נייע סידי "פינגערפרינט"

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שבכל
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 12:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבכל »

כא כא כא האט געשריבן:א גריס אייך פון די נעקסט לעוועל....
קענ'ט וועיט פאר די אפקאמינג לעוועל...

כא כא כא
דא בין איך
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דא בין איך »

איטערוויא אויף קול מבשר מיט נמש
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

ב שולם האט געשריבן:קול מבשר זאגעט ביי די עד אז די הכנסה גייט פאר צדקה..(סאו אפשר קען מען עס קויפן מיט מעשר געלט?...)

נוסח רעכניץ
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
ארזון
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 7:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארזון »

איך ווייס נאך נישט גוט ייִדיש ... פאַרגעבן מיר פֿאַר די מיסטייקס
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

אזוי ווי איך האב קריטיקירט דעם אלבוים ברבים. בין איך עס געגאנגען קויפן.
איז אזוי די ניגונים וואס געפעלן מיר גאר שטארק זענען
מה גדלו
למען אחי (דובי דו זינגסט דאך אזוי שיין א ברכה צו מאכען)
עשר מסעות
ניגונים וואס זענען כמעשה אבער מיט די מוזיק מיטן שיינעם זינגער זענען זיי אקעי
צעקו (די ערשטע פאל איז מעסיוו. די צווייטע פאל צו טיפיקל נישט וואס עקספעקטעט אויך אייזיק איז זייער צוקוועטשט אויפן הויעכן פאל)
רעבים
כי יעקב
די איבריגע שוין לאמיר נישט רעדן
נאך א קריטיק מונה. רובי. לאופער. אראנדשירעןן אינגאנצען איין ניגון יעדער. אבער זייער נאמען שרייבט מען כאילו איך ווייס וואס.
שלומי די ביזט זייער גיט. אבער פארשטייסט אז ווען לאופר קומט אריין מיט זיינע פידעלעך מוז מען אויפהייבען די הענט. כהאב ערווארטעט מער פון אים. און פון מונה. איך זעה דאך סאיז געווען געלט.

אבער אויסער דעם איז דא וואס צו הערן
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
ארזון
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 7:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארזון »

איך ווייס נאך נישט גוט ייִדיש ... פאַרגעבן מיר פֿאַר די מיסטייקס
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

אינטערעסאנט אז אין די וואך מאגאזין האבן זיי געהאט פאקטן און ציפערן פון די אלבום ביי זייער וועכענטליכע קאלום, און איינע פון די זאכן איז אז די סידי האט נישט קיין נאמען נאר עס ווערט גערופן פינגערפרינט צוליב די זינגער׳ס אפדרוקן אויף די דעקל.
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

דא בין איך האט געשריבן:איטערוויא אויף קול מבשר מיט נמש
נמש געט א מאך אוועק די באמבע שפעקאלאציע וואס דער עוילם האט דערווארטעט..
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

;l;p-
אור האט געשריבן:
דא בין איך האט געשריבן:איטערוויא אויף קול מבשר מיט נמש
נמש געט א מאך אוועק די באמבע שפעקאלאציע וואס דער עוילם האט דערווארטעט..
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

ארזון האט געשריבן:שלוימי דאסקאל. https://drive.google.com/file/d/10RDxZy ... p=drivesdk
העמער ווארטן אויף ליפא'ן'ס
שבכל
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 12:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבכל »

שיינע ארטיקל אין די מאמענט. איינע פון די זאכן וואס ער שרייבט דארט איז אז מאיר אדלער האט געגעבן די איידיע פון צילייגען נאך א פאל צום ניגון פון ככתוב אין זיין נאמען איז בטעות ארויסגעפאלען פונעם ביכל.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

אור האט געשריבן:
ארזון האט געשריבן:שלוימי דאסקאל. https://drive.google.com/file/d/10RDxZy ... p=drivesdk
העמער ווארטן אויף ליפא'ן'ס

אין מאמענט זאגט ער אז ליפא איז נישט דארט געווען
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

שבכל האט געשריבן:שיינע ארטיקל אין די מאמענט. איינע פון די זאכן וואס ער שרייבט דארט איז אז מאיר אדלער האט געגעבן די איידיע פון צילייגען נאך א פאל צום ניגון פון ככתוב אין זיין נאמען איז בטעות ארויסגעפאלען פונעם ביכל.

