הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט אורטיילט מיט 4-5 אז פאליטישע גערימענדערינג איז אויסגעהאלטן
וואסארא טעם האט ראבערטס געשריבן אינ'ם אורטייל??
אז דערשטיקן טויזענטער סיטיזענס וואטס, דארף נישט צופיל אויסמאכן??!
אז זיי האבן נישט קיין אויטאריטעט אריינצושרעדן אין עפעס וואס איז נישט אומגעזעצליך.
(ווען עס וואלט נישט געווען קיין געזעץ וואס פארבאט צו הרג'ענען א מענטש וואלט די קאורט עס נישט געקענט פארבאטן)
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
@KollelNiyes: A Federal judge permanently blocked president Trump from using billions in military funds for the border wall. #Yoi https://t.co/HhFS4U8lHd
אין ניו יארק האבן קלעגער פארלאנגט א זאפארטיגע פארהער פון ריכטער פורמאן אז די רעגירונג זאל קלארשטעלן טראמפס מעסעדזש און זאגן אויב מען גייט פאראויס מיט די בירגערשאפט פראגע
היינט קומט פאר די מונדליכע ארגומענטן אין די אבאמאקעיר קעיס אין די פיפטע סירקוט קאורט די הויפט פראגע פארנט פונעם געריכט איז אויב שריט פון קאנגרעס אוועקצונעמען די שטראף פארן נישט פארמאגן העלט אינשורענס מאכט די פארלאנג צו פארמאגן אינשורענס אומקאנסטיטוציאנאל זינט די לעגאלע אונטערגרונט פון פארלאנג איז לויטן ראבערטס מאיאיטעט אורטייל באזירט אז די פארלאנג איז אויסגעהאלטן אלץ א שטייער אבער אויב די שטייער פאלט אוועק איז מעגליך די פארלאנג מער נישט אויסגעהאלטן אויב די פארלאנג איז אומאויסגעהאלטן איז די צווייטע פראגע אין געריכט אויב אין רעזולטאט פון עלימינירן די אינשורענס פארלאנג פאלט צוזאם די גאנצע געזעץ ענדע פארלאפענע למספרם מאנאט האט אבער די געריכט צוגעשיקט פאר די ביידע פרישע פארלאנגען צו פארשטיין אויב קאנגרעס האט בכלל סטענדינג צו קלאגן דערוועגן זינט זיי דארפן איבערצייגן איבער פערזענליכע שאדנס וואס זיי וועלן ליידן אויב מען פסל'ט די געזעץ די געריכט האט אויך געוואלט פארשטיין ווי אזוי די קעיס וועלט זיך געענדיגט אין פאל וואס זיי נעמען אן אז קאנגרעס האט נישט קיין סטענדינג און אויך געפרעגט אויב די באשלוס פון די יוסטיץ דעפארטמענט מער נישט צו פארטיידיגן די געזעץ האט צוגעגבן צו די קאנטערווערסיע די דריי ריכטער אויפן פאנעל זענען ריכטער קעראליין דיניען רינג נאמינירט דורך פרעזידענט קארטער, דזשעניפער וואלקער עלראד נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער און קורט ענגלהארט נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ
נעכטן זענען פארגעקומען די מונדליכע ארגומענטן אין די אבאמאקעיר קעיס און די געריכט האט אויסגעזעהן גענויגט צו באשטעטיגן די דיסטריקט געריכט אורטייל אז די אינדיווידועלע מאנדאט איז אומקאנסטיטוציאנאל אבער עס איז געווען ווייניגער קלאר ווי אזוי די געריכט וועט גיין אויף די גרעסערע פראגע אויב אין רעזולטאט פון עלימינירן די מאנדאט מוז די גאנצע געזעץ צוזאמפאלן אויף די מאנדאט לעגאליטעט האבן די צוויי רעפובליקאנע נאמינירטע ריכטער באווארפן די פרא אבאמאקעיר קלעגער מיט פראגן איבער ווי אזוי זיי קענען ערקלערן די מאנדאט אלץ אויסגעהאלטן איצט אז קאנגרעס האט עלימינירט די שטייער/שטראף אבער דער קארטער נאמינירטער ריכטער האט זיך געהאלטן שטיל טראץ וואס עס איז שווער צו זאגן מיט א זיכערקייט איבער ווי אזוי די געריכט וועט גיין מיט די צווייטע פראגע האבן אבער די צוויי רעפובליקאנער נאמינירטע ריכטער אויסגעזעהן סקעפטיש איבער די ארגומענט אז מיט דעם וואס קאנגרעס האט בלויז עלימירט די מאנדאט איז עס געווען ווי א באשטעטיגונג פון קאנגרעס אז זיי ווילן האלטן אין פלאץ די איבריגע טייל פון די געזעץ ריכטער ענגעלהארט האט געפרעגט אז אויב קאנגרעס האט געמיינט צו לאזן די איבריגע טייל פון די געזעץ שטיין (אזוי ווי די אדוואקאט וועלכע פארטרעט איצט קאנגרעס האט געזאגט אין געריכט) וואלט דאך די סענאט אויך געברויכט שיקן א פארטרעטער צו מאכן דעם זעלבן ארגומענט זינט די געזעץ איז דורך אין קאנגרעס און אין סענאט, טא פארוואס הערט מען נאר דעם ארגומענט פון קאנגרעס און פון סענאט הערט מען נישט קיין פיפס (זעלבספארשטענדליך אז די סענאט וועלכע ווערט איצט קאנטראלירט דורך רעפובליקאנער איז נישט נייגעריג צו מאכן אזא קעיס אבער דער ריכטער מיינט צו זאגן אז ער האט נישט קיין סאך פון דעם וואס קאנגרעס זאגט איצט וואס זיי האבן דאן געמיינט ווייל די געזעץ שטייט נאר צוליב וואס זי איז אדורך אין ביידע הייזער און עס איז נישט גענוג פאר איינע פון זיי צו זאגן וואס זיי האבן דאן געמיינט)