צום ערשטן מאל א העסק קאנצערט געציהלט פאר'ן חסידיש'ן עולם

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » זונטאג יוני 16, 2019 12:04 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פארנימען האט געשריבן:די ק"ק איז ארויס אין צייט, בעפאר שירים ושיעורים און די א.ג. הכנה לסדר איווענט האט העסק נישט גע'חלומ'ט פון אזא איידיע,
די פראגע איז נאר צו/וויפיל דער ק"ק וועט אויפטוהן,

ס'זעהט אויס ס'קומט א קנאק פון א מעמד, ס'נאר אמת'דיג א שאד אז ס'איז אסור...


דאס איז דיין עסאמפשן, אבער מענטשן וואס זענען אינוואלווד ווייסן אנדערש... און יעדער וואס ווייסט וויזוי די זאכן ארבייטן ווייסן אז ס'נעמט מער ווי 3 חדשים פלאנירינג אזא עווענט... עכ"פ די פאקט איז אז העסק האט שוין געפלאנט די איווענט היבש פאר שירים ושיעורים...

און סיז מובן מאליו אז די צוויי זאכן האבן נישט קיין שייכות, און 90 פראצענט מענטשן וואס גייען דא גייען נישט דא...


כ'האב אויך געהערט לעצטענס פון מענטשן אז ס'איז א חוצפה אז סאיז ארויסגעקומען אן איסור פון די רבנים אויף שירים ושיעורים שוין נאך אלע צוגרייטונגען און זיי ברענגן סתם אונטער אידן'ס פרנסה.

פארוואס פארשטייט מען נישט אז פונקט ווי מען נעמט נישט אין מויל א מאכל וואס האט נישט קיין פארלעסליכער הכשר פון א רב (וועמען מיר זענען מבזה מיט כל מיני לשונות של גנאי ווען זיי געבן ארויס אן איסור).

האט שוין איימאל איינער געטראכט צו אינוועסטירן געלט אין א סארט פלייש לדוגמא, פונעם געבארט פונעם בעל חי ביזן עפענען א רעסטעראנט וואס ספעציעלירט זיך אין קאכן די סארט פלייש, און דערנאך גיין צום רב בעטן א הכשר דערויף, און ווען די רב ערקלערט אים אז די סארט פלייש ווער אנגערופן אין די תורה 'חזיר' און דאס טארן מיר נישט עסן. וועט מען אויך אזוי פארפירן געגן די רבנים היתכן: א מענטש האט אינוועסטירט מיליונען, און זיי קומען ארויס מיט אן איסור אזוי קאלט בליטיג????

ר' איד! פאר איר ווילט נעמען א געוויסע פלייש צו פארקויפן, גייט אריין צום רב, זאג אים 'אלע' דיינע פלענער, הער אויס וואס ער זאגט, אויב באשטעטיג דאס דער רב, דאן קענסטו גיין ווייטער מיט דיינע פלענער. און אויב נישט, זיכט א אנדערע דזשאב.

די גאנצע געדאנק פון אן איסור איז א אפגעפרעגטע זאך, די רב דארף האלטן אין איין ארויסגעבן איסורים???
אויב רבנים געבן ארויס אן איסור אויף א זאך, טוהן זיי דאס 'בלויז' פאר דיין טובה, פאר זיי ברענגט דאס נישט קיין כבוד.

א זאך וואס האט נישט קיין הכשר איז אפגעפרעגט.
די תורה האט ביי אונז די שטערקסע ווארט.
די תורה דארף דיר נישט אסר'ן, די תורה דארף די מתר'ן.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4964
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג יוני 16, 2019 3:10 pm

מחשב האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:אן צו דיסקוסירן וואס ליגט אונטער'ן קול קורא. (באמת: אני לכשעצמי האב שווער פארדייעט די איסור חול המועד אויף שירים ושיעורים)

כהיום הזה, ווען ס'איז במציאות ערשינען א קלאר און דייטליכע בריוו פון בערך 2 מנינים רבנים חשובים פון אונזערע היימישע קרייזן, וואס אסר'ט בפירוש קאנצערטן ודומיהן

פאסט עס פאר אונזער וועלטל, וואס שטייט ברום המעלה אין הינזיכטן פון כשרות און ערליכקייט, צו האבן אן אשכול פון א "קאנצערט פאר'ן חסידישן עולם"?

