לא לחכמים לחם - פארוואס זענען נאר עשירים אין טשארדזש פונעם היימישען ציבור?!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:27 pm

פרידן האט געשריבן:ריבכם מיינט אזאלכע גוטהארציגע אידן ווי דיר דאס איז אויך א חלק פין תפקידי המנהיג צו עסן שטיקער מרור וואס מען געט אים בריווח

פרידן שמך נאה לך
כאפ איך נישט וואס איז די האס, און וועמען האב איך וויי געטוען ווען איך שמועס דא אויף איי וועלט

לאמיר זיך האלטן צום נושא: אבער איך וואלט געטוישט די קעפל
פארוואס זענען נישטא ערוועלטע מענטשן אין טשארדזש פונעם היימישען ציבור?!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:34 pm

באקומען אין אישי
יעדער האט שוין אכט מאל געהערט אינעם אשכול אז דו זיכסט א דירה, אפשר נעמסטו א ברעיק?!
לאז אביסל אפאטמען אין יענעם. אשכול קיינער קיינער פארשטייט נישט וואס די שרייבסט מיט חתונה תקנות און כינע, האסט שוין אלעס געזאגט דריי מאל. לאז נאך אביסל

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס מיין פראבלעם איז און פארוואס דאס דארף ווערן געשיקט אין אישי
אבער אמלא בקשתכם

ינעם לך שהותך כאן
גארנישט געמיינט פערזעליך

דרך אגב: פורניטשער האב איך באקומען , א דירה האב איך שוין
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:35 pm

איך האב עס נישט געוואלט פארקירעוועם אהין נאר דאס איז אויפגעברענגט געווארן דא, אדרבה ווייז מיר וועלכע נאך החלטה ווערט געמאכט דורך עשירים (לאז ארויס שכ"ל/קעמפ/דעי קעמפ )

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:38 pm

מנהיגים האבן אין אלע דורות זיך געזארגט צוצושטעלן די רוחניותדיגע געברויכן אין אזוי אויך זעט מען אסאך תקנות וואס זיי האבן מחייב געווען די ציבור זיך צו פירן עשירים מיט עניים צוגלייך כדוגמת חתונה תקנות, אין אז א איד האט זיך געמוטשעט האבן זיי פראבירט צו העלפן מיט געלט וכדומה זיך געזארגט פאר יעדן יחיד אבער אדרבה ברענג מיר סיי ווען אין היסטאריע מנהיגים האבן זיך אריין געלייגט אין אזאלעכע זאכן כדוגמת לאזן מאכן פורניטשער אין טשיינע און געבויט הייזער פאר ביליג, יא מען האט עס געטון אבער ווארעמע אידן עסקנים אין א עסקן קענסטי יעצט ווערן דארפסט נישט האבן קיין לייסענס
יא איך ווייס פין קרית יואל אין סקווירא אבער די ציל דארט איז נישט געווען ביליגע האזאינג

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:44 pm

איינס האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:ריבכם מיינט אזאלכע גוטהארציגע אידן ווי דיר דאס איז אויך א חלק פין תפקידי המנהיג צו עסן שטיקער מרור וואס מען געט אים בריווח

פרידן שמך נאה לך
כאפ איך נישט וואס איז די האס, און וועמען האב איך וויי געטוען ווען איך שמועס דא אויף איי וועלט

לאמיר זיך האלטן צום נושא: אבער איך וואלט געטוישט די קעפל
פארוואס זענען נישטא ערוועלטע מענטשן אין טשארדזש פונעם היימישען ציבור?!

קענסט לאזן די קעפל עס ברענגט גוט ארויס וואס דריקט אסאך סיי דא אין סיי די רענט קאנטראל אשכול עשירים יענער האט

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:47 pm

@אין כל חדש צי דיין ענגלישע תגובה.

אהיימשיקן גליונות לפי ידיעתי איז א דיסישען פון א מנהל רוחני צי האלטן א רוחניות ניווא, האט בכלל נישט מיט הנהלה גשמיות, זיי מוזן עס בע''כ צישטעלן.

