קנקן טעגליך

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

גבר ישראל
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובהדורך גבר ישראל » מיטוואך יוני 26, 2019 9:23 am

איטשע האט געשריבן:
כ״ג סיון תשע״ט

היינט, 2374 יאר צוריק, שנת ג׳ת״ה ליצירה, האט מען אויפגעהאנגען המן הרשע!
איין מינוט האט מען אים נישט אויפגעהאנגן דעם צווייטן טאג פסח? אין מדרש ווערט געברענגט: ״מֵאַחַר הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה גִּדַּל הַמֶּלֶךְ וגו', עַד וַיִּתְלוּ אֶת הָמָן, שִׁבְעִים פְּסוּקִים, לְתַכְלִית שִׁבְעִים נִתְלָה עַל חֲמִשִּׁים.״ אין מיר זאגן עס אין די יוצרות פ׳ זכור, די לעצטע שורה פאר׳ן סילוק. דאס באצועט זיך אז נאך 70 טעג פונ׳ם ארויסגעבן זיין גזירה, אום יי״ג ניסן, האט מען אים געהאנגן אויפ׳ן פופציגער.
אלזא אויסער וואס מען האט אפגעשיקט די אגרות שניות, הא׳מיר אויך א פיינעם יארצייט.
מקור: במדבר רבה פ׳ נשא


היכי תימצא אז מ'זאגט נישט קיין תחנון אין די טאג וואס א רשע איז געשטארבען (לפי המנחת אלעזר)

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

תגובהדורך דאטשע » מיטוואך יוני 26, 2019 6:10 pm

קנקן האט געשריבן:
כ״ב סיון תשע״ט

היינט, פאר 371 יאר צוריק, שנת ת״ח, איז אומגעברענגט געווארן דער נעמירובער רב, הגאון מוהר״ר יחיאל מיכל הי״ד. 2 טאג פריער, אום כ׳ סיון, איז ק״ק נעמירוב געפאלן צו חמיל ימ״ש און זיינע קאזאקן, זייענדיג דאס ערשטע יודישע קהלה צו פאלן צו זייערע ברוטאלע הענט. די יודן האבן זיך געהאט באפעסטיגט אינ׳ם לאקאלן פעסטונג וואס איז געווען ארומגענומען מיט א וואסער. ווען דער קאזאק האט זיך אריינגעבראכן, איז ר׳ מיכל אריינגעשפרינגן אינ׳ם וואסער, און ס׳איז אים געלונגן זיך מאמענטאל זיך צו ראטעווען. 2 טאג דערויף זענען די קאזאקן צוריקגעקומען זיכער צו מאכן אז ס׳איז גארנישט פארבליבן, ר׳ מיכל זעהנדיג אז די צייט איז שמאל, איז ער אנטלאפן צום יודישן בית החיים, וועלנדיג זיכער מאכן כאטש צו קומען צו קבר ישראל, ווי ער איז טאקע ענדגילטיג ערמארדערט געווארן מיט זיין פאמיליע, הי״ד.
צווישן די וואס ס׳זענען זיך יא געלונגען זיך צו ראטעווען פו ןנעמירוב, איז געווען הג״ר יעקב כהנא שפירא, וועלכע איז דאן געוען א יונגעלע, ער דערציילט זיין געשיכטע אין די הקדמה פון זיין ספר אהל יעקב.

זעהט די פולע געשיכטע: דא
מקור: יון מצולה

א בליק אויפן פלאץ פונעם פאסירונג
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך יוני 26, 2019 6:54 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:אין צמח צדק שטייט אז זיי זענען ערמארדעט געווארן.

אגב דער שיעור פון ווייארסט ווערט אויך מבואר אין שו"ת צ"צ אה"ע סי' עח:
וא"כ כיון שהלך עם הילוך הנהר מהלך שלשה ווייארסט, ורבו האומרים ששם הווייארסטין הם שבעה מאות קלאפטער בכל ווייארסט, וא"כ בשלשה מילין יש שני אלפים ומאה קלאפטער שהם ששה אלפים ושלשה מאות ארשין. ועם משך העיר ממקום שנטבע עד חוץ לעיר י"ל שיש ערך ארבעה מילין שהמיל ב' אלפים אמה והארשין גדול הרבה מן האמה כידוע...
צוגעלייגטע
Capture.JPG
russian measurements
Capture.JPG (69.75 KiB) געזעהן 4355 מאל

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דאנארשטאג יוני 27, 2019 7:19 am

