גזירת החינוך ענגלאנד

אחראי: יאנאש

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 4:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקס און ניינציגער »

על גזירת החינוך בענגלאנד - מדער איד.jpeg
על גזירת החינוך בענגלאנד - מדער איד.jpeg (376.44 KiB) געזען 3851 מאל
טעיק איט איזי
אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 4:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקס און ניינציגער »

0001.jpg
0001.jpg (737.49 KiB) געזען 3635 מאל
0002.jpg
0002.jpg (749.12 KiB) געזען 3635 מאל
0003.jpg
0003.jpg (601.9 KiB) געזען 3635 מאל
טעיק איט איזי
Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tahares hakodesh »

די מעשה איז אזוי, עס איז דא יומעניזם, און עס איז דא יומענזם אינפלאענס. אינפלאענס איז נישט אפען כפירה, נאר א מהלך המחשבהת אזויווי זיין אבדזעקטיוו, זיין אפען צו אנדערע קולטורן וכו. די אמתע וועג דארף זיין לענדז צו זאגן זירא פאר צוויי סיבות, איינס ווייל די סוף ציל פון די חינוך איז כפירה ממילא איז איעדע האר ערקתא דמסני. און צווייטנן ווייל אין יעדע זאך וואס זיי הייסן ליגט רעיונות פון יומען סופיריערשיפ רמל.
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

זייענדיג א לאנדאנער איינוואוינער און האבןדיג אביסל דורך געטהון די גיידענס פון די נייע גזירות, קען איך נישט פארשטיין ווי אזוי דער לאנדאנער אידענטום איז אזוי שטיל, לדעתי וואלט מען געדארפט אויפשטורמען א וועלט גוזר תענית זיין אין ארויסגיין אויף די גאסן און אויסשרייען א וויי געשריי אז די ענגלישע גאווערמענט אינטערדרוקט רעליגיע ווי קאמיניזום בשעתו אונטערן שלייער פון גלייכ[אום]בארעכטיגונג! אזוי ווי די מוזלומענער טוען און אויפשאקלען די גוישע גאס איבער די אומבארעכטיגטע אונטערדרוקונג אויף רעליגיע.
עס איז א הימל שרייענדע מצב און דער עולם שלאפט/ווערט איינגעשלעפט! עס דערמאנט פון די אונגארישע אידן וואס האבן נישט געגלייבט אז די מלחמה וועט אנקומען אהין און ווען זיי האבן זיך געכאפט איז שוין געווען צו שפעט.
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

מי כעמך האט געשריבן:זייענדיג א לאנדאנער איינוואוינער און האבןדיג אביסל דורך געטהון די גיידענס פון די נייע גזירות, קען איך נישט פארשטיין ווי אזוי דער לאנדאנער אידענטום איז אזוי שטיל, לדעתי וואלט מען געדארפט אויפשטורמען א וועלט גוזר תענית זיין אין ארויסגיין אויף די גאסן און אויסשרייען א וויי געשריי אז די ענגלישע גאווערמענט אינטערדרוקט רעליגיע ווי קאמיניזום בשעתו אונטערן שלייער פון גלייכ[אום]בארעכטיגונג! אזוי ווי די מוזלומענער טוען און אויפשאקלען די גוישע גאס איבער די אומבארעכטיגטע אונטערדרוקונג אויף רעליגיע.

איז די גאנצע גזירה נאר אז זיי גײען מער נישט געבן קײן געלט אױב מ׳לערנט נישט די זאכן? אדער עפּעס מער פון דעם?
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

געלט איז בכלל נישט קיין אישו דא, אפילו די וואס נעמען נישט קיין געלט זענען מחויב צו לערנען די אלע זאכן.
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אחראי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחראי »

ביטע האלטן דאס פלאץ זויבער
א דאנק
האחראי בשם כל הקהל הקודש
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

מי כעמך האט געשריבן:געלט איז בכלל נישט קיין אישו דא, אפילו די וואס נעמען נישט קיין געלט זענען מחויב צו לערנען די אלע זאכן.

