קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מיטוואך יוני 26, 2019 5:50 pm

נישט געזאגט אז מען דארף ווארטן אז זיי זאלן בעטן די אידישע וואוטס, נאר געוואלט וויסן ווי די מצב האלט יעצט ביי די טאון, אויב זיי זעהן שוין אז מען דארף אנקומען צו די אידישע שטימען.
יישר כוח מצה בעקערי פארן אזוי קלאר מסביר זיין ווי מצב האלט טאקע.

יונה
שר האלף
תגובות: 1842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך יוני 26, 2019 5:57 pm

בר דעת האט געשריבן:נישט געזאגט אז מען דארף ווארטן אז זיי זאלן בעטן די אידישע וואוטס, נאר געוואלט וויסן ווי די מצב האלט יעצט ביי די טאון, אויב זיי זעהן שוין אז מען דארף אנקומען צו די אידישע שטימען.
יישר כוח מצה בעקערי פארן אזוי קלאר מסביר זיין ווי מצב האלט טאקע.

די קאנדידאט איז געקומען קיין קרית יטב לב פאריגע וואך און געזיצן מיט א גרופע היימישע יונגעלייט ווי זי האט שטאַרק געבעטן מיר זאלן שטארק פרובירן אונזערע מענטשן זאלן איר שטיצן, זי האט שטארק ארויסגעברענגט ווי שטארק יעדע שטימע ציילט און ווי וויכטיג אונזערע שטימען זענען.

אגב כאטש נעכטן האט אויסגעקוקט ווי די פרידליכע קאנדידאט האט גרינג געווינען מיט 50 שטימען, האט זיך היינט ארויסגעשטעלט אז ס'איז דא 70 עבסענטי בעלאטס וואס וועט הערשט געציילט ווערן מארגן, דאס מיינט אז איר געווינס איז נישט אזוי זיכער.

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מיטוואך יוני 26, 2019 6:06 pm

70 עבסענטי? דאס איז זייער א גרויסע נאמבער קעגן די קנאפע 400 שטימען.

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מיטוואך יוני 26, 2019 8:25 pm

יונה האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:נישט געזאגט אז מען דארף ווארטן אז זיי זאלן בעטן די אידישע וואוטס, נאר געוואלט וויסן ווי די מצב האלט יעצט ביי די טאון, אויב זיי זעהן שוין אז מען דארף אנקומען צו די אידישע שטימען.
יישר כוח מצה בעקערי פארן אזוי קלאר מסביר זיין ווי מצב האלט טאקע.

די קאנדידאט איז געקומען קיין קרית יטב לב פאריגע וואך און געזיצן מיט א גרופע היימישע יונגעלייט ווי זי האט שטאַרק געבעטן מיר זאלן שטארק פרובירן אונזערע מענטשן זאלן איר שטיצן, זי האט שטארק ארויסגעברענגט ווי שטארק יעדע שטימע ציילט און ווי וויכטיג אונזערע שטימען זענען.

אגב כאטש נעכטן האט אויסגעקוקט ווי די פרידליכע קאנדידאט האט גרינג געווינען מיט 50 שטימען, האט זיך היינט ארויסגעשטעלט אז ס'איז דא 70 עבסענטי בעלאטס וואס וועט הערשט געציילט ווערן מארגן, דאס מיינט אז איר געווינס איז נישט אזוי זיכער.

אוי וויי
פארוואס זאל מען נישט יעדעם הייסן טוישן אלס דעמאקראט ? אזוי אז מען זאל האבן א בלאק וואוט פון בערך 300 היימישע וואוטערס?

אוועטאר
יעקב פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
לאקאציע: פיאנגיענג, צפון קרעא

תגובהדורך יעקב פריינד » מיטוואך יוני 26, 2019 8:40 pm

פרנס היום האט געשריבן:

דו האסט לכאורה פארגעסן אז אונז דארף מיר קענען אויך וואטן ביי די רעפאבליקאנע פריימעריס ממילא פרובירט מען עס זאל זיין איווען מיט די וואטערס סא יעדער נייער תושב וואס קומט יעצט אין שטאט רעגיסטרירט מען אים אלס דעמאקראט - רעפאבליקאנע האט מען אויפדערווייל גענוג -
Never give a man a job that doesn't belong to him

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מיטוואך יוני 26, 2019 8:43 pm

הער איך אקעי פיין

הייסט עס איז דא 50 דעמאקראטען און 50 רעפובליקאנער ? סך הכל הונדערט וואוטערס ?