אז דו ווילסט מען זאל וואוטען דערויף האב איך א נאך א גאנצע ליסט צי וואוטען.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:48 pm

פרידן האט געשריבן:קענסט לאזן די קעפל עס ברענגט גוט ארויס וואס דריקט אסאך סיי דא אין סיי די רענט קאנטראל אשכול עשירים יענער האט

;l;p-
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:53 pm

לגבי האוזינג, דא אין אמעריקא איז דאס א גרעסערע פראבלעם

אבער אין ארץ ישראל, איז דא ביי כמעט אלע חסידות'ן, אז די קהלה / רבי וכדו' באשליסן ווי מ'זאל וואוינען, און דער עולם גייט וואוינען פאר ביליג
שוין אפגערעדט פון גער, וואס גייט קיין אשדוד, ערד, חצור, והמסתעף
בעלזא האלט אין איין צושטעלן 'קרית בעלזא' אין געוויסע שטעט פאר ביליג
ויזניץ שטעלט צו דירות פאר ביליג אין געוויסע שטעט
קארלין האט געשיקט יונגעלייט קיין ביתר
וכן באיאן

ועוד רבים,

פארשטיי איך נישט פארוואס דא אין אמעריקא געשעט דאס נישט, מ'וואלט שוין דא אויך געקענט מאכן אז געוויסע רבי'ס זאלן נעמען שיקן דעם עולם צו אנדערע געגנטער, ארויס פון שטאט, און האלטן די פרייזן פאר ביליג
איך זעה נישט פארוואס באבוב (ביידע), צו סקווירא, פאפא, וכדו' זאל נישט קענען מאכן נייע שטעלעך, אנשטאט יחידים זאלן זיך פלאגן מיט מאנטאסעלא, זאל א רבי דארט שיקן 50 יונגעלייט און מאכן קרית... דאס וועט זיין א טובה פאר די חסידים, און פאר אסאך אנדערע אויך (בית שמש האט זיך אנגעהויבן ווען א רבי האט געשיקט זיין עולם דארט, וכן הוה אין אשדוד, ביתר ועוד, איך זעה נישט פארוואס דא אין אמעריקא קען דאס נישט געשעהן)

דעריבער קען זיין, אז פשוט אונז פושטע עמך אידן'ס וויי געשריי קומט נישט אן צו די הויכע פענסטער'ס דעריבער ווערט גארנישט געטון צו דעם

והינו טעמא דשופר, והינו טעמא דמגילה, מ'קען מאכן א מפעל הלבשה (ווי אין בעלזא אין ארץ ישראל), וואס יעדער קויפט אין דעם זעלבן סטאר פאר ביליג, די מעלה איז אז די סטאר ברענגט אריין וואס די קהלה דארף, און היות די גאנצע קהלה קויפט דארט, קען מען צושטעלן פאר ביליגער ווי ערגעץ אנדערש, און נאך אנדערע וואס זענען נישט בעלזא חסידים קומען אויך קויפן דארט

והרשימה ארוכה, דאס איז נאר א משל, און דער נמשל קען מען מאכן כמעט אויף יעדע אינזכיט.
כשמ"ו כן הוא

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:53 pm

איך וואלט גענומען א דוגמא דאס צוטיילן די היי-סקול אין עטליכע אפטיילונגען, עס קען זיין אז ס'הייסט אז דער רבי זז"ג האט אזוי געוואלט וואס דאן איז די מעשה אנדערש. איך ווייס נישט.

אבער אויב איז דאס באשלאסן געווארן צווישן מנחה מעריב ביי א טיש אין היכל, איז דאס א פערפעקטע עקזעמפל פון א מיליאן דאללאר באשלוס אין וואס די עלטערן זענען נישט געגעבן געווארן קיינע אפציעס.

אין נאכדעם קען מען פארשטיין פארוואס ביי א היי-סקול מיידל איז די קאסט פרייז ביי פיהר - פופציג.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:57 pm

@ר' יום טוב.