װיאזוי קענען זײ צװינגען עפּעס,געהערט האבּ איך אז מ׳קען מאכן אנשטאט א School א Learning club עפּעס אזוי ,איז עס אמת?
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

ווי אזוי קענען זיי צווינגען צו צאלן טעקס?
אויב פאלגסטו נישט פארמאכן זיי דיין מוסד.
געוויסע מוסדות האבן געטוישט צו home schooling ד.מ. אז מען ווערט educated אינדערהיים דורך די עלטערן אדער דורך א פרייוועט טיטשער נישט און פארם פון א סקול וואס דעמאלטס איז מען נישט אונטערגעווארפן אינטער די געזעצן.
געוויסע טענהן אז דאס איז נישט קיין לאנג טערמיניגע סעלושען וויבאלד די גאווערמענט האט שוין געזאגט אדער מרמז געווען אז זיי גייען אנהייבן שטרענגער צו קאנטראלירן home schooling, איך בין נישט באקאנט אין דער חלק.
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
ר' יענקי
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2016 8:13 am
לאקאציע: צו דיין רעכטע האנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יענקי »

עס איז זייער א ברייטע נושא די אלע גזירות גלאבאל, און איך וועל פראבירן צו אראפלייגן די מצב מיין קוק ווינקל, וה' שפתי יפתח.

בעת בריאת העולם זענען באשאפן געווארן טוב ורע, און עס האט זיך אנגעפאנגען די שווערע מלחמה בין קודש לחול, בין אור לחושך, ווען די צד הקדושה זוכט צו אנדעקן די באהאלטענע מלכות הבורא אויפן וועלט, און די צד שכנגד די סט''א פראבירט מיט אלע כוחות צו צוברעכן דעם כבוד שמים, זייט דעמאל'ס פראבירט די סט''א אין יעדן דור ודור מיט אנדערע מיני נסיונות צו אראפשלעפן און פארדרייען די אידישע קינדער אז זיי זאלן פארגעסן זייער אמת'דיגע ציל פון ממליך זיין דעם בורא עולם, און פראבירט צו ארבעטן ביי יעדן אידישע זעלנער אינעם אייבערשטנ'ס ארמיי אויף יעדע טריט און שריט.

דאס איז אלעס בפרטיות, אבער בכלליות פראבירט די סט''א אין יעדן דור מיט א פרישע מין צוגאנג און נסיון צו אפרייסן די אידן פון די בורא עולם, {מיר רעדן נישט דא פון השמדות דוקא, נאר פון גזירות אויף עקירת הדת} און ליידער ליידער איז אים נאך יעדע מאל געלונגען ביז א געוויסע פראצענט, ולדוגמא: קרייץ ציגלער, שפאניע, און ווי באוואוסט ביי די פארשאלטענע "השכלה" וואס האט ליידער געקאסט א טייערע פרייז פאר אונזער מיליטער, אראפ-פירנדיג פונעם אידישן וועג טויזענטער אידן "יראים ושלמים" וואס האבן נישט אנערקענט די פראבלעמען וואס די פארנאטישע רבנים האבן געזען אין אריינריקן די שטענדער פונעם בעל תפילה אינמיטן שול, אדער אין אריינברענגען מוזיק ביים דאווענען עס זאל זיין א געשמאקע קומזיץ וואס די שוואכערע עלעמענט זאל הנאה האבן, און בשעת מעשה האט מען אפילו נישט געכאפט אז מ'איז אין אזא גורל'דיגע שעה, און אז די קווענקלענישן און נסיונות וועט נאך ווערן איין טאג אנגערופן מיט א עקסטערע נאמען "תקופת ההשכלה", אבער דאס איז דאך טייטש פון א נסיון אז מזעט נישט די קלארע בילד ביז נאכדעם.

די זעלבע זאך איז געווען ביי די נסיון פון "קאמעניז"ם", ווען רוב האבן נישט געזען אז די איינציגסטע וועג פון אנהאלטן די אידישקייט ביי זיך און די דורות איז דורך מסירת נפש, טראכטנדיג אז מ'מוז דאך און סאיז א סכנה, פיקוח נפש, אא''וו. און די אמת איז ליידער טאקע אזוי געווען, זיי האבן גע'רצח'עט און געפייניגט, אבער צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז נאר די וועלכע זענען געגאנגען און געפאלגט ווייטער די שלחן ערוך מיט א תמימות און א עזות דקדושה נאר זיי זענען געבליבן {עיין ב"סאבאטע" וב"להישאר יהודי" וכדומ'}, און די איבריגע טויזענטער אדער מיליאנען אידן זענען ליידער אראפ פון וועג ל''ע.