אוועטאר
יעקב פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
לאקאציע: פיאנגיענג, צפון קרעא

תגובהדורך יעקב פריינד » מיטוואך יוני 26, 2019 8:48 pm

פרנס היום האט געשריבן:הער איך אקעי פיין

הייסט עס איז דא 50 דעמאקראטען און 50 רעפובליקאנער ? סך הכל הונדערט וואוטערס ?

איך ווייס נישט פונקטליך די נומבערס באט ביזדערווייל איז דא מער רעפאבליקאנער (מער פון 50) און פארגעס נישט מען האט אויך געדארפט האבן מענטשען וואס זאלן קענען וואטן פאר די אידעפענדעט (independent)
Never give a man a job that doesn't belong to him

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מיטוואך יוני 26, 2019 9:42 pm

פיין יישר כח

א נחת צו הערן

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מיטוואך יוני 26, 2019 10:26 pm

נאך א שמחה היינט נאכט קע"ה..
@SatmarKYL: R' Yosef Meir Chazon is inviting everyone to the Vach Nacht of his son in his house at 20 Godfrey Rd.
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1456
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג יוני 27, 2019 3:41 pm

ווער האט געוואוינען? אויף קול מבשר דינסטאג נאכט מעלדט ווידער אז גיראלדי האט געווינען, איז דאס די קהלה אינדאריסטע קאנדידאט?

Kollel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג יוני 27, 2019 10:12 pm

Wow! 2 bloomingburg residents doing Shiddichem tonight.
@SHVILHATORA: MAZEL TOV! HaChusen GEDALYA B"r Berish LAUFER (KY), Wb"r Yoel Duvid Volner (Bloomingburg),
Oif Simches!

m.twitter.com/SHVILHATORA
@SatmarKYL: Mazel Tov Harav Yida Hersh Mandel upon the Shiddich of his son.
Mechiten R' Yakov Yosef Shtern of Kiryas Yoel.

m.twitter.com/SatmarKYL

מצה בעקערי
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

2 שידוכים פון שכינים אין די זעלבע צייט !!!!!!!!!!!!!!!!!

תגובהדורך מצה בעקערי » דאנארשטאג יוני 27, 2019 10:21 pm

מיט גרויס פרייד נעמען תושבי בלומינגבורג אויף די פרייליכע בשורה פין 2 שידוכים אין שטאט
1) הבחור יצחק אייזיק בן הרב יודא הערש מאנדל שליט"א מלמד מומחה רבות בשנים בעירינו בן ר' שלמה מפאפא ז"ל חתן ר' משה מענדל גליק שליט"א בן ר' לייבעלע
מיט בת ר' יעקב יוסף בן ר' הערשל שטערן פון קרית יואל חתן ר' שלמה יעקב געלבמאן ז"ל
2)הכלה בת ר' יואל דוד וואלנער בן ר' מנחם וחתן ר' משה חיים פירטה שליט"א upstate catering bloomingburg
החתן גדלי' בן ר' בעריש לויפער שליט"א country hollow בן ר' יחזקא-ל ז"ל חתן הרב שלמה הערש ראזענפעלד שליט"א מיפו (חתן דעעש)
שמחת בית דעעש - שארמאש

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 28, 2019 6:37 pm

מצה בעקערי האט געשריבן:מיט גרויס פרייד נעמען תושבי בלומינגבורג אויף די פרייליכע בשורה פין 2 שידוכים אין שטאט
1) הבחור יצחק אייזיק בן הרב יודא הערש מאנדל שליט"א מלמד מומחה רבות בשנים בעירינו בן ר' שלמה מפאפא ז"ל חתן ר' משה מענדל גליק שליט"א בן ר' לייבעלע
מיט בת ר' יעקב יוסף בן ר' הערשל שטערן פון קרית יואל חתן ר' שלמה יעקב געלבמאן ז"ל
2)הכלה בת ר' יואל דוד וואלנער בן ר' מנחם וחתן ר' משה חיים פירטה שליט"א upstate catering bloomingburg
החתן גדלי' בן ר' בעריש לויפער שליט"א country hollow בן ר' יחזקא-ל ז"ל חתן הרב שלמה הערש ראזענפעלד שליט"א מיפו (חתן דעעש)
שמחת בית דעעש - שארמאש

מיפו?

