אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8629
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע: טשענל 12

תגובה דורך ב שלום »

אליעזר קרויס האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:
זעקס און ניינציגער האט געשריבן:איינער קען ארויף לייגן א בילד פון הרב אליעזר קרויס

לפי ידיעתי וויל נישט אליעזר קרויס מ'זאל לייגן א בילד פון אים. ער האט עס שוין דערמאנט כמה פעמים

אסאך גדולים וצדיקים זי"ע ויבלחט"א האבן נישט געוואלט אז מ'זאל לייגן בילדער פון זיי, און קיינער רעכנט זיך נישט דערמיט. פארוואס ברויך מען פאר א בעה"ב האבן מער דרך ארץ?

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:האט מיר עמיצער געזאגט א שטארקע נקודה...
ווען א רבי איז מגלה רצונו קלאר ברבים אז מען זאל נישט מאכן קיין בילדער פון אים, האט מען אים פארפאקט אין קעשענע און מען לייגט אריין בילדער פון אים אן קיין ברעקל געוויסן-ביסן, נו, האט ער געזאגט! איז וואס?!... [כ'רעד שוין נישט פון די נארישע טענה אז היינטיגע צייטן דארפן מענטשן זען ווי מער בילדער פון אידן עובדי ה' מיט יראת שמים, און "ס'פשוט נישט קיין יושר" זיי צוריקצוהאלטן דערפון...]
קומט אבער א פשוטע איד א בעלעבאס... אליעזר קרויס, און זאגט א ווארט אויפן ווי ווי עקספאו אז ער וויל נישט מען זאל כאפן בילדער פון אים, און... "קיין איין" אויסגאבע האט נישט געהאט קיין בילדער פון אים!!! ווייל... "מ'דארף רעספעקטירן יענעם'ס פאליסיס און פרינציפן..."
א נייע דערהער! קיינמאל נישט געוואוסט אז דו האסט א פראבלעם מיט אריינלייגן בילדער פון איינער וואס וויל נישט...

#דורעקש

שוין לאנג געטראכט דערוועגן.

די זאך איז פשוט, מען האט מיר גערופן אויפצוטרעטן און איך האב געזאגט איך בין מסכים אויב עס וועט נישט זיין קיין בילדער אין די אויסגאבעס. סימפל.

סא פארוואס איז אויף איי וועלט יא געווען א בילד? #מ'דארף רעספעקטירן יענעם'ס פאליסיס און פרינציפן..
רבי! פליז פאקעס...
אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 4:22 pm

תגובה דורך זעקס און ניינציגער »

ב שולם האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:לפי ידיעתי וויל נישט אליעזר קרויס מ'זאל לייגן א בילד פון אים. ער האט עס שוין דערמאנט כמה פעמים

אסאך גדולים וצדיקים זי"ע ויבלחט"א האבן נישט געוואלט אז מ'זאל לייגן בילדער פון זיי, און קיינער רעכנט זיך נישט דערמיט. פארוואס ברויך מען פאר א בעה"ב האבן מער דרך ארץ?

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:האט מיר עמיצער געזאגט א שטארקע נקודה...
ווען א רבי איז מגלה רצונו קלאר ברבים אז מען זאל נישט מאכן קיין בילדער פון אים, האט מען אים פארפאקט אין קעשענע און מען לייגט אריין בילדער פון אים אן קיין ברעקל געוויסן-ביסן, נו, האט ער געזאגט! איז וואס?!... [כ'רעד שוין נישט פון די נארישע טענה אז היינטיגע צייטן דארפן מענטשן זען ווי מער בילדער פון אידן עובדי ה' מיט יראת שמים, און "ס'פשוט נישט קיין יושר" זיי צוריקצוהאלטן דערפון...]
קומט אבער א פשוטע איד א בעלעבאס... אליעזר קרויס, און זאגט א ווארט אויפן ווי ווי עקספאו אז ער וויל נישט מען זאל כאפן בילדער פון אים, און... "קיין איין" אויסגאבע האט נישט געהאט קיין בילדער פון אים!!! ווייל... "מ'דארף רעספעקטירן יענעם'ס פאליסיס און פרינציפן..."
א נייע דערהער! קיינמאל נישט געוואוסט אז דו האסט א פראבלעם מיט אריינלייגן בילדער פון איינער וואס וויל נישט...