אין די סידי איש חסיד זונגען זיי די ניגון מיט 3 פעלער.
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

איך פארשטיי קנאפ צו די מוזיק, אבער איך גיי משוגע פאר די מארקעטינג!
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן »

;l;p-
סארקאזי האט געשריבן:אזוי ווי איך האב קריטיקירט דעם אלבוים ברבים. בין איך עס געגאנגען קויפן.
איז אזוי די ניגונים וואס געפעלן מיר גאר שטארק זענען
מה גדלו
למען אחי (דובי דו זינגסט דאך אזוי שיין א ברכה צו מאכען)
עשר מסעות
ניגונים וואס זענען כמעשה אבער מיט די מוזיק מיטן שיינעם זינגער זענען זיי אקעי
צעקו (די ערשטע פאל איז מעסיוו. די צווייטע פאל צו טיפיקל נישט וואס עקספעקטעט אויך אייזיק איז זייער צוקוועטשט אויפן הויעכן פאל)
רעבים
כי יעקב
די איבריגע שוין לאמיר נישט רעדן
נאך א קריטיק מונה. רובי. לאופער. אראנדשירעןן אינגאנצען איין ניגון יעדער. אבער זייער נאמען שרייבט מען כאילו איך ווייס וואס.
שלומי די ביזט זייער גיט. אבער פארשטייסט אז ווען לאופר קומט אריין מיט זיינע פידעלעך מוז מען אויפהייבען די הענט. כהאב ערווארטעט מער פון אים. און פון מונה. איך זעה דאך סאיז געווען געלט.

אבער אויסער דעם איז דא וואס צו הערן

;l;p- מ 'דארף זיך לערנען פון סארקאזי צו קענען ברבים צוריקציען און אויסקלארן
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

בס"ד

שלום עליכם אייוועלט.
איך האב מיטגעהאלטן דא די משא ומתן איבערן אלבום און געפילט אז ס'דא וואס צוצולייגען. וועל איך דא מיטטיילען מיטן עולם א לענגערע אפהאנדלונג אויפן אלבום מען זאל האבן מער חומר מיט וואס צו וועבן א מיינונג און אויב איינער וועט הנאה דערפון והיה זה שכרי.
און בכלל אפי' פאר די מענטשן אינעם פראיעקט אסאך מאל איז שווער אויפצוכאפן זאכן ווען מען איז דארט [ס'איז צומאל שווער אפצומבינ'ען אייגענע זאכן, ספעציעל ניגונים] איז אפשר גוט צו האבן א דרויסענדיגע בליק.

כולנו
די ערשטע פאל איז פיין געבויט, א שיינעם תנועה. די צווייטע פאל איז אביסל הממ יא. סאיז טאנצעדיג פאר דער וואס האט ליב צו שטיין לעבן באאמבאקס און פילן ווי די הויזן שאקלען זיך, עכ''פ פארן מענטש וואס קוקט אויפן ביעט,אבער די תנועה איז נישט עפעס ספעציעל.
די אינטרא איז פיין ווי אברומי קען.
די געבוי פונעם ערשטן פאל איז דומה צו פינקיס כי לא תשכח [אויף בעריס טעיפ, וואס אברומי האט דארט אויך אהערגעשטעלט א הערליכן אינטרא] מיט דעם וואס די ערשטע פאל איז הויעך געבויט. אבער דארט ביים צווייטען פאל פארט ער נידריגער פונעם ערשטען. ער וואלט דא געקענט פארן אנדערש.
די קווייער דא איז שיין אהערגעשטעלט [ביים אנהייב הויעכן פאל, מען קען עס קוים הערן, זינגט די קווייער מיט, וואס געבט עס די ריכטיגע עפעקט].
פארוואס צום סוף ניגון [3:48] הערט זיך די הויכע אקטיוו פונעם קווייער ווי א טעיפ וואס פארט שנעל, ווייס איך נישט.

רעבים
אזא אינטרא זעהט מען נישט יעדן טאג, און בכלל די מוזיק דא פון שלמה זלמן איז געוואלדיג. די ערשטע פאל איז מיר געפאלן און נאכדערצו ווי שלומי לייגט עס האניג אראפ. די צווייטע פאל האט מען א חלק דערפון שוין געזעהן, אבער אוועראל איז עס שיין.
די קווייער ארעינדזשמענט דא איז להפליא, יואלי מאכט דא אן אויסנאם דזשאב.
לגבי די ווערטער, דערויף מיט תתעטף גראמט ווען מען דרוקט עס די זעלבע, אבער שלומי טוט עס נישט. לכאורה האט מאטי נישט געטראכט ער וועט עס אזוי זינגען.

כח
די התחלה איז גוט ,אייגנארטיג. די צווייטע פאל איז שוין יא מער ידוע'דיגע תנועות.
זושא מאכט א גוטע ארבעט מיטן אינטרא און מוזיק .

אמת
אקעי, דעי ניגון איז א קאלער ניגון. דאס איז ארויפגעלייגט געווארען אויפן דיסק פאר דעם אויפגאבע צוצולייגען נאך קאלער און געמיש צום אלבום. טא ווי קען די אויער פארנעמען א דיסק נאר מיט צוויי אדער דריי סטיילס.
א פשוט'ן ניגון מיט באוואוסטע תנועות וואס איז אביסל ארום געטוישט געווארן. די ערשטע פאל איז יא עפעס דיפרענט,דעם דבר סינדרום, עפעס חידוש. סאיז אויך פיין געבויט מיטן לעולם ועד ביים ערשטן און צווייטען פאל. אבער ווי געזאגט,א טיפישן פשוטן פרייליך ניגון.
די אינטרא איז גאר פיין נאך שטערקער פונעם ניגון. די קלארינעט שטיקל אינמיטען לייגט צו אסאך פרישקייט, ווי נפתלי משה זאל צושטימען אז סאיז א קאלער ניגון זאל מען עס אויסנוצען ביזן סוף.

צעקו
גאנץ חידושדיג. ביים ערשטן פאל קומט ער אזוי צוריק פיר מאל צום זעלבען נאט, צעקו' והשם' שמע' הצילם', וואס אגב ער טוט עס נאך א מאל אינעם אלבום,איש' איש בער' ידע' קומט ער אויך צוריק צום זעלבען נאט.
די צווייטע פאל האט אביסל שוין געהערטע תנועות אבער נאכאלץ שיין. א שטיקל פראבלעם דא איז אז ער האט עס געמאכט אויף אביסל צו א הויכן טאן. אז ער וויל מען זאל עס קענען איבערזינגען וואלט ער עס געדארפט בויען אביסל נידריגער [מאן יאמר זה רצונו, אפשר האט ער סתם געוואלט ליהנות בני אדם מיטן הערן] די אינטרא איז נישט ניי איגאנצען. אבער די ארעינדזשמענט פון שלמה זלמן איז פיין ספעציעל ביים צווייטן פאל ווען ער מאכט גענצליך נייע קארדס וואס מען האט נישט געהערט פריער אינעם ניגון, ער מאכט אויך גאר א פיין דזשאב ביים פיאנא דארט.
פאר אינטערסאנטקייט, כמה פעמים אינעם דיסק וואס ער דאפעלט די תנועה, קרוב קרוב, רעבים רעבים, ככתוב על יד נביאיך,כה אמר כה אמר השם,על הראשונים ועל האחרונים.

כה אמר
די ערשטע פאל איז מוזיקאליש זייער שיין געבויט [בכלל די אלבום איז גוט געבויטע ניגונים אפשר א חלק איביסל באוואוסטע תנועות אבער צוזאמצושטעלן באוואסטע תנועות דארף מען קענען]
די צווייטע פאל האט אפאר 'איך קען עס פון ערגעץ' תנועה'לעך, אבער ווי געזאגט, שטארק און שיין געבויט.
דאכט זיך מיר אז זאנוויל קומט אריין א טראפעלע שטילער ווי די מוזיק.
מענדי קומט אריין הערליך, גאר שיין אראנדזשירט, דערצו א שיינע פיינעלי מיטן עלעקטריק גיטאר.
פון אונטען הערט זיך א שטימע ווער דאס איז ווייס איך נישט, מעגליך באדאנסקי גאר.
אוועראל א שיינע געשמאקע ניגון.