און דאס זעלבע איז געווען ביי די נסיון פון "שמירת שבת אין אמעריקא" פאר הונדערט יאר צוריק, ווען טויזענטער אידן האבן זיך מורה היתר געווען צו גיין שבת נאך א פייערדיגע נשמת צום ארבעט ר''ל, אונז פארשטייען נישט זייערע נסיונות, און מ'איז זיי נישט דן, אבער זייערע אייניקלעך זענען ליידער אסימילירט ר''ל, און עס זענען נאר געבליבן די פארנאטישע אידן וואס האבן געפאלגט די שלחן ערוך מיט ציגעמאכטע אויגן.

[align=center]מורי ורבותי! [/align]
מיר שטייען יעצט אין א נסיון איבעראל ארום די וועלט, אין אמעריקא, ענגלאנד, ארץ ישראל, וועלכע וועט נאך איין טאג ווערן אנגערופן מיטן נאמען "תקופת הדעמעקראטיע" און מוועט צוריק קוקן אויף די דור ווי משוגע די נסיון איז געווען, אז אונטערן נאמען פון דעמעקראטיע וואס דארף צו מיינען אז יעדער קען טון וואס ער וויל, האט מען געצווינגען און גע'רודף'ט די ערליכע אידן צו מחנך זיין זייערע קינדער נגד רצונם!!! הזאת דעמעקראטיע??? אבער דאס איז די מציאות אז אונטערן שלייער פון דעמעקראטיע ווילן זיי צווינגען צו אויסלערנען אלע לימודי חול און נארישקייט פאר תשב''ר שלא טעמו טעם חטא, לאמיר כאטשיג וויסן אז אונז זענען אויפן פראנט אקעגן די סט''א וואס פראבירט מיט זיינע לעצטע כוחות אפצורייסן אונז פונעם בורא עולם בבחינת אין גיבור כמתייאש, און אז אין יארן ארום וועט מען רעדן פון אונז אזוי ווי אונז רעדן און פראבירן צו פארשטיין די השכלה אדער קאמעניזם, ווייל אונז זענען טאקע יעצט אין א שעת מבחן.

יעצט, איך גיי נישט אריין אין די מהלך וואס מען דארף נעמען סיי אין אמעריקא און סיי אין ענגלאנד ווייל דאס געהערט פאר רבנים, איך האב נאר אראפגעלייגט מיין בליק אויפן מציאות, וויאזוי איך קוק עס אן. און יעדער מעג האלטן אנדערש.
אויב דאכט זיך דיר אז דו ביזט דערווייטערט פונעם רבש"ע, עפן בלויז דיינע אויגן וועסטו זען אז דו האסט געלעבט און א טעות!!
אוועטאר
פויגל מילך
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויגל מילך »

יישר כח ר' יענק'ל, זייער אידיש געשריבן און זאכליך.
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

ישר כח ר' יענקי פארן ארויסברענגען די נקודה אזוי קלאר, אבער דאס טאקע איז מיין גרויס וואונדער און ווייטאג פארוואס מפילט נישט ווי עס ברענט מען בארואיגט זיך מיט פאלשע האפענונג ווען ס'איז קלאר אז אפסטעד האט דא א קלארע vision און ענדגילטיגן פלאן אריינצוברענגען די מאדערן ליבעראלישע בריטיש קולטור און אלע רעליגיעזע סקולס און אונז טוישן.
מהערט כמעט נישט דעם וויי געשריי, מדרייט זיך מיט א ענגלישע רואיגקייט און מען כאפט נישט און וואס פארא שעת מבחן וסכנה מען שטייט. בעת וואס די גזירות וואס אונזערע עלטערן האבן מיטגעמאכט האט אפשר נישט אויסגעזעהן דירעקט אנטקעגן אידישקייט איז דער גזירה קלאר געצילט קעגן אונז וואס ווער ס'ליינט עס דורך זעהט עס קלאר און זיי זאגן עס אויך קלאר אז זיי ווייסן אז פאר די אידישע אולטרא ארטאדאקסישע געמיינדע וועט עס זיין זייער שווער.
איך גיי נישט נעמען קיין צד אבער פון מיין פערספעקטיוו איז דא א קול ענות חלושה און ס'איז יתכן אז אפסטעד פילט אז זיי האבן א פאטענטשעל רח''ל
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קיין אהנונג די פאקטן, אבער אמאל דארף מען מתינות און ישוב הדעת
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (207.5 KiB) געזען 2791 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמארע ווארטזאגער »

ר' יענקי האט געשריבן:עס איז זייער א ברייטע נושא די אלע גזירות גלאבאל, און איך וועל פראבירן צו אראפלייגן די מצב מיין קוק ווינקל, וה' שפתי יפתח.

בעת בריאת העולם זענען באשאפן געווארן טוב ורע, און עס האט זיך אנגעפאנגען די שווערע מלחמה בין קודש לחול, בין אור לחושך, ווען די צד הקדושה זוכט צו אנדעקן די באהאלטענע מלכות הבורא אויפן וועלט, און די צד שכנגד די סט''א פראבירט מיט אלע כוחות צו צוברעכן דעם כבוד שמים, זייט דעמאל'ס פראבירט די סט''א אין יעדן דור ודור מיט אנדערע מיני נסיונות צו אראפשלעפן און פארדרייען די אידישע קינדער אז זיי זאלן פארגעסן זייער אמת'דיגע ציל פון ממליך זיין דעם בורא עולם, און פראבירט צו ארבעטן ביי יעדן אידישע זעלנער אינעם אייבערשטנ'ס ארמיי אויף יעדע טריט און שריט.

דאס איז אלעס בפרטיות, אבער בכלליות פראבירט די סט''א אין יעדן דור מיט א פרישע מין צוגאנג און נסיון צו אפרייסן די אידן פון די בורא עולם, {מיר רעדן נישט דא פון השמדות דוקא, נאר פון גזירות אויף עקירת הדת} און ליידער ליידער איז אים נאך יעדע מאל געלונגען ביז א געוויסע פראצענט, ולדוגמא: קרייץ ציגלער, שפאניע, און ווי באוואוסט ביי די פארשאלטענע "השכלה" וואס האט ליידער געקאסט א טייערע פרייז פאר אונזער מיליטער, אראפ-פירנדיג פונעם אידישן וועג טויזענטער אידן "יראים ושלמים" וואס האבן נישט אנערקענט די פראבלעמען וואס די פארנאטישע רבנים האבן געזען אין אריינריקן די שטענדער פונעם בעל תפילה אינמיטן שול, אדער אין אריינברענגען מוזיק ביים דאווענען עס זאל זיין א געשמאקע קומזיץ וואס די שוואכערע עלעמענט זאל הנאה האבן, און בשעת מעשה האט מען אפילו נישט געכאפט אז מ'איז אין אזא גורל'דיגע שעה, און אז די קווענקלענישן און נסיונות וועט נאך ווערן איין טאג אנגערופן מיט א עקסטערע נאמען "תקופת ההשכלה", אבער דאס איז דאך טייטש פון א נסיון אז מזעט נישט די קלארע בילד ביז נאכדעם.

די זעלבע זאך איז געווען ביי די נסיון פון "קאמעניז"ם", ווען רוב האבן נישט געזען אז די איינציגסטע וועג פון אנהאלטן די אידישקייט ביי זיך און די דורות איז דורך מסירת נפש, טראכטנדיג אז מ'מוז דאך און סאיז א סכנה, פיקוח נפש, אא''וו. און די אמת איז ליידער טאקע אזוי געווען, זיי האבן גע'רצח'עט און געפייניגט, אבער צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז נאר די וועלכע זענען געגאנגען און געפאלגט ווייטער די שלחן ערוך מיט א תמימות און א עזות דקדושה נאר זיי זענען געבליבן {עיין ב"סאבאטע" וב"להישאר יהודי" וכדומ'}, און די איבריגע טויזענטער אדער מיליאנען אידן זענען ליידער אראפ פון וועג ל''ע.

און דאס זעלבע איז געווען ביי די נסיון פון "שמירת שבת אין אמעריקא" פאר הונדערט יאר צוריק, ווען טויזענטער אידן האבן זיך מורה היתר געווען צו גיין שבת נאך א פייערדיגע נשמת צום ארבעט ר''ל, אונז פארשטייען נישט זייערע נסיונות, און מ'איז זיי נישט דן, אבער זייערע אייניקלעך זענען ליידער אסימילירט ר''ל, און עס זענען נאר געבליבן די פארנאטישע אידן וואס האבן געפאלגט די שלחן ערוך מיט ציגעמאכטע אויגן.

[align=center]מורי ורבותי! [/align]
מיר שטייען יעצט אין א נסיון איבעראל ארום די וועלט, אין אמעריקא, ענגלאנד, ארץ ישראל, וועלכע וועט נאך איין טאג ווערן אנגערופן מיטן נאמען "תקופת הדעמעקראטיע" און מוועט צוריק קוקן אויף די דור ווי משוגע די נסיון איז געווען, אז אונטערן נאמען פון דעמעקראטיע וואס דארף צו מיינען אז יעדער קען טון וואס ער וויל, האט מען געצווינגען און גע'רודף'ט די ערליכע אידן צו מחנך זיין זייערע קינדער נגד רצונם!!! הזאת דעמעקראטיע??? אבער דאס איז די מציאות אז אונטערן שלייער פון דעמעקראטיע ווילן זיי צווינגען צו אויסלערנען אלע לימודי חול און נארישקייט פאר תשב''ר שלא טעמו טעם חטא, לאמיר כאטשיג וויסן אז אונז זענען אויפן פראנט אקעגן די סט''א וואס פראבירט מיט זיינע לעצטע כוחות אפצורייסן אונז פונעם בורא עולם בבחינת אין גיבור כמתייאש, און אז אין יארן ארום וועט מען רעדן פון אונז אזוי ווי אונז רעדן און פראבירן צו פארשטיין די השכלה אדער קאמעניזם, ווייל אונז זענען טאקע יעצט אין א שעת מבחן.

יעצט, איך גיי נישט אריין אין די מהלך וואס מען דארף נעמען סיי אין אמעריקא און סיי אין ענגלאנד ווייל דאס געהערט פאר רבנים, איך האב נאר אראפגעלייגט מיין בליק אויפן מציאות, וויאזוי איך קוק עס אן. און יעדער מעג האלטן אנדערש.

זייער גוט ר׳ יענקי! ס׳באלאנגט אויך אינעם אשכול פון די גזירות אין ניו יארק.
נאך עפעס א נקודה, מ׳רעדט אגאנצן צייט פון די שמוץ און נארישקייט וואס די נידריגע ליבעראלע חברה ווילן אריינברענגן, ס׳איז ליידער שטארק אמת, אבער כ׳פארשטיי נישט פארוואס מ׳רעדט נישט פון אסאך אן ארגערע זאך וואס זיי ווילן אונז אריינברענגן, וואס איז לבן ביקש לעקור את הכל, די יסודות האמונה שקבלנו מאברהם אבינו שיש בורא עולם, ס׳איז אסאך ארגער ווי נארישקייט כמבואר ברמב׳׳ם, צו דעם צילן זיי, ויש להאריך בזה,
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tahares hakodesh »

עס איז הינא הך. זיי מאכן די אלע נארישקייט צו מכחיש זיין די הנהגת הבריאה, און זיי זענן כופר בבורא כדי זיי זאלן קענן טוהן נארישקייט.
יקר מציאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקר מציאות »

מי כעמך האט געשריבן:זייענדיג א לאנדאנער איינוואוינער און האבןדיג אביסל דורך געטהון די גיידענס פון די נייע גזירות, קען איך נישט פארשטיין ווי אזוי דער לאנדאנער אידענטום איז אזוי שטיל, לדעתי וואלט מען געדארפט אויפשטורמען א וועלט גוזר תענית זיין אין ארויסגיין אויף די גאסן און אויסשרייען א וויי געשריי אז די ענגלישע גאווערמענט אינטערדרוקט רעליגיע ווי קאמיניזום בשעתו אונטערן שלייער פון גלייכ[אום]בארעכטיגונג! אזוי ווי די מוזלומענער טוען און אויפשאקלען די גוישע גאס איבער די אומבארעכטיגטע אונטערדרוקונג אויף רעליגיע.
עס איז א הימל שרייענדע מצב און דער עולם שלאפט/ווערט איינגעשלעפט! עס דערמאנט פון די אונגארישע אידן וואס האבן נישט געגלייבט אז די מלחמה וועט אנקומען אהין און ווען זיי האבן זיך געכאפט איז שוין געווען צו שפעט.