#דורעקש

שוין לאנג געטראכט דערוועגן.

די זאך איז פשוט, מען האט מיר גערופן אויפצוטרעטן און איך האב געזאגט איך בין מסכים אויב עס וועט נישט זיין קיין בילדער אין די אויסגאבעס. סימפל.

סא פארוואס איז אויף איי וועלט יא געווען א בילד? #מ'דארף רעספעקטירן יענעם'ס פאליסיס און פרינציפן..

איינער קען שוין צוצייכענען די בילד
טעיק איט איזי
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובה דורך בבל »

מען האט עס געמעקט( איך האב עס בשעתו שנעל געסעפט ווייל איך האב געוויסט אז מען גייט עס מעקן
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובה דורך לדעתי »

אויף די לעצטע שמועס האט מען גערעדט אז מען האט אויסגעזויגן געלט פון מענטשן און ווען זיי זענען געקומען צום חתונה זעהן זיי די חתן טאנצן מיט א טייערע שטריימל און א גאנצע קווייער זינגט מיט א 2+ מען בענד.

(אגב, ווען איך זעה אז דער חתן טאנצט מיט מיינע 5,000$ אויפן קאפ, וואלט איך צוגעגאנגען און געטוישט שטריימל... איך אליינס וואלט מיר נישט פארגינען אזא טייערע שטריימל אבער אז מ'האט מיר עס געקויפט, פארוואס נישט הנאה האבן דערפין...)

אפשר וואלט געווען א געדאנק פאר די וואס געבן גרעסערע סכומים פאר הכנסת כלה אז זיי זאלן זאגן אז די מחותנים קענען בארגן פון א גמ"ח כך וכך, און אויב זיי וועלן זעהן אז די חתונה איז געווען שפארזאם וועלן זיי עס באצאלן. און אויב נישט, נישט.
אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 4:22 pm

תגובה דורך זעקס און ניינציגער »

חבל די לעצטע שמועס 116# איז זייער אומקלאר
#חבל
טעיק איט איזי
hoipt1
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

תגובה דורך hoipt1 »

זעקס און ניינציגער האט געשריבן:חבל די לעצטע שמועס 116# איז זייער אומקלאר
#חבל

גא"מ
אבער איין זאך האב איך יא פארשטאנען אז ר' אליעזר האט אזוי פיינט ארימעלייט בערך אזוי סאך ווי יואל פעלזען האט פיינט עשירים..............
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
דובי'ס א פען
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 10:38 pm

תגובה דורך דובי'ס א פען »

He's not hating them at all he's just explaining that it will
עשירים not help them to blame the
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובה דורך אליעזר קרויס »

hoipt1 האט געשריבן:
זעקס און ניינציגער האט געשריבן:חבל די לעצטע שמועס 116# איז זייער אומקלאר
#חבל

גא"מ
אבער איין זאך האב איך יא פארשטאנען אז ר' אליעזר האט אזוי פיינט ארימעלייט בערך אזוי סאך ווי יואל פעלזען האט פיינט עשירים..............

סארי פארן אזוי פארשטיין, אבער וואס איך ברענג ארויס איז - דו וועסט גארנישט אויפטון מיטן שעלטן עשירים - ניץ ענדערש די ענערדשי זיך אליינס צו בויען
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 4:22 pm

תגובה דורך זעקס און ניינציגער »

אליעזר קרויס האט געשריבן:
hoipt1 האט געשריבן:
זעקס און ניינציגער האט געשריבן:חבל די לעצטע שמועס 116# איז זייער אומקלאר
#חבל

גא"מ
אבער איין זאך האב איך יא פארשטאנען אז ר' אליעזר האט אזוי פיינט ארימעלייט בערך אזוי סאך ווי יואל פעלזען האט פיינט עשירים..............