כ״ד סיון תשע״ט

היינט! קנקן - קן ו׳ ווארט אייך אפ אין די לאקאלע געשעפטן!
297 יאר צוריק, שנת תפ״ב לפ״ק, דאהי אין לונדון, זיצט זיך א יוד, ר׳ ליב נורדין, און א שרייבט א שארפע בריוו צו ר׳ יעקב עמדין אין וועלכע ער באשולדיגט אים אז ער האט דאהי געטרונקען קאווע, וואס איז נישט כשר, אין א גוי׳שע קאפעהויז!
ר׳ יעקב עמדין באשטעטיגט די געשיכטע, ס׳האט פאסירט ווען ער האט זיך געפונען אין לונדון, און פארטיידיגט זיך אז דער קאווע איז געווען 100 פראצענטיג אויסגעהאלטן, זיך אויסדרוקנדיג אויף דעם קאווע ׳שישו מעי׳!
מיר האבן עס באשריבען באריכות אונזער ארטיקל ׳א געשמאקע שאָהל קאווע׳ אין קנקן - קן ג׳.
מקור: שאילת יעב״ץ ח״ב קמ״ב

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » פרייטאג יוני 28, 2019 6:32 am

כ״ה סיון תשע״ט
היינט, מיט 2350 יאר צוריק, ג׳תכ״ט לפ״ק, האט דער איינגעהויקערטער יודישער חכם, גביהא בן פסיסא הכהן פון די שומרים אין די בית המקדש, געוואונען דאס געריכט קייגן די ישמעאלים, כנענים און די מצריים, יעדער מיט זיין טענה ארויסצופּרעסן געלט פון די יודן. די ישמעאלים מיט׳ן טענה פון בכורה, די כנענים מיט׳ן טענה אז ארץ כנען איז זייערס, און די מצריים האבן צוריקפארלאנגט וואס זיי האבן פארבארגט די יודן איידער יציאת מצרים.
מיט אט די געוואונס האבן די חכמי ישראל געגרינדעט א יום טוב, ווי ס׳איז פארצייכנט אין מגלת תענית ״בְּעֶשְׂרִים וַחֲמִשָׁה בֵּיהּ, אִתְנַטִילוּ דִימַסְנָאִי מִיְהוּדָה וּמִירוּשָׁלֵם.״ אינ׳ם 25טן [סיון] איז אפגעטוען געווארן די [דִימַסְנָאִי / δημοσιῶναι / שטייער־פּאַכטער] פון יהודה און ירושלים.
מקור: מגלת תענית: משנה ט׳,
ועי׳ בהמשך שהיה כהן שבאותו היום הלך עם אלכסנדרוס מוקדון עד קה״ק,
ועי׳ בגמרא סנהדרין צא.

צוגעלייגטע
c0d0acb2d5480b8facdff08a237407d1.jpg
c0d0acb2d5480b8facdff08a237407d1.jpg (208.77 KiB) געזעהן 4236 מאל
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

כ״ז סיון - רבי חנינא בן תרדיון

תגובהדורך קנקן » זונטאג יוני 30, 2019 8:14 am

כ״ז סיון תשע״ט
היינט, איז א תענית וואס ווערט דערמאנט אין שלחן ערוך , און דער מקור איז פון מגלת תענית, ווארום היינט אומגעפער 1950 יאר צוריק, האט מען פארברענט דעם הייליגן תנא רבי חנינא בן תרדיון פון די עשרה הרוגי מלכות, צוזאמען מיט א ספר תורה!
אויסער וואס מען האט אים זעלבסט געשטראפט האט מען זיך אויך גענומען צו זיין פאמיליע, ער מיט זיין פרוי זענען פאראורטיילט געווארן צום טויט, און איין טאכטער האט דער רעגירונג אריינגעשטעלט אין א בית הזונות, וועמען איר שוואגער ר׳ מאיר האט ארויסגעראטעוועט פון דארט.
איין זון זיינע איז ארויס לתרבות רעה און ער האט זיך באהאפטן מיט רויבער וועלכע האבן אים עווענטועל אומגעברענגט.
מקורות: שו״ע או״ח תק״פ, מגלת תענית י״ג, עבו״ז י״ז: איכה רבה ג׳

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מאנטאג יולי 01, 2019 6:57 am

י״ד סיון תשע״ט - רצ״ז.
אום י״ד סיון איז פארגעקומען א ליקוי לבנה וועלכע איז געזעהן געווארן אין צענטראל אירופא. מיר האבן א גרייזיגע באריכט דערפון וואס ליינט זיך ווי פאלגענד: ״רצ״ז לפ״ק י״ד סיון יום ה׳ בחצי היום, היה ליקה חמה כמעט ב׳ שעות, והיה עיגול גדול סביב החמה כגון זה.״ א ליקוי חמה קען בלויז פארקומען ראש חודש, ווארום עס פאסירט בשעת׳ן מולד. דער שרייבער מישט אויס דער ליקוי לבנה וואס איז דאן פארגעקומען מיט א ליקוי חמה וואס איז פארגעקומען צוויי וואכן דערויף אום ר״ח תמוז. דאך איז אין דעם טאג טאקע פארגעקומען א ליקוי לבנה. ווי עס שיינט האט ער געשריבן זיין באריכט א שטיק צייט נאכ׳ן פאסירונג.

