פיסכילאגיע פון דאס אמן גע'זאג'אכטס

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

פיסכילאגיע פון דאס אמן גע'זאג'אכטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

האט איר שוין אמאל געדאווענט פארן עמוד אין א מנין פון קארגע 10 – 12 מתפללים? די מיטמאכנישן וואס דער מאכט מיט איז געוואלדיג... -איראניש גערעדט-

אנגעהויבן פונעם צוזאמקראצן דעם צענטער, ווארטן אויפן צענטער ווען ער לויפט ארויס א מינוט ענטפערן א וויכטיגע טעלעפאן רוף\טעקסט (ער טוט דאך דאס נישט אין ביהמ"ד...), לעצט מינוטיגע הכנות, א ציגארעטל, א קאווע אדער דארף ער ארייזאגן זיין לעצטען גוט ווארט אינעם קאווע שטיבעל געשפרעך... וכו'.

דער טיטל צענטער הייבט אן חל צו זיין יעדע מינוט אויף א צווייטן... דאן קומט אפיר דער פעסעמיסט מיט זיינע פאראויסשאצונגען "דא עט שוין נישט זיין קיין מנין", לאמיר ווארטן אויפן נעקסטן מנין, גיין צום אנדערן ביהמ"ד, דאווענען בידידות...

ענדליך מ'זאג'ט שוין קדיש, האלבער עולם נאך מיט די טלית אויף די פלייצע אדער צום בעסטען פאל האלט ער אן די רצועה אויפן ארויפגעצויגענעם של יד גרייט צו מאכן דעם להניח א יעדע ליאדע רגע.. שוין 6 חברה דאווענען שוין מיט.

מ'האלט שוין סוף שירה, מציילט צו מ'האט מיט וועם צי גיין צום טיש, אקעי מ'קען שוין זאגן ברכו, דאס זעלביגע נאכאמאל נאך קרי"ש

מקען זיך שוין ב"ה שטעלן שמו"ע – נישט פארן אריינכאפן פונעם נאר וואס ריטייערטען בעה"ב פארוואס ער כאפט אזוי שנעל דאס דאווענען.. (ער האט זיך מיטגעכאפט ביי ויברך דוד זייענדיג צוגיוואוינט אזוי פון אלע יארן...)

און אט האלט מיר ביי די אמן'ס פון די הויכע שמו"ע. האט איר שוין אמאל זיך צוגעהערט ווי מאדנע דאס קאפיראציע פונעם עולם איז ביים אמן זאגן? די שנעלע אנהייבער, די שפעטע אנהייבער, שנעלע, שטאטע, אריינציער וכו' (מיר גייען נישט אריין אין די הלכה חלק) קען דאס איינער געבן צו פאר שטיין, וואסשע פשט דערפון. געוויסע הייבן מאך אן ווען דער בעל תפלה האלט נאך אינמיטן די לעצטע ווארט פונעם ברכה, אנדערע ענדיגן ווען מען האלט שוין פעסט אריין אין די קומענדיגע ברכה... מאדנע ביז גאר... בלעים נישט יעציט ווייטער דעם בעל תפילה פארן אנהייבן צו שנעל ווייל סיי ווי לאנג ער וועט ווארטן וועט נאך אלס זיין אזעלכע וואס וועלן אריינציען.

אדרבה לייגט צו קאפ און אויער בשעתן הערן וועט איר זעהן אז דאס איז מאדנע ביז גאר!! (איך האב נישט ביי די האנט א רעקארדירונג פון א אמן ביי הויכע שמו"ע ביי א קליינע מנין – ביי א גרעסערע מנין איז דאס נישט אזוי מערקבאר-)

פארוואס זאל דאס נישט געזאגט ווערן צוזאמען?

בשורות טובות
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

שלום עליכם.

