וואלן, רוסלאנד און מולער: אמת אדער פאלש?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

די טענה אז רוסלאנד האט קיינמאל נישט געהעקט די דנס איז נישט קיין נייע מיט וואס טינק איז יעצט אויפגעקומען, דאס גייט צוריק נאך צו 2016 ווען דאס איז געווען די ארגומענט פון רעפובליקאנער אין אלגעמיין, און ווי א חודש שפעטער, מיט יעדע בעטש פון עווידענס זענען די טענערייען געווארן איינגעשרינקן צו א מאגערערע פאפולאציע.

פון די אלגעמיינע אפיציעלע רעפובליקאנער שטעלונג (ע"ע מעקאנעל אין 2016) איז עס אריבער צו בלויז די טראמפ לאגער, פון די טראמפ לאגער איז עס געווארן בלויז טראמפ און די גאר הייסע אנהענגער, ביז היינט צוטאגס ווען די איינציגסטע וואס קלאמערן זיך נאך דערצו זענען אן ענגע צאל קאנספיראציע טעאריקער ווי אלעקס זשאונס, ראזשער סטאון וכו' (טראמפ אליין זאגט שוין אויך אז סאיז געווען רוסלאנד).

יעצט צו די עצם נקודה זייערע, די הויפט טענה איז אז די עווידענס שטאמט פונעם דנס געהייערטע פירמע ואשע"כ איז עס לעכערליך צו פארלאזן אויף זיי, ווייל זיי האבן דאך אן אינטערעס. גוטע טענה, און ראזשער סטאון האט דאס פרעזענטירט פארן געריכט אום יוני 2019 מיטן ארגומענט אז מ'ברויך דערפאר ארויסווארפן די גאנצע קעיס קעגן אים ווייל דער יסוד איז פעלערהאפטיג...

די אנטווארט האט נישט געשפעטיגט, און האט געשאקט די גאנצע סטאון טיעם און דערמיט די גאנצע טעאריע געביידע.. נעמליך, אז די עף. בי. איי. האט עס אליין אנדעקט מיט זייערע אייגענע שפיאן מיטלען נאך אין סעפטעבער 2015!... דאס טייטש גאנצע 10 חדשים בעפאר די דנס האט זיי דערלאנגט די פארענסיק אנאליז פון דעם פריווואטע פירמע, און בעפאר איינער האט נאך אפילו געחלומט פון אזא מציאות ווי א רוסישע מעדלינג אין אמעריקאנע וואלן..

נאך מער, די עף. בי. איי. זענען געווען די וואס האבן געקאנטאקט דאן די דנ"ס מיט א בהלה אז די רוסן האבן געהעקט זייער סערווער און זיי זאלן נעמען שריט זיך צו באהיטן (א זאך וואס די דנ"ס האט איגנארירט זייענדיג זיכער אז ס'נארישקייטן..), און הערשט אין זוממער 2016 ווען די געהעקטע אימעילס זענען ארויסגעגעבן געווארן צום פובליק זיי צו דעמעזשען זענען זיי געקומען צו לויפן צום פב"א פאר הילף, זייענדיג גרייט צו קאאפערירן, און דאן האבן זיי האלבוועגס נאכגעגעבן די פב"א פארלאנג און איבערגעבן די פארענזיקס דורך א טירד פארטי, וואס די פב"א האט געניצט צו "מעטשן" מיט זייער עווידענס.

אגב, סתם פון אינדרויסן שטימט ניטאמאל די טעאריע אז דער דנס איז געווען אין קעהוץ מיטן פב"א, ווייל אויב אזוי וואסי פשט פון נישט אריינלאזן זייערע "פרענדס" אינעם דנ"ס סערווערס, וואס איז דאס פלוצים די סיקרעסי... ווידער איינמאל מ'פארשטייט אז די עף בי איי בראשות זשים קאומי, דער וואס האט באגראבן הילערי קלינטאן דעם עלעקשאן, איז איר פריינט נישט געווען לא מיניה ולא מקצתיה, פארשטייט מען שוין זייער גוט דאס נישט וועלן צולאזן אזוינע חברה צום אייגענעם קאמפיוטער ווי זיי האלטן זייערע גרעסטע סודות.