איר האט אבער נאכנישט ערקלערט וואס דאס האט מיט עשירים?

דאס ווערט געמאכט דורך הנהלה רוחני אדער ועד החינוך יו נעים איט, האט גארנישט מיטן דעם ריעל עסטעיט פליפער

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3627
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:00 pm

קענסט געבן צענדליגע אזאנע דוגמאות,
אבער זאג די מיר, וואלסטו געוואלט שטיין בראש פון עניטינג. ווי די ברויכסט ווארטן צו הערן וואס יעדער חכם בר שוטה האט צו זאגן זיין מיינונג?

דאס איז די סיבה פארוואס ס'איז דא אין מוסד א הנהלה מיט א וועד החינוך, מנהל, און אין קהל א ראש הקהל,פארשטאנד, שמש, מקוה איד,
זיי זאלן זיך צוזאם זעצן אין אויספיגערן די בעסטע וואס איז שייך פארן ציבור

כ'האב אויך גענוג טענות אויף די הנהלה וכו' אבער מידעם אלעם פארשטיי איך אז זיי קענען מיר נישט פרעגן אין פאלגן אויף יעדן זאך וואס איך האב דיסיידעד
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:07 pm

Again and again, a decision that will result in tuition increases shall be deeply studied before, and best to hear from parents as well

the concept, that moisdes decide what ever they want, and then transfer the costs what ever it is to the already struggling parents is ridiculous

But on expenses the are covered from elsewhere, let they do what they want

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:08 pm

שמו האט געשריבן:לגבי האוזינג, דא אין אמעריקא איז דאס א גרעסערע פראבלעם

אבער אין ארץ ישראל, איז דא ביי כמעט אלע חסידות'ן, אז די קהלה / רבי וכדו' באשליסן ווי מ'זאל וואוינען, און דער עולם גייט וואוינען פאר ביליג
שוין אפגערעדט פון גער, וואס גייט קיין אשדוד, ערד, חצור, והמסתעף
בעלזא האלט אין איין צושטעלן 'קרית בעלזא' אין געוויסע שטעט פאר ביליג
ויזניץ שטעלט צו דירות פאר ביליג אין געוויסע שטעט
קארלין האט געשיקט יונגעלייט קיין ביתר
וכן באיאן

ועוד רבים,

פארשטיי איך נישט פארוואס דא אין אמעריקא געשעט דאס נישט, מ'וואלט שוין דא אויך געקענט מאכן אז געוויסע רבי'ס זאלן נעמען שיקן דעם עולם צו אנדערע געגנטער, ארויס פון שטאט, און האלטן די פרייזן פאר ביליג
איך זעה נישט פארוואס באבוב (ביידע), צו סקווירא, פאפא, וכדו' זאל נישט קענען מאכן נייע שטעלעך, אנשטאט יחידים זאלן זיך פלאגן מיט מאנטאסעלא, זאל א רבי דארט שיקן 50 יונגעלייט און מאכן קרית... דאס וועט זיין א טובה פאר די חסידים, און פאר אסאך אנדערע אויך (בית שמש האט זיך אנגעהויבן ווען א רבי האט געשיקט זיין עולם דארט, וכן הוה אין אשדוד, ביתר ועוד, איך זעה נישט פארוואס דא אין אמעריקא קען דאס נישט געשעהן)

דעריבער קען זיין, אז פשוט אונז פושטע עמך אידן'ס וויי געשריי קומט נישט אן צו די הויכע פענסטער'ס דעריבער ווערט גארנישט געטון צו דעם

והינו טעמא דשופר, והינו טעמא דמגילה, מ'קען מאכן א מפעל הלבשה (ווי אין בעלזא אין ארץ ישראל), וואס יעדער קויפט אין דעם זעלבן סטאר פאר ביליג, די מעלה איז אז די סטאר ברענגט אריין וואס די קהלה דארף, און היות די גאנצע קהלה קויפט דארט, קען מען צושטעלן פאר ביליגער ווי ערגעץ אנדערש, און נאך אנדערע וואס זענען נישט בעלזא חסידים קומען אויך קויפן דארט

והרשימה ארוכה, דאס איז נאר א משל, און דער נמשל קען מען מאכן כמעט אויף יעדע אינזכיט.