א פיינעם ארטיקל דאס, שרייב נאך.
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

אמן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

געהערט אמאל וואו איינער זאגט פאר אזא או'מסדור'דיגע אמן זאגער - אדער זאג שנעלער, אדער שטילער, אדער ביידע.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ס'איז בערך די זעלבע סיבה פארוואס אלע קארס נעמען זיך נישט פארן צוזאמען, ווען ס'ווערט גרין דער טרעפיק לייט....
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

דאכטציך אז עפי״ר ביים זינגען צוזאמען ממקומך אדער הודו ביי הלל זינגען זיי יא מער ווייניגער צוזאמען. טאקע נישט ווי א פראפעשינעל קווייער, אבער גאנץ כמעשה. ווייטער ביי די אמן׳ס קען מען זיי עפעס נישט פאראייניגן.
(אויפן של״ס געזינגאכטס וועל איך מיך יעצט נישט שטעלן, דאס איז א מעשה פאר זיך)
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:ס'איז בערך די זעלבע סיבה פארוואס אלע קארס נעמען זיך נישט פארן צוזאמען, ווען ס'ווערט גרין דער טרעפיק לייט.... :P
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

אז מען רעדט שוין, איך דאוון אפט פאר עמוד, און איך זוך נאך א מקור אויף ווען די בעל תפלה ברויך זיך אויסדרייען צו זוכן מנין, ביי די שירה, ביי ישתבח אדער ביי קריאת שמע..

איך פיר מיך צו קוקן אויס עס איז דא מנין פאר מען הייבט אהן רבי ישמעאל, און אויב עס זענען דא צען מענטשן וואס האלטן שוין ביים דאווענען (געענדיגט די קאווע, שמועס, טעלעפאון, וכו') און זעקס האבן שוין אהן טו"ת דריי איך מיך נישט אויס ביז מען האלט ביי הויכע שמו"ע
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

נעכטיגן טאג האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, איך דאוון אפט פאר עמוד, און איך זוך נאך א מקור אויף ווען די בעל תפלה ברויך זיך אויסדרייען צו זוכן מנין, ביי די שירה, ביי ישתבח אדער ביי קריאת שמע..

;l;p- ;l;p- ;l;p-
דריי גרינע!
כ'טו דאס זעלביגע.
פאר שטילע שמו"ע 3 איך זיך נישט אויס, ווייל ס'דא א סדר הדילוגים פאר די שלעפעריגע שלעפערישע חברה...
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

נעכטיגן טאג האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, איך דאוון אפט פאר עמוד, און איך זוך נאך א מקור אויף ווען די בעל תפלה ברויך זיך אויסדרייען צו זוכן מנין, ביי די שירה, ביי ישתבח אדער ביי קריאת שמע..

איך פיר מיך צו קוקן אויס עס איז דא מנין פאר מען הייבט אהן רבי ישמעאל, און אויב עס זענען דא צען מענטשן וואס האלטן שוין ביים דאווענען (געענדיגט די קאווע, שמועס, טעלעפאון, וכו') און זעקס האבן שוין אהן טו"ת דריי איך מיך נישט אויס ביז מען האלט ביי הויכע שמו"ע
[image]
150973A7-D580-481B-95ED-60FF21644634.png
150973A7-D580-481B-95ED-60FF21644634.png (167.91 KiB) געזען 3389 מאל
[/image]
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

נעכטיגן טאג האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, איך דאוון אפט פאר עמוד, און איך זוך נאך א מקור אויף ווען די בעל תפלה ברויך זיך אויסדרייען צו זוכן מנין, ביי די שירה, ביי ישתבח אדער ביי קריאת שמע..