סארי פארן אזוי פארשטיין, אבער וואס איך ברענג ארויס איז - דו וועסט גארנישט אויפטון מיטן שעלטן עשירים - ניץ ענדערש די ענערדשי זיך אליינס צו בויען

אמת ויציב
שרייטס אלע שכויעח רעב לעזער
על השיעורים הנפלאים
בהשכל ובדעת נאמרים
בשכל הישר מבין פתיים
דיבורים ישרים זורמים כנחלי מים
טעיק איט איזי
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובה דורך גיב א שמייכל »

ר' אליעזר דו ביסט פיינע נייעס!! גיימיר צו יו.פי.עס...
ווי זאגט יענער: איך דרייוו א טראק, אבער איך בין נישט א טראק דרייווער...!
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

UPS

תגובה דורך לדעתי »

ס'איז א געוואלדיגע פלאן, צו גיין צו UPS וכדו',

ס'איז שוין דא היינט אזויפיל פאסט טרעגער ביי כלל ישראל, קאר סערוויס, באס דרייווער, מעסינדזשער, וכו'.
אבער אלעס דרייט זיך אין די אידישע אקאנאמיע, מ'נעמט פון מעכל, מ'געט פאר רעכל, אז מ'וועט ארויסגיין צו די נישט אידישע וועלט, וועט עס קומען די גוי'שע וועלט אריין צו די אידישע וועלט.

כ'זעה שוין [אין מיין דמיון אלס א נארמאלע זאך] ווי אין די היימישע געגענטער, דרייוון מיינע חברים גרויסע טראקס און דעליווערן צו היימישע אידן זייערע פעקלעך.

-------------
אגב: נאכן קריג איז נישט געווען קיין אידישע ארבעט'ס געבער, לויט מיין טעאריע.
ממילא איז נישט קיין ראיה פון דעם אז ס'איז א לכתחילה [בהשקפה].
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובה דורך Haklal »

וואס איז די מעשה מיט ups?
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

תגובה דורך טישטוך »

לדעתי האט געשריבן:ס'איז א געוואלדיגע פלאן, צו גיין צו UPS וכדו',

ס'איז שוין דא היינט אזויפיל פאסט טרעגער ביי כלל ישראל, קאר סערוויס, באס דרייווער, מעסינדזשער, וכו'.
אבער אלעס דרייט זיך אין די אידישע אקאנאמיע, מ'נעמט פון מעכל, מ'געט פאר רעכל, אז מ'וועט ארויסגיין צו די נישט אידישע וועלט, וועט עס קומען די גוי'שע וועלט אריין צו די אידישע וועלט.

כ'זעה שוין [אין מיין דמיון אלס א נארמאלע זאך] ווי אין די היימישע געגענטער, דרייוון מיינע חברים גרויסע טראקס און דעליווערן צו היימישע אידן זייערע פעקלעך.

-------------
אגב: נאכן קריג איז נישט געווען קיין אידישע ארבעט'ס געבער, לויט מיין טעאריע.
ממילא איז נישט קיין ראיה פון דעם אז ס'איז א לכתחילה [בהשקפה].

דאכט זיך אז יואל אשר לאבין האט שוין געשריבן אין איינע פון די מאמענטן אז עס וואלט געווען פאסיג פאר אינגעלייט צו גיין ארבעטן אין די עירפארט
בלומינגרויווער
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 17, 2019 12:36 pm

תגובה דורך בלומינגרויווער »

איינער מיטן נאמבער פונעם געשעפט ווי מען קען קויפען לעזער קרויס דשולערי?
אוועטאר
א.ב.ג
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

תגובה דורך א.ב.ג »

https://www.change.org/p/david-p-abney- ... ave-beards
סא קאן מען יא אדער נישט טראגן א בּארד אין פּייעס היינטיגע טעג אין UPS?
אויב נישט איז די גאנצע שמועס לכאורה אראפּ פון טיש..
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובה דורך אליעזר קרויס »

א.ב.ג האט געשריבן:https://www.change.org/p/david-p-abney-d-scott-davis-alan-gershenhorn-allow-ups-employees-to-have-beards
סא קאן מען יא אדער נישט טראגן א בּארד אין פּייעס היינטיגע טעג אין UPS?
אויב נישט איז די גאנצע שמועס לכאורה אראפּ פון טיש..

פאר רעליגיעזע סיבות לאזן זיי - וואו געזאגט אויפן שמועס
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

תגובה דורך בשבילי נברא »

אליעזר קרויס האט געשריבן:
א.ב.ג האט געשריבן:https://www.change.org/p/david-p-abney-d-scott-davis-alan-gershenhorn-allow-ups-employees-to-have-beards
סא קאן מען יא אדער נישט טראגן א בּארד אין פּייעס היינטיגע טעג אין UPS?
אויב נישט איז די גאנצע שמועס לכאורה אראפּ פון טיש..