מה גדלו
דא איז דא נגיעות – איך מיין, איך האב א נגיעה. דאס איז מיין באליבסטע ניגון פונעם אלבום [ געזעהן די וואך אין מאמענט אז די מחבר האלט אויך אזוי]. הערליך, ווארעם,הארציג, גוט געבויט איך האב הנאה געהאט פונעם זאת ביים צווייטעו פאל. ביים צווייטען מאל קומט מען אן אהין די זעלבע ווי ביים ערשטן מאל און הערשט שפעטער פארט ער אראפ.
מענדיס ארעינדזשמענטס דא זענען גאלד. הערליכע שטיקער מוזיק.

כל ימי
ס'מיר צופאלן מיין פריערדיגע השערה אז אמת איז געלייגט געווארן אלס קאלער ווען איך בין אנגעקומען צו דעם ניגון.
דא איז דאך שוין דא א פרייליך וואס דארף מען נאך? ער האט בעצם דא אויך צוויי אאמפאהס כאטש וואס איינס איז א טראפעלע שנעלער פונעם צווייטען. קוקט אויס מען מאכט א סאלאט נאר מיט וואס מען האט.
דער ניגון אליינס איז נישט ווער ווייסט וואס, גאנץ פלעין – עכפ די ערשטע צוויי פעלער. די דריטע פאל ברענגט יא פרישקייט מיט זיך כאטשיג אביסעלע אינטערסאנט א גאנצע פאל פון בלויז דריי ווערטער.
אבער, א ניגון וואס איז געבויט לויטן י-ק-ו-ק פארמולע [א פיר פעלעריגע ניגון וואס די צווייטע פאל חזר'ט זיך איבער נאכן דריטן פאל] דארף די צווייטע פאל שטימען סיי נאכן ערשטן פאל און אויך נאכן דריטען, און דא כנראה שטימט עס מיטן ערשטען אבער נאכן דריטען פארט עס עפעס נישט כדבעי – געפלאסן. דאס איז שוין א שטערקערע חסרון, דאס א חסרון אין געבוי. [לעני''ד וואלט ער עס געדארפט לאזן א דריי פעלעריגע ניגון, און נישט צוריקקומען צום צווייטען פאל נאכאמאל]
די ארעינדזשמענט ביי 2:37 ווייס איך נישט ווי סקומט אריין.

כי יעקב
דא שפרייט איך אויס דעם רויטן קארפעט. דאס איז א ריכטיגע ניגון,בעסער געזאגט דאס איז א ניגון. געוואלדיג געבויט, הערליכע מעלאדיע, טייטשט אפ די ווערטער, איי ישראל ישראל ישראל, אה א לעכטיגע ניגון. פילט ווי אן אלטגעזעצענעם קאמפעזיטאר האט דעס באשאפען.
בני ברענגט דאך ארויס אלעס. אלעס וואס דעי ניגון האט פארצושטעלן האט ער ארויסגעברענגט,זינגט מיט אזא מתיקות צום באוואונדערן. בני'ס כאראקטער מיטן חבד'סקען געשמאק שפיגעלט זיך אפ דא.
משה לאפער'ס אראנדזשירינגען זענען נאר דא צוצולייגען באגלייטען און פארשענערען דעם עיקר אן זיך אליינס ארויסצושטעלן. מוזיקס תפקיד לכתחילה. די זעלבע האט ער דא געטאן. דערצו האט ער געמאכט א שיינעם אלגריטם פון פלוט ברעס און סטרינגס מיט וואס ער לויפט דורכאויסען ניגון.
ביים אינטרא נוצט ער אביסל באוואוסטע תנועות.
אן אינטערסאנטע זאך וואס מען טרעפט אויף דעם אלבום ואס אנדערע האבן שוין באטאנט, אז די ניגונים זענען ווי געגאסן פאר די בעלי מנגנים, די שדכן דא דארף גרויס קרעדיט.[דאכט זיך מיר אז לוי וואלט דא אויך געקענט אריינקומען גאנץ קלאר]