איך פיר מיך צו קוקן אויס עס איז דא מנין פאר מען הייבט אהן רבי ישמעאל, און אויב עס זענען דא צען מענטשן וואס האלטן שוין ביים דאווענען (געענדיגט די קאווע, שמועס, טעלעפאון, וכו') און זעקס האבן שוין אהן טו"ת דריי איך מיך נישט אויס ביז מען האלט ביי הויכע שמו"ע

ביי שטילע שמו"ע דארף מען האבן לכה"פ ששה מתפללים וואס הייבן אהן צוזאמען כדי ס'זאל הייסן תפילה בציבור, און היות ס'איז נישט לכתחילה צו שוהה זיין צו לאנג אינמיטן ברכות קר"ש, און צווישן ישתבח און יוצר איז אויך נישט אויסגעהאלטן צו מפסיק זיין בשהייה, ממילא איז ראטזאהם צו זעהן עכ"פ ביים שירה אז מ'האט מנין כנלע"ד.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

getting a minyan together even when when there is 20 ppl is nightmare
great point, im not sure what there is to do about it
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

אוראייניקל האט געשריבן:
נעכטיגן טאג האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, איך דאוון אפט פאר עמוד, און איך זוך נאך א מקור אויף ווען די בעל תפלה ברויך זיך אויסדרייען צו זוכן מנין, ביי די שירה, ביי ישתבח אדער ביי קריאת שמע..

איך פיר מיך צו קוקן אויס עס איז דא מנין פאר מען הייבט אהן רבי ישמעאל, און אויב עס זענען דא צען מענטשן וואס האלטן שוין ביים דאווענען (געענדיגט די קאווע, שמועס, טעלעפאון, וכו') און זעקס האבן שוין אהן טו"ת דריי איך מיך נישט אויס ביז מען האלט ביי הויכע שמו"ע

ביי שטילע שמו"ע דארף מען האבן לכה"פ ששה מתפללים וואס הייבן אהן צוזאמען כדי ס'זאל הייסן תפילה בציבור, און היות ס'איז נישט לכתחילה צו שוהה זיין צו לאנג אינמיטן ברכות קר"ש, און צווישן ישתבח און יוצר איז אויך נישט אויסגעהאלטן צו מפסיק זיין בשהייה, ממילא איז ראטזאהם צו זעהן עכ"פ ביים שירה אז מ'האט מנין כנלע"ד.

אפשר קענסטו ברענגען א מקור/מראה מקום ווי עס שטייט וועגן די ששה מתפללים פון וואס די רעדסט?
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

איצל פיצל האט געשריבן:

ווי אנגעצייכנט אויבן אין משנה ברורה דארף זיין א מנין מיטדאווענער נאך פון פאר ברכו. עס איז נישט גענוג פון שמו״ע. לויט טייל פוסקים איז אין אזא פאל הויכע שמו״ע א ברכה לבטלה. (איך רעד נישט פונעם חלק צו עס דארף זיין 6 צו 10 מתפללים. דאס איז מבואר אינעם מחבר איינס פאר די לעצטע שורה אין דעם אויבערשטען משנה ברורה. אבער דאס פארלאנגטע פאר אן עקזיסטענץ פאר תפלה בצבור דארף שוין זיין פון די שירה).
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

איצל פיצל האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
נעכטיגן טאג האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, איך דאוון אפט פאר עמוד, און איך זוך נאך א מקור אויף ווען די בעל תפלה ברויך זיך אויסדרייען צו זוכן מנין, ביי די שירה, ביי ישתבח אדער ביי קריאת שמע..

איך פיר מיך צו קוקן אויס עס איז דא מנין פאר מען הייבט אהן רבי ישמעאל, און אויב עס זענען דא צען מענטשן וואס האלטן שוין ביים דאווענען (געענדיגט די קאווע, שמועס, טעלעפאון, וכו') און זעקס האבן שוין אהן טו"ת דריי איך מיך נישט אויס ביז מען האלט ביי הויכע שמו"ע

ביי שטילע שמו"ע דארף מען האבן לכה"פ ששה מתפללים וואס הייבן אהן צוזאמען כדי ס'זאל הייסן תפילה בציבור, און היות ס'איז נישט לכתחילה צו שוהה זיין צו לאנג אינמיטן ברכות קר"ש, און צווישן ישתבח און יוצר איז אויך נישט אויסגעהאלטן צו מפסיק זיין בשהייה, ממילא איז ראטזאהם צו זעהן עכ"פ ביים שירה אז מ'האט מנין כנלע"ד.

אפשר קענסטו ברענגען א מקור/מראה מקום ווי עס שטייט וועגן די ששה מתפללים פון וואס די רעדסט?

משנה ברורה סי' צ' ס"ק כ"ח וז"ל 'ועיקר תפלה בצבור הוא תפלת י"ח דהיינו שיתפללו עשרה אנשים שהם גדולים ביחד ולא כמו שחושבין ההמון שעיקר להתפלל בעשרה הוא רק לשמוע קדיש וקדושה וברכו ולכן אינם מקפידין רק שיהיו י' בבהכ"נ וזהו טעות ולכן חוב על האדם למהר לבוא לבהכ"נ כדי שיגיע להתפלל י"ח בצבור [ח"א]'.
און בענין צו ס'איז גענוג ששה מתפללים, עי' פסקי תשובות סי' צ' בהערות בשם גדולי האחרונים (בית אבי, חלקת יעקב, בצל החכמה, קנין תורה) אז מעולם האט מען מקיל געווען אז ס'איז גענוג זעקס וואס האלטן ביי שמו"ע, און מצרף געווען נאך פיר, אזוי איז געווען נהוג אין פולין, ליטא, אונגארן, און אויך צדיקים וחסידים האבן נישט מקפיד געווען, אפילו ס'איז געווען מעגליך עי"ש.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

האסט געברענגט פון משנ"ב
"ולכן חוב על האדם למהר לבוא לבהכ"נ כדי שיגיע להתפלל י"ח בצבור"

לייג צו אויף דעם אייגנס
"והני מילי כשיש מנין גדול, אבל כשיש מנין מצומצם, והוא מנין קבוע בזמן קבוע, וכמה מהמתפללים הם שלעפערים גמורים ונוראים, חובה על הש"ץ להסתובב סחור סחור משך שעה ארוכה לראות אם כבר הסכימו השלעפערים בטוב לבם להגיע לשמו"ע, ואין השלעפערים מחויבים כלל למהר אלא יאמרו מלה במלה כאילו מונה מעות וישתו את דמם של האנשים המסודרים, ואלה המתפללים שהגיעו בזמן והתפללו כהוגן בלי אריכות יתירה, יתפוצצו, והמוחה בידי השלעפערים עתיד ליתן את הדין"
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

חוח בין השושנים האט געשריבן:האסט געברענגט פון משנ"ב
"ולכן חוב על האדם למהר לבוא לבהכ"נ כדי שיגיע להתפלל י"ח בצבור"

לייג צו אויף דעם אייגנס
"והני מילי כשיש מנין גדול, אבל כשיש מנין מצומצם, והוא מנין קבוע בזמן קבוע, וכמה מהמתפללים הם שלעפערים גמורים ונוראים, חובה על הש"ץ להסתובב סחור סחור משך שעה ארוכה לראות אם כבר הסכימו השלעפערים בטוב לבם להגיע לשמו"ע, ואין השלעפערים מחויבים כלל למהר אלא יאמרו מלה במלה כאילו מונה מעות וישתו את דמם של האנשים המסודרים, ואלה המתפללים שהגיעו בזמן והתפללו כהוגן בלי אריכות יתירה, יתפוצצו, והמוחה בידי השלעפערים עתיד ליתן את הדין"

;l;p- ;l;p- ;l;p-

דאווען ביפאר 8:00 וועסטו נארמאלהייט נישט האבן די פראבלעם,
הרב חוח בין השושנים, דיין אינטערשריפט איז אויך שייך ביים דאווענען... אבער נאר אויב סאיז 5 mph שטייטער...
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

אחד הרבנים האט געשריבן:דאווענען בידידות

דאס איז נישט א טייפא, ריכטיג? ;l;p-
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אהרן הלוי האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:דאווענען בידידות

דאס איז נישט א טייפא, ריכטיג? ;l;p-

אור-אלט ווארט. גראדע זיס.
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

האט מען דא פארדרייט דעם שמועס איבער אן הלכה׳דיגע נושא. לאמיר צוריקגיין צום שמועס. צו פארשטייט איינער דעם געשעפט מיט די אמן׳ס? ווי מ׳האמיר געשריבן דעם קעפל ״די פיסכילאגיע״ פון דעם ווערטשאפט...
אחד הרבנים האט געשריבן:דאכטציך אז עפי״ר ביים זינגען צוזאמען ממקומך אדער הודו ביי הלל זינגען זיי יא מער ווייניגער צוזאמען. טאקע נישט ווי א פראפעשינעל קווייער, אבער גאנץ כמעשה. ווייטער ביי די אמן׳ס קען מען זיי עפעס נישט פאראייניגן.
(אויפן של״ס געזינגאכטס וועל איך מיך יעצט נישט שטעלן, דאס איז א מעשה פאר זיך)
סגל
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סגל »

די פשט פון די לאנגע אמנ'ס האט מסתמא צו טוהן מיט פארשלאפנקייט, דהיינו די עולם האלט נישט מיט די הויכע שמו"ע נאר יעדער איז אריינגעטוהן אין זיינע געדאנקן, גליונות, טעלעפאון, וכו',
מיר שטערט אבער מער ווען מען הערט בכלל נישט קיין אמן, אפילו נאכן זיכער מאכן אז מען האט תשעה עונים מאכט זיך אסאך מאל ווי איך פיל אז איך בין די איינציגע דא אין ביהמ"ד, הן אני נשארתי לבדי... ואין קול ואין עונה... דערנאך קומט אלס צו דער איד וואס האט געדאווענט א לאנגע שמו"ע מיט טענות פארוואס איך האב אנגעהויבן אזוי שנעל הויכע שמו"ע, לכאורה איז נאכנישט געווען קיין ט' עונים, והא ראי' ער האט נישט געהערט קיין ברוך הוא וברוך שמו און אמן...
שויתי ה' לנגדי תמיד
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

חוח בין השושנים האט געשריבן:האסט געברענגט פון משנ"ב
"ולכן חוב על האדם למהר לבוא לבהכ"נ כדי שיגיע להתפלל י"ח בצבור"

לייג צו אויף דעם אייגנס
"והני מילי כשיש מנין גדול, אבל כשיש מנין מצומצם, והוא מנין קבוע בזמן קבוע, וכמה מהמתפללים הם שלעפערים גמורים ונוראים, חובה על הש"ץ להסתובב סחור סחור משך שעה ארוכה לראות אם כבר הסכימו השלעפערים בטוב לבם להגיע לשמו"ע, ואין השלעפערים מחויבים כלל למהר אלא יאמרו מלה במלה כאילו מונה מעות וישתו את דמם של האנשים המסודרים, ואלה המתפללים שהגיעו בזמן והתפללו כהוגן בלי אריכות יתירה, יתפוצצו, והמוחה בידי השלעפערים עתיד ליתן את הדין"

איר זאגט א גוטע נקודה, אבער אין סיי וואס א מציאות עס האט זיך אויסגעשטעלט, איז נאך אלס די מנין חיוב במקומו.
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

ווי אנגעוויזן אויבן, 10 מענטשן וואס יעדער דאווענט פאר זיך, נישט קיין נפק״מ אויב א חלק דערפון זענען זייער פונקטליכע מענטשן אדער געפערליכע שלעפערס, אויב דאווענט מען נישט צוזאמען (לכאורה כאטשיג פון פאר ישתבח) איז די הויכע שמו״ע א ברכה לבטלה (עכ״פ לויט געוויסע פוסקים)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”