- דעבאטע - קען מען צווינגען צאלן שכר לימוד?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 683
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm
abeg האט געשריבן:פאטעטא קוגל האט געשריבן:abeg האט געשריבן:קײנער האלט נישט אז ס׳איז נישט בלוט פארגיסאנג נאר די טענה איז װען מ׳צאהלט נישט שכר לומד אין מ׳שיקט אהײם די קינדער װער פארגיסט דאס קינד׳ס בלוט מיט דעם די עלטערן אדער די מוסדות?
אויב פארשטייסטו אויך אז ס'איז בלוט פארגיסונג האסטו נישט קיין רעכט עס צוטון אן אריינגיין וועמענס שולד סאיז
איך האב גארנישט געשריבען װעגען שילד איך האב געשריבין װעגען טאהן
ווען די קלאפסט אויס אין בית המדרש און די פארשעמסט איינעם האסטו אים פארשעמט
נישט קיין חילוק ווער ס'האט צוגעברענגט צו דעם
ווען די גייסט אריין אין א קלאס און די זאגסט מיידעלע די קענסט נישט דא זיין האסטו איר פארשעמט
נישט קיין חילוק ווער ס'האט צוגעברענגט צו דעם
לעצט פארראכטן דורך פאטעטא קוגל אום מיטוואך יולי 03, 2019 12:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 683
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 683
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm
- שפיגליצקי
- שר האלף
- תגובות: 1298
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
- לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט
ס'קוקט אויס ווי דער עולם דא האלט אז די מוסדות זענען א מאני מעיקינג ביזנעס, מ'מאכט געלט פון דעי קעמפ, רעגיסטראציע, שכר לימוד, טראנספארטעישאן, קרן הבנין, און וואס נישט, דער פאקט איז אבער אז יעדע איינציגסטע מוסד מוטשעט זיך שרעקליך מיט זייער בודזשעט, כמעט קיינער האט נישט קיין סורפלאס אין זייער אקאונט, מ'בלייבט איבער מיט א לאך פון מיליאנען וואס מ'דארף דערפאר שנארן.
ווען דו רעכנסט אויס דעי קעמפ קאסטן פארן מוסד רעכנסטו נאר דאס געהאלט פאר די קאונסלער, וואס טוט זיך מיט די העד קאונסלער, סעקרעטערי, גוים צו רייניגן, לעקטער, וואסער, און טייל מאל מארטגעדזש? און איך האב נאך מסתם אויסגעלאזט נאך קאסטן, ווער זאגט דיר וויפיל ס'איז די הוצאות פון א קינד?
און אפילו אויב נישט, אפשר איז דעי קעמפ טאקע נאך אן אופן ווי אזוי צו קלענער מאכן דעם ריזיגן לאך פונעם מוסד? ס'קומט זיי נישט?
יעצט צו די עצם שאלה צי מ'קען צווינגען אויף שכר לימוד, איז דא א קלארע הוראה פון סאטמאר רבי'ן זי"ע אז אינגלעך זאל מען נישט אהיים שיקן ווייל זיי זענען מחויב צו לערנען, מיידלעך קען מען יא אהיים שיקן צוליב שכר לימוד, א קלארע הוראה פון דעם רועה נאמן ואב רחמן וואס איז נישט אימיונט געווארן דורך די נאצי'ס!!
איך רעד נישט יעצט לגבי דעם ספעציפישן מוסד צי זיי האבן גוט געטוהן, לכאורה יא, אבער מבזה זיין קומט נישט אריין דא, בזיונות האבן אינגלעך מיט מיידלעך די זעלבע.

אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אין א שיינעם העלן טאג...
פאטעטא קוגל האט געשריבן:abeg האט געשריבן:עקזעקטלי די שאלה איז נאר װער דער פארשעמער איז
סנישט קיין שאלה
איך האלט אז די עלטערען זענען די פארשעמער אין די האלסט אז די מוסד איז די פארשעמער דאס איז א גיטע עקזעמפל פון א שאלה
(װען 2 מענטשען האבן א דין תורה זײ בײדע האלטן אז זײ זענען 100% גערעכט אין ס׳איז נישטא קײן שום שאלה)
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד
שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
די מיידליך זענען פארשעמט געווארן דורך די אייגענע עלטערן,
מען האט זיין געזאגט שיק נישט די קינדער ווייל מען גייט נישט אריינלאזן זענען זיי געווען אויבער חכמים אין יא געשיקט,
יעצט קומסטו מיט א טענה אז זיי ווערן פארשעמט???