זאל א רבי שיקן כאילו דער עולם ווארט פשוט אז די רבי זאל שיקן
דאס האט מיט די עמך אידן די עניים וואס מען הערט נישט אויס וואס האלטן נישט ביין גיין אויב איז עס נישט דיטעשט פין ביידע זייטן 10 מינוט פין וויליאמסבורג פאר 100 דאללער אפיס מיט א ארגעזעשאן פאר א דאון פעימענט
אויב האט עס נישט דעי מעלות זאל די רבי מיט די גנבים עשירים גיין פייפן מיט אלעי זייער פלענער אין ארבייט צו צושטעלן

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6417
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:13 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:איך וואלט גענומען א דוגמא דאס צוטיילן די היי-סקול אין עטליכע אפטיילונגען, עס קען זיין אז ס'הייסט אז דער רבי זז"ג האט אזוי געוואלט וואס דאן איז די מעשה אנדערש. איך ווייס נישט.

אבער אויב איז דאס באשלאסן געווארן צווישן מנחה מעריב ביי א טיש אין היכל, איז דאס א פערפעקטע עקזעמפל פון א מיליאן דאללאר באשלוס אין וואס די עלטערן זענען נישט געגעבן געווארן קיינע אפציעס.

אין נאכדעם קען מען פארשטיין פארוואס ביי א היי-סקול מיידל איז די קאסט פרייז ביי פיהר - פופציג.

ר' יו"ט'ל
איך האב נאך מיטגעהאלטן ווען מ'האט זיך אפגערעדט אין היי סקול אז ס'איז ריזיג און ס'איזנישטא צו וועם צו רעדן, צוטיילן האט נאר געמאכט בעסער, הלואי ווען מ'צוטיילט דעם גאנצן מוסד אונטער עטליכע פירערשאפטן וואלט אויך געווען בעסער, דער מנהל המוסד קען אויך נישט קער נעמען פון אלע פראבלעמען פונעם מוסד אויפאיינמאל ווייל ווי קלוג ער איז האט ער נאר 24 שעה אין טאג, סאו אויטאמאטיש בלייבן פראבלעמען אומקערגענומען צוליב מאנגל אין צייט, אין יעדע האלבע יאר הערט מען אה די פראבלעם מ'איז נאך נישט אנגעקומען צו דעם, וחוזר חלילה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:18 pm

El Rushbo האט געשריבן:איך האב עס נישט געוואלט פארקירעוועם אהין נאר דאס איז אויפגעברענגט געווארן דא, אדרבה ווייז מיר וועלכע נאך החלטה ווערט געמאכט דורך עשירים (לאז ארויס שכ"ל/קעמפ/דעי קעמפ )

וויפיל פראצענט פון אייער געהאלט גייט פאר שכ"ל/קעמפ/דעי קעמפ? זאלסט אבער אויך רעכענען אלע חודש'ליכע, אדער גאר וועכענטליכע זייטיגע הוצאות, פון סידור פלעי ביז ווייסעך וואס, וואס אייער טייער קינד קומט אהיים מיט'ן צעטל, און לייגט צו אז רוב קינדער האבן שוין געברענגט דאס געלט.

דערנאך, קענסטו פרעגן וואס נאך החלטה.

א קינד וואס ווערט געפיטערט דורך'ן מוסד מיט אזויפיל מותרות, קען איך נישט מחנך זיין צו זיין שפארזאם.

יא יא, די משל פון א מיליון דאללאר פאר גליונות, כ'מיין ס'איז נישט מנהל גשמי, נאר רוחני.
ס'איז נישט דער מנהל ממש נאר די עלטערן.
נישט אלע נאר אפאר.
נישט אפאר ממש נאר צוויי דריי אנדרייערס.