כ״ח סיון תשע״ט
אום י״ד סיון האבן מיר דערמאנט: אום י״ד סיון איז פארגעקומען א ליקוי לבנה וועלכע איז געזעהן געווארן אין צענטראל אירופא…״ מיר האבן צוגעברענגט א גרייזיגע באריכט פון א פראגער יוד, ווי פאלגענד: ״רצ״ז לפ״ק י״ד סיון יום ה׳ בחצי היום, היה ליקה חמה כמעט ב׳ שעות, והיה עיגול גדול סביב החמה כגון זה.״
למעשה באצועט זיך דער שרייבט צו דער ליקוי חמה וואס איז פארגעקומען צוויי וואכן שפעטער, היינט מיט 482 יאר צוריק. דער ליקוי חמה איז גאר אן אינטערעסאנטער, ס׳רופט זיך אויף ענגליש ״annular eclipse״, דאס איז גאר אן אינטערעסאנטער ליקוי חמה וואס מאכט זיך בלויז ווען די לבנה איז ביי איר ווייטסטן פונקט פון אונזערע וועלטל, דעריבער זעהט עס אונז אויס זייער קליין, און דער זוהן איז ביי איר נאנטסן פונקט, דעריבער איז ער זייער גרויס, דעריבער ווען די לבנה באדעקט דעם זון, דעקט זי עס נישט צו אינגאנצן, ס׳בלייבט איבער א פייערדיגע קרייז פונ׳ם זון וואס שיינט ווייטער!
יעצט וועט איר פארשטיין וואס דער שרייבער שרייבט: ״והיה עיגול גדול סביב החמה כגון זה:״
Scan.jpeg
Scan.jpeg (164.21 KiB) געזעהן 4016 מאל

מקור: כרוניקה עברית מפראג

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דינסטאג יולי 02, 2019 7:29 am

כ״ט סיון, ער״ח תמוז תשע״ט
היינט, פאר 376 יאר צוריק, שנת ת״ג לפ״ק, האט דער תוספות יום טוב, דאן רב אין לאדמיר, באקומען א בריוו פונ׳ם פריץ אז ער זאל זעהן באצייטנס פארשוואונדן צו ווערן פון לאדמיר, ווי לאנג דער פריץ וויילט דארט.
פארוואס האט אים דער פריץ אזוי פארשיקט?
אין אט די יארן איז דער תוספות יום טוב געווען זייערע אקטיוו אפצושטעלן דאס ״אפקויפן דאס רבנות״. ווי פארשטענדליך האט זיך דער תוספות יום טוב איינגעקויפט פילע שונאים דערמיט, בפרט פון פרנסים און מנהיגים וואס האבן גענוצט זייערע רייכטום, אריינצושטעלן זייערע נאנטע פאר רבנים. מען האט זיך געוואנדן צו דעם אויבנדערמאנטן פריץ, אז ער זאל ׳מסדר׳ זיין דעם תוספות יום טוב, דעריבער האט אים דער פריץ באצייטנס געגעבן צו פארשטיין, אז ס׳איז בעסער אז ער זאל פארשוואונדן ווערן פון לאדמיר ווי לאנג ער איז אין שטאט.
מקור: מגלת איבה

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13334
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג יולי 02, 2019 1:25 pm

Untitled.jpg
Untitled.jpg (370.71 KiB) געזעהן 3877 מאל

המשך
http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =&pgnum=24

איטשע
שר האלף
תגובות: 1899
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך יולי 03, 2019 6:46 am

ל׳ סיון, א׳ דר״ח תמוז תשע״ט
היינט, פאר 215 יאר צוריק, שנת תקס״ד, איז נסתלק געווארן אין בראד, הגאון מוהר״ר יהודה זונדל רמר״ז. ווי אן אייניקל זיינע געבט איבער איז ער גאר געווען דער מגיד פון די בראדער קהלה.
זיין פאטער איז געווען באקאנט אלס ר׳ מ׳שה ר׳ ז׳עליג׳ס, יעצט פארשטייט איר זיין משפחה נאמען רמר״ז. ס׳איז אינטערעסאנט צו פארצייכענען, אז די משפחה האט געשטאמט פונ׳ם ספרד׳ישן אפשטאם זייענדיג זיך מתיחס צו רבינו טודורוס אבולעפיא, מח״ס אוצר הכבוד, א פליעמניק פונ׳ם רמ״ה.
ר׳ זונדל איז געווען דער פאטער פון הרבנית רבקה הענא די מוטער פונ׳ם שר שלום פון בעלז, און דער פאטער פון הג״ר ישכר בער רמר״ז אבד״ק סקאהל, דער שווער פונ׳ם שר שלום פון בעלז - די פאטער פון זיין באקאנטן רביצין מלכה.
מקורות: דובר שלום אות ג׳, כוכבי אברהם.