טראכט א מינוט פאר די שיקסט זיי צו זיי קענען אפשר פארשעמט ווערן,
אז די וועסט צאלן שכר לימוד וועלן זי נישט פארשעמט ווערן ודי

התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 683
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm
HelpMe האט געשריבן:די מיידליך זענען פארשעמט געווארן דורך די אייגענע עלטערן,
מען האט זיין געזאגט שיק נישט די קינדער ווייל מען גייט נישט אריינלאזן זענען זיי געווען אויבער חכמים אין יא געשיקט,
יעצט קומסטו מיט א טענה אז זיי ווערן פארשעמט???
טראכט א מינוט פאר די שיקסט זיי צו זיי קענען אפשר פארשעמט ווערן,
אז די וועסט צאלן שכר לימוד וועלן זי נישט פארשעמט ווערן ודי
ווען א יונגערמאן האט נישט קיין געלט
וואס זאל ער טון? נישט שיקן אין סקול?
ווי דען? אין פאבליק סקול?
סאיז בכלל דא א אנדערע אפציע?
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 683
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm
שולדיג אין די גאנצע זאווארוכע דא זענען די געציילטע עלטערן וואס מאכן זיך נישט וויסענדיג ווען מבעט שכר לימוד אין איגנארירען די ווארענונגען פונעם מוסד
אויף זייער האנט ליגט די בלוט וואס איז פארגאסען געווארן אין די חילול השם וואס דאס האט געברענגט אין טאקע די עלטערן זיי שיקן ארום די קליפס אין בילדער אין זיי פירן די גאנצע מערכה,
די מציאות אז א מוסד האט דאס געמוזט טוען מיינט צו זאגן אז די מצב מיט די געציילטע מופקרים איז מער נישט געווען אויסצוהאלטן אין דראסטישע שריט האט געמוזט געשען,
נישטא קיין איין טאטע אינעם מוסד וואס קען נישט באצאלן אין איז געקומען ווי א מענטש צום מוסד פארהאנדלען אין די מוסד האט זיך מיט אים נישט גערעכנט אין אים נישט געגעבן א איינטריט קארטעל.
דער ציבור אין קרית יואל איז יארן געווען צוגעוואינט אז די מוסדות איז ווי א שיף אן א רידער אין קיינער בעט נישט קיין שכר לימוד במילא ווען עס קומט א נייע אדמיניסטראטער וואס זיכט צו שטעלן די מוסדות אויף די פיס אין הייבט אין בעטן "שכר לימוד" יא פשוט געלט וואס ע"פ הלכה דארפסטו אליין לערנען מיט די קינד נאר אזוי ווי די האסט נישט קיין צייט דינגסטו די מוסד זאל עס טוען אין ער טוט עס מיט א געטריישאפט אין דע פאר דאלער בעט ער פון דיר אין מיט רעכט איז זיי אזוי גוט אין באצאל אין אויב נאכן בעטן א האלבע יאר אין די מאכסט זיך נישט וויסענדיג ברויך מען נעמען דראסטישע שריט אין דאס האט טאקע פאסירט אין אויב שטערט עס אייך זייט מוחל אין באצאלט אייער באלאנס.

פאטעטא קוגל האט געשריבן:abeg האט געשריבן:דאס איז נישט די מוסדות דאַנגע
סאיז א קהל'ישע מוסדות
ווער סבאלאנגט אין דיין קהילה מוז דארט שיקן
װאזױ אײנער זאל באצאהלען איז נישט די מוסדות דאַנגע פון זײער זײט זאל ער רױבען א באנק די קהילה איז גארנישט שילדיג אז יענער האט אױסגעװעלט זײער קהילה ער האט רעכט צי פאקן פעק אין זײ פארלאזן
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד
שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 683
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm
- צייט שטיפער
- שר האלפיים
- תגובות: 2231
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
- לאקאציע: וואו נישט וואו...