איז פארוואס פאלגט איהם דער מנהל? ווען איך האב אריינגערופן בנוגע דבר פלוני ופלוני, האט ער מיר שיין מסביר געווען אז יעדער קליינער טויש מיד אריבערגיין די גאנצע וועד, מיט אלע געהילפן, פאר מ'קען בכלל טראכטן דערפון, איז וואס איז יעצט געשעהן?
יא, איינער פון די פאר אנדרייערס איז טאקע א פארצייטישער שנארער, אבער די אנדערע איז דאך פון די הנהלה גשמי, מיט איהם קען דער מנהל זיך נישט אנהייבן.
(ארויסגעברענגט מעשה שהיה, נישט ביי גיליונות נאר עפעס אנדערש, ולענינינו דאס אריין רעדן אין מוסדות עניינים איז רוב רובם פון אונזער לעבן, אלעס אנדערש קען זיך פירן לויט דעם)

פרידן האט געשריבן:
קענסט לאזן די קעפל עס ברענגט גוט ארויס וואס דריקט אסאך סיי דא אין סיי די רענט קאנטראל אשכול עשירים יענער האט

מדבריך ניכר אז איהר האט ב"ה, זאל דער אייבערשטער ווייטער העלפען, אדער אז דאס לעבן קאסט אייך נאך נישט, זאל דער אייבערשטער העלפען אזוי צו אזוי.

אבער איהר מישט און גרויסען.

איך קען האלטען אז א גביר מעג האבן, און נאכאלץ וויינען אויף אונזער פשוטער סטאנדארט וואס ווערט געשטיפט דורך דער גביר, וואס איך קען נישט דערהייבן, עס איז בכלל נישט קיין סתירה.

איך וואלט געקענט מאריך זיין, אבער פארוואס פעלט עס אויס ווען איהר האט שוין מחליט געווען אנדערש.
Xxxxxxxx, ביטע פוץ ארויס פון דעם אשכול.
קרעדיט: מ'מעג שרייבן לשון הרע?

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:22 pm

אין כל חדש האט געשריבן:Again and again, a decision that will result in tuition increases shall be deeply studied before, and best to hear from parents as well

the concept, that moisdes decide what ever they want, and then transfer the costs what ever it is to the already struggling parents is ridiculous

But on expenses the are covered from elsewhere, let they do what they want

וואס? ווען די מוסדות פלאצט פון אזעלכע הוצאות זאלן זיי נישט העכערן שכ"ל, אן איבער טראכטן 100 מאל, אבער ווען זיי באקומען פון ערגעץ ווי 100$ קענען זיי טוען וואס זיי ווילן?
זאלן זיי נישט טוען וואס זיי ווילן, וועלן זיי נישט דארפן טראכטן 100 מאל און מחליט זיין צו העכערן שכ"ל.
Xxxxxxxx, ביטע פוץ ארויס פון דעם אשכול.
קרעדיט: מ'מעג שרייבן לשון הרע?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:25 pm

ניס קראכער האט געשריבן:קענסט געבן צענדליגע אזאנע דוגמאות,
אבער זאג די מיר, וואלסטו געוואלט שטיין בראש פון עניטינג. ווי די ברויכסט ווארטן צו הערן וואס יעדער חכם בר שוטה האט צו זאגן זיין מיינונג?

דאס איז די סיבה פארוואס ס'איז דא אין מוסד א הנהלה מיט א וועד החינוך, מנהל, און אין קהל א ראש הקהל,פארשטאנד, שמש, מקוה איד,
זיי זאלן זיך צוזאם זעצן אין אויספיגערן די בעסטע וואס איז שייך פארן ציבור

כ'האב אויך גענוג טענות אויף די הנהלה וכו' אבער מידעם אלעם פארשטיי איך אז זיי קענען מיר נישט פרעגן אין פאלגן אויף יעדן זאך וואס איך האב דיסיידעד

די טענה דא איז נישט אז מ'ברויך זיך שואל עצה זיין מיט יעדן יחיד, נאר אז צווישן די וועלכע מאכן די החלטות זאלן אויך זיינע אזעלכע וועלכע פארטרעטן דעם ארימערן שיכט פונעם פאלק.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:41 pm

@פארווייטאגט.

פון מיין זייט זאל מען מאכן קעמפ/דעי קעמפ optional.

ביטע רעכן אראפ 'אלע מותרות' וואס דו קענסט און זאג מיר וויפיל דו קענסט שניידן שכ"ל און קוק וויפל פראצענט פון דיין בודזשעט ס'איז.

פאר די מוסד קאסט א קינד ארום 3 הונדערט דאלער, לאמיר זאגן אז מ'קען אנקןמען צו 250 נאכן שניט $50 מאל 6 קומט אויס 300 א חודש, ווען מ'דארף האבן ארום 120-150 אלפים א יאר דורכצושטופן מאכט 3600 נישט קיין סאך אויס.

נישט ווייל איך בארעכטיג עס, אבער ס'איז נאריש צו ווייטאגן אויף עפעס וואס וואלט נישט געטוישט די באטאם ליין.

דיינע מעין הוצאות, האוזינג, גראסערי, און בעיסיק שכ"ל, מיט שטב הוצאות (קליידונג, געהילפן, שמחות וכו') זענען די גרויסע אייטעמס, און אויף דעם איז נישט דא קיין סאך ברירות

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 5:26 pm

מהאט מיר געבעטן נישט צו שרייבן
אבער עכשיו נפל לי פיתקא מן שמיא

איך לייג יעצט אראפ דעם פאון מיט א אלטער ידיד וואס וואוינט אין ירושלים, ער האט זיך געהאט אסאך אפגערעדט אז ער קען נישט אויסהאלטן דעם דרוק פון צאלן די הויכע רענט (שכירות), ער קאלט מיר מיט איין שמחה אז זיין רבי מיט די גאנצע קהלה (די אינגעלייט) גיין זיך ארויס ציען קיין הר-יונה דארט גייט מען קענען קויפן א דירה פאר 150 טויזנט דאלער מיט אדאון פעימענט פון בערך 10K.
הערנדיג זאג איך צו מיר WOW פונקט יעצט שרייבן מיר דא וועגן דעם נושא, פרעג איך איהם : זאג נאר ווער שטייט אונטער דעם פראיעקט, איך בין זיכער געווען איך וועל הערן א געוויסע נאמען איינע פון די "קנאקערס" פון די קהלה, אבער ניין ער זאגט מיר נעמען פון צוויי אינגעלייט וואס בתוך עמם יושבים וואס מיטשען זיך אויך צו דעקן דעם חודש דיקא די חברה האבן דעליווערט,
אי"ה אויף חודש חשון (יעצט אויפן פלאן) גייט ארויס שיירות פון מאה שערים קיין הר יונה צו א נייעם עתיד. און איך מיין אויך א נייער מאוו אז בני הקהלה זארגן זיך פאר בני הקהלה.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג יולי 04, 2019 5:33 pm

איינס האט געשריבן:מהאט מיר געבעטן נישט צו שרייבן

וועלכע קהילה ?
איך וויל עפשר איינשטעקן א 2 דירות

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג יולי 04, 2019 5:33 pm

איינס האט געשריבן:מהאט מיר געבעטן נישט צו שרייבן
אבער עכשיו נפל לי פיתקא מן שמיא

איך לייג יעצט אראפ דעם פאון מיט א אלטער ידיד וואס וואוינט אין ירושלים, ער האט זיך געהאט אסאך אפגערעדט אז ער קען נישט אויסהאלטן דעם דרוק פון צאלן די הויכע רענט (שכירות), ער קאלט מיר מיט איין שמחה אז זיין רבי מיט די גאנצע קהלה (די אינגעלייט) גיין זיך ארויס ציען קיין הר-יונה דארט גייט מען קענען קויפן א דירה פאר 150 טויזנט דאלער מיט אדאון פעימענט פון בערך 10K.
הערנדיג זאג איך צו מיר WOW פונקט יעצט שרייבן מיר דא וועגן דעם נושא, פרעג איך איהם : זאג נאר ווער שטייט אונטער דעם פראיעקט, איך בין זיכער געווען איך וועל הערן א געוויסע נאמען איינע פון די "קנאקערס" פון די קהלה, אבער ניין ער זאגט מיר נעמען פון צוויי אינגעלייט וואס בתוך עמם יושבים וואס מיטשען זיך אויך צו דעקן דעם חודש דיקא די חברה האבן דעליווערט,
אי"ה אויף חודש חשון (יעצט אויפן פלאן) גייט ארויס שיירות פון מאה שערים קיין הר יונה צו א נייעם עתיד. און איך מיין אויך א נייער מאוו אז בני הקהלה זארגן זיך פאר בני הקהלה.

ענדליך זאגסטו וואס איך
אנשטאט האבן טענות שארט מען ארויף די ארבעל אין מען טוט אליין
קיינער איז נישט מער מחיוב פאר דיר ווי די פאר יענעם

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 5:35 pm

קיינער האט נישט געהאט קיין טענות
מהאט פשוט געשמועסט א פוינט אז די עסקנים און מחליטים פון א קהלה דארפן זיין מתוך די זעלבע טייג פון די בני הקהלה און נישט די הויכע קעפ

ביי דעם פאל זענען די צוויי אינגעלייט שוין אינוואלד אין געוויסע אקטיוויטעיטן אין די קהלה אבער דיקא נישט די "שונאי בצע" וואס האבן אנגעפאטקטע טאשן, און נישט די "יראי ה'" וואס שטייען בראש וועדי האישור והינוך נאר מתוך הקהל למען הקהל
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דאנארשטאג יולי 04, 2019 5:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 5:37 pm

דברים אלו האט געשריבן:וועלכע קהילה ?
איך וויל עפשר איינשטעקן א 2 דירות

תולדות אברהם יצחק מיטן רבין, די ישיבה און די מוסדות אלעס מאפט קיין הר-יונה אי"ה (לויטן יעצטיגן פלאן)

אלטס איינשטעקן איז נישט קיין גוטע פלאן זיי זענען באוורנט אויף די זאכן (און נעם און אכט אז די פירער זענען נישט קיין ביזנעס לייט נאר דיקא נישט און זיי וועלן שטארק וואטשן פון די זאכן)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יולי 04, 2019 5:46 pm

צום פתה״א דער קאנסילמאן.

כ׳האב אריינגעקלערט, כ׳מיין אז דיין טענה אז די אלע באשלאסן ווערן געמאכט דורך נגידים [אקעי, 10 מילאן דאלער פארשטיי׳ך איז א גוזמא]. כ׳זעה אבער נישט ס׳זאל זיין אמת.

אין די קהילה ווי איך באלאנג, סיי און קהלישע און סיי מוסדות וקעמפ באשלאסן ווערן געמאכט דורך א מישמאש מענטשן. פון נגידים אדער סתם בעה״ב, ביז פשוטע ארבעטורער.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג יולי 04, 2019 5:49 pm

איינס האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:וועלכע קהילה ?
איך וויל עפשר איינשטעקן א 2 דירות

תולדות אברהם יצחק מיטן רבין, די ישיבה און די מוסדות אלעס מאפט קיין הר-יונה אי"ה (לויטן יעצטיגן פלאן)

אלטס איינשטעקן איז נישט קיין גוטע פלאן זיי זענען באוורנט אויף די זאכן (און נעם און אכט אז די פירער זענען נישט קיין ביזנעס לייט נאר דיקא נישט און זיי וועלן שטארק וואטשן פון די זאכן)

סאיז א היסטארישע זאך
ווי איז הר יונה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הויעך און 12 געסט