פאר רעליגיעזע סיבות לאזן זיי - וואו געזאגט אויפן שמועס

דער עולם רעדט דא אזוי פון יו פי עס אדער גיין ארבעטן אינעם עירפארט, כאילו דארט שטעקט די גאלדענע גליקן, און ווי נאר א היימישע איד גייט ווערן באגליקליכט מיט א דזשאב דארט ווערט ער אויפגעראכטן מיט פרנסה בהרחבה...

ליהווי ידוע אז די חברה צאלן באבקעס, און ס'איז פונקט גענוג אויף צום לעבן פאר א נישט אידישע משפחה מיט איין קינד און צוויי דאגי'ס, עס איז בכלל נישט די גאלד גרוב וואס מאנכע רעדן זיך איין אז עס איז.

און די זעלבע איז אויך מיט אסאך פון די אנדערע גרויסע נאציאנאלע קאמפאני'ס ווי ס'איז בכלל נישט קיין גדולה צו ארבעטן דארט, מצד וויפיל זיי באצאלן פאר ארבעטערס.
---
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובה דורך אליעזר קרויס »

בשבילי נברא האט געשריבן:

איך בין סתם נייגעריג צו דו ווייסט וואס דו רעדסט אדער זאגסט השערות. UPS צאלט סופער שיין פלאס אינשורענס און פענשאן פלען. וה"ה TSA
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
זאגסט גוט
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 5:22 pm

תגובה דורך זאגסט גוט »

https://www.truckdriverssalary.com/ups-driver-salary/
staten island
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 11:11 am

תגובה דורך staten island »

אליעזר קרויס האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
א.ב.ג האט געשריבן:https://www.change.org/p/david-p-abney-d-scott-davis-alan-gershenhorn-allow-ups-employees-to-have-beards
סא קאן מען יא אדער נישט טראגן א בּארד אין פּייעס היינטיגע טעג אין UPS?
אויב נישט איז די גאנצע שמועס לכאורה אראפּ פון טיש..

פאר רעליגיעזע סיבות לאזן זיי - וואו געזאגט אויפן שמועס

דער עולם רעדט דא אזוי פון יו פי עס אדער גיין ארבעטן אינעם עירפארט, כאילו דארט שטעקט די גאלדענע גליקן, און ווי נאר א היימישע איד גייט ווערן באגליקליכט מיט א דזשאב דארט ווערט ער אויפגעראכטן מיט פרנסה בהרחבה...

ליהווי ידוע אז די חברה צאלן באבקעס, און ס'איז פונקט גענוג אויף צום לעבן פאר א נישט אידישע משפחה מיט איין קינד און צוויי דאגי'ס, עס איז בכלל נישט די גאלד גרוב וואס מאנכע רעדן זיך איין אז עס איז.

און די זעלבע איז אויך מיט אסאך פון די אנדערע גרויסע נאציאנאלע קאמפאני'ס ווי ס'איז בכלל נישט קיין גדולה צו ארבעטן דארט, מצד וויפיל זיי באצאלן פאר ארבעטערס.

איך בין סתם נייגעריג צו דו ווייסט וואס דו רעדסט אדער זאגסט השערות. UPS צאלט סופער שיין פלאס אינשורענס און פענשאן פלען. וה"ה TSA

מ'קען ארבעטן פאר די TSA אן א דעגרי ?
פארק סלאופ
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 3:18 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פארק סלאופ »

בלומינגרויווער האט געשריבן:איינער מיטן נאמבער פונעם געשעפט ווי מען קען קויפען לעזער קרויס דשולערי?

וואס זענען די תנאים צו הייסן אליעזר קרויס דשולערי?
מתנות פאר די בני בית און די גאנצע משפחה וכו'. דעליווערי בחנם צו אייער פאסט קעסטעל אין 2-3 טעג
http://www.ijeweled.com
אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:51 pm

תגובה דורך אחד מהחבורה »

פארוואס דארף מען גיין צו ups? ס'פעלט דען דזשאבס אין די היימישע אקענאמיע?
.Stay away from negative people,they have a problem for every solution
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

תגובה דורך טישטוך »

אחד מהחבורה האט געשריבן:פארוואס דארף מען גיין צו ups? ס'פעלט דען דזשאבס אין די היימישע אקענאמיע?