פאטעטא קוגל האט געשריבן:HelpMe האט געשריבן:די מיידליך זענען פארשעמט געווארן דורך די אייגענע עלטערן,
מען האט זיין געזאגט שיק נישט די קינדער ווייל מען גייט נישט אריינלאזן זענען זיי געווען אויבער חכמים אין יא געשיקט,
יעצט קומסטו מיט א טענה אז זיי ווערן פארשעמט???
טראכט א מינוט פאר די שיקסט זיי צו זיי קענען אפשר פארשעמט ווערן,
אז די וועסט צאלן שכר לימוד וועלן זי נישט פארשעמט ווערן ודי
ווען א יונגערמאן האט נישט קיין געלט
וואס זאל ער טון? נישט שיקן אין סקול?
ווי דען? אין פאבליק סקול?
סאיז בכלל דא א אנדערע אפציע?
מען רעדט בכלל נישט פון איינער וואס האט נישט קיין געלט, דאס איז בכלל נישט די רעדע
מען רעדט פון פשוט איגנארירן שכר לימוד ביל'ס
פאטעטא קוגל האט געשריבן:שמערלער האט געשריבן:דער ציבור אין קרית יואל איז יארן געווען צוגעוואינט אז די מוסדות איז ווי א שיף אן א רידער אין קיינער בעט נישט קיין שכר לימוד
שקר
מהאט ביז היינט אויך געבעטן און געסטראשעט - און פארשעמט ליידער
נעכטן האט מען נאר איבערגעצויגן די שטריקל
די אלע וואס מהאט געסטראשען אין פארשעמט האבן פארדעם פראבירט צו רעדן אין פארהאנדלען אין די מוסד איז נישט געווען גרייט צו פארהאנלען ?
הרב שפיגליצקי
איך זעה איר האט אינפארמאציע. אז דער רבי זי''ע דער רועה נאמן. האט געהייסען אהיימשיקען די מיידלעך ווען עלטערן צאלן נישט קיין שכ''ל
איך וואלט זייער געקענט באשטיין אויב איר קענט מיר ברענגען א מקור צו דעם בכתב אדער מפי השמועה דעמאלטס הייב איך הענט.
ווייל דאס אז מהאט אזוי געטוהן קען זיין אז די אידן האבען נאך געדענקט די סעלעקציעס אין לאגער און סאיז נישט אזוי געפערליך.
דאס אז ר' אלי' שלמה (וואס איז א איש החסד) האט דאס געטאהן. איז אויך נישט קיין ראיה ווייל די הנהלה האט אים געצווינגען דאס צו טאהן
די יעצטיגע פרשה ווייזט נאר ווי ראנג מאיז געגאנגען בכלל צו אריינמישען די קינדער מיט די טאטעס חובות אז מאיז אנצוקומען צו טוען אזא שריט.

א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
- צייט שטיפער
- שר האלפיים
- תגובות: 2231
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
- לאקאציע: וואו נישט וואו...
סארקאזי האט געשריבן:הרב שפיגליצקי
איך זעה איר האט אינפארמאציע. אז דער רבי זי''ע דער רועה נאמן. האט געהייסען אהיימשיקען די מיידלעך ווען עלטערן צאלן נישט קיין שכ''ל
איך וואלט זייער געקענט באשטיין אויב איר קענט מיר ברענגען א מקור צו דעם בכתב אדער מפי השמועה דעמאלטס הייב איך הענט.
ווייל דאס אז מהאט אזוי געטוהן קען זיין אז די אידן האבען נאך געדענקט די סעלעקציעס אין לאגער און סאיז נישט אזוי געפערליך.
דאס אז ר' אלי' שלמה (וואס איז א איש החסד) האט דאס געטאהן. איז אויך נישט קיין ראיה ווייל די הנהלה האט אים געצווינגען דאס צו טאהן
די יעצטיגע פרשה ווייזט נאר ווי ראנג מאיז געגאנגען בכלל צו אריינמישען די קינדער מיט די טאטעס חובות אז מאיז אנצוקומען צו טוען אזא שריט.