למען אחי
שיין, וואויל, גרינג פארן אויער אויפצוכאפן ביים ערשטן מאל,וואס דאס איז די פשט פון די מאמענטום וואס עס טראגט [די סטאטיסטיק ווייזט אז גאר אסאך ניגונים די ערשטע מאל די מח הערט עס רידזשעקט ער עס מחמת פרעמדקייט און ווען מען הערט עס איבער אפאר מאל שווימט עס ארויף אויפן אויבערפלאך און זעצט זיך]
זייער א שיין געבויטן ניגון [למען בית מיט שאלו גראמען – איך מיין, די תנועות פארן פאראלעל]. דער בחילך ביים הויעכען פאל די צווייטע מאל בין איך געווען אביסל צומישט ווי אזוי די ריכטיגע וועג גייט און וואס איז די שטיק, למעשה האב איך איינגעזען אז די ריכטיגע וועג גייט ווי אזוי עס ווערט געזינגען, וואס איז א שטארקע חידוש.
נישטא וואס צו רעדן דער דובי האט א שטארק יוניק שטימע, ער זינגט מיט די גאנצע אמת.

יש מנהיג
נתת שמחה בלבי, ליפא שיקט מתנות. ער שיקט שטראלן, רבותי איך בין צוריק עטס וועטס קענען נאכאמאל הנאה האבן פון מיינע ווערק. אנגעהויבן פון דעם משונה'דיגן פאעטישן ניגון שרוליק און יעצט מיטן יש מנהיג. די קאמפאזיציע, ווערטער, גראמען, איין שטיק חידוש. קורת רוח ממש. די וועג ווי אזוי ער זינגט איז דאך אויסערגעווענליך,און די גראמען כל ערליי - מחי, און די געדאנק פון שטויב – לויב ועוד זענען ריינע דייעמאנטען.
און יעצט צום מוזיק. רובי האט מיך און יעדעם געכאפט אין סורפרייז. די גאנצע ארעינדזשמענט דא איז א דיפרענט שניט געגאסן פאר דעם ניגון, א wow אררעינדזשמענט זיך צו באלעקן די פינגער. און די קווייער דא איז אויך אייזן.
ס'האט זיך מיר אריינגעכאפט א מחשבה'לע אז אפשר איז עס אזוי באליבט נאר וועגן די נאמען.
די פאקט איז אז איינמאל מען האט א נאמען האט מען א גרין לייט פאר די ניגונים נישט קיין חילוק אויף וועלכען קאליבאר דאס איז. געוויסע קאמפאזיציעס וואס קומען היינט ארויס ווען עס וואלט גע'טעג'ט געווארן אויף דעם א באוואסטע נאמען, וואלט עס געווארן א היט איבערנאכט. ס'ליגט אינעם סובקאנטשעס פונעם מענטש אז דא קומט א גוטן ניגון. איך זאג נישט,זיי פארדינען זייער נאמען אין גרויסן, אבער צומאל ווען זיי לייגן נישט אריין אסאך ארבעט, וועט עס נאכאלץ ווערן אנגענומען ביים המון.
וועגן דעם איז טאקע אזוי שווער זיך אריינצובאקומען אינעם מארקעט [מען קען פרעגן שוין היינט באוואוסטע קאמפאזיטירער, הקשיים בתחילת דרכם] און ס'ליגט טאקע די אויפגאבע אויף פראדוסערס צו דערשפירען טאלאנט, אנע נעמען. [ויזכר איש לטובה, ר' נפתלי משה וואס צייכענט זיך אויס אין דעם].
אבער ניין. סאיז גאר א גוטן ניגון. אפשר די ענטוזיאזעם קומט פון דעם וואס ליפא האט געמאכט די ניגון. אבער ס'נעמט נישט אוועק די פאקט אז ס'איז אן אויסערגעווענליכע ליד.
ס'איז טאקע נישט געמאכט געווארן פאר דעם, אבער מען וואלט עס געמעגט נוצן אויף חתונות,ס'איז א גוטע הארא ניגון.