Old Shul Brody.jpg
Old Shul Brody.jpg (140.81 KiB) געזעהן 3803 מאל

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

ר״ב תמוז - יסוד חברא קדישא בפראג

תגובהדורך קנקן » דאנארשטאג יולי 04, 2019 6:49 am

ראש חודש, א׳ תמוז תשע״ט
היינט, מיט 455 יאר צוריק, שנת שכ״ד, איז געגרינדעט געווארן אין פראג אירע באקאנטע חברא קדישא, דורך צוויי גדולי ישראל פון יענע צייט, דער מהר״ל וועלכע איז עווענטועל אויפגענומען געווארן אלס רב אין פראג, און הגאון מוהר״ר אליעזר אשכנזי, וועלכער איז עווענטועל אויפגענומען געווארן אלס רב אין קראקא.
אט דעם טאג איז אין פראג געווען א יום שמחה, איבערהויפט צווישן די מיטגלידער פון דעם ארגאניזאציאן. פון א באריכט פון פילע יארן שפעטער לערנען מיר, אז דער יום טוב האט זיך שוין אנגעהויבן א נאכט פריער, מיט א ספעציעלן מעריב מיט׳ן חזן, וועלכער האט נאכגעפאלגט מיט א פאסיגע דרשה פונ׳ם רב און נאך אירע.
מקור: המבשר 1864, עמוד 210.

קנקן טעגליך - קאמענטארן

די חברא קדישא ביי יציאת נשמה
640px-Prager_Beerdigungsbruderschaft.jpg
640px-Prager_Beerdigungsbruderschaft.jpg (46.83 KiB) געזעהן 3716 מאל
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » פרייטאג יולי 05, 2019 5:37 am

ב׳ תמוז תשע״ט
היינט, מיט 156 יאר צוריק, שנת תרכ״ג, איז אין לעמבערג נסתלק געווארן איינס פון אירע גאר חשוב׳ע פערזענליכקייטן. דא האנדלט זיך פון הגאון מוהר״ר מרדכי וואלף הלוי אינטינגא, ועלכער האט געדינט אלס נשיא הארץ הקדושה.
ר׳ מרדכי וואלף, איז באקאנט צו האבן געווען, סיי זייענדיג דער שוואגער פונ׳ם לעמבערגער רב, הג״ר יוסף שאול נאטאנזאהן, מח״ס שואל ומשיב, און סיי אלס זיין לאנגיעריגע חברותא. אט דאס חברותא׳שאפט, האט בארייכערט כלל ישראל מיט עטליכע באקאנטע ספרים, ווי מפרשי הים און מגן גבורים און נאך וועלכע זיי האבן ביידע ארויסגעגעבן צוזאמען חידושים וואס זיין האבן צוזאמען מחדש געוועזן,.
ביי זיין לויה האט הגאון ר׳ יצחק שמעלקיש אבד״ק פרעמישׂלא (שפעטער רב אין לעמבערג), געהאלטן א הספד, וועלכע א טייל דערפון, האט ער שפעטער געדרוקט אין זיין ספר בית יצחק.
מקור: שו״ת בית יצחק או״ח כ״א

בילד
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

ד׳ תמוז - דאס ארעסט פונ׳ם מהר״ם

תגובהדורך קנקן » זונטאג יולי 07, 2019 8:01 am

ד׳ תמוז תשע״ט
היינט, מיט 733 יאר צוריק, שנת מ״ו לפ״ק, איז דער מהר״ם מרוטנבורק ארעסטירט געווארן אין גערטץ, א שטעטל ביים גרעניץ פון איטאליען, פאר׳ן צורעדן דאס דייטשע יודנטום צו אנטלויפן פון די דייטשע גרעניצן, צוליב דאס נייע סטאטוס וואס די יודן האבן באקומען ״אלס פרעזענליכע אייגנטום פונ׳ם קעניגרייך״. אין גערטץ איז ער דערקענט געווארן דורך זיינס א געוועזענעם תלמיד, דער משומד קניפפא ימ״ש, וועלכער האט אים פאר׳מסר׳ט צו דעם לאקאלן פריץ, גראַף מיינהאַרד. מען האט אים איינגעזעצט פאר דאס רעשט פון זיין לעבן אינ׳ם וואסער שלאס, לעבן ענזיסום.
Ensisheim.jpg
Ensisheim.jpg (459.23 KiB) געזעהן 3547 מאל

מקור: מצבתו, געשיכטע דער יודן 17
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

ה׳ תמוז - נשואי הג״ר יהודה אריה מודינא

תגובהדורך קנקן » מאנטאג יולי 08, 2019 6:42 am

ה׳ תמוז תשע״ט
היינט, מיט 429 יאר צוריק, שנת ש״ן לפ״ק, איז הגאון מוהר״ר יהודה אריה מודינא, געגאנגען צו די חופה אין ווענעציע, חתונה האבנדיג מיט זיין געשוויסטער קינד, מרת רחל, א טאכטער פון זיין מוטער׳ס שועסטער, מרת גייוייה. צום ערשט איז ער געווען פערלויבט מיט רחל׳ס עלטערע שוועסטער אסתר, און די חתונה איז געווען באשטומט צו זיין אום י״ג סיון שנת ש״ן, ליידער איז אסתר דעמאלטס שטארק קראנק געווארן און די חתונה איז אפגעשטופט געווארן, און איז בטל געווארן מיט אסתר׳ס פריצייטיגע טויט, אום כ״א סיון. תיכף דערויף האט מען אים א חתן געמאכט מיט אסתר׳ס שוועסטער רחל, און ער איז געגאנגען צו די חופה אום פרייטאג פרשת קורח.
ר׳ יהודה אריה מודינא, האט פארפאסט דעם פיוט ׳יום זה יהיה משקל׳ מיט וואס מיר הייבן אן יום כיפור קטן.
LeonModena.jpg
LeonModena.jpg (171.56 KiB) געזעהן 3442 מאל

מקור: חיי יהודה עמוד 21

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

ו׳ תמוז - ק״ק טוטשין והאמיל

תגובהדורך קנקן » דינסטאג יולי 09, 2019 6:08 am

ו׳ תמוז תשע״ט
היינט, מיט 371 יאר צוריק, שנת ת״ח לפ״ק, איז מזרח פוילן געווען א בלוט באד. בלוט פון אומשולדיגע יודישע קינדער, זענען ברוטאל פארגאסן געווארן דורך חמילניצקי ימ״ש און זיינע קאזאקישע בארבארן.
מיר, אפשטאמיגע פון פוילן, אוקראינע, ליטא און די אומגעגענט, קע׳מיר זיין זיכער, אז מיר האבן געהאט הייליגע אבות, וואס האבן באצאלט א בלוטיגן פרייז ביי אט די הריגה. אום ו׳ תמוז זענען ערמארדערט געווארן די יודן פון די צוויי קהלות קדושות טולטשין און האמיל. הי״ד
פאר א לענגערע באריכט איבער די הריגות אין די צוויי קהלות, ווענדט אייך צו אונזערע ארטיקל אין שערי ציון ״גזירות ת״ח ות״ט 4 - ק״ק טולטשין.״
מקורות: יון מצולה; סליחות וקינה להש״ך

Tulchin.jpg
Tulchin.jpg (667.2 KiB) געזעהן 3312 מאל


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

ז׳ תמוז - הילדסום

תגובהדורך קנקן » מיטוואך יולי 10, 2019 7:01 am

ז׳ תמוז תשע״ט
היינט, מיט 339 יאר צרויק, שנת ת״מ לפ״ק, איז זיך פארלאפן די פאלגענדע געשיכטע אין שווערזענץ. אימיצער האט געשיקט א יונגל מיט זיין פערדל רייטן צום וואסער, אז ער זאל דארטן לאזן אנטרונקען זיין פערדל. קינדער זענען אים נאכגעלאפן מיט שטעקענעס רייזנדיג זיך מיט׳ן פערד, עווענטועל איז צוגעקומען נאך א יונגעלע, ביי וועלכע דאס פערדל איז ווילד געווארן, און געשטויסן דאס יונגל אין הארץ אריין. דאס קינד איז ביז א האלבע שעה נעבעך אויסגעגאנגען רח״ל.
מען האט זיך געוואנדען צום הילדסהיימער רב הג״ר אליקים געץ, אנפערגנדיג, ווער איז דער שולדיגער, און א סדר תשובה, אויף וועלכער ער האט געענטפערט: ״ובכן נ"ל דיש להקטן כשיגדל, לילך על קברו של הקטן ויבקש מחילה בפני עשרה אנשים בקול בכייה. גם לקבל על עצמו גלות דהיינו לילך בכל שבוע יום אחד יחף בשדה ויבכה על אשר אנה אלקים לידו… גם משך שנה בכל ערב ר"ח יתוודה בפני שלשה אנשים וילקה אותו מלקות. ויתענה שנה תמימה וישוב אל ה'... גם כל ימי חייו יתענה יום המעשה בכל שנה. וירבה תפלה וצדקה כפי יכלתו ביום הנ"ל בעדו ובעד נשמת המת. ואז אחר המעשים הנ"ל שעשה עליו נאמר אשרי זקנותו שמכפר על ילדותו. ומקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד. ושלום יהיה לנו ולכל ישראל. כנלע"ד.״
מקור: שו"ת אבן השוהם סימן מ״ה
Hildesheim.jpg
Hildesheim.jpg (696.04 KiB) געזעהן 3199 מאל