מי כעמך... איר זענט אהינדרעט פראצענט גערעכט אז עס איז צו רואיג, און אויב ח"ו די גזירות קומען אריין אין קראפט, וועטעס זיין ווי ר"א גורוויץ זאגט, א גזירות גירוש ושמד ודי...

אבער, נישט פארגעסען אז מען האט נאך איבער א יאר ביז די נייע גיידענס ווערט געזעץ, און יעצט ארבעטען די רבנים ועסקנים צוגלייך אויף אלע 3 פראנטן.. לדורן לתפילה ולמלחמה...

דורן - דורך לאביאינג און פי אר קאמפיינס (פעטישאנס, קאנסילטעישאן'ס, מיטינגס לעטערס etc.).
תפילה - 1. חצר 69 פאריאר, און ywn האט געשריבען אז איבער 7 טויזנט האבן מתפלל געווען. 2. ערב ר"ח סיון (דאכצעך) אין באבוב ארום דעם זייגער.
מלחמה - עסקנים האבן צוגעגרייט א גאנצע ליגעל טשאלענדש, וואס ע"פ הרבנים פראבירטַ מען קודם די אנדערע וועגן.

איין פראבלעם קען איך נישט אוועקמאכן אז דער פאבליק ווערט נישט פראפערלי אינפארמד, און ממילא צומאל ווען מען ברויך שרייען, שווייגט מען און די זעלבע אויף פארקערט ווען מען דארף שווייגען, העצט מען....
אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 4:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקס און ניינציגער »

unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (529.56 KiB) געזען 2424 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (567.27 KiB) געזען 2424 מאל
טעיק איט איזי
חצקאל דער לאצי
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 4:29 pm
לאקאציע: לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקאל דער לאצי »

זעקס און ניינציגער האט געשריבן:
unnamed (1).jpg
unnamed (2).jpg

עס האט קיינער נישט געלייקענט אז אופסטעד זענען שונאי ישראל, און אז אמענדע שפיעלמאן שר"י אז א מרושעת א שונא ישראל און א להכעיס'ניק.

ב"ה די גוטע נייעס איז אז זיי זענען נישט די בעלי בתים! זיי זענען סך הכל אינספעקטארס פאר די דעפארטמענט פאר עדיוקעשאן! זיי שרייבען ריפארטס אויף די סקול'ס/מוסדות וואס זיי אינספעקטן. די דעפארטמענט איז נאכדעם מחליט ווי אזוי ווייטער צו גיין מיט א סקול/מוסד וואס לויט אפסטעד האט נישט גע'פעססד די אינספאקשאן.

עס איז ב"ה געשאפן געווארן א ארגענעזאציע חינוך יו קעי וואס פארטרעט אלע היימישע מוסדות פון ענגלאנד, וואס די מנהלים פון די אלע מוסדות האבן אריינגעוועלט די עסקנים וואס זאלן זיי פארטרעטן, א שטייגער ווי פערלס אין ניו יארק, אין ווערט געפירט דורך די וועד רבנים פון די גרעסטע און אנגענומענ'סטע רבני ענגלאנד.

ב"ה זייט דעם ארגענעזאציע שטייט, האט קיין איין מוסד וואס האט געפעלד צוליב אידישקייט פראבלעמען באקומען א קלויזינג ארדער, נאר פונקט פארקערט, עס זענען געווען 2 מוסדות מיט קלויזינג ארדערס וואס מיט די שטדלנות פון די עסקנים פון חינוך יו קעי האט מען אראפגענומען זייערע קלויזניג ארדערס. אזוי אויך זענען 3 פון די מוסדות וואס האבען נישט געפעססד די רשעות'דיגע אפסטעד אינספעקשאן אין די לעצטע 3 חדשים, וואס האבן געוואלט אריינעמען נאך קינדער און זייער מוסד, האבן א דאנק די שתדלנות פון חינוך יו קעי באקומען אן ערלויבעניש פון די דעפארטמענט פאר עדיוקעשאן אריינצונעמען נאך קינדער, על אפם ועל חמתם פון די רשעות'דיגע אופסטעד אגענטור.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