יא, א געהעריג שיין באצאלטע דזשאב וואס גייט זיך זיכער האלטן, יא.
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובה דורך גיב א שמייכל »

ר' אליעזר א שטארקע פוינט
וכך היתה תפילתו של כהן גדול : יהי רצון מלפניך ה' אלקינו ואלוקי אבותינו. שתהא שנה זו הבאה עלינו ועל כל עמך בית ישראל בכל מקום שהם, אם שחונה גשומה, ואל יכנס לפניך תפלת עוברי דרכים לענין הגשם בשעה שהעולם צריך לו. ושלא יצטרכו עמך בית ישראל בפרנסה זה לזה ולא לעם אחר. שנה שלא תפיל אשה פרי בטנה. ושיתנו עצי השדה את תנובתם ולא יעדי עביד שלטן מדבית יהודה:
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובה דורך אליעזר קרויס »

א לאנגע אימעיל וואס איך האב באקומען פון א צוהערער, דאנערשטאג וועט בעז"ה קומען אן ענטפער. סטעי טונד.

א גוטן ר' אליעזר!

שוין א היבשע צייט וואס איך וויל שרייבן צו אייך ולא עלתה בידי מתוך רוב טירדות הזמן, אבער ווען כ'האב אנגעהויבן הערן די אנהויב פון אייער דאנערשטאג שיעור לעצטע וואך האב איך באשלאסן אז עד כאן!

אבער ווי ערשטוינט בין איך געווארן אריינגייענדיג טיפער אריין אינעם שיעור, אז די סאמע זעלבע חז"ל וואס איך האב אייך געוואלט אנמערקן צו ווייזן ווי נישט אידישליך אייער מהלך איז, אט די זעלבע חז"ל ברענגט איר אראפ שפעטער אינעם שיעור צוליב גאר א צווייטע סיבה, אבער איר דערציילט נישט פאר אייערע צוהערער די פשוט'ע פשט אין די גמרא, און איך וויל באמת גלייבן אז איר האט עס געטוהן בטעות און נישט ווייל איר ווילט נישט דערציילן פאר אייערע צוהערער איבער מאמרי חז"ל וואס שטימט נישט מיט אייער אגענדע.

דאס איז בנוגע די גמרא אין ברכות דף ג' ע"ב, ווי אויך אין סנהדרין דף ט"ז ע"א, וואו די גמרא ברענגט וואס איז פארגעקומען ביי דוד המלך אין פאלאץ לויט געוויסע מפרשים איין געוויסע אינדערפרי, און לויט געוויסע אנדערע מפרשים יעדן טאג נאכאמאל, אז די חכמי ישראל האבן געזאגט פאר דוד המלך "עמך ישראל צריכין פרנסה", און דוד המלך האט זיי געענטפערט "לכו והתפרנסו זה מזה", און - אנדערש ווי איר האט געזאגט מיט א פשטות - די פשוט'ע פשט וואס מ'זעט סיי און רש"י און סיי און תוס' איז, אז דאס מיינט אז די עשירים וואס האבן מער פון וויפיל זיי דארפן זאלן געבן פאר די ארימעלייט וואס האבן נישט גענוג און אזוי וועט יעדער איינער האבן.

(ס'איז צום אנמערקן אז די וואס זענען ליידער פארכאפט אינעם אמעריקאנעם ע"ז פון קאפיטאליזם זאגן אייביג אז צדקה איז א גוטע זאך נאר ווען איינער וויל געבן מרצונו, אבער צווינגען צו געבן אזויווי א שטייער איז שוין נישט קיין גוטע זאך, און זיי טענה'ען אז אין די תורה זעט מען טאקע נאר "צדקה" אבער נישט קיין שטייערן. אבער לאמיתו של דבר, אפגערעדט פון דעם אז ע"פ הלכה איז א מענטש מחויב צו געבן צדקה, און אויב גיט ער נישט איז ער גארנישט קיין קלענערע גנב ווי ווען איינער גנב'ט איינעמ'ס אויסגעהארעוועטע געלט ווייל די געלט איז ביי אים נאר אלס פקדון צו טיילן פאר ארימעלייט, אין די פאקט אז ס'שטייט אין שו"ע און נישט אין געזעץ בוך - צוליב וואס אידישקייט איז א רעליגיע און נישט קיין רעגירונג - מאכט עס נישט פאר א קלענערע חיוב, זעט מען אבער דא אין די גמרא קלאר וויאזוי מ'האט געפירט א רעגירונג ווען ס'איז געווען ישראל שרוין על אדמתם, און מיט וואספארא פאליסיס מ'האט זיך באנומען צו פאריכטן אן עקאנאמיע וואס ארבעט נישט פאר יעדן.)