עניוועי צוריק צום ענין. ראזשער סטאון האט זיך נישט באגעניגט, ער האט געטענהט פארן געריכט אז די גאווערמענט זויגט אויס זאכן פון פינגער.. דער ריכטער האט זיך געוואנדן צום פבא פרעגענדיג צו זיי האבן עפעס אונטערצושטיצן זייער ווערסיע. זיי האבן גלייך רעספאנדעד פארציילענדיג איבער הארטע עווידענס פון קאמפיוטערס און קאמיונעקאציע ליניעס וואס זיי האבן צוזאמגעזאמעלט אויף די אייגענע האנט צוריק נאך אין 2015. שטייצעך נאך דאס הערן האט דער געריכט געפסקנ'ט לטובת די גאווערמענט און אפגעווארן די גאנצע געביידע פון די ראזשער סטאון לעגאלע טיעם.

ווער ס'וויל ווייטער שפינען קען רוהיג אנגיין, כ'אב זשאסט געוואלט קלעריפייען די נקידות וואס האט געפעלט אינעם ארטיקל דא..אינאיינוועגס אביסל אראפברענגען די "וואונדער" היתכן נאך אזוינע קלארע האר אויפשטעלנדע מעשיות איז נאך דאס לאנד נישט אויפגערידערט, און בארר האט נאך נישט עטליעסט 2 דאזען חברה אונטער גראטעס..
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

טענק יו כאפצעם. קושטא קאי.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

Think and Thank האט געשריבן:עכט, וואס זאגסטו צום עצם ארטיקל?

האמיר געווארן צו הערן דעם צווייטן צד.
יעצט קענען מיר אנהייבן דעם ארטיקל נאכאמאל פון אנהייב.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

לכאורה איז @כאפצעם גערעכט מיט די נקודה, און מולער האט דאס נישט געקענט ארויסשרייבן אין זיין באריכט צוליב די סיקרעסי דערפון.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
פיינעלי
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינעלי »

נייס זשאב הררב טינק.
נאכנישט געליינט כאפצעם'ס אנטווארט.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

איך פארשטיי נישט. איבער די דיבאטע צו די ראשענס זענען טאקע יא אדער נישט געשטאנען אינטער די DNC העקינג, און פארוואס טראמפ האלט זיך אפ פון עס מודה זיין, און פארוואס די DNC האט דאס אזוי באהאלטן.. וכו׳ וכו׳. האט מען דאך שיין אזויפיל מאל גערעדט.

כאפצעם, די פארענפערסט א טעאריע וואס איך שטיץ אינטער, אבער איך אליין גלייב נישט דערון.

זעה דא, דא, און דא.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32538
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

באר קוקט אריין אין דעם, א שאד זיך צו טענהן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@כאפצעם, און וואס זאגסטו צו די חלק אז רוסלאנד איז נישט געשטאנען אינטער די סאושעל מידיא קאמפיין?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3647
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

פעיק נוז האט געשריבן:@כאפצעם, און וואס זאגסטו צו די חלק אז רוסלאנד איז נישט געשטאנען אינטער די סאושעל מידיא קאמפיין?

שתיקה כהודאה!
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

שוין אזוי שנעל? נאך דריי מינוט שווייגן?...
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3647
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

ער שווייגט שוין פון 11:03
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

נאכנישט אנגעקומען דערצו, אי"ה שפעטער אז די צייט וועט ערלויבן.
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

שכוח טינק :!: ;l;p-
נאך די ארטיקעל האבעך אסאך שאלות. איז שייך איבער צוגעבען שאלות צו די קאנקרעסלייט צו פרעגן פון מולער ביי די הערינג איבער מארגען :?:
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

קראנט און קלאר אויף די ארטיקעל איז א אנדערסטעיטמענט.

אינטערסאנט אז טראמפ האט נישט געטראפען די וועג וויאזוי מסביר צו זיין די גאנצע ארטיקעל אין 160 קערעקטערס?!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

WOW העליך!
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3647
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

ס'געפעלט מיר ווי דער עולם ווערט דא אזוי עקסייטעד... רבותי, עטץ דיעלטס נישט מיט קיין מענטשן וואס זענען גרייט צו הערן וואס דו האסט צו זאגן!!! פארגעס!! נאטינג וויל טשעינדזש!!!
#טריקנדיזומפ
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

דאס איז ריכטיג, אז דערווייל האט נאך מוללער/די יוסטיץ דעפארטמענט נישט צוגעשטעלט (אדער געזאגט אז זיי האבן בכלל) אין געריכט קיינע עווידענס אז די רוסישע טעכנעלאגיע פירמעס וואס האבן אנגעפירט די סאושעל מידיע עלעקשאן מעדלינג זענען דירעקט געלינקט מיטן קרעמלין.