די מוסד האט בכלל נישט געטוהן אזוי ראנג, ס'איז געווען בבחינות שב ואל תעשה
די טאטעס וואס האבן געברענגט די קינדער זענען געווען א קום ועשה, אסאך ארגער
און נאכאמאל מען רעדט פון טאטעס וואס האבן פשוט איגנארירט
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8852
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
איך זוך דעם צוזאמשטעל פון א מנהל וואס רופט אריין א קינד ביזן שטעלן שווארצע בולי'ס ביים טויער
היות ס'איז נישט מיין מוסד גיי איך נישט אריין רעדן אינעם עצם שריט וואס מ'האט דארט געטוען
אבער איין זאך יא, ווען מיין מוסד וואלט אזאנס געטוען וואלטן זיי געקענט ווארטן ביים קארנער פאר א דאללער דינער געלט!
דיסקלעמער, איך צאל ב"ה שכ"ל, השי"ת יעזור הלאה

א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 683
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm
ניס קראכער האט געשריבן:איך זוך דעם צוזאמשטעל פון א מנהל וואס רופט אריין א קינד ביזן שטעלן שווארצע בולי'ס ביים טויער
היות ס'איז נישט מיין מוסד גיי איך נישט אריין רעדן אינעם עצם שריט וואס מ'האט דארט געטוען
אבער איין זאך יא, ווען מיין מוסד וואלט אזאנס געטוען וואלטן זיי געקענט ווארטן ביים קארנער פאר א דאללער דינער געלט!
דיסקלעמער, איך צאל ב"ה שכ"ל, השי"ת יעזור הלאה
פייניגען און סטראשענען ברענגט נישט קיין געלט
ס'ברענגט סורווייווערס
יעדער זוכט די בעסט וועי אט אף איט
קיינער וועט דיר נישט פרובירן העלפן
ס'איז א שאד די קלעים סאיז אונזער מוסד
עטליכע נקודת למחשבה:
צום אלעם ערשט א מוסד איז נישט קיין ביזנעס.
על פי הלכה והמנהג, פאדערט זיך פון א קהילה צו האבן א מוסד החינוך, עי' שולחן ערוך חושן משפט הלכות תלמוד תורה סימן רמה סעיף ז "מושיבין מלמדי תינוקות בכל עיר ועיר"
און ווי אויך ווערט געפסקנט אז מען מאנט איין די סארט קהילשה חובות לפי ממון דאס הייסט לויט די פארדינסט פון די מענטש עיין שולחם ערוך חושן משפטסימן קסג סעיף ג ברמ"א "במקום שבני העיר מושיבין ביניהם מלמד תינוקות, ואין אביהן של תינוקות יכול לשכור לבניהם, ויצטרכו הקהל ליתן השכר, גובין לפי ממון"
דער מנהג איז אויך אזוי געווען סיי אינדערהיים ביי די גרעסערע שטעט וואס האבן געהאט תלמוד תורה'ס און אזוי אויך דאהי ביז עטליכע יאר צוריק ווען קהלהישע אנפירער זענן געווען פארצייטישע אידן מיט געפיל.
די מושג אז א תלמוד תורה זאל זיך פירן ווי א פריוואטע ביזנעס, איז א נייע באגריף וואס איז נישט געווען אפילו אין געדאנק ביז אפאר יאר צוריק.
היינט אין די מוסדות איז דא מער ווייניגער צווי סארטן פרייזן איינס פאר א פארדינער די פול פרייז, און א צווייטע מיט א שטיקל הנחה עס טוט ווייט נישט רעפלעקטירען די חילוק פון דע גרויסע עושר אדער ברייטע פארדינער ביז די שווערע ארבייטער.
מען וואלט געדארפט טראכטן וויאזוי וויל מען אז דער ארבייטער ביי "בי ענד עדזש" צו ענדליך זאל קענען בכלל באצאלן די טויזענטער דאלער וואס מען פארלאנגט פון איהם. עס קאסט א קינד א יאר אין די מוסדות כאטש פינעף טויזנט דאלער א יאר נאך אלע הנחות אויף דער בליגסטער אופן. א ארבייטער מיט אפילו פיר קינדער, ווי אזוי קען ער באצאלען די צוואנציג טויזנט א יאר? מען דארף נישט לעבן ברייט נישט צו איבער בלייבן מיט דער סכום.