יעצט וועכנטליך ווען איר האקט קעגן די ארימעלייט און איר נעמט זיך אן פאר די עשירים און פארשטייט זיך אז ס'קומט נישט אין באטראכט צו געבן א שיעור אויף פארקערט דאס פארשטיי איך, דאס איז דאך די "נאראטיוו" אין די היינטיגע דור, אז א גאנצן טאג העצט מען קעגן די ארימעלייט הלמאי זיי העצן קעגן די עשירים. איי פארוואס איז תיכוס עצה צווישן די המון עם וויאזוי צו באקומען מער פון די וועלטס רייכטוהם "שנאה" אדער "העצע" קעגן עשירים, זיי ווילן דאך בס"ה "געבן פאר זיך" און יעדע ארימאן פארשטייט אז וואס אים פעלט איז "געלט" און נישט אז "דער עושר האט"? און פארוואס האבן די עשירים א גרעסערע רעכט צו פיינט האבן ארימעלייט און נאר ווען אן ארימאן דערווייגט זיך צו עפענען דאס מויל פארשרייט מען אים אז ער איז א "קאמוניסט"? ס'איז נישטא אויף קול מבשר קיין שום קעסטל וואו מ'הערט שנאה קעגן עשירים, אבער א קעסטל וואו מ'הערט האקן "קעגן די ארימעלייט" היתכן זיי גיסן שנאה קעגן די עשירים איז יא דא... אבער דאס איז די שמוציגע קאפיטאליסטישע סאסייעטי אין וואס מיר לעבן ליידער.

אבער די וואך ווען איר האט געענטפערט פאר איינעם וואס האט אייך געפרעגט דערוועגן אז "די פראבלעם איז היינט אז מענטשן לעבן אויף א הויכע סטאנדארט", און בהעלם אחד האט איר ארויסגעברענגט אז "ס'איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא שפע ווי היינט" האב איך שוין נישט געקענט שווייגן.

און כדאי דאס צו מסביר זיין דארף מען זיך צוריקקערן צו דוד המלך אין פאלאץ, דוד המלך גיבט זיי די עצה פון "לכו והתפרנסו זה מזה" און זיי ענטפערן "אין הקומץ משביע את הארי, אין הבור מתמלא מחולייתו", וואס לויט די פשוט'ע פשט איז עס צוויי משלים אויפ'ן ענין אז די עקאנאמיע איז געווען צו קליין צו יענע צייט אז די עשירים זאלן קענען געבן גענוג פאר די עשירים (אגב, איר האט געברענגט די גמרא אלס ראי' אז מ'קען זיך נישט אליינס אויסהאלטן, למעשה איז קלאר פון די מפרשים וואס האלטן אז די מעשה איז פארגעקומען יעדן טאג, אז דוד המלך האט יעדן טאג נאכאמאל פרובירט אויב מ'קען זיך שוין יא אליינס אן עצה געבן כדאי נישט צו גיין אין מלחמה נאר ווען מ'מוז, וואס אויב איז אמת אז מ'קען זי קיינמאל נישט אויסקומען וואלט ער עס נישט פרובירט פארצושלאגן יעדן טאג נאכאמאל).

