איטשע האט געשריבן:כ״ג סיון תשע״ט
היינט, 2374 יאר צוריק, שנת ג׳ת״ה ליצירה, האט מען אויפגעהאנגען המן הרשע!
איין מינוט האט מען אים נישט אויפגעהאנגן דעם צווייטן טאג פסח? אין מדרש ווערט געברענגט: ״מֵאַחַר הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה גִּדַּל הַמֶּלֶךְ וגו', עַד וַיִּתְלוּ אֶת הָמָן, שִׁבְעִים פְּסוּקִים, לְתַכְלִית שִׁבְעִים נִתְלָה עַל חֲמִשִּׁים.״ אין מיר זאגן עס אין די יוצרות פ׳ זכור, די לעצטע שורה פאר׳ן סילוק. דאס באצועט זיך אז נאך 70 טעג פונ׳ם ארויסגעבן זיין גזירה, אום יי״ג ניסן, האט מען אים געהאנגן אויפ׳ן פופציגער.
אלזא אויסער וואס מען האט אפגעשיקט די אגרות שניות, הא׳מיר אויך א פיינעם יארצייט.מקור: במדבר רבה פ׳ נשא
היכי תימצא אז מ'זאגט נישט קיין תחנון אין די טאג וואס א רשע איז געשטארבען (לפי המנחת אלעזר)