הייסט דאס נישט אריינגעפיפן אין אונזערע אייגענע מנהיגי העדות?



סיז קיינמאל נישט געווען קיין אישו מיט אשכולות איבער זאכן וואס זענען גע'אסרט, נארמאלע מענטשן פארנעמען צו הערן אז ס'גייט זיין א קאנצערט און איך גיי נישט ווייל מיין רבי האטעס גע'אסרט...


איי עם סארי פאר מיין נארישע משל, אבער וואס וואלט געווען די ריאקציע ווען איך וואלט געעפנט א אשכול איבער אלע סארטן בשר בחלב גיד הנשה'דיגע רעסעפיס פון די דעלי אראונד די קארנער... קיינער גייט עס אודאי נישט עסן ווייל די תורה לאזט נישט, לאמיר זיך כאטש פארשטעלן די גוטע טעם דערפון... א גרויל און עקל!! אמת? איז וואס איז חילוק פון דעם ביז א גע'אסר'טע קאנצערט? ווייל צו דעם האסטו א געפיל און שעצונג אפילו עס איז אסור, משא"כ די טריפות איז ביי דיר פאר'מיאוס'ט.

די פוינט איז, אז צו א גע'אסר'טע זאך דארף נישט זיין קיין שעצונג, און עס דארף נישט ווערן אויסגעלויבט. קענסט עפענען א אשכול מוחה צו זיין דערויף... (מחאות איז נישט ערלויבט.. כ'ווייס... כ'מאך נאר א ווערטעל..)

ס'איז נאר געווארן געאסערט דורך די וויליאמסבורגע דיינים... לכאורה די ב"פ רבנים און דיינים ווילן נישט ארויסקומען מיט א איסור.
דעריבער מין ארימע מיינוג איז אז ס'איז נישט קיין פראבלעם אזא אשכול, אבער ס'איז יא א פראבלעם פאר די היימישע עולם צו גיין אהין.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

מחשב
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג יוני 16, 2019 3:41 pm

ס'איז נישט קיין פראבלעם פאר די וואס פאלגן די בארא פארק'ע דיינים וואס דו "ווייסט" אז זיי זענען נישט דערקעגן.

נ.ב. מיר פערזענליך 'שטערט' ליידער נישט אזוי שטארק דער אשכול כאטש בשיטה מיין איך אז עס איז נישט ריכטיג. (ווי לאנג מ'קען דאס דעבאטירן...).
הוי מחשב...

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6637
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג יולי 14, 2019 9:49 am

א גריוסן שכח

אוועטאר
שמארטיקל
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm

תגובהדורך שמארטיקל » זונטאג יולי 14, 2019 10:32 am

moishy56 האט געשריבן:א גריוסן שכח

וואס ווען ווי ווער
???

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » דינסטאג יולי 16, 2019 12:18 pm

סאלד אוט שאו.

האב איך גערופן נעכטן נאכט און געוואלט קויפן א טיקעט, אבער אלעס איז אויספארקויפט.

אור
שר האלף
תגובות: 1935
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דינסטאג יולי 16, 2019 12:23 pm

גראמער האט געשריבן:האב איך גערופן נעכטן נאכט און געוואלט קויפן א טיקעט, אבער אלעס איז אויספארקויפט.
וויפיל זיצן ?

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » דינסטאג יולי 16, 2019 12:38 pm

אור האט געשריבן:
גראמער האט געשריבן:האב איך גערופן נעכטן נאכט און געוואלט קויפן א טיקעט, אבער אלעס איז אויספארקויפט.
וויפיל זיצן ?