אבער די מהרש"א שטעלט זיך אויפ'ן פלאץ (אין סנהדרין) פארוואס זיי האבן געדארפט זאגן צוויי משלים אויף די זעלבע זאך, און ער קומט אויף מיט גאר א צווייטע פשט, נעמליך, אז ס'איז טאקע יא געווען גענוג געלט ביי די עשירים צו אויסהאלטן די ארימעלייט אז זיי זאלן קענען לעבן אויף א ביליגע סטאנדארט, אבער די חכמי ישראל האבן גע'טענה'עט "אין הקומץ משביע את הארי", דער עולם האלט נישט ביים לעבן פון א קליינע קומץ נאר זיי ווילן לעבן "ברייט", אויף דעם האט זיי דוד המלך געזאגט "נו זאלן די עשירים געבן גענוג אז דער עולם זאל קענען לעבן ברייט דערפון" און אויף דעם האבן די חכמי ישראל געענטפערט אז "אין הבור מתמלא מחולייתו" אז אויף דעם איז שוין נישט דא גענוג, און אויף דעם איז מען "בלית ברירה" געגאנגען אין מלחמה כדאי אז עמך ישראל זאל קענען לעבן "אויף א הויכע סטאנדארט".

און ווי געזאגט, דאס גיין אין מלחמה איז געווען א בדיעבד'יגע זאך וואס מ'האט נאר געטוהן ווען מ'האט נישט געהאט קיין ברירה, און יא, ווען כלל ישראל האט געוואלט לעבן ברייט (ברייט איז רעלאטיוו, און ס'איז אין לדבר סוף, אבער בפשטות מיינט עס צו וואס מ'איז צוגעוואוינט וואס דאס פילט מען אלס א מוז) איז עס געווען א גאר וויכטיגע זאך וואס מ'האט גענוצט דערצו די לעצטע מיטלען, אבער פארשטייט זיך אז ווען די עשירים האבן יא געהאט גענוג אסאך צו געבן פאר די ארימעלייט צו קענען לעבן ברייט וואלט מען נישט געטוהן די שריט פון מלחמה ווען דאס געלט איז בעצם דא ווי ס'איז מבואר אין אלע מפרשים.

און דא דארף מען רעאינפארסירן דאס וואס איר האט טאקע ריכטיג ארויסגעברענגט אינעם שיעור, אז מ'לעבט היינט אין א שפע וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען, וואס דאס פארענטפערט טאקע פארוואס מענטשן ווילן לעבן אויף א הויכע סטאנדארט, ווייל דאס איז וואס די וועלט שטעלט היינט צו! איר ברענגט אלס ארויס אז אמאל האט מען חתונה געמאכט פאר אסאך ביליגער, וואס איר פארזעט אבער איז אז מיט דעם אלעם האט מען זיך אמאל געמוטשעט אסאך מער! סאו ווען די המון עם דארף לעבן היינט אויף די אמאליגע סטאנדארט מיינט דאס אז די גאנצע עקאנאמישע שפע מיט וואס די וועלט איז געבענטשט איז עפעס פון וואס נאר די העכסטע פונעם שטייסל באקומען דערפון און דאס איז א פראבלעם מיט וואס די מענטשהייט וויל זיך ענדערש ספראווען, און נאר די עשירים האבן א פראבלעם דערמיט!

און ווען מ'קוקט אויף די נומערן זעט מען אז ס'איז טאקע דא איבער גענוג צו געבן פאר א יעדן גענוג אסאך צו קענען דעקן אפילו א ברייט לעבן פאר די ארימעלייט, און ס'איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס אין אזא סאסייעטי זאלן זיך מענטשן מוטשען וויאזוי צו שטעלן ברויט אויפ'ן טיש, וויאזוי צו באצאלן די רענט, און וויאזוי חתונה מאכן די קינדער, און ווילאנג די עשירים צאלן נישט זייער יושר'דיגע חלק פאר סאסייעטי האט מען נישט וואס צו רעדן צו די ארימעלייט וועגן איינצוימען דעם פאסיג, ווייל דאס געלט איז דא, מ'דארף עס נאר ארויסבאקומען!

אוי האט איר גוט ארויסגעברענגט וויאזוי UPS טיילט הערליכע וועידזשעס מיט בענעפיטן, העלט אינשורענס, רעטייערמענט וכדו', און זייער פראפיט איז מיט דעם אלעם געווען פאראיאר 4.8 ביליאן דאלאר פון אונטער 72 ביליאן דאלאר סעילס! אבער די רעסטאראנט אייגנטומער אין לעיקוואוד איז נעכטן ארויפגעקומען אויף קול מבשר צו "מודיע זיין" פאר'ן עולם אז אויב מ'וויל בלעימען איינעם אויף די העכערונג אין פרייזן זאל דאס זיין די רעגירונג וואס צווינגט זיי צו צאלן גאנצע צען דאלאר א שעה פאר אן ארבייטער... איך מיין, אויב האט ער ביז יעצט געבעטן וויפיל ער האט געבעטן, געצאלט לעיקוואודע רענט, און ער קען זיך נישט "ערלויבן" צו צאלן פאר זיינע ארבייטער מער פון $8.60 א שעה נאר אויב ע העכערט פרייזן האט ער נישט וואס צו זיין אין ביזנעס! יעצט פארשטייט זיך אז ער קען יא ווייל ווען מ'קוקט אויף אינפלאציע איז 10 א שעה בכלל נישט מער פון וויפיל ס'איז געווען פאר פופציג יאר צוריק, און היינט דארף מען אסאך ווייניגער ארבייטער צוליב די טעכנאלאגישע פארשריט, אבער פארוואס זאל ער סעטלען פאר איין טראפ ווייניגער פראפיט ווי די מאקסימום? און אז ער - און די אנדערע אין די אינדוסטרי - האבן א "תירוץ" פארוואס "מ'מוז" העכערן פרייזן וועט דער עולם סייווי נישט האבן קיין ברירה ווייל דאס איז די "מארקעט", וואלט נישט געווען בעסער ווען ביזנעסער זאלן באלאנגען פאר'ן כלל אזוי אז אויב פראפיט וועט ארויפגיין איפ'ן חשבון פון נידריגע וועידזשעס אדע העכערע פרייזן זאלן די דיווידענס כאטש אנקומען צום ציבור וואס ליידט פון די געהעכערטע פראפיט?

מ'קען עס אנרופן א סאציאליסטישע מהלך, א קאמוניסטישע מהלך, א שנאה קעגן עשירים, אדער סיי וויאזוי מ'וויל, אבער דאס איז אויך א תורה'דיגע מהלך כמבואר בחז"ל!

(אינטרעסאנט צו צולייגן אז דאס איז וואס בערני סאנדערס טענה'עט אייביג, אז די אלע תירוצים אז ס'איז נישטא דאס געלט אויסצוהאלטן די ארימעלייט איז פאלש דורכאויס ווייל ווען מ'קוקט אויף וויפיל די עשירים האבן זעט מען אז יעצט איז מען דייקא נישט אין א מצב פון "אין הבור מתמלא מחולייתו", אבער פאר א געוויסע סיבה ווערט די פשוט'ע שכל'דיגע טענה פארשריגן אלס "שנאה קעגן עשירים" הגם ער וכת דילי' האבןן נאך קיינמאל נישט געזאגט א שלעכט ווארט אויף עשירים אדער אויף עשירות... אבער דאס איז וויאזוי מ'מוז עס אראפלייגן כדאי זיכער צו מאכן אז די ארימע מאסן פאר וועם ס'לוינט זיך זאלן עס אנקוקן גענוג נעגאטיוו אז ס'זאל ח"ו נישט אנרירן די אינטערעסן פון די עשירים. נאך מער אינטרעסאנט איז, אז מענטשן האבן ליב חוזק צו מאכן יעדע מאל וואס א סאציאליסט אדער איינער וואס שטיצט מער וועלפעיר איז מצליח, אז ער איז א היפאקריט ווייל ער קען געבן זיין אייגן געלט, וואס בעצם פארשטייט זיך אליינס וואספארא נארישע טענה דאס איז, ווארום אפילו יענער וועט געבן זיין גאנצע פארמעגן הונדערט מאל וועט עס נישט זיין קיין טיפה מן הים וואס מ'שפירט ניטאמאל, אבער לויט ווי געוויסע מפרשים זאגן איז ביי דוד המלך געווען די זעלבע זאך, דוד המלך איז געווען גאר רייך, און ווי די מפרשים זאגן זענען די חכמי ישראל געקומען צו דוד המלך אים צו בעטן אז ער זאל געבן פון זיין אייגן געלט פאר די ארימעלייט, און אויף דעם האט זיי דוד המלך געענטפערט אז ס'וועט גארנישט אויסמאכן נאר "לכו והתפרנסו זה מזה" מ'מוז נעמען פון אלע עשירים אויסצוהאלטן די ארימעלייט...)

הצלחה, ויה"ר שילמדו תועים בינה.
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
פארשפארט

צוריק צו “קול מבשר”