ער האט פארפאסט פילע ספרים, באקאנט פון זיי איז דער ברכת הזבח, אויך איז ער באקאנט אלס דער מהרש״ק.
זיין זוהן אז דער מחבר ספר קב הישר.
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
קנקן האט געשריבן:כ״ג תמוז תשע״טהיינו, מיט 160 יאר צוריק, שנת תקי״ט לפ״ק, איז פארגעקומען דער ויכוח מיט די פראנקיסטן.
דער ויכוח איז פאררופן געווארן דורכ׳ן לעמבערגן בישאף מיקאלסקי. דריי גדולי ישראל זענען אויסגעקליבן געווארן אנטייל צו נעמען דערין. הגאון מוהר״ר חיים כהן רפאפורט אבד״ק לעמבערג, דער בעל שם טוב, און הגאון מוהר״ר דוב בער אבד״ק יזאלאוויץ.
דער ויכוח האט זיך אנגעהויבן אום כ״ג תמוז, און ס׳האט זיך פארצויגן פאר דריי טעג.
ווי ס׳ווערט איבערגעגעבן, איז דער לעמבערגער רב אהין געגאנגען אן קיין שום פחד און מורא, ער איז געווען אנגעטוען אינגאנצן מיט ווייסע בגדים, און מיט זיין גרויסע חכמה האט ער געוואונען דעם ויכוח, אזש די מיניסטארן וואס האבן עס מיטגעהאלטן זענען ערשטוינט געוארן פון זיין געטליכע חכמה.
בילד: יעקב פראנק, דער פירער פון די פראנקיסטן.מקור: אנשי שם סי׳ קס״ח