עשר מסעות
[בערי שפילט זיך מיטן 'עשר' איינמאל ליטוויש און איינמאל חסידיש. פארוואס ער טוט עס? אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממני].
די ניגון איז דומה צום שכינה וואס איז געפארן העכער און העכער, די ערשטע פאל איז מער א טיפיקל, די צווייטע האט שוין מער א מהלך א פעטערן למזבח - להר, די דריטע פאל איז שוין א הערליכע פאל מיט א זיסע לכאורה אומבאמערקטע חידוש – 'עלתה וישבה' הערט זיך ווי איכה..
און נאכדעם קומט די פינעקעל. די השיבנו שטיקל איז א מעסטערפיעס. ס'דינט א צווייפאכיגע אויפגאבע, א פיינעלי צום ניגון און צום אלבום. ס'וואלט נישט געקענט זיין א שענערע פיינעלי פארן סידי ווי מיטן פסוק השיבנו הד' אליך, און נאכדערצו אז סהאט זוכה געווען צו די הפלא ופלא'דיגען מוזיק און קוויייער ארראנדזשירונג פון מונה [מען קען שפרינגען פון בענקל ביי 1:13 ווי ער שפילט זיך מיט סקעילס ווי ביים טאטן אין וויינגארטן].

לסיום, לדעתי איז די סדר הניגונים מיט א בליק אויפן גאנצען ניגון לויטן קאמפאזיציע שטאנדפונט, אזוי [בעסער צו שוואכער]:

1. כי יעקב
2.יש מנהיג
3.מה גדלו
4.עשר מסעות
5.למען אחי
6.כה אמר
7.רעבים
8.צעקו
9.כולנו
10.כח
11.אמת
12.כל ימי

צום שלוס, מען זעהט אז ער איז נאך אן amateur [שטיקל נייער] אינעם קאמפאזיציע פעלד, אבער די טאלאנט האט ער שטארק, און קען נאך אסאך פאראויסגיין.
עלה והצלח.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
שנעלקע
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 8:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלקע »

כינור האט געשריבן:בס"ד


וואאאאאאאףףףףףףף

פאר אזא אנאליז קומט זיך אייך א מעדאל.
א כינור זאל נעמען די צייט אין מי אראפ צי שרייבען אזא לענגערע מיינוג אויף יעדען ניגון באזונדער הייב איך מיינע הענט. איך גיי נישט אריין יעצט צי איך אגרי צי נישט אבער כל הכבוד לך.
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:דערווייל בינעך נאכניש גרייט אויף קיין פול ריוויא, אבער כאב אויסגעהערט די סידי 4 מאל, און דאס איז דערווייל מיין אימפרעשן...

אי"ה ביים ארויספארן נאכאמאל אין קאנטרי האפעך עס איבערצוהערן נאך אפאר מאל, דאס לשם ריוויא
[/b]!



וויאזוי איז געווען די וועג?

געהאט טרעיפיק?
פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

יעצט געהערט די ערשטע מאל
איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'האט דורכגעלאזט די ניגון אמת
אינמיטן זאגט ער ארויס אלקינו מיטן ה'
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ס'פשט פונדע קעפל: נייע סידי פינגערפרינט ערשיינט קומענדיגע וואך...........
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:ס'פשט פונדע קעפל: נייע סידי פינגערפרינט ערשיינט קומענדיגע וואך...........

פארראכטן
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

געלעגער האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:ס'פשט פונדע קעפל: נייע סידי פינגערפרינט ערשיינט קומענדיגע וואך...........

פארראכטן

לייג שוין צו א 'נון' אויך
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

פעטער שמואל האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:ס'פשט פונדע קעפל: נייע סידי פינגערפרינט ערשיינט קומענדיגע וואך...........

פארראכטן

לייג שוין צו א 'נון' אויך

נו גוט.
נישט געטשארדזשט עקסטרע
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

נעכטן האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:שרלי ווערדיגער פעלט פון די סעט

ער איז דארט. הער טרעק 4

די האסט טאקע פארמישט שרולי מיט מנחם?
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: נייע סידי "פינגערפרינט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

חיטוטי שכבי איז מותר? די עשר מסעות ניגון, היינט אריינגבאמט דערין, איז א מעסטער פיעס! די ארעינדזשמענטס און קווייער איז נישט נארמאל שיין. בערי זינגט הערליך… די וועג וויאזוי די מוזיק קומט צוריק און פארטיגט די סידי, וואאף
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”