נאכן זיך שלאגן און געוואונען און געריכט,האט מען אראפגענומען די קלאוזינג ארדער. האט גארנישט געהאט צוטוהן מיט חינוך יו קעי, קען זיין אז זיי האבן געגעבן עצות, אבער פאר די מוסדות האט עס אפגעקאסט ביטערע געלטער.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

אפסטעד איז טאקע אונטערגעווארפן אונטער די דעפארטמענט פאר עדיוקעשאן, אבער זיי זענען גאר גאר מאכטפול, מרעכענט זיך און די רעגירונג מיט זייערע ריפארטס און גיידליינס זייער אסאך, זיי זענען ליידער נישט אוועקצומאכן.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ר' יענקי האט געשריבן:"תקופת הדעמעקראטיע"

איר זאגט זייער גוט, אבער זייט וויסן אז מיר לעבן שוין לאנג נישט אין תקופת הדעמאקראטיע. תקופת דעמאקראטיע בתוקפו איז געווען פון בערך נאך די צווייטע וועלט קריג, ביז ארום 20 יאר צוריק.

היינט לעבן מיר אין א ווערטואלע טיראנישע מאנארכיע - א נאכגייער און מעגליכע תוצאה פון דעמאקראטיע - אין וועלכע פיינט פון די מענטשהייט פארנעמען די אויבנאן. קרומע מוחות נעמען איבער מאכטפולע רעגירונג פאזיציעס, יעדער אוממענטש איז א העלד, און צו פירן א נארמאלע פאמיליע לעבנשטייגער איז רעדוצירט געווארן פון מעינסטריעם טראדיציע צו בלויז נאך א "רעכט".
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

קארן האט געשריבן:נאכן זיך שלאגן און געוואונען און געריכט,האט מען אראפגענומען די קלאוזינג ארדער. האט גארנישט געהאט צוטוהן מיט חינוך יו קעי, קען זיין אז זיי האבן געגעבן עצות, אבער פאר די מוסדות האט עס אפגעקאסט ביטערע געלטער.

סתם פאר נייגעריגקייט פון וועלכע מוסד רעדט איר

דערווייל איז נאר איין מוסד געגאנגען אין קאורט (99) אין זיי האבן פארלוירן און קיין שום אנדערע מוסד איז דערווייל נישט געגאנגען אין קאורט
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

עס איז ב"ה געשאפן געווארן א ארגענעזאציע חינוך יו קעי וואס פארטרעט אלע היימישע מוסדות פון ענגלאנד, וואס די מנהלים פון די אלע מוסדות האבן אריינגעוועלט די עסקנים וואס זאלן זיי פארטרעטן, א שטייגער ווי פערלס אין ניו יארק, אין ווערט געפירט דורך די וועד רבנים פון די גרעסטע און אנגענומענ'סטע רבני ענגלאנד

ווי באקאנט זענען נישט אלע מוסדות אונטער זיי. סאטמאר 86,באבוב, בנות ועוד, ויש לקצר מפני דרכי שלום
לעצט פארראכטן דורך מי כעמך אום זונטאג יולי 14, 2019 7:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 4:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקס און ניינציגער »

123.png
123.png (219.13 KiB) געזען 2060 מאל
טעיק איט איזי
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

ב"ה די גוטע נייעס איז אז זיי זענען נישט די בעלי בתים! זיי זענען סך הכל אינספעקטארס פאר די דעפארטמענט פאר עדיוקעשאן! זיי שרייבען ריפארטס אויף די סקול'ס/מוסדות וואס זיי אינספעקטן. די דעפארטמענט איז נאכדעם מחליט ווי אזוי ווייטער צו גיין מיט א סקול/מוסד וואס לויט אפסטעד האט נישט גע'פעססד די אינספאקשאן.

זעקס און ניינציגער האט געשריבן:
123.png
123.png (219.13 KiB) געזען 2043 מאל

גוטע נייעס?? דעפארטמענט פאר עדיוקעישען האט די זעלבע ציל ווי אפסטעד!
די מצב איז ארגער ווי ערג און די אלע 'גוטע נייעס' געבן נאר צו א צומישעניש ביים ציבור און געבט א געפיל אז די מצב איז נישט עק וועלט, ווען אין ריאליטעט איז עס א שרעקליכע גזירה.
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”