תקון טעות: דער פאסירונג האט פאסירט אים שווערזענץ
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

ח׳ תמוז - פטירת האמרי נועם מדזיקוב

תגובהדורך קנקן » דאנארשטאג יולי 11, 2019 7:54 am

ח׳ תמוז תשע״ט
היינט, מיט 142 יאר צוריק, שנת תרל״ז לפ״ק, איז דער אמרי נועם, הרה״ק מאיר הורוויץ אבד״ק דזיקוב, נסתלק געווארן איו קארלסאד, טשעכין, אין דעם עלטער פון בלויז 58 יאר. דער אמרי נועם איז געראטן געווארן דורכ׳ן דאקטער אהין צופארן צוליב די בעדער. דער אמרי נועם אליינס האט אבער זייער געפארכט דערפון, זאגנדיג אז בלייבנדיג אינדערהיים איז ער מער זיכער וואו מיט׳ן אהינפארן אהין. די קינדער, זיך זארגנדיג פאר׳ן פאטער׳ס געזונט, האבן אים פראבירט איבערצורעדן צו פארן קיין קארלסבאד, זעהענדיג אז עס גייט נישט, האבן זיי אים געראטן צו פארן באזוכן אן אנדערן דאקטער. אזוי האט מען גענומען דעם ׳פאלשן׳ באן קיין קארלסבאד, ווי ער איז נסתלק געווארן.
Imrei Noam.jpg
Imrei Noam.jpg (316.3 KiB) געזעהן 3114 מאל

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

ו׳ חקת - שריפת התלמוד

תגובהדורך קנקן » פרייטאג יולי 12, 2019 5:52 am

ט׳ תמוז, ו׳ חקת, תשע״ט
היינט, מיט 775 יאר צוריק, שנת ד׳ לפ״ק, איז א גלח אריין אין די נוטרי־דם קאטעדראל אין פאריז, ער האט דארטן אנגעצינגען א לעכטל פו די ליכטלעך וואס ווערן געצינדן לכבודו פון אותו האיש ימ״ש, ער האט ארויסשפאצירט מיט לעכט צו די אריינגאנג פונ׳ם קאטעדראל, ווי ער האט אינטערגעצינדן 24 וועגענער, וועלכע האבן אנטהאלטן 1,200 גמרא׳ס. דאס איז באקאנט אלס דער שריפת התלמוד וואס איז פארגעקומען אין פאריז.
די אורזאך פארן שטעלן דעם טאג פונ׳ם וואך אלס דער דאטום, איז צוליב א שאלות חלום איבער די גזירה, אין וועלכע די תשובה איז געוועזן ״ו׳דא גזירת אוריתא׳״ וואס איז נוטריקון ו׳ = פרייטאג, דא גזירת אוריתא = זאת חקת התורה.
פאר א לענגערע באהאנדלונג איבער די געשיכטע, ביטע ליינט ״נוטרי דם - חובלי ויקופיש״ אין די איצטיגע קנקן אויסגאבע, קן ו׳.
אזוי אויך קענט איר הערן אונערע אינטערוויו אויף קול מבשר נו. 2012
בילד: ספרי התלמוד, פארנט פונ׳ם קאטעדראל אין פאריז, אינ׳ם אריינפיר צום ארטיקל אין קנקן - קן ו׳.
KankanY6.jpg
KankanY6.jpg (290.08 KiB) געזעהן 2996 מאל

מקורות: מגן אברהם תק״פ; שבולי הלקט; אגרות קנאות

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

י״א תמוז - רעש בירושלים

תגובהדורך קנקן » זונטאג יולי 14, 2019 7:50 am

י״א תמוז תשע״ט
היינט, מיט 92 יאר צוריק, שנת תרפ״ז לפ״ק, האט א מעכטיגע, 6.5 ריכטער וואגשאל, ערדציטעניש אויפגעטרייסלט ירושלים אין דאס ארום, אין וועלכע אומגעפער 287 מענטשן האבן געפונען דערינען זייער ענדע.
א באריכט פונ׳ם ערדציטעניש האמ׳יר אינ׳ם באקאנטן ספר כף החיים פון הג״ר יעקב חיים סופר, ח״ז סי׳ תקע״ו סקכ״ו, ווי פאלגענד: ״בשנת התרפ״ז י״א לחו׳ תמוז היה רעש גדול בירושת״ו ובכל סביבותיה, ונהרסו כמה כותלים ומהם נתרועעו, והיה נסים ונפלאות שלא נפקד אחד בירושת״ו, רק בכפרים נעשו הריסות גדולות ומתו כמה עכו״ם לתפ״ץ* , וה׳ שמר ישראל, והיה פלא בעיני הרואים והאמינו בה׳ גם ההולכים ע״פ הטבע, והעידו, כי יד ה׳ עשתה זאת.״
*ר״ת: לֹ׳א תָ׳קוּם פַּ׳עֲמַיִם צָ׳רָה (נחום א:ט)

