... אנטי טראמפ...

ווען די עקאנעמי גייט גוט, העכערט מען אינטערעס ראטעס ס'זאל זיך נישט איבערהיצן, און דאס האט די פעד געטוהן, טראמפ האט פארפיהרט אז מ'הייבט צו שנעל, אבער מ'האטעם אנגעפיפן... און יעצט איז די רעדע טאקע פון נידערן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יולי 26, 2019 2:08 pm

שלמה, איך בין זייער פרייליך אז דו ביסט העפי מיט די ריפארט און מיט טראמפ'ס פארגאנגענע טוויטס, אבער אפשר קענסטו אויך ברענגען די אלע פרעדיקשענס אז ווען טראמפ געווינט גייט די עקאנעמי אריין אין רעסעשן, גייט קיינמאל נישט ריקאווערן וכד'...

נישט ווייל איינער דארף א תירוץ, נאר די פוינט איז אז די וואס האבן געהאפט אז נאך 7-8 יאר ריקאווערי וועט די עקאנעמי אוטאמאטיש אנהייבן צוריקפאלן און מ'וועט קענען בלעימען טראמפ, זענען די וואס שרייען יעצט, מע, סיז נישט קיין 3 פראצענט...

אגב, פלוצלינג פארגעסט מען פון די טרעיד וואר... דעינדזשרעסס טראמפ האט אנגעפאנגן א טרעיד וואר מיט טשיינע, אפילו זיינע סופארטערס זאגן אז ס'איז שלעכט פאר די עקאנעמי,( אין די שארט טוירם, אבער מ'מוז עס טוהן לטובת די לאנג טוירם) און טראצדעם איז די עקאנעמי געוואקסן מיט 2.1 פראצענט, העכער ווי עקאנעמיסטן האבן ערווארטעד...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג יולי 26, 2019 2:09 pm

אן אריינגיין, די עקענאמיע דארף וואקסן געזונט, די ראטעס שטעלט מען פאר דעם ציל. ווען די ראטעס זענען נידריג איז א סימן אז עפעס אנדערש שלעפט אראפ די עקענאמיע און מען דארף עס באלאנסירן מיטן פארגרינגערן די פלייץ פון געלט.

אלעס דארף ווערן געמאסטן לויט זיין צייט.

האקט

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » פרייטאג יולי 26, 2019 2:21 pm

יעצט מיט די ערשטע שאצונג פון די עקאנאמישע וואוקס פונעם צווייטן קווארטל, האט מען שוין די עקאנאמישע וואוקס פון גאנצע פערציג קווארטלעך זינט די עקאנאמיע האט אנגעהויבן גיין בארג ארויף מיט צען יאר צוריק.

ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז די עקאנאמיע געוואקסן אין דורכשניט מיט 2.3% פער יאר דורכאויס צו צען יאר.

אזויווי א שיינע טייל פון עקאנאמישע וואוקס האט צוטוהן מיט די וואוקס פון די באפעלקרונג, דארף מען נוצן די עקאנאמישע וואוקס פער קאפ צו פארגלייכן די וואוקס פון פארשידענע פעריאדעס, און ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז די עקאנאמיע פער קאפ געוואקסן מיט א דורכשניט פון 1.6% א יאר אין די לעצטע צען יאר, אראפ מיט בלויז 0.1% פון די דורכשניט פון 1.7% א יאר אין די דרייסיג יאר בעפאר.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג יולי 26, 2019 4:44 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:בדרך כלל אבער איז קאנסומער ספענדינג דער רוקנביין פונעם אמעריקאנעם עקאנאמיע פונקט ווי עקספארט איז דער רוקנביין פון די דייטשע און כינעזע עקאנאמיעס

איך זאג נישט אנדערש, אבער אז דו ווילסט פארגלייכן צוויי זאכן דארפסטו נוצן די זעלבע מעסטער ביי ביידע. נישט נוצן א אינטש מעסטער ביי איינס און א צענטימעטער מעסטער ביים צווייטן.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג יולי 26, 2019 4:45 pm

קען מען שוין אפיציעל דערקלערן די טעקס קאטס אלס דורכפאל?

כ'מיין מ'דארף ציווארטן נאך א קווארטל.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3928
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » פרייטאג יולי 26, 2019 4:51 pm

כאפצעם האט געשריבן:קען מען שוין אפיציעל דערקלערן די טעקס קאטס אלס דורכפאל?

כ'מיין מ'דארף ציווארטן נאך א קווארטל.


זיכער איז עס א דורכפאל

רוב אמעריקאנער האבן בענעפיטירט דערפון אריינגערעכענט איך און דו

ווי קען עס אפילו זיין א סוקסעס?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג יולי 26, 2019 4:59 pm

רוב אמעריקאנער האבן אדער פארדינט גארנישט אדער א פיצי. די פארשפראכענע אויפטוה איז נישט געווען די פיצי בענעפיט און אויך נישט די ברייטע בענעפיט וואס די אויבערשטע %5 האבן באקומען.

די פארשפראכענע אויפטוה איז געווען אז די אלע גרויסע קארפאראציעס וועלן אריינגיסן די געלט אינעם סיסטעם און די עקאנאמיע וועט גאר שטארק וואקסן (%5 :lol: )


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Growth hacker און 14 געסט