פארווייטאגט האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן: ער איז דא צו העלפן דער לענדלארד
זייער גוט געזאגט.
און אט דאס האבן אונזער רבי'ס גערופן מיט'ן איידעלע נאמען "מייקרי שער" אדער "מפקיעי שערים", און די זכות זאל זיי ביישטיין בזה ובבא, און פאר אלע נאכפאלגער.
אויך דאס איז פארוואס ווי אונז הייליגער אידען קומען ווערט אוטומאטיש געהויבן פרייזן, דערנאך זינגט מען סופליי ענד דימענד ניגון, וואס באמת האט עס גארנישט מיט סופליי אדער דימענד, נאר מיט אזעלכע הייליגער מייקרי שער וואס אונזער רבי'ס האבן שוין דערמאנט, וואס זענען נעבאך נאר דא צו העלפן.... יא יא....
אולי אויב "אונזערע רבי'ס" הייסן "פארווייטאגט".
מפקיעי שערים זענען ווען מענטשן טוען געוויסע פעולות (לימיטן סופליי וכדו', אדער מאנאפאליסטישע זאכן ווי זיך אפשמועסן מיט אנדערע סופלייערס אז קיינער זאל נישט געבן אונטער א געוויסע פרייז) און הייבן דער יעצטיגער נארמאלער פרייז (און דער פאקט אז עס איז טייער מאכט עס נישט אויס נארמאל) מיט א גרויסע פערצענט (ביסיידס די פוינט איז עס נאר פאר געזאגט געווארן אויף וויכטיגע צרכים - צרכי אוכל נפש - און ווען איינער וויל דייקא קויפן אן אייז קרעים מיט גאלדענע שטויב ברעקלעך אין זיך הייסט נישט דער סוחר א מייקר שער סייוועלכע פרייז ער זאל נאר בעטן.)
פארקויפן/פארדינגען עפעס פאר פעיר מארקעט וועליו (יא יא, דיין אזוי פארהאסטער "סופליי ענד דימענד") האט דערמיט קיין שייכות.
קרייסלער האט געשריבן:לענ״ד שטעלט דער אגענט צו א סערוויס פאר ביידן דער שוכר און דער משכיר, יעצט וויפיל ער זאל טשארזשן פאר זיין סערוויס ווייס איך נישט אבער עס זאל ווערן צעטיילט צווישן ביידע. נישטא קיין שום סברא אז בלויז דער טענעט זאל עס באצטאלן
קען זיין. און אויב דער אגענט איז מחליט אז אים איז וויכטיג צו באקומען דער דיעל און ער ווייסט דער (געוויסע) לענדלארד גייט אים אפשר נישט צאלן מעג ער נישט מוחל זיין אז ער דארף נישט דער לענדלארד זאל אים צאלן? (און בכלל, ווער זאגט דען אז ער בעט נישט פונעם לענדלארד אויך?...)
איי מיען, דו קענסט דאך נישט איינטיילן פאר א סוחר וויאזוי ער זאל מאכן זיינע חשבונות פאר וועמען ער זאל צושטעלן סערוויסעס און פאר וועמען ער זאל בעטן מער אדער ווייניגער געלט.