סייוויאזוי איז עס סייווי נישט קיין הארבע פארברעכן, באצאלן פאר דעמאקראטישע סאשעל מידיע פלאטפארמעס צו לויפן עדווערטייזמענט איז א שוואכע לאכעדיגע קריים, די עיקר איז שטייצעך די העקינג.
אוועטאר
סאכאטשאווער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכאטשאווער »

כאפצעם האט געשריבן:
אגב, סתם פון אינדרויסן שטימט ניטאמאל די טעאריע אז דער דנס איז געווען אין קעהוץ מיטן פב"א, ווייל אויב אזוי וואסי פשט פון נישט אריינלאזן זייערע "פרענדס" אינעם דנ"ס סערווערס, וואס איז דאס פלוצים די סיקרעסי... ווידער איינמאל מ'פארשטייט אז די עף בי איי בראשות זשים קאומי, דער וואס האט באגראבן הילערי קלינטאן דעם עלעקשאן, איז איר פריינט נישט געווען לא מיניה ולא מקצתיה, פארשטייט מען שוין זייער גוט דאס נישט וועלן צולאזן אזוינע חברה צום אייגענעם קאמפיוטער ווי זיי האלטן זייערע גרעסטע סודות.


סאו זיי האבן נישט צוגעלאזט די עף ביי איי צו זייערע סערעווער ווייל דארטן האלטן זיי זייערע סודות, איז דאס א לעגעטימע טענה? ווען טראמפ טוט דאס ווען ביי זיין אינוועסטיגעישאן וואלט דאס נישט געווען א אבסראקשען קעיס?

מסתמא נישט, ווייל קלינטאן האט אויך גוט משוגע געמאכט און זיך נישט געלאזט פון קען סטאר,

זעהט זיך אויס אז נישט קאפערירן מיט א אינוועסטיגעיטאר און צוריקהאלטן עווידענס איז נישט אבסטראקשען, אבער ווילן פייערן א ספעשל קאנסול - א זאך וואס דריי פריערדיגע פרעזידענטן (נישט אריינגערעכנט ניקסאן) האבן געטוען- איז יא,
אוועטאר
סאכאטשאווער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכאטשאווער »

אגב האבן זיי אויך אויפגעוויזן אין געריכט אז די רוסישע רעגירונג האט דאס איבערגעעבן פאר וויקיליעקס?

און אויב האבן זיי סייווי געוויסט אז די רוסישע רעגירונג איז געשטאנען אונטער די העקינג צו וואס האבן זיי בכלל געדארפט די די ען סי סערווער?
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אימפעט האט געשריבן:טענק יו כאפצעם. קושטא קאי.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

סאכאטשאווער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אגב, סתם פון אינדרויסן שטימט ניטאמאל די טעאריע אז דער דנס איז געווען אין קעהוץ מיטן פב"א, ווייל אויב אזוי וואסי פשט פון נישט אריינלאזן זייערע "פרענדס" אינעם דנ"ס סערווערס, וואס איז דאס פלוצים די סיקרעסי..


סאו זיי האבן נישט צוגעלאזט די עף ביי איי צו זייערע סערעווער ווייל דארטן האלטן זיי זייערע סודות, איז דאס א לעגעטימע טענה? ווען טראמפ טוט דאס ווען ביי זיין אינוועסטיגעישאן וואלט דאס נישט געווען א אבסראקשען קעיס?

זיי זענען נישט געווען קיין שום טארגעט, בלויז די וויקטעם. ופשוט הוא.

וואס זיי האבן צו באהאלטן פון די פב"א? קודם קיינער גיבט נישט פרייוויליג איבער זיין ביזנעס פאר פעדעראלע אגענטן פאר א פרייוויליגע אודיט, סאמהאו ארבייט עס עפעס נישט אזוי..

צווייטענס, מיט אזויפיל קלינטאן שונאים אין די פב"א איז דאך עאכו"כ מאה פעמים אז זיי האבן געמוזט שטיין מיילן ווייט פון די חברה.

דריטענס, יא טראמפ האט אבסטראקטעט זשאטעץ מיטן פייערן דעם הויפט אויספארשער, אין אן אויספארשונג ווי זיין קאמפיין איז געווען דער הויפט טארגעט.

פערטענס, כזעה אבער אז מיטן עצם נקודה קריגסטעך נישט אז דא האט קיין דנ"ס-פבא קעלוזשען נישט געקענט פארקומען.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

סאכאטשאווער האט געשריבן:אגב האבן זיי אויך אויפגעוויזן אין געריכט אז די רוסישע רעגירונג האט דאס איבערגעעבן פאר וויקיליעקס?

און אויב האבן זיי סייווי געוויסט אז די רוסישע רעגירונג איז געשטאנען אונטער די העקינג צו וואס האבן זיי בכלל געדארפט די די ען סי סערווער?

אויף די ערשטע פראגע, יא. אין די מוללער אינדייטמענט שרייבן זיי זייער קלאר און גראפיש וויאזוי די אפאראציע פון שיקן צו וויקיליעקס איז צוגעגאנגען, דורך געהיימע קאמפיוטערס און אינקריפטעט סאפטוועירס וכו'.

פארוואס זיי האבן געוואלט זעהן די די ען סי סערווער איז פשוט, יעדע אינוועסטיגעישאן קאווערט אלע ענגעלס, און דערמיט האבן זיי עס דא געוואלט דאבל טשעקן, לאו דווקא אלס זייער פריימעיר סאורס.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32538
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כאפצעם האט געשריבן:
סאכאטשאווער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אגב, סתם פון אינדרויסן שטימט ניטאמאל די טעאריע אז דער דנס איז געווען אין קעהוץ מיטן פב"א, ווייל אויב אזוי וואסי פשט פון נישט אריינלאזן זייערע "פרענדס" אינעם דנ"ס סערווערס, וואס איז דאס פלוצים די סיקרעסי..


סאו זיי האבן נישט צוגעלאזט די עף ביי איי צו זייערע סערעווער ווייל דארטן האלטן זיי זייערע סודות, איז דאס א לעגעטימע טענה? ווען טראמפ טוט דאס ווען ביי זיין אינוועסטיגעישאן וואלט דאס נישט געווען א אבסראקשען קעיס?

זיי זענען נישט געווען קיין שום טארגעט, בלויז די וויקטעם. ופשוט הוא.

וואס זיי האבן צו באהאלטן פון די פב"א? קודם קיינער גיבט נישט פרייוויליג איבער זיין ביזנעס פאר פעדעראלע אגענטן פאר א פרייוויליגע אודיט, סאמהאו ארבייט עס עפעס נישט אזוי..

צווייטענס, מיט אזויפיל קלינטאן שונאים אין די פב"א איז דאך עאכו"כ מאה פעמים אז זיי האבן געמוזט שטיין מיילן ווייט פון די חברה.

דריטענס, יא טראמפ האט אבסטראקטעט זשאטעץ מיטן פייערן דעם הויפט אויספארשער, אין אן אויספארשונג ווי זיין קאמפיין איז געווען דער הויפט טארגעט.

פערטענס, כזעה אבער אז מיטן עצם נקודה קריגסטעך נישט אז דא האט קיין דנ"ס-פבא קעלוזשען נישט געקענט פארקומען.



אינטערעסאנט, די מענטשן וואס האלטן אז סיז משוגע צו זאגן אז די FBI איז געווען אנטי טראמפ, שרייבן אז די FBI איז אנטי קלינטאן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

א היינטיגע נייעס אין דעילי איד! נישטא ווער סזאל לאכן!

נאדלער סיגנאליזירט
טראמפ פארברעכנס
דער יורידישער קאמיטע טשערמאן, דזשערי נאדלער, האט נעכטן צום ערשטן מאל געלאזט הערן א באשולדיגונג אז פרעזידענט טראמפ איז באגאנגען "הויכע פארברעכנס און מיסדעמינארס", פאר וועלכן דער סטאנדארט איז אימפיטשמענט. ער האט געזאגט אז באב מאולער'ס רעפארט שטעלט פאר גאר שטארקע באווייזן דערויף, און אז דאס דארף ווערן פארגעלייגט פאר די אמעריקאנער בירגער צו זען וואו מען גייט דא ווייטער. ווי ער זאגט, האפט ער אז מאולער גייט אין זיין אויפטריט געבן גרויס קלארקייט איבער זאכן און אז ער גייט אים פרעגן ספעציפישע פראגעס, ווי אנווייזן אים אז ער זאל קוקן אויף זייט 344, פאראגראף 2, און ער זאל זאגן צי דאס באצייכנט נישט אבסטראקשען.
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די מענטשן וואס האלטן אז סיז משוגע צו זאגן אז די FBI איז געווען אנטי טראמפ, ווייל די FBI איז געווען אנטי קלינטאן.

כצ"ל.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”