קאנסילמאן האט געשריבן:פליגל האט געשריבן:פליגל האט געשריבן:דער בעזעם טראק איז מעגליך בארעכטיגט צו מאכן א ח-דריי.
ער האט לכאורה יא געוואלט מאכן א ח-דריי, און זיך גערעכנט אז דער טראק גייט זיך אפשטעלן צום רויט לייט.
אויך געטראכט אזוי אז ער האט גערעכענט אז יענער וועט זיך אפשטעלן ביים רויט לייט, אבער נאך אלץ געט עס אים נישט קיין רעכט צו מאכען א איליגעל יו-טורען אין א איין-וועג סטריט, און עס געט אים נישט קיין רעכט נישט צו קוקען אין זיין בליינד ספאט אדייער האט ער פראבירט צו מאכען די דריי, ווען נישט די טראק וואלט דארט געקענט זיין א צווייטער, ער האט געזאלט קוקען בעפאר ער דרייט זיך.
האסט מיר אפשר נישט פארשטאנען.. דער בעזעם טראק איז לכאורה יא בארעכטיגט צו מאכן א ח-דריי, זייערע מאשינען זענען ספעציעל אויסגעשטעלט פאר מאדנע מענאווערס. אסאך מאל ברויכן זיי נאר רייניגן איין בלאק ביידע זייטן אנשטאט עטליכע גאסן איין זייט. אזא פאל ברויך ער מאכן אזא דריי.
עס גיבט אים נישט רעכט צו נישט קוקן אינעם שפיגל, אבער עס'ז שטארק מסתבר אז ער האט געזען דעם טראק איידער'ן אנהויבן דעם דריי און פארשטאנען אז יענער האט זיך זיכער זיך אפגעשטעלט..
דער'ז אבער באגאנגען א מיאוס'ן טעות.
1. דער טראק איז א גארביטש טראק און דער וואלט געברויכט בעסער וויסן ווי שטארק זיי האבן מיט די רויט לייטס איינגעשטויסן...
2. אפילו ס'יז נישט קיין גארביטש טראק האט ער דאך אבער נישט געזען דעם גארביטש טראק שטיין בלייבן, און האט זיך נאר פארגעשטעלט אז יענער גייט זיך אפשטעלן, און אויף דעם סמך געפארן, דאס'ז א ריזיגער טעות אין מנהגי הדרייווינג.
דאס'ז טאקע א לעססאן פאר אלעמען, מען טוט נישט א מאוו ביז מען ווייסט אז עס'ז 100% פריי.