ווייס איך נישט, וועט מען מוזן הערן נאך די שאו.

אבער אויף די טעלעפאון האבן זיי מיר געזאגט אז איך בין נישט די איינציגסטע, נאר ער וואלט געקענט פארקויפן נאך הונדרעטער טיקטעס אין די לעצטע טאג.

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דינסטאג יולי 16, 2019 12:55 pm

מ'דארף טוישן דעם קעפל געצילט צום מאדערן חסידישן עולם. קענסט א חסידישע איד וואס גייט?

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » דינסטאג יולי 16, 2019 2:14 pm

נאנט צו טויזענט חסידישע אידן וועלן זיך היינט באטיילינגען ביי די גאר רייכע נאכט איך האב שוין איינגעהאנדעלט מיין טיקעט איך בין גרייט פאר די נאכט!!!!

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » דינסטאג יולי 16, 2019 2:15 pm

נעכטן האט געשריבן:מ'דארף טוישן דעם קעפל געצילט צום מאדערן חסידישן עולם. קענסט א חסידישע איד וואס גייט?

איך קען אסאך היימישע חסידישע אידן וואס גייען

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » דינסטאג יולי 16, 2019 2:20 pm

מען רעדט דא פין א נאכט וואס איז שוין לאנג אדער גאר קיינמאל געווען נאר פאר מענער אין מיט די גרעסטע ריזן בעולם הנגינה אנגעפאנגען מיט די מלך המנגנים מלך הבדחנים מלך הקאמפזיצע ליפא שמעלצער אין די בארימטע זינגער בערי וועבער אין די הארציגע בעל מנגן פין ארץ ישראל מאטי שטיינמאץ די שטערקסטע קווייער בדורנו שירה אין די בארימטע קאמציזער ארי הילל די שטערקסטע משמחים לאנגזאם אין פעלדמאן אין די בארימטע פרייליך בענד!!!!! רבותי עס קומט א נאכט

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דינסטאג יולי 16, 2019 2:21 pm

מיינסט thank you hashem חסידישע אידן? כ'רעד נישט פון זיי.

האקט

שנלר
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

תגובהדורך שנלר » דינסטאג יולי 16, 2019 2:24 pm

נעכטן האט געשריבן:מיינסט thank you hashem חסידישע אידן? כ'רעד נישט פון זיי.

האקט


קומסט אריין שטארק!

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » דינסטאג יולי 16, 2019 2:27 pm

איך רעדט נישט פין די אנגעגעסענע חסידישע אידן וואס האבן קריטיק אויף יעדע זאך דא רעדט מען פין די פרייליכע חסידישע עולם וואס קיקען מיט א גיט אויג אויף אלעס אין נישט יעדע טאג שטייט זיי עפעס אנדערש אין וועג

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » דינסטאג יולי 16, 2019 2:28 pm

די נאכט איז אויסדריקלעך נישט געמאכט פאר דיר קום נישט ברענג נישט אריין די עצבות אין טרויער דארט

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דינסטאג יולי 16, 2019 2:47 pm

יישר כח באשעפער האט געשריבן:איך רעדט נישט פין די אנגעגעסענע חסידישע אידן וואס האבן קריטיק אויף יעדע זאך דא רעדט מען פין די פרייליכע חסידישע עולם וואס קיקען מיט א גיט אויג אויף אלעס אין נישט יעדע טאג שטייט זיי עפעס אנדערש אין וועג


wow wow
איר קומט אריין Full of life מיט א געוואלדיגע קלארקייט און געשמאק אין אידישקייט.

בד״וו בין איך נייגעריג וואס פאר א זאכן שטייט אין וועג פאר די ״אנגעגעסענע חסידישע אידן״ און נישט פאר די ״די פרייליכע חסידישע עולם״ וועם איר גייט היינט דארטן טרעפן.

