El Rushbo האט געשריבן:איך האב עס נישט געוואלט פארקירעוועם אהין נאר דאס איז אויפגעברענגט געווארן דא, אדרבה ווייז מיר וועלכע נאך החלטה ווערט געמאכט דורך עשירים (לאז ארויס שכ"ל/קעמפ/דעי קעמפ )
וויפיל פראצענט פון אייער געהאלט גייט פאר שכ"ל/קעמפ/דעי קעמפ? זאלסט אבער אויך רעכענען אלע חודש'ליכע, אדער גאר וועכענטליכע זייטיגע הוצאות, פון סידור פלעי ביז ווייסעך וואס, וואס אייער טייער קינד קומט אהיים מיט'ן צעטל, און לייגט צו אז רוב קינדער האבן שוין געברענגט דאס געלט.
דערנאך, קענסטו פרעגן וואס נאך החלטה.
א קינד וואס ווערט געפיטערט דורך'ן מוסד מיט אזויפיל מותרות, קען איך נישט מחנך זיין צו זיין שפארזאם.
יא יא, די משל פון א מיליון דאללאר פאר גליונות, כ'מיין ס'איז נישט מנהל גשמי, נאר רוחני.
ס'איז נישט דער מנהל ממש נאר די עלטערן.
נישט אלע נאר אפאר.
נישט אפאר ממש נאר צוויי דריי אנדרייערס.
איז פארוואס פאלגט איהם דער מנהל? ווען איך האב אריינגערופן בנוגע דבר פלוני ופלוני, האט ער מיר שיין מסביר געווען אז יעדער קליינער טויש מיד אריבערגיין די גאנצע וועד, מיט אלע געהילפן, פאר מ'קען בכלל טראכטן דערפון, איז וואס איז יעצט געשעהן?
יא, איינער פון די פאר אנדרייערס איז טאקע א פארצייטישער שנארער, אבער די אנדערע איז דאך פון די הנהלה גשמי, מיט איהם קען דער מנהל זיך נישט אנהייבן.
(ארויסגעברענגט מעשה שהיה, נישט ביי גיליונות נאר עפעס אנדערש, ולענינינו דאס אריין רעדן אין מוסדות עניינים איז רוב רובם פון אונזער לעבן, אלעס אנדערש קען זיך פירן לויט דעם)
פרידן האט געשריבן:
קענסט לאזן די קעפל עס ברענגט גוט ארויס וואס דריקט אסאך סיי דא אין סיי די רענט קאנטראל אשכול עשירים יענער האט
מדבריך ניכר אז איהר האט ב"ה, זאל דער אייבערשטער ווייטער העלפען, אדער אז דאס לעבן קאסט אייך נאך נישט, זאל דער אייבערשטער העלפען אזוי צו אזוי.
אבער איהר מישט און גרויסען.
איך קען האלטען אז א גביר מעג האבן, און נאכאלץ וויינען אויף אונזער פשוטער סטאנדארט וואס ווערט געשטיפט דורך דער גביר, וואס איך קען נישט דערהייבן, עס איז בכלל נישט קיין סתירה.
איך וואלט געקענט מאריך זיין, אבער פארוואס פעלט עס אויס ווען איהר האט שוין מחליט געווען אנדערש.