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מאנטאג יולי 01, 2019 5:22 pm

אינטערסאנט קיינער ברענגט נישט קיין נייעס פון שטעטל:

1. א מודעה אין שטאט האט געמאלדן אז אלע שכר לימוד וואס קומט אריין פון היינט און ווייטער גייט גיין דירעקט פאר די מלמדים און טיטשערס, אלע איבעריגע הוצאות גייען ווערן געדעקט פון דרויסן.

2. מען ענדיגט די ערשטע צוויי מנינים שטובלעך, און מען בויעט א דריטע.

3. דער זומער זעט זיך אן אויף אלע אספעקטן, די מקוה, ביהמ"ד, און שטיבלעך זענען איבערגעפילט.
(וויאזוי דערקענט מען צווישן א תושב און א גאסט? די געסט פרעגן אלע צייט שאלות, און די תושבים דארפן אלס ענטפערן.... והמבין יבין....)

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » מאנטאג יולי 01, 2019 9:19 pm

בענאק האט געשריבן:אינטערסאנט קיינער ברענגט נישט קיין נייעס פון שטעטל:

1. א מודעה אין שטאט האט געמאלדן אז אלע שכר לימוד וואס קומט אריין פון היינט און ווייטער גייט גיין דירעקט פאר די מלמדים און טיטשערס, אלע איבעריגע הוצאות גייען ווערן געדעקט פון דרויסן.

ברענג אהער די מודעה

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » דינסטאג יולי 02, 2019 2:33 am

כאב געהערט עפעס נייעס אז מען האט געטוישט די זאנינג דארט?

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » מיטוואך יולי 03, 2019 5:46 pm

פרנס היום האט געשריבן:כאב געהערט עפעס נייעס אז מען האט געטוישט די זאנינג דארט?

זאנינג פון וואו?

יונה
שר האלף
תגובות: 1842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך יולי 03, 2019 6:39 pm

יונה האט געשריבן:אגב כאטש נעכטן האט אויסגעקוקט ווי די פרידליכע קאנדידאט האט גרינג געווינען מיט 50 שטימען, האט זיך היינט ארויסגעשטעלט אז ס'איז דא 70 עבסענטי בעלאטס וואס וועט הערשט געציילט ווערן מארגן, דאס מיינט אז איר געווינס איז נישט אזוי זיכער.

היינט איז ענדליך ארויסגעקומען די אפיציעלע רעזאלטאטן, די אינדארסירטע קאנדידאט "דזענעט לייבל" איז דערקלערט געווארן אלץ געווינער. די עבעסענטי'ס האבן גאר פארגרעסערט איר זיג מיט נאך 2 שטימען איבער איר קעגנער.

לא לנו האט געשריבן:ווער האט געוואוינען? אויף קול מבשר דינסטאג נאכט מעלדט ווידער אז גיראלדי האט געווינען, איז דאס די קהלה אינדאריסטע קאנדידאט?

געווינען האט לייבל נישט גיראלדי, טעות לעולם חוזר.
לעצט פאראכטן דורך יונה אום מיטוואך יולי 03, 2019 6:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך יולי 03, 2019 6:40 pm

די סווימינג פול איז אויך היי-יאר אפען פארן ציבור?

יונה
שר האלף
תגובות: 1842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך יולי 03, 2019 6:40 pm

טעם וריח האט געשריבן:די סווימינג פול איז אויך היי-יאר אפען פארן ציבור?

עס גייט זיין אפען אין די קומענדיגע טעג בעז"ה. עס איז נאכנישט אפיציעל אפען היינט.

יונה
שר האלף
תגובות: 1842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך יולי 03, 2019 6:43 pm

HelpMe האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:כאב געהערט עפעס נייעס אז מען האט געטוישט די זאנינג דארט?

זאנינג פון וואו?

יא, די ווילידש האט - אויפן פארלאנג פון א לאנד אייגנטומער - געטוישט יענעם'ס זאניג פון רעזידענשל צו די נעבערינג-ביזנעס זאנינג וואס ערלויבט צו בויען מאלטי-פעמעלי בנינים און אויך מעג מען פארנוצן מער מיט 15% פונעם שטח צו בויען.

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » מיטוואך יולי 03, 2019 7:07 pm

יונה האט געשריבן:קרית יטב לב - בלומינגבערג ניו יארק, היינט ביי די מאנטליכע זיצונג אינעם ווילידש-הויז איז אדורכגעפירט געווארן א נייע געזעץ צו ערלויבן דאס איינשטעלן א "שבת פייפער". די ווילידש האט אן אלטע געזעץ פון די ניינצן נייציגער וואס טוט פארבאטן מאכן הויכע גערידער געוויסע שעה'ן פון טאג. די נייע געזעץ טוט מוסיף זיין צו דעם אלטן געזעץ א ספעציעלע אויסנאם פאר א שבת פייפער אז דאס מעג יא פייפן ערבי שבתים ויו"ט.

שוין דורך באלד א האלבע יאר זינט די געזעץ איז אדורך...
איז שוין דא עפעס פלענער ווען און וואו מ'וועט אינסטאלירן דעם שבת פייפער?

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » מיטוואך יולי 03, 2019 7:10 pm

משה יענקל האט געשריבן:היינט מיטוואך נאכט וועט פאָרקומען א מסיבּה "שיפּור בּית מדרשינו" צוזאַמען מיט די סעודת הילולא לע"נ של מרן הקדוש רבי אלימלך מליזענסק זיעוכ"י אויפצוטרייבן די נויטיגע פאָנדן בכדי צו פאַרענדיגן די איבּערבּוי ארבייט אין בּית מדרשינו המפואר בּית יהושע.‎

דאס בית המדרש איז אהערגעשטעלט געווארן דורך די דיוועלאפער'ס אלץ א צייטווייליגע ביהמ"ד מיטן פלאן אז ברוב הימים וועט מען בויען א גרעסער שוהל וואס וועט ווערן באניצט אלס די צענטראלע שוהל מיט שטיבלעך צו דאווענן אין די וואכן טעג, אבער ווי נישט ווי ברויך מען אויף דערווייל אויך האבן ווי צו דאווענן אין די וואכן טעג, זענען די לאקאלע עסקנים אריינגעשפרינגען און צו געשטעלט חדרי התפילה, ווי אויך האט מען געמאכט א שטיקל גאלארי פאר די עזרת נשים.

יעצט בעפאר יו"ט וויל מען בעז"ה צוענדיגן די ארבייט וואס מען האט אנגעהויבן, צולייגן א דריטע שטיבל אויפן צווייטן שטאק און נאך הוספות לטובת הציבור, די ארבעט איז געשאצט אריינצוציען און ארום 30 אלפים, נעמענדיג און באטראכט די אנגעצויגענע ערב פסח סעזאן איז פשוט אז מען וועט נישט קענען לאקאל אויפטרייבן די גאנצע סומע, איז מען ארויסגעגאנגען זיכען נדבנים וואס זאלן ביישטייערען.

אין א פאזיטיווע שריט האט די צענטראלע קהלה פון וויליאמסבורג און באזונדער די טשעסנאט רידזש דעוועלאפער'ס געמאלדן אז זיי וועלן צושטייער געבן "מעטשינג פאונדס" פאר יעדע נדבה וואס קומט אריין, מאכענדיג יעדע נדבה ווערט "דרייפאכיג"‎.

דאס קומט און א צייט וואס עס זעהט זיך אן א שטארקע צוזאמען ארבייט צווישן די דיוועלאפער און די צענטראלע קהילה צו ארויסהעלפן די וואוקס פונעם שטעטל

היינט אדר"ח תמוז [בערך 3 א האלב חדשים נאך די מסיבה] איז ענדליך פארענדיגט געווארן די שיפור ארבעט.
יעצט קומט א פרישע ד' אמות קאמפיין אפצוקויפן זכותים פון די נייע טיילס.

חזקי פרידמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

תגובהדורך חזקי פרידמאן » מיטוואך יולי 03, 2019 7:57 pm

Phenomenal view of KYL taken by drone
צוגעלייגטע
IMG_20190703_195510.jpg
IMG_20190703_195510.jpg (491.36 KiB) געזעהן 3065 מאל
IMG_20190703_195505.jpg
IMG_20190703_195505.jpg (554.64 KiB) געזעהן 3065 מאל

חזקי פרידמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

תגובהדורך חזקי פרידמאן » מיטוואך יולי 03, 2019 7:58 pm

IMG_20190703_195404.jpg
IMG_20190703_195404.jpg (333.81 KiB) געזעהן 3097 מאל
צוגעלייגטע
IMG_20190703_195405.jpg
IMG_20190703_195405.jpg (357.93 KiB) געזעהן 3097 מאל
IMG_20190703_195407.jpg
IMG_20190703_195407.jpg (404.84 KiB) געזעהן 3097 מאל

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: כאפצעם און 9 געסט