מיינונג האט געשריבן:עטליכע נקודת למחשבה:
צום אלעם ערשט א מוסד איז נישט קיין ביזנעס.
על פי הלכה והמנהג, פאדערט זיך פון א קהילה צו האבן א מוסד החינוך, עי' שולחן ערוך חושן משפט הלכות תלמוד תורה סימן רמה סעיף ז "מושיבין מלמדי תינוקות בכל עיר ועיר"
און ווי אויך ווערט געפסקנט אז מען מאנט איין די סארט קהילשה חובות לפי ממון דאס הייסט לויט די פארדינסט פון די מענטש עיין שולחם ערוך חושן משפטסימן קסג סעיף ג ברמ"א "במקום שבני העיר מושיבין ביניהם מלמד תינוקות, ואין אביהן של תינוקות יכול לשכור לבניהם, ויצטרכו הקהל ליתן השכר, גובין לפי ממון"
דער מנהג איז אויך אזוי געווען סיי אינדערהיים ביי די גרעסערע שטעט וואס האבן געהאט תלמוד תורה'ס און אזוי אויך דאהי ביז עטליכע יאר צוריק ווען קהלהישע אנפירער זענן געווען פארצייטישע אידן מיט געפיל.
די מושג אז א תלמוד תורה זאל זיך פירן ווי א פריוואטע ביזנעס, איז א נייע באגריף וואס איז נישט געווען אפילו אין געדאנק ביז אפאר יאר צוריק.
היינט אין די מוסדות איז דא מער ווייניגער צווי סארטן פרייזן איינס פאר א פארדינער די פול פרייז, און א צווייטע מיט א שטיקל הנחה עס טוט ווייט נישט רעפלעקטירען די חילוק פון דע גרויסע עושר אדער ברייטע פארדינער ביז די שווערע ארבייטער.
מען וואלט געדארפט טראכטן וויאזוי וויל מען אז דער ארבייטער ביי "בי ענד עדזש" צו ענדליך זאל קענען בכלל באצאלן די טויזענטער דאלער וואס מען פארלאנגט פון איהם. עס קאסט א קינד א יאר אין די מוסדות כאטש פינעף טויזנט דאלער א יאר נאך אלע הנחות אויף דער בליגסטער אופן. א ארבייטער מיט אפילו פיר קינדער, ווי אזוי קען ער באצאלען די צוואנציג טויזנט א יאר? מען דארף נישט לעבן ברייט נישט צו איבער בלייבן מיט דער סכום.
און די וואס שרייבן אז די מוסדות רעכנען זיך מיט די מצב, עס איז ווייט נישט אזוי. אפשר ווען עס איז עפעס גאר א טראגישע פאל ווי א אלמנה וכדומה וועלן זיי זיך רעכענען אבער דער יונגערמאן וואס סתם פארדינט נישט ברייט, און האט נישט קיין עסקן וואס קומט משוגע מאכן, ער וועט נישט קענן באקומן מער ווי די קליינע סטאנדערט הנחה, און וועט נאך אלץ דארפן צאלן כאטש פינעף טויזענט א יאר.
נאך א נקודה למחשבה א מוסד פירט זיך נישט ווי א ביזנעס ווען עס איז נוגע זייער אייגענע הוצאות.
זיי פארדינן א געוואלד פון די ציבור, נישט נאר וואס מען גייט נאך געלט דערפאר, וואס דאס נעמן צדקה געלט ברענגט א התחייבות זיך צו פירען על פי הלכה און מיט געפיל. אזוי אויך באקומן זיי פון פארשידענע שטאטישע הילף אויף דעם חשבון פון די שטימע פון ציבור ביי די וואלן, לדוגמה פארשידענע סעקיוריטע גרענטס, געלט פאר מענדעטי"ט סערויסעס, וואס ווערט געשתדלט דורך פארשידענע שתדלנים און וואלט געדארפט גיין צו גרינגער מאכן די עולם מיט שכר לימוד, און נישט צו גרינגער מאכן פאר די אדמינסטראטערס. ליידער זענן די נייע אדמינסטראטערס א נייע סארט, רוב זענן שוין געקומען נאך די שפע פון וואוטשערס און ווילען האבן די פאך איזי אן קיין גרויסע געלט שאפן. זיי וועלן ענדערש מאכן א חשבון פון א פרייז פער סטודנט און פארלאנגן פולע שכ"ל ולהבדיל ווי מען טוט ביי א פריוואטע עליטע סקול, אהיימשיקן דער וואס קען נישט באצאלן. עס איז אלעמאל גרינגער צו דערשטיקען די ארימע ווי איידער בעטן און שנארן ביי די רייכע.
לאמיר טראכטן פון די אלע פארשידענע צוועקן וואס מען גייט נאך געלט לעצטענס מיט די אלע קאמפעינס, סיי פאר מוסדות און ארץ ישראל און סיי פאר אלע אנדערע מוסדות, און וויפיל געל האט מען געשאפן. צו וואלטן נישט די אדמינסטראטערס געקענט שאפן מער געלט פאר די לאקאלע אייגענע עניי עירך מוסדות, פאר א חיוב פון א קהילה מתקנת ר' יהושיע בן גמלא על פי תורה צוצושטעלן א תלמוד תורה. וואלטן זיי נישט געקענט העכרן די נדבות און פארמיידען דאס העכרן כסדר די שכ"ל דירעקט אדער אומדירעקטט דורך די אלע סורטשדארטשע"ס ווי קרן הבנין, אינשורנס, טראנספערטאציע, וכו' וכו'
א לעזונג האב איך נישט, אבער א געדאנק וואלט געווען קודם אז די מוסדות זאלן נישט זיך פירען בעיקר דורך איין אדמינאסטראטער מיט גאר ווייניג איבערזיכט. נאר מיט א ועד פון ערענסטע מענטשען וואס זאלן זיכען צו העלפן אידען און גרינגער מאכן פארן ציבור, און טרעפן געדאנקן ווי אזוי צו קענן צושטלן א חינוך פאר די היימישע עולם נישט ווייניגער ווי מען זיכט צו העלפן רוסישע בוכארישע אדער אפילו ארץ ישראל'דיגע אידען.
נאך א געדאנק אויב עס קען זיך מאכן א ארגענעזאציע פון דרויסען פון די תלמוד תורות וואס ואלטן געהאלפן מיט שכ"ל אזוי ווי סקאלערשי"פ, אבער צו דעם וועט מען דארפן אכט געבן אז עס זאל נישט סתם העכרן די שכ"ל און נאר גרינגער מאכן די ארביט פון די אדמינסטראטער אזוי ווי וואוטשער"ס וואס העט דאכט זיך מיר קאליע געמאכט פאר דער וואס קען עס נישט באקומן.
נאר עטליכע געדאנקן, נישט פערזענטליך.
תמצית היוצא די האסט נאך אין דיין לעבן נישט אריינגעלייגט קיין פינגער אינערהאלב א מוסד