און די וואס שרייבן אז די מוסדות רעכנען זיך מיט די מצב, עס איז ווייט נישט אזוי. אפשר ווען עס איז עפעס גאר א טראגישע פאל ווי א אלמנה וכדומה וועלן זיי זיך רעכענען אבער דער יונגערמאן וואס סתם פארדינט נישט ברייט, און האט נישט קיין עסקן וואס קומט משוגע מאכן, ער וועט נישט קענן באקומן מער ווי די קליינע סטאנדערט הנחה, און וועט נאך אלץ דארפן צאלן כאטש פינעף טויזענט א יאר.
נאך א נקודה למחשבה א מוסד פירט זיך נישט ווי א ביזנעס ווען עס איז נוגע זייער אייגענע הוצאות.
זיי פארדינן א געוואלד פון די ציבור, נישט נאר וואס מען גייט נאך געלט דערפאר, וואס דאס נעמן צדקה געלט ברענגט א התחייבות זיך צו פירען על פי הלכה און מיט געפיל. אזוי אויך באקומן זיי פון פארשידענע שטאטישע הילף אויף דעם חשבון פון די שטימע פון ציבור ביי די וואלן, לדוגמה פארשידענע סעקיוריטע גרענטס, געלט פאר מענדעטי"ט סערויסעס, וואס ווערט געשתדלט דורך פארשידענע שתדלנים און וואלט געדארפט גיין צו גרינגער מאכן די עולם מיט שכר לימוד, און נישט צו גרינגער מאכן פאר די אדמינסטראטערס. ליידער זענן די נייע אדמינסטראטערס א נייע סארט, רוב זענן שוין געקומען נאך די שפע פון וואוטשערס און ווילען האבן די פאך איזי אן קיין גרויסע געלט שאפן. זיי וועלן ענדערש מאכן א חשבון פון א פרייז פער סטודנט און פארלאנגן פולע שכ"ל ולהבדיל ווי מען טוט ביי א פריוואטע עליטע סקול, אהיימשיקן דער וואס קען נישט באצאלן. עס איז אלעמאל גרינגער צו דערשטיקען די ארימע ווי איידער בעטן און שנארן ביי די רייכע.
לאמיר טראכטן פון די אלע פארשידענע צוועקן וואס מען גייט נאך געלט לעצטענס מיט די אלע קאמפעינס, סיי פאר מוסדות און ארץ ישראל און סיי פאר אלע אנדערע מוסדות, און וויפיל געל האט מען געשאפן. צו וואלטן נישט די אדמינסטראטערס געקענט שאפן מער געלט פאר די לאקאלע אייגענע עניי עירך מוסדות, פאר א חיוב פון א קהילה מתקנת ר' יהושיע בן גמלא על פי תורה צוצושטעלן א תלמוד תורה. וואלטן זיי נישט געקענט העכרן די נדבות און פארמיידען דאס העכרן כסדר די שכ"ל דירעקט אדער אומדירעקטט דורך די אלע סורטשדארטשע"ס ווי קרן הבנין, אינשורנס, טראנספערטאציע, וכו' וכו'
א לעזונג האב איך נישט, אבער א געדאנק וואלט געווען קודם אז די מוסדות זאלן נישט זיך פירען בעיקר דורך איין אדמינאסטראטער מיט גאר ווייניג איבערזיכט. נאר מיט א ועד פון ערענסטע מענטשען וואס זאלן זיכען צו העלפן אידען און גרינגער מאכן פארן ציבור, און טרעפן געדאנקן ווי אזוי צו קענן צושטלן א חינוך פאר די היימישע עולם נישט ווייניגער ווי מען זיכט צו העלפן רוסישע בוכארישע אדער אפילו ארץ ישראל'דיגע אידען.
נאך א געדאנק אויב עס קען זיך מאכן א ארגענעזאציע פון דרויסען פון די תלמוד תורות וואס ואלטן געהאלפן מיט שכ"ל אזוי ווי סקאלערשי"פ, אבער צו דעם וועט מען דארפן אכט געבן אז עס זאל נישט סתם העכרן די שכ"ל און נאר גרינגער מאכן די ארביט פון די אדמינסטראטער אזוי ווי וואוטשער"ס וואס העט דאכט זיך מיר קאליע געמאכט פאר דער וואס קען עס נישט באקומן.
נאר עטליכע געדאנקן, נישט פערזענטליך.

- בערי שרייבער
- שר העשר
- תגובות: 22
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2019 7:04 pm