1927_Earthqua_JQ2.jpg
1927_Earthqua_JQ2.jpg (62.13 KiB) געזעהן 2899 מאל

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

איטשע
שר האלף
תגובות: 1899
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

י״ב תמוז - ויכוח רבינו יחיאל מפארישׂ

תגובהדורך איטשע » מאנטאג יולי 15, 2019 8:34 am

י״ב תמוז תשע״ט
היינט, מיט 779 יאר צוריק שנת תת״ר לפ״ק, האט מען געלאזט רופן רבנו יחיאל פון פאריז, דער סמ״ק און נאך צוויי גדולי ישראל, צו דעם קעניגליכן פאלאץ, פאר אן אויספארשונג,אין די אנוועזנהייט פונ׳ם קעם רעניג׳ס מועטר. מען האט דאביי געגעבן דאס געלעגנהייט פאר די יודן צו פארטיידיגן דעם תלמוד פון קריסטליכע באשולדיגונגען.
רבינו יחיאל, האט מצליח געווען צו פארענטפערן אלע זייערע פראגעס, און פון א יודישן שטאנדפונקט איז עס באקרוינט געווארן ערפלאגרייך. דאך האבן די קריסטן עס נישט אזוי אנגענומען, האלטנדיגע איז ר׳ יחיאל האט זיי נישט ריכטיג גע׳ענטפערט, הגם זיי האבן נישט געקענט אויפווייזן זיין אומרעכט. די גזירה פונ׳ם פארברענען דעם תלמוד איז נישט בטל געווארן דערמיט.
א לענגערע אפהאנדלונג איבער׳ן ויכוח, וועט בע״ה זיין אין קנקן, קן ז׳.

בילד

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

י״ג תמוז - ליקוי לבנות

תגובהדורך קנקן » דינסטאג יולי 16, 2019 6:34 am

י״ג תמוז תשע״ט
היינט, ב״ה קנקן ז׳ איז אין דער דרוקעריי, מאכט זיכער זיך איינצהאנדלען קן ו׳, איידער ס׳ווערט געביטן מיט קומענדיגן קן.
אינ׳ם ספר בוך [ווי אזוי איר ווילט עס רופן] יסודי העיבור (ווארשא תרי״ב), הא׳מיר א באריכט פון א ליקוי לבנה, וואס גייט פארקומען אום י״ג תמוז שנת תר״ל לפ״ק. אט די ליקוי איז געווען זעהבאר אין אירופא. ווי מיר זעהן פון אן אנדערן באריכט, איז דער ליקוי געווען גאר א דראמאטישע און פילפארביגע ליקוי, דאס איז געווען צוליב די זעלטענע אומשטענדן ווי די לבנה האט זיך דאן געפונען.
וואס איז אינטערעסאנט איז, אז היינט, 149 שפעטער, גייט אויך פארקומען א טיילווייזער ליקוי לבנה, זעהבאר אין אירופא. אנגעהויבן אום זייגער 9:30 אוונט, היגער זייגער (BST), און ענדיגנדיג אום זייגער 12:00, דער צענטער דערפון וועט זיין האלב עלעף.
Glass lantern slide of a lunar eclipse taken 16 November 1910 - unknown artist 1.jpg
Glass lantern slide of a lunar eclipse taken 16 November 1910 - unknown artist 1.jpg (14.02 KiB) געזעהן 2729 מאל

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

י״ד תמוז - גזירת געלע היטל

תגובהדורך קנקן » מיטוואך יולי 17, 2019 6:27 am

י״ד תמוז תשע״ט
היינט, מיט 464 יאר צוריק, שנת שט״ו לפ״ק. דער פויבסט וואס דער בעל סדר הדורות רופט אלס ״פאולו קרפה דנפולו פפא ברומה״, סליינט זיך פּויל קאַראַפא פון נאַפּולי [היינט זיד איטאליען] פּויבסט אין רוים. ער האט ארויסגעגעבן עטליכע אנטיסמיטישיע גזירות, ער האט ארויס געגעבן אסאך, אבער אום י״ד תמוז האט ער גוזר געווען צו גיין מיט באקאנטן יודישן געלן היטל, און אז יודן מוזן וואוינען אין אן אייגענע פארמויערטן געטא. צוגאב צו דעם האט ער גוזר געווען נאך גזירות, וואס האבן געטוען באגרעניצען די יודן, מיט האנדלען און נאך פארשידענע זאכן ווי אויסגערעכנט אין סדר הדורות. די גיזרה איז פובליצירט געווארן אום… תשעה באב, יענעם יאר.
מקור סדר הדורות ה׳ אלפים שט״ו

Yellow Hat.jpg
Yellow Hat.jpg (111.09 KiB) געזעהן 2662 מאל


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

ט״ו תמוז - סיום מס׳ גיטין בפולדא

תגובהדורך קנקן » דאנארשטאג יולי 18, 2019 6:23 am

ט״ו תמוז תשע״ט
היינט, מיט 384 יאר צוריק, שנת שצ״ה לפ״ק, האט דער מהר״ם שיף, הגרון מוהר״ר מאיר הכהן שיף פון פראנקפורט אב״ד ור״מ דק״ק פולדא, געמאכט א סיום מיט זיין ישיבה אויף מס׳ גיטין. ער דערמאנט אט די געשעעניש אין זיינע חידושים סוף מס׳ גיטין, דף צ׳ ע״א, ווי פאלגענד: ״סיימנו מסכת גיטין בלימוד הישיבה היום יום א' ט"ו תמוז שצ"ה לפ"ק.״
Maharam Schiff_ffb0163.jpg
Maharam Schiff_ffb0163.jpg (281.21 KiB) געזעהן 2565 מאל


בילד [פון זיין מצבה אין פראנקפורט] קרעדיט: Digitale
Edition ─ Jüdischer Friedhof Frankfurt am Main, Battonnstraße, ffb-163 URL: http://www.steinheim-institut.de/cgi-bi ... id=ffb-163



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

ט״ז תמוז תשע״ט

תגובהדורך קנקן » פרייטאג יולי 19, 2019 5:44 am

ט״ז תמוז תשע״ט
היינט, ערב שבעה עשר בתמוז, מיט 3330 יאר צוריק, ב׳תמ״ט. האט מען אומגעברענגט חור, דער זוהן פון כלב און מרים, דער פלימעניק פון משה רבינו און אהרן הכהן.
אום ט״ז תמוז זענען אפגעלאפן, די פערציג טעג וואס משה רבינו האט זיי געזאגט אז ער גייט וויילן אין הימל, עכ״פ לויט די יודנ׳ס חשבון.
זאגט די מדרש. ווען די יודן האבן געזעהן אז משה רבינו איז נישט אראפ געקומען, האבן זיי זיך געוואנדן צו זיין פלימעניק חור, און אים געבעטן: ׳קום עשה לנו אלהים!׳, חור האט קאטעגאריש אפגעווארפן דעם פארלאנג, ״כיון שלא שמע להן – עמדו עליו והרגוהו!״ וויבאלד ער האט זיך נישט צוגעהארכט צו זיי, האבן זיי אים גע׳הרג׳עט.
צומארגנס, אום שבעה עשר בתמוז, האבן די יודן געמאכט דעם עגל, משה רבינו איז אראפגעקומען פון הימל, און צובראכן די לוחות.
מקור: ויקרא רבה פ׳ צו, ג׳.

Hur.jpg
Hur.jpg (139.4 KiB) געזעהן 2479 מאל

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

י״ח תמוז - הייטב לב לרבנות סיגעט

תגובהדורך קנקן » זונטאג יולי 21, 2019 7:34 am

י״ח תמוז תשע״ט
היינט, מיט 161 יאר צוריק, שנת תרי״ח לפ״ק. איז הגאון מוהר״ר זלמן ליב טייטלבוים אנגעקומען קיין סיגעט איבערנעמען דאס דארטיגע רבנות אמט. דאס צוגאנג צו דעם, איז גראדע געווען גאנץ אן אינטערעסאנטע. איידער ר׳ זלמן ליב איז געקומען קיין סיגעט איז ער געווען רב אין גארליץ, גאליציא, ווען ר׳ זנוויל כהנא פון סיגעט איז נפטר געוארן, האט מען פארבעטן ר׳ זלמן ליב׳ן אריבערצוקומען און האלטן א הספד אויף ר׳ זנוויל׳ן. האלטנדיג דאס הספד, זענען די סיגעטער איינאוואוינער שטארק איבערגענומען געווארן פון אים, און מען האט באשלאסן אים אויפצונעמען אלס רב אין שטאט. אום י״ח תמוז איז ר׳ זלמן ליב אנגעקומען אין שטאט אלס סיגעטער רב.
מקור, קונ׳ ענף עץ אבות, ראש ס׳ שו״ת מהר״י אשכנזי

Zalmen Leib Teitelbaum.jpg
Zalmen Leib Teitelbaum.jpg (151.93 KiB) געזעהן 2416 מאל

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט