דאס לעצטער בלוט בלבול - קייעלץ, פולין, תש"ו

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

דאס לעצטער בלוט בלבול - קייעלץ, פולין, תש"ו

תגובהדורך חזון-איש'ניק » מאנטאג ינואר 29, 2018 2:36 am

בעזהי"ת

געווען איז דאס ארום א יאר נאך דער ביטערער קריג האט זיך געענדיגט, זעקס מיליאן אידן זענען אומגעקומען עקדה"ש, און די שארית הפליטה איז איבער געבליבען אחד מעיר ושנים ממשפחה, צעבראכן און צעקלאפט האבן זיי זיך צאמגענומען, נישט קענענדיג פארגעסן וואס זיי האבן מיטגעלעבט, און די נאענטע וואס זיי האבן פארלוירן, אבער מיטן פנים צום עתיד צי אנהייבן א נייער לעבן.

אויך אין דער שטאט קייעלצי אין פוילין האבן איבערגעבליבענע פוילישע אידן זיך צאמגענומען, נאך זעקס יאר שבעת מדורי גיהנום, האבן זיי געהאפט אויף א נייער לעבן אין דאס שטעטל, צעביסלעך האט זיך געגרינידעט א קהילה.

די פוילישע שכנים האבן דאס אבער נישט געקענט ציקוקען, זיי וואס זענען געווען געפיטערט פון הונדערטער יארן שנאת ישראל, איז זיי נישט אנגעגאנגען די אידישע ליידן, אדרבה זיי האבן זיך גאר געפריידט דערצוה, און זיי האבן זיך יעצט נאר געזארגט אז די אידן וועלן דא אנהייבן צוריק א נייער לעבן.

און זיי זענען אויפגעקומען מיט א בייזוויליגער פלאן, בארבאריש און אויטענטיש, ווי אמאל.

א געוויסער פוילישער פארשוין האט באהאלטן זיין קליינער שרץ'ל מיטן נאמען הענריק באלשאטשיק אין א דערנעבענדיגער דערפל, און האט דערנאך געמאכט א 'ויצעקו' מיטג געוואלדע'ס אז זיין קינד איז עפעס "נעלם" געווארן, נאך צוויי טאג איז דאס קינד צוריק געקומען, פארסאפאטערהייט איז ער געלאפן צי די פאליציי סטאנציע און פארציילט אז נישט מען און נישט ווייניגער, ער איז געווארן פארכאפט ביי די אידן, ער האט גענומען די פאליציי צי די אידישע קהילה געביידע, און זיי אנגעוויזען אז דא האט מען איהם פארכאפט, אנווייזענדיג אויף א געוויסער איד אז דער איז דער איד וואס האט איהם פארכאפט, און נישט נאר דאס, נאר ער האט דארט אויך געזעהן אין קעלער נאך צוועלעף קריסטליכע קינד, ווי די אידן האבן זיי געוואלט ערמארדען, און אז די אידן האבן שוין איין קינד גע'שחט'ען.

מער האט נישט אויסגעפעלט, און די פאליציי האט באלד "פארשטאנען" אז זיי האבן טאקע פארכאפט און גע'שחט'ען דאס קינד, פאר אידישע רעליגיעזע צוועקן, אפשר פאר פסח וואס גייט זיין נאך 9 חדשים ארום.

דאס איז געווען ה' תמוז - דאנערשטאג חוקת תש"ו, ווען די שמועה האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט אין שטאט, און די מאסן ברויזען און שרייען פאר נקמה, ניין אזייגער אינדערפרי האט זיך אנגעהויבען א פראטעסט קעגן דער אידישער קהל'ס געביידע.

די אידן וואס האבן זיך דאן געפינען אין שטאט, 163 אין צאל, האבן נעבעך געמיינט אז זיי האבן שוין איבערגעלבעט דער ביטערער קריג און האבן זיך נישט געקענט חלום'ען אין דער וויסטער חלום, אז זיי גייען דאס איבערלעבן.

זיי האבן געהאפט אז דער פאליציי וועט אויף זיי שיצען פון די מאסן, ווי ערשטוינט זענען זיי אבער געווען ווען דער פאליציי זעלבסט איז געקומען צי די אידישער קהל'ס געביידע, דאס בית וועד,און ציגענומען פון דארט אלע וואפן, זיי האבן עס אינטערזוכט צי דערגיין די פארדאכטן, זעלבסט פארשטענדליך אז זיי האבן גארנישט דארט געטראפן, און אפילו א קעלער איז נישט געווען דארט.

גארנישט האט אבער געהאלפן, און קורץ דערנאך, צען אזייגער אינדערפרי זענען געקומען פולע פאליציאנטען און באגלייטונג פון ארום פינעף טויזענט בלוט דארשטיגער פאלאקן צווישן זיי אויך סאלדאטן, און איבער געפאלן מיט א בלוטיגער פאגראם די שארית הפליטה אידן, די פאליציי האט ארויסגעפירט אידן צי די בלוט דארשטיגע מאסן, ארויס געווארפן אנדערע אידן פון פענסטער, און דערנאך געלאזט די מאסן פלינטערען און איבער פאלן די געביידע.

דער גאנצער צייט זענען געווען אנוועזענד פארשטייער פון די רעגירונג, אבער זיי האבן גארנישט געטוהן צי אפשטעלן דער פאגראם, דער באפעהל פאר זיי איז געווען נישט שיסן אויף די רוצחי'שע מאסן, הערשט פיר אזיגער נאכמיטאג נאך 6 שעה פון א בלוטיגער פאגראם האט דער מיליטער איינעגשטעלט ארדענונג, און אפגשעטעלט דער פאגראם, נאך וואס עס זענען אלעס ציזאמען זענען ערמארדעט 47 קדושים, צווישן זיי קליינע קינדער, הי"ד.

און א משפט וואס איז שפעטער אפגעראכטן געווארן זענען 9 פון די שולדיגע אין דער פאגראם הינגעריכטעט געווארן, אבער גארנישט האט געקענט צוריק ברענגן די אומגעקומענע קדושים, וואס האבן איבערגעלעבט די נאציס, אבער געפאלן א קרבן צי די אנטיסעמיטישע פאלאקן, ימ"ש.


375px-Kielce_planty_7.jpg
דאס אידישער בית וועד ווי דער פאגראם איז פארגעקומען
375px-Kielce_planty_7.jpg (31.38 KiB) געזעהן 1448 מאל


375px-Memorial12.jpg
375px-Memorial12.jpg (62.15 KiB) געזעהן 1448 מאל

יִוָּדַ֣ע בַּגֹּיִ֣ים לְעֵינֵ֑ינוּ נִ֝קְמַ֗ת דַּֽם־עֲבָדֶ֥יךָ הַשָּׁפֽוּךְ
לעצט פאראכטן דורך חזון-איש'ניק אום מאנטאג ינואר 29, 2018 5:18 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » מאנטאג ינואר 29, 2018 2:36 am

נאר צי דערמאנן לכבוד דער נייער פולישער געזעץ.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג ינואר 29, 2018 9:46 am

השם ינקום דמם!

וואס איז די מקור פון די מעשה?
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג ינואר 29, 2018 9:56 am

שוידערליך

טאקע אמת, די פוילישע האבן נישט געהאט א קליין טייל, אינעם מלחמה, זיי האבן ליידער געהאט א גרויסע טייל

ינקם לעינינו נקמת דם עבדיו השפוך
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג ינואר 29, 2018 9:57 am

ווען מען האט באנייט דעם אוהל הקדוש פון רבי מאטעלע קאזמירער אין קיעלץ ח' תמוז תשס"ז, האט דער מאיאר פון קיעלץ געבעטן אז ער וויל אריבערקומען און בעטן מחילה אויף די שרעקליכע פאגראם וואס איז פארגעקומען ביי זיי אין שטאט.
mayor of kielce.JPG
mayor of kielce.JPG (49.77 KiB) געזעהן 1391 מאל

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:36 pm

אנאטאל פעזשגין דער פירער פון די 10'טע דעפארטמענט פון MBP האט מודה געווען אין תש"נ אז זיין דעפארטמענט וועלכע האט געארבעט אנצוזייען טעראר אין פוילן נאך די מלחמה - זענען געווען שטארק פארמישט אין אויספלאנירן פון פארדעם דעם פאגראם.

MBP איז געווען דער הונטערגרונט שפיאנאזש גרופע פון סאוויעט-רוסלאנד, וועמענ'ס ציל איז געווען אומבצוברענגן אלע אנטי-קאמוניסטן אין פוילן.

די פירער פון MBP צוגלייך צו אנדערע העכסט-ראנקיגע סאוויעטישע שישקעס, זענען ליידער געווען מזרע ישראל (אריינגערעכנט דער א.ד. אנאטאל פעזשגין) און מיטגעארבעט מיט די ציונים ימ"ש אנצוזייען שרעק איבער גאנץ אייראפע אריינגערעכנט אין פרעשבורג און בודאפעסט.

וואס איז זיכער איז זיכער, ס'איז דערווייל נאך אלץ נישט אויפגעוויזן געווארן אז די פוילישע "רעגירונג" איז געווען פארמישט אין מארדן אידן ביי די צווייטע מלחמה.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:59 pm

קייעלץ איז נישט געווען די לעצטע, 12 יאר שפעטער איז געווען א געפערליכע בלוט בלבול אין ליטא
תשי"ח
אויב ווילט איר נישט טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג יולי 04, 2019 8:58 pm

א דעטאלירטע שילדערונג איבער די שרעקליכע "קיעלץ פּאגראם":
[וואס איז פארגעקומען אינעם היינטיגן דאטום, JULY 4, 1946]
https://www.jewishvirtuallibrary.org/the-kielce-pogrom


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט