ר' שלמה, קיינער האט נישט געזאגט אז האלב פאבליק וועט לעבן ביים ארעמקייט שטאפל. איך גלייב אז א גרויס חלק וועט ווייטער טרעפן עפעס צו פארדינען און אויפטון (אפשר פארט-טיים אדער ענליכס), אבער אפילו אויב נישט, קען דער עולם חתונה האבן און פארדאפלען די קאסע אן צו פארדאפלען די הוצאות, אדער זיך צאמשטעלן אפאר חברים און פארברענגען א שיין לעבן. דאס אליינס איז א אויפטו, צו דינען אלס אינסענטיוו קעגן די מאדערנע איזאלאציע.
אבער אויב וועט טאקע אויפשווימען א 2000 -א-חודש פארטיי וועלן מיר זען, וואס האבן מיר זיך יעצט צו זארגן. (יענג שרייבט גראדע יא אז צו טוישן וועט אויספעלן אן אמענדמענט, איך בין נישט קלאר אין דעם).
גראדע זענען די בעזאס-מאסק-צוקערבערג קלאב די שטערקסטע שטופער פאר UBI, ווייל זיי זעען דעם פראבלעם און זיי ווילן לעבן אין א נארמאלע סאוסייעטי, כאטש זיי גייען אויסצאלן די גרעסערע חלק.
(ווען דער גאנצער עולם מישט סאציאליזם מיט קאמוניזם וועל איך נישט זיין דער איינציגסטער חכם
).