א לעכטיגע ביי
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דינסטאג יולי 16, 2019 2:55 pm

שוין.. האט א חסידיש אנגעגעסענע איד אריינגעבאמפט אין א טענק יו השם - סעלבעריטי - סטעיק אנגעגעסענע איד און ס'לעבעדיג :lol:

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » דינסטאג יולי 16, 2019 3:11 pm

דער עולם קלאפט אין וואלט דא, קליטה מידע קיין איין ווארט מיט׳ן צווייטן.

אין אמת׳ן די חסידישע ספרים זענען פארנומען אז מען זאל אנקוקן אנדערע פאזעטיוו, און דאס איז די פארקערטע וואס מען זעהט דא פון די ״היימישע חסידישע עולם״...

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » דינסטאג יולי 16, 2019 3:15 pm

איך זעה נישט וואס א חסידישער אינגערמאן זאל האבן א פראבלעם מיט אזא אווענט. (איך רעד נישט פון בני תורה, וועלכע באלאנגן אויך נישט אויף איי וועלט)

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » דינסטאג יולי 16, 2019 3:25 pm

געלויבט דער הייליגער באשעפער אז איך גיי האבן די זכי' היינט נאכט צו זיצן מיט נאך אסאך היימישע יודן ניין, נישט אלע חסידישע דווקא... און זיין עכט פריילעך און זיך פרייען מיטן אמת'ן שמחה וואס דאס איז "שמחת התורה" ביים טעגליכן שיעור און אויסשרייען נאכאמאל "מודה אני לפניך ה' אלהי ששמת חלקי מיושבי בית המדרש ולא שמת חלקי מיושבי קרנות"
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » דינסטאג יולי 16, 2019 3:53 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:
יישר כח באשעפער האט געשריבן:איך רעדט נישט פין די אנגעגעסענע חסידישע אידן וואס האבן קריטיק אויף יעדע זאך דא רעדט מען פין די פרייליכע חסידישע עולם וואס קיקען מיט א גיט אויג אויף אלעס אין נישט יעדע טאג שטייט זיי עפעס אנדערש אין וועג


wow wow
איר קומט אריין Full of life מיט א געוואלדיגע קלארקייט און געשמאק אין אידישקייט.

בד״וו בין איך נייגעריג וואס פאר א זאכן שטייט אין וועג פאר די ״אנגעגעסענע חסידישע אידן״ און נישט פאר די ״די פרייליכע חסידישע עולם״ וועם איר גייט היינט דארטן טרעפן.

א לעכטיגע ביי

ברוך השם איך בין נישט פין די אנגעגעסענע איז ווייס איך נישט וואס נאך עס באדערט זיי

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » דינסטאג יולי 16, 2019 3:53 pm

;l;p- ;l;p-
גראמער האט געשריבן:דער עולם קלאפט אין וואלט דא, קליטה מידע קיין איין ווארט מיט׳ן צווייטן.

אין אמת׳ן די חסידישע ספרים זענען פארנומען אז מען זאל אנקוקן אנדערע פאזעטיוו, און דאס איז די פארקערטע וואס מען זעהט דא פון די ״היימישע חסידישע עולם״...

;l;p-

מי יעלה
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 11:26 am

תגובהדורך מי יעלה » דינסטאג יולי 16, 2019 7:59 pm

גראמער האט געשריבן:דער עולם קלאפט אין וואלט דא, קליטה מידע קיין איין ווארט מיט׳ן צווייטן.

אין אמת׳ן די חסידישע ספרים זענען פארנומען אז מען זאל אנקוקן אנדערע פאזעטיוו, און דאס איז די פארקערטע וואס מען זעהט דא פון די ״היימישע חסידישע עולם״...


איר ברויכט אויך אנקוקען די "היימישע חסידישע " עולם ווי דו רופסט עס פאזאטיוו !!!!!!!

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » דינסטאג יולי 16, 2019 8:12 pm

Wow אזא נאכט האב איך נאך קיינמאל געהאט זיי האבן אונז נישט אנטוישט עס איז הערליך געשמאק


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט